סיום הש"ס במסגרת דף היומי - חודש טבת תש"פ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 11:51 am

געטראפן אין די אלטע ארכיוון...

דער איד - תשמ''ג.jpg
דער איד - תשמ''ג.jpg (118.01 KiB) געזעהן 2337 מאל

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:54 pm

יעצט קומט פאר א הערליכע מעמד דורך דרשו אין ארץ ישראל אשריכם ישראל

טייטל
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:03 pm

משהלע האט געשריבן:קידוש השם! לאנדאן סיום הש"ס.

כ'העל ענק זאגן די אמת, עס האט מיר געברענגט טרערן אין די אויגן צו ליינען דאס לעטטער. איך ווייס אפילו נישט פארוואס!
אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלנו ומה יפה ירושתנו!!!!!!!!!

איגערקע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 5:06 pm

עס קען זיין אז איר האט דעם צעטיל שוין געזעהן, ווייל אין אונזער שנעלע וועלט, ווערט אזא אינטערסאנטע "קרישקעלע" פארשפרייט אין א אויגן בליק. אבער איך האב נארוואס גענומען די מוה דאס דורך צו ליינען, וועל איך מיטיילן מיינע געפילן.

מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ. דאס קליינטשיקע מינאריטעט, פון די קלענסטע פעלקער אויף דער וועלט, פרומע אידן זענען א פינטעל פון פינטעל פון די ביליאנען מענטשן, וואס זענען פארשפרייט לענגאויס די ערד קוגעל. אבער! מיר זאגן יו"ט ביים דאווענען "אשר בחר בנו מכל עם ורוממתנו מכל לשון" דער באשעפער האט אויסגעוועלט פון אלע פעלקער און אונז דערהויבן פון יעדע שפראך.

פיל איך מיר טאקע דערהויבן? שפיר איך אז איך בין הייליגער, איידלער. פון "אלע" פעלקער? אמת לאמיתו, בכלל נישט. איך וואלט שטארק חשק געהאט, צו האבן די פריוויליגעס, וואס דער ווייסער גוי האט. אלס פרומער איד וואס היט די תורה, בין איך זייער איינגעצוימעט. ווי איך גיי, שטייט ארויס מיין געשטאלט, אנדערש ווי אלע אנדערע מענטשן, ווער איך גלייך דערקענט, דורך די צודעק אויפן קאפ, די בארד, און צוויי מאדנע לאקען, וואס הענגן ביי די זייט פון מיין פנים.

אויסער וואס איך, מיין ווייב און קינדער'ס, דרויסענדיגע
אויסזעהן איז גאר אנדערש, און צומאל ווילד פרעמד, פאר א גוי וואס האט דאס קיינמאל נישט געזען. זענען מיינע מעשים שטארק באגרעניצט. איך האב געליינט פון א גרויסער "פאפ סטאר" מיטן נאמען אלעקס קלאר, וואס איז געווארן א בעל תשובה, און לערענט די הייליגע תורה אין ירושלים עיר הק'

א גרויסע קאנצערט האט געדארפט פארקומען אין די פסח טעג, אלס געווארענער פרומער איד, וואס וועט נישט פארשוועכן אזא הייליגע יו"ט ווי פסח, האט ער געדארפט אפזאגן די קאנצערט. דאס האט גורם געווען אז די פירמע פארוועם ער האט געזינגען, איבער די וועלט, און פארדינט עפרות זהב, האט אים אפגעזאגט.


א מסירות נפש פון א איד א בעל תשובה, דער אייבישטער
האט אים אבער פארשוינט, און באצאלט פארן האלטן זיין תורה געטריי, איינע פון זיינע פילע לידער, איז בליץ שנעל פארקויפט געווארן איבער די וועלט, אין די צייט וואס רבי אלעקס האט געלערענט תורה אין א"י, האבן ראדיא סטאצינעס איבער דער גארער וועלט געקויפט דעם ליד, דאס האט אים צוריק געשטעלט צו זיין א שטערן אין עולם הנגינה.

וואס איז נוגע לעינינו פון די מעשה, אז א פרומע איד, איז גאר ווייט און אפגעשייד פון די ארומיגע וועלט. שנת 2020, אין א וועלט איז אפן ווי קיינמאל בעפאר, מיר האבן א געוויסע נאנטקייט צום גוי, וואס אונזערע עלטערן האבן נישט געהאט, א דאנק, די טעכנילאגיע און סאציאלע מידע, איז מיר זייער שווער צומאל, צו זיין שטאלץ, מיטן פאקט אז איך בין א חלק פונעם עם ישראל חי.

אט דאס איז וואס די צעטיל האט געטוהן, עס האט מיר
דערמאנט, פון ווי איך שטאם, אין ווי העכער איך בין פון אלע פאלקער.
C91D5CB6-F72D-427B-9C3B-0EC3CCF8A91F.jpeg
C91D5CB6-F72D-427B-9C3B-0EC3CCF8A91F.jpeg (255.07 KiB) געזעהן 2125 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » פרייטאג ינואר 10, 2020 2:10 am

http://haredimnet.co.il/forum.php?artic ... 7%27%D7%A4

סיום הש"ס פון דרשו אין יד אליהו תל אביב

מ'קען זעהן דארט נאך צענדליגע סיומי ש"ס אין גאנצע וועלט

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג ינואר 10, 2020 5:33 am


info
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 10:45 am

תגובהדורך info » זונטאג ינואר 12, 2020 5:43 am


קען איינער ברענגען די דרשו סיום הש"ס וואס איז געוועהן מוצש"ק נעבען לונדון?

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג ינואר 12, 2020 9:35 am

info האט געשריבן:

קען איינער ברענגען די דרשו סיום הש"ס וואס איז געוועהן מוצש"ק נעבען לונדון?

סיום הש"ס 'דרשו' באוקספורד - אנגליה

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » זונטאג ינואר 12, 2020 1:31 pm

לדעתי די שענסטע היימישסטע מעמד ביזדערווייל. נישט קיין ענגליש פון איין זייט און עברית פון די אנדערע. אויך די ניגונים הערליכע היימישע ניגונים אראפגעלייגט ברגש ובשמחה בהברה חסידית.

די אגו''י סיומים זענען די ניגונים איינס ביי איינס געווען א קאטאסראפע ממש, עס קוקט כמעט אויס ווי מען האט זיך ספעציעל אראפגעזעצט אויסצוקלויבן די ווייניגסטע פאסיגע ניגונים, דערצו מיט מאדנע נישט אהער-נישט אהין הברות.

צדיק בן צדיק
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג ינואר 12, 2020 1:58 pm

איך בין נייגעריג ווי פיעל אידן איבער די וועלט האבן מיט געהאלטן מיטן לעצטען מחזור דף היומי און אויכעט געווען מסיים???

איך האב מיט געהאלטן וויפיעל מ׳האט געקענט, און ב״ה געהאט די זכיה אדורך צו לערנען בערך האלב פון ש״ס, אריינגערעכנט א סאך מסכתת וואס איך האב ביז איצטערט קיינמאל אריינגעקוקט...

למשל אין די קהילה וואס איך באלאנג, האבן מסיים געווען אן ערך 200-250 אידן!!!, אז מ׳טראכט אריין זעהט מען וואספארע זכיה הגאון ר׳ מאיר שפירא האט געהאט, און האט נאכאלטס סיי מיט די לימוד התורה וואס איז ב״ה ניתוסף געווארן די לעצטערע יארן און סיי די אחדות פון כלל ישראל, וואס איז נישט קיין ספק אז דער דף הימי האט צו דעם אסאך צוגעגעבן.

ביטע לאזט הערן וואס איהר טראכט די ס״ה פון מסיימים איבער די גאנצע וועלט (נישט איי וועלט... :lol: )

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 12, 2020 4:57 pm

איך שאץ אז אויב מרעכנט אריין אידן וואס גייען טעגליך צו א 'דף היומי' שיעור, איז די מספר אין די געגנט פון איבער פופציג טויזנט מסיימים איבער די וועלט

carmusic
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 9:45 pm

אפאר סיומי הש"ס Replay's

תגובהדורך carmusic » זונטאג ינואר 12, 2020 9:43 pm

    סיום הש''ס אגודת ישראל בארנה ירושלים
    Replay- Dirshu Siyum Hashas in Yad Eliyahu - שידור חוזר- סיום …דרשו' ב'יד אליהו
    LIVE- Siyum Hashas in Beitar Illit, Israel - שידור חי- מעמד המרכזי…'ס בביתר עילית
    שידור חי- סיום הש''ס 'דרשו' באוקספורד - אנגליה - LIVE- Dirshu …ashas in Oxford

https://www.dropbox.com/sh/z86q4a4484ai4im/AAC2rnYLbyQ8yUHTGmb89cgAa?dl=0

משהלע
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג ינואר 12, 2020 10:03 pm

בילד פון די סיום הש"ס אין קהילה קדושה דושינסקיא.

דער וואס זיצט נעבן רבי'ן איז די מג"ש רבות בשנים הגה"ח ר' חיים אלעזר קליין, א געווייקטע מונקאטשע חסיד, בן הגאון ר' דוד קליין זצ"ל בעל בית ארזים, מונקאטשע דיין ביים מנחת אלעזר.
זעהט אויס נישט אלע האבן עס אנגענומען איסור לדורות.
צוגעלייגטע
IMG_20200112_164249.jpg
IMG_20200112_164249.jpg (178.77 KiB) געזעהן 1106 מאל

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג ינואר 12, 2020 10:07 pm

מיללער האט געשריבן:איך שאץ אז אויב מרעכנט אריין אידן וואס גייען טעגליך צו א 'דף היומי' שיעור, איז די מספר אין די געגנט פון איבער פופציג טויזנט מסיימים איבער די וועלט

אסאך אסאך אסאך העכער. עס זענען פארהאן עטליכע טויזנט (!!!) שיעורים ארום די וועלט. פלאס שווערע טויזנטער אויפגעסיינט אין אנליין שיעורים און פראגראמען.

ביים אכטן סיום אין תשמ"ג איז שוין געשאצט געווארן אויף 40,000 לומדי דף היומי איבער די וועלט.

תשע"ב איז געשאצט געווארן אויף 150,000 מסיימים. די ציפער מתחילים, וואס וועלן מסיים זיין תשפ"ז, איז לכאורה איבער טאפלט.

דער ציפער איז פון אלע סארטן אידן, לאו דוקא פרומע. ויה"ר שהמאור שבה יחזירם למוטב.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

צדיק בן צדיק
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג ינואר 12, 2020 10:25 pm

דו זאגסט אז אין ארץ ישראל איז דא אזוי פיל מער לומדי דף היומי ווי אין חו״ל, איך וואלט קיינמאהל נישט געטראכט אזוי

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:53 am

משהלע האט געשריבן:בילד פון די סיום הש"ס אין קהילה קדושה דושינסקיא.

דער וואס זיצט נעבן רבי'ן איז די מג"ש רבות בשנים הגה"ח ר' חיים אלעזר קליין, א געווייקטע מונקאטשע חסיד, בן הגאון ר' דוד קליין זצ"ל בעל בית ארזים, מונקאטשע דיין ביים מנחת אלעזר.
זעהט אויס נישט אלע האבן עס אנגענומען איסור לדורות.

דאס איז איינס פון 3 מסיבות סיום הש"ס אין קהילת דושינסקיא בארה"ק
מוצש"ק איז פארגעקומען א הערליכע גרויסע מסיבה דורך קהילת דושינסקיא אין בית שמש
אין דינסטאג איז פארגעקומען א סיום הש"ס דורך קהילת דושינסקיא בני ברק

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:56 am

משהלע האט געשריבן:בילד פון די סיום הש"ס אין קהילה קדושה דושינסקיא.

דער וואס זיצט נעבן רבי'ן איז די מג"ש רבות בשנים הגה"ח ר' חיים אלעזר קליין, א געווייקטע מונקאטשע חסיד, בן הגאון ר' דוד קליין זצ"ל בעל בית ארזים, מונקאטשע דיין ביים מנחת אלעזר.
זעהט אויס נישט אלע האבן עס אנגענומען איסור לדורות.

איז אזוי
ר' דוד קליין, איז קיין דיין ביים מנחת אלעזר נישט געווען, בכלל נישט געווען קיין דיין במונקאטש. געווען מגדולי התלמידים.
ר' חיים אלעזר הייסט טאקע נאכן מנחת אלעזר, איך וואלט איהם אבער נישט אנגערופן א געווייקטע מונקאטשער חסיד.

וממילא דארף מען שוין נישט מגיב זיין על כל השאר.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:59 am

נאך א סיום אין אר"י

וועמען פעלט דאס אויס???
צוגעלייגטע
2020-01-13.png
2020-01-13.png (223.56 KiB) געזעהן 840 מאל

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:08 am

אבן יקרה האט געשריבן:נאך א סיום אין אר"י

וועמען פעלט דאס אויס???


דו זעהסט דען נישט - א סיום אויף אלע סיומים.

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:08 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:בילד פון די סיום הש"ס אין קהילה קדושה דושינסקיא.

דער וואס זיצט נעבן רבי'ן איז די מג"ש רבות בשנים הגה"ח ר' חיים אלעזר קליין, א געווייקטע מונקאטשע חסיד, בן הגאון ר' דוד קליין זצ"ל בעל בית ארזים, מונקאטשע דיין ביים מנחת אלעזר.
זעהט אויס נישט אלע האבן עס אנגענומען איסור לדורות.

איז אזוי
ר' דוד קליין, איז קיין דיין ביים מנחת אלעזר נישט געווען, בכלל נישט געווען קיין דיין במונקאטש. געווען מגדולי התלמידים.
ר' חיים אלעזר הייסט טאקע נאכן מנחת אלעזר, איך וואלט איהם אבער נישט אנגערופן א געווייקטע מונקאטשער חסיד.

וממילא דארף מען שוין נישט מגיב זיין על כל השאר.

רבי חיים אלעזר איז א הייסער מונקאטשער, מידיעה ברורה. אפשר נישט קיין הייסער חסיד פון מונקאטשער רבי'ן שליט"א דאך וואוינט ער אין ירושלים, אבער ווען מונקאטשער רבי איז געווען אין ירושלים פאר א יאר איז ער געווען מיט די שמונה בגדים ביי די חתונה וכו'.
א עכטער הייסער מונקאטשער חסיד פון אמאל מיט אלע פיטשיווקעס

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:21 am

לאמיר עס לאזען ביי דעם.

אבער לערנען דף היומי און זיין א געווייקטער מונקאטשער חסיד, גייט נישט באנזאם, קאפיש.

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:36 am

אוהב ספרים האט געשריבן:לאמיר עס לאזען ביי דעם.

אבער לערנען דף היומי און זיין א געווייקטער מונקאטשער חסיד, גייט נישט באנזאם, קאפיש.

דאס איז אויכעט ריכטיג.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג ינואר 13, 2020 1:01 pm

מענטשאלע האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:בילד פון די סיום הש"ס אין קהילה קדושה דושינסקיא.

דער וואס זיצט נעבן רבי'ן איז די מג"ש רבות בשנים הגה"ח ר' חיים אלעזר קליין, א געווייקטע מונקאטשע חסיד, בן הגאון ר' דוד קליין זצ"ל בעל בית ארזים, מונקאטשע דיין ביים מנחת אלעזר.
זעהט אויס נישט אלע האבן עס אנגענומען איסור לדורות.

איז אזוי
ר' דוד קליין, איז קיין דיין ביים מנחת אלעזר נישט געווען, בכלל נישט געווען קיין דיין במונקאטש. געווען מגדולי התלמידים.
ר' חיים אלעזר הייסט טאקע נאכן מנחת אלעזר, איך וואלט איהם אבער נישט אנגערופן א געווייקטע מונקאטשער חסיד.

וממילא דארף מען שוין נישט מגיב זיין על כל השאר.

רבי חיים אלעזר איז א הייסער מונקאטשער, מידיעה ברורה. אפשר נישט קיין הייסער חסיד פון מונקאטשער רבי'ן שליט"א דאך וואוינט ער אין ירושלים, אבער ווען מונקאטשער רבי איז געווען אין ירושלים פאר א יאר איז ער געווען מיט די שמונה בגדים ביי די חתונה וכו'.
א עכטער הייסער מונקאטשער חסיד פון אמאל מיט אלע פיטשיווקעס


אוודאי.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג ינואר 13, 2020 1:04 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:לאמיר עס לאזען ביי דעם.

אבער לערנען דף היומי און זיין א געווייקטער מונקאטשער חסיד, גייט נישט באנזאם, קאפיש.


I'll put it this way.
איך האב שוין גערעדט מיט דעם איד מן הסתם טויזענט מאל בלי גוזמא.
ער איז א פארברענטע מונקאטשער חסיד.

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מאנטאג ינואר 13, 2020 7:36 pm

סיום הש''ס אין שטאט שאץ ראמעניא
Capture.JPG
Capture.JPG (394.83 KiB) געזעהן 490 מאל
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביסל טיפער, אמאל געווען, בארג, וויל זיין ערליך, זזה, נעכטיגן טאג, קריסטאל-קלאר, שואלכענין, שמערעל און 63 געסט