אמאזאן הויפקווארטיר 2 קומט קיין לאנג איילענד סיטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 2:20 pm

צל עובר האט געשריבן:פאר דעם טאקע איז א חיזוק אז דער בלאזיא איז שוין אויך פון די קראוניס.

אלץ דעמאקראט, וואלסטט געדארפט האסן קראוניאיזם, טעק ברעיקס פאר די ריטש וכו'

הכלל, קאומא-דיבלאזיא ווערן יעצט געלויבט פארן טוהן עפעס צו אמאזאן (א 'קילע' קאמפאני וואס ציהט א גרויסע הערצה פון די ליבעראלע אינגווארג) וואס די רעפאבליקאנער ווערן אראפגעריסן יארן לאנג.

די חילוק:
קאומא'ס טעקס קאט איז פאר א יחידותדיגע קא.

די רעפאבליקאנער טעקס קאטס זענען געווען פאר די גאנצע עקאנאמיע.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 2:40 pm

וואס האב איך מיט די דעמאקרעטס, איך בין א רעגיסטרירטער רעפאבליקאנער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:01 pm

ס'וואלט געווען א גלענצענדע זאך אווען די נאציאנאלע טעקס קאט איזווען אויסגעשטעלט אויף דעם עמעזאן טעקס ברעיק אופן, דהיינו יעדע קאמפעני וואס רוקט ארויף די וועידזשעס צו 100 אלפים באקומט כך וכך טעקס קאט! 150 אלפים, נאך א ברעיק! פארן הייערן כך וכך ארבייטער באקומסטו עדישענעל! אא"וו.....
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:07 pm

כאפצעם האט געשריבן:ס'וואלט געווען א גלענצענדע זאך אווען די נאציאנאלע טעקס קאט איזווען אויסגעשטעלט אויף דעם עמעזאן טעקס ברעיק אופן, דהיינו יעדע קאמפעני וואס רוקט ארויף די וועידזשעס צו 100 אלפים באקומט כך וכך טעקס קאט! 150 אלפים, נאך א ברעיק! פארן הייערן כך וכך ארבייטער באקומסטו עדישענעל! אא"וו.....


אוודאי. עמעזאן, וועם סי בי עס האט באצייכנט אלץ איינער וואס טריעט זייערע ארבעטער ווי ראבאט׳ס איז טאקע די ריכטיגע דוגמא.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:08 pm

סי בי עס באשרייבט שוין די פיוטשער לאנג איילענד סיטי ארבייטער?...
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:21 pm

וואלט איינער מסכים געווען מיר צו געבן א היטש צוריק צום ענין.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:35 pm

כאפצעם האט געשריבן:סי בי עס באשרייבט שוין די פיוטשער לאנג איילענד סיטי ארבייטער?...


איך שטעל זיי אויף די חזקה אין וועג וויאזוי זיי דילן מיט זייערע ארבעטער. באטאם ליין, ווען ליבעראלן ווילן קאטן טעקסעס פאר זייערע חברה (וואשינגטאן פאוסט) איז עס גאר די בעסטע וועג צו טוהן און ווען זיי ווילן נישט איז שניידן טעקסעס די ערגסטע זאך פאר די עקאנאמי.

וויאזוי האט כספי געזאגט, די גאנצע זאך איז א ליבעראלע סקעם.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:43 pm

@צולייגער

פיין!
שיין און קלאר געשריבן!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:51 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:סי בי עס באשרייבט שוין די פיוטשער לאנג איילענד סיטי ארבייטער?...


איך שטעל זיי אויף די חזקה אין וועג וויאזוי זיי דילן מיט זייערע ארבעטער. באטאם ליין, ווען ליבעראלן ווילן קאטן טעקסעס פאר זייערע חברה (וואשינגטאן פאוסט) איז עס גאר די בעסטע וועג צו טוהן און ווען זיי ווילן נישט איז שניידן טעקסעס די ערגסטע זאך פאר די עקאנאמי.

וויאזוי האט כספי געזאגט, די גאנצע זאך איז א ליבעראלע סקעם.

טענו בחיטים והודו בקאקאש קעיק
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:55 pm

תיוהא קא חזינן הכי,
כ'זע אז זיי גייען בויען א נייע זאך (כ'קען גראדע נישט זען די לינק) און כ'זע אז זיי גייען דינגען א מיליאן סקווערע פיס אין די בילדינג וואן קאורט סקווער, וואס סיטיבאנק האט יעצט. און סיטיבאנק גייט ארויס אין צוואנציג צוואנציג, אויב אזוי מה הועילו חכמים בתקנתם, איין קאמפאני ארויס און א צווייטע אריין?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 4:41 pm

חחחח
צוגעלייגטע
20181115_164318.jpg
20181115_164318.jpg (224.94 KiB) געזעהן 587 מאל
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 6:35 pm

סיטי קאנסיל באטראכט שריט צו וועטאאירן אפמאך מיט עמעזאן

די דעמאקראטישע פירערשאפט אינעם סיטי קאנסיל באטראכטן לעגאלע שריט צו אנולירן דעם אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן עמעזאן און ניו יארק סיטי איוף צו ברענגען אהער אירע הויפטקווארטירן נאכדעם וואס דער אפמאך רופט ארויס אויפברויז אין די געגענטער וועלכע זענען דעזיגנירט פאר דעם פראיעקט.

דער ספיקער קארי זשאנסאן האט געזאגט אז דער אפמאך טוט בארויבן ארום 3 ביליאן דאלער פון שטייער צאלער און וועט האבן א נעגאטיווע עפעקט אויף ניו יארק אין פארשידענע הינזיכטן, ער האט אויך שטארק קריטיקירט דאס וואס די סיטי האט געגעבן פאר עמעזאן א פערמיט פאר א פריוואטן העליפעד העכער זייערע הויפטקווארטירן.

אנדערע דעמאקראטישע קאנסיל מיטגלידער האבן אבער געזאגט אז דאס גייט צו ווייט, און טראץ וואס זיי האבן געוויסע קריטיק אויפ׳ן אפמאך איז עס פארט א גוטע עקאנאמישע שטופ פאר ניו יארק און פאר די געגענטער אין קווינס וואו עס וועלן צוקומען צענדליגע טויזנטער זשאבס.
פיינע נייעס
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:17 am

גאווערנאר קואמא האט געשריבן א אפ-עד זיך צו פארטיידיגן פון די טענות אז די סטעיט האט געגעבן פאר אמאזאן $1.5 ביליאן וכו׳
א לינק צום ארטיקל:
https://www.governor.ny.gov/news/op-ed- ... ew-m-cuomo

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:18 pm

כאפצעם האט געשריבן:נאך א בעלאוני איז די גרודער אז די לאקאלע איינוואינער זענען "אויפגעברויזט" אויפן עמעזאן ערשיינונג.. שטעלטזעך ארויס ס'איז זשאסט אביסל נויז פון די קארטעז ליבעראלן, די לאקאלע איינוואינער שיינען היבש אויפגעלאכטן מיטן איידיע אז די געגענט גייט אויפבליען, שטייצעך שוין אפגערעדט פון די היי פעיאינג זשאבס וואס גייט אריינפליסן.

קוויניפיעק: %60 קווינסער איינוואינער און %57 אלגעמיינע ניו יארק סיטי איינוואינער פרייען זיך מיט עמעזאנס אנקום.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, ברזילי, קליינקעפיק און 40 געסט