דראמא: קאראוואן פון טויזנטער שפאנישע אימיגראנטן אויפן וועג קיין אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג נובעמבער 11, 2018 1:11 pm

צל עובר האט געשריבן:CNN ברענגט ארויס אז די גאנצע קאראוואן איז געווארן אויס סכנה תיכף נאך די וואלן, ווי זיי האבן - וואס טראמפ רופט זיי פעיק ניוז - שוין געזאגט נאך פאר די וואלן.



יע... וועגן דעם טאקע האט טראמפ אונטערגעשריבן די עקזעקוטיוו ארדער...

שטא קיין גרעסערע לוזערס ווי אג חכמים וואס האבן דאס פאראויסגעשאצט..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:53 pm

א טייל פון די גרופע וועלכע שטראמען אין א קאראוואן צום אמעריקאנער גרעניץ זענען היינט אנגעקומען ביים גרעניץ דורכגאנג אינעם מעקסיקאנער שטאט טיכואנע, דאס איז א שפלונטער גרופע וואס הט זיך אפגעטיילט פון די גרעסערע גרופע פון 5,000 פליטים וואס קומען צופוס און זיי זענען געקומען אויף באסעס צום גרעניץ וואו זיי פארלאנגען צו ווערן אריינגעלאזט אונטער דעם געזעץ וואס שענקט אזיל-רעכט פאר פליטים וואס ווערן פארפאלגט אין זייער היימלאנד. דער גרופע האט אנגעהויבן זייער רייזע מיט וואכן צוריק פון האנדורעס און האט געשפרייזט איבער 2,700 מייל, דאס נעמט אריין מענער פרויען און קינדער. דער מיליטער האט פארשטערקערט די וואך ביים גרעניץ און דער פארטיידיגונגס סעקערטאר מעטיס וועט היינט אראפפארן דארט באזוכן.
jp

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:09 pm

ווען לאזט מען זיי אריין?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:24 pm

יא, פון די גרופע וואס גייט סיי ווי נישט דא זיין ביז עטליכע חדשים און ממילא טאר מען נישט רעדן פון זיי זענען עטליכע הונדערט פארשוינען [אודאי שוואכע פרויען און קינדער.. ווער דען?] אנגעקומען היינט צום גרעניץ מיט טריאומף און ארויף געקראכן אויפן צוים צו פייערן נצחון.. איינער איז זאגאר אריבער דעם גרעניץ אונטערן נאז פון די וועכטער! און שנעל צוריק געלאפן.. [פאליס גנבים]

יא יא, דאס זענען די נעבעכדיגע קראנקע און אלטע וואס גייען נאר שטיין ביים גרעניץ בעטן אסיילאם..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:25 pm

צל עובר האט געשריבן:ווען לאזט מען זיי אריין?



מ'האלט נאך אינמיטן אויסשפרייטן דעם רויטן טעפיך און אויסליידיגן די ווייסע הויז און קעפיטל געביידע פאר די חשוב'ע געסט, באלד דערנאך עפנט מען די טויערן
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

עולם האמת
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:41 pm

they are now climbing over the border in California

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:23 pm

רחמנות'דיגע פליטים, זיי האבן פשוט נישט געטראפן די טיר אריין ווי צו בעטן אסיילעם, נעבעך.
https://drive.google.com/file/d/1juuoy4 ... p=drivesdk

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:31 pm

איש האשכולות האט געשריבן:רחמנות'דיגע פליטים, זיי האבן פשוט נישט געטראפן די טיר אריין ווי צו בעטן אסיילעם, נעבעך.
https://drive.google.com/file/d/1juuoy4 ... p=drivesdk

ווי זאגט יענער!? אונזער זיידעס זענען אויך אריינגעקומען אלץ אימיגראנטן...
יע יע, טעל מי מאר אבאוט איט!

פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 6:02 am

עולם האמת האט געשריבן:they are now climbing over the border in California

און וואס ווייטער?

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 6:09 am

עולם האמת האט געשריבן:they are now climbing over the border in California

מדארף ווען שפריצען אויף זיי די בואש וואסער...
די סיבה לכאורה פארוואס זיי טוען דאס נישט איז צוליב דעם וואס בואש מאכט א גאר שלעכטע ריח אבער ביי זיי וועט דאס שוין נישט שאטן...

עולם האמת
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

אמעריקא'ס מאגינאט ליין

תגובהדורך עולם האמת » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 2:37 pm

נאכן צוזעהן די חורבן וואס דייטשלאנד האט געמאכט ביים ערשטן וועלט קריג, האט פראנקרייך באשלאסן אז מ'קען פאר קיין געלט נישט לאזן עס זאל זיך איבערשפילען.

און כדי מקדים צו זיין די רפואה פאר די מכה האבן זיי אונטערגענומען א מאסיווע פראיעקט, גערופן די 'מאגינאט ליין' א פראיעקט וואס אלע מיליטערישע מומחים האבן מורא'דיג באוואונדערט.

די ציהל: אזויווי פראנקרייך גרעניצט זיך מיט דייטשלאנד, און כדי אפצוהאלטן דעם דייטש פון נאכאמאל אריימארשירן קיין פראנקרייך, האבן זיי ביים גרעניץ געבויעט א מיליטערישע מויער אפצוהאלטן סיי וועלעכע שונא צו אפי' פראבירן עס צו דורכברעכן.

די מאגינאט ליין איז געווען געבויעט אויף א וועג צו קענען בייקומען לופט באמבאדורונגען טאנק פייער א.א.וו.
עס האט געהאט אונטערערדישע טונעלן און רעילראוידס און נאך פולע מאסיווע איינריכטונגען עס איז געווען באצייכנט אלץ "work of genius".

איין קליינע פראבלעים.... פראנקרייך גרעניצט זיך מיט בעלגיע וואס בעלגיע גרעניצט זיך מיט דייטשלאנד, און דייטשלאנד האט פלעין און פשוט אריינמארשירט און פראנקרייך דורך בעלגיע....

ענדליכס האט פאסירט די וואך ביים אמעריקאנער גרעניץ.
און א פארזוך אפצושטעלן די קאראוואנען פון יונגע געבויטע אומלעגאלע אימיגראנטען, האט פרעזידענט טראמפ איינגעשפאנט די מיליטער ביים טעקסעס גרעניץ מיט מעקסיקא, די פירער פון די גרופע האבן פשוט דירעקטירט דעם ציבור קיין קאליפארניע.. וואו זיי זענען מיט 30 פיסיגע לייטערס רואיגערהייט איבערגעקראכן דעם צוים.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], איד_איד, ברוך, בשבילי נברא, ווייס פרעזידענט, זזה, חיים יענקל, כתמר יפרח, שתקן און 56 געסט