אמאזאן הויפקווארטיר 2 קומט קיין לאנג איילענד סיטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:48 pm

ווי נאנט צום שטעטל ווייסעך נישט, אבער אין די אלע פלעצער האבן דאך אידן אויך עמעזאן ביזנעסער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6039
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:41 pm

לאנג איילענד סיטי איז א געגנט אין קווינס געציילטע מינוט צפון פון גרינפוינט און וויליאמסבורג. די ניוטאון קריק לויפט צווישן גרינפוינט און לאנג איילענד סיטי און צייכנט אן די גרעניץ צווישן ברוקלין און קווינס.

IMG_20181113_161935.jpg
IMG_20181113_161935.jpg (676.63 KiB) געזעהן 1148 מאל


לאנג איילענד איז די לאנגע אינזל מזרח פון די סיטי (קווינס). ברוקלין און קווינס זענען טעכניש אויך טייל פונעם 'לאנגען אינזל,' אבער זענען טייל פון ניו יארק סיטי און ווערן נישט גערופן לאנג איילענד.
image_search_1542142661559.png
image_search_1542142661559.png (566.01 KiB) געזעהן 1148 מאל


די ריעל עסטעיט אין לאנג איילענד סיטי איז [געווען...] זייער ביליג אין פארגלייך צו די רעשט פון ניו יארק סיטי. עס איז געווען א רעדע פון מאכן א היימישע געגנט דארט א צייט צוריק.

די אמאזאן HQ2 איז נישט קיין אמאזאן וועירהאוז און פולפילמענט צענטער, עס גייט זיין איינע פון די ביזנעס הויפטקווארטירן און טעכנאלאגיע צענטערן. היימישע אמאזאן סעלערס גייען גאר ווייניג בענעפיטירן פון דעם.

עס האט געהייסן 50,000 גוט-באצאלטע דזשאבס און פינף ביליאן דאלער אינוועסטירונג פון אמאזאן. יעצט אז זיי האבן דאס צעטיילט אין צווייען רעכנט מען האלב דערפון פאר די סיטי.

מיר איז אינטערעסאנט פארוואס זיי האבן איבערגעהיפט "רעכט צו ארבעטן" און נידעריגע שטייער און רעגולאציע שטאטן און אנשטאט אויסגעקליבן צוויי ליבעראלע שטעט אין ווי ניו יארק סיטי און בלויע נארטערן ווירדזשינע... ווייסן זיי נישט אז ביזנעסער קענען thrive'ן נאר אין סאוט קאראליינע און ארקענסאו?
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:59 pm

@שלמה, איך מיין אז ער ברויך יא האבן היימישע אידן, עכ"פ פאר די סעלערס און ווענדערס דעפארטמענט.

עס איז דא צו באקומען בלויע סיטיס מיט וויינגער טרעפיק אויך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:19 pm

וויפיל יאר גייט נעמען אז די הויפטקווארטיר זאל אריינגיין אין באנוץ?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:23 pm

זיי רעדן פון א עוורידזש וועידזש פון א מאה פופציג א יאר.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:30 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:.

מיר איז אינטערעסאנט פארוואס זיי האבן איבערגעהיפט "רעכט צו ארבעטן" און נידעריגע שטייער און רעגולאציע שטאטן און אנשטאט אויסגעקליבן צוויי ליבעראלע שטעט אין ווי ניו יארק סיטי און בלויע נארטערן ווירדזשינע... ווייסן זיי נישט אז ביזנעסער קענען thrive'ן נאר אין סאוט קאראליינע און ארקענסאו?

טאקע די ליבעראלע ניו יארק גיבט פאר די רייכסטע בילאנערישע קאמפאני די גרעסטע טעקס קרעדיט און גאווערמענט פראגראמען!

טאולק אבאוט "טראמפ שטייער שניטן פאר די רייכע..."

NY taxpayers to pay $48,000 per Amazon HQ job
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6039
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:38 pm

איך האלט נישט אנדערש. פונקט?
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:57 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך האלט נישט אנדערש. פונקט?

אזא קאמפאני זוכט 'טאלאנט' טעקס בענעפיטס איז סעקאנדערי.
און 'דאס' איז וואס ניו יארק פארמאגט בשפע

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 8:04 pm

El Rushbo האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך האלט נישט אנדערש. פונקט?

אזא קאמפאני זוכט 'טאלאנט' טעקס בענעפיטס איז סעקאנדערי.
און 'דאס' איז וואס ניו יארק פארמאגט בשפע

אינטערסאנט נאר אז ניו יארק האט גע'אפערט א 1.5 ביליאן טעקס קאט.
משא"כ וועסט ווירדזשיניע האט בלויז גע'אפערט 0.5 ביליאן טעקס קאט.

זעהט אויס ווי זיי זענען נישט אזוי אנטציקט פון ניו יארק סיטי אפי' מיט די גרויסע אפפער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 8:25 pm

דער פוינט איז אז גרויסע ביזנעסער האבן נישט קיין פראבלעם מיט רוב רעגולאציעס אדרבה געווענליך לאביאירען זיי דערפאר ארויסצושטופן קליינע פון די מארקעט ס'איז די קליינע און מידיום ביזנעסער וואס ליידן

יעצט האב איך מיך אבער געוואונדערט אין הכי טאקע אז רעגולאציעס איז נישט קיין פראבלעם אבער פארוואס ניו יארק סיטי מיט גאר הויכע טעקס ווערסעס טעקסעס און פלארידע למשל וואס קאסט גארנישט? האב מיר געמאכט א סוירטש און געוואר געווארן אז די ליבעראלע וואס האקן טאג און נאכט אויף די טעקס קאטס פאר די רייכע און אז מילאנערס און ביליאנערס צאלן גארנישט בשעת וואס די קליינע ביזנעסער צאלן אלעס, זיי טאקע האבן דאס געטאן איצט מיט עמעזאן!

טאלק אבאוט היפאקריזם! מען גייט אויספליקן יעדע עמעזאן ארבעטער וואס גייט פארדינען למשל 75,000 מיט סיטי און סטעיט טעקס בשעת וואס עמעזאן גייט גארנישט צאלן און באקומען גאר 325 מיליאן דאלאר קעש

איך רעדט שוין נישט פון דיבלאזיא וואס גייט נידערן די רענט פרייזן אין ניו יארק אז ארימע זאלן קענען דא וואוינען
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 8:31 pm

האו אבאוט טוישן די געזעץ אין ניו יארק און קליינע ביזנעסער וועלן צאלן ווייניגער טעקס, שניידן אביסעלע רעגולאציעס און נידערן טעקס לויט וויפיל ארבעטער מען האט אנשטאט הייבן די רעגולאציעס, מינימום וועידש, אינשורענס מאנדאט וכו' וכו' פאר אביסל גרעסערע ביזנעסער?

האלטס אז אזא פראפאזעל וואלט נישט געברענגט קיין מער ווי 50,000 פרישע דשאבס אין "אלע סעקטארן" נישט לימעטעד צו היי טעק פאר ניו יארק? און עס וואלט נישט געקאסט קיין 325 מיליאן קעש

א ליבעראלע עקלדיגע סקעם די גאנצע עמעזאן העדקווארטער
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 8:40 pm

.
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

עמעזאן'ס פיש-פאנג

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 12:47 pm

ארום א יאר מיט טשעינדזש צוריק, האט אונזער פריינט "גאפל" געמאלדן אז עמעזאן זוכט א לאקאציע פאר א צווייטע הויפטקווארטיר אין צוגאב צו איר איצטיגע היים ארט סיאטעל אין וואשינגטאן, וואו זיי וועלן אינוועסטן אין איר אויפבוי 5 ביליאן דאלער, און עווענטועל צושטעלן פאזיציעס פאר 50 טויזנט ווייסע קאלנער ארבייטער.

עמעזאן האט דאן ארויסגעלייגט א בערכ'דיג בילד איבער וואס זיי וועלן נעמען אין באטראכט, א גרויסע סיטי, זייענדיג גענוג נאנט צו אן ארט מיט א וואקסנדע פאפולאציע, אינפראסטראקטור פאר אזא גיגאנטישע קעמפוס, געאגראפישע נאנטקייט צו אינטערסטעיט הייוועיס און עירפארטס אא"וו.

ווי עס איז נאר פארשטענדליך, האבן כמעט אלע גרעסערע ראיאנען און סיטי'ס איבער די פאראייניגטע שטאטן און אירע זייטיגע שטחים געוואלט זיין דער געווינער, וויסנדיג וואס דאס באדייט, סיי אז מען וועט האבן אן אנגייענדע קאנסטרוקציע פאר עטליכע יאר, און סיי אז עס קומט צו א געברויך פאר 50 טויזנט ווייסע-קאלנער טייפ ארבעט.

עס האט זיך תיכף אנגעהויבן א געיעג צווישן הונדערטער סיטי'ס און מוניציפאליטעטן צוצושטעלן די פארלאנגטע פראפאזעלס און אפליקאציעס וועלכע מען האט געברויכט אהערשטעלן צו קענען ארויפגיין אויף די ליסט.

אזויפיל ווי 238 גאווערמענט ביוראען האבן אריינגעגעבן אן אפליקאציע, ס'רוב פון זיי האבן דאס געטאן באגלייט מיט פרעסס רעליסעס און שפייעכץ רינענדיגע הסברים פארוואס זיי זענען די וועלכע ברויכן זיין די "טשויזען וואנס".

כנהוג אין די היינטיגע פאררוקטע סאציאל-מידיא עפאכע, זענען טייל אפליקאציעס באגלייט געווארן מיט געניאלע און מאדנע בייפעלער, א שטייגער ווי דער ניו יארקער גאווערנאר ענדרו קאומאו האט געזאגט אז ער איז גרייט זיך צו טוישן נאמען אויף עמעזאן קאומאו אויב דאס וועט פאסן א באשלוס צו אויסקלויבן ניו יארק, אדער דער קענזעס סיטי מעיאר סליי דזשעימס וועלכער האט געקויפט טויזנט פראדוקטן אויף עמעזאן און זיי פארטיילט פאר טשעריטי, און געשריבן אויף אלע פינף שטערנדיגע רעוויאס, מאדנע אז עמעזאן האט נישט אראפגענומען די ריוויאס אין זייער לעצטיגע מאסיווע פייסעכמאכן קלינ-אפ.

אויך דער מאיאר פון ליטל-ראק אין ארקענסאו האט אפגעומען זיין דאזע אטענציע, און אריינגעלייגט אן עד אין וואשינגטאן פאוסט, דער צייטונג וועלכע באלאנגט גראדע פאר דעם עמעזאן שעף עקזעקוטיוו דזשעף בעזאס, וואו ער איז מסביר אז ער האט זייער ליב עמעזאן, אבער אזא גרויסער פראיעקט וועט אנמאכן צופיל טראפיק פאר אזא רעלאטיוו רואיגע געגנט, און אנזייען כאאס.

עווענטועל האט עמעזאן געלייגט אין א זייט 208 אפליקאציעס, און געבליבן מיט 20 פאטענציאלע אויסוואלן פאר א הויפטקווארטיר.

אין א מעלדונג האט מען אט וואס געהערט די ברעכנדע נייעס אז מען וועט אויפשטעלן 2 צענטערן אנשטאט איינס, און דעריבער געבן א געלעגנהייט פאר צוויי סיטיס צו אקופירן אן עמעזאן אפיס בילדינג קאמפלעקס.

שפעטער האט מען געקריגן דעם אפיציעלן מעלדונג, אז די צוויי געווינער זענען "לאנג איילענד סיטי" אין קווינס, ניו יארק סיטי, ביינאזאם מיט "קריסטעל סיטי" אין ווירדזשינע, אויסגעקליבן געווארן אלס געווינערס אינעם פארמעסט, און זיי וועלן זיין די גאסט געבער פאר נייע גיגאנטישע אפיס קאמפלעקסן פאר עמעזאן.

די הויפטקווארטיר געיעג ביז איר ענדגילטיגע אויסוואל האט געהאלטן געשפאנט די מוניציפאליטעטן, די מידיע און אנאליזירער ביינאזאם, און האט בעפאר אלעם געגעבן א געלעגנהייט צו מארקעטן עמעזאן פאר א וויילע, און מען קען נאך ערווארטן אסאך נויז ביז די קאמפלעקסן ווערן פארטיג.

***

וואס האט אבער געצויגן מיין אינטערעסע איז א שטיקל אנאליז פון איין פאראגראף, אינעם טעכנאלאגיע נייעס זייטל "טעקקראנטש", וואו עס ווערט אנגעוויזן א שטוינענדע אנעקדאט, און עס וואונדערט מיר אויב און פארוואס דאס איז נישט געווען ברייט שפעקולירט לאנג בעפאר. ליינט און שטוינט:

עמעזאן, וועלכע האט באוויזן צו זיין פון די איינציגע וועלכע האבן איבערגעלעבט בשלום דעם טעק-באבל אין יארע 01' (מער איבער דעם זעהט אונזער ארטיקל אויף דעם דאט-קאם קראך), האט כמעט פון איר ערשטע טאג אנגעהויבן געהאט א קלארע וויזיע, דהיינו אנשטאט זיין א געשעפט וועלכע פארקויפט א געוויסע פראדוקט אדער סערוויס, און אלעס דרייט זיך ארום דעם, האבן זיי זיך אהערגעשטעלט אלס דעם קאנסומערס פריאריטעט איינקויף ארט. זיי וועלן אייביג פאקוסן אויף דעם קאסטומער און נישט אויף די פראדוקטן, לכה"פ נישט ווי לאנג עס שטערט נישט פארן קאנסומער.

(א קליינע עקזעמפל, וואס מיר האבן אויפגעפאסט, רוב סייטס וועלכע זענען פראדוקט בעיסד, א שטייגער ווי מעיסיס ביי קליידונג, בי-ענד-עידזש ביי פאטאגראפיע און עלעקטראנישט מאשינען אא"וו וועלן האבן זייער א קלארע און מסודר'דיגע קאטאלאג אויף זייער זייטל איינגעטיילט אין הויפט קאטעגאריעס, סוב-קאטעגאריעס, ביז פיפטע אדער זעקסטע לעוול קאטעגאריעס. און ווען מען עפנט א פראדוקט פעידזש זעהט מען קלאר וואס מען וויל, אלע פונקציעס, דימענסיעס און ספעסיפיקאציעס זענען ארויסגעשריבן קלאר. ווידעראום ביי עמעזאן, וועט דאס זיין זייער פאצעריש, ביי אייטעמס וועלכע זענען נישט קאמפעטעטיוו ווי יעדער זוכט צו שטופן זייער פראדוקט און וועט טוהן וואס נאר מעגליך צו פארבעסערן זיין ליסטינג, וועט פעלן די גאר פשוט'ע פרטים, און אפטמאל וועלן זיי האבן אינפארמאציע אינגאנצן ראונג ואכהמ"ל)

דאס צו ערמעגליכן - און מיט דעם וויזיע אין מיינד - האבן זיי אויסגעשטעלט זייער ביזנעס מאדעל מיט צוויי הויפט מעטאדן: אהערשטעלן סופער שנעלע ספיד דעליווערי און זיין א טעכנאלאגיע קאמפאני.

דעליווערי. זיי טוהן אלעס מעגליך צו אנקומען צו יעדן פארשטופטן ארט ווי שנעלער. אנדערש ווי בעפאר די עמעזאן עפאכע - ווען דער רויטער גענאק אין נעבראסקא האט געברויכט בעטן פון זיינע שכנים אין דארף ווער עס האט די טעלעפאן נומבער פון בלעק און דעקער צו קענען באשטעלן א פארט פאר זיין דרילער, דאן געברויכט האפן אז זיי האבן עס אין סטאק, און אז זיי וועלן אים עס שיקן ווי נאר מעגליך, וואס האט באדייט אין בעסטן פאל א וואך - האט עמעזאן באוויזן אז אין כמעט יעדעס ארט וואו זיי האבן פריים סערוויס וועלן זיי קענען אפערן אבנארמאל שנעלע דעליווערי פאר כמעט בחינם.

דאס צו ערמעגליכן האבן זיי אהערגעשטעלט א סעריע וועירהאוזעס לענגאויס די לענדער וואו זיי אפערירן, איינטיילן פראדוקט קוואנטיטי צווישן די וועירהאוזעס און אזוי ארום ערמעגליכט צו קענען שיקן זאכן גאר שנעל.

אויך האבן זיי זיך גענומען איבער טעכנאלאגיע מיט א פארנעם ווי קיינער בעפאר. זיי פארקויפן טאקע ביכער, טאמאטעס, זאקן און דרילערס, זיי שטעלן צו קלאוד סערוויס און ווידעא סטרימינג, אבער אלעס אלעס דרייט זיך ארום טעכנאלאגיע, יעדעס ביסל ריסאורס וואס זיי האבן גייט אריין אין דעיטע און אנאליטיקס, לויפן אלגארטימס און מעזשורמענטס, נאר כדי צו וויסן פונקטליך וואס און וויאזוי זיי קענען טוהן אז זיי זאלן האבן אלעס וואס דער מענטש דארף נאר, זיין דער בעסטער און שנעלסטער אויסוואל פאר סיי וועמען, סיי וואו, זיי אינוועסטן יעדן דאלער וואס זיי פארדינען, אין פארשן און פארבעסערן פרעדיקשנס און פאראויסשאצונגען.

צו קענען האבן עקספעדייטעד דעליווערי אויף א ברייטע און קאסט עפעקטיווע פארנעם, האבן זיי פארשטאנען אז זיי גייען מוזן האבן זייער אייגענע דעליווערי סערוויס, אויב זיי ווילן נישט טיילן ריזיגע מוציא'ס פון זייער רעוועניו מיט די עקזיסירנדע שיפינג פירמעס, וועלכע האבן געהאט די מאנאפאל אויף דעליווערי און שיפינג.

אבער, אנדערש ווי געווענליכע דאטא איבער איינקויפער געוואוינהייטן און סטאנדארט געברויכן וואס מען קען האבן א השגה דערין ווי נאר מען הייבט אן טוהן אין דעם ליין, איז דעליווערי עפעס וואס די שיפפינג ריזן ווי יו. פי. עס. און פעדעקס האבן געהאט די מאנאפאל אויף, און גלייכצייטיג געהאלטן די סודות פאר זיך. מען קען זיך אפילו ערלויבן צו זאגן אז מיט זייער מאנאפאל האבן זיי קיינמאל נישט באזונדער משים לב געווען אויף מייקרא-פאקטארן, נאר באזירט זייערע באשלוסן אויף אן אלגעמיינע אלגאריטם פון דאטא און סטאטיסטיקס איבערן לאנד, און אזוי ארום געמאכט רולס און רעגולאציעס.

ווער רעדט נאך פון די פאסטעל סערוויס, זיי האבן קיינמאל נישט צוגעלייגט - פארוואס דען יא - קיין אונס קאפ און מח צו זעהן וויאזוי צו פארבעסערן און פארשנעלערן זייער סערוויס, און דאס זעהט זיך טאקע שטארק אן אין זייערע פינאנצן, און אין זייער צופרידנהייט ראטע איבערן לאנד.

דעריבער האט עמעזאן געהאט א שווערן פעלד צו אנהייבן קריגן אן השגה וואס זענען די אינס און אוטס איבער לאקאל דעליווערי, זיי האבן טאקע צעביסלעך אנגעהויבן אוטסאורסן דעליווערי פאר קלענערע לאקאלע פירמעס, און אנגעהויבן האלטן אן עינא פקיחא אויף די פראצעדורן און צייט וואס עס נעמט, באמערקט לעכער אינעם אנגענומענעם דעליווערי סיסטעם, און אנגעהויבן גרייט מאכן דעם באדן פאר אייגענע דעליווערי ראוטס אינעם נאנטן צוקונפט.

ווי פארשטענדליך האבן זיי געלעכצט נאך א געזונטע פארציע פון דאטא איבער לאקאלע טרעפיק און סטאטיסטיקס איבער מערערע געגנטער איבער אמעריקא, צו וויסן און פארשטיין די דעמאגראפישע געוואוינהייטן און געברויכן פון יעדן ארט, און איבער אלעם וויאזוי מען קען געוועלטיגן איבער די ראודס און האבן דעם שנעלסטן און בעסטן וועג פונעם וועירהאוז צום קאסטומער פאר א מינימאלע קאסט.

אנדערש ווי ריסוירטש וואס מען מאכט מיט רעפארטס פון שאפינג, איז לאקאל טרעפיק עפעס וואס מען מוז אראפגיין פיזיש צו האבן אקוראט, זיי וואלטן געקענט שפענדן מיליאנען פאר פעלד ארבייטער זאלן מאכן ריסוירטש איבער מערערע סטעיטס און סיטיס, עס וואלט געדויערט חדשים, און געקאסט אסאך געלט און ארבעט צוזאמצושטעלן.

דא איז אריינגעקומען די באמבע פון HQ2. מען האט אנאנסירט אז מען זוכט א לאקאציע, מען האט אויסגערעכנט א רייע פאקטארן איבער לאקאלע טרעפיק אד"ג וועלכע וועלן שפילן א ראלע ביים אויסקלויבן א לאקאציע. און... בינגא!!!

ווי טאטעלעך האבן די שטאטישע טאטעס זיך געיאגט, געגעבן די בעסטע און מערסט אפענע אינפארמאציע וואס נאר מעגליך, און היידא! עמעזאן האט ביז צוויי חדשים געקריגן אויף א גאלדענעם טאץ דעטע רעפארטס פון אריבער צוויי הונדערט געגננטער אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט די קראנטסטע דאטא פוינטס וואס זיי וואלטן נאר געקענט חלומ'ען.

בלייבט נאר איבער צו חלומ'ען איבער דעם שמייכל ביי דעם איבערגליקליכן בעזאס אן ביורא, נאכדעם וואס ער האט ווידעראמאל גענומען אמעריקא אויף א רייד מיט אן אומשולדיגן אנאנסירונג, און סוקסעספול אריינגענארט אין זאק אריין הונדערטער האפענונגספולע פאליטישאנס.

וואס זאגט איר צו דעם?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

איז שוין דא א פונקטליכע אדרעסע וואו

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 12:48 pm

דער נייער הויפטקוואטיר וועט געבויעט ווערן אין קווינס"?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

האלט
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 5:39 pm

תגובהדורך האלט » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 12:53 pm

lebediger berel האט געשריבן:דער נייער הויפטקוואטיר וועט געבויעט ווערן אין קווינס"?

https://therealdeal.com/2018/11/13/amaz ... e-for-hq2/

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 12:57 pm

צולייגער האט געשריבן:וואס זאגט איר צו דעם?

ביסט אזא צולייגער

ווי איז די לייק קנעפל??

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 1:11 pm

צולייגער האט געשריבן:דא איז אריינגעקומען די באמבע פון HQ2. מען האט אנאנסירט אז מען זוכט א לאקאציע, מען האט אויסגערעכנט א רייע פאקטארן איבער לאקאלע טרעפיק אד"ג וועלכע וועלן שפילן א ראלע ביים אויסקלויבן א לאקאציע. און... בינגא!!!

ווי טאטעלעך האבן די שטאטישע טאטעס זיך געיאגט, געגעבן די בעסטע און מערסט אפענע אינפארמאציע וואס נאר מעגליך, און היידא! עמעזאן האט ביז צוויי חדשים געקריגן אויף א גאלדענעם טאץ דעטע רעפארטס פון אריבער צוויי הונדערט געגננטער אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט די קראנטסטע דאטא פוינטס וואס זיי וואלטן נאר געקענט חלומ'ען.

בלייבט נאר איבער צו חלומ'ען איבער דעם שמייכל ביי דעם איבערגליקליכן בעזאס אן ביורא, נאכדעם וואס ער האט ווידעראמאל גענומען אמעריקא אויף א רייד מיט אן אומשולדיגן אנאנסירונג, און סוקסעספול אריינגענארט אין זאק אריין הונדערטער האפענונגספולע פאליטישאנס.

וואס זאגט איר צו דעם?

פיינע צולייגער. ליינט זיך ווי א געשמאקע קאנספירעסי, אבער אזוי צי אזוי, האט ער זיכער די דעטע, נישט קיין חילוק צי זיין כוונה תחילה אז געווען דאס.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 1:17 pm

די גרעסטע זשאוק איז אז זיי וואלטן געקומען אין סיטי אן א ברעקל פון די אלע טעקס ברעיקס... מ'ווייסט קלאר אז זייער הויפט פריארעטי איז געווען "טעק טאלאנט" און דאס איז נישטא אין א צווייטן פלאץ אויסער ניו יארק סיטי און די די. סי. מעטראפאלעטין. נאט איווען קלאוס!

נאך א בעלאוני איז די גרודער אז די לאקאלע איינוואינער זענען "אויפגעברויזט" אויפן עמעזאן ערשיינונג.. שטעלטזעך ארויס ס'איז זשאסט אביסל נויז פון די קארטעז ליבעראלן, די לאקאלע איינוואינער שיינען היבש אויפגעלאכטן מיטן איידיע אז די געגענט גייט אויפבליען, שטייצעך שוין אפגערעדט פון די היי פעיאינג זשאבס וואס גייט אריינפליסן.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20294
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 1:25 pm

lebediger berel האט געשריבן:דער נייער הויפטקוואטיר וועט געבויעט ווערן אין קווינס"?

https://licpost.com/amazon-officially-s ... able-basin

https://goo.gl/maps/5gKqVhNUdKx
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 1:31 pm

צולייגער עס קומט זיך דיר ;l;p- געמאכט א גוטן דזשאב.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:09 pm

צולייגער. געוואלדיג
איך ווייס נישט צו בעזאס האט א שמייכל. אבער איך זיכער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:15 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך האלט נישט אנדערש. פונקט?

אזא קאמפאני זוכט 'טאלאנט' טעקס בענעפיטס איז סעקאנדערי.
און 'דאס' איז וואס ניו יארק פארמאגט בשפע

אינטערסאנט נאר אז ניו יארק האט גע'אפערט א 1.5 ביליאן טעקס קאט.
משא"כ וועסט ווירדזשיניע האט בלויז גע'אפערט 0.5 ביליאן טעקס קאט.

זעהט אויס ווי זיי זענען נישט אזוי אנטציקט פון ניו יארק סיטי אפי' מיט די גרויסע אפפער.

די איבעריגע טעקס נאכן אראפרעכענען די 1.5 איז מסתמא מער ווי דארט.

אנדערע פלעצער האבן געאפערט אסאך אסאך מער.

און נישט די רויטע וועסט ווירדזשיניע נאר די בלויע ווירדזשיניע, און גראדע בעצם איז יענע געגנט וואשינגטאן ממש, אזוי קלינטאן היל איז וויליאמסבורג.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:22 pm

ב״ה היימישע אידעלך האבן זיך איינגעהאנדעלט א שפאר ביסל קרקע ווען איז עס געווען א שיבוש לאמיר האפן זיי וועלן מרוויח זיין פונעם געשעפט

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:27 pm

.
צוגעלייגטע
amazon.png
amazon.png (539.13 KiB) געזעהן 439 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 3:00 pm

@צולייגער, זייער שיין שכח,
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], maybeeynot, א מוח, ברוך און 40 געסט