ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 14, 2020 10:08 am

אין טעקסאס האט די דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט העיגער (וועלכע דארף נאך דורכמאכן די פריימערי) געהאט דעמאלדן אז זי האט אויפגעטריבן אינעם צווייטן למספרם קווארטאל 1.7 מיליאן דאלער
סענאטאר קארנין (אמטירנדער ר) האט אצינד געמאלדן אז ער האט אויפגעטריבן 3.5 מיליאן דאלער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 14, 2020 11:40 am

אריזאנא דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט מארק קעלי אויפגעטריבן אינעם צווייטן למספרם קווארטאל 12.8 מיליאן דאלער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 14, 2020 5:22 pm

דזשארדזשיא סענאט ספעשל עלעקשאן אינערליכע אנקעטע פאר די קאלינס קאמפיין

קאלינס (ר) 26
לאפלער (אמטירנדע ר) 17
ווארנאק (ד) 10
ליבערמאן (ד) 15
טארווער (ד) 5
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יולי 15, 2020 9:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג יולי 14, 2020 8:22 pm

אייאווע

דזשאני ערנסט האט אויפגעטריבן 3.6 מיליאן דאללער אין די לעצטע 3 חדשים

איר דעמאקראטישער קעגענער גרינפעלד האט אויפגעטריבן 6 מיליאן דאללער !

נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג יולי 14, 2020 8:25 pm

אייאווע

איך מיין ווען ערנעסט האט זיך פארטשעפעט מיט ביידען -מיט דער קליפ איבער אימפיעטשמענט- האט זי אנגעהויבן בויען די מצבה אויף איר סענאט זיץ

האלצשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך האלצשטיין » דינסטאג יולי 14, 2020 8:28 pm

נקדימון האט געשריבן:אייאווע

איך מיין ווען ערנעסט האט זיך פארטשעפעט מיט ביידען -מיט דער קליפ איבער אימפיעטשמענט- האט זי אנגעהויבן בויען די מצבה אויף איר סענאט זיץ

וואס איז געווען יענע קליפ?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 15, 2020 9:23 am

אין קענסאס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט לויפט דער אמטירנדער ערשט טערמיניגער רעפובליקאנע קאנגרעסמאן וואטקינס פאר ווידערערוויילונג אבער שטייט אויס אן ערנסטע פארמעסט נאך וואס ער האט אין 2018 למספרם גאר שמאל באזיגט דעם דעמאקראט פאול דעיוויס מיט 47.6 צו 46.8

דאסמאל איז די ווארשיינליכע דעמאקראטישע קאנדידאט טאפעקא מעיאר מישעל דע לא איסלא

דער געוועזענער קענסאס רעפובליקאנער גאווערנאר דזשעף קאליער איז געווען אזוי נערוועז איבער די דעמאקראטישע שאנסן אויפצופיקן דעם זיץ אז ער האט עפנטליך גערופן סטעיט טרעזשוראר דזשעיק לאטורנער אריינצושפרונגען אין די סענאט פריימערי פריימערי אקעגן קאנגרעסמאן וואטקינס און איבערלאזן זיינע סענאט טרוימען זינט ער גלויבט אז וואטקינס קען נישט געוואונען ווידערערוויילונג

מיט א צייט צוריק האט טאקע לאטורנער געמאלדן אז ער ענדיגט זיין סענאט קאמפיין און שפרונגט אריין אין א פריימערי אקעגן קאנגרעסמאן וואטקינס

ער האט געזאגט אז אן קיין פראגע שטעלט וואטקינס אריין די זיץ אין געפאר פון גיין צו די דעמאקראטן

לאטורנער האט אריבערגעלייגט ארום א האלב מיליאן דאלער פון זיין סענאט קאמפיין קאסע צו זיין נייע קאנגרעס קאמפיין

נישט לאנג נאכן מעלדן זיין קאמפיין איז געקומען די נייעס אז אין א שנעלקע פאר וואטקינס האט לאטורנער אויפגענומען די קאמפיין מענעדזשער פון די 2018 למספרם וואטקינס קאמפיין צו ארבעטן אויף זיין טיעם

