בד"ה: הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

בד"ה: הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 6:34 am

יעצט נפטר געווארן אין שערי צדק שפיטאל אין ירושלים אין עלטער פון 50 יאר.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 6:38 am

ברוך דיין האמת, נסתרים דרכי ה'.

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 6:47 am

רבי שאול יצחק זצ"ל נולד בירושלים בל' שבט תשכ"ח לאביו האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א בנו של חבר בד"ץ "העדה החרדית" הגאון הצדיק רבי בנימין רבינוביץ זצ"ל,
ולאמו הרבנית רבקה בתו של רבי אפרים פישל גרובר זצ"ל.

בביתו ינק תורה ויראת שמים והיה חסיד באיאן בכל נימי נפשו, הוא היה המשגיח של החבר"ה של ילדי באיאן שהיו מתאספים בשבתות ובימים טובים.

לפני כ- 14 שנה פתח את בית המדרש משכנות הרועים בקרית יואל מונורו בארה"ב שם הנהיג את בית המדרש והקהילה של משכנות הרועים במקום, ובחדשי החגים היה מגיע לארץ הקודש והיה מתפלל בין היתר בחצר באיאן בימים הנוראים ובשמחת תורה.

אחד החסידים מספר ל'בחדרי חרדים' כי לפני שש שנים החל את מלחמתו הגדולה בטכנולוגיה המתקדמת ואל התייאש אף פעם ופעם אחר פעם לחם את מלחמתו מלחמת קודש ללא אינטרסים ונגיעות כלל.

פטירתו אירע לאחר חתונת בנו שנערכה ביום חמישי כ"א כסלו בבני ברק, עם נינת האדמו"ר בעל ה"אריה שאג" מצאנז ז'מיגראד זצ"ל בת לנכדו הרה"צ רבי יונה זאב וינברג. והערב אמורה להיערך שמחת שבע ברכות מרכזית בבית המדרש משכנות הרועים במאה שערים.

מסע הלוויה בשעה 15:15 מבית הלוויות שמגר בירושלים להר המנוחות שם ייטמן.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 6:58 am

נהפך לאבל מחולנו, אוי נא לנו כי חטאנו

ביי די שמחת התנאים פונעם יעצטיגן חתן, מיט להבדל"ח אביו כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א:
אירוסין-בחצרות-צאנז-זמיגראד-משכנות-הרועים-9.jpg
אירוסין-בחצרות-צאנז-זמיגראד-משכנות-הרועים-9.jpg (144.42 KiB) געזעהן 4246 מאל
אירוסין-בחצרות-צאנז-זמיגראד-משכנות-הרועים-20.jpg
אירוסין-בחצרות-צאנז-זמיגראד-משכנות-הרועים-20.jpg (184.92 KiB) געזעהן 4246 מאל
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
הבעש''ט
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 7:05 am

אוי רבונו של עולם עד מתי!
מען רייסט שטיקער פון שענסטן און בעסטן

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 7:44 am

זענדל האט געשריבן:נהפך לאבל מחולנו, אוי נא לנו כי חטאנו

ביי די שמחת התנאים פונעם יעצטיגן חתן, מיט להבדל"ח אביו כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א:
אירוסין-בחצרות-צאנז-זמיגראד-משכנות-הרועים-9.jpg
אירוסין-בחצרות-צאנז-זמיגראד-משכנות-הרועים-20.jpg

איז ער שוין געווען געזונט דעמאלט ?
אויפן בילד זעט ער אויס אקעי

רעבישע
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

תגובהדורך רעבישע » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 7:59 am

א פחד!

סגל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

תגובהדורך סגל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 8:15 am

ברוך דיין האמת
תנצב"ה
שויתי ה' לנגדי תמיד

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 8:18 am

ב"ה געלעבט ביי זיין זוהן'ס חתונה

בין ישראל לעמים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 8:22 am

איך האב געהערט פון אים עטליכע מאל, אז ער שפירט אז דער ס"מ האט זיך גענומען איבער זיינע ביינער רח"ל.

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 8:42 am

יעצט איז די לויה פון שמגר גייט אריבער באיאן צו הר המנוחות

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 8:45 am

בד״ה. שטארקע צער.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

בר יוחאי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 12:25 pm

איך נפלו גיבורים ואבדו כלי מלחמה

תגובהדורך בר יוחאי » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 8:47 am

לן יאית למבכי
מי יעמוד בגדר ומי יגדור פרץ
אזל גברא דמסתיפנא מיניה
א איד וואס האט זיך מבזה געווען פאר כבוד שמים
ר' שאול יצחק'ס פטירה איז א אבידה פאר כלל ישראל
בפרט ביי דעם דור יתום מיט די אלע פירצות פון טעכנאלאגיע
מי יחמול עליך
אוי נא לנו כי חטאנו

בר יוחאי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 12:25 pm

איך נפלו גיבורים ואבדו כלי מלחמה

תגובהדורך בר יוחאי » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 8:50 am

