בד"ה הגה"צ רבי יצחק מאשקאוויטש זצ"ל אב"ד נייטרא-וויליאמסבורג

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובה דורך גם זה יעבור »

נעבן וועם האט מען אים געלייגט?
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

אבן יקרה האט געשריבן:אין נייטרא דאווענט מען נוסח אשכנז?

מען פלעגט אמאל דאווענען נוסח אשכנז אין די אריגינעלע נייטרא ביהמ''ד אין וויליאמסבורג וואס ר' מיכאל בער זצ''ל האט נאך מיסד געווען, אבער ווען זיי האבן זיך אריבערגעצויגן צום יעצטיגן לאקאל האט דער רב זצ''ל געזאגט אז עפ''י הלכה האט עס נישט קיין שייכות צום אלטן מקום, און היות רובם פון די מתפללים זענען געקומען פון חסיד'ישע מקומות האט ער געטוישט צו נוסח ספרד.
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:בד"ה, א איד וואס איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, און ג'פסק'נט שאלות פאר טויזענטער אידן

יהא זכרו ברוך

איז ער נישט געווען געזונט לעצטנס ?


ער איז שוין א היפשע פאר יאר נישט געווען געזונט

ער האט זיך שטארק געמוטשעט מיט פארקינסאנס ל''ע, אבער נישט פון דעם איז ער אוועק.

שבת איז ער אנגעגאנגען ווי געהעריג, און מוצ''ש האט ער נאל געגעסן מלוה מלכה און געזינגען זמירות. פארטאגס האט מען אים אריינגעפירט אין שפיטאל מיט גאר אן ערנסטן אינפעקשאן, אויף וואס מען האט אים געמוזט אפערירן. ביז צו די אפעראציע איז ער געווען פולקאם ביי זיך, און האט אפי' געזאגט וידוי פאר'ן אריינגיין צו די אפעראציע.
ליידער ליידער האבן די ווייטעלס אנגעהויבן פאלן זינט די אפעראציע, און אינמיטן די נאכט (זונטאג) האט מען אריבערגערופן אלע קינדער און אייניקלעך. למעשה האט זיך עס געצויגן ביז ארום אכטע צייט, ווען אינמיטן זאגן פסוקי יחוד איז דער רב'ס הייליגע נשמה ארויף אין הימל.
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מנייטרא שליט"א

הרב שפיגל שליט"א א מחותן

הרב רבי הלל וויינבערגער שליט"א דומ"ץ נייטרא ואבדק"ק סערדאהעלי

כ"ק אדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א א שוואגער

הרב רבי זונדל שימאנאוויטש שליט"א א מחותן

הרב הגאון רבי אלי' זאב קרויס שליט"א בשם התלמידים

הרה"ח ר' משה יצחק פרידעמאן בשם הקהלה

כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א

זיין איידעם הרב יקתואל טייטלבוים שליט"א

זיינע זין הרב שלמה עזרא שליט"א און הרב יעקב הערש שליט"א

אינגסטע איידעם הרב אברהם מנחם שפיגל שליט"א

אין קר''י האבן מספיד געווען

דער אינגסטער שוואגער הרב ליפא טייטלבוים שליט''א

הרה''ג ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א

כ''ק אדמו''ר מהר''א מסאטמאר שליט''א
לעצט פארראכטן דורך יצחק ראזענפעלד אום מיטוואך אקטאבער 31, 2018 9:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

פריילעך אידל האט געשריבן:איר מיינט אודאי זיין רעבעצין.

ניין. דער רב'ס מוטער איז אוועק א שטיק צייט נאך זיין רביצין, אין עלטער פון 95 יאר.
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

וועלוועל קליינער האט געשריבן:יעדער ווימב"ג'ער האט געוויסט אז רבי יצחק איז א ת"ח 'עצום' און א צדיק נשגב.
ער איז בכלל געווען א צוריקגעצויגענער מענטש. מתפללים פון ביהמ"ד האבן אויך ווייניג גערעדט מיט אים.
ווער עס האט געוואלט האט געקענט שמועסן, אבער ער פאר זיך איז כמעט נישט צוגעגאנגען צו יענעם שמועסן.
איך האב גערעדט מיט איינער פון די מתפללים, אז איינמאל איז געווען א שמועס צווישן זיי מיטן רב זצ"ל וועגן דעם רמב"ם, אז 8 שעה איז גענוג צו שלאפן פאר א מעת לעת.
און דער חת"ס שרייבט אז 'אז' ישנתי ינוח 'לי' אז 8 שעה איז גענוג פאר פערציג שעה.
האט זיך דער רב זצ"ל אנגערופן מיט א פשטות, אז ער שלאפט אויך נישט מער....
האט זיך איינער פון די מתפללים אנגערופן, ווי אזוי קען די קאפ ארבעטן ביים לערנען, ווען מען איז געשלאפן פערציג שעה צוריק...?
האט דער רב גענטפערט, איך שלאף נישט די גאנצע אכט שעה אויף איינמאל, איך צוטייל דאס, צוויי שעה אויפדערנאכט, צוויי שעה נאכמיטאג, דאס איז גענוג אז דער קאפ זאל קענען ארבעטן און לערנען די גאנצע צוויי מעת לעת!!.
ופלא, ווי צענדליגע אידן זאגן עדות, אז מען האט אים געזעהן אריינגיין נאך מעריב, און ארויסקומען צו שחרית פון די גמרא. (זייענדיג אויפגעווען די גאנצע נאכט על התורה ועל העבודה).
חבל על דאבדין. זכר צדיק לברכה.

אן אייניקל וועלכער האט אים אסאך משמש געווען האט מיר דערציילט, אז איין יאר ערב פסח נאכמיטאג איז דער רב געווען זייער מיד פון די אנגעשטרענגטע וואכן מיט די פסח שאלות, און האט אים געזאגט אז ער גייט זיך אראפלייגן, און אויב ער פארשלאפט זאל אים דער אייניקל אויפוועקן. אויף זיין פראגע וואס הייסט פארשלאפן האט אים דער רב געענטפערט "פינף מינוט."
פיר מינוט שפעטער איז דער רב שוין געווען אין ספרים צימער...
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

New Jersey האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
יסוד ארי האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:ווער איז ממלא מקומו?


nothing was mentioned at the levaya

the kehila will probably decide who to take instead, not sure if it will be one of his family

ער איז דאך שוין לאנג נישט געווען געזונט
קיינער איז נישט געווען דיין וכדו' ביז יעצט?

Nope

ריכטיג. די איינציגסטע זאך וואס מען האט איבערגענומען איז געווען דאס דאווענען ימים נוראים פאר'ן עמוד, וואס זיין זון להבחל''ח הרה''ג ר' שלמה עזרא שליט''א האט איבערגענומען טיילווייז עטליכע יאר צוריק.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

דארפסמאן האט געשריבן:איך פלעג אייביג אריין קוקער ביי זיין פענסטער אויב ר' יצחק לערענט דארט און כמעט אייביג איז ער דארט געווען. ער האט געואונט אויף די ערשטע שטאק און די ווינדאו שעיד פלעגט זיין אביסל אפען מיט די פענסטער און ער פלעגט לערנען ביי א קליינע לעקטער

יא די לעכטיגע פענסטער. מ'קען אויך זען דעם קליינעם לעקטער...




האדמו"ר מ'סאטמאר (מהרי"י) האט אויך ערווענט אז מ'פלעגט אים דארט זען לערנען יום ולילה, און ער האט ארומגעטייטש אויף דעם וואס מ'האט מספיד געווען אויף רבינא: "נשׂים לילות כימים על משׂים לילות כימים".
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

יוראפ האט געשריבן:די וואס זוכן טרעפן געווענדליך און נישט יעדער איינער איז זוכה צו זוכן


אוי ווי גוט דו זאגסט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

דער רב זצ"ל האט געהאט א שטארקע מערכה קעגן די גליונות וואס מען פארטיילט שב"ק אין די בתי מדרשים, וואס שטערט דאס דאווענען און איז א בזיון התפלה והבית המדרש.

כידוע האט ער געהאלטן אז דאס האט ניטאמאל קיין דין שמות, און ער האט עס יעדן עש"ק פאר'ן זמן אריינגעטראסקט אין דעם מיסט קאסטן.
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

להודיע האט געשריבן:דער רב זצ"ל האט געהאט א שטארקע מערכה קעגן די גליונות וואס מען פארטיילט שב"ק אין די בתי מדרשים, וואס שטערט דאס דאווענען און איז א בזיון התפלה והבית המדרש.

כידוע האט ער געהאלטן אז דאס האט ניטאמאל קיין דין שמות, און ער האט עס יעדן עש"ק פאר'ן זמן אריינגעטראסקט אין דעם מיסט קאסטן.

דו רעדסט פון יארן צוריק. זיין מערכה איז גאנץ שנעל געקרוינט געווארן מיט סוקסעס, און די אלע צעטלעך טיילער האבן אויפגעהערט ברענגען די קונטרסים צו נייטרא ביהמ''ד...
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

נא_שכל האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:איך פלעג אייביג אריין קוקער ביי זיין פענסטער אויב ר' יצחק לערענט דארט און כמעט אייביג איז ער דארט געווען. ער האט געואונט אויף די ערשטע שטאק און די ווינדאו שעיד פלעגט זיין אביסל אפען מיט די פענסטער און ער פלעגט לערנען ביי א קליינע לעקטער

יא די לעכטיגע פענסטער. מ'קען אויך זען דעם קליינעם לעקטער...



דאסישוין די נייערע לעקטער פון די לעצטע פאר יאר. פאר דעם האט ער גענוצט אזאנס:
אטעטשמענטס
52092d551782f081764d1bc978493014.jpg
52092d551782f081764d1bc978493014.jpg (32.64 KiB) געזען 2444 מאל
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך ווייזער »

יצחק ראזענפעלד האט געשריבן:
וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מנייטרא שליט"א

הרב שפיגל שליט"א א מחותן

הרב רבי הלל וויינבערגער שליט"א דומ"ץ נייטרא ואבדק"ק סערדאהעלי

כ"ק אדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א א שוואגער

הרב רבי זונדל שימאנאוויטש שליט"א א מחותן

הרב הגאון רבי אלי' זאב קרויס שליט"א בשם התלמידים

הרה"ח ר' משה יצחק פרידעמאן בשם הקהלה

כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א

זיין איידעם הרב יקתואל טייטלבוים שליט"א

זיינע זין הרב שלמה עזרא שליט"א און הרב יעקב הערש שליט"א

אינגסטע איידעם הרב אברהם מנחם שפיגל שליט"א

אין קר''י האבן מספיד געווען

דער אינגסטער שוואגער הרב ליפא טייטלבוים שליט''א

הרה''ג ר' משה מנחם ווייסמאנדל שליט''א

כ''ק אדמו''ר מהר''א מסאטמאר שליט''א



זיין שוואגער דער ראב״ד האט נישט מספיד געווען?
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

ניין. ער איז דאכצעך בכלל נישט געווען ביי די לויה.
(ער איז נישט אין בעסטן געזונט צושטאנד)
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובה דורך אלמוני »

וואס האט דער בית חיים יהושע רבי געזאגט?
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4144
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

מראות חייו

תגובה דורך הבעש''ט »

שמחות

18423 Nitra Sorvosh Bris (2).jpg
18423 Nitra Sorvosh Bris (2).jpg (41.8 KiB) געזען 2322 מאל

18423 Nitra Sorvosh Bris (4).jpg
18423 Nitra Sorvosh Bris (4).jpg (46.46 KiB) געזען 2322 מאל

7733 aleksander nitra  (1).JPG
7733 aleksander nitra (1).JPG (31.51 KiB) געזען 2322 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4144
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובה דורך הבעש''ט »

ימים טובים

154 Nitra Williamsburg (2).jpg
154 Nitra Williamsburg (2).jpg (33.69 KiB) געזען 2322 מאל

154 Nitra Williamsburg (1).jpg
154 Nitra Williamsburg (1).jpg (31.16 KiB) געזען 2322 מאל

208 Nitra Williamsburg.jpg
208 Nitra Williamsburg.jpg (27.75 KiB) געזען 2322 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4144
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובה דורך הבעש''ט »

31549 Nitra Yeshiva Kevias Mezuzah (2).jpg
31549 Nitra Yeshiva Kevias Mezuzah (2).jpg (46.78 KiB) געזען 2319 מאל

31549 Nitra Yeshiva Kevias Mezuzah (4).jpg
31549 Nitra Yeshiva Kevias Mezuzah (4).jpg (34.37 KiB) געזען 2319 מאל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

פון jdn
אטעטשמענטס
זְכוּת-חַדָרֶיךָ-•-דינר-למוסדות-נייטרא-בוויאלמסבורג-13-1024x682.jpg
זְכוּת-חַדָרֶיךָ-•-דינר-למוסדות-נייטרא-בוויאלמסבורג-13-1024x682.jpg (155.1 KiB) געזען 2085 מאל
זְכוּת-חַדָרֶיךָ-•-דינר-למוסדות-נייטרא-בוויאלמסבורג-14.jpg
זְכוּת-חַדָרֶיךָ-•-דינר-למוסדות-נייטרא-בוויאלמסבורג-14.jpg (192.32 KiB) געזען 2085 מאל
זְכוּת-חַדָרֶיךָ-•-דינר-למוסדות-נייטרא-בוויאלמסבורג-15-1024x682.jpg
זְכוּת-חַדָרֶיךָ-•-דינר-למוסדות-נייטרא-בוויאלמסבורג-15-1024x682.jpg (139.84 KiB) געזען 2085 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

נאך
אטעטשמענטס
זְכוּת-חַדָרֶיךָ-•-דינר-למוסדות-נייטרא-בוויאלמסבורג-9-1024x682.jpg
זְכוּת-חַדָרֶיךָ-•-דינר-למוסדות-נייטרא-בוויאלמסבורג-9-1024x682.jpg (153.3 KiB) געזען 2081 מאל
זְכוּת-חַדָרֶיךָ-•-דינר-למוסדות-נייטרא-בוויאלמסבורג-11-1024x682.jpg
זְכוּת-חַדָרֶיךָ-•-דינר-למוסדות-נייטרא-בוויאלמסבורג-11-1024x682.jpg (154.7 KiB) געזען 2081 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובה דורך HelpMe »

נא_שכל האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:איך פלעג אייביג אריין קוקער ביי זיין פענסטער אויב ר' יצחק לערענט דארט און כמעט אייביג איז ער דארט געווען. ער האט געואונט אויף די ערשטע שטאק און די ווינדאו שעיד פלעגט זיין אביסל אפען מיט די פענסטער און ער פלעגט לערנען ביי א קליינע לעקטער

יא די לעכטיגע פענסטער. מ'קען אויך זען דעם קליינעם לעקטער...




האדמו"ר מ'סאטמאר (מהרי"י) האט אויך ערווענט אז מ'פלעגט אים דארט זען לערנען יום ולילה, און ער האט ארומגעטייטש אויף דעם וואס מ'האט מספיד געווען אויף רבינא: "נשׂים לילות כימים על משׂים לילות כימים".

ער האט געזאגט אז ער איז מעיד אלס שכן פלעגט ער זען שוין פארטאגס ווי ער זיצט אין לערנט
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

יסוד ארי האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:ווער איז ממלא מקומו?


nothing was mentioned at the levaya

the kehila will probably decide who to take instead, not sure if it will be one of his family


איך וויל פרעגן, אפשר א נערישע שאלה...

ווי אזוי ארבייט עס אין נייטרא, אזוי ווי אין וויען, אז ס׳דא וואלן ווער ס׳זאל זיין רב? אזוי איז געווען ביי הרב מאשקאוויטש ז״ל?
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובה דורך פריילעך אידל »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
איך וויל פרעגן, אפשר א נערישע שאלה...

ווי אזוי ארבייט עס אין נייטרא, אזוי ווי אין וויען, אז ס׳דא וואלן ווער ס׳זאל זיין רב? אזוי איז געווען ביי הרב מאשקאוויטש ז״ל?

נייטרא איז בכלל נישט קיין דמיון צו וויען.

די נייטרא ביהמ"ד אין וומסב"ג איז בכלל נישט דאס סארט קהילה ווי וויען, נאר ס"ה א איחוד פון תלמידים וואס האבן געלערנט אין נייטרא ישיבה, בכלל נישטא דארט פון די סארט 'יעקישע אידן' וואס פלעגן זיין אין וויען, אזלא האבן זיי בשעתו אויפגענומען פאר רב איינע פון די מגידי שיעורים פון די ישיבה, וואס וועט זיין ווייטער? וועט מען זעהן.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובה דורך בראשית ברא »

דער סאבאסלויער רב האט געהאט נאך קינדער חוץ אים ?
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

בראשית ברא האט געשריבן:דער סאבאסלויער רב האט געהאט נאך קינדער חוץ אים ?

יא, איין טאכטער.
זי איז אשת ר' בנציון אויסטערליץ שליט''א, מחשובי חסידי בעלזא בוויליאמזבורג.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”