ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 01, 2020 2:56 pm

איינס פון די מערסט נאכגעפאלגטע סענאט פארמעסטן איז נארט קארעליינע, היינט איז ארויסגעקומען צוויי אנקעטעס מיט נישט קיין גוטע נייעס פאר דעם רעפאבליקאנער אינקאמבענט.

North Carolina Senate GE:
Thom Tillis (R-inc) 44% (+2)
Cal Cunningham (D) 42%

East Carolina University 2/27-28

North Carolina Senate GE:
Cal Cunningham (D) 48% (+5)
Thom Tillis (R-inc) 43%

@maristpoll/@NBCNews 2/23-27
https://t.co/9YBTV9bN4g #NCsen


דאס איז פון די פלעצער ווי שומער האט יא באוויזן צו שאפן א גוטן קאנדידאט.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » מאנטאג מארטש 02, 2020 4:45 pm

Senate Texas GE
John Cornyn (R-inc) 49%
MJ Hegar (D- Afghan war vet) 41%
February 23–27, 2020
NBC News/Marist


נאך דא א דעמ פּריימערי דעם דינסטאג - סופּער טוסדעי

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 09, 2020 8:38 am

סטיוו בולאק לויפט פאר סענאט אין מאנטענע, ער טוויט אזא עד.
I've always fought for the people of Montana. Together, we expanded health care, protected public lands, banned dark money in politics & more. Now I'm taking that fight to the US Senate. Let’s make Washington work more like Montana. Join us: https://t.co/vyPPioB0tJ #MTSen #MTpol https://t.co/6VuCKsNTeW
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מיטוואך מארטש 11, 2020 10:06 am

טראמפ אינדאסירט סעשאנס קעגנער אין אלאבאמא
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מארטש 11, 2020 10:41 am

WOW, גייט האבן א ראללי מיט אים?

לאמיר האפן אז סעשאנס געווינט די פריימערי, אזוי העט אפשר זיין א שאנס צו טראכטן אויב זשאונס קען עס יא מאכן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 11, 2020 5:09 pm

סעשאנס גייט נישט געווינען די פריימערי לכאורה.

א נייע אנקעטע פון אריזאנע געבט פאר מארק קעלי 49%, דאס איז פלאס 7%, קעגן 42% פאר מעקסעלי, אין זייער פאריגע אנקעטע איז עס געווען 47 קעגן 44.

מעקסעלי'ס פעווארביליטי פארט אראפ, קעלי'ס מיט סינעמע'ס ארויף, אין די וויכטיגסטע אדער צווייטע וויכטיגסטע סווינג סטעיט.
IMG_20200311_171533.jpg
IMG_20200311_171533.jpg (141.02 KiB) געזעהן 1266 מאל
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 10:32 am

קריסטעל באל האט געמאכט אפאר טשעינדזשעס צו זייער סענאט 2020 פראדזשעקשן מעפ.
Crystal Ball Senate ratings changes today

AZ Toss-up > Leans D
GA (Perdue seat) Leans R > Likely R
ME Leans R > Toss-up

https://t.co/wbLyYvSV0d https://t.co/333JZCW3US

צוויי פארמעסטן, אריזאנע פון טאסאפ צו ליען דעמאקרעט, און מעין פון ליען רעפאבליקאנער צו טאסאפ, אין ריכטונג פון די דעמאקראטן, און איין פארמעסט, דזשארדזשיע רעגולער פון ליען צו לייקלי רעפאבליקען, אין ריכטונג פון די רעפאבליקאנער.
IMG_20200402_003915.jpg
IMG_20200402_003915.jpg (72.53 KiB) געזעהן 1034 מאל


דער סענאט איז אונטער רעפאבליקאנער קאנטראל מיט 53 קעגן 47 סענעטארן, כדי איבערצונעמען קאנטראל, דארפן די דעמאקראטן געווינען אלע סארטן בלויע, און די צוויי געלע טאסאפ'ס, צו גרייכן 50-50, און געווינען די וויצע פּרעזידענט פארמעסט צו האבן קאנטראל, אדער איינס פון די דריי וואס זענען רעיטעד ליען רעפאבליקען, אייאווע, מאנטענע און דזשארדזשיע ספעשל, אדער אז קריס קאובאך זאל נאכאמאל באווייזן דעם קונץ פון פארלירן קענזעס. דאס רעכנט אריין דאס וואס די רעפאבליקאנער וועלן ווארשיינליך געווינען אלאבאמע, ממילא איז די בעיסליין 46 פאר די דעמאקראטן, נישט 47.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 14, 2020 1:29 pm

נעבעך סענעטאר מעקסעלי.

מעקאנעל האט ארלעדיגט מיט גאווערנאר דוסי אז מען זאל איר נעמען, וויסנדיג אז זי קען זיין גאר א גוטע פאנדרעיזער. און, זי דעליווערט, טרייבט אויף ריזיגע סכומים פון די מערסטע פון אלע סענעטארן, און אין ערשטן קווארטל היי יאר האט זי אויפגעטריבן די סומע פון 6.3 מיליאן, און האט מער ווי 10 מיליאן קעש אן הענד. פאר פערספעקטיוו, בעטא ארארק, דער רעקארד פאנדרעיזער פאר א סענאט פארמעסט, האט אויפגעטריבן אין דעם קווארטאל אין 2018 6.7 מיליאן, און טעקסאס איז בערך פיר מאל אזוי גרויס אין פאפולאציע ווי אריזאנע. זי האט נאך א שטארקע קרידענשעל, א פרוי וועטעראן, וואס האבן פרויען מיט א נעשאנעל סעקיוריטי בעקגראונד האט גאר שטארק געהאלפן די דעמאקראטן אין 2018.

אבער דא עקא, אז שומער האט באוויזן צו דרעפטן קעגן איר דעם געוועזענעם אסטראנאט מארק קעלי, דער מאן פון די געוועזענע געשאסענע קאנגרעספרוי גיפארדס, וועלכער איז גאר פאפולער, און ער טרייבט אויף געלט ווי פון א צווייטן פלאנעט, ער האט אויפגעטריבן איבער 11 מיליאן אין דעם קווארטאל, און האט 19.7 מיליאן קעש אן הענד. און ער ליעדט אלע אנקעטעס, טייל מיט גאנץ שיינע מארדזשינס. אזוי ווייט, אז אסאך האלטן אז א סיבה פארוואס ביידן איז אזוי שטארק אין אריזאנע - א היינטיגע אנקעטע דארט געבט אים א 9% ליעד איבער טראמפ, 52-43, און ער איז פאראויס אין די לעצטע 6 אנקעטעס - איז ווייל מארק קעלי איז אזוי פאפולער און פירט אזא שטארקן קאמפיין.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מאי 05, 2020 11:29 am

עס איז ארויסגעקומען א נייע סיוויקס אנקעטע פון נארט קארעליינע ווי ביידן ליעדט טראמפ מיט בלויז* 3%, 46%-49%. און דער דעמאקראטישער קאנדידאט קאל קאנינגהעם איז פאראויס פון דעם רעפאבליקאנער סענעטאר טאם טיליס מיט גאנצע 9%! 41%-50%.

עס איז אנגענומען אז דאס איז די פופציגסטע זיץ, ד"ה אז ווער עס געווינט דאס, האט כאטש פופציג זיצן אין סענאט, וואס דאס איז א מאיאריטעט אויב מען האט אויך דעם וויצע פּרעזידענט.

*די בלויז 3 איז ארויסצוברענגען אז דאס איז נישט עפעס א ווייטע אוטלייער מיט גאר אסאך דעמאקראטן אויסגעפרעגט. (אין דעם פרעזידענט פארמעסט איז אנגענומען אז נארט קארעליינע איז א טאסאפ, מיט אנקעטעס אויף ביידן וועגן, מיט א פיצי ליעד פון 0.3% פאר טראמפ אין אר סי פי.)

אויך איז ארויסגעקומען א לאקאלע אנקעטע אין די רויטע מאנטענע, וואס די אנקעטע ווערט דערווייל יא באטראכט אלס סאמטינג פישי, ווי דער דעמאקראטישער גאווערנאר און סענאט קאנדידאט סטיוו בולאק איז פאראויס פון דעם רעפאבליקאנער סענעטאר סטיוו דעינס מיט 7%! 39%-46%.