מהאמער פארלוירן די גענעראל פון די מלחמה קעגען די טעכנאלאגיע
ווייניג רבנים האבן אזוי ארויסגעהאט די פירצות פון די טעכנלאגיע אזוי ווי ער און במילא איז ער געווען דער שר צבא ההולך לפני ישראל מיט א עזות דקדושה

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 8:53 am

מה שם אביו?
רוצה ללמוד משניות לעילוי נשמתו הטהורה

פראצעדור
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 8:56 am

קיינער איז נישט גרייט געווען צו טון וואס ער האט געטון
פשוט זיך געלאזט פארשעמן און געכאפט ביזיבזיונות פארן אייבישטערס כבוד
ווי הערט מען היינט אזוינס?
ער וועט זיכער אריינגיין מיט גאלדענע אויתיות אין די יודעשע היסטריע ביכער ווען מען וועט רעדען פון די טעכנעלאגיא ג'ענערעישין(משיח זאל אוודאי קומען שנעלער)

סגל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

תגובהדורך סגל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:02 am

ווער זענען די קינדער?
דאכט זיך ער האט אן איידעם כהנא
א זון איידעם ביי מישקאלץ וומסב"ג
און א זון אן איידעם ביי יונגרייז פון מאנסי
וחתן דנן החתן פישל נ"י
איינער קען אויסרעכענען מער פונקטליך?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:02 am

האבעך שפאצירט מיט איהם אין לונדון אויפן וועג צו מעריב, שטעלט איהם אפ א ראצער פון א אינגערמאן ש שטינקער, און פרעגט איהם: הא?! איהר זענט דאהי? יעצט פארשטיי איך שוין פ"וו ר'עולם שמועסט אין אמעריקא אז ס'איז שטיל יעצט!
ווען איך האב דאס געהערט, האט מיר געכאפט א שוידער, וואס ס'מיינט יש קונה עולמו (רח"ל) בשעה אחת, אנשטאאטס נעמען אזא איד און איהם מחזק זיין, און האבן כאטש א חלק אין זיינע פעולות נשגבות, איהם נעמען און מבזה זיין, און זיך איינקויפן ווער ווייסט וואס רח"ל, לעולמי עד ולנצח נצחים, און אוודאי העלפט תשובה, אבער איך גלויב אז דער אינגערמאן האט שוין א רגע שפעטער פארגעסן וואס ער האט דא אפגעטוהן, יעזור ה' אז מ'זאל אלעס קענען פאררעכטן וואס מ'האט זיך דא אנגעווערטשאפט.

סגל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

תגובהדורך סגל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:05 am

אזוי אויך ביי וועם איז ער אן איידעם? גרינפעלד פון ב"פ?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
כתמר יפרח
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:05 am

בד"ה.
לאמיר נישט זיין קיין אחד בפה ואחד בלב,
ווער פין די אלע וואס באשרייבן אים געט אויף זיין סמארט פאון דא לנצח נצחים?
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:05 am

פלגי מים ירדו עיני - טרערן פין צער אין ווייטאג צו הערן די שרעקליכע בשורה מיטן בשורה פין הרה"צ בו"ק חו"פ גדול הלוחמים בדורנו נגד הנגע הפשע המכונה טכנלוגי', מורינו הרב ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצוק''ל שהלך לעולמו לחיי העולם הבא,
צדק לפניו יהלך אלע טויערן זענען אפן פאר איהם, צדיקים וקדושים זענען זיכער איהם אקעגן געקומען, מקבל צו זיין, אין איהם תיכף אריין ברענגן תחת כנפי השכינה..

אוי עס איז שווער צו שרייבן, זיין פשרה'לאזע מלחמה האט אפגעלונגען אין די גאנצע וועלט, דאס וועט איהם זיכער באגלייטן אויף זיין אייביגע רוה
יה''ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות
זאל ער שטיין פארן כסא הכבוד אין איינרייסן אין בעטן אז ס'זאל שוין בטל ווערן דער גזירה ויצרא דטכנלוגי'
参考专家

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:09 am

יש מזל האט געשריבן:האבעך שפאצירט מיט איהם אין לונדון אויפן וועג צו מעריב, שטעלט איהם אפ א ראצער פון א אינגערמאן ש שטינקער, און פרעגט איהם: הא?! איהר זענט דאהי? יעצט פארשטיי איך שוין פ"וו ר'עולם שמועסט אין אמעריקא אז ס'איז שטיל יעצט!
ווען איך האב דאס געהערט, האט מיר געכאפט א שוידער, וואס ס'מיינט יש קונה עולמו (רח"ל) בשעה אחת, אנשטאאטס נעמען אזא איד און איהם מחזק זיין, און האבן כאטש א חלק אין זיינע פעולות נשגבות, איהם נעמען און מבזה זיין, און זיך איינקויפן ווער ווייסט וואס רח"ל, לעולמי עד ולנצח נצחים, און אוודאי העלפט תשובה, אבער איך גלויב אז דער אינגערמאן האט שוין א רגע שפעטער פארגעסן וואס ער האט דא אפגעטוהן, יעזור ה' אז מ'זאל אלעס קענען פאררעכטן וואס מ'האט זיך דא אנגעווערטשאפט.


איר האט זעהט אויס נישט מיטגעהאלטן זיינע אויפטריטן און טענה'רייען אין די בתי מדרשים, ס'זענען אלץ און איבעראל געווען מענטשן וואס האבן אים געוואלט ממש צורייסן, און ער פלעגט אריינהייבן אסאך מער און גרעסערע בזיונות פון וואס דער אינגערמאן אין לאנדאן האט אים געגעבן, אבער ער האט זיך נישט דערשראקן פון קיינעם קיין כי הוא זה.

ער האט דאך געהייסן "ר' שאול יצחק ראבינאוויטש"... פאר א סיבה....
(ס'כאפט א פחד צו דארפן שרייבן אויף אים ע"ה)

הקשר
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:10 am

יש מזל האט געשריבן:מה שם אביו?
רוצה ללמוד משניות לעילוי נשמתו הטהורה

ר׳ חיים

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:14 am

בשבילי נברא האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:האבעך שפאצירט מיט איהם אין לונדון אויפן וועג צו מעריב, שטעלט איהם אפ א ראצער פון א אינגערמאן ש שטינקער, און פרעגט איהם: הא?! איהר זענט דאהי? יעצט פארשטיי איך שוין פ"וו ר'עולם שמועסט אין אמעריקא אז ס'איז שטיל יעצט!
ווען איך האב דאס געהערט, האט מיר געכאפט א שוידער, וואס ס'מיינט יש קונה עולמו (רח"ל) בשעה אחת, אנשטאאטס נעמען אזא איד און איהם מחזק זיין, און האבן כאטש א חלק אין זיינע פעולות נשגבות, איהם נעמען און מבזה זיין, און זיך איינקויפן ווער ווייסט וואס רח"ל, לעולמי עד ולנצח נצחים, און אוודאי העלפט תשובה, אבער איך גלויב אז דער אינגערמאן האט שוין א רגע שפעטער פארגעסן וואס ער האט דא אפגעטוהן, יעזור ה' אז מ'זאל אלעס קענען פאררעכטן וואס מ'האט זיך דא אנגעווערטשאפט.


איר האט זעהט אויס נישט מיטגעהאלטן זיינע אויפטריטן און טענה'רייען אין די בתי מדרשים, ס'זענען אלץ און איבעראל געווען מענטשן וואס האבן אים געוואלט ממש צורייסן, און ער פלעגט אריינהייבן אסאך מער און גרעסערע בזיונות פון וואס דער אינגערמאן אין לאנדאן האט אים געגעבן, אבער ער האט זיך נישט דערשראקן פון קיינעם קיין כי הוא זה.

ער האט דאך געהייסן "ר' שאול יצחק ראבינאוויטש"... פאר א סיבה....
(ס'כאפט א פחד צו דארפן שרייבן אויף אים ע"ה)

און איך עס טאקע נישט געוואלט מיטהאלטן, ווייל ער האט מיר כסדר פארציילט וואס ער גייט אדורך, און מיין הארץ איז צוריסן געווארן פאר צער.
ב"ה האב איך געהאט די זכי' איהם צוצוהעלפן אביסעלע, זאל ער טאקע זיין א מליץ יושר פאר מיר און מיין משפחה, און אוודאי פאר גאנץ כלל ישראל, זאלן זיך עפענען די אויגן און נישט מקריב זיין זיך און די גאנצע משפחה פארן טייוול רח"ל, וילמדו תועים בינה בביאת משיח בן דוד.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:22 am

אן אריינקריכן אין הארץ, דאס איז אמאל זיכער אז די עצם מעשה פון ארומגיין אין די שולן און שרייען געוואלד ס'ברענט א פייער ווען די רעדע איז אידישקייט איז גאר א היסטארישע און זעלטענע זאך, וואס לאו בכל יומא מתרחיש, דאס איז מען צו געוואוינט צו ליינען אין די אלטע אידישע ליכטן ווען די דמיון ארבעט אריין וויאזוי דאס האט אויסגעקוקט, מיר האבן זיך בשעת מעשה אליינס נישט געכאפט וויאזוי אז זאך ווערט פארשריבן און פאראייביגט היסטאריש. מגפת הטעכנעלאגיע מיט ר' שאול יצחק ז"ל גייט בענעזאם, דאס גייט זיך נישט טיילן.
יהא זכרו ברוך.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Gevald Geshrigen, Of course, police, גרויסע-גדולה, ווייזער, טעאריע וואס לעבט, מי יודע, משה11, קרית יואל און 64 געסט