בד"ה: הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:34 pm

דער דעפרעסטער האלט אויך אז מ'שרייט אויף אידן וואס גיין צו בחירות ווערן זיי גאנץ זיכער גאנצע ציונים.

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:34 pm

אמאל געהערט פון ר' שאול יצחק ז"ל ביי דרשה אין ביהמ"ד:

איינער האט מיר געזאגט דו קענסט רעדן וואס דו ווילסט אבער די מציאות פאטשט אין פנים און אין עטליכע יאר ארום וועט יעדער איינער מוזן האבן א סמארטפאון ווייל אלעס גייט ארבעטן אויטאמאטיש, א פרידשידער, א וואשמאשין אנצינדן וועט וועט מען נאר קענען מיט א כלי איי דו טענה'סט עס שאדט פאר די חינוך פון די קינדער ווייס איך נישט דער אייבישטער וועט מוזן העלפן.. ]פארפאלן דאס איז עס..
זאג איך אים ר' איד! יעדער איד גייט האבן בלויז א כשרע טעלעפאן און ערציען ערליכע דורות!! (דא האט ער אויפגעמאכט זיינע גרויסע אויגן און בנועם לשונו געשריגן מיטן גמרא ניגון..) אאאאיייייייי וויאזוי וועט מען אנצינדן א וואש מאשין?? דער אייבישטער וועט מוזן העלפן!!!

עד היום לאך איך נאך ווען איך דערמאן זיך דערפון..

יהא זכרו ברוך

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:35 pm

לדעתי האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אביסל רוהיגער ביטע.

אקעי לאמיך דיר מסביר זיין, די שומרים קארדס (לאו דווקא ש"ק, בכלל די 2 פאונס תקנות) האט אנגעווערטשאפט אז אינגערמאן איז נישט אזוי להוט צו ארויפלייגן א פילטר גראד ביים קויפן, פארגעס נישט מקויפט אין געשעפטן בלויז אומגעפילטערטע כלים, און סנעמט א עפפארט ארויפצולייכן א פילטער, סוי אז די פאון איז במילא א באהאלטענע פאון, פארוואס זיך באדערן ארויפצולייגן פילטערס? סאיז נישט איינער און נישט 10 מענטשן, הונדערטע אינגעלייט וואס דו קענסט גייען דורך די זעלבע נסיונות פון בכלל נישט האבן קיין פילטער, זינט די 2 פאון מערכה.


לאמיר דיר רוהיג מסביר זיין וואס כ'האב געפרעגט.
ביז גערעכט אז ווען מ'קויפט א פאן האט עס נישט קיין פילטער,
ביסט אויך גערעכט אז ס'איז דא ש"ק מיט 2 פאונס תקנה.

וואס אין די וועלט האט אבער צוזאמגעברענגט אז די צוויי פאקטן זאלן מאכן אז א אינגעמאן זאל נישט לייגן א פילטער אויף זיין פאן?


ווייל טאמער איז ער א שייגעץ נאכ'ן נעמען די עפפארט פון ארויפלייגן א פילטער און צאלן דערפאר חודש'ליך, לוינט אים עס נישט.

איך קען אזא איינעם, ער פלעגט האבן א פילטער, ער האט געדארפט קויפן א נייע און דאס איז געווען איינע פון די שטארקע טענות זיינע פאר'ן נישט ארויפלייגן אויפן נייעם טעלעפאן.

אן אריינגיין צו ער איז גערעכט אדער נישט.
לעצט פאראכטן דורך ווישוואש אום דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:36 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:.

פארוואס האסטו פארמעקט די זיסע מעשה?
אל תמנע טוב מבעליו, לייג עס צוריק

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:38 pm

שוין ב'ה מען רעד שוין פון שומרים קארטלעך
די שומרים קארטלעך האט שוין זייער אסאך אויף געטון (איך ווייס אז די אלע וואס האבן ס'מ פאונס לייקענען עס אבער די פאקט טוישט זיך נישט)
און די אינגערמאן וואס לייגט נישט קיין פילטער איז עס נישט וועגען די שומרים קארד און נישט וועגען די מוסד איז עס ווייל ער וויל נישט קיין פילטער

ויציב ונכון
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:40 pm

fiena nieas האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די רבנים האבן קודם מורא געהאט אז אויב וועט מען אסר'ן א סמארטפאון ברבים וועט עס ברענגען א פלייץ פון אומגעמאלדענע אומגעפילטערטע סמארפאונ'ס!!


א זאך וואס האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין אמת. די גאנצע פילטער התעוררות איז צענישט געווארן א דאנק די השומרים קארטלעך וכדו'. הונדערטער מענטשן האבן ליידער צוויי טעלעפאנען. א פליפ פאון אין שול און א אומגעפילטערטע סמארט פאן אין טאש.


ביטע זיך מסביר זיין פארוואס השומרים קארטליך האט איינעם אוועקגענומען די ערענסטקייט און שעדליכקייט פון א אומגעפילטערטע כלי.

ווייל אנטשטאט געבן די ריכטיגע געפיל אז ער טוט א גיטע זאך ברענגט די השומרים קארטליך ארויס אז אפילו מיט א פילטער איז מען א שגץ

לאמיר זיין קלאר ווען נישט די השומרים קארטלעך וואלט ווען נישט געווען געניג תירוצים פארוואס צו האבן א סמארטפון? די וואס ווילן האבן תירוצים האבן געניג נאר די ריכטיגע ווארט איז אז ווען נישט די השומרים קארטלעך וואלט געווען מיט איין תירוץ ווייניגער און מען וואלט זיך געדארפט באגעניגען מיט די איבריגע תירוצים וד"ל

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:44 pm

קענדי'ס האט געשריבן:שוין ב'ה מען רעד שוין פון שומרים קארטלעך
די שומרים קארטלעך האט שוין זייער אסאך אויף געטון (איך ווייס אז די אלע וואס האבן ס'מ פאונס לייקענען עס אבער די פאקט טוישט זיך נישט)
און די אינגערמאן וואס לייגט נישט קיין פילטער איז עס נישט וועגען די שומרים קארד און נישט וועגען די מוסד איז עס ווייל ער וויל נישט קיין פילטער

אמת ויציב.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:47 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:אמאל געהערט פון ר' שאול יצחק ז"ל ביי דרשה אין ביהמ"ד:

איינער האט מיר געזאגט דו קענסט רעדן וואס דו ווילסט אבער די מציאות פאטשט אין פנים און אין עטליכע יאר ארום וועט יעדער איינער מוזן האבן א סמארטפאון ווייל אלעס גייט ארבעטן אויטאמאטיש, א פרידשידער, א וואשמאשין אנצינדן וועט וועט מען נאר קענען מיט א כלי איי דו טענה'סט עס שאדט פאר די חינוך פון די קינדער ווייס איך נישט דער אייבישטער וועט מוזן העלפן.. ]פארפאלן דאס איז עס..
זאג איך אים ר' איד! יעדער איד גייט האבן בלויז א כשרע טעלעפאן און ערציען ערליכע דורות!! (דא האט ער אויפגעמאכט זיינע גרויסע אויגן און בנועם לשונו געשריגן מיטן גמרא ניגון..) אאאאיייייייי וויאזוי וועט מען אנצינדן א וואש מאשין?? דער אייבישטער וועט מוזן העלפן!!!

עד היום לאך איך נאך ווען איך דערמאן זיך דערפון..

יהא זכרו ברוך

;l;p-

לדעתי
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:47 pm

fiena nieas האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די רבנים האבן קודם מורא געהאט אז אויב וועט מען אסר'ן א סמארטפאון ברבים וועט עס ברענגען א פלייץ פון אומגעמאלדענע אומגעפילטערטע סמארפאונ'ס!!


א זאך וואס האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין אמת. די גאנצע פילטער התעוררות איז צענישט געווארן א דאנק די השומרים קארטלעך וכדו'. הונדערטער מענטשן האבן ליידער צוויי טעלעפאנען. א פליפ פאון אין שול און א אומגעפילטערטע סמארט פאן אין טאש.


ביטע זיך מסביר זיין פארוואס השומרים קארטליך האט איינעם אוועקגענומען די ערענסטקייט און שעדליכקייט פון א אומגעפילטערטע כלי.

ווייל אנטשטאט געבן די ריכטיגע געפיל אז ער טוט א גיטע זאך ברענגט די השומרים קארטליך ארויס אז אפילו מיט א פילטער איז מען א שגץ


כ'וויל באמת נישט אוועקדרייען די נושא אויף וואס די אשכול איז געווידמעט, לאמיר נאר בראבירן איין מאל צו מ'וועט פארשטיין.

קיינער האט נישט געמיינט און מיינט נאך אלס נישט אז א סמארטפאן מיט & אן א פילטער איז די זעלבע זאך.
פינטל.
כ'שעם מיר פאר מיר אז איך דארף דאס אפילו שרייבן.
כ'טוה עס נאר אז קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז איינער האט א סמארטפאן אן א פילטער, ווייל השומרים האט עפעס געשריבן.

