בד"ה: הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:34 am

אגב. גאר אסאך פון זיינע אזויגערופענע גוזמאות זענען ליידער געווען די ווייטאגליכע ווארהייט וואס געוויסע קענען נישט אננעמען ווייל ס'וועט שטערן זייער באקוועמליכקייט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:52 am

אמביציע האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:הצדיק אבד!
מיר זענען נאמב, די געפילן רייסט שטיקער, דאס פעדער איז ארים צו באשרייבן אזא איד, אוי מי יתן לנו תמורתו, ווער וועט אים נאכטוען? ווער קען אים בכלל נאכטוען? זיין אהבת ישראל בשעת מעשה ווען ער האט געמוסרט, גערעדט גאלדענע פערל ווערטער! נישט געהאט קיין שנאה צום בעל הסמארטפאון קיינמאל, נישט באטיטולט קיין אידן וואס האבן די כלים קיינמאל, יתמו חטאים ולא חוטאים במלא מובן המלה.

א צדיק אמת! מען וואלט געדארפט זיך אונטערנעמען לעילוי נשמתו גדרים וסייגים און די גדולים וטובים פון צווישן אונז וואלטן געדארפט דאס אנפירן.

ממש פערל ווערטער.
גערעדט אסאך שטותים און לאקשן, וגוזמי גוזמאות למטרה חשובה וכונתו רצוי. מ'דארף נישט מגזם זיין, נישט קיין טובה פאר קיינעם

ווי לאנג דו עסט פיצא און ביסט זיך קיין ברעקל נישט מבזה פארן אויבערשטן'ס וועגן האסטו נישט וואס צו איינטיילן אידן וואס האבן אלעס אוועק געגעבן פארן אויבערשטן'ס וועגן.

דער גרויסער איד און יא מ'קען עם אנריפן קדוש האט זיך אינגאנצן אוועק געגעבן פארן אויבערשטן'ס וועגן, ער האט פארלוירן זיין זיך און דאס אוועק געגעבן פארן אלמעכטיגער באשעפער.
איר דארפט עם איבערבעטן פאר די דברי הבל וואס דו האסט דא געשריבן אויף דעם צדיק


די בעסטע ראי' צו וויסן אויב עמיצער האט די כלי בלויז לצורך פרנסה צי נישט, איז זיין רעאקציע צו די וואס זענען לוחם דערקעגן.
דער וואס נוצט עס אויסשליסליך לצורך פרנסה און אויסער דעם רירט ער דאס נישט צו, וועט בארעכטיגן די לוחמים.
דאקעגן די וואס נוצן "לצורך פרנסה" אלס א תירוץ דאס צו קעען נוצן פאר אלע נארישקייטן און פוסטקייטן, וועלן כסדר שוימען און שימפן קעגן די לוחמים.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 1:05 am

הענדימען האט געשריבן:אגב. גאר אסאך פון זיינע אזויגערופענע גוזמאות זענען ליידער געווען די ווייטאגליכע ווארהייט וואס געוויסע קענען נישט אננעמען ווייל ס'וועט שטערן זייער באקוועמליכקייט

;l;p-

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 1:11 am

nmi האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:הצדיק אבד!
מיר זענען נאמב, די געפילן רייסט שטיקער, דאס פעדער איז ארים צו באשרייבן אזא איד, אוי מי יתן לנו תמורתו, ווער וועט אים נאכטוען? ווער קען אים בכלל נאכטוען? זיין אהבת ישראל בשעת מעשה ווען ער האט געמוסרט, גערעדט גאלדענע פערל ווערטער! נישט געהאט קיין שנאה צום בעל הסמארטפאון קיינמאל, נישט באטיטולט קיין אידן וואס האבן די כלים קיינמאל, יתמו חטאים ולא חוטאים במלא מובן המלה.

א צדיק אמת! מען וואלט געדארפט זיך אונטערנעמען לעילוי נשמתו גדרים וסייגים און די גדולים וטובים פון צווישן אונז וואלטן געדארפט דאס אנפירן.

ממש פערל ווערטער.
גערעדט אסאך שטותים און לאקשן, וגוזמי גוזמאות למטרה חשובה וכונתו רצוי. מ'דארף נישט מגזם זיין, נישט קיין טובה פאר קיינעם

שייגעץ ארויס פון דא דו! מ'מוז אפשפארן יעדן נארמאלן אשכול??? קענסט נישט דורך גיין אן דאס חרוב לייגן?? און רעדן אויף א בר מינן ווייל דו האלטסט אזוי?!?

