בד"ה: הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 2:35 pm

Document-page-001.jpg
Document-page-001.jpg (73.22 KiB) געזעהן 1036 מאל
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 2:35 pm

א חסיד האט געשריבן:ער האט א פאר ברודער אין אמעריקא ר' אברהם און ר' יעקב מנחם ר' ארי' מרדכי אין ווילימסבורג און ר' הלל אין מאנסי און ר' עקיבא אין מונטריאול

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 2:37 pm

דעפרעסט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די רבנים האבן קודם מורא געהאט אז אויב וועט מען אסר'ן א סמארטפאון ברבים וועט עס ברענגען א פלייץ פון אומגעמאלדענע אומגעפילטערטע סמארפאונ'ס!!

א זאך וואס האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין אמת. די גאנצע פילטער התעוררות איז צענישט געווארן א דאנק די השומרים קארטלעך וכדו'. הונדערטער מענטשן האבן ליידער צוויי טעלעפאנען. א פליפ פאון אין שול און א אומגעפילטערטע סמארט פאן אין טאש.

דיין ניק ברענגט גוט ארויס דיין תגובה..

בר יוחאי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 12:25 pm

תגובהדורך בר יוחאי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 2:41 pm

אגב די גאנצע נושא בנוגע סמארט פאונס אין מקומו כאן בכלל
חוץ אז איינער קומט פארציילן אז ער האט מבער געווען די כלי לעילו נשמתו[/quote]

וויפיל מענטשען האבן אוועק געווארפן די סמארט פאן וועגען אים ווייס איך נישט [איינער וואס האט עס שוין איז כמעט אוממעגליך זיך צו שיידן .........איז שוין ליידער דערנאך ]
אבער דעס איז איינמאל זיכער אז זייער אסאך האבן זיך אפגעהאלטן דורך אים

אוועטאר
Horizontal
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:02 pm

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די רבנים האבן קודם מורא געהאט אז אויב וועט מען אסר'ן א סמארטפאון ברבים וועט עס ברענגען א פלייץ פון אומגעמאלדענע אומגעפילטערטע סמארפאונ'ס!!

א זאך וואס האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין אמת. די גאנצע פילטער התעוררות איז צענישט געווארן א דאנק די השומרים קארטלעך וכדו'. הונדערטער מענטשן האבן ליידער צוויי טעלעפאנען. א פליפ פאון אין שול און א אומגעפילטערטע סמארט פאן אין טאש.

דיין ניק ברענגט גוט ארויס דיין תגובה..

You too. You didn't say anything He said something if you disagree say so
לעצט פאראכטן דורך Horizontal אום דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

בר יוחאי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 12:25 pm

עטליכע ליקוטים פון http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=59&t=22844

תגובהדורך בר יוחאי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:13 pm

געשריבן געווארן און מאנטאג מאי 19, 2014 6:15 pm אנפאנג פון די ראבינאוויטש עפאכע

לעצטנס דרייט זיך ארום ביי אונז אין שטאט אן אייניקעל פון הגה"צ רבי בנימין ראבינאוויטש זי"ע און קערט איבער וועלטן איבער סמארט פאונס אין טעקסט מעססעדזשעס
איך מיז ענק זאגן אז די כינוס כלל ישראל האט נישט געמאכט אזא דזשאב אויף מיר ווי דער איד מיט זיינע פאר מינוט, ער האט א געוויסע סענס אף יומער אין זיך וואס ציעט צו זיך אסאך פון אלע מינע סארטן מענטשן אפילו אזעלכע וואס ס'פאסט זיי נישט צו ווערן איבערגענומען בלייבן אינגאנצן אפגעפאטשט און טראכטן ערענסט פון טוישן
אינטערסאנט איז אז ער גיט נישט אויף ער קומט נאכאמאל און נאכאמאל און איז גרייט זיך צו טענה'ן מיט ווער ס'וויל

#מורא'דיג

תפוח
שר מאה
תגובות: 182
תגובהדורך תפוח » מאנטאג מאי 19, 2014 6:15 pm

ואני תפלתי - אז אונז האב מיר שוין אזא איד - זאל די באשעפער עים געבען כח אונציגיין.

מזלא חזיה ,,,,,,,,,,,,,,,,,,,ליידער נישט זוכה געווען................................................

ורך אמביציע » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:19 pm

ביי אינז און שיל איז דא עטליכער אינגעלייט וואס האבן אנגעכאפט זייער סמארט פאנ'ס נישט לאנג נאך זיי האבן געהערט וואו ער רעד, און דאס צעפיצלעט, האב איך געפרעגט איינעם פון די חברה, האט ער מיר געזאגט די איד האט אויף מיר געמאכט אזא איינדראק וואס קיינער האט נישט געקענט באווייזט ער דא אזוי צופעליג אין שיל בעת וואס דער עולם לייגט צוזאם די תפילן
מקנה זיין עולם הבא.
צוריק ארויף
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 9:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
פארבינד זיך: פארבינד זיך מיט שמעלקא טויב
תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 26, 2014 5:42 pm

דער איז איז מתוק מדבש, רעדט צום דבר, כ'קען א אינגערמאן וואס האט אוועגעווארפן זיין סמארט-פאון נאכן רעדן מיט הרב ראבינאוויטש, דער אינגערמאן האט א גרויסע ביזנעס וואס ער פלעגט פירן דורכ'ן טעלעפאון, נאר הרב ראבינאוויטש האט אים געפאקט מיט דעם סטעיטמענט: ס'איז שווערער צו גלייבן אז מ'קען מחנך זיין קינדער מיט א סמארטפאון ווי צו גלייבן אז מ'קען האבן פרנסה אן א סמארטפאון!

די גאר שארפע טון קעגן די סמארטפאונס האט הרב ראבינאוויטש געהויבן גאר הויעך, אסאך קהילות גייען אין דעם ריכטונג

א פיינע מענטש האט געשריבן:
דער איד האט שוין אפגעהאלטן טויזענטער אידן פון סמארט פאון'ס און פון טעקסט און פון אינטערנעט.
איז מיין איך אז דאס זעלבע דא; אז אפילו נאר איין איד וועט זיך נישט אויס גליטשען אדער צוריק קומען צוליב אים, האט זיך געלוינט אלע זייע דרשות; און איך בין זיכער אז דער נומער איז א סאך העכער ווי דאס.

די וועלכע האבן סמארטפאון'ס האקן אויף אים. און די וועלכע זענען זיך פורש האלטן אז טוט גיט. דו"ק ותשכח.

ממילא איז די שאלה נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט ודי למבין.

דורך ידידי נאמן » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:04 am

מיינע טייערע פריינט
בדידי הוי עובדא
איך האב מיטגעהאלטן לייוו אין א ביהמ''ד בעיר מאנסיווי גאר גאר קנאפע אינגעלייט
זענען שטארק נתעורר געווארן א דאנק הרב שליט''א
און אריבער א שעה צייט האבן די יונגעלייט ארומגעקאכט איבער די כלי השחתה בדורינו

אשריך רבי שאול יצחק
אלמלי ראיתיו לא האמנתיו

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:22 pm

דעפרעסט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די רבנים האבן קודם מורא געהאט אז אויב וועט מען אסר'ן א סמארטפאון ברבים וועט עס ברענגען א פלייץ פון אומגעמאלדענע אומגעפילטערטע סמארפאונ'ס!!

א זאך וואס האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין אמת. די גאנצע פילטער התעוררות איז צענישט געווארן א דאנק די השומרים קארטלעך וכדו'. הונדערטער מענטשן האבן ליידער צוויי טעלעפאנען. א פליפ פאון אין שול און א אומגעפילטערטע סמארט פאן אין טאש.

אלע ווייסן ווי אמת און וואר די רייד זענען, אבער עת לשתוק, בפרט אין אזא אשכול.