לויט יענע אנקעטע איז טראמפ פאראויס פון ביידן מיט בלויז 5%, וואס מאכט נישט צופיל סענס אין די רויטע סטעיט, אבער, די פוינט פון די אנקעטע איז אז אפילו אויב עס איז אף מיט גאנצע 10%, איז בולאק בלויז אונטערשטעליג מיט 3%, וואס וואלט פאר זיך געווען א גוטע אנקעטע פאר א דעמאקראט אין אזא רויטע סטעיט.

נארט קארעליינע איז ערשט לעצטנס געווארן מעינסטריעם אז עס איז א טאסאפ, מאנטענע איז לעצטענס אריבער צו ליען רעפאבליקאנער ווייל עס איז געלונגען פאר שומער צו דרעפטן דארט דעם פאפולערן אינקאמבענט גאווערנאר און געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט סטיוו בולאק.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9952
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 06, 2020 1:57 pm

זינט א פובליק פאליסי אנקעטע דעם מאנטאג וועלכע האט געוויזן א שמעלערע פארמעסט צווישן טעריסא גרינפעלד און דזשאני ערנסט (אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטארשע) אין אייאווע האט גרינפעלד אויפגעטריבן 210 טויזנט אנליין

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מאי 06, 2020 2:58 pm

עס איז ארויסגעקומען די לעצטע צוויי טעג צוויי אנקעטעס פון קאלעראדא, ווי דער דעמאקראטישער געוועזענער גאווערנאר און איצטיגער סענאט קאנדידאט היקענלופער איז פאראויס פון דעם רעפאבליקאנער סענעטאר גארדנער, מיט 17% און מיט 18%! ביידע זענען א פראצענט צוויי שוואכער ווי ביידן קעגן טראמפ.

עס איז געווען אנגענומען ביז היינט אויך אז די דעמאקראטן וועלן איבערנעמען קאלאראדא, דאס איז נאר זייער 47טע זיץ אזוי צו זאגן, אבער אויף אזאנע מארדזשינס האט זיך קיינער גערישט.

די ערשטע נעכטן האט מען אנגעקוקט אלס א אוטלייער, אבער נאכדעם איז ארויסגעקומען די היינטיגע.

אזאנע אנקעטעס שטימען מיט זייער א בלויע ענווייראמענט, וואס וואלט געמאכט די מאנטענע אנקעטע מער גלויבליך.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

מענטש צווישן מענטשן
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re:

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » מיטוואך מאי 06, 2020 3:09 pm

צל עובר האט געשריבן:איינס פון די מערסט נאכגעפאלגטע סענאט פארמעסטן איז נארט קארעליינע, היינט איז ארויסגעקומען צוויי אנקעטעס מיט נישט קיין גוטע נייעס פאר דעם רעפאבליקאנער אינקאמבענט.

North Carolina Senate GE:
Thom Tillis (R-inc) 44% (+2)
Cal Cunningham (D) 42%

East Carolina University 2/27-28

North Carolina Senate GE:
Cal Cunningham (D) 48% (+5)
Thom Tillis (R-inc) 43%

@maristpoll/@NBCNews 2/23-27
https://t.co/9YBTV9bN4g #NCsen


דאס איז פון די פלעצער ווי שומער האט יא באוויזן צו שאפן א גוטן קאנדידאט.



פארוואס איז די ערשטע אנקעטע אזוי שלעכט פאר די ריפאבליקען?
ער איז געוועהן העכער?
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

פארוואס זאל נישט נאך א איד הנאה האבן?

CHASE SAPPHIRE

FREEDOM UNLIMITID

UNITED EXPLORER

זה נהנה וזה נהנה

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מאי 06, 2020 3:24 pm

אז א אינקאמבענט איז ווייט פון פופציג און אין א שמאלע פארמעסט, איז פשט אז ער איז אויף צרות. און סוף כל סוף איז נארט קארעליינע א טראמפ ראמני סטעיט. ווי אויך איז דאס דאך די אזוי גערופענע 50סטע זיץ אין סענאט, וואס איז געווען ארגינעל אנגענומען אלס ליען רעפאבליקאנער.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אביסל טיפער
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך מאי 06, 2020 3:31 pm

פאר מען גייט ווייטער מיט די אנקעטעס. זאל מען געדענקן אז די אנקעטעס האבן א שוואכע ראקארד פאר סענאט. פארמעסטן בעיקר אינטערצושאצן די רעפ.,
קוק אויף 2014 2016 2018. אין נישט דא קיין סיבה צו טראכטן אז יעצט וועט זיין אנדערשט
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא
האט איהר פראגעס וועגן קרעדיט קארדס פארבינד אייך אין אישי
און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9952
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 11, 2020 1:11 pm

אין מאנטאנא גיסט א סופערפעק אריין גרויסע געלטער אין רעקלאמעס פארן דעמאקראטישן קאנדידאט סטיוו בולאק בעת וואס רעפובליקאנער גיבן אויס געלט צו העלפן זאמלען אונטערשריפטן פאר די גרין פארטיי קאנדידאט און פארזיכערן אז זיין נאמען ערשיינט אויפן טיקעט אין נאוועמבער למספרם מיט די ערווארטונג אז עס קען אוועקשפלעפן דעמאקראטישע שטימען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9952
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 11, 2020 4:30 pm

אנדערש ווי אנדערע קאנקורירנדע סענאט פארמעסטן אין וועלכע דעמאקראישע קאנדידאטן טרייבן לעצטנס אויף מער פון דירעפובליקאנע סענאטארן וועלכע זיי זוכן ארויסצושטויסן האלט אייאווע סענאטארשע דזשאני ערנסט אן אן אויבערהאנט אינעם פאנדרעיזינג געביט
לויט טייל אנאליסטן איז עס צוילב וואס איר קעגנער געניסט פון א שוואכערע נאמען אנערקענונג אין קאנטראסט צו אנדערע דעמאקראטישע קאנדידאטן

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 11, 2020 5:38 pm

@צל, איך מיין אז מאנטענע איז מער ליען דעמאקראט ווי נ. ק. און די אנקעטע דארט איז גארנישט אזוי פישי...
אין מאנטענע איז דער דעמאקראטישע קאנדידאט זייער פאפולער, און בכלל איז מאנטענע בכלל נישט אזוי פייער רויט אין לאקאלע פארמעסטן.

ס'וואלט נישט געווען אזא חידוש אז די דעמס געווינען מאנטענע און נישט נ. ק., ווי אויך איז מעין בכלל נישט פארזיכערט פאר די דעמאקראטן, אין דעם איין פאלל פון ר. סי. פי. ליעדט קאלינס מיט 14%!, און קאלינס האט א היסטערי פון אווערפראפארמען די פאללס מיט הויכע נאמבערס, אפילו אין דעם בלויע יאר פון 2008, האט קאלינס אווערפראפארמט די פאללס מיט 9%! און געהאט א 23% ליעד!.
זי גייט עס לכאורה מאכן, די דעמאקראטן גייען גאנץ זיכער מאכן קאלאראדא און אריזאנע, און מאנטענע גייט זיין אן עכטע טאסס אפ.
וואס דאס מאכט עס 51/52 רעפובליקאנער און 48/49 דעמאקראטן.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מאי 12, 2020 6:34 pm

הכל הבל האט געשריבן אין זיין קאקאש אשכול:

הכל הבל האט געשריבן:איבערמארגן דינסטאג וועט פארקומען צוויי ספעציעלע וואל פארמעסטן איבער קאנגרעס זיצן
איינס וועט זיין אין קאליפארניע'ס 25'סטע דיסטריקט צווישן דעם רעפובליקאנע מיליטערישע וועטעראן מייק גארסיא און צווישן די דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר קריסטי סמיט
די זיץ איז ליידיג געווארן מיט די רעזיגנאציע פון דעמאקראטישע ערשט טערמיניגע קעטי היל וועלכע האט באוויזן איבערצודרייען די זיץ צו בלוי אבער טראץ די טוישנדע דעמאגראפיקס און די פאקט אז הילערי קלינטאן האט געוואונען דעם דיסטריקט מיט 7% איז ערווארטעט אז גארסיא האט גוטע שאנסן צוריקצוכאפן דעם זיץ קאמפיינענדיג אלץ דרויסנדיגער אקעגן א לאנגיעריגע פאליטיקאנט און האבנדיג געפירט א געלונגענע קאמפיין אבער פארט איז די פארמעסט שמאל און אנאליסטן פאלגען עס נאך
דעמאקראטן אנערקענען אז אינעם איצטיגן פארמעסט שטטיען זיי מעגליך אויס א פארלוסט צוליב די אויבנדעמאנטע און צוגאב וואס עס איז נישט א פרעזידענטליכע וואל טאג ווען מער פון זייערע יונגע און היספאנישע וויילער וואלטן ארויסגעקומען (דער רעפובליקאנער גארסיא איז גראדע אן היספאנישער) און פרובירן זיך בארואיגן אז אפילו אויב זיי דערלייגן די זיץ וועלן זיי האבן בעסערע שאנסן עס נאכאמאל צו פארכאפן ביי די פרעזידענטליכע פארמעסט ווען דער איצטיגע געוואונער וועט דארפן נאכאמאל לויפן.


די צווייטע זיץ איז אין וויסקאנסין'ס 7'טע דיסטריקט ווי די רעפובליקאנער זענען ערווארטעט גרינג אנצוהאלטן די זיץ וועלכע איז ליידיג געווארן מיט די רעטייערמענט פון שאן דאפי

*
אין די אויבנדערמאנטע פארמעסט אין קאליפארניע 25 איז ביז נעכטן צוריקגעקומען 118 טויזנט בעלאטס פון וועלכע 44%זענען געווען רעפובליקאנער צו 36% פאר דעמאקראטן.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מאי 12, 2020 6:37 pm

רעזולטאטן פאר וויסקאנסין וועט זיין 9 אונזער צייט. מען וועט שוין וויסן היינט נאכט ווער דער זיגער איז.

אין קאליפארניע פארמאכט מען 11 ביינאכט. מען וועט לכאורה נאכנישט וויסן היינט נאכט ווער דער זיגער איז.

עס איז ערווארטעט אז אנהייב נאכט וועט זיין בעסער פאר דער רעפאבליקאנער קאנדידאט גארסיא, און ווי שפעטער וועט עס ברעיקן בעסער פאר די דעמאקראטן וואס קומען אריין אלץ דער לעצטער מינוט.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מאי 12, 2020 6:40 pm

א פרישער בעללאט דאמפ פון ארום 16,000 שטומעס איז היינט צוריק געקומען אין קאליפארניע.

דאס מאל ברעיקט עס מער לטובת דער דעמאקראט:

GOP +5,774
Dem +6,919
Ind +3,350

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מאי 12, 2020 7:02 pm

לויט די ביז איצטיגער ריטורנס קוקט דערווייל נישט אויס צו גוט פאר דעמאקראטן אין קאליפארניע

Screenshot_20200512-190110.png
Screenshot_20200512-190110.png (174.03 KiB) געזעהן 233 מאל

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מאי 12, 2020 9:19 pm

וויסקאנסין 7'טע דיסטריקט מיט 1% ריפארטינג
785 שטומען

רעפאבליקאנער טאם טיפפעני 57.5%
דעמאקראט טרישע זאנקער 42.5%

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מאי 12, 2020 9:21 pm

טיפפעני געפאלן צו 56.9% מיט 1.5 פראצענט באריכטעט

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מאי 12, 2020 9:26 pm

די 7'טע דיסטריקט איז מיינעך די מערסט רויטער דיסטריקט אין וויסקאנסין. עפעס וואס טראמפ האט געוואונען מיט 20 פראצענט אין 2016

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מאי 12, 2020 9:29 pm

מיט 8% ריפארטינג אין וויסקאנסין

רעפאבליקאנער טיפפעני 57.7 פראצענט - 7,476 שטומען
דעמאקראט זאנקער 42.3 פראצענט - 5,472 שטומען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, חומש, יש ברירה און 91 געסט