ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

וואסערמאן - ביטע ארויפלייגן די PDF

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:18 pm

The 116th Congress hasn't been sworn in yet, but the 2020 House fight already looks competitive. Introducing our @CookPolitical 2020 House ratings: https://www.cookpolitical.com/analysis/ ... se-ratings

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 3:53 pm

House Dems will be playing defense in 31 Trump-carried seats, but they'll have a few offensive opportunities too. The 3 GOP incumbents who start out in our Toss Up column all represent majority non-white seats:

#GA07 Rob Woodall R
#TX23 Will Hurd R
#TX24 Kenny Marchant R

פון וואסערמאן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 3:57 pm

Our initial 2020 House ratings: Ds have the advantage in 219 seats, Rs in 196

פון וואסערמאן
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 4:22 pm

PDF
צוגעלייגטע
House_2020_Ratings.1.pdf
(63.76 KiB) דאונלאודעד 6 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 4:24 pm

16 דעמאקראטן לייגט ער אין טאסאפ, 3 רעפאבליקאנער, פלאס NC9.

אינאיינעם 20.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 6:01 pm

דאס איז די קוק שאצונג פאר די האוז, דערווייל קען איך עס נישט ארויפלייגן מער קלאר.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:50 pm

קריסטעל באל ערשטע שאצונג פארן סענאט.

איינער שרייבט א אינטרעסאנטע פוינט, אז אויב איז דא נאך א טאסאפ, איז עס נארט קארעליינע, ווי אינקאמבענט סענאטארן פליען רעגולער, ענדערש ווי מעין, ווי קאלינס איז זייער שטארק, אבער מען איז נישט זיכער אז זי לויפט, אויב נישט גייט עס שטייצעך אריין אין די בלויע קאלום.

די דעמאקראטן האבן א אפהיל בעטעל, אבער א קלענערע בארג ווי 2018.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:58 pm

איינס פון די דעמאקרעטס וואס קוק לייגט אין טאסאפ איז NY22, ווי קלאדיע טעני איז געווען זייער א שוואכע אינקאמבענט, אין א טראמפ פלאס 15.3, נאכמער פון דעם, קואמא האט עס דערלייגט מיט 23.66!, סוי אפשר ברויך עס גיין נאך ווייטער ווי טאסאפ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:22 pm

די דעמאקראטישע טאסאפ'ס זענען אין דזשארדזשיע GA6, ביידע נייע דעמאקרעטס אין אייאווע IA3 IA1, אילענוי IL14, מעין ME2, מישיגען MI8, ניו מעקסיקא NM2, ניו דזשערסי NJ3, אלע דריי נייע דעמאקרעטס אין ניו יארק NY22 NY19 NY11, אקלעהאומע OK5, סאוט קארעליינע SC1, יוטא UT4, און צוויי אין ווירדזשיניע VA7 VA2.

אלע 16 זענען נייע קאנגרעסלייט אין גאנץ שטארקע טראמפ אדער רעפאבליקען דיסטריקטס.

(איך שרייב "טראמפ אדער רעפאבליקען" ווייל נישט אלע זענען ביידע, אין SC1 האט טראמפ געווינען מיט בערך 10%, אבער די רעפאבליקאנער זענען בעצם סאך שטערקער דארט, און אין ME2 איז פארקערט, עס איז טראמפ פלאס בערך 10%, אבער אבאמע האט עס גרינגערהייט געווינען ביידע מאל, די צוויי אייאווע זיצן איז איינס סיי טראמפ און סיי רעפאבליקען, און איינס בלויז טראמפ, און אזוי ווייטער.)

די דריי רעפאבליקאנער טאסאפ'ס זענען אין דזשארדזשיע GA7 אין גלילות אטלאנטע וואס דער רעפאבליקען האט קוים געווינען, וואס מען האלט אז עס קען גיין אין די וועגן פון GA6, אין טעקסאס TX23 אין די היספאנישע מדבריות ביים גרעניץ, ווי דער אינקאמבענט וויל הארד האט אויסגעקוועטש א פיצי ליעד פון 0.4%, 926 שטימען, נאכן זיין פאראויס אין א ני"ט אנקעטע מיט בערך 15%, אין די קלינטאן פלאס 3 זיץ, וואס בעטא האט געווינען מיט 5%, די דריטע אין אין טעקסאס TX24, גלילות דאלעס, וואס איז נישט געווען דארט קיין ערנסטע פארמעסט, אבער דער אינקאמבענט מערטשענט האט בלויז געווינען מיט 3.1%, האלב פון טראמפ'ס 6.2%, און בעטא האט עס געווינען מיט 3.5%.

נאכדעם איז אין נארט קארעליינע NC9 אויך א טאסאפ, נאכדעם וואס עס וועט לכאורה זיין פרישע פריימעריס אויך.

אינאיינעם איז דא 219 ליען לייקלי סעיף דעמאקרעט, 196 ליען לייקלי סעיף רעפאבליקען, 20 טאסאפ'ס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:32 pm

סענעטאר לאמער אלעקסאנדער פון טענעסי לויפט נישט פאר ריעלעקשען.

די זיץ איז אבער ניישט אין גרויס געפאר נאכדעם וואס דער בעסטער קאנדידאט פאר די דעמאקרעטס האט יעצט פארלוירן דארט מיט 10% קעגן נישט די בעסטע רעפאבליקען.

סוזען קאלינס זאגט אז זי האלט אז א פריימערי טשעלענדזש פאר טראמפ וואלט געווען א גוטע זאך, און זי וויל אים נאכנישט אינדארסן, בקיצור, זי לויפט צו די אנטי טראמפ זייט כדי צו געווינען אין 2020.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 1:57 pm

איך האלט אז זי באנארישט זיך, מדארף לעבן מיטן מציאות ער איז דער קאנדידאט אויף 2020 מיט וועם זי וועט זיין אויף איין טיקעט און לכל היותר קען זי האלטן א דיסטענס און זאגן א זי געט אים נישט קיין בלענק טשעק און האפט צו אדרעסירן מיט אים די אישוס פון איר סטעיט וכו' אבער נישט אינדארסן און לויבן א פריימערי איז אבזורדאל און דער עולם (פיפל בלעז) וועט איר דעס נישט מוחל זיין

ראה הזהרנוך

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:03 pm

זי איז פון די בלויע מעין, און האט א אייגענע ברענד דארט.

מען רעדט פון אירע טשענסעס אין די פריערדיגע בלעטער פון די אשכול.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:34 pm

איך ווייס אבער זי זאל ענדערש אינדארסן די דעמאקראטישע קאנדידאט ווי טראמפ'ס פריימערי טשעלענזשער (אויב סוועט זיין) דאס איז א גרויסע טעות וואס פאליטישענס מאכן אז ווייל דו לויפסט אין א געגנט ווי די אנדערע פארטיי איז שטארק וועסטו אראפרייסן דיין פלאץ וואו דו באלאנגסט, דאס ארבייט אבסאלוט פארקערט אז אזוי וועט די רעפאבליקאנער טראמפ באזע אין מעין (צו וועם זי דארף קריטיש וויכטיג צוקומען) ווערן אפגעקילט און בלייבן אינדערהיים און די דעמאקראטן וועלן עניוועי ארטיסשטעלן א געזונטן קעגנער און איר אראפרייסן אלץ טראמפס פארטיי

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:40 pm

אין דזשענערעל זאגסטו זייער א שארקע פוינט, אבער דא אין מעין ברויך זי פשטות נישט טראמפ'ס וויילער, זי האט אירע אייגענע, און עס וועט אפילו אן די סטעיטמענט, אבער מיט דעם נאך מער, זיין זייער שווער איר צו צובינן צו טראמפ אין מעין.

מען רעדט דא פון א סענעטאר וואס האט געווינען אין 2008 מיט 23%!.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 3:08 pm

איך הער אבער אויב איז מיין פוינט ריכטיג אין דשענעראל (און יישר כח פאר אייער הסכמה) דעמאלט איז עס א נארישע זאך צו נוצן אפילו אויב איר וועט עס נישט (אזוי שטארק) שעדיגן

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 05, 2019 10:31 pm

בילד

דאס איז די אינסייד עלעקשן רעטינג פאר דעם 2020 סענאט, ער האט אויך א רעטינג טילט פאר א פארטיי, אבער איך קען עס נישט מאכן אויף די מעפ, האבעך עס געמאכט טאסאפ, מעין און נארט קארעליינע זענען טילט רעפאבליקען.

אויב די דעמאקרעטס ווילן געווינען ברויכן זיי געווינען אלע ביידע טאסאפס און ביידע טילט GOP'ס, אדער געווינען עטליעסט איינס פון אלאבאמע דזשארדזשיע אדער גאר אייאווע.

איך עגרי מער ווייניגער צו די מעפ, חוץ: טעקסאס וואס ער לייגט אין סעיף GOP, איך גלייב אז אויב בעטא אדער אפילו קאסטרא לויפט איז עס לייקלי GOP און אראפ. אלאסקע וואס אויב בעגיטש לויפט צוריק פאר זיין אלטן זיץ קען עס ווערן קאמפעטעטיוו. אין אריזאנע וואלט איך געלייגט מעקסעלי אין טילט רעפאבליקען. קענזעס אלס די אומקלארקייט פון די רעפאבליקען פריימערי - הגם איך גלייב אז טראמפ וועט שטיצן דאס מאל א נארמאלן קאנדידאט - וואלט איך געלייגט לייקלי. און קאלעראדאו, נאכן זעהן וואס איז געשען מיט העלער פון נעוועדע, אז ער האט פארלוירן מיט 5% אין נעוועדע וואס איז בערך 4% ווייניגער בלוי ווי קאלעראדא, וואלט איך געלייגט גארדנער אין ליען דעמאקרעט. נארט קארעליינע ליען GOP אנשטאט טילט. מעין צוליב די אומוויסן וויפיל אינקאמבענסי איז נאך ווערט דארט לאז איך דערוויל אין טילט ממילא איז עס גרעי ווי א טאסאפ.

דאס איז מיין מעפ

-------------------------

יאך האב געקלערט לגבי מארטע מעקסעלי אז חוץ מזה וואס מעקאנעל האלט אז זי איז די בעסטע אנדידאט פאר די GOP אין 2020, האט זיך נאך א מעלה יעצט פאר מעקאנעל, אז זי איז מעקאנעל'ס פאפעט, א אנדערער, אפלילו איינער מער קאנסערוואטיוו, וואלט ווען יעצט געלייגט פרעשור אויף מכקאנעל וועגן די שאטדאון, אויף א פארנעם וואס מעקסעלי קען יעצט נישט זינט מעקאנעל האט איר אקארשט יעצט אריינגעלייגט אין אפיס.

------------------------

ווי @הכל הבל ברענגט אין אנדערן אשכול וועט פעט ראבערטס (R) פון קענזעס נישט לויפן פאר ריעלעקשען, דערווייל איז עס נאך ביי יעדן סאליד R, אבער אויב אזא קאובאך וועט לויפן דארט קען זיך עס נאך ענדיגן ווי די גאווערנאר פארמעסט דארט.

די לעצטע מאל קענזעס האט געשטימט פאר א דעמאקראטישן סענטאר איז געווען 1932! און פאר פרעזידענט זייט 1940 בלויז איין מאל אין 1964 ביי די LBJ לענדסלייד קעגן בערל גאלדוואסער.

--------------------------

א סייד נאוט, איך ווייס נישט אויב עס בעלאנגט טאקע דא, אבער שוין.

יאסי געשטעטנער זאגט טייל מאל גאנץ גרויסע אומפונקטליכקייטן, און איך באשולדיג אים נישט אויף דעם אלס ליגענער, זינט ווי ער זאגט אלס האלט ער נישט אזוי ווייט מיט פאליטיק, בלויז די פאליטיק פון די פאליטיק, דהיינו די ספין'ס וכדומה.

לענינינו, ער ברענגט ארויס אז גארדנער ברעכט זיך אויף די וואנט, ווייל ער ציטערט פון 2020, וואס דאס איז זייער אמת, אבער ער גייט ווייטער און וואונדערט זיך פארוואס דזשאונס פון אלאבאמע, וואס איז נאך עניטיים אזוי אויף צרות ווי גארדנער, - ער ברענגט ארויס אז אין קאלעראדא האבן די דעמאקראטן א 5% עדווענטידזש אין רעגיסטירטע וויילער און אין אלעבאמע האבן די רעפאבליקאנער א 35% עדווענטידזש - האט נאך קיינמאל נישט געשטימט מיט די רעפאבליקאנער אויף א מעידזשער אישו.

יאסי זאגט דא גאנץ א גרויסע אומפונקטליכקייט, ווייל אוי ווי דזשאונס האט שוין געשטימט מיט די רעפאבליקאנער, ווי מען זעהט אין די תגובות,
פאראינטערסירט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פראסידינג וואוט אין סענאט

פלעיק וואוט ניין!...

פלעיק האט צוריק געטוישט זיין וואוט פאר יא,
עס איז געווארן 47-47 און די וויצע פרעזידענט פענס איז אראפגעקומען און געבראכן די טיי.

,און מ'איז געגאנגען פאראויס מיט די פראסידינג פון די האוז אמענדמענט צו די סענאט אמענדמענט צו די האוז אמענדמענט צו די סענאט אמענדמענט צו H.R. 695. (דא האט די עולם זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן....)

מעקאנעל האט שטארק גערעדט אז די רעגירונג מוז באשיצן איהרע גרעניצן, און אז אפי' די דעמאקראטען האבן צוריק אנפאנג די יאר מסכים געווען צו געבן פארן פרעזידענט 25 ביליאן דאלאר (אין אויסטויש פאר דאקא), אבער יעצט ווילן זיי נישט געבן אפי' א פינפטל!!
און יא א סימפל וואנט ארבעט, און ווען עס וואלט נישט געווען טראמפ'ס צייטן וואלטן די דעמאקראטען אויך מסכים געווען דערצו, נאר יעצט שפילן זיי פאליטיק מיט דאס לאנדס זיכערהייט.

שוממער האט דערקלערט אז די געלט פאר א וואנט גייט נישט דורכגיין סענאט נישט מארגן נישט נעקסטע וואך און נישט נעקסטע יאר...
מ'האט נאך אפי' נישט אויסגענוצט די 1.3 ביליאן וואס קאנגרעס האט געגעבן פארן וואנט אנפאנג יאר, און אז די וואנט איז אומאפעקטיוו און איבריג געלט,
ער האט אויסגעפירט אז מ'פארהאנדלט מיט אלע ביידע פארטיי פירער און מיטן ווייסן הויז, אבער עני ביל מיט געלט פאר א וואנט וועט נישט דורכגיין סענאט.

די סענאט וועט זיין מאנטאג האלבוועגס אפן, און דאנערשטאג געהעריג אפן

צל עובר האט געשריבן:פלעיק האט צוריק געדרייט און דאג דזשאונס געשטימט יא, נאכדעם וואס מעקאנעל האט צוגעזאגט אז מען וועט נישט מער שטימען אויף גארנישט, קיין שום טעסט וואויט וכדומה, ביז עס איז דא א דיעל.

---------------------

אויך, יעצט רעדט מען שוין נישט פון קיין שום CR, די דעמאקרעטס ברויכן זיין משוגע עפעס צו געבן פאר א CR, יעצט רעדט מען שוין פון געהעריג פאנדן די רעגירונג ביז קומענדיגע פיסקעל יאר, שטייצעך אויב מען וועט זיך מיט עפעס אויסקומען פאר די וואנט.

און נישט אויף א קלייניקייט, נאר טאקע אויף די "וואנט" אליינס, דאג דזשאונס האט אן רעקארד געשטימט מיט די רעפאבליקאנער אויף די וואנט.

דאס איז לגבי די וואויט, לגבי די 2020 טשענסעס איז יאסי גערעכט אז דזשאונס איז אויף גרעסערע צרות, אבער איך קוק נישט אזוי ווייט אויף רעגיסטראציע, ווי איך ווייז אן אז קענטאקי האט מער רעגיסטרירטע דעמאקראטן ווי רעפאבליקאנער, נאר וואס דען, טראמפ האט געווינען אלאבאמע מיט בערך 28%, קלינטאן האט געווינען קאלעראדא מיט בערך 5%.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מוצ"ש ינואר 05, 2019 11:47 pm

צל עובר האט געשריבן:א סייד נאוט, איך ווייס נישט אויב עס בעלאנגט טאקע דא, אבער שוין.

דאס מיינט "נישט" געשטומט אויפן וואנט!..
ווייל ער האט דאך באקומען א צוזאג פון מעקאנעל אז מ'גייט נישט שטומען אויפן וואנט ווילאנג ס'איז נישטא קיין דיעל מיט די דעמאקראטען!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:07 am

אז מען רעדט שוין פון געשטעטנער, עס איז דא אזא מוסר אדער הלכה, איך געדענק נישט צו עס ממש א הלכה, אז מען זאל נישט רעדן פון איינעם צופיל אפילו גוטס ווייל מתוך שבחו אתה בא לידי גנותו, איז געווען אזא ווארט אינדרעהיים, אז מען זאל נישט צופיל בארעדן איינעם ווייל מתוך גנותו אתה בא לידי שבחו. סוי לאמיר אביסל שרייבן א זאך ווי יאסי קומט יא אריין זייער שטארק.

עס איז דא א ברייט אנגענומענע אזוי גערופענע פאקט אז די קלינטאן אימפיעטשמענט האט שטארק געשאדט פאר די רעפאבליקאנער אין 1998 ממילא לוינט נישט די געים פאר די דעמאקראטן יעצט, האט שוין יאסי אנגעוויזן כמה פעמים, און איך עגרי צו זיינע שטארקע פוינטס - וואס איך האף צו שרייבן דא ווען איך וועל זיין מער אויסגעריט - אז עס איז א מייט, עס איז בעלאוני.

זעה איך לעצטענס פון טייל מבינים אז זיי זאגן שוין אויך אזוי, עס איז נאך נישט ברייט אנגענומען, אבער מען פאנגט שוין אן צו קומען צום שכל.

ווייל די זאכן אין וואס יאסי ליגט קען ער גאר גוט און ער פארשטייט גאר גוט.

------------------------------------

@הבל האט באריכטעט אפאר זאכן אין זיין אשכול, וואס איך קלער אז עס געהער דא אויך.

הכל הבל האט געשריבן:אין אייאווע איז אין 2014 למספרם ערוועלט געווארן דזשאני ערנסט פאר סענאטאר
איר 6 יעריגע טערמין ךויפט אפ אין 2020 למספרם ווען זי וועט שטיין פאר די וויילער פאר ווידערערוויילונג און דערווייל איז נישט דא קיין איינציגע דעמאקראט וועלכע האט שוין געזאגט אז ער אדער זי קלערט צו לויפן פאר דעם זיץ
לויט אנאליסטן וואלט די בעסטע קאנדידאט געווען טאם ווילסאק וועלכע האט א גאר באקאנטע נאמען אין דעמאקראטישע רייען אין די סטעיט און אויך נאציאנאל
ווילסאקהאט איז א צוויי טערמיניגע גאווערנאר וועלכע האט סערווירט ביז 2002 למספרם און זיך שפעטער פארמאסטן פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע אין 2007 למספרם אבער זיך גאר פרי ארויסגעצויגן ונעם פארמעסט און דאן אינדארסירט הילערי קלינטאן
ווען באראק אבאמא האט געוואונען די פרעזידענטשאפט האט ער אויסגעקליבן ווילסאק אלץ בעקרעטאר פון די אגריקולטור דעפארטמענט און אויסגעדינט אויף די פאזיציע פאר פולע אכט יאר
ווילסאק האט לעצטנס רעאגירט צו די געדאנק פון לויפן אקעגן ערנסט זאגנדיג אז ער וויסט ניטש אויב די טיהר פאר אזא פארמעסט איז אפן אדער פארמאכט און ער ווייסט ניטאמאל ווי די טיהר איז..
באזיגן ערנסט איז נישט ערווארטעט צו זיין גאר א לייכט אויפגאבע זינט זי איז שטארק פאפולער
און האט געצייגט שטארקע פאליטישע מוסקולען אין איר 2014 למספרם קאמפיין אויפטרייבנדיג מאסיווע געלטער זייענדיג א גאר שטארק אפעקטיווע פאנדרעיזער און וועט אין צוגאב געניסן פון א שטארקע פלוס פון דרויסנדיגע געלטער

אריבער אין ניו העמפשיר
קוקט דערווייל די ארטיגע סענאטאר אויך אויס צו זיין אין היבש זיכערע טעריטאריע
א לאנגע רייע מעגליכע קאנדידאטן קענען זוכן ארויסצושטויסן דעמאקראטישע סענאטארשע שאהין אבער די פראגע איז וואס זייערע שאנסן זענען
די קאנדידאט וועלכע די פארטיי וואלט זייער געוואלט זעהן אריינשפרינגען אינעם פארמעסט איז קעלי עיאט וועלכע האט זיך שווער פארמאסטן פאר ווידערערוויילונג אבער גאר שמאל פארלוירן צו גאווערנאר מעגי העסאן מיט ארום טויזנט שטימען (0.1%) פון די וואוטס
אבער לויט קוועלער איז עיאט שטאנדהאפטיג מיט א באשלוס נישט צו לויפן און די אינטערליגנדע אורזאך איז פרעזידענט טראמפ
דורכאויס א סענאט דעבאטע אין 2016 למספרם איז זי געפרעגט געווארן אויב טראמפ איז א פאסיגע פערזאן צו דינען אלץ א מאדעל פאר קינדער און האט זיך שטארק געמוטשעט מיט אן ענטפער
שפעטער האט זיך עפנטליך געמאלדן אז זי שטימט נישט פאר טראמפ און לויט די באריכטן קען זי זיך נישט זעהן לויפן נאכאמאל אויפן זעלבן טיקעט מיטן פרעזידענט

א סעקונדע באזוך אין מעין,
סענאטאר קאלינס וועט אויסשטיין איר אייגענע יום הדין און דארפן בעטן פון די וויילער א פרישע טערמין
זי איז היינט געפרעגט געווארן אויב זי וועט זוכן ווידערערוויילונג און געזאגט אז זי גרייט זיך צו לויפן און וועט פאסן אן ענדגילטיגע באשלוס ענדע יאר
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:59 pm

אייאווע סטעיט סענעטאר רענדי פינסטרע (R) האט געמאלדן א פריימערי טשעלענדזש קעגן קאנגרעסמאן סטיוו קינג (R) פון IA4, קינג הייסט זייער עקסטרעמיסטיש און ראסיסטיש, און האט געווינען מיט בלויז 3.3% אין די דיסטריקט וואס טראמפ האט געווינען מיט 27.1%. "אבער" נעיט כהן ווייזט אן אז אין זייער ני"ט אנקעטע האבן גאנצע 74% רעפאבליקאנער קעגן בלויז 14% געהאט א פעווארבל וויו פון אים.

דאס איז אזוי טראץ וואס בלויז 52% קעגן 43% רעגיסטרירטע רעפאבליקאנער דארט האלטן אז איליגעלס טוען מער קריים ווי סיטיזענס, און בלויז 47% קעגן 46% שטיצן צו ענדיגן בירטרייט סיטענזענשיפ.

-----------------

אין NM2 האט די ארויסגעווארפענע קאנגרעספרוי יוועט הערעל (R) געמאלדן אז זי וועט לויפ אין א רימעטש קעגן די יעצטיגע קאנגעספרוי סאוטשי טארעס סמאל (D).

דאס איז די איינציגסטע דיסטריקט ביים בארדער וואס טראמפ האט געווינען, ער האט עס געווינען אין 2016 מיט 10.2%, סמאל האט עס געווינען אין 2018 מיט 1.9%.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Graphic24, Majestic-12 [Bot], private, א גולם, איד_איד, יש ברירה, סמארט, עולם האמת, עם הנבחר, רבי משה, שכל טוב, שנלר און 74 געסט