אויסער וואטקינס און לאטורנער לויפט אויף לויפט אויך געוועזענע שאוני קאונטי קאמישאנער דעניס טעילאר אינעם פארמעסט און אלע דריי קאנדידאטן האבן זיך נעכטן באטייליגט אין א טעלעוויזירטע דעבאטע

שטונדן איידער די דעבאטע האט זיך אנגעהויבן האט א שאוני קאונטי'ס דיסטריקט אטוירני מייק קעיגי געמאלדן קלאגעס פון דריי פעלאוני'ס און איין מיסדימינער אקעגן קאנגרעסמאן וואטקינס אין פארבינדונג צו זיין שטימע אין א נאנטע סיטי קאונסיל פארמעסט וועלכע איז געווארן דעציגדירט מיט 13 שטימען

אנגעבליך האט ער איינגעגעבן פאלשע אינפארמאציע (מיטן איינגעבן זיין אדרעס געהאלטן ביי א יו פי עס לאקאל אנשטאט זיין פיזישע וואוינארט און ער האט זיך פארטיידיגט אז עס איז געווען אן איינפאכע גרייז און ער האט עס פארראכטן ווי נאר ער איז געווארן באוואוסטזיניג דערוועגן) און געשטימט טראץ וואס ער איז נישט געווען קוואליפיצירט דערצו און א מיסדימינאר פארן פארפעלן צו מעלדן פאר די מאטאר וויהיקל איבער אן אדרעס טויש

זעלבסטפארשטענדליך אז ביי די דעבאטע איז די פרישע באשולדיגונג און קלאגעס געווארן אויפגעברענגט און וואטקינס האט זיך פארטיידיגט זאגנדיג אז ער איז אומשולדיג און אז די קלאגעס זענען א פאליטישע פרואוו צו אונטערמינעווען זיינע ווידערערווילונג אויסזיכטן

טעילאר האט זיך צוריקגעהאלטן פון נוצן פייער אקעגן וואטקינס איבער די טעמע זאגנדיג אז עס זענען איצט דא וויכטיגערס ווי דעם וועלכע אינטערסירן די וויילער אבער לאטורנער האט יא שארף ארונטערגעריסן וואטקינס איבער עם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 15, 2020 9:39 am

אין די דזשארדזשיא ספעשל עלעקשן סענאט פארמעסט האט דער רעפובליקאנער קאלינס וועלכע זוכט צו באזיגן דעם אמטירנדע רעפובליקאנע לאפלער און דריי דעמאקראטן אויפגעטריבן אינעם צווייטן למספרם קווארטאל 1.3 מיליאן דאלער און פארמאגט 2.6 מיליאן דאלער אין די באנק און דאס באדייט אז דעמאקראט ווארנאק האט אים איבערגעשטיגן אין פאנדרעיזינג

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך פארדינט » מיטוואך יולי 15, 2020 11:26 am

צל עובר האט געשריבן:רוי מור, אינדארסט דזשעף סעשאנס.....

“The same Washington insiders who cheated Alabamians of their voice in the 2017 Senate race are at it again, working against a long time conservative and friend, Jeff Sessions. It's time for Alabama to tell Washington once again that we do not take orders from them.“

Not only is Jeff Sessions the most qualified candidate in this race, but he will also fight to defend Religious Liberty that is under attack across the nation. Senator @jeffsessions has my complete and total endorsement" - Judge Roy Moore


מאנכע טענה'ן אז דאס קען שטארק העלפן טובערוויל....