כ'האב נאך קיינעם נישט געהערט זאגן אז ער האט אנגעזעצט זיין ביזנעס ווייל "השומרים" וכדו' האט עפעס געשריבן וועגן ביזנעס, און ער האט עס פראבירט.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:00 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:געוואלדיגע מעשה
אגב די רבי שרייבט נישט אז בחירות איז ביהרג ואל יעבור, ס'איז א באקאנטע טעות

אנטשולדיגטס פארן פארדרייען דעם אשכול, אבער ווען א סאטמארער איד (ער שרייבט דאך "די רבי") טרויעט זיך צו שרייבן אין פאבליק אז גיין צו די בחירות איז נישט ביהרג ואל יעבור און ס'איז גאר א טעות, קען איך זיך נישט איינהאלטן פון ענטפערן

כדאי נישט צו פאדרייען די אשכול האבען מיר אייך געענטפערט אין אישי

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:00 pm

איך קען נישט גלייבן וואס טוט זיך דא
אזויפיל תגובות און פארזען א בפירושע גמרא אין קידושין

ורמינהו כל שזכיותיו מרובין מעונותיו מריעין לו ודומה כמי ששרף כל התורה כולה ולא שייר ממנה אפילו אות אחת וכל שעונותיו מרובין מזכיותיו מטיבין לו ודומה כמי שקיים כל התורה כולה ולא חיסר אות אחת ממנה אמר אביי מתניתין דעבדין ליה יום טב ויום ביש רבא אמר הא מני רבי יעקב היא דאמר דשכר מצוה בהאי עלמא ליכא

רשי:
מריעין לו - בעוה"ז לנקותו מעונותיו שיטול שכר שלם:

מטיבין לו - לשלם לו שכר מצותיו בחייו כדי לטורדו:

מתני' - דקתני מטיבין ומריעין דעבדין ליה יום טב ויום ביש מי שעושה מצוה יתירה דהוי רובא זכיות מתקנין לו בעולם הזה י"ט שנפרעים ממנו עונותיו וזהו תקון י"ט לו לעולם הבא וכל שעונותיו מרובין דקתני מריעין לו היינו דעבדין ליה הזמנת יום ביש שמשלמין לו שכר מצותיו כאן להיות מתוקן לו יום רע:

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:01 pm

ראספשע האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:.

פארוואס האסטו פארמעקט די זיסע מעשה?
אל תמנע טוב מבעליו, לייג עס צוריק

viewtopic.php?p=1820182#p1820182

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:14 pm

שמערלער האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:נהפך לאבל מחולנו, אוי נא לנו כי חטאנו

ביי די שמחת התנאים פונעם יעצטיגן חתן, מיט להבדל"ח אביו כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א:
אירוסין-בחצרות-צאנז-זמיגראד-משכנות-הרועים-9.jpg
אירוסין-בחצרות-צאנז-זמיגראד-משכנות-הרועים-20.jpg

איז ער שוין געווען געזונט דעמאלט ?
אויפן בילד זעט ער אויס אקעי

ניין!
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
Horizontal
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:17 pm

א שאד צו אנפריקלען אזא אשכול וואס רעדט פון ר' שאול יצחק זצ''ל
ביטע פירן די שומרים קארטלעך שמיעס אין די
שומרים קארטלעך אשכול

כבוד המנהלים, אפשר כדאי אריבערצופירן אהין די לעצטע פאר תגובות וועגן שומרים קארטלעך
יישר כח
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:52 pm

לדעתי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די רבנים האבן קודם מורא געהאט אז אויב וועט מען אסר'ן א סמארטפאון ברבים וועט עס ברענגען א פלייץ פון אומגעמאלדענע אומגעפילטערטע סמארפאונ'ס!!


א זאך וואס האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין אמת. די גאנצע פילטער התעוררות איז צענישט געווארן א דאנק די השומרים קארטלעך וכדו'. הונדערטער מענטשן האבן ליידער צוויי טעלעפאנען. א פליפ פאון אין שול און א אומגעפילטערטע סמארט פאן אין טאש.


ביטע זיך מסביר זיין פארוואס השומרים קארטליך האט איינעם אוועקגענומען די ערענסטקייט און שעדליכקייט פון א אומגעפילטערטע כלי.

ווייל אנטשטאט געבן די ריכטיגע געפיל אז ער טוט א גיטע זאך ברענגט די השומרים קארטליך ארויס אז אפילו מיט א פילטער איז מען א שגץ


כ'וויל באמת נישט אוועקדרייען די נושא אויף וואס די אשכול איז געווידמעט, לאמיר נאר בראבירן איין מאל צו מ'וועט פארשטיין.

קיינער האט נישט געמיינט און מיינט נאך אלס נישט אז א סמארטפאן מיט & אן א פילטער איז די זעלבע זאך.
פינטל.
כ'שעם מיר פאר מיר אז איך דארף דאס אפילו שרייבן.
כ'טוה עס נאר אז קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז איינער האט א סמארטפאן אן א פילטער, ווייל השומרים האט עפעס געשריבן.

כ'האב נאך קיינעם נישט געהערט זאגן אז ער האט אנגעזעצט זיין ביזנעס ווייל "השומרים" וכדו' האט עפעס געשריבן וועגן ביזנעס, און ער האט עס פראבירט.

שעם דיך יא שעם דיך נישט איך רעד נישט וואס וואס מען טראכט און מיינט , די מעסעדז פון דעם השומרים קארטל איז אז דו ביסט א גראבע שגץ און א חסר דעה מיט א סמארט פאן מיט א פילטער

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:59 pm

עקשעלי די מעסעדזש איז אויב מ'ליגט דערין, און מ'איז צוגעקלעבט, ביהמ"ד, שטוב, וכו'. ווייב און קינדער, וואס דאס האבן דאך אלע מוסדות מער ווייניגער אדאפטירט טאקע א דאנק זיי.
משא"כ אויב מ'נוצט עס ווי עני ביזנעס כלי, לעפטאפ טעבלעט.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:07 pm

די 'אויב' האסטו צוגעלייגט, אויפ'ן קארטל שטייט עס נישט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:08 pm

עס איז נישדא וואס צו רעדן אונזער דור איז טויט פאריקט מילד גערעדט

די עוולות פון הקדוש ר' שאול יצחק גייט מיט ,נישט אז ער האט עס נישט געמיינט אמתדיג

דאס איז די איינציגסטע עכטע תירוץ צו פארשטיין

למעשה בין איך זיכער אז צענדליגע וואס האבן טאקע נישט קיין סמארט פאון צוליב פרעשור פון ווייב/משפחה אדער זעלבסט פיגור וואס שעמט זיך אבער האט א טעבלעט אדער קאמפיאטער אין אפיס אן קיין פילטער און פילן זיך גוט צו באשמיצען די סמארט פאון חברה ווי זיך זענען די באנדיטען און זיי זענען קלין , איך קען אסאך ,פאליש פרומקייט

נאר וואס דען עס איז היינט צוטאגס א עולם הפוך , און פאריקט
לעצט פאראכטן דורך ווייסע זאקן אום דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:11 pm

בראשית ברא האט געשריבן:עקשעלי די מעסעדזש איז אויב מ'ליגט דערין, און מ'איז צוגעקלעבט, ביהמ"ד, שטוב, וכו'. ווייב און קינדער, וואס דאס האבן דאך אלע מוסדות מער ווייניגער אדאפטירט טאקע א דאנק זיי.
משא"כ אויב מ'נוצט עס ווי עני ביזנעס כלי, לעפטאפ טעבלעט.


למעשה האב איך כמה פעמים געזען ווי עס שטייען א מחנה יונגלעך ארום א א קאר אדער א מענטשן מיט א טעבלעט צו מיט א פילטער אדער נאר אווייט ליסט פון עפס אין קינדער שרייען שגץ, גוי , רשע

נאר וואס דען דאס איז די קליינע פראבלעמען פון אונזער דור

עס איז א פאריקטע וועלט היינט הן בגשמיות און רוחניות

נישט ר שאול יצחק איז געווען דער גראדער צדיק אין אונזער דור נאר עס וועט מיט גיין מיט די קרומקייט פון דור
לעצט פאראכטן דורך ווייסע זאקן אום דינסטאג דעצמבער 04, 2018 7:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:23 pm

אויף קול בחצרות איז דא מעסעדזש וואס ער האט איבערגעלאזט פאר לאחר פטירתו

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:50 pm

לאנדאנער האט געשריבן:אויף קול בחצרות איז דא מעסעדזש וואס ער האט איבערגעלאזט פאר לאחר פטירתו


אז וואס ?

אוועטאר
Horizontal
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:50 pm

לאנדאנער האט געשריבן:אויף קול בחצרות איז דא מעסעדזש וואס ער האט איבערגעלאזט פאר לאחר פטירתו

Number
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 7:18 pm

Horizontal האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:אויף קול בחצרות איז דא מעסעדזש וואס ער האט איבערגעלאזט פאר לאחר פטירתו

Number

קול בחצרות
UK Number is
44.330.777.2730

אוועטאר
Horizontal
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 7:57 pm

US number
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
Horizontal
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 8:37 pm

Horizontal האט געשריבן:US number

6465852970
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, קנעטענע קיגעל און 31 געסט