ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך בעסער אזוי » פרייטאג אוקטובער 09, 2020 9:34 am

וואס איז די סקאנדאל?
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 8:44 am

נאך די נארט קערליינע סקאנדאל, וואס נעמט אוועק איינע פון די דעמאקראטס בעסט פיק סיעטס
איז יעצט די איינציגסטע און בעסטע פעט פאר דעמאקראטן א 50-50 סענאט, וואס און אזא פאל קענען זיי פארגעסען פון פעקען די קאורט נאך וואס מענישען איז דערקעגען.

באמת אויפן לאנג טורם איז בעסער פאר די דעמעקראטען אז ביידען זאל יעצט פארלירען, ווי איידער א לעם דאג ביידען אנעם סענאט, אדער א שמאל ציטיילטע פילובאסטער סענאט, א געווינס פאר ביידען אנעם סענאט מיינט אז עס קען נעמען יארען פאר דעמאקראטען צי האבען אלע דריי הייזער, און ביידען איז געבינדען די הענט מיט א 6-3 סופרים קארט און א פילי באסטער, א טראמפ געווינס מיינט נאך א שטארקע מידטורם מיט א סאליד סענאט פיקאופ, און פיר יאר ארום א דעמאקרטישע פרעזידענט וואס קען האקען א לעבען טוישען די סופרים קאורט און א ליבאראלע אגענדע אן געצוימט

און גיטע נייעס פאר די רופובליקאנע חבירים דא, איז ביידען די פעווירט, מיט א מעקסימום 50-50 סענאט, וואס ערלויבט אים נישט צי פעקען די קאורט און ריקען די פילי באוסטער, און א סאליד לאנג טורם רעכטע סופרים קאורט וואס וועט טוישען אמעריקע פאר יארען, און די סענאט און רופבליקאנער הענט פאר יארען

סאו לויט דעם דארף די חלום פון א קאנסערוועטיוו זיין א טראמפ פארלוסט.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 10:12 am

גוטע פוינט.

עטליכע זאכן אבער, קודם ס'האט זיך געעפענט אפאר נייע סענאט פראנטן, סאוט קאראליינע, זשארזשיע, און בעיקר אין אייאווע ווי דער דעמאקראט האט זיך פעסט ארויפגעזעצט אין שפיץ.

צווייטענס, איך וואלט צוגעווארט צו זעהן די נארט קאראליינע אנקעטעס נאכן סקאנדאל זעהן וויפיל סהאט אים טאקע געשאדט, ער איז געשטאנען זייער שטארק פארדעם אזוי אז סאיז אפשר מעגליך ער האט נאך תחיית המתים טשאנסן צוריק צו קומען.

דריטענס, כגלויב רובא דרובא דעמאקראטן וועלן ווען ס'קומט צו א טשויס צווישן א טראמפ צווייטע טערמין אדער א נישט געפאקטע סופריעם קאורט וכו' איז פטור ווערן פון טראמפ נומבער איינס אויפן ליסטע.

און כ'וואלט געזאגט אז פארקערט, ביי טראמפיסטן, איז א טראמפ צווייטע טערמין אויפן שפיץ.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 10:13 am

בעסער אזוי האט געשריבן:וואס איז די סקאנדאל?

געוויסע אוממאראלישע מעסעדזשעס

די סקאנדאל אנטוויקלט זיך שוין פאר א שטיק צייט און עס האט געדויערט ביז מער איז ארויסגעקומען

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:28 am

כאפצעם האט געשריבן:גוטע פוינט.

עטליכע זאכן אבער, קודם ס'האט זיך געעפענט אפאר נייע סענאט פראנטן, סאוט קאראליינע, זשארזשיע, און בעיקר אין אייאווע ווי דער דעמאקראט האט זיך פעסט ארויפגעזעצט אין שפיץ.

צווייטענס, איך וואלט צוגעווארט צו זעהן די נארט קאראליינע אנקעטעס נאכן סקאנדאל זעהן וויפיל סהאט אים טאקע געשאדט, ער איז געשטאנען זייער שטארק פארדעם אזוי אז סאיז אפשר מעגליך ער האט נאך תחיית המתים טשאנסן צוריק צו קומען.

