ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:37 am

די שאנסן אז דער אמטירנדער רעפּובליקאנער סענאטאר לינדזי גרעהעם וועט געווינען ווידערוויילונג זענען היפּש אפּגעשוואכט געווארן, ווארנט די "קוק פאליטיקעל רעפּארט".

די גרופּע האט גערוקט גרעהעם'ס פארמעסט, וואס קעגן אים לויפט דער שווארצער דעמאקראט דזשעימי העריסאן, פון "ווארשיינליך רעפּובליקאנער" צו "גענויגט רעפּובליקאנער", באזירט אויף אנקעטעס, מאמענטום און פאנדרעיזינג.

מען ערווארט דאך אז גרעהעם וועט געווינען ווידערוויילונג, אבער קוק'ס רוקן דעם פארמעסט גיט אביסל מער קאנפידענץ פאר די דעמאקראטן.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:56 pm

אנקעטע אויף אריזאנע סענאט פארמעסט

מעקסעלי 48
קעלי 48

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 8:16 pm

קענטאקי האט געשריבן:אנקעטע אויף אריזאנע סענאט פארמעסט

מעקסעלי 48
קעלי 48

פירמע?

גיטע נייעס פאר מעקסעלי

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 8:31 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:אנקעטע אויף אריזאנע סענאט פארמעסט

מעקסעלי 48
קעלי 48

פירמע?

גיטע נייעס פאר מעקסעלי


די זעלבע ווי די פריערדיגע גוטע אנקעטעס פאר טראמפ.
נאכאלץ גוטע נייעס פאר ביידע

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 8:34 pm

קענטאקי האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:אנקעטע אויף אריזאנע סענאט פארמעסט

מעקסעלי 48
קעלי 48

פירמע?

גיטע נייעס פאר מעקסעלי


די זעלבע ווי די פריערדיגע גוטע אנקעטעס פאר טראמפ.
נאכאלץ גוטע נייעס פאר ביידע

אויב סאיז א רפוטעבל פירמע

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 9:15 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:אנקעטע אויף אריזאנע סענאט פארמעסט

מעקסעלי 48
קעלי 48

פירמע?

גיטע נייעס פאר מעקסעלי


די זעלבע ווי די פריערדיגע גוטע אנקעטעס פאר טראמפ.
נאכאלץ גוטע נייעס פאר ביידע

אויב סאיז א רפוטעבל פירמע


איך רעד פון די פירמע וואס איך האב היינט אראפגעברענגט, און צל האט פריער אויסגעשמועסט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:52 am

מישיגען רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט דזשאן דזשעימס האא ארקויסגעלייגט אן אינערליכע אנקעטע וועלכע צייגט אז ער ציהט אן 44.1 אקעגן 48.7 פארן אמטירנדן דעמאקראט גערי פיטערס
דזשימעס איז האט אויפגעטריבן מער געלט ווי פיטערס און די קאמפיין טענה'ט אז ער קען געוואונען די פארמעסט אבער זי נויטיגט זיך אין מער כוחות פון אליאירטע אינדרויסן פון די סטעיט (א פראבלעם וועלכע האט אויך געמוטשעט זיין פריערדיגע אומסוקסעספולע קאמפיין)

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 4:22 pm

דזשאן אסף האט ארויסגעגעבן א אנקעטע ווי ער האט 48% קעגן 46% פאר דעוויד פערדו דער אינקאמבענט רעפאליקאנער. לויט זייער מעמאו איז אסף געווען פאראויס אין זייער פאריגע אנקעטע מיט 45 קעגן 44. קיין פרעזידענט נאמבערס האבן זיי נישט ארויסגעגעבן אין די רעפאבליקאנער סווינג סטעיט.

מען דארף האבן 50% צו געווינען, אויב נישט, גייט עס צום ראנאף אזוי ווי די אנדערע זיץ גייט זיכער.

IMG_20200819_162257.jpg
IMG_20200819_162257.jpg (135.32 KiB) געזעהן 1094 מאל
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 1:01 pm

ספיקער פעלאוסי נארוואס אינדארסירט קאנגרעסמאן דזשאו קענעדי אין די דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין מאסאטשוסעטס אקעגן אמטירנדער סענאטאר עד מארקי

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:02 pm

פרעזידענט בוש האט אינדארסט סוזען קאלינס, די רעפאבליקאנע אינקאמבענט סענעטאר פון מעין.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 3:53 pm

אינטרעסאנטע קרישקעלעך פון נעיט סילווער.
Congressional districts with highest percentage of atheists/agnostics/people who say they have "no religion".

CA-13 (Oakland/East Bay): 47%
CA-12 (SF): 46%
WA-7 (Seattle): 46%
MN-5 (Minneapolis): 45%
WI-2 (Madison): 45%

Source: CCES, 2014-2018


Most Catholic districts:

NY-2 (Central Long Island): 55%
NY-11 (Staten Island): 47%
NY-1 (Eastern Long Island): 45%
IL-3 (SW Chicago suburbs): 42%
NY-26 (Buffalo): 39%


Districts with most mainline (non-evangelical) Protestants:

VA-7 (Central VA / Richmond suburbs): 29%
SD-AL (South Dakota): 28%
ND-AL (North Dakota): 27%
TX-4 (Northeast Texas): 26%
MN-7 (rural Northwest MN): 25%
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 4:40 pm

הכל הבל האט געשריבן:מישיגען רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט דזשאן דזשעימס האא ארקויסגעלייגט אן אינערליכע אנקעטע וועלכע צייגט אז ער ציהט אן 44.1 אקעגן 48.7 פארן אמטירנדן דעמאקראט גערי פיטערס
דזשימעס איז האט אויפגעטריבן מער געלט ווי פיטערס און די קאמפיין טענה'ט אז ער קען געוואונען די פארמעסט אבער זי נויטיגט זיך אין מער כוחות פון אליאירטע אינדרויסן פון די סטעיט (א פראבלעם וועלכע האט אויך געמוטשעט זיין פריערדיגע אומסוקסעספולע קאמפיין)

א פרישע אנקעטע צייגט ענליכע רעזולטאטען
שטעלענדיג דזשעימס אינגאנצען 5 פראצענט אונטערשטעליג
45/50%
לעצט פאראכטן דורך פרוביר אויך אום מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז יענער קען קענסטו אויך

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:02 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מישיגען רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט דזשאן דזשעימס האא ארקויסגעלייגט אן אינערליכע אנקעטע וועלכע צייגט אז ער ציהט אן 44.1 אקעגן 48.7 פארן אמטירנדן דעמאקראט גערי פיטערס
דזשימעס איז האט אויפגעטריבן מער געלט ווי פיטערס און די קאמפיין טענה'ט אז ער קען געוואונען די פארמעסט אבער זי נויטיגט זיך אין מער כוחות פון אליאירטע אינדרויסן פון די סטעיט (א פראבלעם וועלכע האט אויך געמוטשעט זיין פריערדיגע אומסוקסעספולע קאמפיין)

א פרישע אנקעטע צייגט ענליכע רעזולטאטען
שטעלענדיג פיטערס אינגאנצען 5 פראצענט אונטערשטעליג
45/50%

מיינסט מסתם דזשעימס אונטערשטעליג

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:28 pm

אויב טראמפ געווינט מישיגען מיט מינעסאטע האבען די רופאבליקען'ס ערענסטע שאנסען אויפצופיקען די צוויי סענאט זיצען.


פרוביר אויך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מישיגען רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט דזשאן דזשעימס האא ארקויסגעלייגט אן אינערליכע אנקעטע וועלכע צייגט אז ער ציהט אן 44.1 אקעגן 48.7 פארן אמטירנדן דעמאקראט גערי פיטערס
דזשימעס איז האט אויפגעטריבן מער געלט ווי פיטערס און די קאמפיין טענה'ט אז ער קען געוואונען די פארמעסט אבער זי נויטיגט זיך אין מער כוחות פון אליאירטע אינדרויסן פון די סטעיט (א פראבלעם וועלכע האט אויך געמוטשעט זיין פריערדיגע אומסוקסעספולע קאמפיין)

א פרישע אנקעטע צייגט ענליכע רעזולטאטען
שטעלענדיג פיטערס אינגאנצען 5 פראצענט אונטערשטעליג
45/50%


