ברעקינג!!! פידל קאסטראו ריזיינט!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
9/11/01
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 19, 2007 12:05 pm
לאקאציע: אין קאר סיט

ברעקינג!!! פידל קאסטראו ריזיינט!

תגובהדורך 9/11/01 » דינסטאג פאברואר 19, 2008 11:09 am


אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג פאברואר 19, 2008 12:10 pm

וואס פאר אן עפעקט וועט דאס האבן אויף אונז?

ווער נעמט אים איבער?

וועט די לאנד זיך דרייען מער צו די דעמאקראטישע זייט יעצט?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 19, 2008 12:47 pm

איך האב נאכנישט געליינט די נייעס ערגעץ אנדערש, אבער בפשטות ווועט עס זיין ברודער איבערנעמען, דער וואס האט עס געפירט זינט ער איז נישט געזינט, אויב אזוי וועט עס גארנישט בעסער ווערן, מייניך.

קרעמער האט דאך אום זייער ליב, פאר אום איז זיכער די נייעס א גוט שטיקל...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 19, 2008 1:07 pm

אוי דער רבי זז"ג שלאפט יעצט א שאד, זיד-אמעריקע איז דאך זיין קאנטינטענט דער קאראקאסער פרעזידענט מר. גוט טשאבעס איז דאך א באליבטער ידיד מיט דעם צופידלטען קאסטרוי, ווען דער רבי הערט נאר טשאבעס' נאמען ווערט ער ווילד.

אקעי, העמיר ווארטן אויף ביינאכט פאר'ן רבי'ן אינדערצווישן לאמיר אלייינס פרובירן.

דער קאסטרוי איז פאר די לעצטע ארום פופציג יאר שוין ביי דער מאכט דארט אין קובא ווי ער האט געפירט דאס לאנד מיט א קומוניסטישע קאנסטיטוציע, במשך די יארן האט ער זיך עטליכע מאל פארטשעפעט מיט די מערב וועלט אין שפיץ פונעם שכן די פאראייניגטע שטאטן, אז אך וואס האט געפירט צו עקאנאמישע סאנקציעס אקעגן קובא.

"וויאזוי מ'זאל אים אנקוקען, האט הרב קאסטראו געשפילט א גרויסע ראלע אויף די וועלטס פאליסיס פאר די לעצטע פופציג יאר" האט געזאגט א גרויסער סי. איי. עי. שטאב אפיציעל אין אן אינטערוויו מיט ק.נ.א.
קול מבשר האט ספעציעל אראפגעשיקט זייער ספעציעלן אינטערוויו קארעספאנדענט אויפצוסעטן א העכסט אינטערעסאנטן אינטערוויו מיט פידל'ען לכבוד פר' ויחי ווען 'סרח בת אשר שפילט אויף א פידל' דרוקט 507 דערנאך פאונד, נאכאמאל 507 דערנאך פונט.

זיין ברידער און נאכפאלגער ראאול קאסטרוי וועלכער האט שוין פאר די לעצטע שטיק צייט געדינט אלס דער דע-פאקט פון היימישע קרעטשמע כ'מיין פון קובא, ער וועט יעצט איבענעמען די לייצעס פולקאם לויט געוויסע קוועלער, א ווארטזאגער פון די סטעיט דעפט. פון די פארייניגטע שטאטן מר. נעגרע-פאנטע, טענה'עט חי וקים נורא אז מ'וועט נישט אראפנעמען די סאנקציעס ווילאנג מ'וועט נישט זעהן קיין פארבעסערונג פון קובא'ס זייט.

דיס העז בין עי ספעשל ריפארט ביי זשאן מיללער טו ק.נ.א

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 19, 2008 2:01 pm

טענקס זשאן פאר די ספעשל ריפארט, דזשאסט וואן קוועטשאן ביפאר יא ליוו....

מיללער, א הערליכער ארבייט אראפגעלייט אין אייער ספעציעלן באריכט, אינטערסאנט און זייער הומעראסטיש.

טענקס מיללער פאר ביאונג הער וויט אוס טאדעי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג פאברואר 19, 2008 3:36 pm

טענקיו מיללער פאר די ספעשעל ריפארט, איט סאונדס דעט מיסטער צייטליך גאט דיסקאנעקטעד ביפאר עסקינג היז וואן קוועסטשאן, סארי פאר דעט.

איך קלער אז עס קען גאר זיין אז דער צו'פידל'טער איז שוין גאר געשטארבן, נאר היות די רעגירונג וויל נישט דער עולם זאל זיין צו בשמחה מעלד מען דאס צוביסלעך, און דערווייל האט מען טאקע נישט געהערט פון אים קיין פיפס (גענוג געהערט די לעצטע פופציג יאר) נאר א קליין צעטעלע ארויסגעלאזט צו די מידיע, וואס דאס קען מען דאך פעקסן אפי' פון ס'ערד...

דיס איז יאנאש וויט ק.נ.א.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג פאברואר 19, 2008 3:42 pm

ביי סטאלין טאקע האט מען אויך נישט מודיע געווען די עולם גלייך אז ער איז געשטארבן (פורים ביינאכט?) נאר צוביסלעך.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג פאברואר 19, 2008 3:51 pm

מיללער, ישר כח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 19, 2008 5:18 pm

לכבוד די שמחה (וואס? וועלכע?) וועל איך זיך ערלויבן ארויפצושטעלן דא דעם דרעפט פון די ק.נ.א. נייעס באריכט וואס וועט געמאלדן ווערן שפעטער אין אווענט:

פרעזידענט בוש האט היינט פארלאנגט פון קובא זיך צוצוגרייטן צו פרייע וואלן, נאכדעם וואס פידל קאסטראו האט געמאלדן אז ער רעזיגנירט צוליב געזונטהייט סיבות.
ביי זיין באזוך אין אפריקע האט בוש געזאגט אז קאסטראו'ס אפטריט איז א צייט פון איבערגאנג, און עס זאל דינען אלס די אנהייב פון א דעמאקראטישע איבערגאנג אין קובא.
בוש האט צוגעגעבן אז אמעריקע איז גרייט ארויסצוהעלפן דאס קובאנער פאלק צו עררייכן פרייהייט.
דער קראנקער קאמוניסטישער פירער, וואס איז 81 יאר אלט און איז נישט געזען געווארן אין די עפנטליכקייט זינט ער איז אדורכגעגאנגען אן אפעראציע אין יולי 2006, האט געזאגט אז ער וועט נישט אננעמען א נייע טערמין אלס פרעזידענט – ווי געמאלדן היינט צופרי.
קאסטראו'ס יונגערע ברודער ראול, דער 76 יעריגער פאקטישער-פירער פון קובא, ווערט געזען אלס א קלארער נאכפאלגער איבערצונעמען פידעל.
די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט האט געמאדלן אז די האנדעלס באגרעניצונג אויף קובא וועט ווייטער פארבלייבן אין פלאץ, און וועט נישט אפגעטאן ווערן אין די נאנטע צוקונפט.
די אי.יו. האט יא געזאגט אז זיי האפן צוריק אנצוקניפן פארבינדונגען מיט קובא, אין די צייט וואס כינע האט אפגעמאלן קאסטראו אלס אן אלטן פריינט, זאגענדיג אז זיי וועלן ווייטער אנהאלטן קאאפעראציע מיט האחוואחנע.
בעידזשינג האט איבערגענומען רוסלאנד צו ווערן איינס פון קובא'ס הויפט עקאנאמישע שותפים, נאכדעם וואס קאמוניזם איז צופאלן אין די סאוועיט פאראיין.
קיין שום דעמאנסטראציעס זענען נישט באריכטעט געווארן אויף די גאסן פון האוואנא, דאקעגן אין מיאמי פלארידע האבן זיך יא די קובאנער פליטים ארויסגעלאזט אויף די גאסן צו פייערן קאסטראו'ס רעזיגנאציע.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג פאברואר 19, 2008 6:20 pm

אך וואס רעדסטו הער מיללער נאר פארטשעפט האט ער זיך,
ערהאט שיער געפירט צי א דריטע נוקלארע וועלט מלחמה דורכ'ען ערלויבן רוסלאנד ארפצישטעלן נוקלארע מיסילס ביי זיך אין לאנד,וואס האט געפירט צום באקאנטן בלאקאדע פון אמעריקא ארום קובא.

אויך איז כדי צי דערמאנען די בעי אוו פיגס א CIA אנגעפירטע אקציע וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט א קלינגענדיגען דורכפאל פאר אמעריקא אין דעם געשעצטן (דורך קרעמער) פרעזידענט קענעדי

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:15 pm

יאסל.
שיער געפירט צו א מלחמה, [דא זאגט זיך גוט דער ווערטל, נאך א מזל ס'איז דא א ווארט שיער], איז א סתירה צו פארטשעפעט?

אז דער סקרענטענער רב, שרייבט אפ צוויי הונדערט און פופציג, ווערטער, להנאתך, און קיין איין שכוח ניט, נאר אזא מין בא בטענה. דאס קען שוין זיין פארטשעפעט.

דאס וואס איך טו יעצט, הייסט אפשר אויך פארטשעפעט? אפשר יא, שוין ס'איז דאך דאך פורים קטן, מעג מען אביסל.

יאסל, לייג אראפ וויאזוי ס'האט זיך געפילט אין די לופטן, יענע אנגעצויגענע צייטן, ווען דער זייגער האט געשלאגן, כמעט ביים צוועלפער.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:42 pm

שכויח מיללער שטארק הנאה געהאט חחחחחחח ככככככככ
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך פאברואר 20, 2008 1:13 am

איך האף נאר איין זאך, אמעריקא זאל זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אז סאנקציעס העלפט נישט צוברעכן קיין דיקטאטור, קאסטרא האט זיך נישט געבראכן פאר אמעריקא מיט אלע סאנקציעס, פארקערט, ער האט גאר אפגע'חוזק'ט, און זיי איינגעלאדענט צו זיך, מיט זיינע שפאטיגע באמערקונגען וועגן העלט קעיר, זיך ארומגעשפילט מיט אמעריקא'ס בלוט ווי מיט א וואש מאשיו מיט וואסער,די סאנקציעס האט נישט אויפגעטאן, נו פארוואס שאדן מאכן מיליאנער בירגער, דאס גיבט אים נאך גאזאלין פאר זיין פארמאכטקייט און פארביסענקייט, חיזוק פון אמעריקא שונאים איז דא אסאך, פון די מכם ובכם'ניקעס, און אפילו יעצט האט זיך דער רעזשים נישט געטוישט, סך הכל נאר איין מענטש.

ולמה הכנסתי עצמי בעובי הקורה, ווייל איך האב געהאט א מאל א איד, וואס האט וויכטיג געדארפט פארן קיין האוואנא צום בית החיים, און ולא יכול. אמעריקא לאזט נישט. נאר מיט אומוועגן מיט מעשיות.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 20, 2008 1:27 am

הערסט ? אמעריקע!! ??

ווען וועסטו דיך שוין אויסלערנען? (כאף אבהמה.. ליינט דא)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך פאברואר 20, 2008 1:34 am

אבהמה איז דען אמעריקא?
וואס יא? הינט וואס זענען!!! [קרעדיט סענדר דער דאטשעס אלף בית פאעם, אויף די בחורים. אלע בחורים גזלנים דלפנים הינט וואס זענען חיות טמנ'ע יונגען כלומרשר לערענען מגן-אברהם נמוקי-יוסף, ענדוויטשעס עסן פרענקפפרטערס, ציגארעטלעך קענען רייכערען, שיינע תלמידים.]
און טאקע די אשת חיה מי ימצא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 20, 2008 9:41 am

הוי רבי רבי, סענדר'ס אלפא-ביתא איז נישט אזוי שטארק דא אריינגעקומען ווי גוט עס איז, כלומפרשט לערנען מגן-אברהם נמוקי-יוסף, דאס זענען ליידער די אלע בחורים עסן סענדוויטשעס מיט פרענקס.

שוין לאמיר לאזן די בחורים ווייטער עסן, ביני לביני מוזן מיר דא קעיר נעמען פון קובא, דאס וואס דו טענה'סט וועגן די סאנקציעס אז זיי העלפן נישט, דאס קען מען דעבאטירן פון היינט ביז מארגן און אפשר גאר ביז איבער-מארגן, אבער יש מקום לומר אז אויב דאס פאלק הונגערט וועלן זיי שטירצן די רעגירונג, וואדען, עס זענען דא אזעלכע אומפארגינערישע גרויס-מאכטן ווי רוסלאנד און כינע וועלכע ווילן ווייזן מאכט, שטעלן זיי זיך נישט צו צי די סאנקציעס ממילא האט דאס נישט קיין הצלחה.
טא ווער איז שולדיג אויפן דורכפאל? אמעריקא, פארן לייגן די סאנקציעס מיטן הילף פון רוב מערב וועלט נארמאלע לענדער, אדער פוטין און ביג'ינג פארן נישט מיטשטיין, פיר אליינס אויס.
איי דיין חבר האט נישט געקענט פארן קיין האוואנא, נא דאס זענען די קאנסקווענצן פון האבן אזעלכע שכנים, אוי לקובא אוי לשכנו, ווייסט אז דער גאלאנטא רב'ס פאטער זצ"ל איז געווען א שטיק צייט רב אין א גרויסע קהילה אין האוואנא, קובא, אידישקייט האט דארט געווירבלט צווישן די צוויי וועלט קריגן, דער באם פידל האט פארכאפט די מאכט און פאר פופציג יאר האט ער געזייעט חורבן, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, וויזוי האט יענער געזאגט "נוצר תאנה, אז מ'פלאנצט א פייג, יאכל פריה וואקסט א פייג"

