דראמא: קאראוואן פון טויזנטער שפאנישע אימיגראנטן אויפן וועג קיין אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

דראמא: קאראוואן פון טויזנטער שפאנישע אימיגראנטן אויפן וועג קיין אמעריקע

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 am

דראמאטישע נייעס שפילט זיך איצט אפ, ווען א קאראוואן פון טויזטער מעקסיקאנער פליטים זענען אויפן וועג צו גרייכן די אמעריקאנער גרעניצן. זיי קומען אלע אינאיינעם און גרייטן זיך צו באלאגערן דעם גרעניץ אויף א פארנעם וואס די גרעניץ באאמטע וועלן זיי נישט קענען קאנטראלירן.

אין אנאנדערן אשכול האט פעיק ניוז באריכטעט איבער דעם:
פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א ביטע צו מעקסיקא אז זיי זאלן אפשטעלן א קאראוואן פון פליטים וואס שטראמען אינאיינעם צום אמעריקאנער גרעניץ אין א פרואוו צו קריגן אזיל-רעכט, און געווארנט אז אויב וועלן זיי נישט באווייזן דאס צו טון וועט ער פארארדענען דעם מיליטער צו גענצליך אפשליסן דעם גרעניץ צווישן אמעריקע און מעקסיקא.

דאס קומט נאכדעם וואס ער האט געווארנט די רעגירונג פון האנדורעס צו אפשטעלן אלע פינאנציעלע שטיצע אויב זיי שטעלן נישט אפ דעם קאראוואן, און דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו גרייט זיך היינט צו אפרייזן קיין מעקסיקא וואו ער איז ערווארטעט צו אויפברענגען דעם פראבלעם מיט זיינע מעקסיקאנער קאנטער-קאלעגעס.

דער קאראוואן האט זיך ארגינעל ארויסגעלאזט פונעם שטאט סאן-פעדרא אין האנדורעס, א שטאט וואס ווערט געפלאגט פון שוידערליכע ווילדע פארברעכן און רציחות, און עס האבן זיך אנגעשלאסן אויפ׳ן וועג נאך יחידים און פאמיליעס וועלכע זוכן צו אנטלויפן קיין אמעריקע, דער קאראוואן ציילט יעצט מער פון 4,000 מענטשן, און אויב גרייכן זיי דעם אמעריקאנער גרעניץ קען עס שאפן ערנסטע קאפ ווייטאג פאר די אימיגראציע באאמטע.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:32 am

ווי האלט יעצט די קאראוואן? ווען דארפן זיי אנקומען?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:45 am

מצב כללי האט געשריבן:ווי האלט יעצט די קאראוואן? ווען דארפן זיי אנקומען?

זיי האבן נאך א מהלך צו גיין.

זיי זענען היינט אנגעקומען קיין גואנטעמאלא, דארט האבן זיי זיך געשלאגן מיט די פאליציי אז מען זאל זיי צולאזן צו שעלטערס. נאך א לענגערע געפעכט האבן די פאליציי צוגעלאזט לאקאלע בירגער זיי צו געבן עסן און טרינקן.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:58 am

איך האף אז די מינומים וועדזש וועט כאטשיק אראפגיין מיט אזויפל פרישע חברה
#סופליי ענד דימענד. :lol:
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:09 am

קוקט עפעס נישט אויס ווי פיר טויזענט מענטשן

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:16 am

זיי שפאנען אין ריזיגע גרופעס. איך קען נישט ארויפלייגן רוב בילדער צוליב נשים.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:19 am

זיי וואקן אזוי אגאנצן טאג?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:21 am

מער ווייניגער.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:27 am

ואס ווילן זיי? חלום'ן זיי דען אז יר"ה וועט זיי אריינלאזן?
פ"וו האבן זיי נישט פראבירט ביים פריערדיגן יר"ה זכרונו לסרחה?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:29 am

זיי האבן פרובירט ביים פאריגן אויך, זינט 2008 קומען יערליך אזעלכע קאראוואנען.

די לעצטע מאל אזא קאראוואן איז ערשינען איז געווען א האלב יאר צוריק, ווען ס'האט זיך געטון איבער אפטיילן קינדער פון עלטערן. דאסמאל איז עס אבער אסאך מער מענטשן.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 9:52 am

זיי פלאנען נישט בדווקא אריינצוקומען קיין אמעריקע נאר אויב מעקסיקא וועט זיי נישט געבן קיין שוץ.

עס איז ארומגעפארן בילדער ווי מען טיילט קעש, יא קעש, פאר אלע באטייליגטע אונעם קאראוואן, דאס מיינט אז איינער שטייט אונטער דעם, די מערסטע פינגער טייטלען צו דזשארדזש סאראס.

בד״וו די קעפל איז א טעות, זיי זענען בכלל נישט קיין מעקסיקאנער נאר קומען פון האנדוראס און ארומיגע לענדער קיין מעקסיקא.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 9:54 am

אויב קען מען עס טרעיסען צו סאראס קען מען אים אפשר קלאגן פאר קאנספירעסי אריינצוקומען אין לאנד אומלעגאל..
Innocent until proven Republican

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 9:59 am

שוין דא קאנגרעסלייט וואס רופן פאר אן אויספארשונג

דאס איז פון מעט געטץ:

BREAKING: Footage in Honduras giving cash 2 women & children 2 join the caravan & storm the US border @ election time. Soros? US-backed NGOs? Time to investigate the source!

און דאס שרייבט ער יעצט:

UPDATE: Because a Honduran government official sent me this video, I believed it came from Honduras.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 10:36 am

אזעלכע משוגעים מען האט געמאכט א גאנצע תורה פון מאכן לעגעטים איליגעל אימיגרעישען און מען איז גרייט איינצעשטעלען די סיקיוריטי פון די אייגענע לאנד און בירגער

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 11:27 am

אין א זייטיגע נאוט,
די פרעזידענט פון גוואטעמאלע (פון ווי א חלק פון די קאראוואניסטן זענען) האט לעצטנס געזאגט אז זיי ווייסן פון ארום הונדערט אייסיס מיליטאנטן וואס דרייען זיך דארט אין לאנד.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:59 pm

מ'דארף שטיין מיט וואפן ביים גרעניץ, דער וואס לויפט אדורך זאל ווערן א ציל פונקט פאר די סאלדאטן.
יא, איך ווייס אז מיין זיידע האט אדורכגעשווערצט דעם גרעניץ ביי די מלחמה. סאו?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:32 pm

יידייש, דאכצעך אז דו ביזט זייער שטייף קעגן מינימיזירן די האלאקאוסט.
אין האנדורעס קומט פאר א האלאקאסט?
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Innocent until proven Republican

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:32 pm

מעקסיקא נעמט שוין קער פון זיי

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:01 pm

הער איך אז אמעריקע מיט מעקסיקא זענען זיך שוין דורכגעקומען וואס צו טוהן מיט חברה, איינער מיט מער דעטאלן?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:08 pm

עס איז געבליבן אז מען וועט אריינמושן די יו ען קאמישינער פאר רעפיודזשיס און האנדלען לויט די אינטערנאציאנאלע געזעצן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מוצ"ש אוקטובער 20, 2018 9:44 pm

טראמפ האט אין די וויקענד אפגעהאלטן דריי #מאגא ראליס ווי ער האט שטארק אפגעשראקן דעם עולם איבער אימיגרעישן אין ליכט פונעם אנקומענדיגן קאראוואן.

זעט אויס אז די קאראוואן איז געקומען פאר אים אין די ריכטיגע מינוט צוריק ארויפצוברענגען אימיגרעישן אויפן בעלעט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש אוקטובער 20, 2018 9:47 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:טראמפ האט אין די וויקענד אפגעהאלטן דריי #מאגא ראליס ווי ער האט שטארק אפגעשראקן דעם עולם איבער אימיגרעישן אין ליכט פונעם אנקומענדיגן קאראוואן.

זעט אויס אז די קאראוואן איז געקומען פאר אים אין די ריכטיגע מינוט צוריק ארויפצוברענגען אימיגרעישן אויפן בעלעט.

אפשר זאל זיי זיך יא אריינכאפן און ס'זאל ווערן כאאס, און ס'וועט איהם זיין לתועלת צו באקומען געלט פאר די וואנט...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מוצ"ש אוקטובער 20, 2018 10:04 pm

וועט מעקסיקא זיי געבן שוץ צו נישט?

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג אוקטובער 21, 2018 3:27 pm

עס פארן מיט א גרויסע מעדעצינישע שטאב מיט זיי

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג אוקטובער 21, 2018 3:29 pm

אלעס צופיס? וויפיל מייל איז די רעדע?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], אזוי וויל איך, אראפ געלאזטע נאז, ברוך, גימפעל, גליטשעדיג, כתמר יפרח, פינחס, ראספשע, שטיל, שכל טוב און 68 געסט