אין מינעסאוטע איז ביזדערווייל דא איין אנקעטע ווי די דעמאקראט סמיט שטייט ביי %48 פאר לאויס (ר) %45

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:28 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מישיגען רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט דזשאן דזשעימס האא ארקויסגעלייגט אן אינערליכע אנקעטע וועלכע צייגט אז ער ציהט אן 44.1 אקעגן 48.7 פארן אמטירנדן דעמאקראט גערי פיטערס
דזשימעס איז האט אויפגעטריבן מער געלט ווי פיטערס און די קאמפיין טענה'ט אז ער קען געוואונען די פארמעסט אבער זי נויטיגט זיך אין מער כוחות פון אליאירטע אינדרויסן פון די סטעיט (א פראבלעם וועלכע האט אויך געמוטשעט זיין פריערדיגע אומסוקסעספולע קאמפיין)

א פרישע אנקעטע צייגט ענליכע רעזולטאטען
שטעלענדיג פיטערס אינגאנצען 5 פראצענט אונטערשטעליג
45/50%

מיינסט מסתם דזשעימס אונטערשטעליג

RIGHT
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 9:32 am

נישט איבערגעקוקט לעצטערע אנקעטעס אדער שאצונגען,
אבער לכאורה מיט די אלע אומרוען גייען ארויף די שאנסען אז רעפובליקאנער זאלען האבען סוקסעס און סווינג דיסטריקס איבערען לאנד,
סיי אין סענאט ווי אויך אין קאנגרעס,

וואלט געווען אינטערעסאנט אויב איינער קען ברענגען לעצטערע אנקעטעס וואס באשטעטיגען עס
אז יענער קען קענסטו אויך

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 9:38 am

פרוביר אויך האט געשריבן:נישט איבערגעקוקט לעצטערע אנקעטעס אדער שאצונגען,
אבער לכאורה מיט די אלע אומרוען גייען ארויף די שאנסען אז רעפובליקאנער זאלען האבען סוקסעס און סווינג דיסטריקס איבערען לאנד,
סיי אין סענאט ווי אויך אין קאנגרעס,

וואלט געווען אינטערעסאנט אויב איינער קען ברענגען לעצטערע אנקעטעס וואס באשטעטיגען עס


נישטא דערווייל, געדענקען מיר ווען די קארוואנען האבען געדארפט העלפען טראמפ
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 9:05 pm

קאנדידאט פאר סענאט אין סאוט קארעליינע, דזשעמי הערריסאן וואס לויפט קעגן לינדזי גרעהעם, האט אויפגעטריבן א קנאקעדיגער 10.6 מיליאן דאללער אין חודש אוגוסט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:27 pm

ען בי סי טשעינדזש אויף די צפון קאראליינע סענאט פארמעסט

קאנינגהעם 51
טיליס (אמטירנדער ר) 44

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:27 pm

ען בי סי טשעינדזש אויף די אריזאנא סענאט פארמעסט

קעלי 51
מקסעלי (אמטירנדע ר) 45

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:28 pm

ען בי סי טשעינדזש אויף די מישיגען סענאט פארמעסט

פיטערס (אמטירנדע ד) 50
דזשעימס 46

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:42 pm

הכל הבל האט געשריבן:ען בי סי טשעינדזש אויף די מישיגען סענאט פארמעסט

פיטערס (אמטירנדע ד) 50
דזשעימס 46

wow
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:55 pm

דעטרויט ניוז אויף די מישיגען סענאט פארמעסט

פיטערס (אמטירנדע ד) 44
דזשעימס 41

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:19 pm

ברעיקנג...

קווינעפיעק - סענאט פארמעסטן

סאוט קארעליינע
Lindsey Graham (R-Inc) 48%
Jaime Harrison (D) 48%

מעין
Sara Gideon (D) 54%
Susan Collins (R-Inc) 42%

קענטאקי
McConnell (R-Inc) 53%
McGrath (D) 41%

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 3:11 pm

538 האט היינט ארויסגעלייגט זייער סענאט מאדל, עס איז מער ווייניגער אזוי ווי גערישט, אז די גרעסטע טשענס איז דא אויף פופציג פופציג, אבער ביידע פארטייען קענען נאך האבן 51 אדער מער.

