סיום הש"ס במסגרת דף היומי - חודש טבת תש"פ
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
יעצט קומט פאר א הערליכע מעמד דורך דרשו אין ארץ ישראל אשריכם ישראל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז

עס קען זיין אז איר האט דעם צעטיל שוין געזעהן, ווייל אין אונזער שנעלע וועלט, ווערט אזא אינטערסאנטע "קרישקעלע" פארשפרייט אין א אויגן בליק. אבער איך האב נארוואס גענומען די מוה דאס דורך צו ליינען, וועל איך מיטיילן מיינע געפילן.
מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ. דאס קליינטשיקע מינאריטעט, פון די קלענסטע פעלקער אויף דער וועלט, פרומע אידן זענען א פינטעל פון פינטעל פון די ביליאנען מענטשן, וואס זענען פארשפרייט לענגאויס די ערד קוגעל. אבער! מיר זאגן יו"ט ביים דאווענען "אשר בחר בנו מכל עם ורוממתנו מכל לשון" דער באשעפער האט אויסגעוועלט פון אלע פעלקער און אונז דערהויבן פון יעדע שפראך.
פיל איך מיר טאקע דערהויבן? שפיר איך אז איך בין הייליגער, איידלער. פון "אלע" פעלקער? אמת לאמיתו, בכלל נישט. איך וואלט שטארק חשק געהאט, צו האבן די פריוויליגעס, וואס דער ווייסער גוי האט. אלס פרומער איד וואס היט די תורה, בין איך זייער איינגעצוימעט. ווי איך גיי, שטייט ארויס מיין געשטאלט, אנדערש ווי אלע אנדערע מענטשן, ווער איך גלייך דערקענט, דורך די צודעק אויפן קאפ, די בארד, און צוויי מאדנע לאקען, וואס הענגן ביי די זייט פון מיין פנים.
אויסער וואס איך, מיין ווייב און קינדער'ס, דרויסענדיגע
אויסזעהן איז גאר אנדערש, און צומאל ווילד פרעמד, פאר א גוי וואס האט דאס קיינמאל נישט געזען. זענען מיינע מעשים שטארק באגרעניצט. איך האב געליינט פון א גרויסער "פאפ סטאר" מיטן נאמען אלעקס קלאר, וואס איז געווארן א בעל תשובה, און לערענט די הייליגע תורה אין ירושלים עיר הק'
א גרויסע קאנצערט האט געדארפט פארקומען אין די פסח טעג, אלס געווארענער פרומער איד, וואס וועט נישט פארשוועכן אזא הייליגע יו"ט ווי פסח, האט ער געדארפט אפזאגן די קאנצערט. דאס האט גורם געווען אז די פירמע פארוועם ער האט געזינגען, איבער די וועלט, און פארדינט עפרות זהב, האט אים אפגעזאגט.
א מסירות נפש פון א איד א בעל תשובה, דער אייבישטער
האט אים אבער פארשוינט, און באצאלט פארן האלטן זיין תורה געטריי, איינע פון זיינע פילע לידער, איז בליץ שנעל פארקויפט געווארן איבער די וועלט, אין די צייט וואס רבי אלעקס האט געלערענט תורה אין א"י, האבן ראדיא סטאצינעס איבער דער גארער וועלט געקויפט דעם ליד, דאס האט אים צוריק געשטעלט צו זיין א שטערן אין עולם הנגינה.
וואס איז נוגע לעינינו פון די מעשה, אז א פרומע איד, איז גאר ווייט און אפגעשייד פון די ארומיגע וועלט. שנת 2020, אין א וועלט איז אפן ווי קיינמאל בעפאר, מיר האבן א געוויסע נאנטקייט צום גוי, וואס אונזערע עלטערן האבן נישט געהאט, א דאנק, די טעכנילאגיע און סאציאלע מידע, איז מיר זייער שווער צומאל, צו זיין שטאלץ, מיטן פאקט אז איך בין א חלק פונעם עם ישראל חי.
אט דאס איז וואס די צעטיל האט געטוהן, עס האט מיר
דערמאנט, פון ווי איך שטאם, אין ווי העכער איך בין פון אלע פאלקער.

http://haredimnet.co.il/forum.php?artic ... 7%27%D7%A4
סיום הש"ס פון דרשו אין יד אליהו תל אביב
מ'קען זעהן דארט נאך צענדליגע סיומי ש"ס אין גאנצע וועלט

- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17138
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
אוראייניקל האט געשריבן:סיום הש"ס דרשו ביד אליהו - י"ב טבת תש"פ
קען איינער ברענגען די דרשו סיום הש"ס וואס איז געוועהן מוצש"ק נעבען לונדון?
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17138
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
info האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:סיום הש"ס דרשו ביד אליהו - י"ב טבת תש"פ
קען איינער ברענגען די דרשו סיום הש"ס וואס איז געוועהן מוצש"ק נעבען לונדון?
סיום הש"ס 'דרשו' באוקספורד - אנגליה
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 472
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm
לדעתי די שענסטע היימישסטע מעמד ביזדערווייל. נישט קיין ענגליש פון איין זייט און עברית פון די אנדערע. אויך די ניגונים הערליכע היימישע ניגונים אראפגעלייגט ברגש ובשמחה בהברה חסידית.
די אגו''י סיומים זענען די ניגונים איינס ביי איינס געווען א קאטאסראפע ממש, עס קוקט כמעט אויס ווי מען האט זיך ספעציעל אראפגעזעצט אויסצוקלויבן די ווייניגסטע פאסיגע ניגונים, דערצו מיט מאדנע נישט אהער-נישט אהין הברות.

- שר חמש מאות
- תגובות: 975
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm
איך בין נייגעריג ווי פיעל אידן איבער די וועלט האבן מיט געהאלטן מיטן לעצטען מחזור דף היומי און אויכעט געווען מסיים???
איך האב מיט געהאלטן וויפיעל מ׳האט געקענט, און ב״ה געהאט די זכיה אדורך צו לערנען בערך האלב פון ש״ס, אריינגערעכנט א סאך מסכתת וואס איך האב ביז איצטערט קיינמאל אריינגעקוקט...
למשל אין די קהילה וואס איך באלאנג, האבן מסיים געווען אן ערך 200-250 אידן!!!, אז מ׳טראכט אריין זעהט מען וואספארע זכיה הגאון ר׳ מאיר שפירא האט געהאט, און האט נאכאלטס סיי מיט די לימוד התורה וואס איז ב״ה ניתוסף געווארן די לעצטערע יארן און סיי די אחדות פון כלל ישראל, וואס איז נישט קיין ספק אז דער דף הימי האט צו דעם אסאך צוגעגעבן.
ביטע לאזט הערן וואס איהר טראכט די ס״ה פון מסיימים איבער די גאנצע וועלט (נישט איי וועלט... )

אפאר סיומי הש"ס Replay's
- סיום הש''ס אגודת ישראל בארנה ירושלים
- Replay- Dirshu Siyum Hashas in Yad Eliyahu - שידור חוזר- סיום …דרשו' ב'יד אליהו
- LIVE- Siyum Hashas in Beitar Illit, Israel - שידור חי- מעמד המרכזי…'ס בביתר עילית
- שידור חי- סיום הש''ס 'דרשו' באוקספורד - אנגליה - LIVE- Dirshu …ashas in Oxford
https://www.dropbox.com/sh/z86q4a4484ai4im/AAC2rnYLbyQ8yUHTGmb89cgAa?dl=0
בילד פון די סיום הש"ס אין קהילה קדושה דושינסקיא.
דער וואס זיצט נעבן רבי'ן איז די מג"ש רבות בשנים הגה"ח ר' חיים אלעזר קליין, א געווייקטע מונקאטשע חסיד, בן הגאון ר' דוד קליין זצ"ל בעל בית ארזים, מונקאטשע דיין ביים מנחת אלעזר.
זעהט אויס נישט אלע האבן עס אנגענומען איסור לדורות.

