ווער איז גערעכט טראמפ אדער CNN [פון א לעגאלע שטאנדפונקט]?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווער איז גערעכט?

די וואלן האבן זיך פארמאכט דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 7:27 pm

טראמפ-ווייסע הויז - נישטא קיין "רעכט" צו זיין אין דעם בריעפינג רום, ברצותו אוחז וברצותו זורק.
91
83%
CNN - אקוסטא - צו מאניפולירן די פרעססע, אדער זיי צו באגרעניצן אויף סיי וועלכע אופן איז א פארלעצונג פון די ערשטע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע.
19
17%
 
סך הכול שטימען: 110

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 8:54 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:לאמיר זיך נישט נארן, ווען די שאך ברעטל וואלט געוועזן קאפויער -- א פאקס רעפארטער רייסט זיך איין מיט אבאמא'ן, און דער לעצטער הייסט אים הויבן פיס -- וואלט גאנצע ק"ק מידיא ואקעדעמיע וחבריהן מצדד געווען לטובת דעם פרעזידענט. "א פריווילעס לאוסוט, און פאַקס זאל באצאלן די ליגעל פיס!

עקשועלי, ס'שוין געווען... (אסאך קלענערס ווי דעם) און די מידיע האטזעך געשטעלט אויף פאקס'ס זייט.

קאן זיין אין ניו דזשערזי גייט אזוי די מעשה, אבער אויף די קליפ זעט מען זייער קלאר די רעאקציע פון די פרעסע ווען אבאמא האט ארויסצוהאבן - נישט נישט אריינגעברענגט נאר פארשיקט מיט סעקיוריטי - א רעפארטער פאר'ן זיך אויפפירן ווי אקאסטע. זיי האבן גענומען שרייען אין כאר ''א-בא-מא! א-בא-מא!"
Innocent until proven Republican

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:01 pm

Think and Thank האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:לאמיר זיך נישט נארן, ווען די שאך ברעטל וואלט געוועזן קאפויער -- א פאקס רעפארטער רייסט זיך איין מיט אבאמא'ן, און דער לעצטער הייסט אים הויבן פיס -- וואלט גאנצע ק"ק מידיא ואקעדעמיע וחבריהן מצדד געווען לטובת דעם פרעזידענט. "א פריווילעס לאוסוט, און פאַקס זאל באצאלן די ליגעל פיס!

עקשועלי, ס'שוין געווען... (אסאך קלענערס ווי דעם) און די מידיע האטזעך געשטעלט אויף פאקס'ס זייט.

קאן זיין אין ניו דזשערזי גייט אזוי די מעשה, אבער אויף די קליפ זעט מען זייער קלאר די רעאקציע פון די פרעסע ווען אבאמא האט ארויסצוהאבן - נישט נישט אריינגעברענגט נאר פארשיקט מיט סעקיוריטי - א רעפארטער פאר'ן זיך אויפפירן ווי אקאסטע. זיי האבן גענומען שרייען אין כאר ''א-בא-מא! א-בא-מא!"

נישט יעדע פרייוואטע רעפארטער פארטרעט די מידיע. ממילא די וואס האבן דאן יא געשריגן אבאמא און יעצט נישט פארטרעטן נישט די מידיע.
איי פארוואס האבן זיי יעצט נישט געשריגן, נארמאל ברויכן די רעפארטער דארט זיין סימפאטיש צום פרעזידענט, אבער פראביר צו טראכטן די אלס רעפארטער מיט די בעסטע און שטערקסטע סימפאטיע צום פרעזידענט, וואלסטו אים נישט פיינט געהאט נאך צוויי יאר ווילדע אנטי מידיע רעטאריק? ענעמי אף די פיפל?.
ממילא איז צו פארשטיין פארוואס די רעפארטעס האבן נישט געזיכט צו באשיצן יר"ה.
נאך א סיטבה איז ווייל ביי אבאמא איז - ווי ביי אלע פריעדיגע פרעזידענטן, א פרעסע קאנפרעס אלץ געווען א פורמאלע זאך, אן קיין צולאזענישן און קולות וכו', ממילא איז יענע אינצידענט געווען גאר ארועסשטארנד, משא"כ בייי אינזער יעצטיגע יר"ה טוט זיך כסדר ששון ושמחה האט די אינצידענט נישט ארויסגעשטארצט אלץ אזוי אויפאלענד אז מען זאל מוחה זיין. אפי' די פאקס רעפארטער'ס.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
cookies
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:48 pm

תגובהדורך cookies » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:07 pm

אויב האט עטס באמערקט, גייט נישט די טראמפ טיעם אריין איבער אקאסטא פערזענליך, אז ממעג אים פערזענליך אויפזאגען אפילי סיז א גריגערע קעיס פאר די ווייסע הויז, נאר זיי האבען ענדערש אויסגעקליבען צי גיין די עקסטריעם. אז ממעג סתם אזוי ארויסווארפען יעדעם וועם ער שמעקט, עפעס א סטראטעיגיע ווילן זיי,

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:40 pm

Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:עס וואלט קיינעם נישט אנגעגאנגען צו זען אקאסטא פליען... גלייב מיך סננ ברויך אים אויך נישט.

איך האב אבער הנאה אז די קעיס גייט ווייטער ווייל אז נישט פליעט מארגן א צווייטער פארן אריינשרייען און איבערמארגן א דריטער פאר רעדן "דיסריספעקטפול". אזא זאך טוט אינטימעדעיטן רעפארטערס פון פרעגן שווערע פראגעס.

אקאסטא זאל צוריקגיין. די ווייסע הויז זאל בעטן סננ צו טוישן רעפרעזענטיוו, און שלום כל אמעריקע.

וואס? וואס?! וואס?!?!
זאג עס איבער: דו האסט מורא אז טראמפ וועט איין טאג פארשיקן א רעפארטער פאר'ן רעדן דיסרעספעקטפול, וואס דאס קען מעגליך אינטימידעיטן פון פרידן שווער פראגעס?!

אבאמא האט! נישט וואלט, נישט העטעך פעטעך, נאר האט - ארויסגעווארפן - נישט צוגענומען די הארד פעס נאר ארויסקריכן דורך סעקיוריטי מיט חרפות און בושות - א רעפארטער, פאר די חטא פון זיין דיסרעספעקטפול! פארוואס געדענק איך נישט די שרעקליכע ציטער דאן??

דו רעדסט פון דעם?

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 2335946628

כ'מיין דו ביסט געפאלן פאר אביסעלע פעיק נויס.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:22 am

ריכטער רעדט.


Judge agrees with the White House that there is no first amendment right to come onto the White House grounds. HOWEVER once they do open up WH grounds to reporters but denies others, first amendment comes into play.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:26 am

ריכטער זאגט אז אקאסטא'ס ערשטע אמענדמענט רעכט איז שטערקער ווי די רעכט פונעם ווייסן הויז צו האבן א מסודר'דיגע פרעסע קאנפערענץ. :?

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:27 am

ברעיקינג!

ריכטער שטעלט טי. אר. או און זאגט אז ווייסע הויז דארף צוריקגעבן אקאסטא זיין ווייסע הויז הארד פּעס.
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:33 am

וויאזוי אידאס אז 83% פון אונז פארשטייען אנדערש?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:38 am

יש ברירה האט געשריבן:ריכטער רעדט.


Judge agrees with the White House that there is no first amendment right to come onto the White House grounds. HOWEVER once they do open up WH grounds to reporters but denies others, first amendment comes into play.

לויט דעם מיז מיר די ווייט האוז יעצט געבן א הארד פעסס איך האב מיך דערקלערט ריפארטער..
עכ"פ נישט פאר מיר עטליעסט פאר הבל..
לעצט פאראכטן דורך תורה לערנער אום פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:39 am

יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי אידאס אז 83% פון אונז פארשטייען אנדערש?

דא קענסטו זעהן א חלק פון די תירוץ..

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:50 am

איך זיץ און עך ווארט צו זעהן די קעניג'ס רעאקציע... וואף!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:53 am

האו עבאוט

"נאו מאר פרעס בריעפינגס אנטיל סננ סענדס נו קראספאנדענט"...

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:55 am

יש ברירה האט געשריבן:האו עבאוט

"נאו מאר פרעס בריעפינגס אנטיל סננ סענדס נו קראספאנדענט"...

יא, אדער עפעס שטרענגער!
לכאורה מארגן פארטאג'ס וועט זיך אנהייבן די שוים...

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:00 am

shimon7323 האט געשריבן:איך זאג

"טראמפ - סננ" זענען גערעכט
==========
טראמפ, ווייל דער האט סתם געדרייט א קאפ, אנשטאט איהם צי צימבלען, און א מענטש בלייבט א מענטש.

סננ, אויב האסטו אן אישו מיט מיינס א מענטש שיק אונז א בריוו א ווארענונג.


"ווייסע הויז - אקוסטע" זענען נישט גערעכט
==========
ווייסע הויז, עס איז דא פראצעדור פון אוועקשיקן אומגעוואונטשענע עלעמענטן, און עס דארף שטימן אז מען זאל עס נישט אמאל קענען קלאגן און קארט.

אקוסטע, במחילות כבודך, א פערד פירט זיך אויף שענער ווי דיר, ער האט געהאט איין און נאר איין ציל זייענדיג און יענעם צימער (דאס איז נישט געווען נייעס ברענגען) פלעין צי האקן און קאפ אריין.

פערל ווערטער
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:03 am

די ריכטער האט איינגעשטימט מיט די פונדעמענטאל טענה אז די ווייסע הויז איז נישט מחויב אריינצולאזן רעפארטערס אבער איינמאל די עפענסט די טיר קענסטו נישט דיסקרעמינירן אקעגן סננ

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:16 am

וואס איך וויל זעהן,
נאך וואס די ווייט האוז געט אים צוריק זיין פעס אין טראמפ מאכט נאך א פרעס בריפינג, אויב די האסט געמיינט אז ביז יעצט איז געווען קלעפ ווארט נאר ווארט.....
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:18 am

וואףףף... סננ געווינט קעגן טראמפ?! נאך א גרעסערע פראסק ווי א הילערי קלינטאן געווינס...
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
בלעקבארד
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:40 pm

תגובהדורך בלעקבארד » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:19 am

טראמפ אפוינטעד (סא קאלד) זשאזש

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:22 am

די פראבלעם דא איז, ווען די שופט וואלט געווען א דעמעקראט אפוינטי אדער אפילו א בוש אפוינטי, חאטש זיין טאטע א מעקסיקאנער זיין מאמע א מוסלימענער זיין פעטער א שווארצע, וואלט טראמפ גלייך ארינטערגעריסן די שופט זעלבסט.

אבער ואנחנו לא נדע מה נעשה ווען ער איז א טראמפ עפוינטעט ריכטער

____
בלעקבארד האקט
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:37 am

איינער קען אריינקומען מיט מער ליגעל בעקגראונד?

האט די ווייסע הויז נישט קיין שום ווארט ווער עס קען אריינקומען אינעם ווייסע הויז

אפילו איינער שטערט די בריפינגס?

אבאמא האט אויך פארשטאנען אז עס איז זיין הויז..

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1973
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:41 am

קאפויער, קאן טאקע זיין אז ווייל דער שופט איז געשטעלט געווארן דורך טראמפ, האט ער געהאט דרוק צו גיין די פארקערטע וועג.

*

מיין קליינע מח פארשטייט נישט דעם פסק בכלל.
מהיום והלאה, אויב פרעזידענט קאָרי בוּקער גיבט א פרעסע קאנפערענץ און איינע פון די פאַקס רעפארטערס גייט נוסח הענעטי, וועט די ווייסע הויז אים מוזן האלטן ווייל יענער האט "ערשטע אמענדמענט רעכטן"?!

#מצב האקט
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:41 am

די גאנצע שמועס דא איז צו די ווייט האוז קען איינעם ווארפן אן קיין שום ווארענונג,
עס איז דא א פראסעס פין ארויסשיקן א ריפארטער אין די ריכטער זאגט אז אויב די ווילסט אים זעהן אינדרויסן קענסטו דורך גיין די דאו פראסעס,
אויכט האט די ריכטער געזאגט אז די טענה פין סענדערס אז ער האט געשטופט די פרוי וואס וויל נעמען די מייק, איז שקר.
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 3:26 pm

זייער א אינטערסאנטע אינטערוויא ארום די ווייט האוז הארד פּעסס סיסטעם, און איבער דעם יעצטיגן דזשים אקאסטאו סומאטוכע. אויף קולמיטשע 118, יוסי געשטעטנער מיט דזשעיק טורקס.
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 7:50 pm

כאפצעם האט געשריבן:וואףףף... סננ געווינט קעגן טראמפ?! נאך א גרעסערע פראסק ווי א הילערי קלינטאן געווינס...



זיכער! טראמפ וואלט יעצט געוואלט זיין ענדערש קלינטאן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 9:54 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:איך זאג

"טראמפ - סננ" זענען גערעכט
==========
טראמפ, ווייל דער האט סתם געדרייט א קאפ, אנשטאט איהם צי צימבלען, און א מענטש בלייבט א מענטש.

סננ, אויב האסטו אן אישו מיט מיינס א מענטש שיק אונז א בריוו א ווארענונג.


"ווייסע הויז - אקוסטע" זענען נישט גערעכט
==========
ווייסע הויז, עס איז דא פראצעדור פון אוועקשיקן אומגעוואונטשענע עלעמענטן, און עס דארף שטימן אז מען זאל עס נישט אמאל קענען קלאגן און קארט.

אקוסטע, במחילות כבודך, א פערד פירט זיך אויף שענער ווי דיר, ער האט געהאט איין און נאר איין ציל זייענדיג און יענעם צימער (דאס איז נישט געווען נייעס ברענגען) פלעין צי האקן און קאפ אריין.

פערל ווערטער
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט