אמאזאן הויפקווארטיר 2 קומט "נישט" קיין לאנג איילענד סיטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 2:20 pm

צל עובר האט געשריבן:פאר דעם טאקע איז א חיזוק אז דער בלאזיא איז שוין אויך פון די קראוניס.

אלץ דעמאקראט, וואלסטט געדארפט האסן קראוניאיזם, טעק ברעיקס פאר די ריטש וכו'

הכלל, קאומא-דיבלאזיא ווערן יעצט געלויבט פארן טוהן עפעס צו אמאזאן (א 'קילע' קאמפאני וואס ציהט א גרויסע הערצה פון די ליבעראלע אינגווארג) וואס די רעפאבליקאנער ווערן אראפגעריסן יארן לאנג.

די חילוק:
קאומא'ס טעקס קאט איז פאר א יחידותדיגע קא.

די רעפאבליקאנער טעקס קאטס זענען געווען פאר די גאנצע עקאנאמיע.

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7642
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 2:40 pm

וואס האב איך מיט די דעמאקרעטס, איך בין א רעגיסטרירטער רעפאבליקאנער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:01 pm

ס'וואלט געווען א גלענצענדע זאך אווען די נאציאנאלע טעקס קאט איזווען אויסגעשטעלט אויף דעם עמעזאן טעקס ברעיק אופן, דהיינו יעדע קאמפעני וואס רוקט ארויף די וועידזשעס צו 100 אלפים באקומט כך וכך טעקס קאט! 150 אלפים, נאך א ברעיק! פארן הייערן כך וכך ארבייטער באקומסטו עדישענעל! אא"וו.....
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:07 pm

כאפצעם האט געשריבן:ס'וואלט געווען א גלענצענדע זאך אווען די נאציאנאלע טעקס קאט איזווען אויסגעשטעלט אויף דעם עמעזאן טעקס ברעיק אופן, דהיינו יעדע קאמפעני וואס רוקט ארויף די וועידזשעס צו 100 אלפים באקומט כך וכך טעקס קאט! 150 אלפים, נאך א ברעיק! פארן הייערן כך וכך ארבייטער באקומסטו עדישענעל! אא"וו.....


אוודאי. עמעזאן, וועם סי בי עס האט באצייכנט אלץ איינער וואס טריעט זייערע ארבעטער ווי ראבאט׳ס איז טאקע די ריכטיגע דוגמא.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:08 pm

סי בי עס באשרייבט שוין די פיוטשער לאנג איילענד סיטי ארבייטער?...
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:21 pm

וואלט איינער מסכים געווען מיר צו געבן א היטש צוריק צום ענין.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:35 pm

כאפצעם האט געשריבן:סי בי עס באשרייבט שוין די פיוטשער לאנג איילענד סיטי ארבייטער?...


איך שטעל זיי אויף די חזקה אין וועג וויאזוי זיי דילן מיט זייערע ארבעטער. באטאם ליין, ווען ליבעראלן ווילן קאטן טעקסעס פאר זייערע חברה (וואשינגטאן פאוסט) איז עס גאר די בעסטע וועג צו טוהן און ווען זיי ווילן נישט איז שניידן טעקסעס די ערגסטע זאך פאר די עקאנאמי.

וויאזוי האט כספי געזאגט, די גאנצע זאך איז א ליבעראלע סקעם.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:43 pm

@צולייגער

פיין!
שיין און קלאר געשריבן!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:51 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:סי בי עס באשרייבט שוין די פיוטשער לאנג איילענד סיטי ארבייטער?...


איך שטעל זיי אויף די חזקה אין וועג וויאזוי זיי דילן מיט זייערע ארבעטער. באטאם ליין, ווען ליבעראלן ווילן קאטן טעקסעס פאר זייערע חברה (וואשינגטאן פאוסט) איז עס גאר די בעסטע וועג צו טוהן און ווען זיי ווילן נישט איז שניידן טעקסעס די ערגסטע זאך פאר די עקאנאמי.

וויאזוי האט כספי געזאגט, די גאנצע זאך איז א ליבעראלע סקעם.