בר יוחאי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 12:25 pm

ואלה תולדות שאול יצחק

תגובהדורך בר יוחאי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:33 pm

איש יהודי [יחידי ]היה חסידא ופרישא מאנשי ירושלים של מעלה ושמו ר' שאול יצחק לחם מלחמת ה' במסירות נפש גבור ואיש מלחמה
א ריכטיגע מקנא קנאת ה' צבקות כפנחס בשעתו ווי דער רעבי ז"ל מיט די הייליגע מערכה קעגען קליפת הציונות
לא חת מפני איש ארויסגרישריגען מנהמת לבו הטהור דאס געשריי פון כלל ישראל וואס יעדער איינער ווייסט ליידער ווי גערעכט ער איז נישט געקוקט צו עס וועט אויפטוען צו נישט ארומגעגאנגען פון איין בית מדרש צום צוויטן זיך אמתדיג מבזה געווען פאר כבוד שמים געווען גרייט צוכאפן חצים ובליסטראות מפי בעלי חיצים הלהיב לבבות ישראל לאביהם שבשמים

אונז איבערגעלאזט וי א ספינה מטורפת בלב ים
די שיף איז ארומגענומען מיט שטרומישע כוואליעס די שיף קאפיטאן איז נישטא
ווי אגענעראל אינמיטן שלאכט פעלד
די שטן זאגט אזל גברא דמסתיפניא מיניה
ווילאנג ר' שאול יצחק האט געלעבט זענען מיר געווען רואיהגער אז עס איז נאך דא א מוכיח בשער וואס שרייט ארויס דע אמת וואס פאטשט אי פנים און אונז אויפגעוועקט פונעם טיפן
שלאף אונז האבן נישט זוכה געווען
רחמנא אידכר לן זכותיה דשאול יצחק קנאה

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:46 pm

אידיש.טייפינג האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:הצדיק אבד!
מיר זענען נאמב, די געפילן רייסט שטיקער, דאס פעדער איז ארים צו באשרייבן אזא איד, אוי מי יתן לנו תמורתו, ווער וועט אים נאכטוען? ווער קען אים בכלל נאכטוען? זיין אהבת ישראל בשעת מעשה ווען ער האט געמוסרט, גערעדט גאלדענע פערל ווערטער! נישט געהאט קיין שנאה צום בעל הסמארטפאון קיינמאל, נישט באטיטולט קיין אידן וואס האבן די כלים קיינמאל, יתמו חטאים ולא חוטאים במלא מובן המלה.

א צדיק אמת! מען וואלט געדארפט זיך אונטערנעמען לעילוי נשמתו גדרים וסייגים און די גדולים וטובים פון צווישן אונז וואלטן געדארפט דאס אנפירן.

ממש פערל ווערטער.
גערעדט אסאך שטותים און לאקשן, וגוזמי גוזמאות למטרה חשובה וכונתו רצוי. מ'דארף נישט מגזם זיין, נישט קיין טובה פאר קיינעם

ווי לאנג דו עסט פיצא און ביסט זיך קיין ברעקל נישט מבזה פארן אויבערשטן'ס וועגן האסטו נישט וואס צו איינטיילן אידן וואס האבן אלעס אוועק געגעבן פארן אויבערשטן'ס וועגן.

דער גרויסער איד און יא מ'קען עם אנריפן קדוש האט זיך אינגאנצן אוועק געגעבן פארן אויבערשטן'ס וועגן, ער האט פארלוירן זיין זיך און דאס אוועק געגעבן פארן אלמעכטיגער באשעפער.
איר דארפט עם איבערבעטן פאר די דברי הבל וואס דו האסט דא געשריבן אויף דעם צדיק

די בעסטע ראי' צו וויסן אויב עמיצער האט די כלי בלויז לצורך פרנסה צי נישט, איז זיין רעאקציע צו די וואס זענען לוחם דערקעגן.
דער וואס נוצט עס אויסשליסליך לצורך פרנסה און אויסער דעם רירט ער דאס נישט צו, וועט בארעכטיגן די לוחמים.
דאקעגן די וואס נוצן "לצורך פרנסה" אלס א תירוץ דאס צו קעען נוצן פאר אלע נארישקייטן און פוסטקייטן, וועלן כסדר שוימען און שימפן קעגן די לוחמים.

יא לדעתי איז דאס אמת לאמיתה, וואס איך ווייס ביי מיר אז איך האב א געוויסע כלי, וואס איך דארף עס האבן לצורך ואכהמ"ל (דרך אגב ביי אונז אין ארץ ישראל איז אין אסאך קהילות אריין די תקנה אז א סמארטפאון קע מען האב'ן נאר נאך וואס מ'האט ארויס גענומען דעם אפשרות צו רעד'ן מיט דעם), און איך האב אלע מאל ווען איך האב עם געזעה'ן רעד'ן געבליבן אויס הערן מיט דארשט פשוט זיך מחזק זיין צו וויסן אז ס'איז נאר א בדיעבד און נישט נוצן פאר אנדערע זאכן, אזוי אויך כסדר יעדער מאמר קעגן דעם ברענג איך אין שטוב, און פארקערט איך בין מחזק אין שטוב אז דאס איז נאר א בדיעבד שבדיעבד,
נאך א נקודה וואס לדעתי איז א ראיה איך וועל קיינמאל נישט מעיז זיין צו עס ארויס נעמען בפני רבים נישט ביי קיין שמחה נישט אין גאס און נישט אין שטוב, און אז איך דארף עס נוצן גיי איך אין א ווינקל ווי קיינער זעהט נישט, אלע מאל וואונדער איך זיך ווען איך זעה מענטשן וואס נעמען עס ארויס ברבים, און איך האב שוין עטליכע מאל געזאגט פאר מענטש'ן אז ס'דארף זיין א בושה צו האלטן אזא כלי, אפילו ווען מ'מעג איז דאס א בחינה פון א עונש משמיא אז מ'האט דיר צוגעברענגט משמים אז דו זאסט עס האבן איז שעם זיך מיט דעם ווייס עס נישט פאר אנדערע

לדעתי
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:51 pm

נו שוין האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די רבנים האבן קודם מורא געהאט אז אויב וועט מען אסר'ן א סמארטפאון ברבים וועט עס ברענגען א פלייץ פון אומגעמאלדענע אומגעפילטערטע סמארפאונ'ס!!

א זאך וואס האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין אמת. די גאנצע פילטער התעוררות איז צענישט געווארן א דאנק די השומרים קארטלעך וכדו'. הונדערטער מענטשן האבן ליידער צוויי טעלעפאנען. א פליפ פאון אין שול און א אומגעפילטערטע סמארט פאן אין טאש.

אלע ???? !!! ווייסן ווי אמת און וואר די רייד זענען, אבער עת לשתוק, בפרט אין אזא אשכול.

מ'האלט מיר שוין ביי 2, ווער נאך ס'האלט אזוי זאל אויפהייבן די הענט.
אבער נישט אויף אייוועלט, גייט ביטע צו די אנדערע מבואות, דארט ווי עס דרייען זיך אלע... וועלכע זענען פארקראכן פון אידישקייט אדאנק די "השומרים קארטליך".

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:57 pm

לדעתי האט געשריבן:

די מארגנים פון השומרים קארטלעך, גיבן נישט אזוי אכטונג אויף די שפראך אזוי ווי דער "אמרי שאול", ער פלעג מעסטן זיינע ווערטער, א סאך קארטלעך זענען ווילדע און שמוציגע אויסדריקן ווי למשל אנרופן איינער וואס האט א סמארפאון "סמארטיסט", דאס קומט פון פילע האס און שנאה אויף געוויסע אידן.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:00 pm

יהא זכרו ברוך

מה פעולותיו בחיים אף הוא בחיים

כאטש וואס אין די טעכנעלאגיע מלחמה איז ער געווען דער גענעראל און ראש המדברים, האט ער אויך פיל משפיע געווען אין אנדערע נושאים

איך געדענק פאר עטליכע יאר צוריק האט ער געגעבן א ווארימע שמועס פאר א חבורה אינגעלייט, איבער די נושא פון ערליכע נגינה ועוד.

מיין זוהן דערציילט מיר: זיי האבן געהאט א ישיבה קטנה שבת התוועדות. מוצש"ק האט הרב ראבינאוויטש אויפגעטרעטן. פאר במשך דריי שעה איז דער גאנצער עולם געזעסן פארגליווערט. לא רעב ולא צמא כי אם לשמוע
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:01 pm

א אינטרעסאנטע זאך האב איך געהערט היינט נאכט אין בית מדרש ביי תפילת מעריב פון איינער פון די מתפללים ביי אונז אין בית מדרש,
ער דערציילט אויף א ברודער זיינער וואס האט ליידער א בחור וואס האט זיך לעצטנ'ס גענומען חבר'ן מיט נישט גוטע חברים און ווערט זייער נאך געשלעפט נאך זיי ה"י, און אלעס וואס ער קען נאר האט ער פרוהבירט צו ראטעווען זיין זוהן ולא עלתה בידו, זיין זוה'ן איז שוין ליידער אן קיין ישיבה און נישט ווייל די ישיבה האט עם פארשיקט נאר ווייל דער בחור וויל אליין נישט גיין מער אין ישיבה ה"י,
דערציילט ער אז נעכט'ן ווען ער האט געהערט פון די פטירה פון ר' שאול יצחק, און ער האט געהערט מפעלות חייו, ער האט פאר דעם קיינמאל נישט געהערט פון עם, אבער נעכטן האט ער געהערט פון דעם, איז עם אריין געפאלן א מחשבה אז זיכער ביי אזא צדיק קען מען זיכער פועל'ן בפרט אויף ערליכע קינדער, איז ער געגאנגען צו די לוי'ה און דערנאך איז ער געבליבן דארט ביז דער עולם איז אוועק פון דארט, דערנאך איז ער צוגעגאנגען צום פריש'ן קבר, און זיך פשוט גענומען גיס'ן זיין הארץ בתפילה ותחנונים,
וי יענער דערציילט אז זייט נעכט'ן נאכט נאך חנוכה ליכט איז אראפ א רוח טהרה אויף דעם בחור, דער טאטע האט זיך פשוט נישט געגלויבט וואס ער זעה'ט פאר זיינע אויג'ן דער בחור גייט נישט ארויס צו זיינע נישט גוטע חברים, און ער האט אויס געלאשן זיין פאון, נעכטן האט נאך דער טאטע געקלערט אשר איז ער א בעל דמיון און ער האט היינט קיינעם נישט געזאגט פון דעם, אבער דערנאך וואס ער האט געזעהן אז היינט אויך אגאנצן טאג איז דער בחור געבליב'ן אין שטוב, האט ער גערופן זיין ברודער עס דערציילן

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:01 pm

בעריש'ל האט געשריבן:די מארגנים פון השומרים קארטלעך, גיבן נישט אזוי אכטונג אויף די שפראך אזוי ווי דער "אמרי שאול", ער פלעג מעסטן זיינע ווערטער, א סאך קארטלעך זענען ווילדע און שמוציגע אויסדריקן ווי למשל אנרופן איינער וואס האט א סמארפאון "סמארטיסט", דאס קומט פון פילע האס און שנאה אויף געוויסע אידן.

ווער?
די מאדזיצע רבי?...

לדעתי
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:08 pm

בעריש'ל האט געשריבן:די מארגנים פון השומרים קארטלעך, גיבן נישט אזוי אכטונג אויף די שפראך אזוי ווי דער "אמרי שאול", ער פלעג מעסטן זיינע ווערטער, א סאך קארטלעך זענען ווילדע און שמוציגע אויסדריקן ווי למשל אנרופן איינער וואס האט א סמארפאון "סמארטיסט", דאס קומט פון פילע האס און שנאה אויף געוויסע אידן.