דריטענס, כגלויב רובא דרובא דעמאקראטן וועלן ווען ס'קומט צו א טשויס צווישן א טראמפ צווייטע טערמין אדער א נישט געפאקטע סופריעם קאורט וכו' איז פטור ווערן פון טראמפ נומבער איינס אויפן ליסטע.

און כ'וואלט געזאגט אז פארקערט, ביי טראמפיסטן, איז א טראמפ צווייטע טערמין אויפן שפיץ.


אייאווע איז אינקלודינג און א 50-50 סענאט, אינאיינעם מיט קאלאראדא, אריזאנא, מעין, 4 פיקאופס, און איין פארלוסא און אלאבאמא.
די איבעריגע איז טאקע שמאל, אבער און בלויזע אנקעטעס האבען דעמאקראטען קיינמאל נישט געלידט.
די איינציגסטע האפענוג פון דעמאקראטען איז אזווי די טעיפ האט נישט אראפגעברעגט טראמפ, וועט אפשר ער אויך אריבערלעבען, שווער צי זאגען.

קיינער קיקט נישט לאנג טערעם, מענשטען קוקען אויף א זיג אויפן מינוט.
איך וויל נאר טרייסטען די רופבליקאנער חבירים דא, אז א עכט לאנג טורם זיג פאר א אנהאלטענדע קאנסערוועטיווע אגענדע, איז א ביידען זיג, אנעם אדער א שמאל ציטיילטע
סענאט
א טראמפ זיג, איז א נצחון אויפן מינוט, אבער מיט א נאך א מידטרם, און פיר יאר ארום קענען די דעמאקראטען זיין אזוי שטארק, צי דעמעדשען קאנסערוועטיוון פאר יארען
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:38 am

אה דו מיינסט 50, דאן מיט ביידנס וויצע ברעכט ער דעם טיי און קען אלעס טוהן.

מענטשין לויפט שוין נישט פאר ריעעלעקשאן ער גייט שיין מיטזינגען מיט ביידען, ער איז נישט קיין פארטיי ספוילער. איך בין נישט באזארגט פאר דעם קיין כי הוא זה.

גוט פאריקט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך גוט פאריקט » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:42 am

דער לינדזי איז זעהט אויס אויף צרות סיי ער האט א גאנץ א גוטע קעגנער יענער איז שווארץ און ס.ק. האט א שטארקע שווארצע באפעלקערונג וביידען זיג יוכיח און מיט ביידען אויפן טיקעט ברענגט עס שטארק ארויס די שווארצע
ועןד יעצט פירט ער אן די בערעט הירינגס וואס ער האט געזאגט טעיפ מיי ווארד וואס דאס קען גאר אויפרעגן די דעמאקראטן קעגן אים אין דאס קען געבן די לעצטע שטיפ אראפ הגם די פאליטישע מיינוג זאגער זענען נאנישט אזוי איבערצייגט אבער איך שמעק א סופרייז

גוט פאריקט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך גוט פאריקט » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:45 am

בנוגי טעקסעס גיב איך שוואכערע שאנסן פאר א זיג פאר די דעמאקראטן אבער איך שאץ יא פאר א מעגליקייט פאר ביידען געווינס דער בעטא שלאפט נישט און קארנין פארקויפט נישט קיין סאך הגם לויפט קעגן א שוואכע קעגנער אבער עס איז דא מעגליקייט די בעטא מאשין האט רעגעסטרירט טויזענטער פרישע וואוטערס פלאס א מעכטיגע געט אוט געט אוט די וואוט אפאראט

גוט פאריקט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך גוט פאריקט » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:50 am

און לאמיר נישט אויסלאזן מאנטענע ווי די אנקעטעס געבן א שיקל טאקע נאר א שטיקל אויבערהאנט פאר בולאר נארמאל וואלט מאנטענע געדארפט גיין רויט אבער מיט בולאק אויפן טיקעט קען זיין אז ער גייט עס מאכן

אוועטאר
נקדימון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:54 am

דזשעמי הערריסאן וואס לויפט קעגן לינדזי גרעהעם אין סאוט קארעליינע האט אויפגעטריבן א רעקארד 57 מיליאן דאללער אינעם דריטן קווארטל.

