מעכטיגע קאמפיין פאר "מכנובקא-בעלזא" - 6 מיליאן 33 שעה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » זונטאג נובעמבער 04, 2018 8:07 pm

איך האב הנאה ווי מעכטיג זיי קאמפיינען
זאל זיי טאקע אנקימען צום באשטימטען ציל אין נאך מער
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » זונטאג נובעמבער 04, 2018 8:10 pm

קמפיין ותחזינה (003)_Page_3.jpg
קמפיין ותחזינה (003)_Page_3.jpg (140.79 KiB) געזעהן 1281 מאל

אוועטאר
שמעיה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 9:19 am

תגובהדורך שמעיה » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 8:00 am

מ'דארף נאר אכטונג געבן ביי אזא מין קאמפיין, נישט צו נעמען געלט פון מחללי שבת וכדומה.
ס'איז דאך ידוע אז אין בעלזא האט מען מקפיד געוועהזן דערהויף ביי בנין בית הכנסת.
וואוט מיט סייעתא דשמיא

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:27 am

שמעיה האט געשריבן:מ'דארף נאר אכטונג געבן ביי אזא מין קאמפיין, נישט צו נעמען געלט פון מחללי שבת וכדומה.
ס'איז דאך ידוע אז אין בעלזא האט מען מקפיד געוועהזן דערהויף ביי בנין בית הכנסת.

פארשטייט זיך!
נישט נאר ביים בנין בית הכנסת, נאר ביי אלע מוסדות התורה.
לויט ווי מען האט מפרסם געווען, האט דער רבי טאקע אנגעזאגט, אז אויב מאכט זיך מען מוז נעמען פון אזוינע אידן, זאל מען האלטן א קלארן חשבון דערויף, און מען וועט שוין שפעטער מסדר זיין וואס מ'האט צו טון דערמיט.

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:42 am

געדיך אוואש האט געשריבן:
שמעיה האט געשריבן:מ'דארף נאר אכטונג געבן ביי אזא מין קאמפיין, נישט צו נעמען געלט פון מחללי שבת וכדומה.
ס'איז דאך ידוע אז אין בעלזא האט מען מקפיד געוועהזן דערהויף ביי בנין בית הכנסת.

פארשטייט זיך!
נישט נאר ביים בנין בית הכנסת, נאר ביי אלע מוסדות התורה.
לויט ווי מען האט מפרסם געווען, האט דער רבי טאקע אנגעזאגט, אז אויב מאכט זיך מען מוז נעמען פון אזוינע אידן, זאל מען האלטן א קלארן חשבון דערויף, און מען וועט שוין שפעטער מסדר זיין וואס מ'האט צו טון דערמיט.

יא געהערט די זעלבע די רבי האט דאס קלאר פארלאנגט.

Horizontal
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm

תגובהדורך Horizontal » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:51 am

How will they know who gives the money online
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 1:34 pm

Horizontal האט געשריבן:How will they know who gives the money online

איך ווייס נישט גענוי ווי די זאכן ארבעטן, אבער מסתמא בדרך כלל, אזא איינער וואס גיבט, גיבט דאס פאר א סיבה אז מען זאל יא וויסן אז ער האט דאס געגעבן.

אוועטאר
שמעיה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 9:19 am

תגובהדורך שמעיה » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 5:11 pm

אגב, די לוחות ביי די מזרח וואנט איז נישט נאר אז אין בעלזא האט דאס נישט עקזערסטירט
נאר ס'איז גאר א גוישע זאך, כידוע.
וואוט מיט סייעתא דשמיא

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 5:14 pm

Link?

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 5:15 pm

שמעיה האט געשריבן:אגב, די לוחות ביי די מזרח וואנט איז נישט נאר אז אין בעלזא האט דאס נישט עקזערסטירט
נאר ס'איז גאר א גוישע זאך, כידוע.

יא אזוי ווי איר זאגט, עס גייט טאקע למעשה נישט זיין !!!

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 5:28 pm

שמעיה האט געשריבן:אגב, די לוחות ביי די מזרח וואנט איז נישט נאר אז אין בעלזא האט דאס נישט עקזערסטירט
נאר ס'איז גאר א גוישע זאך, כידוע.

גויישע זאך?
לא ידוע

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 5:34 pm

שמעיה האט געשריבן:אגב, די לוחות ביי די מזרח וואנט איז נישט נאר אז אין בעלזא האט דאס נישט עקזערסטירט
נאר ס'איז גאר א גוישע זאך, כידוע.

לויט מיין אינפארמעשן האבן זיי עס רידזשעקעטט עטליכע טויזענט יאר צוריק
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 5:42 pm

וואס איז די פלאן וועגן דעם ביהמ"ד פון כ"ק אדמו"ר ממאחניווקא זצוק"ל?
עס וועט דארטן אויך זיין א מנין יעדן שבת?

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 5:54 pm

שמעיה האט געשריבן:אגב, די לוחות ביי די מזרח וואנט איז נישט נאר אז אין בעלזא האט דאס נישט עקזערסטירט
נאר ס'איז גאר א גוישע זאך, כידוע.

פון וואו האקט מען אזעלכע באבעס?
דא איז א בילד פון אלטע ביהמ"ד אין לאסקא גאליציא, וואס שטייט ביז היינטיגע טאג, שיינע לוחות הברית פון פארנט
652px-Lesko_synagoga.jpg
652px-Lesko_synagoga.jpg (79.51 KiB) געזעהן 792 מאל


וכהנה רבות

שירה וזמרה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 6:35 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
שמעיה האט געשריבן:אגב, די לוחות ביי די מזרח וואנט איז נישט נאר אז אין בעלזא האט דאס נישט עקזערסטירט
נאר ס'איז גאר א גוישע זאך, כידוע.

פון וואו האקט מען אזעלכע באבעס?
דא איז א בילד פון אלטע ביהמ"ד אין לאסקא גאליציא, וואס שטייט ביז היינטיגע טאג, שיינע לוחות הברית פון פארנט
וכהנה רבות


מיינט מסתמא די רינדעכיגע לוחות,
די בילד פון לינסק איז פון היינט, אמאל איז די לוחות געווען מיט א קרוין.
[ליידער איז דאס מקום קדוש - ווי מצוקי ארץ (בתוכם די הייליגע פני יהושיע, הרה"ק מלינסק ובנו הרה"ק מראפשיץ ובניו אחריו) האבן משמש געווען ברבנות - נהפך לנכרים און דינט אלס מיוזיעם און אויף די ווענט הענגען צלמים ר"ל.]

א בילד פון אמאל (קרעדיט: ווירטשל שטעטל)
Image01.jpg
Image01.jpg (72.27 KiB) געזעהן 749 מאל

שירה וזמרה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 6:52 pm

א קלארערע בילד פון די אלטע לוחות פון פארן קריג, מערקט די דיזיינס וכדומה.
Image02.jpg
Image02.jpg (47.09 KiB) געזעהן 722 מאל

די רינדעכיגע לוחות האט זיך אנגעהויבן מיט צוויי קרוינען העכער די לוחות, און איז מיט די צייט געווארן מער און מער רינדעכיג.
שמעיה מיינט לכאורה צו זאגן אז דאס מאכן רינדעכיגע לוחות איז א גויאישע זאך. [האב איך גוט פארשטאנען?]

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 10:58 pm

IMG-20181105-WA0098.jpg
IMG-20181105-WA0098.jpg (332.2 KiB) געזעהן 587 מאל

אהרן הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 11:48 pm

שמעיה האט געשריבן:אגב, די לוחות ביי די מזרח וואנט איז נישט נאר אז אין בעלזא האט דאס נישט עקזערסטירט
נאר ס'איז גאר א גוישע זאך, כידוע.

לאלו שלא הבינו, הר''ר שמעיה מתייחס כנראה לזה.
שו"ר שטעיתי
לעצט פאראכטן דורך אהרן הלוי אום דינסטאג נובעמבער 06, 2018 5:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 12:38 am

נחוניא האט געשריבן:וואס איז די פלאן וועגן דעם ביהמ"ד פון כ"ק אדמו"ר ממאחניווקא זצוק"ל?
עס וועט דארטן אויך זיין א מנין יעדן שבת?

מעגליך די מאכניווקא חסידים גייען אנהאלטן דעם בית המדרש

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 12:51 am

שמעיה האט געשריבן:אגב, די לוחות ביי די מזרח וואנט איז נישט נאר אז אין בעלזא האט דאס נישט עקזערסטירט
נאר ס'איז גאר א גוישע זאך, כידוע.

ריכטיג אז אין בעלזא איז דאס נישט געווען, און דער בילד איז טאקע נישט לויט דער פיינעל פלאן, עס האט זיך אסאך געטון וועגן די אויסשטעל פון די צוועלעף פענצטערס, היות די נייע בית המדרש איז אסאך גרעסער פונעם שול אין בעלזא, איז זייער שווער צו מאכן דעם זעלבן אויסשטעל פון די פענצטערס ווי עס איז געווען אין בעלזא, וועגן דעם איז געווען איינער פון די פלענער אז אונטערן ארון הקודש וועט נישט זיין קיין פענצטער, האט דער ארכיטעקט דארט אויסגעמאלן א צורה פון לוחות, אבער למעשה איז געבליבן אז עס וועט אי"ה יא זיין דארט א פענצטער.

אבער אז ס'גאר א גויאישע זאך"?? וואס עפעס?

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 6:55 am

1_c92266db3c914c389eb9220554b62ff7.jpg
1_c92266db3c914c389eb9220554b62ff7.jpg (78.4 KiB) געזעהן 406 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 6:57 am

געדיך אוואש האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:וואס איז די פלאן וועגן דעם ביהמ"ד פון כ"ק אדמו"ר ממאחניווקא זצוק"ל?
עס וועט דארטן אויך זיין א מנין יעדן שבת?

מעגליך די מאכניווקא חסידים גייען אנהאלטן דעם בית המדרש

און וואו גייט ליגן די ספר תורה פונעם בעש"ט הק'?

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 7:00 am

נחוניא האט געשריבן:
געדיך אוואש האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:וואס איז די פלאן וועגן דעם ביהמ"ד פון כ"ק אדמו"ר ממאחניווקא זצוק"ל?
עס וועט דארטן אויך זיין א מנין יעדן שבת?

מעגליך די מאכניווקא חסידים גייען אנהאלטן דעם בית המדרש

און וואו גייט ליגן די ספר תורה פונעם בעש"ט הק'?

בעל שם'ס ספר ליגט ביים רבין, נישט אין קיין בית מדרש.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 7:02 am

אבן יקרה האט געשריבן:
שמעיה האט געשריבן:אגב, די לוחות ביי די מזרח וואנט איז נישט נאר אז אין בעלזא האט דאס נישט עקזערסטירט
נאר ס'איז גאר א גוישע זאך, כידוע.

גויישע זאך?
לא ידוע

נישט פארשטענדליך, גויים מאכן לוחות אין פארענט פון זייערע בתי מדרשים?

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 7:04 am

.
לעצט פאראכטן דורך אץ קוצץ אום דינסטאג נובעמבער 06, 2018 9:30 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Of course, אור, אץ קוצץ, כאפצעם, פארקלאצט און 40 געסט