- אטעטשמענטס
-
- IMG_20200112_164249.jpg (178.77 KiB) געזען 2241 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 954
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am
מיללער האט געשריבן:איך שאץ אז אויב מרעכנט אריין אידן וואס גייען טעגליך צו א 'דף היומי' שיעור, איז די מספר אין די געגנט פון איבער פופציג טויזנט מסיימים איבער די וועלט
אסאך אסאך אסאך העכער. עס זענען פארהאן עטליכע טויזנט (!!!) שיעורים ארום די וועלט. פלאס שווערע טויזנטער אויפגעסיינט אין אנליין שיעורים און פראגראמען.
ביים אכטן סיום אין תשמ"ג איז שוין געשאצט געווארן אויף 40,000 לומדי דף היומי איבער די וועלט.
תשע"ב איז געשאצט געווארן אויף 150,000 מסיימים. די ציפער מתחילים, וואס וועלן מסיים זיין תשפ"ז, איז לכאורה איבער טאפלט.
דער ציפער איז פון אלע סארטן אידן, לאו דוקא פרומע. ויה"ר שהמאור שבה יחזירם למוטב.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 975
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm
משהלע האט געשריבן:בילד פון די סיום הש"ס אין קהילה קדושה דושינסקיא.
דער וואס זיצט נעבן רבי'ן איז די מג"ש רבות בשנים הגה"ח ר' חיים אלעזר קליין, א געווייקטע מונקאטשע חסיד, בן הגאון ר' דוד קליין זצ"ל בעל בית ארזים, מונקאטשע דיין ביים מנחת אלעזר.
זעהט אויס נישט אלע האבן עס אנגענומען איסור לדורות.
דאס איז איינס פון 3 מסיבות סיום הש"ס אין קהילת דושינסקיא בארה"ק
מוצש"ק איז פארגעקומען א הערליכע גרויסע מסיבה דורך קהילת דושינסקיא אין בית שמש
אין דינסטאג איז פארגעקומען א סיום הש"ס דורך קהילת דושינסקיא בני ברק
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
משהלע האט געשריבן:בילד פון די סיום הש"ס אין קהילה קדושה דושינסקיא.
דער וואס זיצט נעבן רבי'ן איז די מג"ש רבות בשנים הגה"ח ר' חיים אלעזר קליין, א געווייקטע מונקאטשע חסיד, בן הגאון ר' דוד קליין זצ"ל בעל בית ארזים, מונקאטשע דיין ביים מנחת אלעזר.
זעהט אויס נישט אלע האבן עס אנגענומען איסור לדורות.
איז אזוי
ר' דוד קליין, איז קיין דיין ביים מנחת אלעזר נישט געווען, בכלל נישט געווען קיין דיין במונקאטש. געווען מגדולי התלמידים.
ר' חיים אלעזר הייסט טאקע נאכן מנחת אלעזר, איך וואלט איהם אבער נישט אנגערופן א געווייקטע מונקאטשער חסיד.
וממילא דארף מען שוין נישט מגיב זיין על כל השאר.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
אוהב ספרים האט געשריבן:משהלע האט געשריבן:בילד פון די סיום הש"ס אין קהילה קדושה דושינסקיא.
דער וואס זיצט נעבן רבי'ן איז די מג"ש רבות בשנים הגה"ח ר' חיים אלעזר קליין, א געווייקטע מונקאטשע חסיד, בן הגאון ר' דוד קליין זצ"ל בעל בית ארזים, מונקאטשע דיין ביים מנחת אלעזר.
זעהט אויס נישט אלע האבן עס אנגענומען איסור לדורות.
איז אזוי
ר' דוד קליין, איז קיין דיין ביים מנחת אלעזר נישט געווען, בכלל נישט געווען קיין דיין במונקאטש. געווען מגדולי התלמידים.
ר' חיים אלעזר הייסט טאקע נאכן מנחת אלעזר, איך וואלט איהם אבער נישט אנגערופן א געווייקטע מונקאטשער חסיד.
וממילא דארף מען שוין נישט מגיב זיין על כל השאר.
רבי חיים אלעזר איז א הייסער מונקאטשער, מידיעה ברורה. אפשר נישט קיין הייסער חסיד פון מונקאטשער רבי'ן שליט"א דאך וואוינט ער אין ירושלים, אבער ווען מונקאטשער רבי איז געווען אין ירושלים פאר א יאר איז ער געווען מיט די שמונה בגדים ביי די חתונה וכו'.
א עכטער הייסער מונקאטשער חסיד פון אמאל מיט אלע פיטשיווקעס
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
מענטשאלע האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:משהלע האט געשריבן:בילד פון די סיום הש"ס אין קהילה קדושה דושינסקיא.

אוודאי.