בד"ה: הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל - כ”ה כסלו תשע”ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

בד"ה דאס הארץ רייסט

סיום מעין הפתיחה, ווער ס'געדענקט די דרשות בתחילת עשייתו פלעגט ער אנפאנגען אז ס'זאל זיין לרפואת זיין חבר נאמן הרה"ג ... [זצ"ל] - נסתרים דרכי ה'
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובה דורך עכט היימיש »

יוראפ האט געשריבן:בד"ה דאס הארץ רייסט

סיום מעין הפתיחה, ווער ס'געדענקט די דרשות בתחילת עשייתו פלעגט ער אנפאנגען אז ס'זאל זיין לרפואת זיין חבר נאמן הרה"ג ... [זצ"ל] - נסתרים דרכי ה'

וואס איז די סוד?
ער האט אנגעהויבן זיינע דרשות לרפואת הרה"ג רבי מאיר יעקב מויזקאפף זצ"ל.
ווען איך האב אים א שטיק צייט צוריק דערמאנט אז ער האט דאן אנגעהויבן, זאגט ער מיר 'זעסט איך האב שוין אויך נישט געדענקט ווי אזוי איך האב אנגעהויבן...'
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך עבודת_הבורא »

יש מזל האט געשריבן:מה שם אביו?
רוצה ללמוד משניות לעילוי נשמתו הטהורה

רפאל חיים יחיאל
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

תגובה דורך נישט פשוט »

ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה, אוי לנו כי חטאנו, אוי לנו כי פשענו…".
!!THANK YOU BANAA#
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך עבודת_הבורא »

זיינע פעולות לטובה לעבן נאך און האבן א קיום, זאל עס זיין א מליץ יושר פאר איהם און פאר כלל ישראל


די שר של עשיו האט געפירט א קאמף מיט אונזער טאטען יעקב א גאנצע נאכט צום סוף ווען ער האט געזעהן אז ער האט פארלוירן האט ער אים געגעבן א ריק, איי וועט איינער פרעגן נא ווער דען האט געווינען נישט די שר של עשיו וואס האט געגעבן דאס לעצטע דעם ריק? דער תירץ איז ניין, ווייל מען האט נישט געקריגט א גאנצע נאכט ווער עס קען בעסער ריקן, עס איז געווען א גראנגל צווישן טומאה און קדושה, און דאס האט יעקב געווינען, דערפאר קען נישט ווערען באצייכענט דעם ריק ווי א נצחון אין זייער געראנגל.

דאס זעלבע קען מען זאגן דא, יא יא דער בעל דבר האט אונז טאקע געגעבן יעצט דעם ריק אבער געווינען האט ער שוין נישט, ר' שאול יצחק האט אנגעזייט קערליך וואס וועט ווייטער אנגיין מיטן אייבערשטנס הילף.

פון די אנדערע זייט זעהן מיר ביי יעקב אבינו אז דער אייבערשטער האט געשיקט דעם זון זאל אויסהיילן דאס וואס דער שר אנגעווערטשאפט אזוי אז ער זאל ניטאמאל האבן דאס אפגעטון, בעטן מיר ביים בורא כל עולמים זאל אונז אלע טרייסטן און היילן די טיפע וואנדען פון אונז און אלע מיטגעלידער פון די משפחה הנכבדה ובלע מות לנצח בב"א
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די ייצר הרע איז געגאנגען צום אייבערשטען ער געט אויף די מלחמה, עס איז דא א גענעראל ביי כלל ישראל וואס נעמט אוועק די בחירה פון מענטשען, און עס איז א בכלל נישט בגדר בירור האחרון,
האט אים בית דין ליידער געגעבן גערעכט, און די קעניג האט געהייסען נעמטס אהיים די גענעראל, ער האט שוין עני וועי אויפגעטוען וואס ער האט געדארפט אויפטוען לאז מיר זעהן ווי אזוי מיינע קינדער שלאגען זיך אן אים,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

תגובה דורך מחאה »

איך מיז שרייבן ווייל עס פאסט זיך מתאבל צי זיין אויף אזא הייליגער איד זיע"א אבער וואס מען שרייבט איז ווייניג! לו דומיה תהלה! איך האף אז דארט וועט ער ווייטער משתדל זיין פאר אונזער דור יתום וואס ער האט ליידער מער פאר'יתום'ט... און איך האף אז ער וועט מיר מוחל זיין אויב איך האב ח"ו אמאל פוגע געווען בכבודו (פרובירט נישט פוגע צו זיין)... וה' ירחם עלינו ת.נ.צ.ב.ה. גיימיר לערנען לע"נ הרב הקדוש רבי שאול יצחק זצוקללה"ה בן אדמו"ר רפאל חיים יחיאל שליט"א
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ברוך דיין האמת.