אסאך שטוסעם גערעדט? גערעכט. לאמיר מאכן א שטיקל ס"ה וואס זיינע שטותים האט אויפגעטוען.

ער איז געווען דער ערשטער וואס האט אריינגעברענגט אינעם עולם א פחד פון האלטן א כלי וכל שכן אן קיין פילטער.

ער איז געווען די ערשטער וואס איז אויפגעקומען מיטן געדאנק אז יעדער זאל רחמנית האבן אויף די אייגענע קינדער און דאס איז טאקע די איינציגסטע טאקטיק וואס העלפט נאך ביז היינט און אדאנק דעם האט מען געקענט מאכן תקנות אין די מוסדות און בתי מדרשים. און נאך.

און יעצט. טראכט באמת אריין צו די ביזט נישט מקנה דעם יוד מיט זיין גן עדן. א יוד וואס האט זיך בידים געמאכט צו שאנד און צו שפאט פאר די גאנצע וועלט. א יוד וואס האט געספענדט שווערע געלטער פון זיין אייגענע קעשענע בעת ער האט געהאט כמעט 0 אינקאם. א יוד וואס האט זיך מקריב געווען זיין געזונט אלעס מיט בלויז איין איינציגסטע כוונה אז ס'זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיא רבא

זייער גוט ארויסגעברענגט.
יא, געווען אנדערע עסקנים! אבער ער האט גענומען די למעשה'דיקע שריט. ער האט געטוהן וואס אנדערע האבן מורא געהאט אדער זיך געשעמט, צו פון א פאלשן פחד אז זיי וועלען מצער זיין מענטשען, צו פון אנדערע סיבות.
אחד היה רבי שאול יצחק וואס האט געטוהן צו די זאך, און א דאנק אים נעמט מען נישט אן קינדער אין די מוסדות פון די טאטעס וואס פארמאגן די כלים. די גאנצע סעלעקציע איז עמען צו פארדאנקען און מ'קען נישט אפשאצונג די באלוינונג אויף יענע וועלט

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 2:53 am

ווען ער העט ווען געוויסט אז מ'וועט אים אזוי שיין מספיד זיין דא אויפ'ן אינטערנעט (שלא לצורך פרנסה) :-(

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:25 am

אידיש.טייפינג האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:הצדיק אבד!
מיר זענען נאמב, די געפילן רייסט שטיקער, דאס פעדער איז ארים צו באשרייבן אזא איד, אוי מי יתן לנו תמורתו, ווער וועט אים נאכטוען? ווער קען אים בכלל נאכטוען? זיין אהבת ישראל בשעת מעשה ווען ער האט געמוסרט, גערעדט גאלדענע פערל ווערטער! נישט געהאט קיין שנאה צום בעל הסמארטפאון קיינמאל, נישט באטיטולט קיין אידן וואס האבן די כלים קיינמאל, יתמו חטאים ולא חוטאים במלא מובן המלה.

א צדיק אמת! מען וואלט געדארפט זיך אונטערנעמען לעילוי נשמתו גדרים וסייגים און די גדולים וטובים פון צווישן אונז וואלטן געדארפט דאס אנפירן.

ממש פערל ווערטער.
גערעדט אסאך שטותים און לאקשן, וגוזמי גוזמאות למטרה חשובה וכונתו רצוי. מ'דארף נישט מגזם זיין, נישט קיין טובה פאר קיינעם

ווי לאנג דו עסט פיצא און ביסט זיך קיין ברעקל נישט מבזה פארן אויבערשטן'ס וועגן האסטו נישט וואס צו איינטיילן אידן וואס האבן אלעס אוועק געגעבן פארן אויבערשטן'ס וועגן.

דער גרויסער איד און יא מ'קען עם אנריפן קדוש האט זיך אינגאנצן אוועק געגעבן פארן אויבערשטן'ס וועגן, ער האט פארלוירן זיין זיך און דאס אוועק געגעבן פארן אלמעכטיגער באשעפער.
איר דארפט עם איבערבעטן פאר די דברי הבל וואס דו האסט דא געשריבן אויף דעם צדיק


די בעסטע ראי' צו וויסן אויב עמיצער האט די כלי בלויז לצורך פרנסה צי נישט, איז זיין רעאקציע צו די וואס זענען לוחם דערקעגן.
דער וואס נוצט עס אויסשליסליך לצורך פרנסה און אויסער דעם רירט ער דאס נישט צו, וועט בארעכטיגן די לוחמים.
דאקעגן די וואס נוצן "לצורך פרנסה" אלס א תירוץ דאס צו קעען נוצן פאר אלע נארישקייטן און פוסטקייטן, וועלן כסדר שוימען און שימפן קעגן די לוחמים.