טענו בחיטים והודו בקאקאש קעיק
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:55 pm

תיוהא קא חזינן הכי,
כ'זע אז זיי גייען בויען א נייע זאך (כ'קען גראדע נישט זען די לינק) און כ'זע אז זיי גייען דינגען א מיליאן סקווערע פיס אין די בילדינג וואן קאורט סקווער, וואס סיטיבאנק האט יעצט. און סיטיבאנק גייט ארויס אין צוואנציג צוואנציג, אויב אזוי מה הועילו חכמים בתקנתם, איין קאמפאני ארויס און א צווייטע אריין?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 4:41 pm

חחחח
צוגעלייגטע
20181115_164318.jpg
20181115_164318.jpg (224.94 KiB) געזעהן 1640 מאל
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 6:35 pm

סיטי קאנסיל באטראכט שריט צו וועטאאירן אפמאך מיט עמעזאן

די דעמאקראטישע פירערשאפט אינעם סיטי קאנסיל באטראכטן לעגאלע שריט צו אנולירן דעם אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן עמעזאן און ניו יארק סיטי איוף צו ברענגען אהער אירע הויפטקווארטירן נאכדעם וואס דער אפמאך רופט ארויס אויפברויז אין די געגענטער וועלכע זענען דעזיגנירט פאר דעם פראיעקט.

דער ספיקער קארי זשאנסאן האט געזאגט אז דער אפמאך טוט בארויבן ארום 3 ביליאן דאלער פון שטייער צאלער און וועט האבן א נעגאטיווע עפעקט אויף ניו יארק אין פארשידענע הינזיכטן, ער האט אויך שטארק קריטיקירט דאס וואס די סיטי האט געגעבן פאר עמעזאן א פערמיט פאר א פריוואטן העליפעד העכער זייערע הויפטקווארטירן.

אנדערע דעמאקראטישע קאנסיל מיטגלידער האבן אבער געזאגט אז דאס גייט צו ווייט, און טראץ וואס זיי האבן געוויסע קריטיק אויפ׳ן אפמאך איז עס פארט א גוטע עקאנאמישע שטופ פאר ניו יארק און פאר די געגענטער אין קווינס וואו עס וועלן צוקומען צענדליגע טויזנטער זשאבס.
פיינע נייעס
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:17 am

גאווערנאר קואמא האט געשריבן א אפ-עד זיך צו פארטיידיגן פון די טענות אז די סטעיט האט געגעבן פאר אמאזאן $1.5 ביליאן וכו׳
א לינק צום ארטיקל:
https://www.governor.ny.gov/news/op-ed- ... ew-m-cuomo

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:18 pm

כאפצעם האט געשריבן:נאך א בעלאוני איז די גרודער אז די לאקאלע איינוואינער זענען "אויפגעברויזט" אויפן עמעזאן ערשיינונג.. שטעלטזעך ארויס ס'איז זשאסט אביסל נויז פון די קארטעז ליבעראלן, די לאקאלע איינוואינער שיינען היבש אויפגעלאכטן מיטן איידיע אז די געגענט גייט אויפבליען, שטייצעך שוין אפגערעדט פון די היי פעיאינג זשאבס וואס גייט אריינפליסן.

קוויניפיעק: %60 קווינסער איינוואינער און %57 אלגעמיינע ניו יארק סיטי איינוואינער פרייען זיך מיט עמעזאנס אנקום.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:35 pm

The Washington Post reported that Amazon is reconsidering its decision to move its second headquarters to New York City due to local opposition.

The Post, which is owned by Amazon CEO Jeff Bezos, reported that two people familiar with the company's thinking said executives are reassessing the situation and exploring alternatives.


:evil:

נאך די גאנצע פאמפע בלייבט דיבלאזיא און קאומאו מיט די צינג אינדרויסן?
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:41 pm

גערעכט זענען זיי.

קודם פארוואס צושטעלן 20 טויזענט זשאבס פאר א קאמיונעטי וואס דרוקט אויס אזא האסע פאר דיר, צווייטענס, די נעגעטיווע פי. אר. איז זייער נישט גוט פאר זיי ביזנעסווייז
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4546
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:43 pm

פארפאלן. אבער קאומאו וועט מיטנעמען זיין נייע נאמען אין קבר.

דער רבוש״ע פירט די וועלט. ס׳איז געווען אפשריבן פאר עטליכע אידישע קינדער ז׳זאלן ארויסקעשן שווערע מילאונען דאלאר׳ן דורכאויס דעי פאר וואכן וואס די רילעסטעיט אין יענעם געגענט איז געגאנגען סקיי_ראקינג.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג פאברואר 08, 2019 1:05 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פארפאלן. אבער קאומאו וועט מיטנעמען זיין נייע נאמען אין קבר.

דער רבוש״ע פירט די וועלט. ס׳איז געווען אפשריבן פאר עטליכע אידישע קינדער ז׳זאלן ארויסקעשן שווערע מילאונען דאלאר׳ן דורכאויס דעי פאר וואכן וואס די רילעסטעיט אין יענעם געגענט איז געגאנגען סקיי_ראקינג.


יאפ עס איז נישט דא וואס צו רעדן וואס מיינט די באשעפער פירט די וועלט,כאב געפרעגט די אלצווייסערס פארוואס האבן די היימישע נגידים פארקויפט יעצט ? פארוואס האלטען זיי עס נישט און מאכן געלט אין די לאנג ראן, דאס מיינט באשערט , ב"ה עטליכע באקאנטע רודפי צדקה וחסד וואס פזר'ן מיליאנען פאר צדקה האבן ארויסגעקעשט מיליאנען האפענטליך אן קיין שאדן

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4072
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג פאברואר 08, 2019 1:09 pm

כאפצעם האט געשריבן:גערעכט זענען זיי.

קודם פארוואס צושטעלן 20 טויזענט זשאבס פאר א קאמיונעטי וואס דרוקט אויס אזא האסע פאר דיר, צווייטענס, די נעגעטיווע פי. אר. איז זייער נישט גוט פאר זיי ביזנעסווייז

וואסי געבליבן מיט'ן קוויניפעג פון 2 חדשים צוריק אז 60% קווינסע ווילן אמעזאן דארט? ס'אציך געטוישט?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 08, 2019 1:14 pm

פליגל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:גערעכט זענען זיי.

קודם פארוואס צושטעלן 20 טויזענט זשאבס פאר א קאמיונעטי וואס דרוקט אויס אזא האסע פאר דיר, צווייטענס, די נעגעטיווע פי. אר. איז זייער נישט גוט פאר זיי ביזנעסווייז

וואסי געבליבן מיט'ן קוויניפעג פון 2 חדשים צוריק אז 60% קווינסע ווילן אמעזאן דארט? ס'אציך געטוישט?

מסתמה האטזעך גארנישט געטוישט אבער אפאר היץ קעפ קענען מאכן מער נויז א גאנצע שטאט נארמאלע
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4072
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג פאברואר 08, 2019 1:18 pm

עפעס האב'ך געהערט זאגן אז זיי שפירן די היץ פון מאנכיגע פאליטישאנס וואס פארפירן קעגן די דיעל וואס זיי האבן געקריגן פון די שטאטישע רעגירונגען און אנשטאט האבן זיי באשלאסן אז אפשר איז כדאי עס איבערצוטראכטן.

איינער דא האט שוין ערווענט נאך פון אנהויב אז ער'ז חושד די חברה אין פשוט באקומען דעטע פון די סיטי אויף א גאלדענע טאץ...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4546
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג פאברואר 08, 2019 1:56 pm

די פאולס האט זיי געמאכט באשליסן צו קומען, די פאלאטישענס האבן זיי געמאכט ווילן צוריקציען.

איינמאל מ׳איז אין ביזנעס זענען די פאולס נישט נוגע. משא״כ די פאלאטישענס קענען מאכן אסאך קאפוויי.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אחד מהחבורה
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 9:27 pm

אומגלויבליך!! וואס די אנטי ביזנעס עלעמענטן האבן דא אפגעטון, אוועקגעווארפן בידים,
א איינמאל, א לייף טיים אפערטאנעטי פאר נוי יארק בכלל, אין פאר יענע געגענט בפרט.

עס וועט אריינגיין אין היסטאריע, אלס איינע פון די ערגסטע מיסטעיקס, וואס נוי יארק האט געמאכט.

בכיה לדורות........
don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
שקר
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm

תגובהדורך שקר » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:33 am

עס איז זיכער אז עס גייט נישט זיין?

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג פאברואר 10, 2019 2:36 am

אחד מהחבורה האט געשריבן:אומגלויבליך!! וואס די אנטי ביזנעס עלעמענטן האבן דא אפגעטון, אוועקגעווארפן בידים,
א איינמאל, א לייף טיים אפערטאנעטי פאר נוי יארק בכלל, אין פאר יענע געגענט בפרט.

עס וועט אריינגיין אין היסטאריע, אלס איינע פון די ערגסטע מיסטעיקס, וואס נוי יארק האט געמאכט.

בכיה לדורות........

יוש :cry: איך האלט אין איין באקימען אויף לינקדען דשאב אפערס פון עמעזאן אין ניו יארק, זיי האבן שוין ארומגעזוכט ארבייטערס, און יעצט איז די אלע אפערס אוועקגעבלאזען געווארן. שעים שעים ניו יארק, אזא געמיינע הכנסת אורחים.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, Goodmorning, Google [Bot], police, rutledge, בארג, זושא, זזה, טראנספארט, כאפצעם, משמש, קהל עדתינו און 78 געסט