כ'וועל טרייען עס איבערצוזאגן און זאג מיר צו כ'האב גוט פארשטאנען.

די "ווילדע און שמוציגע אויסדריקן" אויף השומרים קארטליך, האט געמאכט אז אינגעמאן זאל קויפן א אומגעפילטערטע כלי. יא?

בעריש'ל האט געשריבן:דאס קומט פון פילע האס און שנאה אויף געוויסע אידן

דאס קען איך אפילו נישט טרייען איבערצוזאגן.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:11 pm

זיסקינד האט געשריבן:א אינטרעסאנטע זאך האב איך געהערט היינט נאכט אין בית מדרש ביי תפילת מעריב פון איינער פון די מתפללים ביי אונז אין בית מדרש,
ער דערציילט אויף א ברודער זיינער וואס האט ליידער א בחור וואס האט זיך לעצטנ'ס גענומען חבר'ן מיט נישט גוטע חברים און ווערט זייער נאך געשלעפט נאך זיי ה"י, און אלעס וואס ער קען נאר האט ער פרוהבירט צו ראטעווען זיין זוהן ולא עלתה בידו, זיין זוה'ן איז שוין ליידער אן קיין ישיבה און נישט ווייל די ישיבה האט עם פארשיקט נאר ווייל דער בחור וויל אליין נישט גיין מער אין ישיבה ה"י,
דערציילט ער אז נעכט'ן ווען ער האט געהערט פון די פטירה פון ר' שאול יצחק, און ער האט געהערט מפעלות חייו, ער האט פאר דעם קיינמאל נישט געהערט פון עם, אבער נעכטן האט ער געהערט פון דעם, איז עם אריין געפאלן א מחשבה אז זיכער ביי אזא צדיק קען מען זיכער פועל'ן בפרט אויף ערליכע קינדער, איז ער געגאנגען צו די לוי'ה און דערנאך איז ער געבליבן דארט ביז דער עולם איז אוועק פון דארט, דערנאך איז ער צוגעגאנגען צום פריש'ן קבר, און זיך פשוט גענומען גיס'ן זיין הארץ בתפילה ותחנונים,
וי יענער דערציילט אז זייט נעכט'ן נאכט נאך חנוכה ליכט איז אראפ א רוח טהרה אויף דעם בחור, דער טאטע האט זיך פשוט נישט געגלויבט וואס ער זעה'ט פאר זיינע אויג'ן דער בחור גייט נישט ארויס צו זיינע נישט גוטע חברים, און ער האט אויס געלאשן זיין פאון, נעכטן האט נאך דער טאטע געקלערט אשר איז ער א בעל דמיון און ער האט היינט קיינעם נישט געזאגט פון דעם, אבער דערנאך וואס ער האט געזעהן אז היינט אויך אגאנצן טאג איז דער בחור געבליב'ן אין שטוב, האט ער גערופן זיין ברודער עס דערציילן

האב איך געוויסט אז די נבאוה איז ביי די טיפשים איך האב שוין נעכטן געזאגט אין בית מדרש ברבים די און ענדליכע מעשיות מתוך נביאות

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:14 pm

לדעתי האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:די מארגנים פון השומרים קארטלעך, גיבן נישט אזוי אכטונג אויף די שפראך אזוי ווי דער "אמרי שאול", ער פלעג מעסטן זיינע ווערטער, א סאך קארטלעך זענען ווילדע און שמוציגע אויסדריקן ווי למשל אנרופן איינער וואס האט א סמארפאון "סמארטיסט", דאס קומט פון פילע האס און שנאה אויף געוויסע אידן.

כ'וועל טרייען עס איבערצוזאגן און זאג מיר צו כ'האב גוט פארשטאנען.

די "ווילדע און שמוציגע אויסדריקן" אויף השומרים קארטליך, האט געמאכט אז אינגעמאן זאל קויפן א אומגעפילטערטע כלי. יא?

בעריש'ל האט געשריבן:דאס קומט פון פילע האס און שנאה אויף געוויסע אידן

דאס קען איך אפילו נישט טרייען איבערצוזאגן.

אביסל רוהיגער ביטע.

אקעי לאמיך דיר מסביר זיין, די שומרים קארדס (לאו דווקא ש"ק, בכלל די 2 פאונס תקנות) האט אנגעווערטשאפט אז אינגערמאן איז נישט אזוי להוט צו ארויפלייגן א פילטר גראד ביים קויפן, פארגעס נישט מקויפט אין געשעפטן בלויז אומגעפילטערטע כלים, און סנעמט א עפפארט ארויפצולייכן א פילטער, סוי אז די פאון איז במילא א באהאלטענע פאון, פארוואס זיך באדערן ארויפצולייגן פילטערס? סאיז נישט איינער און נישט 10 מענטשן, הונדערטע אינגעלייט וואס דו קענסט גייען דורך די זעלבע נסיונות פון בכלל נישט האבן קיין פילטער, זינט די 2 פאון מערכה.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:19 pm

לדעתי האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:די מארגנים פון השומרים קארטלעך, גיבן נישט אזוי אכטונג אויף די שפראך אזוי ווי דער "אמרי שאול", ער פלעג מעסטן זיינע ווערטער, א סאך קארטלעך זענען ווילדע און שמוציגע אויסדריקן ווי למשל אנרופן איינער וואס האט א סמארפאון "סמארטיסט", דאס קומט פון פילע האס און שנאה אויף געוויסע אידן.

כ'וועל טרייען עס איבערצוזאגן און זאג מיר צו כ'האב גוט פארשטאנען.

די "ווילדע און שמוציגע אויסדריקן" אויף השומרים קארטליך, האט געמאכט אז אינגעמאן זאל קויפן א אומגעפילטערטע כלי. יא?

בעריש'ל האט געשריבן:דאס קומט פון פילע האס און שנאה אויף געוויסע אידן

דאס קען איך אפילו נישט טרייען איבערצוזאגן.

נישט ריכטיג אפגעטייטשט.
איך זאג נישט און איך ווייס נישט צו "השומרים" ברענגט צו אז אידן זאלן האבן נישט כשרע כלים.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:21 pm

ראספשע האט געשריבן:ווער?
די מאדזיצע רבי?...

לאל, מאדזיץ איז נישט דברי שאול?

לדעתי
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:25 pm

נו שוין האט געשריבן:אביסל רוהיגער ביטע.

אקעי לאמיך דיר מסביר זיין, די שומרים קארדס (לאו דווקא ש"ק, בכלל די 2 פאונס תקנות) האט אנגעווערטשאפט אז אינגערמאן איז נישט אזוי להוט צו ארויפלייגן א פילטר גראד ביים קויפן, פארגעס נישט מקויפט אין געשעפטן בלויז אומגעפילטערטע כלים, און סנעמט א עפפארט ארויפצולייכן א פילטער, סוי אז די פאון איז במילא א באהאלטענע פאון, פארוואס זיך באדערן ארויפצולייגן פילטערס? סאיז נישט איינער און נישט 10 מענטשן, הונדערטע אינגעלייט וואס דו קענסט גייען דורך די זעלבע נסיונות פון בכלל נישט האבן קיין פילטער, זינט די 2 פאון מערכה.

לאמיר דיר רוהיג מסביר זיין וואס כ'האב געפרעגט.
ביז גערעכט אז ווען מ'קויפט א פאן האט עס נישט קיין פילטער,
ביסט אויך גערעכט אז ס'איז דא ש"ק מיט 2 פאונס תקנה.

וואס אין די וועלט האט אבער צוזאמגעברענגט אז די צוויי פאקטן זאלן מאכן אז א אינגעמאן זאל נישט לייגן א פילטער אויף זיין פאן?