רבי לעבן. כ'האף אז די פארשטייסט אליין אז ווען ער האט געזאגט די אלע אויסדריקן אווי דאס וואס די האסט יעצט ארויפגעברענגט און אז 10% זענען מחלל שבת און אז איינער וואס האט א סמארט פאון קען מען נישט מצרף זיין למנין און איז מנסך יין און אויב ער איז עדות ביי א קידושין איז די קידושין קיין קידושין נישט וכו'. דאס אלעס האט ער נאר געזאגט צו כאפן דעם רמז
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

בר יוחאי
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 12:25 pm

לאמיר טוען צו די זאך

תגובהדורך בר יוחאי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:42 am

לאמיר טוען צו די זאך !!!
מטאר נישט פארגעסען אז דא איז געבליבן א משפחה חשובה
וואס אויב ביז יעצט איז געווען שווער מיט פרנסה
וואס וועט ווייטער זיין
על מי נטשת את הצאן ??? זייער טאטע קענן מיר נישט צוריק ברענגען
מיר אלע זענען שולדיג א געוואלעדיגע הכרת הטוב פארן גבור ואיש מלחמה זצוק"ל פאר אים קענען מיר שוין ליידער נישט צוריק געבען
ווי קען מען זיי תורם זיין ???
בפרט די אלע וואס שפירן אז מהאט אמאל אפשר פוגע געווען בכבודו [און נישט אסאך ער האט קיינמאל נישט געמאכט א עסק און זיך געמאכט ווי די שטאטס משוגענער וואס ווערט נישט געטשעפעט ]

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:58 am

סאטמער רב זצ״ל האט אמאל געזאגט פאר א געוויסע איש הציבור וואס האט זיך אפגערעדט אז מקריטירט אים: אז איינער וואס טוט נישט פאר צרכי ציבור אויף אים האט מען נישט קיין טענות
לעניניו איך בין אויך נישט מסכים הונדערט פראצענט צו אלעס וואס הרב ראבינאוויטש האט געזאגט אדער געטוהן אבער ער האט געטוהן און ער האט עס געטוהן לשם שמים
מיר ברויכן צו ווייזן א סעמפל פאר אונזערע קינדער פון ערליכע אידן וואס דינען דעם באשעפער מיט תמימות און ח״ו חוזק מאכן פון זיי אדער אונטעררייסן אפילו ווען ביסט גערעכט מיט דיינע טענות
יא איינער וואס טוט קען אמאל מאכן א טעות אבער סאיז נאכאלס בעסער ווי איינער וואס טוט בכלל נישט
יהא זכרו ברוך

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 7:21 am

ר' שאול יצחק האט זיך בעיקר געשלאגן אויף צוויי זאכן, זיין ערשטע מלחמה איז געווען אז סמארטפאון אפי' לצורך פרנסה איז אסור אפילו מיט א פילטער און מען זאל דאס אסר'ן דורך די מוסדות. מאכן א טיילונג און אפטיילן די בני סמארטפאון. דאס האט נישט פאסירט (חוץ אין איינצלע מוסדות וואס האבן יא געמאכט אזא תקנה), אלע רבנים האבן געהאלטן אז דאס וועט נישט קענען צושטאנד קומען, יעדע מוסד כמעט לאזט האבן א סמארטפאון לצורך פרנסה מיט א פילטער.

אבער די צווייטע זאך אויף וואס ער האט לוחם געווען, אז אין בית המדרש זאל מען נישט מעגן אריינברענגען א סמארטפאון האט ער אויסגעפירט, ובגדול.

די רבנים האבן קודם מורא געהאט אז אויב וועט מען אסר'ן א סמארטפאון ברבים וועט עס ברענגען א פלייץ פון אומגעמאלדענע אומגעפילטערטע סמארפאונ'ס. למעשה מיט דעם האט ער פולקאם אויסגעפירט, אין בית המדרש אשר אין שם שלט ''אסור להכניס''.

סתם אן אינטערערסאנטער הערה, דער ערשטער רב/רבי וואס האט געהייסן פאר די בעלי פרנסה צו האבן צוויי טעלעפאונ'ס און נישט אריינטראגן א סמארטפאון אין בית המדרש איז געווען האדמו"ר מבאבוב (מהרב"צ הלברשטאם), און די איינציגע עמטליכע מוסד אין ברוקלין וואס באלאנגט צו א קהילה און אסר'ט סמארטפאונ'ס לגמרי איז באבוב-45.

אנדערע מוסדות זענען מתיר סמארטפאונס און אסר'ן קאמפיוטערס אין שטוב אדער טעבלעטס, פארקערט ווי ראבינאוויטש'ס מהלך, ונימוקם עמם, ווויבאלד א סמארטפאון בלייבט געבינדן צום טאטן און וועט שווערער אנקומען צו די קינדער. ווידער פון צווייטן זייט, א סמארטפאון מאכט דעם טאטן עדיקטעד דערצו. א מחלוקות וואס איז ערגער, שנעלערע צוטריט פאר די קינדער אדער דעם טאטנ'ס עדיקשען. מי אני להכניס ראשי בין ההרים הגבוהים..

פארהאן א דריטע זאך וואס איז אויך לגמרי זיין קרעדיט, אבער ער האט ניטאמאל קיין סך געארבעט דערויף. דאס איז די קינדער, בחורים און אינגעלייט וואס שרייבן אונטער שלא להביט בסמארטפאון וכו'. זיין עיקר ארבעט אויף די קינדער מיט די קארטלעך וכו' איז געווען אויפצוקלערן די עלטערן, אבער איינמאל ער האט אריינגעברענגט דעם שרעק קעגן סמארטפאונס האט דאס שוין פאסירט אויטאמאטיש פון אלע זייטן.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל!!
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 7:51 am

זיין עיקר אויפטו איז אז דער וואס האט א סמארטפאון אין ביהמ״ד ״פילט 2 סענטס״. בכלל איז דאס האבן א סמארטפאון שוין ברייט אנגענומען, אפילו צווישן קינדער, אז דאס איז א טריפה׳נע כלי. און פאר ר׳ שאול יצחק קומצעך אסאך קרעדיט דערפאר.

זיין טול מיט וואס צו דערגרייכונג איז טאקע אויך געווען זיין עקסטרעימע צוגאנג אז מ׳זאל אפטיילן קינדער אין די מוסדות. דאס מיינט אז אפילו דאס האט ווירקלעך נישט פאסירט האט דאס אבער שוין איינמאל געהאט אן אפעקט.

ביסטו זיכער אז אין באבוב 45 איז ספארטפאונס גענצליך פארבאטן? אפילו מענער, לצורך פרנסה, מיט א זייער_אינדארסירטע פילטער?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:06 am

ער פלענגט ניטאמאל (עכ"פ אין מיין ביהמ"ד) אזוי ווייט פארפירן קעגן סמארטפאון'ן צוליב די אינטערנעט, ער פלעגט לייגן מער זיין דגוש אויף די ראיות אסורות ווי חתן כלה פיקטשערס וואס איז געווארן א היתר (כלשונו) אדער סתם אזוי קליפס מיט נשים וכדו' וואס אויף דעם העלפט נישט קיין פילטער, וואס ווען איינער האט א סמארטפון פארגעסט מען אביסל פון די אידישע מענטשליכע געפילן אין די אויבןדערמאנטע ענין.
'ומאתים לנוטרים את פריו'

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:07 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ביסטו זיכער אז אין באבוב 45 איז ספארטפאונס גענצליך פארבאטן? אפילו מענער, לצורך פרנסה, מיט א זייער_אינדארסירטע פילטער?

מאכט נישט קיין סענס. איך קען לפחות 2 וואוילע 45ער מיט (ווי פארשטענדליך, געפילטערטע) סמארטפאונס

לאמיר נישט פארדרייען די שמועס
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:10 am

כהאב פון אים געהערט אמאל א דרשה איבער אן אנדערע נושא (תורה ועבודה) ער איז געווען א פה מפיק מרגליות
עס איז אויך דא א ליין קול ראבינאוויטש, כ'ווייס נישט די נומער.
'ומאתים לנוטרים את פריו'

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:18 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן: און די איינציגע עמטליכע מוסד אין ברוקלין וואס באלאנגט צו א קהילה און אסר'ט סמארטפאונ'ס לגמרי איז באבוב-45 (מהרמ"ד אונגאר).


שטותים והבלים.

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:22 am

מאתים האט געשריבן:ער פלענגט ניטאמאל (עכ"פ אין מיין ביהמ"ד) אזוי ווייט פארפירן קעגן סמארטפאון'ן צוליב די אינטערנעט, ער פלעגט לייגן מער זיין דגוש אויף די ראיות אסורות ווי חתן כלה פיקטשערס וואס איז געווארן א היתר (כלשונו) אדער סתם אזוי קליפס מיט נשים וכדו' וואס אויף דעם העלפט נישט קיין פילטער, וואס ווען איינער האט א סמארטפון פארגעסט מען אביסל פון די אידישע מענטשליכע געפילן אין די אויבןדערמאנטע ענין.


שטארקע נקודה, ווי אויך האט ער אסאך אפגעלאכט בליצנותא דע״ז די קינדישע מעסעדזשעס מיט די אלע גרופעס למיניהם.

הוי, מי יתן לנו תמורתו.

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:29 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
חקרן האט געשריבן:בשעת אלע רעדט פון זיין כבוד שמים פארן ארום גיין מוחה זיין לאמיר ברענגן א אנדערע פערספעקטיוו אויף דער נפטר זצ''ל
ביי מיר וועט ''החסיד'' ר' שאול יצחק נישט געדענקט ווערן פאר דער וואס האט געראטוועט די דור פון די פראבלעם פון אינטערנעט נאר ליבערשט אלס א דמות פון א חסיד אמיתי
ווי איך וועל פרובירן עד שידי מגעת צו ערקלערן פארוואס און די קומענדיגע שורות
ר' שאול יצחק פאר די מערכה זיינע איז געזען געווארן ביי זיינע באקאנטע אלטס א דמות פון א אינגערמאן כרואי לבית אבותיו א עובד ה' א געווייקטע חסידישע אינגערמאן וואס איז און אמעריקא די זעלבע ווי און ירושלים בקיצור א ארויפגעקוקטע פערזאן א ליבליכע מגי''ש [משפיע] פאר עלטערע בחורים
און זינט די מערכה נהפך עורו אלטס שטאטס משוגענער
ביי א געלעגנהייט האב איך געהאט א לאנגע שמועס מיט ר' שאול יצחק זצ''ל און איך האב געפרעגט אפן פארוואס טוסטו דאס איך פארשטטי אז במקום שאין איש גייסטו ארום מעורר זיין דער עולם אבער פארוואס האלטסטו נישט דיין כבוד לכה''פ
הערט אייך איין טייערע ברודער וואס א חסיד ענטפערט זאגט מיר ר' שאול יצחק איך האב געוויסט בשעת'ן אנהייבן ארוום גיין אז דאס גייט קומען אז מ'גייט מיר אנקוקן ווי די שטאטס משוגענער אבער איך האב געפאסט דער באשלוס אזוי צו פירן די מערכה מחמת שתי סיבות
א' וואס איז נוגע צו די עצם מערכה ווייל כידוע ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות האב איך מחליט געווען צו נוצן די וואפן און מהפך זייך צו די צד המחאה
ועוד די היינטיגע דור דערלייט ליבערשט ליבשאפט און מיט קולות קללות וצעקות האב איך געוויסט אז ס'וועט נישט ארבייטן
והשנית [דא ליגט זיין דמות] זאגט ער מיר איך האב זיך אינטעגענומען אז אפי' איך גיי ארום גיין האקן אויף די פירצה גיי איך קיינעם נישט אטיקירן פערזענליך אפי' די וואס שטיין אנקעגן מיין פנים מיט א סמארטפאון
און דא קומט די באמבע און אויב חלילה איינער וועט יא נפגע ווערן זאל מיר אנקוקן ווי א משוגענער אזוי ארום וועט ער נישט שפירן קיין פאראיבל
הערט אייך איין בדורינו א איד וואס האט זיך אנגענומען אויף כבוד שמים האט אויפגעגבן אויף זיין לעבן און שם טוב אלטץ נישט צו טשעפן א צווייטע איד אפי ' די גאנצע מערכה איז לשם שמים י
א ר' שאול יצחק דאס איז וואס איך און אנדערע הונדערטע אידן אייך געדענקן אלטס א דמות פון א חסיד א וואס האט מקנא ה' צבאות געווען
אבער אן די לבוש פון די פאלטשע קנאים אלטס מיט א שמייכעל א גוט ווארט און חלילה נישט קעגן א צווייטען
יא דאס איז וואס אונזער דור האט זיך געלערנט אז חס זיין על כבוד שמים איז בדרכי נועם ובדרכי שלום

שטארק און בארירונג.
אבער פארוואס פעלט אויס די גיפט ביים סיום דבריך?
אבער אן די לבוש פון די פאלטשע קנאים".,
ווער האט דיר פארציילט ווער ס'זענען די פאלטשע קנאים?
לפי ידיעתי מיינסטו די וועלכע טוהען פונקט וואס זייער טאטעס און זיידעס האבן געטוהן די לעצטע 70 יאר, פון זייער זייט האבן זיי גארנישט געטוישט.
ס'איז קיין ספק נישט אז די אלע וואס דו רופסט ווי דו רופסט זיי האלטן אפ אסאך אסאך זאכן וואס דו חלום'סט אפילו נישט.
איך קום נישט זאגן אז מ'טאר נישט זינגען סליחות ברבים אבער ווען נישט די מוחים וואלט עס שוין געהאלטן כ'ווייס נישט ווי...וכו' וכו'
ביטע מעק אויס די גיפט


גאר אמת׳ע דיבורים לאלתר.
לאממיר זיין אויפריכטיג, בחייו פון ר׳ שאול יצחק ז״ל האט מען אויך אביסעל אנדערש גערעדט פון זיינע דרשות.. מילד גערעדט.. מ׳האט זייער נישט ליב צו הערן דעם אמת אין פנים. מען האט אויף פנחס אויך געזאגט הראיתם בן פוטי זה.. ר׳ עמרם בלוי ז״ל האט אויך געהאט אן אנדערען אימעדזש בחייו...
למעשה די יודן וואס ברענגען ארויס א קול מחאה באיזה אופן שהוא - פארשטייט זיך בדרך התורה - האלטן אסאך אפ אז מ׳זאל נישט פאלן ווייטער. וד״ל

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:39 am

מאתים האט געשריבן:כהאב פון אים געהערט אמאל א דרשה איבער אן אנדערע נושא (תורה ועבודה) ער איז געווען א פה מפיק מרגליות
עס איז אויך דא א ליין קול ראבינאוויטש, כ'ווייס נישט די נומער.

ער האט געטיילט מפ3 סידיס פון זיינע דרשות
די תורה און השקפה וואס ער האט געגעסן ביי די צווייטע האלב האט געגעבן קאווערעדזש פאר די ערשטע האלב
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:50 am

הענדימען האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ביסטו זיכער אז אין באבוב 45 איז ספארטפאונס גענצליך פארבאטן? אפילו מענער, לצורך פרנסה, מיט א זייער_אינדארסירטע פילטער?

מאכט נישט קיין סענס. איך קען לפחות 2 וואוילע 45ער מיט (ווי פארשטענדליך, געפילטערטע) סמארטפאונס

לאמיר נישט פארדרייען די שמועס

די סמארטפאון דארף זיין בבחינת טאבלאט און טאר נישט האבן קיין טאלק און טעקסט.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:56 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ר' שאול יצחק האט זיך בעיקר געשלאגן אויף צוויי זאכן, זיין ערשטע מלחמה איז געווען אז סמארטפאון אפי' לצורך פרנסה איז אסור אפילו מיט א פילטער און מען זאל דאס אסר'ן דורך די מוסדות. מאכן א טיילונג און אפטיילן די בני סמארטפאון. דאס האט נישט פאסירט (חוץ אין איינצלע מוסדות וואס האבן יא געמאכט אזא תקנה), אלע רבנים האבן געהאלטן אז דאס וועט נישט קענען צושטאנד קומען, יעדע מוסד כמעט לאזט האבן א סמארטפאון לצורך פרנסה מיט א פילטער.

אבער די צווייטע זאך אויף וואס ער האט לוחם געווען, אז אין בית המדרש זאל מען נישט מעגן אריינברענגען א סמארטפאון האט ער אויסגעפירט, ובגדול.

די רבנים האבן קודם מורא געהאט אז אויב וועט מען אסר'ן א סמארטפאון ברבים וועט עס ברענגען א פלייץ פון אומגעמאלדענע אומגעפילטערטע סמארפאונ'ס. למעשה מיט דעם האט ער פולקאם אויסגעפירט, אין בית המדרש אשר אין שם שלט ''אסור להכניס''.

סתם אן אינטערערסאנטער הערה, דער ערשטער רב/רבי וואס האט געהייסן פאר די בעלי פרנסה צו האבן צוויי טעלעפאונ'ס און נישט אריינטראגן א סמארטפאון אין בית המדרש איז געווען האדמו"ר מבאבוב (מהרב"צ הלברשטאם), און די איינציגע עמטליכע מוסד אין ברוקלין וואס באלאנגט צו א קהילה און אסר'ט סמארטפאונ'ס לגמרי איז באבוב-45.

אנדערע מוסדות זענען מתיר סמארטפאונס און אסר'ן קאמפיוטערס אין שטוב אדער טעבלעטס, פארקערט ווי ראבינאוויטש'ס מהלך, ונימוקם עמם, ווויבאלד א סמארטפאון בלייבט געבינדן צום טאטן און וועט שווערער אנקומען צו די קינדער. ווידער פון צווייטן זייט, א סמארטפאון מאכט דעם טאטן עדיקטעד דערצו. א מחלוקות וואס איז ערגער, שנעלערע צוטריט פאר די קינדער אדער דעם טאטנ'ס עדיקשען. מי אני להכניס ראשי בין ההרים הגבוהים..

פארהאן א דריטע זאך וואס איז אויך לגמרי זיין קרעדיט, אבער ער האט ניטאמאל קיין סך געארבעט דערויף. דאס איז די קינדער, בחורים און אינגעלייט וואס שרייבן אונטער שלא להביט בסמארטפאון וכו'. זיין עיקר ארבעט אויף די קינדער מיט די קארטלעך וכו' איז געווען אויפצוקלערן די עלטערן, אבער איינמאל ער האט אריינגעברענגט דעם שרעק קעגן סמארטפאונס האט דאס שוין פאסירט אויטאמאטיש פון אלע זייטן.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל!!


איך פארשטיי אז מ'קען יא זייער גרינג אסור'ן סמארטפאון'ס לגמרי און ווער ס'דארף די עפפס וכו' זאל האבן א טעבלעט. וואס מ'וועט אטאמאטיש נישט נוצן צו רעדן דערויף און שטענדיג האלטן אין העמד טאש כנגד הלב בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך.

געהערט אז אין לאנדאן זאגן דאס די רבנים. א שאד אז מ'ארבעט נישט דא אויך אפעציעל אויף דעם וועג

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:58 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ביסטו זיכער אז אין באבוב 45 איז ספארטפאונס גענצליך פארבאטן? אפילו מענער, לצורך פרנסה, מיט א זייער_אינדארסירטע פילטער?

מאכט נישט קיין סענס. איך קען לפחות 2 וואוילע 45ער מיט (ווי פארשטענדליך, געפילטערטע) סמארטפאונס

לאמיר נישט פארדרייען די שמועס

די סמארטפאון דארף זיין בבחינת טאבלאט און טאר נישט האבן קיין טאלק און טעקסט.

100% פראצענט נישט אמת, אזא תקנה איז קיינמאל נישט געווען (עכ"פ אויף למעשה).

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:06 am

די תקנה איז חי וקים. פרעג דיך נאך.

כ'האב עס יעצט מברר געווען נאכאמאל. איך זאג נישט אז יעדער פאלגט עס, אבער דאס איז די תקנה.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:33 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:אבער פארוואס פעלט אויס די גיפט ביים סיום דבריך?
אבער אן די לבוש פון די פאלטשע קנאים".,
ווער האט דיר פארציילט ווער ס'זענען די פאלטשע קנאים?
לפי ידיעתי מיינסטו די וועלכע טוהען פונקט וואס זייער טאטעס און זיידעס האבן געטוהן די לעצטע 70 יאר, פון זייער זייט האבן זיי גארנישט געטוישט.
ס'איז קיין ספק נישט אז די אלע וואס דו רופסט ווי דו רופסט זיי האלטן אפ אסאך אסאך זאכן וואס דו חלום'סט אפילו נישט.
איך קום נישט זאגן אז מ'טאר נישט זינגען סליחות ברבים אבער ווען נישט די מוחים וואלט עס שוין געהאלטן כ'ווייס נישט ווי...וכו' וכו'
ביטע מעק אויס די גיפט

נעם עס נישט אזוי פערסאנעל, יא יא, מ'דארף חזר'ן און חזר'ן אז ס'איז דא פאלטשע קנאים, ובגדול!!!!!!
ר' שאול יצחק זצ"ל, הגם דעתי העני' דעת בעה"ב האט נישט געהאלטן אז אלעס וואס ער טוט איז ריכטיג ואכ"מ, עם כל זה האט יעדער געזען אז ער טוט עס מיט א אמת, און ס'טוט אים וויי דער כבוד שמים, ס'טוט אים וויי די נושרים, ס'טוט אים ווי דאס קרירות וואס קומט דורך די כלים, זיין קנאות איז נישט געווען קיין תולדה פון מדות מושחתות ח"ו, נאר מתוך כאב עמוק ואהבת ה' (ויש להמליץ אהבה מקלקלת השורה ממילא האט ער צומאל זיך אויסגעדרוקט אביסל עקסטרעם)
אבער ס'איז דא און נאך ווי דא פאלשע קנאים, אין יעדע דבר שבקדושה!!!! (און מ'רעדט נישט יעצט פון איין קרייז קעגן א צווייטע נאר יעדער מיט זיין אייגענע קרייז) רביה"ק מסאטמאר האט דאס גע'חזר'ט מיט אונז און כסדר געלערנט, און דאס גייט בד בבד מיט קנאות און מלחמה לה', צו וויסן און געדענקן אז ס'איז דא עושה מעשה זמרי ומבקשים שכר כפינחס, ס'איז דא אידן וואס זאגן יתקדש שם שמים על ידינו, ואם אינו על ידינו לא יתקדש שם שמים, ר' שאול יצחק מחייב את הקנאים, אז מ'קען זיין א קנאי און זיין א בעל מדות און נישט פיינט האבן די מענטשהייט
יהא זכרו ברוך
לעצט פאראכטן דורך מי יודע אום דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:37 am

די מעלה מיט רבי שאול יצחק איז געווען, אז ער האט זיך נישט דערשראקן אדער געשעמט מעורר צו זיין די גרעסטע רבנים אדער עשירים, אויב ער האט געזען ביי זיי אן עוולה.

כדי בעסער ארויסצוברענגען דעם פוינט, האט מיר פארציילט א איד א נגיד וועלכער האט נאך קינדער אין שטוב, אז איינער פון די גרויסע בארימטע רבי'ס בימינו איז געקומען (מיט די גאנצע סוויטע) צו אים אין שטוב נאך געלט, און עס איז פונקט געווען אינמיטן די הייסע צייטן פון "נישט האבן קיין קאמפיוטער אין שטוב", דארט אינעם אויפנאם צימער איז געווען אן אפענע קאמפיוטער, ואין פוצה פה ומצפצף...

רבי שאול יצחק האט געשריבן אין זיינע קונטרסים שארפע דיבורים, פארוואס די גרויסע רבי'ס פארמאכן די אויגן ווען זייערע גרויסע עשירים און נאנטע מענטשן האבן סמארטפאונס אין טאש און קאמפיוטערס אינדערהיים? און זיי זענען ביזי זאגן דרשות ברבים פאר'ן ציבור קעגן דעם. דאס צייגט אז זיי מיינען עס נישט אזוי אמת'דיג, און ווען זיי אליין האבן א שטארקע אינטערעסע פארמאכן זיי די אויגן פון די עוולה, נו, מה יענו איזובי קיר? פארוואס מעג נישט דער פשוט'ער אינגערמאן האבן זיין אייגענע אינטערעסע?

עס דערמאנט פון א גאטונג צדיקים ווי דער שינאווער רב זצ"ל, וועלכער האט זיך גענומען מאכן קולי קולות ווען ער האט באמערקט אז דער עושר ביי וועמען ער האט געהאט א מכובד'יגע אכסניא, זיין ווייב גייט אין א שייטל. וכדומה וכדומה. זיי האבן עס ערנסט געמיינט, און נישט זיך איינגעהאלטן צו זאגן צוליב מורא פאר א קלענערע טשעק.

ער אליין, רבי שאול יצחק, איז יא געווען אמת'דיג. ער האט דאס ערנסט געמיינט.

איך קום נישט דא אראפרייסן די רבי'ס, איך ברענג נאר ארויס די זעלטנקייט פון אזא סארט איד אינעם היינטיגן דור יתום.

חבל על דאבדין.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:41 am

שמו האט געשריבן:(דאס איז א פארלוסט פאר עליונים ותחתונים, ווייל אויבן האט מען אויך געדארפט דעם גברא רבא וואס זאל מוחה זיין אויף די פרצות הדור, נאר ליידער נחתמה הגזירה, און מ'האט שוין נישט געקענט צוריק דרייען)


וואס נאך טוט זיך אין הימל?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:43 am

דריידל האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:(דאס איז א פארלוסט פאר עליונים ותחתונים, ווייל אויבן האט מען אויך געדארפט דעם גברא רבא וואס זאל מוחה זיין אויף די פרצות הדור, נאר ליידער נחתמה הגזירה, און מ'האט שוין נישט געקענט צוריק דרייען)


וואס נאך טוט זיך אין הימל?

עליונים למטה ותחתונים למעלה
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט