ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג יולי 16, 2019 12:57 pm

די אלע קאנדידאטען געבען מעשר פון די געלט :?:
עס איז דא אסאך יודן אין מוסדות וואס קענען עס ניצען

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 16, 2019 1:00 pm

ליבעראלן האפן צו רעקרוטירן קריסטינא צינצאן ראמיראז צו לויפן אקעגן טעקסאס סענאטאר דזשאן קארנין

זי איז די גרונדער פון א נאן פראפיט גרופע וועלכע ארבעט צו מאביליזירן יונגע לאטינאס אין די סטעיט פאליטיק

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 16, 2019 2:42 pm

נאך א צושאקלטע עפענונג פון איר קאמפיין דרוקט סענאטאר שומער אויס קאנפידענץ אין מעקאנעל'ס קעגנערין עימי מעקגרעט זאגנדיג אז זי וועט פירן איר אייגענע קאמפיין אויף די קענטאקי וועג

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 17, 2019 9:40 am

קומענדיגע גענעראציע אמעריקא איז א גרופע וועלכע איז אונטער טאם סטאיאר און וועט אריינגיסן א מיליאן דאלער אין די מעין סענאט פארמעסט צו באזיגן סענאטארשע סוזען קאלינס
די איינציגסטע פראבלעם פאר די אונטערנעמונג איז א די ארגאנאזאציע ציהלט הויטפזעכטליך אויף יונגע אמעריקאנער אין די צייט וואס מעין פארמאגט די העכסטע מער ערוואקסענע יארגאנג פראצענטואל לויט איר באפעלקערונג פון סיי וועלכע סטעיט אין לאנד

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 17, 2019 2:22 pm

אין א פרישע פאל הערט מען אז נאך א רעפובליקאנע קאנגרעס מיטגליד פארלוירן אין 2018 למספרם פלאנט ערנסט א משלחה וחוזרת קאמפיין
אין ניו יארק'ס 22'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט קאנגרעספרוי קלאודיא טענעי פארלוירן צו ענטאני ברינדיסי מיט קנאפע 4 טטויזנט שטימען אין איז געווען די שטארקסטע טראמפ דיסטריקט צו פליפן צו די דעמאקראטן נאך וואס טראמפ האט עס געוואונען מיט 55% און אריינגעקומען 15% שטארקער פון קלינטאן
צוויי לערערס און א דיסטריקט אטוירני האבן שוין דעקלערט זייער קאנדידאטור פאר דעם זיץ אויף די רעפוליקאנע ליניע אבער טענעי זאגט איצט אז זי טראכט ערנסט פון אריינשפרונגען אינעם פארמעסט און ווערט געשטופט דערצו דורך די נאציאנאלע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע וועלכע גלויבט אז זי איז די איינציגסטע מיט די מעגליכקייט צו געוואונען

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 18, 2019 3:14 pm

ארורק שלאגט אפ די באריכטן איבער א מעגליכע אפטריט פונעם פרעזידענט פארמעסט און א פרישע סענאט פארמעסט
ער באשטעטיגט אז שומער האט אים גערופן לעצטע וואך אבער בלויז זיך צו אינטערסירן און נישט געלייגט דרוק (אז ער זאל לויפן צום סענאט)

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 18, 2019 3:18 pm

סענאטארשע קאלינס פון מעין האט אויפגעטריבן 2 מילאן דאלער אינעם צווייטן למספרם קווארטאל
איר קעגנער גידעאן האט אויפגעטריבן א מעלאנע אינעם עראשטן וואך פון איר מעלדונג אבער פאר קאלינס איז צוויי מיליאן אין איין קווארטאל מער ווי סיי וועלכע קווארטאל אין איר קאריערע
זי האט שוין אויפגעטריבן פארן איצטיגן קאמפיין מער ווי איר גאנצע פאנדרעיזינג טאטאל פון 2014 למספרם

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יולי 21, 2019 11:48 am

געוויסע אין די פאליטישע וועלט האבן אויפגעפאסט אן אינטערסאנטע ערשיינונג אין אריזאנא ווען מארטא מקסעלי (ר) וועלכע לויפט איצט פאר א פולע סענאט טערמין איז געווארן היבש קריטיקירט אין די מידיא פארן זיך אנטזאגן קאמענטירן איבער די טראמפ קאמעטנטארן איבער אומאר אין די צייט וואס קירסטען סינעמא (ד) איז א סענאטאר פון די זעלבע סטעיט און האט זיך פונקט אזוי אנטזאגט צו קאמענטירן און מען הערט נישט קיין פיפס דערוועגן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יולי 21, 2019 11:56 am

הילערי קלינטאן האט געוואונען מינעסאטע'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט מיט 9%
אין 2018 למספרם האט דעמאקראט דיען פיליפס באזיגט עריק פאולסאן מיט 11%
איצט ארבעטן רעפובליקאנער צו רעקרוטירן העלט קעיר עקזעקוטיוו קענדעל קוואלס וועלכע איז אן אפריקאנע אמעריקאנע ארמיי וועטעראן צו לויפן אקעגן פיליפס און ער גרייט זיך ערנסט אריינצוטאנצן אינעם פארמעסט וועלכע וועט זיין נישט קיין גרינע בארג ארויף פאר קוואלס

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 22, 2019 10:05 am

ראב דזשאונס איז א מארין וועלכע האט פארלוירן ביידע פיס ל"ע און איז געווארן באקאנט ווען ער האט ארומרייזט איבער אמעריקא מיט א ביציקל צו ברענגן אויפמערקזאמקייט פאר פארוואונדעטע וועטעראנען
ער האט היינט געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אינעם פארמעסט אקעגן דעמאקראט דזשעניפער וועקסטאן וועלכע האט ארויסגעשטויסן דעם רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פון ווירדזשיניע'ס צענטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט ביי די פארלאפענע מידטוירמס

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 24, 2019 9:30 am

רעפובליקאנע קאנגרעסמאן פון מישיגען פאול מיטשעל וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג פאר א דריטע טערמין

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 24, 2019 5:09 pm

געוועזענע קאנגרעסמאן קארלוס קארבעלא (ר) זאגט אז ער שליסט גענצליך אויס די מעגליכקייט פון פרובירן צוריקצוכאפן זיין זיץ אין 2020 למספרם טראץ אן אנקעטע וועלכע גיבט אים א 45-42 אויבערהאנט אקעגן קאנגרעספרוי דעבי פאועל (ד)
דערווייל לויפט איירינא ווילערינא אויף די רעפובליקאנע זייט אבער איז אונטערשטעליג מיט 45-33

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 5:37 pm

ווערנדיג דער צווייטער רעפובליקאנער צו מאכן אזא מעלדונג די וואך האט טעקסאס קאנגרעסמאן פיטער אלסאן געמאלדן אז ער וועט נישט זוכן ווידערערוויילונג

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 5:38 pm

זיין זיץ איז געזעהן געווארן אלץ איינע פון די שווערסטע אנצוהאלטן

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מאנטאג יולי 29, 2019 1:30 pm

"אראפ פון טיש" - מייק פאמעיא איבער לויפן פאר'ן קענסעס סענאט זיץ.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 29, 2019 2:07 pm

איינע פון די שטארקע סוקסעסן פון די דעמאקראטן ביי די פארלאפענע מידטוירם וואלן איז געווען ווען זיי האבן אריינגעשטעקט זייערע לאפעס אין קענסאס און צווישן אנדערן אריינגעכאפט די דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
אצינד איז געלונגען פאר די רעפובליקאנער צו רעקרוטירן א פרוי צו לויפן פאר דעם זיץ ווען שרה הארטוועיר האט איצט געמאלדן איר קאנדידאטור פאר דעם זיץ
זי איז א געוועזענע CEO פון די נאציאנאלע דאון סינדראם סאסייעטי גרופע
אין איר מעלדונג האט זי אונטערגעשטראכן די מאנגל פון קאנגרעספרויען אויף די רעפובליקאנע זייט זאגנדיג אז אין קאנגרעס איז דא די זעלבע צאל מענער מיט בלויז איין נאמען (דזשים) ווי אלע רעפובליקאנע קאנגרעס פרויען (די ציפער איז 13)

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 29, 2019 3:05 pm

יוטא רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דאן בישאפ וועט נישט זוכן ווידערערוויילונג

ער פארטרעט א דיסטריקט וועלכע איז נישט ערווארטעט צו פליפן בלוי טראץ זיין רעטייערמענט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 30, 2019 2:03 pm

נעיווי וועטעראן עדעם העטערסלי וועט לויפן אלץ דעמאקראט אקעגן ראס ספאנא (ר) וועלכע פארטרעט פלארידא'ס פופצנטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 31, 2019 11:09 am

די דעמאקראטישע סענאט מאיאריטעט פעק האט אויפגעטריבן נאנט צו 13.6 מיליאן דאלער אין די ערשטע האלב פונעם למספרם יאר

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 31, 2019 11:11 am

קאנגרעסמאן ראדזשער מארשאל וועלכע באטראכט א פארמעסט צום סענאט אין קענסאס האט אין די ערשטע 24 שטונדן נאך פאמפעיא'ס סטעיטמענט אז ער וועט נישט זוכן די זיץ אויפגעטריבן 100 טויזנט דאלער

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 1:48 pm

טראמפ'ס געוועזענער קאמפיין מענעזשער קארי לאדאנסקי טראכט ערנסט צו לויפן פאר סענאט אין ניו העמפשיר

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:38 pm

די 2020 קאנגרעס סטאטוס לויט וואסערמאן פון קוק פאליטיקעל (גאר קראנטער אנאליסט)

לויט דעם האבן דעמאקראטן 2018 ליען זיצען פלאס נאך אסאך טאססאפס וואס מיינט אז לעת עתה וואלטן זיי אנגעהאלטן קאנטראל פון קאנגרעס באקוועמערהייט
צוגעלייגטע
2020 House Race ratings.pdf
(117.1 KiB) דאונלאודעד 66 מאל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:28 pm

צום ערשטן מאל זינט 1978 למספרם זענען פארהאן מער רעגיסטרירטע דעמאקראטן אין ארעדזש קאונטי קאליפארניע ווי רעפובליקאנער

547,458 דעמאקראטן צו 547,369 רעפובליקאנער

440,711 אן קיין פארטיי אפיליאציע

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:36 pm

א יונגע קאנסערוואטיווע פאליטיקאנטקע פון אילינאי לויפט פאר קאנגרעס, און זי האט זיך דערקלערט אלס די זעלבע ווי די ליבעראלע שטערן אוקאסיא-קארטעז, נאר מיט קאנסערוואטיווע ווירדן.

די רעדע איז פון פרוי לאוף, וועלכע האפט צו פארכאפן קאנטראל פון א קאנגרעס זיץ אינדרויסן פון שיקאגא וואס באלאנגט יעצט פאר די דעמאקראטן.

זי קאמפיינט אז אויב זי געווינט, וועט זי ברעכן די רעקארד פון קארטעז און וועט זיין די יונגסטע ערוויילטע קאנגרעס מיטגליד.

זי איז שטארק פרא-טראמפ, האבנדיג געדינט אין זיין אדמיניסטראציע פאר א קורצע צייט.

איד דעילי

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 6:22 pm

היקנלופער אפעקט
דזשאנסאן ציהט זיך ארויס פון פריימערי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט