דראמא: קאראוואן פון טויזנטער שפאנישע אימיגראנטן אויפן וועג קיין אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:32 pm

עולם האמת האט געשריבן:the media is trying to paint it like a caravan with women and children escaping the horrible conditions in honduras

if you look on the pictures its mostly men in military age

ס'איז דא גענוג און נאך בילדער פון פרויען און קינדער וואס מען קען נישט ברענגן דא.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:36 pm

איך מיין אז אמעריקע זאל אריינעמען (איינעמען) גאנץ מעקסיקא, גוטאמאלע וכו׳.... און שלום על... א פלאן?
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:43 pm

Graphic24 האט געשריבן:איך מיין אז אמעריקע זאל אריינעמען (איינעמען) גאנץ מעקסיקא, גוטאמאלע וכו׳.... און שלום על... א פלאן?

נאך א מעלה וועט זיין אז א סאליד מעדזשאריטי פון לאנד וועט זיין פון קאנסערוואטיווע אנטי רעסיסטס.

אפשר קען מאכן א גרעדזשועל ענעקסעישען, אויב זיי זענען מסכים שטייצעך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:44 pm

פארוואס נישט בלייבן אין מעקסיקא און ''אויפבויען'' די דארטיגע עקאנעמי?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:46 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:פארוואס נישט בלייבן אין מעקסיקא און ''אויפבויען'' די דארטיגע עקאנעמי?

ס'איז שוין צו הויך דארט, אזש זיי שפירן אז זיי קענען שוין נישט מער...

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:48 pm

ווען מעקסיקא וואלט געהאט שכל אלע יארן און געווען געבויט פון אימיגראנטן אזוי דא וואלטן זיי טאקע מסתמא שענער אויסגעזען, האבן זיי דאך ליידער נישט קיין שכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:51 pm

און אמעריקע וואס האט יא אמאל געהאט שכל וואו איז עס פארלוירן געווארן?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:51 pm

זאג זיי בשמי, אז עס איז קיינמאל נישט צו שפעט.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:31 am

צל עובר האט געשריבן:מענער אין די ארבעט עידזש מיט אזויפיל ענערדזשי ברויך מען אוודאי אריינעמען.

זאלן זיי אריינקומען געזעצליך!

אגב, דו האסט א מהלך וויאזוי צו וועטן די טויזנטער מענטשן, איבערהויפט לויט די לעצטיגע באריכט פונ'ם האנדורעסער רעגירונג אז זיי ווייסן פון לכה"פ 100 אייסיס מיליטאנטן וועלכע געפינען זיך ביי זיי אין לאנד?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:32 am

Goodmorning האט געשריבן:איך האב געזען איין זאך וואס ארארקא וואס לויפט קעגן קרוז האט גענטפערט, ווען קרוז האט געשטיצט דאס ברענגן מיליטער צום גרעניץ. מיר דארפן פארשטייען, אז אויב מענטשן שטעלן זיך איין די לעבן דא צו קומען, מוז די מצב דארט זיין זייער געפערליך. מיר וואלטן געדארפט ספענדן די געלט וואס איז געגאנגען פאר אומנויטיגע מלחמות אין מיטל מזרח צו אינוועסטן און אויפטוען אין אונזערע שכינותדיגע לענדער.

איך מיין אז ער זאגט א שכלדיגע זאך. ווילאנג די ערד ברענט אונטער זיי, וועלן אימיגראנטן שטופן צו קומען. אמעריקע איז אינוואלוועד אין אזויפיל לענדער, מען וואלט ווען געדארפט עפעס טון פאר די לענדער אויך און העלפן זיי און אמעריקע אין איין שאס.

זיי קומען איינעמען אמעריקע? מיליטערי עידזש....

זיי שטעלן זיך גארנישט איין ווייל די מעקסיקאנער רעגירונג שטעלט זיי צו טראנספארטאציע פון גרעניץ צו גרעניץ, טאקע ווייל זיי ווילן זיי זאלן נישט בלייבן ביי זיי. זיי קומען קיין אמעריקע ווייל דארט איז דאס לעבן געשמאקער, זאלן זיי מוחל זיין און אריינקומען ווי נארמאלע מענטשן און דורכגיין די פראסעס און וועטינג ווי יעדעם.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:41 am

Think and Thank האט געשריבן:

דו מיינסט טאקע אז לעגאל לאזט מען אריין פון די לענדער? א גויטע וואס רייניגט ביי מיר, פון פערו, האט זיך אויסגערעדט פאר מיין אידענע אז איר זון פון פערו, מיט א קאלעדזש דוגרי, האט פרובירט שוין אסאך מאל צו באקומען א וויזע און מען געט נישט.

אויב מעקסיקא נעמט אויף אזוי געשמאק, פארוואס טאנצט זיי אריין אין וואסער?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:55 am

Goodmorning האט געשריבן:מיינסט טאקע אז לעגאל לאזט מען אריין פון די לענדער? א גויטע וואס רייניגט ביי מיר, פון פערו, האט זיך אויסגערעדט פאר מיין אידענע אז איר זון פון פערו, מיט א קאלעדזש דוגרי, האט פרובירט שוין אסאך מאל צו באקומען א וויזע און מען געט נישט.

אט אזוי! ווייל אריינקומען לעגאל איז שווער,מען דארף דורכגיין א בעקגראונד טשעק, ווארטן יארן וכו' וכו', קומען זיי אריין אומלעגאל, וויסנדיג אז די אמעריקע-האסנדע דעמאקראטן וועלן זיי גוט באלוינען פאר'ן ברעכן דאס געזעץ, מיט'ן חשבון אז זיי וועלן זיין אנגעוואנדן אין פראגראמען און דעריבער וואוטן דעמאקראט. עס האט זילטש מיט סכנות אדער אנדערע כלומר'שטע רחמנות.
מהיכי תיתי אז די נעבעכדיגע פרוי פון פערו'ס זון איז נישט קיין גענג מעמבער אדער דראג קארטעל מיטגליד?
Goodmorning האט געשריבן:אויב מעקסיקא נעמט אויף אזוי געשמאק, פארוואס טאנצט זיי אריין אין וואסער?

קודם כל, דאס איז די סאמע ערשטע מאל וואס אמעריקע מאכט פראבלעמען פאר דורכגייענדע דרום אמעריקאנער, וואס קומט נאך אומגעהויערע דרוק פון פרעזידענט טראמפ. והשנית, דאס איז ווען זיי קומען טויזנטער אויפאמאל און עס איז פאבליק. די מעקסיקאנער רעגירונג האט שוין אמאל מודה געווען אז זיי שטעלן צו באסעס פאר די 'פליטים' זיי צוצוטראגן צום גרעניץ מיט אמעריקע (כדי זיי זאלן נישט בלייבן דארט), און עס איז אפגעכאפט און דאקומענטירט.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:13 am

קודם איז נישט יעדער מיט ברוינע הויט א גענג מעמבער. איך ווייס נישט אויב אין פערו איז בכלל אזוי שלעכט די מצב.

נאריש צו אראפלייגן ווי עס איז בלויז א לוסטרייזע קיין אמעריקע. די וואס קומען טוען עס ווייל זיי האבן נישט קיין שום אויסזיכט פאר א נארמאלע לעבן דארט.

לויטמין ווי איך פארשטיי קומען זיי דא צו קלעימען אזיל רעכט און נאר ווער עס קען אויפווייזן אז זייער לעבן איז אין א סכנה קען דא אריינקומען. מען קען נישט אריינשווערצען אזא קאראוואן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:29 am

Goodmorning האט געשריבן:קודם איז נישט יעדער מיט ברוינע הויט א גענג מעמבער. איך ווייס נישט אויב אין פערו איז בכלל אזוי שלעכט די מצב.

אקיצור, ס'קען זיין אז יא, ס'קען זיין אז ניין. דערפאר איז דא א פראצעדור וואס מען מוז דורכגיין פאר מען לאזט אריין סיי וועם אין לאנד, וואו מען איז מברר מי הוא ומה טובו. מען קען נישט סתם דורכלויפן די גרעניץ און שרייען 'איך בין דא!'

Goodmorning האט געשריבן:נאריש צו אראפלייגן ווי עס איז בלויז א לוסטרייזע קיין אמעריקע. די וואס קומען טוען עס ווייל זיי האבן נישט קיין שום אויסזיכט פאר א נארמאלע לעבן דארט.

קודם כל, מהיכי תיתי.
שנית, אמעריקע דארף עפעס צושטעלן פאר יעדע מענטש אויף פלאנעט ערד גאלדענע שענדעליערס? אזיל רעכט איז געמאכט פאר מענטשן וואס זייער לעבן איז אין א סכנה, נישט פאר מענטשן וועלכע ווילן עסן ווייסע ברויט אנשטאט שווארצע.

Goodmorning האט געשריבן:לויטמין ווי איך פארשטיי קומען זיי דא צו קלעימען אזיל רעכט און נאר ווער עס קען אויפווייזן אז זייער לעבן איז אין א סכנה קען דא אריינקומען. מען קען נישט אריינשווערצען אזא קאראוואן.

אקעי, סאו דו ביזט מודה אז עס האט נישט קיין פשט אריינצולאזן די גאנצע קאראוואן. לאמיר הערן וואס די ניגון וועט זיין ווען די מידיע וועט וויינען מיט קראקאדיל טרערן היתכן מען לאזט זיי נישט דורך די גרעניץ.
דו ווייסט וויפיל מענטשן גייען דורך די גרעניץ אומלעגאל יעדן חודש? איך געדענק נישט אפהענד די יעצטיגע נאמבערס, אבער אונטער אבאמא איז געווען צייטן וואס בלויז די צאל אנעקאמפעניד קינדער האבן געגרייכט אין די צענדליגער טויזנטער! אמעריקע'ס ריזן גרעניץ מיט מעקסיקא איז אויף גאר אסאך פלעצער ריזיגע פוסטע, אפענע שטחים, און עס איז זייער שווער צו כאפן יעדעם וואס קומט אריין. און איינמאל איינער איז שוין אין לאנד איז אים דעפארטירן שוין א פראסעס פון חדשים אדער יארן, און קאסט אפ די שטייערצאלער צענדליגער ביליאנען.
און וואס זאלן די גרעניץ וועכטער טון וועם עס קומען אן עטליכע טויזנט מענטשן און פרובירן דורכצוגיין, שיסן אויף זיי?

ס'דא איין עצה: בויען א וואנט.
(דו ביזט דאך שטארק פאר א קלענערע דעפיציט. טראכט א סעקונדע וויפיל געלט די וואנט וועט שפארן פאר די פעדעראלע רעגירונג אין אימיגרעישאן קאורט קאסטן, דיטענשאן פעסיליטיס, בארדער פאטראל אגענט וכו'.)
Innocent until proven Republican

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:45 am

צל עובר האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:איך מיין אז אמעריקע זאל אריינעמען (איינעמען) גאנץ מעקסיקא, גוטאמאלע וכו׳.... און שלום על... א פלאן?

נאך א מעלה וועט זיין אז א סאליד מעדזשאריטי פון לאנד וועט זיין פון קאנסערוואטיווע אנטי רעסיסטס.

אפשר קען מאכן א גרעדזשועל ענעקסעישען, אויב זיי זענען מסכים שטייצעך.

מיינסט מסתמא צו זאגן אנטי white supremacists.

ווייל זיי זענען אויך ראסיסטן, זיי זענען נאר brown supremacists,

חוץ אויב מען וועט מיישב זיין בדוחק, אז ראסיסט מיינט באמת ווייסע מענטשן ,
און מיט דעם וועלן פארענטפערט ווערן נאך אסאך קשיות.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:53 am

קודם מיין איך אז איך דעפעציט איז א רעפובליקאנער אישו, איך האב מיין איך נאכנישט גערעדט דערפון....

ערשטנס, רעדט מען פון ברויט און נישט גאלדענע טשענדיעלערס. איר זענט קלוגער פון דעם.

צווייטענס, מען וועט נישט מענטשן צו זיי זענען א געפאר, און אז נישט לאזט מען אריין. מען האט פשוט געמאכט אסאך שווערער, צו בכלל נישט מעגליך, צו אנקומען לעגאל. אויב וואלט די אישו געווען אז עס איז אומלעגאל, פארוואס מאכט מען אזוי אסאך שווערער לעצטנס לעגאלע אימיגראציע, וואס מען קען יא וועטן און קאנטראלירן, און דאן וואלטן פיל ווייניגער פרובירט צו אריינשווערצן? עס איז דא אן אונטערליגענדע באגער צו ארויסהאלטן די וואס זענען נישט פון די ריינע ראסע....

מיינסט טאקע אז נאכן זיך קריגן מיט אלע לאנד אייגענטומער, איבערקומען די בערג, מדבריות, וואסער, א.א.וו., זיך קריגן מיט מעקסיקא, און ספענדן אסאך געלט (מען וועט ברענגן אומלעגאלע צו בויען...) וועלן מענטשן וואס זענען גענוג דעספערעט נישט אריבערקריכן מיט קרעינס, און שטריק אדער לייטער א.א.וו., אדער אויפבויען טונעלן?

און ווייטער אזא קאראוואן, וואס קומט צו א גרעניץ בעטן אזיל רעכט, מוז מען לויטן אונטערנאציאנעלן געזעץ אויפנעמען און איבערגיין די אפליקאציעס. וואס וועט דאס העלפן? אדער די וואס קומען פון מעקסיקא פשוט שאפן אין קאליפארניע, און בלייבן דא?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:54 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:איך מיין אז אמעריקע זאל אריינעמען (איינעמען) גאנץ מעקסיקא, גוטאמאלע וכו׳.... און שלום על... א פלאן?

נאך א מעלה וועט זיין אז א סאליד מעדזשאריטי פון לאנד וועט זיין פון קאנסערוואטיווע אנטי רעסיסטס.

אפשר קען מאכן א גרעדזשועל ענעקסעישען, אויב זיי זענען מסכים שטייצעך.

מיינסט מסתמא צו זאגן אנטי white supremacists.

ווייל זיי זענען אויך ראסיסטן, זיי זענען נאר brown supremacists,

חוץ אויף מען וועט מיישב זיין בדוחק, אז ראסיסט מיינט באמת ווייסע מענטשן ,
און מיט דעם וועלן פארענטפערט ווערן נאך אסאך קשיות.

וואו זעסטו א ביישפיל פון מעקסיקא'ס ראסיזם קעגן ווייסע?
שויתי ה' לנגדי תמיד

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:12 am

איך האב געשריבן אנטי white supremacists, ראסיסטן זענען זיי קעגן שווארצע און אינדיאנער אזוי ווי די היזיגע ראסיסטן.
(קען זיין זיי זענען קעגן ווייסע אויך, קיינער רעדט נאר נישט דערפון, אזויווי ביי די שווארצע דא)

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 7:41 am

יואל שרייבער האט געשריבן:איך האב געשריבן אנטי white supremacists, ראסיסטן זענען זיי קעגן שווארצע און אינדיאנער אזוי ווי די היזיגע ראסיסטן.
(קען זיין זיי זענען קעגן ווייסע אויך, קיינער רעדט נאר נישט דערפון, אזויווי ביי די שווארצע דא)

ריכטיג. די ספאנישע און שווארצע זענען די ערגסטע ראסיסטן

אגב פאר ווער ס'וויל (נישט) וויסן
ראסיזם מיינט נישט דווקא אז א ווייסער האט פיינט א שווארצן. ס'מיינט פיינט האבן וועגן די ראסע
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 7:58 am

יואל שרייבער האט געשריבן:איך האב געשריבן אנטי white supremacists, ראסיסטן זענען זיי קעגן שווארצע און אינדיאנער אזוי ווי די היזיגע ראסיסטן.
(קען זיין זיי זענען קעגן ווייסע אויך, קיינער רעדט נאר נישט דערפון, אזויווי ביי די שווארצע דא)

אה, אמת.... נישט געכאפט וואס איר מיינט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:26 pm

Think and Thank האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך האב געזען איין זאך וואס ארארקא וואס לויפט קעגן קרוז האט גענטפערט, ווען קרוז האט געשטיצט דאס ברענגן מיליטער צום גרעניץ. מיר דארפן פארשטייען, אז אויב מענטשן שטעלן זיך איין די לעבן דא צו קומען, מוז די מצב דארט זיין זייער געפערליך. מיר וואלטן געדארפט ספענדן די געלט וואס איז געגאנגען פאר אומנויטיגע מלחמות אין מיטל מזרח צו אינוועסטן און אויפטוען אין אונזערע שכינותדיגע לענדער.

איך מיין אז ער זאגט א שכלדיגע זאך. ווילאנג די ערד ברענט אונטער זיי, וועלן אימיגראנטן שטופן צו קומען. אמעריקע איז אינוואלוועד אין אזויפיל לענדער, מען וואלט ווען געדארפט עפעס טון פאר די לענדער אויך און העלפן זיי און אמעריקע אין איין שאס.

זיי קומען איינעמען אמעריקע? מיליטערי עידזש....

זיי שטעלן זיך גארנישט איין ווייל די מעקסיקאנער רעגירונג שטעלט זיי צו טראנספארטאציע פון גרעניץ צו גרעניץ, טאקע ווייל זיי ווילן זיי זאלן נישט בלייבן ביי זיי. זיי קומען קיין אמעריקע ווייל דארט איז דאס לעבן געשמאקער, זאלן זיי מוחל זיין און אריינקומען ווי נארמאלע מענטשן און דורכגיין די פראסעס און וועטינג ווי יעדעם.

א ווארטזאגער ביי מיר אין אויער זאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט באשלאסן צו אריינלאזן די באסעס פון מעקסיקא און עס שיקן גלייך ווייטער קיין קאנאדע...

די אנגעגעבענע סיבה איז, אז די אלע וועלן דאך איינטאג זיין דעמאקראטן, סאון זיי גייען סייווי אנקומען קיין קאנאדע נאוועמבער 2020 ווען טראמפ געוואנט ריעלעקשאן.... נו, פארוואס נישט גלייך גיים צום סוף...

#ירדה תורא לסוף דעתו....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:53 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:איך מיין אז אמעריקע זאל אריינעמען (איינעמען) גאנץ מעקסיקא, גוטאמאלע וכו׳.... און שלום על... א פלאן?

נאך א מעלה וועט זיין אז א סאליד מעדזשאריטי פון לאנד וועט זיין פון קאנסערוואטיווע אנטי רעסיסטס.

אפשר קען מאכן א גרעדזשועל ענעקסעישען, אויב זיי זענען מסכים שטייצעך.

מיינסט מסתמא צו זאגן אנטי white supremacists.

ווייל זיי זענען אויך ראסיסטן, זיי זענען נאר brown supremacists,

חוץ אויב מען וועט מיישב זיין בדוחק, אז ראסיסט מיינט באמת ווייסע מענטשן ,
און מיט דעם וועלן פארענטפערט ווערן נאך אסאך קשיות.

טעד קרוז האט ארויסגעברענגט ביי זיין דעבאטע אז היספאנישע זענען מער קאנסערוואטיוו ווי ווייסע, אנקעטעס ווייזן עס אויך, פון ווי נעמסטו אז זיי האבן עפעס קעגן ווייסע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

עולם האמת
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 7:49 pm

זינגער האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:the media is trying to paint it like a caravan with women and children escaping the horrible conditions in honduras

if you look on the pictures its mostly men in military age

ס'איז דא גענוג און נאך בילדער פון פרויען און קינדער וואס מען קען נישט ברענגן דא.

they put a few women with children with toys on the floor infront of thousands of strong and well dressed men its just for PR reasons

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 7:52 pm

עולם האמת האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:the media is trying to paint it like a caravan with women and children escaping the horrible conditions in honduras

if you look on the pictures its mostly men in military age

ס'איז דא גענוג און נאך בילדער פון פרויען און קינדער וואס מען קען נישט ברענגן דא.

they put a few women with children with toys on the floor infront of thousands of strong and well dressed men its just for PR reasons

אז אזוי זעסטו פון עולם האמת, מוז איך דיר גלויבן :wink:
שויתי ה' לנגדי תמיד

חזן שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 10:37 am
לאקאציע: כווארט אין די ליין צו קויפן א טיקעט צום כינוס

תגובהדורך חזן שמילאוויטש » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 8:59 pm

עולם האמת האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:the media is trying to paint it like a caravan with women and children escaping the horrible conditions in honduras

if you look on the pictures its mostly men in military age

ס'איז דא גענוג און נאך בילדער פון פרויען און קינדער וואס מען קען נישט ברענגן דא.

they put a few women with children with toys on the floor infront of thousands of strong and well dressed men its just for PR reasons

אזאנע אום אחריותדיגע עלטערן ברענגען פיצלעך קינדער אויף אזא סכנהדיגע לאנגע וועג, סאיז זיכער מער סעיף פאר זיי צו בלייבן אונדערהיים און נישט מאכן אזויפיל געלד ווי אין אמעריקא אזאלעכע באנדיטען טארן נישט האבן קיין פלאץ אין אמעריקא!!
מען נעמט די קריספי עק, און מען טינקט עס איין אין די קאטשעניא,,, אההההה

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט