אנטיסעמיטישע איבערפאלן אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

אנטיסעמיטישע איבערפאלן אין ניו יארק

תגובהדורך ראש העיר » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 2:42 pm

שלום עליכם אל-וועלטליכע מיטגלידער, אנטשולדיגט מיר פאר מיין לאנגע אפוועזנהייט, צוליב די וויכטיגקייט פון דעם נושא בין איך דא צוגאסט אויף א ווייל..

מיט א נישט לייכטן געמיט עפן איך דעם אשכול, וועלכע לויט די לעצטיגע געשעענישן איז עס אן אקטועלער שטרענגל, דער אויבערשטער זאל העלפן עס זאל מער נישט זיין אפדעיטס, און דער געהענגל זאל קענען גיין זיך לייגן אן אייביגן שלאף,..

אין די לעצטע פאר וואכן זענען פארגעקומען עטליכע אפענע אנטיסעמיטישע איבערפאלן און אטאקעס אין ניו יארק סיטי, נישט אלע זענען אפילו געהעריג באריכטעט געווארן, אנגעהויבן פון דעם זונטאג פרי אטאקע אויף די דרייצנטע עוו. פיר וואכן צוריק, ביז די נעכטיגע אנפאל אויף אן אומשולדיגן איד אויף עוו. דזשעי אין מידוואוד..

אין קראון הייטס זענען פארגעקומען עטליכע אנפאלן בלויז אין די לעצטע וואך..

פרייטאג פארטאגס האט א כוליגאן געמאכט א בורא מאורי האש פארנט פון עטליכע שולן, דער וואגאבונד איז גראדע יא געכאפט געווארן נאך אינמיטן די ארבעט..

שבת נאכמיטאג זענען זעקס אינגע מאלפעס אנגעפאלן א בחור און אים אראפגעווארפן דעם הוט נאכשרייענדיג לאזונגען, און באלד דערנאך האבן זיי זיך א לאז געטון צו די וואלקאנער שול וואו זיי האבן אריינגעווארפן אן אייזערנעם פייפ דורכברעכנדיג א פענסטער, די פארברעכער זענן נישט געכאפט געווארן..

נעכטן איז א שחור מאדמת בני חם, ווארשיינליך א שוועסטער קינד מיט די שבת'דיגע חיות אנגעפאלן א מיטליעריגן איד אויף די גאסן פון מידוואוד - פלעטבוש, און אים געזעצט אין פנים, דער באנדיט האט באוויזן צו אנטלויפן, נישט פאר ער איז רעקארדירט געווארן דורך א סורוועילענס אפאראט..

לאמיר זיך טרעפן אויף שמחות.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 2:51 pm

פארציילט א אינגערמאן אז ער איז הערעסט געווארן דורך א טונקעלער פארשוין אויף א סאבוועי באן אויפן וועג צום ארבעט אין מאנהעטן מיט א פאר וואכן צוריק. ער האט אים געסטראשעט אז ער וועט ארויסנעמען א מעסער. דער יעניגער האט אים אפגעלאזט נאכדעם וואס אן אויסלענדישער דייטשער דיפלאמאט האט באמערקט די סיצואציע און ער איז געקומען צוהילף.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 3:43 pm

ראש העיר האט געשריבן:שבת נאכמיטאג זענען זעקס אינגע מאלפעס אנגעפאלן א בחור און אים אראפגעווארפן דעם הוט נאכשרייענדיג לאזונגען, און באלד דערנאך האבן זיי זיך א לאז געטון צו די וואלקאנער שול וואו זיי האבן אריינגעווארפן אן אייזערנעם פייפ דורכברעכנדיג א פענסטער, די פארברעכער זענן נישט געכאפט געווארן..

די זעלבע חברה האבן אראפ געווארפן א מיידעל אויף פרענקלין צווישן ווילאבי דיקאלב
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 4:00 pm

צייט צו געדענקען מיר זענען אין גלות
נעכטן האט מיר א גוי נאכגעשריגן (ער איז ארויס געקומען פון די שטים בודקע), אייך אידן זענען נישט בארעכטיג צו האבן הייזער, אייך צאלן נישט קיין טעק"ס

פארוואס יעדעס מאל א גוי שרייט עפעס, אדער מאכט א מצב, ווערט גלייך אלוועטליכע נייעס דערפון, דאס טוט דער ערמוטיגן נאך יוגנטלעכע גוים צו מאכן פריילעך.

קלוגער וואלט געווען, צו שווייגן, און אפי' ווען מ'דארף רופן פאלעציי, נישט איבערדרייען א שטאט, און א וודאי נישט פאר מינדערוויכטיגע זאכן (איך האב אויך געקענט נעכטן רופן חברים, און מאכן א מצב, מיט פיר אינטעוויאוס אויף קולמע), וואס דאס וועט אביסל העלפן האלט די געמיטער רואיגער

און דערנאך דארפן מיר זעהן נישט צו טון זאכן וואס רעגט אויף דעם גוי,

יא מיר זענען דערווייל אין גלות, זאל דער רבוש"ע זיך שוין מרחם זיין און אונז ארויס נעמען וואס שנעלער.
כשמ"ו כן הוא

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 4:23 pm

שאלעמאלייכעם ראש העיר! די אנטיסעמיטען האבען דיך צוריק געברענגט??

גוט געזאגט שמו, די גרויסע עדווערטייזמענטס פון יעדע אטאקע און מאכען א נייעס פון עס ברענגט ח"ו קאפי קעטס, די בעסטע איז אדער יענעם אנהאקען די ביינער אויב מ'קען [און א פאל וואס מ'מעג], אדער אפווישען די נאז און מאכען א שווייג,

אפאהר יאר צוריק אין מיינע פלייסיגע כולל יארען, זעמיר ארויסגעקומען פון כולל ביינאכט, און געזעהן א פרישע האקענקריץץ אויף די וואנט פון כולל, אונז זענען געווארען צעהיצט און געוואלט רופען שומרים און פאליס, איינער האט שוין געזוכט הייקינדס נאמבער, איז געוועזען דארטען א'נאלטער יוד, ער זאגט, האבץ שכל, וואשטס עס שנעל אראפ און מאכטס א שווייג!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 7:55 pm

קלוגער האט געשריבן:שאלעמאלייכעם ראש העיר! די אנטיסעמיטען האבען דיך צוריק געברענגט??

גוט געזאגט שמו, די גרויסע עדווערטייזמענטס פון יעדע אטאקע און מאכען א נייעס פון עס ברענגט ח"ו קאפי קעטס, די בעסטע איז אדער יענעם אנהאקען די ביינער אויב מ'קען [און א פאל וואס מ'מעג], אדער אפווישען די נאז און מאכען א שווייג,

אפאהר יאר צוריק אין מיינע פלייסיגע כולל יארען, זעמיר ארויסגעקומען פון כולל ביינאכט, און געזעהן א פרישע האקענקריץץ אויף די וואנט פון כולל, אונז זענען געווארען צעהיצט און געוואלט רופען שומרים און פאליס, איינער האט שוין געזוכט הייקינדס נאמבער, איז געוועזען דארטען א'נאלטער יוד, ער זאגט, האבץ שכל, וואשטס עס שנעל אראפ און מאכטס א שווייג!

זיי נישט ברוגז. מען מעג קיינמאהל נישט אהנהאקן יענעם די ביינער. אויב האלט איהר אז עס איז בעסער צו מאכן א שווייג און זיך נישט רייצן מיט ווילדע אנטיסעמיטן, דאן וויאזוי האלט איהר אז אהנהאקן איז גיט?

און ווער רעדט נאך אז הקול קול יעקב והיידים ידי עשיו?

און אפשר האט איהר פארגעסן ווען אפאר אינגעלייט האבן גענומען די געזעץ אין די אייגענע האנט און איינע פון זיי איז אהנגעקלאגט געווארן און א האסן פאברעך? דער אינגערמאן וואלט גערן צירוקגעדרייט די זייגער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 8:12 pm

נישט ממש קיינמאל נישט. ווען א גוי באפאלט איינער מיט קלעפ האט דער באפאלענער אלע רעכטן, געזעצליך און הלכה'דיג, יענעם צוריקצוגעבן מנה אחת אפיים.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2980
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 8:15 pm

Think and Thank האט געשריבן:נישט ממש קיינמאל נישט. ווען א גוי באפאלט איינער מיט קלעפ האט דער באפאלענער אלע רעכטן, געזעצליך און הלכה'דיג, יענעם צוריקצוגעבן מנה אחת אפיים.


יא אבער איך וואלט קיינעם נישט רעקאמאנדירט צו נעמען דעם ראוט א גוי קען האבן כלי משחיתים אין טאש.

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 10:43 am

איך רעדט פון א קעיס ווי מ'טוט עס זיך צו ראטעווען, כ'געדענק פאר יארען צוריק, א גוי איז באפאלען א יוד, די יוד האט געהאט אין טאש א מעיס סשפריצער, און מכבד געוועזען דעם שייגאץ מיט אפאר פיינע שפריצעס מנה אחת ושתיים אין פרצוף אריין, אינצווישענצייט איז צאמגעלאפען מענטשען און מ'האט אנגעהאלטען די שייגאץ ביז פאליס איז געקומען,

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:09 pm

Anti-Semitic attacks on the rise as other crime declines:
NYPDAnti-Semitic attacks are increasing even as other crime in New York City continues to drop, police said Wednesday.

Reports of anti-Semitic incidents increased 22 percent this year, with 159 cases reported through Nov. 4 compared to 130 over the same period in 2017, according to the latest CrimeStat numbers.

“The increased reports of swastikas absolutely concern us. And none of it will ever be tolerated in New York City,” NYPD Police Commissioner James O’Neill said.

The data release follows the Pittsburgh synagogue massacre that left 11 people dead last week, — and a series of assaults and vandalism in the Big Apple that police believe targeted Jewish residents.

Over the weekend, a group of teens threw a pipe through a synagogue window and tore off a Hassidic boy’s traditional hat in a 45-minute string of incidents that police are investigating as hate crimes.

The week before that, multiple reports of swastika graffiti sent shudders across the Jewish community.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:45 pm

צוויי יוגענטליכע זענען ארעסטירט געוואר בשייכות מיט די איבערפעלער אין וומ"ס.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:58 pm

נישט אין נ"י. אבער אין קאליפארניע איז ארעסטירט געווארן א מאן וואס האט געצילט ארטידאקסישע יודישע פרויען און אראפ געצויגן זייערע שייטלעך.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 4:39 pm

מונאוויטש האט געשריבן:פארציילט א אינגערמאן אז ער איז הערעסט געווארן דורך א טונקעלער פארשוין אויף א סאבוועי באן אויפן וועג צום ארבעט אין מאנהעטן מיט א פאר וואכן צוריק. ער האט אים געסטראשעט אז ער וועט ארויסנעמען א מעסער. דער יעניגער האט אים אפגעלאזט נאכדעם וואס אן אויסלענדישער דייטשער דיפלאמאט האט באמערקט די סיצואציע און ער איז געקומען צוהילף.

ביי מיר אויך, צוויי וואכען צוריק פרייטיג ערש"ק וירא, א טאג פאר דער שחיטה אין פיטסבורג האט צו מיר פאסירט דאס זעלבע, אז איך בין הערעסט (harassed) געווארען דורך א טונקעלער פארשוין אויף א סאבוועי באן אויפן וועג צום ארבעט. האב יענעם טאג געוואלט עפענען א אשכול איבער דעם און פרעגען דער עולם וואס זיי וואלטען געטוהן אין מיין פלאץ; אבער ווי רוב אשכולות וואס מען וויל עפענען האט מען יענס אויך נישט גע'עפענט.

היינט האט מיר שוין נאכאמאל א שחור נאך געשריגען (און ארויס געוויזען גרויס האס) און כ'האב אנגעהויבען טראכטען אז יש דברים בגוי (פאן אינטענדעד) און עפעס גייט דא פאר, אז עפעס די שחורים זענען לעצטענס זייער צולאזט, און אפשר גאר ווערען זיי אנגעהעצט אין די קירכעס אדער אנדערע פלעצטער ווי זייי טרעפען זיך צוזאם.

כ'בין געזעצען יענעם פרייטיג אויפען באן מיט א חומש אין דער האנט. זעצט זיך א שחור מיט זיין באגלייטערן אין דער סיעט גלייך לעבען מיינס אבער נישט אויף איין סיעט. ער היייבט גלייך אן שימפען "we are the real Jews"
they say they are the Jews, but they are not

איך איגנאריר אים אבער בין גרייט על כל צרה שלא תבוא; ביז דערוויל ניצט ער דאך נישט קיין הענט.

אז מען איגנארירט ווערט ער נאך מער אין כעס (ער וויל דאך עקשען), און נעמט ארויס א דיקע ביך פון זיין זאק, און ווייזט (צו דער עולם, א פולע באן) און שימפט ווייטער
he is against our religion, we have the real religion; this is the real book

און די גאנצע וועג הערט ער נישט אויף צו האמערען שרייען און שימפען אז מיר אידען זענען זיינע שונאים.

זיין באגלייטערן האט זעהט אויס יא עפעס מורא געהאט און אים פרובירט בארואיגען אז
they practice a different religion
ווי צו זאגען, לאז צורוה. עס האט אבער נישט געהאלפען.

מענטשען האבען שטארק געקוקט און געוואלט זעהן וואס דא גייט געשעהן; און אזוי א פופצען מיניט פון הערעסמענט און דזו-העיטינג האבען זיי זיך גארנישט אנגערופען, און איך בין געבליבען שטיל און פראבירט מיט אלע כוחות מעיין זיין אינעם חומש ווי ווייט מעגליך אין אזעליכע אומשטענדן.

פארשטייט זיך אז כ'האב אנגעהויבען טראכטען פארשידענע זאכען וואס איך קען אים ענטפערן און שטעלען אין פלאץ; אבער אויך געדענקט וואס מיין מאמע ע"ה האט מיר געלערענט אז צו שווייגען קומט עס נישט צו.

איז אלזא רבותי, וואס וואלט איר געטוהן? און וואס טוהען מיר טאקע צו די מצב צו בארואיגען די געמיטער פון די שונאי ישראל. שטארק ימלט אז דער שחור וואס האט מיר הערעסט איז דער זעלבע וואס האט ארויס גענומען א מעסער צו יענעם אינגערמאן; און אויך ימלט אז עס איז ח"ו דער אנהויב פון א גרעסערע וועיוו פון שנאת ישראל ווייל מען רעדט שוין נישט פון געציילטע פעלער, נאר פון א סאך אזעליכע מעשיות וואס ווערט נישט ריפארטעד ווייל עס האט זיך ב"ה אויס געלאזט גוט.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 4:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 4:46 pm

כ'דערמאן זיך אז מיר האבען אפגעשטייגט אויפען זעלבען סטאפ צו טוישען טרעין'ס, און ער איז ווארשיינליך ווייטער געפארען (אויפען זעלבען באן ווי מיר, נאר אין א אנדערע קאר) קיין מאנהעטען.

אויך האביך געטראכט דענמאלט אז אויב באגעגען איך זיך אין א פאליס, וועל איך איך אים אנווייזען אויף יענער פארשוין און זאגען אז ער האט מיר יעצט הערעסט און געשפיגען האסע פאר 15 מיניט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 8:08 pm

רב ספוסמען, רבי אביגדור זצ״ל איז זיכער proud פון דיר

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 8:16 pm

שמו האט געשריבן:צייט צו געדענקען מיר זענען אין גלות
נעכטן האט מיר א גוי נאכגעשריגן (ער איז ארויס געקומען פון די שטים בודקע), אייך אידן זענען נישט בארעכטיג צו האבן הייזער, אייך צאלן נישט קיין טעק"ס

פארוואס יעדעס מאל א גוי שרייט עפעס, אדער מאכט א מצב, ווערט גלייך אלוועטליכע נייעס דערפון, דאס טוט דער ערמוטיגן נאך יוגנטלעכע גוים צו מאכן פריילעך.

קלוגער וואלט געווען, צו שווייגן, און אפי' ווען מ'דארף רופן פאלעציי, נישט איבערדרייען א שטאט, און א וודאי נישט פאר מינדערוויכטיגע זאכן (איך האב אויך געקענט נעכטן רופן חברים, און מאכן א מצב, מיט פיר אינטעוויאוס אויף קולמע), וואס דאס וועט אביסל העלפן האלט די געמיטער רואיגער

און דערנאך דארפן מיר זעהן נישט צו טון זאכן וואס רעגט אויף דעם גוי,

יא מיר זענען דערווייל אין גלות, זאל דער רבוש"ע זיך שוין מרחם זיין און אונז ארויס נעמען וואס שנעלער.

רעות רבות וצרות. רעות שנעשו צרות זו לזו כגון זיבורא ועקרבא שמים צוננין מעלי לעקיצת דבורים ומים חמים לעקיצת עקרב וחלופא סכנתא מי שעקצו זיבורא ועקרבא אינו יודע מה לעשות שמה שמועיל לזה מזיק לזה וכך הן צרותיהן של ישראל בגלות כשהעכו"ם מיצר לו ירא לצעוק עליו פן ישניאהו ואם לא יצעק עליו ירגיל להיות מיצר לו. דעת זקנים מבעה"ת.

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 8:28 pm

SPUSMN האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:פארציילט א אינגערמאן אז ער איז הערעסט געווארן דורך א טונקעלער פארשוין אויף א סאבוועי באן אויפן וועג צום ארבעט אין מאנהעטן מיט א פאר וואכן צוריק. ער האט אים געסטראשעט אז ער וועט ארויסנעמען א מעסער. דער יעניגער האט אים אפגעלאזט נאכדעם וואס אן אויסלענדישער דייטשער דיפלאמאט האט באמערקט די סיצואציע און ער איז געקומען צוהילף.

ביי מיר אויך, צוויי וואכען צוריק פרייטיג ערש"ק וירא, א טאג פאר דער שחיטה אין פיטסבורג האט צו מיר פאסירט דאס זעלבע, אז איך בין הערעסט (harassed) געווארען דורך א טונקעלער פארשוין אויף א סאבוועי באן אויפן וועג צום ארבעט. האב יענעם טאג געוואלט עפענען א אשכול איבער דעם און פרעגען דער עולם וואס זיי וואלטען געטוהן אין מיין פלאץ; אבער ווי רוב אשכולות וואס מען וויל עפענען האט מען יענס אויך נישט גע'עפענט.

היינט האט מיר שוין נאכאמאל א שחור נאך געשריגען (און ארויס געוויזען גרויס האס) און כ'האב אנגעהויבען טראכטען אז יש דברים בגוי (פאן אינטענדעד) און עפעס גייט דא פאר, אז עפעס די שחורים זענען לעצטענס זייער צולאזט, און אפשר גאר ווערען זיי אנגעהעצט אין די קירכעס אדער אנדערע פלעצטער ווי זייי טרעפען זיך צוזאם.

כ'בין געזעצען יענעם פרייטיג אויפען באן מיט א חומש אין דער האנט. זעצט זיך א שחור מיט זיין באגלייטערן אין דער סיעט גלייך לעבען מיינס אבער נישט אויף איין סיעט. ער היייבט גלייך אן שימפען "we are the real Jews"
they say they are the Jews, but they are not

איך איגנאריר אים אבער בין גרייט על כל צרה שלא תבוא; ביז דערוויל ניצט ער דאך נישט קיין הענט.

אז מען איגנארירט ווערט ער נאך מער אין כעס (ער וויל דאך עקשען), און נעמט ארויס א דיקע ביך פון זיין זאק, און ווייזט (צו דער עולם, א פולע באן) און שימפט ווייטער
he is against our religion, we have the real religion; this is the real book

און די גאנצע וועג הערט ער נישט אויף צו האמערען שרייען און שימפען אז מיר אידען זענען זיינע שונאים.

זיין באגלייטערן האט זעהט אויס יא עפעס מורא געהאט און אים פרובירט בארואיגען אז
they practice a different religion
ווי צו זאגען, לאז צורוה. עס האט אבער נישט געהאלפען.

מענטשען האבען שטארק געקוקט און געוואלט זעהן וואס דא גייט געשעהן; און אזוי א פופצען מיניט פון הערעסמענט און דזו-העיטינג האבען זיי זיך גארנישט אנגערופען, און איך בין געבליבען שטיל און פראבירט מיט אלע כוחות מעיין זיין אינעם חומש ווי ווייט מעגליך אין אזעליכע אומשטענדן.

פארשטייט זיך אז כ'האב אנגעהויבען טראכטען פארשידענע זאכען וואס איך קען אים ענטפערן און שטעלען אין פלאץ; אבער אויך געדענקט וואס מיין מאמע ע"ה האט מיר געלערענט אז צו שווייגען קומט עס נישט צו.

איז אלזא רבותי, וואס וואלט איר געטוהן? און וואס טוהען מיר טאקע צו די מצב צו בארואיגען די געמיטער פון די שונאי ישראל. שטארק ימלט אז דער שחור וואס האט מיר הערעסט איז דער זעלבע וואס האט ארויס גענומען א מעסער צו יענעם אינגערמאן; און אויך ימלט אז עס איז ח"ו דער אנהויב פון א גרעסערע וועיוו פון שנאת ישראל ווייל מען רעדט שוין נישט פון געציילטע פעלער, נאר פון א סאך אזעליכע מעשיות וואס ווערט נישט ריפארטעד ווייל עס האט זיך ב"ה אויס געלאזט גוט.

איך האף איר זאגט כאטש בשם כל ישראל, איר ליידט דעם גזירת הגלות פאר כלל ישראל, איר גיבט צושטייער צום מעסטל מער ווי זייער אסאך אנדערע, לאמיר האפן אז ס'זאל שוין איבערוועגן דעם וואגשאל און מ'זאל מיר אינגיכן אויסגעלייזט ווערן

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 9:52 am

וויליאמסבורג – די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן, אז זיי האבן ארעסטירט צוויי פארשוינען, אין פארבינדונג מיט א ווילדע אנטיסעמיטישע אטאקע, וואס האט פאסירט פארלאפענעם שבת אויף א שוהל אין וויליאמסבורג. די אטאקע האט פאסירט שבת נאכמיטאג ביים וואלקאנער ביהמ"ד, וואו א גרופע יוגנטליכע האבן אריינגעשאסן אן אייזערנעם שטאנג, וועלכע האט אויסגעשאסן א פענסטער אבער בחסדי ה' קיינעם נישט געשעדיגט. די פארשוינען זענען אויפגעכאפט געווארן אויף סורוועילענס, וואו מ'האט אויך געזען ווי זיי לויפן נאך א בחור'ל און ווארפן אראפ זיין הוט אויף דער ערד, בעפאר'ן אריינשליידערן דעם אייזערנעם שטאנג אינעם שוהל.
-דעילי יוד

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 10:48 am

פאליציי אין נארט האליוואוד, קאליפארניע האבן ארעסטירט א פארשוין, וועלכער האט דורכגעפירט עטליכע איבערפאלן אויף חרדי'שע פרויען אין די לעצטערע מאנאטן, אראפכאפנדיג זייערע קאפ-צודעקן.

-מ'מעג לייגען אויכעט פון קאליפארניע :?:

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 10:58 am

קלוגער האט געשריבן:פאליציי אין נארט האליוואוד, קאליפארניע האבן ארעסטירט א פארשוין, וועלכער האט דורכגעפירט עטליכע איבערפאלן אויף חרדי'שע פרויען אין די לעצטערע מאנאטן, אראפכאפנדיג זייערע קאפ-צודעקן.

-מ'מעג לייגען אויכעט פון קאליפארניע :?:

געווען באריכטעט אויבן

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 11:11 am

איך האב עס שוין איינמאל געברענגט אבער אז מען האט געעפנט א ספעציעלע אשכול ברענג איך עס נאכאמאל.


אן ארטיקל אינעם ניו יארק טיימס איבער די לעצטיגע אנטיסעמיטישע אטאקעס אין ניו יארק

וזה לשונם הטמא.

When a Hasidic man or woman is attacked by anyone in New York City, mainstream progressive advocacy groups do not typically send out emails calling for concern and fellowship and candlelight vigils in Union Square, as they often do when individuals are harmed in New York because of their race or ethnicity or how they identify in terms of gender or - orientation.

Sympathies are distributed unevenly. Few are extended toward religious fundamentalists, of any kind, who reach the radar of the urbane, “Pod Save America” class only when stories appear confirming existing impressions of backwardness — the hordes of children delivered into the world whom families refuse to vaccinate and keep semiliterate.

The Anti-Defamation League maintains its own statistics and last year it reported that nine of the 12 physical assaults against Jews categorized as hate crimes in New York State were committed in Brooklyn and involved victims who were easily marked as members of traditionally Orthodox communities. Outside that world they were hardly noticed at all.

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 12:10 pm

מארש אין ווארשע פארפלעקט מיט אנטיסעמיטיזם

אין די צייט וואס די וועלט צייכנט אפ 100 יאר צום ענדע פונעם ערשטן וועלסט קריג פייערט פוילן 100 יאר צו איר זעלבסשטענדיגקייט, און פאר דעם געלעגנהייט איז אפגעראכטן געווארן א מאסן מארש אין די גאסן פונעם הויפטשטאט ווארשע. אבער טראץ וואס די אפיציעלע מארש פון די רעגירונג איז געווען רעספעקטפול האבן מיטמארשירט טויזנטער פוילישע נאציאנאליסטן און פאשיסן און אנטיסעמיטן וועלכע האבן געלאזט הערן העסליכע צווישנרופן.
קרעדיט JP

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 1:03 pm

ווי אין נ.י איז ווארשע ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 2:22 pm

maybeeynot האט געשריבן:ווי אין נ.י איז ווארשע ?

דא

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:37 pm

ניצחתני
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 26 געסט