Goodmorning האט געשריבן:קודם איז נישט יעדער מיט ברוינע הויט א גענג מעמבער. איך ווייס נישט אויב אין פערו איז בכלל אזוי שלעכט די מצב.
אקיצור, ס'קען זיין אז יא, ס'קען זיין אז ניין. דערפאר איז דא א פראצעדור וואס מען מוז דורכגיין פאר מען לאזט אריין סיי וועם אין לאנד, וואו מען איז מברר מי הוא ומה טובו. מען קען נישט סתם דורכלויפן די גרעניץ און שרייען 'איך בין דא!'
Goodmorning האט געשריבן:נאריש צו אראפלייגן ווי עס איז בלויז א לוסטרייזע קיין אמעריקע. די וואס קומען טוען עס ווייל זיי האבן נישט קיין שום אויסזיכט פאר א נארמאלע לעבן דארט.
קודם כל, מהיכי תיתי.
שנית, אמעריקע דארף עפעס צושטעלן פאר יעדע מענטש אויף פלאנעט ערד גאלדענע שענדעליערס? אזיל רעכט איז געמאכט פאר מענטשן וואס זייער לעבן איז אין א סכנה, נישט פאר מענטשן וועלכע ווילן עסן ווייסע ברויט אנשטאט שווארצע.
Goodmorning האט געשריבן:לויטמין ווי איך פארשטיי קומען זיי דא צו קלעימען אזיל רעכט און נאר ווער עס קען אויפווייזן אז זייער לעבן איז אין א סכנה קען דא אריינקומען. מען קען נישט אריינשווערצען אזא קאראוואן.
אקעי, סאו דו ביזט מודה אז עס האט נישט קיין פשט אריינצולאזן די גאנצע קאראוואן. לאמיר הערן וואס די ניגון וועט זיין ווען די מידיע וועט וויינען מיט קראקאדיל טרערן היתכן מען לאזט זיי נישט דורך די גרעניץ.
דו ווייסט וויפיל מענטשן גייען דורך די גרעניץ אומלעגאל יעדן חודש? איך געדענק נישט אפהענד די יעצטיגע נאמבערס, אבער אונטער אבאמא איז געווען צייטן וואס בלויז די צאל אנעקאמפעניד קינדער האבן געגרייכט אין די צענדליגער טויזנטער! אמעריקע'ס ריזן גרעניץ מיט מעקסיקא איז אויף גאר אסאך פלעצער ריזיגע פוסטע, אפענע שטחים, און עס איז זייער שווער צו כאפן יעדעם וואס קומט אריין. און איינמאל איינער איז שוין אין לאנד איז אים דעפארטירן שוין א פראסעס פון חדשים אדער יארן, און קאסט אפ די שטייערצאלער צענדליגער ביליאנען.
און וואס זאלן די גרעניץ וועכטער טון וועם עס קומען אן עטליכע טויזנט מענטשן און פרובירן דורכצוגיין, שיסן אויף זיי?
ס'דא איין עצה: בויען א וואנט.
(דו ביזט דאך שטארק פאר א קלענערע דעפיציט. טראכט א סעקונדע וויפיל געלט די וואנט וועט שפארן פאר די פעדעראלע רעגירונג אין אימיגרעישאן קאורט קאסטן, דיטענשאן פעסיליטיס, בארדער פאטראל אגענט וכו'.)
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.