ווער איז גערעכט טראמפ אדער CNN [פון א לעגאלע שטאנדפונקט]?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווער איז גערעכט?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 7:27 pm

טראמפ-ווייסע הויז - נישטא קיין "רעכט" צו זיין אין דעם בריעפינג רום, ברצותו אוחז וברצותו זורק.
91
83%
CNN - אקוסטא - צו מאניפולירן די פרעססע, אדער זיי צו באגרעניצן אויף סיי וועלכע אופן איז א פארלעצונג פון די ערשטע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע.
19
17%
 
סך הכל שטימען: 110

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דער ריכטער אין די סי ען ען אקאסטע קעיס האט זיך פרייטאאג געענדיגט מיט א טעפארערי ריסטרעיניג ארדער אונטער וועלכע די ווייסע הויז מוז צוריקגיבן פאר אקאסטע זיין צוטריט אין ווייסן הויז
די צייטווייליגע ארדער לויפט אויס אין 12 טאג
אויף דעמאלץ מוזן די צוויי זייטן זיך דורכקומען צווישן זיך אדער אמווייניגסטנס איבער דעם אז די ווייסע הויז גייט איין אז די ארדער זאל פארלענגערט ווערן
אויב עס פאסירט נישט גייען ביידע זייטן זיך ווידער שטעלן פארנט פונעם ריכטער וועלכע וועט באשליסן אויב ער וויל גיבן פאר אקאסטע א פערלימינערי אינדזשאנקשען
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

ס'איז ממש א שאד אז די ווייסע הויז נעמט נישט איינע פון די היזיגע לויערס צו פארטיידיגן זייערע אינטערעסן.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

זיי קאנען זיך נישט ערלויבען אזויפיל צו צאלען אויף דעם חשבון פון דעם שטייער צאלער...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ס'איז ממש א שאד אז די ווייסע הויז/אקאסטא נעמט נישט איינע פון די היזיגע לויערס צו פארטיידיגן זייערע אינטערעסן.

RT
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך האב א קלאץ-קאשע
מעג דער יר"ה געבן א אינטערוויו פאר, לאמיר זאגן איין געוויסע צייטונג, פאר "דער איד" אדער פאר די "ני טיימס"? יא. קען "דער בלאט" קומען מיט טענות פ"וו זיי האבן נישט באקומען די אינטערוויו? ניין.
מעג דער פרעזידענט שמועסן מיט צוויי צייטונגען און נישט דעם דריטן? יא.
אאז"וו.
נו, פארוואס קען נישט דער יר"ה לרפו"ש זאגן אז ער וויל היינט זיך לאזן אינטערזוכן, כ'מיין אינטערוויוען ביי זיבן-און-צוואנציג סטאנציעס אבער נישט ביי CNN? וואס פאר א רעכט האט דא CNN צו קענען נייטן דעם יר"ה זאל זיי אריינלאזן?
איך רעד שוין נישט אז דא איז עס בסך הכל איין געוויסער מענטש, בעצם לאזט מען דאך יא CNN אריין!
קען אפשר איינער שיקן מיין שאלה צום דזשאדזש אדער צו דעם לאיער פון ווייסן הויז?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

דער דשאדש האט טאקע קלארגעשטעלט אין זיין פסק אז אפילו ער זאגט אז די ווייסע הויז ברויך "צייטווייליג" צוריק אריינלאזן דשים אקאוסטע, ווילאנג דער שופט באטראכט די שאלה אויב די ווייסע הויז קען אים ארויסווארפן. וועט די ווייסע הויז נישט זיין מחיוב צו ענטפערן דשים אקאסטא'ס פראגען. זיי קענען אים פשוט און גראד איגנארירען!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
בלעק & ווייט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 1:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעק & ווייט »

צ"ק טראמפ!
פארוואס עסטו נאר אויף די ווייסע זייט?! ראסיסט איינער!!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”