יעצט וועגן דעם צוקופטיגען אמעריקאנער פרעזידענט וויאזוי ער וועט דיעלען מיט די אישו, קודם אלס אן הקדמה, האב איך היינט אינדערפרי געהערט פון אן עקספערט אויף רוסישע אנגעלעגנהייטן אז דער ווילאדימיר פוטין, זיין קארעריע אין די קעי. זשי. בי. איז געווען צו רעקטורירען אגענטן אין פיינטליכע לענדער פאר שפיאנאזש, זאגט ער אז דעם כח האט ער נאך אלס און מ'זעהט ווי ער האט א חוש צו באקומען פריינט וואס וועלן ארבעטן מיט אים (עי' שיראק, שראודער ועוד), ממילא ברויך דער אמעריקאנער פרעזידענט זיין זייער רעפאנירט נישט אריינצופאלן אין זיין פאסטקע, וואס פון די היצטיגע קאנדידאן שטייט מעקעין ארויס אלס דער איינציגסטער קשה-עורף ווען עס קומט צו אזעלכע ענינים, ער האט מיליטערישע עקספירינעס און לעגענדארע אויסערן פאליטיק עקספערטיז.

משא"כ דער אומערפארענער אבאמא, און אפי' די אשת איש מי ימצא, בטח בה ביל בעלה, זענען נישט גענוג ערפארן צו הענדלן אזעלכע אישוס, דאס זעלבע איז נוגע קובא, עס וועט נעמען אסאך עקספיריענס אויפצובויען א פאליסי וויאזוי צו הענדלען די רילעישאנשיפ, איך זאג נישט יעדער קען האבן א גוטע סטעף אבער מעקעין האט זיכער א גרויסע אויבערהאנט אין אזעלכע ענינים.

טענקס פאר ביאיניג וויט אס דיס מארנינג, העוו עי נייס דעי, דיס איז זשאן מיללער וויט ק.נ.א.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 20, 2008 9:58 am

מיללער:
דיין "בטח בה ביל בעלה" איז פאר די ביכער.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:40 pm

בני היכלא האט געשריבן:יאסל.
שיער געפירט צו א מלחמה, [דא זאגט זיך גוט דער ווערטל, נאך א מזל ס'איז דא א ווארט שיער], איז א סתירה צו פארטשעפעט?

אז דער סקרענטענער רב, שרייבט אפ צוויי הונדערט און פופציג, ווערטער, להנאתך, און קיין איין שכוח ניט, נאר אזא מין בא בטענה. דאס קען שוין זיין פארטשעפעט.

דאס וואס איך טו יעצט, הייסט אפשר אויך פארטשעפעט? אפשר יא, שוין ס'איז דאך דאך פורים קטן, מעג מען אביסל.

יאסל, לייג אראפ וויאזוי ס'האט זיך געפילט אין די לופטן, יענע אנגעצויגענע צייטן, ווען דער זייגער האט געשלאגן, כמעט ביים צוועלפער.


כ'האב היינט ציפרו אויסגעטשעקט מיינע באציאונגען מיט הער מיללער אין ב"ה ס'איז נאך אין גיטע טערמינען, ער איז רואיג געשלאפן ביינאכט
לגופו של ענין בין איך נישט דא אינעם קריטיק ליין ווי אויך נישט אין די טענקיו ליין, כ'האב נאר מיגיה געווען לצורך הענין ארויסציברענגן וואס דער קאסטרא האט אלץ געשפילט מיט די אמעריקאנע נערווען.
לגבי אראפלייגען מיין איך אז מען וועט מוזען פרעגן די זקני הקרעטשמע, איך בין נאך דאן נישט געווען בעולם,
מ'זאגט אז ס'איז געווען אזעלעכע וואס זענען ארויסגעפארן אין קאנטרי אלץ שרעק.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 18 געסט