דאס איז די העכסטע סכום פאר א סענאט קאמפיין סיי ווען אין אמעריקאנער היסטאריע

גוט פאריקט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך גוט פאריקט » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 12:21 pm

וואס מיינט די הוכע פאנדרעיזיניג נאמבער
שטארקע שנאה ביי די דעמאקרטן צו לינדזי
שטארקע קאנפידענטס אז ער גייט עס מאכן קעגן לינזי
איז דא בערכדיגע נאמבער וויפל עס איז לאקאל און וויפל עס איז פון אינדרויסן
אגב נאך אלע מעשיות מיט געלט קען מען טוען אסאך אויב מען ווייסט ווי אזוי עס צו ריכטיג צו ניצן
לעצט פאראכטן דורך גוט פאריקט אום מאנטאג אוקטובער 12, 2020 12:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 12:23 pm

אויב דארפן צוויי רעפובליקאנער פארלירן זאל עס ביטע זיין סוזען קאלינס אין לינזי גרעהעם

איך בין קיינמאל קיין פען פון דעם לינזי געווען

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 12:34 pm

געוויסע ווייזן אן אז אויב זאל טראמפ פארלירן די פרעזידענטשאפט און גרעהעם זיין סענאט זיץ דאן וועט שאן העניטי פארלירן זיין פרנסה...

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 12:52 pm

לויט די אנקעטעס פון נאך דעם "סקאנדאל"* געווינט ווייטער קאל קאנינגהעם אין נארט קארעליינע, בגודל.

דאס איז די 50סטע זיץ פאר די דעמאקראטן.

נאכדעם זענען זיי פאראויס אין אייאווע, און האבן גוטע שאנסן אין **קענזעס, אלאסקע מאנטענע דזשארדזשיע (2) און סאוט קארעליינע. און נאכדעם איז דא טעקסאס וואו קארנין איז נישט צו שטארק, אבער העגער האט נאכנישט גענוג נעים רעקאגנישן.


* כאילו דער איצטיקער איינוואוינער אין ווייסן הויז איז נישט דאנעלד טראמפ....
**לויט א לעצטערע רעפאליקאנער אינטערנעל איז די דעמאקראט פאראויס אין קענזעס.


דאס וואלט געווען מיין פרעדיקשן, טונקל מיינט לייקלי אדער סעיף.
MYz2o5.png
MYz2o5.png (102.96 KiB) געזעהן 733 מאל


---------------

IMG_20201011_211443.jpg
די לעצטע רעטינגס פון קוק פאליטיקעל דורך וואסערמאן
IMG_20201011_211443.jpg (202.15 KiB) געזעהן 750 מאל


---------

הוספה, אין די נייע ביידן פלאס 8 ני"ט סיענע אנקעטע פון מישיגען ליעדט דער אינקאמבענט דעמאקראט מיט בלויז 1%, וואס איז זייער שרעקעדיג פאר אים.

איך דארף אבער זעהן נאך אזאנע אנקעטעס אז איך זאל אוועקנעמען מישיגען פון לייקלי דעמאקראט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נישטאמת » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 2:00 pm

גוט פאריקט האט געשריבן:בנוגי טעקסעס גיב איך שוואכערע שאנסן פאר א זיג פאר די דעמאקראטן אבער איך שאץ יא פאר א מעגליקייט פאר ביידען געווינס דער בעטא שלאפט נישט און קארנין פארקויפט נישט קיין סאך הגם לויפט קעגן א שוואכע קעגנער אבער עס איז דא מעגליקייט די בעטא מאשין האט רעגעסטרירט טויזענטער פרישע וואוטערס פלאס א מעכטיגע געט אוט געט אוט די וואוט אפאראט

פארוואס איז בעטא נישט געלאפען נאכאמאל?

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 2:13 pm

צל עובר האט געשריבן:
---------

הוספה, אין די נייע ביידן פלאס 8 ני"ט סיענע אנקעטע פון מישיגען ליעדט דער אינקאמבענט דעמאקראט מיט בלויז 1%, וואס איז זייער שרעקעדיג פאר אים.

איך דארף אבער זעהן נאך אזאנע אנקעטעס אז איך זאל אוועקנעמען מישיגען פון לייקלי דעמאקראט.