שוין אמאל געהערט אז איינער האט נישט געמאכט א ברית פאר זיין זוהן ווייל ווען מ'האט אים געבוירן איז ער געווען אומגע'מל'עט?

לו יהא אז ש"ק איז א אומ'אחריות'דיגע פריעקט, זאל זיך א אינגעמאן מפקיר זיין זיין אידישקייט צוליב דעם.
איינער וואס האט נישט ליב "ארטסקראול" הערט וועגן דעם אויף לערנען גמרא?
איינער וואס האט נישט ליב "קאלע" הערט וועגן דעם אויף טרינקען סאדע?

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:26 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:ווער?
די מאדזיצע רבי?...

לאל, מאדזיץ איז נישט דברי שאול?

דברי שאול? איז דאך דער שואל ומשיב רבי יוסף שאול נאטנזאהן!

איר קענט עם רופן דער 'ויצחק שאול', ווייל ער האט געשמייכלט כל ימיו.....
אדער דער בעל 'וישאל יצחק', ווייל ער האט געפרעגט שטענדיג, "וואס דארפט איר? קינדער אדער פרנסה?".....

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:27 pm

ראספשע האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:ווער?
די מאדזיצע רבי?...

לאל, מאדזיץ איז נישט דברי שאול?

דברי שאול? איז דאך דער שואל ומשיב רבי יוסף שאול נאטנזאהן!

איר קענט עם רופן דער 'ויצחק שאול', ווייל ער האט געשמייכלט כל ימיו.....
אדער דער בעל 'וישאל יצחק', ווייל ער האט געפרעגט שטענדיג, "וואס דארפט איר? קינדער אדער פרנסה?".....

ריכטיג, און האסט א שיין פעדער!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:29 pm

לדעתי האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
די רבנים האבן קודם מורא געהאט אז אויב וועט מען אסר'ן א סמארטפאון ברבים וועט עס ברענגען א פלייץ פון אומגעמאלדענע אומגעפילטערטע סמארפאונ'ס!!

א זאך וואס האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין אמת. די גאנצע פילטער התעוררות איז צענישט געווארן א דאנק די השומרים קארטלעך וכדו'. הונדערטער מענטשן האבן ליידער צוויי טעלעפאנען. א פליפ פאון אין שול און א אומגעפילטערטע סמארט פאן אין טאש.

ביטע זיך מסביר זיין פארוואס השומרים קארטליך האט איינעם אוועקגענומען די ערענסטקייט און שעדליכקייט פון א אומגעפילטערטע כלי.

ווייל אנטשטאט געבן די ריכטיגע געפיל אז ער טוט א גיטע זאך ברענגט די השומרים קארטליך ארויס אז אפילו מיט א פילטער איז מען א שגץ

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:30 pm

.
לעצט פאראכטן דורך קהל עדתינו אום דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ויציב ונכון
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:31 pm

עס איז אינטערסאנט וויאזוי אנהייב ווען עס האט זיך אנגעהויבן די השומרים קארטלעך איז געהערט געווארן טענות פון אלע ריכטונגען און היינט ב"ה קען עס שוין יעדער נארמאלע מענטש עקסעפטן
לאמיר גיין אין א אנדערע ריכטונג נישט וויפיל סמארטפאנס זענען געווארן אוועק געווארפן נאר דאס אז לכולי עלמא האט הרה"צ ר' שאול יצחק די פילע קרעדיט איבער די הונדערטער טויזענטער פליפ פאנס וואס דרייען זיך ארום ווער עס האט אביסל מיטגעהאלטן ווייסט אז דאס איז זיין פילע קרעדיט!
ער וואלט געקענט מאכן גרויס געלט פון די פליפ פאנס נאר ער האט בפירוש געזאגט אז ער וויל נישט! ער האט נישט געוואלט האבן קיין שום אייגענע ריווח פון די מערכה! נאר יעדעם געשטיפט צו פארקויפן כשערע טעלעפאנס!

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, rogers, א מוח, בשבילי נברא, גרויסע-גדולה און 48 געסט