סעשאנס האט דאכטזיך פארלוירן...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך יולי 15, 2020 12:20 pm


סעשאנס האט געטוויט צו טראמפ:

אלאבאמא נעמט נישט קיין פארארדענונגען פון וואשינגטאן

[/q]

זעט אויס אז יא
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 15, 2020 4:20 pm

ען בי סי/ טשעינדזש אויף די סענאט פארמעסט אין צפון קאראליינע

קאנינגהעם 49
טיליס (אמטירנדער ר) 42

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 15, 2020 4:20 pm

ען בי סי/ טשעינדזש אויף די סענאט פארמעסט אין אריזאנא

קעלי 52
מקסעלי (אמטירנדע ר) 45

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 15, 2020 4:21 pm

ען בי סי/ טשעינדזש אויף די סענאט פארמעסט אין מישיגען

פיטערס (אמטירנדער ד) 50
דזשעימס 43

נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג יולי 17, 2020 11:02 am

Wow!

קוק פאליטיקעל סוויטשט 20 זיצן אינעם הויז - און אלע! לטובת דעמאקראטן
צוגעלייגטע
IMG_20200717_110005.jpg
IMG_20200717_110005.jpg (377.83 KiB) געזעהן 482 מאל

האלצשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך האלצשטיין » פרייטאג יולי 17, 2020 11:58 am

א שאד זיי שרייבן נישט אויף די טשארט ווער ס'איז די אינקאמבענט

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך Mister » פרייטאג יולי 17, 2020 12:08 pm

האלצשטיין האט געשריבן:א שאד זיי שרייבן נישט אויף די טשארט ווער ס'איז די אינקאמבענט

אלע זענען אינקאמבענטס, אויסער װי ס'שטייט 'אפען' (IN-05)

האלצשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך האלצשטיין » פרייטאג יולי 17, 2020 12:11 pm

נישט באמערקט, שכח.

אלפים ועשרים
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:36 am

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך אלפים ועשרים » פרייטאג יולי 17, 2020 1:59 pm

טעקסאס איז שטוינענד ווען בלויז 13 זיצן זענען סעיף פאר די רעפובליקאנער, און 11 זענען סעיף פאר די דעמאקראטן.

אזויפיל ווי 12 זענען נישט סעיף פאר קיינעם, וואס איז א דריטל פון אלע זיצן (אינדרויסן פון טעקסאס זענען איבער 80% פון זיצן סעיף).
אוועקמאכן איינעם וואס האט געלייגט די שאנסן פון א קלינטאן געווינס ביי 85-90% נאר ווייל זי האט פארלוירן.

=

אוועקמאכן א קאלקולעיטאר וואס געבט אן 85-90% שאנס אז כאטש איינס פון איינעמ'ס דריי קינדער זאל זיין א בן זכר ווייל מענטשן האבן דריי מיידלעך אין א רייע.

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך Mister » פרייטאג יולי 17, 2020 2:04 pm

אלפים ועשרים האט געשריבן:טעקסאס איז שטוינענד ווען בלויז 13 זיצן זענען סעיף פאר די רעפובליקאנער, און 11 זענען סעיף פאר די דעמאקראטן.

אזויפיל ווי 12 זענען נישט סעיף פאר קיינעם, וואס איז א דריטל פון אלע זיצן (אינדרויסן פון טעקסאס זענען איבער 80% פון זיצן סעיף).

נאך 5 ביי לייקלי רעפובליקען, קעגן 0 ביי לייקלי דעמאקראט
לייקלי מיינט 'קען װערן קאמפעטעטיװ'
Likely : These seats are not considered competitive at this point, but have the potential to become engaged.

אלפים ועשרים
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:36 am

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך אלפים ועשרים » פרייטאג יולי 17, 2020 2:41 pm

Mister האט געשריבן:
אלפים ועשרים האט געשריבן:טעקסאס איז שטוינענד ווען בלויז 13 זיצן זענען סעיף פאר די רעפובליקאנער, און 11 זענען סעיף פאר די דעמאקראטן.

אזויפיל ווי 12 זענען נישט סעיף פאר קיינעם, וואס איז א דריטל פון אלע זיצן (אינדרויסן פון טעקסאס זענען איבער 80% פון זיצן סעיף).

נאך 5 ביי לייקלי רעפובליקען, קעגן 0 ביי לייקלי דעמאקראט
לייקלי מיינט 'קען װערן קאמפעטעטיװ'
Likely : These seats are not considered competitive at this point, but have the potential to become engaged.


אמת, אין 2018 זענען טאקע אלע 41 זיצן וואס די פיינעל רעיטינג איז געווען לייקלי געגאנגען צו יענע פארטיי.

אבער די רעיטינגס האלטן זיך אין איין טוישן און וועגן דעם קען א זיץ וואס איז בלויז לייקלי באמת ווערן קאמפעטאטיוו און זיין אין פלעי.

און אינעם פאל פון טעקסאס וועלן רעפובליקאנער נישט האבן קיין רוב פון די ארטיגע דעלעגאציע אפילו אויב זיי האלטן אן אלע זיצן וואס זענען יעצט לייקלי צו גיין צו זיי, אויב דעמאקראטן באווייזן צו געווינען דריי ליען דעמאקרעט זיצן, דריי טאסאפ זיצן און איין ליען רעפובליקען זיץ (און די דעמאקראטן האבן נישט קיין איין זיץ - דערווייל - וואס האט א פאטענציאל צו ווערן קאמפעטאטיוו, און די צייט וואס די רעפובליקאנער האבן 5!).
אוועקמאכן איינעם וואס האט געלייגט די שאנסן פון א קלינטאן געווינס ביי 85-90% נאר ווייל זי האט פארלוירן.

=

אוועקמאכן א קאלקולעיטאר וואס געבט אן 85-90% שאנס אז כאטש איינס פון איינעמ'ס דריי קינדער זאל זיין א בן זכר ווייל מענטשן האבן דריי מיידלעך אין א רייע.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 21, 2020 12:11 am

די שומער אפיליאירטע סענאט מעדזשאריטי פעק סופערפעק האט אויפגעטריבן 30 מיליאן אין יוני, אויסגעגעבן 8 מיליאן, און האט 86 מיליאן קעש אן הענד.

---------------


אין קענזעס טרוימען די דעמאקראטן פון געווינען דעם סענאט פארמעסט אויב קאובאך געווינט די פריימערי, און לעצטענס קלערן זײ שוין פון זיך פארמעסטן ערנסט אפילו אויב ער געווינט נישט.

דארט איז דא איין סווינג דיסטריקט, איין בערך אזוי רויט ווי די סטעיט, און צוויי גאר שטארק רויטע דיסטריקטן. די דעמאקראטן דארפן שטארק געווינען די סווינג דיסטריקט, שמאל געווינען די וואס איז אזוי ווי די סטעיט, און אנהאלטן די מארדזשינס אין די צוויי אנדערע, כדי צו געווינען סטעיטווייד.

אין דעם סווינג דיסטריקט האבן די דעמאקראטן געווינען דעם פארמעסט אין 2018, און אין דיסטריקט 2 וואס בערך ווי די סטעיט טראמפ פלאס 19, האט א געלונגענע דעמאקראטישע קאנדידאט שמאל פארלוירן צום רעפאליקאנער קאנגרעסמאן וואטקינס.


די פריימערי דארט וועט זיין ארום פיר וואכן ארום, עס איז דא א העפטיגע רעפאליקאנער פריימערי פארמעסט פאר סענאט, און אויך אין דיסטריקט 2 ווי דזשעיק לאטורנער לויפט קעגן דעם אינקאמבענט וואטקינס.

פאר סענאט האבן די דעמאקראטן א קנאקעדיגע קאנדידאט, די געפליפט פון רעפאליקאנער סטעיט סענאטארשע בארבארא באוליער. פאר דיסטריקט 2 האבן די דעמאקראטן גאנץ א שוואכע זאך, עמיצער דע לא איסלע.


פאריגע וואך האט מען אנגעקלאגט קאנגרעסמאן וואטקינס, פארן נוצן א פי או בי אדרעס צו שטימען. ער האט צוויי געקויפטע הייזער אין אלאסקע, און קיין איין אין קענזעס, ווי ער האט אפיציעל אן אפארטמענט, אבער געשטימט האט ער נישט דארט אויך נישט וכנ"ל.


האט היינט לאטורנער ארויסגעגעבן אזא אינטערנעל..

ער קעגן דעם דעמאקראט דע לאַ איסלע, וואס הייסט גראדע א שוואכערע קאנדידאט ווי דעם 2018 קאנדידאט שאריס דעוויס.
#KS02 GE:
Jake LaTurner (R) 42% (+1)
Michelle De La Isla (D) 41%


וואס איז גאר א גוטע אנקעטע בעצם פאר די דעמאקראטן, אז קעגן א נישט סקאנדאליעזן רעפאליקאנער, איז זייער שוואכע פיק, מער ווייניגער טייג, אין דעם רעפאליקאנער'ס אינטערנעל.

ער האט עס אבער ארויסגעגעבן צוליב דעם צווייטן חלק....
#KS02 GE:
Michelle De La Isla (D) 50% (+13)
Steve Watkins (R-inc) 37%

@bgconnectGOP/@JakeLaTurner (R) Internal Poll 7/16-17
https://t.co/MZ4znpzCRE
וואס ווייזט אז וואטקינס וואלט פארלוירן אין א לענדסלייד...


די ציפערן פון אים קעגן וואטקינס, זאגט ער אונז נישט אויס, זעהט אויס אז עס איז גוט פאר וואטקינס, ווייל עס איז נישט מסתבר אז די דזשענערעל עלעקשן האט ער געפאולט, און די פריימערי נישט.


אזוי צו אזוי איז דאס גאר א גוטע אנקעטע פאר דעמאקראטישע אמביציעס צו באזיגן סטעיטווייד סיי א סקאנדאליעזן סענאט קאנדידאט, און אפילו גאנץ א גוטע מעגליכקייט צו באזיגן א דזשענעריק רעפאליקאנער קאנדידאט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יולי 21, 2020 12:20 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דעמאקראטן אין זשארזשיע האבן נאמינירט סטיעט סענאטאר'שע פרוי וויליאמס - אן אפריקאנער-אמעריקאנער - צו לויפן אין נאוועמבער צו ערפילן די זיץ פונעם נארוואס פארשטארבענעם קאנגרעסמאן זשאן לואיס.

וויליאמס וועט זיך דארפן פארמעסטן מיט די רעפובליקאנער קאנדידאט, פרוי סטענטאן-קינג וואס האט פריער אין יאר באקומען א פארדאן פונעם פרעזידענט איבער איר ראלע וואס זי האט געשפילט א פארברעכן באנדע אין 2007.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 21, 2020 11:31 am

א נייע סופערפעק גערופן "אמעריקאנער פאר די מארגנדיגע צוקונפט" האט געלאזט לויפן א טעלעוויזיע רעקלאמע אריין מינעסאוטע'ס פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אקעגן קאנגרעספרוי אילהאן אומאר וועלכע לויפט אקעגן א גוט פינאנצירטע פריימערי קעגנער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 21, 2020 11:31 am

אין יוני למספרם האט די דעמאקראטישע סענאט קאמיטע אויפגעטריבן 13.6 מיליאן און אויסגעגעבן 8.2 מיליאן בלייבנדיג מיט 37.7 אין די באנק
די רעפובליקאנער האבן אויפגעטריבן 14 מיליאן און אויסגעגעבן 23.5 מיליאן און געבליבן מיט 30.5 אין די באנק

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 21, 2020 11:31 am

די דרויסנדיגע סענאט רעפובליקאנע סופערפעק האט אין די זעלבע צייט אויפגעטריבן 30 מיליאן דאלער און זיצט מיט 97 מיליאן דאלער
25 מיליאן פון די דרייסיג מיליאן דאלער איז געקומען פון די עדעלסאן פאמיליע


די דרויסנדיגע סענאט דעמאקראטישע סופערפעק האט אין די זעלבע צייט אויפגעטריבן 30.3 מיליאן דאלער און זיצט מיט 86.8 מיליאן דאלער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, pianist, הולך בדרכי אבות, המעריב ערבים, חמרא, יאנקעל פעדראטשיק, שכל טוב און 41 געסט