צוויי טאג צוריק איז דא א פאול דארט ווי פיטערס איז 3+

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 4:40 pm

פרישע אנקעטע יעצט פון נארט קארעליינע, מען קען רואיג רוקן די סטעיט פון ליען צו לייקלי דעמאקראט, אזוי ווי מיין מאפע דא אויבן.
Cal Cunningham up 49%-39% over Tillis in new SurveyUSA poll. He's *improved* since the texting scandal -- he was up 7% in the last poll.

Cunningham lost some ground with seniors, who I guess are used to having higher moral standards for electeds. #ncsen
https://t.co/cTwJ6PsisR


הוספה: מען האט אויך דירעקט געפרעגט דעם עולם איבער דעם סקאנדאל, בלויז 30%, וואס איז ניטאמאל אלע טיליס וויילער, זאגן אז עס מאכט זיי ענדערש שטימען פאר טיליס...

מיר האבן ארויסגענומען די ווערטער ווי זיי דעסקרייבן די מעשה.
North Carolina: "A woman דא שטייט דער סיפור אין בערך צען ווערטער texts -- Are you more likely to support Tillis because of this?"

Yes: 30%
No: 61%

SurveyUSA / Oct 11, 2020 / n=669 / Online

https://t.co/dvKboDvRlS


------

בעטאו איז דאך געלאפן פאר פרעזידענט. עס איז דא וואס זאגן אז ער איז געלאפן צו לינקס ער זאל נאך קענען לויפן פאר סענאט אין טעקסאס.


די דעמאקראטישע סענאט אויסקוק וואלט לכאורה טאקע אסאך שענער געווען ווען בעטא לויפט אין טעקסאס און סטעסי עיברעמס לויפט אין דזשארדזשיע.

----------

נעיט כהן געבט איבער אז זיין בארימטע אנקעטע פראיעקט פון די ניו יארק טיימס סיענע אנקעטעס נעמט יעצט אנקעטעס איז סאוט קארעליינע און אלאסקע.

אויב זיינע אנקעטעס וועלן געבן א ליעד פון כאטש מיטעלע סינגל דידזשעטס פאר די רעפאבליקאנער אין די צוויי שטאטן, וואלט איך עס צוריקגעלייגט צו ליען רעפאבליקאנער. צו ליען דעמאקראט לייג איך עס נישט חוץ אויב אפאר אנקעטעס וועלן ווייזן ליעדס פון כאטש הויכע סינגל דידזשעטס פאר די דעמאקראטן, עס איז פארט טראמפ פלאס 15 2016 סטעיטס.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג אוקטובער 12, 2020 5:35 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 4:41 pm

שיין!

גוט פאריקט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך גוט פאריקט » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 5:11 pm

לגבי בעטאו ער איז טאקע א רוח שאינו מצוי אבער ער האלט זיך שווער אויף א ליניע ער איז טאקע געלאפן היבש לינקס בארעטיגט דאס קניען ביי נעשענאל ענטאם געלאפן אויף פרא אימיגרינטען פרא אבאמא קעיר און עס האט אים נישט געשאדט און ער איז געקומען היסטאריש נאנט צו געווינען ע''כ זענען דא וואס זאגן אז יעצט זענען די שאנסן העכער צוליעב וואס די רעפאב. זענען זייער קאנפידענט מיט א זיג פלאס זיי זענען קאנפידענט מיט זייער קאנדידאט
משא''כ די דעמאקראטן זענען זייער פארנימען צו פראבירען איבערצונעמען די סטעיט סענעט וואס דאס ברענגט אויף א לאקאלע לעועל א שטארקע אנטיזיאזום און קען שטארק העלפן די גאנצע טיקעט פלאס זיי האבן גאר שטארק געהויבן די דעמאקראטישע וואל באטייליגונג די שאלה שטעלט זיך צו עס איז געניג שטארק אויף צו דורכברעכן די רויטע וואנט
#ימים ידבירו

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:00 am

לויט די פרישע קוק פאליטיקעל פארשאצונג, וועלן די דעמעקראטן ווארשיינליך אויפפיקן צווישן צוויי און *זיבן* סענאט זיצן.

היינטיגע טוישונגען רעכנט אריין
צוגעלייגטע
EkNVKYFX0AAKtHl.jpeg
EkNVKYFX0AAKtHl.jpeg (138.37 KiB) געזעהן 440 מאל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:56 pm

נאך וואס זיין דעמאקראטישע אפאנענט דזשעים העריסאן האט אויפגעטריבן א פאנטאסטישע 57 מיליאן דאלער אינען דריטן למספרם קווארטל מעלדט איצט לינדזי גרעהעם אז ער האט אויפגעטריבן 28 מיליאן דאלער אין די זעלבע צייט
טראץ וואס די ציפער איז פיל וייניגער ווי העריסאן איז עס א רעקארד פאר זיך זייענדיג מער ווי סיי וועלכע רעפובליקאנער האט אויפגעטריבן ביז היינט אין סיי וועלכע סטעיט און אין סיי וועלכע למספרם קווארטאל

אוועטאר
נקדימון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 7:32 pm

דזשאני ערנסט פון אייאווע האט אויפגעטריבן 7.2 מיליאן אינעם דריטן קווארטל מיט 4.3 מיליאן קעש צו דער האנט

איר דעמאקראטישער קעגנער האט אויפגעטריבן 28.7 מיליאן דאללער אינעם דריטן קווארטל מיט 9 מיליאן אין באנק

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 2:18 pm

איך האב געשריבן דא אז אויב די ניו טיימס סיענע וועט ווייזן א שיינע ליעד פאר גרעהעם, גייט עס צוריק צו ליען רעפאבליקאנער.

און אזוי איז געשען, סיי עס געבט פאר גרעהעם 6%, און סיי וואס עס געבט פאר טראמפ בלויז 8%, וואס איז פון די בעסערע אנקעטעס פאר ביידן.

ווען אזא פרעסטיזשפולע אנקעטע געבט פאר העריסען נאר צוויי פראצענט בעסער ווי ביידן וועלכער וועט לכאורה נישט געווינען יענע סטעיט, קען מען עס נישט ווייטער האלטן אין טאסאפ.

פון די אנדערע זייט זענען ארויסגעקומען אנקעטעס אין דזשארדזשיע פון ביידע פארמעסטן, און פון קענזעס נארט קארעליינע מעין קאלעראדא אריזאנע מאנטענע און אייאווע, וואס בארעכטיגן יא מיינע רעטינגס דארט. איך ווארט אויף די ניו טיימס אנקעטע פון אלאסקע צו זעהן וואס טוצעך דארט, און דעמאלסט האף איך איבערצומאכן די רעטינגס.

אין דזשענערעל זעהט אויס אז די שיפט אוועק פון טראמפ וואס האט זיך אנגעהויבן נאך דעם דעבאטע מיט די קאוויד האט זיך שוין געענדיגט, אבער עס דרייט זיך נאכנישט צוריק דערווייל.

סטעיט אנקעטעס זעהט מען יא אז ביידן ווערט נאך שטערקער, אבער עס מאכט סענס, 1) ווייל ביז יעצט האט עס נאך נישט געהאט געגרייכט דארט ווי עס וואלט געדארפט האלטן לויט ביידן'ס דאבל דידזשעט ליעד נאציאנאל, 2) ווייל אסאך מאל נעמט צייט ביז די סטעיט אנקעטעס ווייזן א שיפט.

אבער דאס מיינט נישט אז ביידן גייט נאך ארויף, און דערווייל האט זיך דער פארמעסט געסעטלט ביי ארום ביידן פלאס 10, פאר דעם דעבאטע איז עס געווען ארום ביידן פלאס 7. אסאך קלערן אבער נאך אלץ אז דאס איז מעגליך א שטיקל באבל, און ביידן וועט נאך צוריקגיין צו די פרי-דעבאטע לעוועל.

דאס וואס איך שרייב וועגן ביידן, מיין איך נישט לגבי דעם פרעזידענט פארמעסט, וואס 7 אדער 10 פראצענט איז נישט עכט אזא גרויסע חילוק, נאר לגבי דעם עפעקט וואס דאס האט אויף דעם סענאט מעפ, וואס גאר אסאך זיצן זענען אריינגעפאלן אין טאסאפ, און די דעמאקראטן האבן זיך היפש באפעסטיגט אין זייערע פאטענציאלע פופציג זיצן.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:04 am

אין אייאווע איז היינט געווען דער סענאט דעבאטע, דער רעפובליקען אינקאמבענט האט שטארק פארלוירן די העדליין'ס

אויפן פראגע וויפיל ס'קאסט פאר פארמער קארן היינט צוטאגס האט גריענפעלד געענטםערט אויפן צענט $3.46

אויפן פראגע צום אינקאמבענט מרת. ערנסט וויפיל ס'קאסט סוי ביעמס האט זי געענטפערט $5, אויף וואס דער מאדערעיטאר האט איר געגעבן א פעילינג גרעיד, די קאסט איז $10..

שטייצעך די אייאווע פויערן גלייכן נישט קיין אוט אוו טאטש... וועט מען דארפן זעהן צו די דעמטקראטישער טשעלענדזשער שלעפט טאקע ארויס א זיג

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 4:24 pm

יעצט אז מיר האבן שוין אויך די אלאסקע אנקעטע פון ניו יארק טיימס, וואס געבט א מכובד'גע ליעד פאר סאליווען אין אלאסקע, הגם מיט אסאך אנדיסיידעט פלאס 10 פראצענט פאר עפעס א אומרעלעוואנטן קאנדידאט וואס אנדערע אנקעטעס פרעגן ניטאמאל איבער אים, רוק איך אױך אלאסקע צו ליען דעמאקראט.

דער העריסאן קאמפיין האט ארויסגעגעבן א פרישע אינטערנעל ווי העריסאן ליעדט, און מאנכע טענה'ן אז פשטות ווייזן די גרעהעם אינטערנעלס די זעלבע זאך, ווייל ווען נישט, געבט ער עס ארויס. איך ברענג דאס נאר אלס אפדעיט, דער פארמעסט בלייבט ליען רעפאבליקאנער ביז אן עכט פרעסטיזשפולע אנקעטע וועט ווייזן אנדערש.

דער טיימס איז יעצט אין דזשארדזשיע, אבער דארט וועל איך נישט רוקן אזוי שטארק די שאצונג בעיסד אויף זייער אנקעטע, ווייל זיי זענען זייער רעלאקטענט צו גלייבן מענטשן וואס פלעגן נישט שטימען אז יעצט וועלן זיי יא*, און ווי אויך איז דא איבער גענוג היי קוואליטי אנקעטעס פון דארט מיט אינטערנעלס פון ביידע זייטן וואס זאגן קלאר אז ביידע פארמעסטן זענען טאסאפ.

* אין די אנדערע סטעיטס איז דער רעפאליקאנער מארדזשין צו גרויס פאר די דעמאקראטן צו קענען געווינען דורך טוירנאוט אן טוישן די מיינונג פון מענטשן, משא"כ אין דזשארדזשיע וואס דער עיקר מהלך איז דורך ארויסברענגן פרישע מענטשן, וכן בטעקסאס, הגם פארשטייט זיך אז טוישן מענטשן'ס מיינונגען אין די סטעיטס פעלט אויך אויס טו סאם עסטענט, פעלט אבער נישט אויס, און עס איז עניוועי נישט שייך, דאס צו טאן אויף א מידוועסט פארנעם. פאר דזשעמי העריסאן אבער צו געווינען דארף ער טון ביידע זאכן גאר שטארק.

-----------

לייגן מיר ארויס די יעצטיגע סענאט פרעדיקשן, טונקל קאלירט מיינט אז ווארשיינליך געווינט יענע פארטיי, און איך וואלט געווען שאקד אויב די אנדערע פארטיי געווינט דארט, לייכט קאלירט מיינט אז יענע פארטיי האט א קלארע עדזש, אבער איך וואלט נישט געווען צו שאקד אויב די אנדערע פארטיי געווינט, און גרעי מיינט אז ביידע האבן בערך די זעלבע טשענס.

adzmlM.png
פרייטאג אקטאבער 16, 18 טאג צו די וואלן.
adzmlM.png (101.62 KiB) געזעהן 86 מאל


די הויז איז גאנץ קלאר אז די דעמאקראטן האלטן, און וועלן ווארשיינליך צונעמען מער זיצן ווי פארקערט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג אוקטובער 16, 2020 4:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, police, אבן יקרה, אהרן הלוי, יש לו מנה, כא כא כא, משיח און 33 געסט