דאס איז נישט קיין הסתרת פנים. דאס איז אן התגלות! אויב האט דער ס״מ זיך פארלייגט אויף אים איז טייטש אז ער איז אים געשטאנען אין וועג.

ר׳ שאול יצחק ע״ה. בגן עדן תהא מנוחתו צרורה בצרור החיים.

בייגעלייגט א קליפ פון איינע פון זיינע הונדערטער מס״נ׳דיגע אויפטריטן אין די בתי מדרשים, איבער זיין אייגן אינטערגענומענע קאמף אויפצוקלערן אידישע קינדער איבער די סכנות׳דיגע טעכנעלאגיע. און אז זיי זאלן אוועקווארפן זייערע סמארט פאונס.

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
קראך א גוטס
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 2:27 pm
לאקאציע: מאנסי, ניו יארק

תגובה דורך קראך א גוטס »

אוי ברוך דין האמת ער זאל מיגן זיין אויפן גאנצן דור!
קראך א גוטס
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובה דורך גולם פון פראג »

יאך וויל שרייבען א לענגערע הערכה אויף דעם אדם גדול בענקים, נאר יאך בין מסופק אויב דער הייליגער צדיק זי"ע וועט נישט האבן צער בעלמא דקשוט זעענדיג ווי מנוצט די אינטערנעט עם צו באוויינען...
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובה דורך עכט היימיש »

גולם פון פראג האט געשריבן:יאך וויל שרייבען א לענגערע הערכה אויף דעם אדם גדול בענקים, נאר יאך בין מסופק אויב דער הייליגער צדיק זי"ע וועט נישט האבן צער בעלמא דקשוט זעענדיג ווי מנוצט די אינטערנעט עם צו באוויינען...

א גרויסע חילוק צווישן א כשר'ע אויסגעהאלטנע סייט און די איטערנעט פון די סמארטפאונס פון וואס ער האט גערעד.
והדברים מובנים.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובה דורך גולם פון פראג »

עכט היימיש האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:יאך וויל שרייבען א לענגערע הערכה אויף דעם אדם גדול בענקים, נאר יאך בין מסופק אויב דער הייליגער צדיק זי"ע וועט נישט האבן צער בעלמא דקשוט זעענדיג ווי מנוצט די אינטערנעט עם צו באוויינען...

א גרויסע חילוק צווישן א כשר'ע אויסגעהאלטנע סייט און די איטערנעט פון די סמארטפאונס פון וואס ער האט גערעד.
והדברים מובנים.

נעוואדא פארשטייצעך
פארט בינעך מסופק אז סאיז דאך די אינטערנעט און ווען דער נפטר זי"ע וואלט דאס צוגעזען וואלט ער מסתמה מוחה געווען...
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

עכט היימיש האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:יאך וויל שרייבען א לענגערע הערכה אויף דעם אדם גדול בענקים, נאר יאך בין מסופק אויב דער הייליגער צדיק זי"ע וועט נישט האבן צער בעלמא דקשוט זעענדיג ווי מנוצט די אינטערנעט עם צו באוויינען...

א גרויסע חילוק צווישן א כשר'ע אויסגעהאלטנע סייט און די איטערנעט פון די סמארטפאונס פון וואס ער האט גערעד.
והדברים מובנים.

ער האט לוחם געווען קעגן סמארט פאון'ס אפילו מיט א פילטער, איך גלייב אז אייוועלט איז אים בוודאי נישט געווען ניחא.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובה דורך גולם פון פראג »

ער האט דאך אויכעט מוחה געווען קעגען טעקסט....
איי מי ייתן לנו תמורתו
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך איינס »

דממה דקה האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:יאך וויל שרייבען א לענגערע הערכה אויף דעם אדם גדול בענקים, נאר יאך בין מסופק אויב דער הייליגער צדיק זי"ע וועט נישט האבן צער בעלמא דקשוט זעענדיג ווי מנוצט די אינטערנעט עם צו באוויינען...

א גרויסע חילוק צווישן א כשר'ע אויסגעהאלטנע סייט און די איטערנעט פון די סמארטפאונס פון וואס ער האט גערעד.
והדברים מובנים.

ער האט לוחם געווען קעגן סמארט פאון'ס אפילו מיט א פילטער, איך גלייב אז אייוועלט איז אים בוודאי נישט געווען ניחא.


מ'דארף אבער ארויס ברענגען א פשוטע פוינט.
ער האט לוחם געווען אויף א זאך וואס ער האט געהאלטן אז ער דארף טוען, און פון זיין פוינט אויף ווייו איז ער געגיינגען מיטן אמת ביזן סוף אוועקלייגנדיג זיין כבוד און וואס נישט פאר דעם.
און כאטש וואס דו און איך און אלע וואס זענען דא וועלן נישט מסכים זיין מיט זיין וועג אין טעכנעלאגיע דארף מען אבער זיך אפלערנען די געדאנק פון שטיין אויף די עקרונות.

און (להבדיל.....) ווי איינער (") אין א"י האט געטענהט אז ער האט נישט קיין טענות אויף די פרומע וואס פייטן וועגן שבת ווייל זיי גלייבן אז דאס דארפן זיי טוען, ער האט נאר טענות אויף איינער וואס היט נישט קיין שבת און ער פייט קעגן אנדערע וואס היטן נישט שבת
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובה דורך טעם וריח »

אין אני ראוי להספיד צדיק כמותו, זכותו יגן עלינו.

א קליינע באמערקונג, כאטש ער פלעגט מעורר זיין מיט אזא אויסערגעווענליכע אויסגעשפראכענקייט קעגן סמארט פאונס, האסטו קיינמאל איהם נישט געזעהן פערזענדליך אטעקירן איינעם מיט א סמארט פאון! זיין מידות טובות איז געווען להפליא, פערזענליך קיינמאלל קיינעם נישט אראפגעריסן אדער אנגעשריגן! דאס ווייזט אויף זיין מידת האמת באגלייט מיט זיין מידות טובות.
ת.נ.צ.ב.ה
על "טעם וריח" אין להתווכח
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4634
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובה דורך א חסיד »

ער איז געפארען קיין ארץ ישראל אויף תשרי מיט דיא גאנצע משפחה און יו"כ איז ער אריין געפירט געווארן אין שפיטאל און שוין נישט געקענט אהיים פארען האט ער אהיים געשיקט דער קינדער און נאר ער מיט זיין רעבצין זענען געבליבען. דער מצב איז געווארען וויא א טאג ערגער און ערגער אז מהאט מורא געהאט אז ער וועט חלילה שטארבען דיא וואך פון דיא חתונה עד כדי כך אז דער חתן האט נישט געוויסט צו ער זאהל מאכען אן אויפרוף איז ער אריין צום באיאנער רבי שליטא פרייטאג אין דעק פרי און דער קבי האט איהם געזאגט יא דו זאלסט מאכען מארגן דיא אויף רוף און ער וועט נאך זיין דא ביי דיא חתונה, און כך הוה סיז געווען גאר א לייבידיגע חתונה ב"ה און ער גייט נאר זיצען שבעה צוויי טעג
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

תגובה דורך נו שוין »

טעם וריח האט געשריבן:אין אני ראוי להספיד צדיק כמותו, זכותו יגן עלינו.

א קליינע באמערקונג, כאטש ער פלעגט מעורר זיין מיט אזא אויסערגעווענליכע אויסגעשפראכענקייט קעגן סמארט פאונס, האסטו קיינמאל איהם נישט געזעהן פערזענדליך אטעקירן איינעם מיט א סמארט פאון! זיין מידות טובות איז געווען להפליא, פערזענליך קיינמאלל קיינעם נישט אראפגעריסן אדער אנגעשריגן! דאס ווייזט אויף זיין מידת האמת באגלייט מיט זיין מידות טובות.
ת.נ.צ.ב.ה

פונקט דאס געוואלט שרייבן! דאס אפשר קען זיין די סיבה אז דבריו נשמעים.
#בשיטה נישט
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובה דורך גולם פון פראג »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

דאס איז נישט קיין הסתרת פנים. דאס איז אן התגלות! אויב האט דער ס״מ זיך פארלייגט אויף אים איז טייטש אז ער איז אים געשטאנען אין וועג.

ר׳ שאול יצחק ע״ה. בגן עדן תהא מנוחתו צרורה בצרור החיים.

בייגעלייגט א קליפ פון איינע פון זיינע הונדערטער מס״נ׳דיגע אויפטריטן אין די בתי מדרשים, איבער זיין אייגן אינטערגענומענע קאמף אויפצוקלערן אידישע קינדער איבער די סכנות׳דיגע טעכנעלאגיע. און אז זיי זאלן אוועקווארפן זייערע סמארט פאונס.

דראפבאקסגוגל דרייוו

איז די קליפ געווארען אפגעכאפט מיט א סמארטפון?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

עכט היימיש האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:יאך וויל שרייבען א לענגערע הערכה אויף דעם אדם גדול בענקים, נאר יאך בין מסופק אויב דער הייליגער צדיק זי"ע וועט נישט האבן צער בעלמא דקשוט זעענדיג ווי מנוצט די אינטערנעט עם צו באוויינען...

א גרויסע חילוק צווישן א כשר'ע אויסגעהאלטנע סייט און די איטערנעט פון די סמארטפאונס פון וואס ער האט גערעד.
והדברים מובנים.


איך פלעג אסאך רעדן (זיך טענה'ען) מיט ר' שאול יצחק דערוועגן און ער האט געהאלטען בשיטה און מיט א תמימות אז עס נישט קיין שום היתר צו האבן אינטערנעט אפילו מיט א פילטער און אויך נישט לשם פרנסה , אויך נישט אין אפיס ,ער האט מיר געגעבן אפאר נעמען פון אידן גבירים וואס האבן בכלל נישט קיין אינטערנעט, ער האט געזאגט א איד א מאמין דארף גלייבן ער קען האבן פרנסה אן אינטערנעט , און ער פלעגן טאקע אראפרייסן אלע רבנים להבחל"ח אז די התירים מיט די פילטערס הארגענען די ערענסקייט
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

גולם פון פראג האט געשריבן:איז די קליפ געווארען אפגעכאפט מיט א סמארטפון?


ניין. מיט א סענסע קליפ.

[אדער מיט א שׁעער מאשין].
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובה דורך גולם פון פראג »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:איז די קליפ געווארען אפגעכאפט מיט א סמארטפון?


ניין. מיט א סענסע קליפ.

[אדער מיט א שׁעער מאשין].

די היינטיגע שעהר מאשינען קאנען שוין אפכאפען קליפס???
פששש וואס דער נייער דור פארמאגט אלטץ...
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובה דורך גולם פון פראג »

רעסטאראנט האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:יאך וויל שרייבען א לענגערע הערכה אויף דעם אדם גדול בענקים, נאר יאך בין מסופק אויב דער הייליגער צדיק זי"ע וועט נישט האבן צער בעלמא דקשוט זעענדיג ווי מנוצט די אינטערנעט עם צו באוויינען...

א גרויסע חילוק צווישן א כשר'ע אויסגעהאלטנע סייט און די איטערנעט פון די סמארטפאונס פון וואס ער האט גערעד.
והדברים מובנים.


איך פלעג אסאך רעדן (זיך טענה'ען) מיט ר' שאול יצחק דערוועגן און ער האט געהאלטען בשיטה און מיט א תמימות אז עס נישט קיין שום היתר צו האבן אינטערנעט אפילו מיט א פילטער און אויך נישט לשם פרנסה , אויך נישט אין אפיס ,ער האט מיר געגעבן אפאר נעמען פון אידן גבירים וואס האבן בכלל נישט קיין אינטערנעט, ער האט געזאגט א איד א מאמין דארף גלייבן ער קען האבן פרנסה אן אינטערנעט , און ער פלעגן טאקע אראפרייסן אלע רבנים להבחל"ח אז די התירים מיט די פילטערס הארגענען די ערענסקייט

ער האט קיינמאל קיין רבנים נישט אראפגעריסען
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

חושב מחשבות... האט געשריבן:נישט קיין נפק''מ פונקטליך וועלכע מהלך ער האט גענומען צו פירן די מלחמה, הגם ס'געווען היפש אייגנארטיג, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די איד איז געווען גרייט אויף מסי''נ, אפילו אין זיינע גאר שווערע צייטן האט ער נאכאלס פראבירט בשארית כוחותיו זיך אריבערצוכאפן אין ביהמ''ד פאר א טאג צוויי און מרעיש עולמות זיין אויפן פגע ונגע העולמי.

ער איז געווען א דמות וואס האט דערמאנט אביסל פון די פריערדיגע לוחמים וגדולים ביי כלל ישראל ווי ר' הילל קאלאמייער וכדומה וואס האבן זיך אוועקגעשטעלט אינמיטן מארק און ארויסגעשריגן דעם דבר ה', אפגעזעהן וויאזוי מ'נעמט עס אויף, און צו זייער כבוד ווערט נפסד, דעי מאס עזות דקדושה פון אזא איד האט אויפגעפלאמט בתוך די הערצער פון אידישע קינדער די פלאם פייער פון קדושה און מסירת נפש, ס'האט אביסל געגעבן א פענצטערל צוריק צו די בראשית יארן ווערן די רבי ז''ל האט אנגעהויבן די מלחמה כבידה מיט די ציונים, ווען ער איז געווען נאך אפגעלאכט קבל תבל ומלואה,

אין א געוויסע זין האט ער אריינגעלייגט אין א כלי די גאנצע היסטארישע 'כינוס כלל ישראל' וואס יעדער איז געשטאנען אין געווארט אז ס'זאל שוין עפעס ווערן, הוא הגבר ראה און גענומען די זאך אין די האנט אריין, ס'קען זיך זאגן אז ווען נישט איהם האלטן מיר נאך עשר מעלות אחורנית, ווער געדענקט אנפאנג ווען ס'האט אנגעהויבן פארמירט ווערן בתוך קהלות הקודש די תקנה נישט ארויסצונעמן ברבים די סמארטפאון, ווי ער איז ארומגעגאנגן און מחזק געווען, און ארומגעפירט אינפארמאציע אז אין יענע שול איז שוין דא א תקנה, און יעצט שוין אויך און נאך א שול, וואס האט געמאכט אזא קנאת סופרים...


עכ''פ תנצב''ה, זיינע פעולות לטובה לעבן נאך און האבן א קיום, זאל עס זיין א מליץ יושר פאר איהם און פאר כלל ישראל

זאגסט זייער גוט אז "דעי מאס עזות דקדושה פון אזא איד האט אויפגעפלאמט בתוך די הערצער פון אידישע קינדער די פלאם פייער פון קדושה און מסירת נפש"; און ווייסט פארוואס? ווייל ער האט עס געמיינט אין גאנצען ערענסט, און מען האט עס געקענט שפירען אז ער מיינט עס ערענסט אן עס קומט פון הארץ און נישט פון ערגעץ אנדערש.

איך בין נישט קיין קנאי (א אידיאליסט יא, אבער נישט א קנאי) און דער סיבה איז ווייל קנאות איז א זייער גרויסע מדריגה (הלוואי וואלט איך געווען). צו זיין א קנאי דארף מען עס באמת מיינען און זיין ווי פנחס וואס דער באשעפער איז אויף אים מעיד תחת אשר קנא לאלקיו, אז ער האט געמיינט דער באשעפער, און גארנישט זיך.

דערפאר טאקע האט ער געהאט א עפעקט, און זיינע דרשות האבען עושה רושם געווען, כאטש מענטשען האבען עס נישט געוואלט אפען ארויס ווייזען.

מיר פרייען זיך אז מיר האבען אים מחזק געווען יעדעס מאל וואס ער איז אריין געקומען אין בית המדרש האלטען א דרשה. איך פלעג צו גיין און אים הארצליך באדאנקען, און אים אויך איין מאל צו געוויזען פארוואס וואס ער טוהט איז זייער ריכטיג און זאל נישט נתפעל ווערען פאר קיינעם.

ליינענדיג דא, ווערען מיר געוואויר אז ער האט זיך יעצט משדך געווען מיט מיין קאזין הרב וויינבערג שליט"א, און מיר פרייען זיך צו האבען אריין באקומען זיין'ס א קינד ביי אונז אין משפחה.

יהא זכרו ברוך; מיר וועלען אים מיט נאסטאלדזיע געדענקען לברכה.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

פראצעדור האט געשריבן:קיינער איז נישט גרייט געווען צו טון וואס ער האט געטון
פשוט זיך געלאזט פארשעמן און געכאפט ביזיבזיונות פארן אייבישטערס כבוד
ווי הערט מען היינט אזוינס?
ער וועט זיכער אריינגיין מיט גאלדענע אויתיות אין די יודעשע היסטריע ביכער ווען מען וועט רעדען פון די טעכנעלאגיא ג'ענערעישין (משיח זאל אוודאי קומען שנעלער)

קיינער האט נישט "געקענט" טון וואס ער האט געטון!

ווייל צו דעם פאדערט זיך "גוט ווילען"; און ביי אים האט יעדער געשפירט אז עס האט נישט קיין שמץ קנאה ושנאה און טוהט עס נישט מיט זייטיגע חשבונות; נאר האט עס געטוהן מיט ליבשאפט צו יעדען איד און געמיינט דעם באשעפער. זיין שמייכעל צו יעדען איז געווען וואס האט עס געמאכט.

דאס איז וואס ער לאזט אונז איבער; אז ווער עס וויל גיין אין זיין פיס טריט און אויף טוהן, דארף געדענקען אויך "פארוואס" ער האט אויף געטוהן, און פארוואס ער איז געווען דער ריכטיגע מענטש אין דער ריכטיגע צייט.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 1:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פארשפארט

צוריק צו “צדיקים וחסידים”