IMG_20200918_065747.jpg
IMG_20200918_065747.jpg (140.99 KiB) געזעהן 232 מאל
IMG_20200918_110406.jpg
IMG_20200918_110406.jpg (131.58 KiB) געזעהן 232 מאל


דאס וואס איך ברענג איז פון די דעלאקס מאדל, וואס רעכנט אויך אריין די רעטינגס פון די מבינים, לויט די קלעסיק מאדל, וואס איז אנקעטעס פלאס פונדאמענטעלס, און נאך מער לויט די לייט מאדל, וואס איז בלויז אנקעטעס, איז עס אביסל בעסער פאר די דעמאקראטן.

---------------

דער בילד איז מער ווייניגער אזוי, די דעמאקראטן האבן יעצט 47 זיצן, און זיי פארלירן כמעט זיכער אלאבאמע, האלטן זיי בײ 46, דארפן זיי 4 זיצן צו האבן 50 50, וואס גענױ טאקע אזויפיל האבן זיי א קלארע טרעק צו באקומען.

ניו יארק טיימס סיענע האט היינט טאקע ארויסגעגעבן אנקעטעס אין אלע דריי זיצן וואס מען האט געהאלטן אז די דעמאקראטן האבן א שטארקן טשענס צו געווינען - די דריי איז חוץ די קלינטאן סטעיט קאלאראדא וואס מען האלט אז עס איז מער ווייניגער זיכער אז די דעמאקראטן נעמען עס איבער - אין אריזאנע ליעדט דער דעמאקראט קעלי מיט 8%, און אין מעין און אין נארט קארעליינע ליעדן די דעמאקראטן מיט 5%.

דאס איז אזוי ווי מען האט געהאלטן אז די פארמעסטן זעהן אויס.


היינט איז טאקע דא א ארטיקל אין פאליטיקא איבער ווי אזוי א 50 50 סענאט ווערט געפירט, וואס איז היסטאריש געווען א זעלטענע זאך. אין א פופציג פופציג סענאט האט טאקע דעם פרעזידענט'ס פארטיי עמטליך די הנהגה, אבער למעשה האבן זיי בלויז האלב סענאטארן אויף די קאמיטעען.


אויב וועט טאקע זיין א פופציג פופציג סענאט, און ביידן וועט טאקע געווינען, וועט קאמאלע העריס מער ווייניגער דארפן בלייבן א סענעטאר אלס איר רעגולער דזשאב...

---------

אריבער אין די הויז, זעהט ווייטער מער און מער אויס אז די דעמאקראטן זענען גאר די פעוואריטס צו געינען זיצן פון די רעפאבליקאנער.

די ניו יארק טיימס סיענע אנקעטע האט געהאט א אווערסעמפלינג אין מעין 2, כדי צו זעהן וואס איז דארט דער מצב מיט דעם עלעקטארל וואויט, האבן זיי שוין אויך געפרעגט וועגן דעם הויז פארמעסט דארט, וואס דער יעצטיגער אינקאמבענט דעמאקראט - וועלכער האט געספליט זיין שטימע אויף די צוויי אימפיעטשמענט קלאגעס - האט קוים געווינען שמאל אין די צווייטע רונדע פון די רענקעד טשויס וואויטינג דארט.

לויט די אנקעטע איז דער אינקאמבענט דעמאקראט זייער זייער שטארק אין די דיסטריקט וואס טראמפ האט געווינען מיט מער ווי 10% אין 2016, און ער קוים מיט א ברעקל אין די צווייטע רונדע אין 2018, און ער איז פאראויס פון זיין קעגנער מיט 19%! 37-56, אין א דיסטריקט וואס ביידן איז פאראויס לויט די אנקעטע מיט 2%.

------------

און אזוי ווי דאס איז לכאורה מיין לעצטע תגובה דא אין שנת תש"פ, ווינטש איך פאר אלע חברים דא און איבעראל, און אלע אנדערע ניקס און אלע אידן, א שנה טובה ומתוקה, א שנת גאולה וישועה, און א גוט געבענטשט יאר.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט