א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטילער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דינסטאג מאי 14, 2019 8:38 pm

איינער האט נאך מילך ???? כהאב נאך א געוואלד מיט קאקאש!

הבל טענקס עי מיליאן!!

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מיטוואך מאי 15, 2019 7:57 am

Wow that was a good one!! Thanks a million

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 15, 2019 10:26 am

מיטוואך אמור




לויט אן אנקעטע גרייטן זיך אזויפיל ווי א מיליאן לאנדאנער ארויסצוקומען פראטעסטירן אקעגן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט ביי זיין באזוך אין בריטאניע
*
ספיקער פעלאסי, סטעני האיער, און דזשים קלייבורן און קאנגרעסמאן ניעל טרעפן זיך היינט מיט טראמפס האנדלס אמבאסאדאר ראבערט לייטהייזער צו רעדן איבער די ניי אויסגעהאמערטע אפמאך מיט קאנאדא און מעקסיקא וועלכע דארף נאך ווערן באשטעטיגט אין קאנגרעס
*
די TSA פלאנט צו שיקן הונדערטער אפיצירן אריינגערעכנט מארשאלס צום גרעניץ מיט מעקסיקא
*
א טאג נאך די מיטינג פון סענאטארן מיט וויצע פרעזידענט פענס, דזשעראד קושנער און סטיווען מילער איבער די פרעזידענטס אימיגראציע פלענער טוט היינט סענאטאר גרעהעם פארשטעלן א גרעיץ זיכערהייט און אימיגראציע ביל
*
די יוסטיץ דעפארטמענט האט אפעלירט צו ריכטער מעטא וועלכע גרייט זיך צו אורטיילן איבער פארעפנטליכן טראמפס פינאנציעלע רעקארדס אז ער זאל פארלאנגזאמען די צוגעאיילטע פראצעדור און זיך דערווייל אפהאלטן פון עס טוהן
*
פריער אין וואך האבן מיר געהאט די פאלגענדע באריכט:
די סענאט וועט עפענען איר היינטיגע סעסיע אום 3 נאכמיטאג צו דעבאטירן די נאמינאציע פון מייקל טראנקעל (וועלכע איז געלאפן צום 14'טע דיסטריקט אין טעקסאס אין 2012 למספרם) צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר מזרח טעקסאס
אום 5:30 וועט פארקומען די אפשטימונג פאראויסצורוקן די נאמינאציע
טראנקעל איז געווארן באשטעטיגט אין די יורידישע קאמיטע מיט 12-10 באזירט אויף פארטיאישע ליניעס און וועט זיין די 64'סטע דיסטריקט ריכטער פון טראמפ צו ווערן באשטעטיגט
ער כאן הבאריכט
למעשה נאט די סענאט נעכטן באשטעטיגט זיין נאמינאציע מיט 49-46 ווען סענאטאר ראמני האט געשטימט אקעגן אים צוליב זיינע אנטי אבאמא קאמענטארן
דער ריכטער איז שארף אקעגן אבאמא קעיר און אקעגן ארגאנאזאציעס וועלכע פירן דורך חוקי רציחה
*
פרעזידענט טראמפ איז נעכטן געווען אין ליוזיאנא און האט אויפגערופן עטליכע ארבעטער צו פארציילן זייערע געשיכטעס
ביי איין פאל האט ער ארויפגערופן א מאן וועלכע האט פארלוירן זיין ארבעט מיט 20 יאר צוריק און האט עס לעצטנס צוריק באקומען
אויפן טעלעפראמטער איז געשטאנען אז יענער האט פארלוירן זיין דזשאב מיט 20 יאר צוריק אין 2015 למספרם
טראמפ האט נאכן זאגן אז עס האט פאסירט מיט 20 יאר צוריק באמערקט אז עס שטייט ווייטער 2015 למספרם אין די דאטום שטימט נישט
טראמפ האט זיך הויך געפרעגט ווער עס האט געשריבן די רעדע זאגנדיג " קאנגראטולאציעס צו מיין רעדע שרייבער!
נאך גוט אז איך האלט מיך נישט צופיל צו פארגעשריבענע רעדעס.. אבער עס איז 20 יאר און נישט 2015 למספרם
דערנאך אז יענער ארבעטער ארויפגעקומען און באשטעטיגט אז ער האט פארלוירן די ארבעט מיט 20 יאר צוריק
*
נאך די טראמפ באזוך אין ליוזיאנא האט דער דעמאקראטישע גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס וועלכע לויפט איצט פאר ווידערערוויילונג געזאגט אז טראמפס באזוך איז א באווייז אז די סטעיט רוקט זיך אין די גוטע דירעקציע
*
נעכטן אין אוונט איז געקומען די נייעס פון אן אפמאך צווישן די סענאט שפיאנאזש קאמיטע מיט דאן דזשוניאר איבער א הירינג אבער אינמיטן טאג נאך איידער די אפמאך איז ארויס האט מען געפרעגט סענאטאר גרעהעם איבער סענאטר בור'ס צוגאנג
סענאטאר גרעהעם : איך האב אסאך צוטרוי אין אים און אויב ער נויטיגט זיך אין מער אינפארמאציע צו קענען שליסן זיין אויספארשונג איז ער פילייכט בארעכטיגט צו פרובירן עס צו באקומען אבער ווער נישט איבערראשט אויב אן אדוואקאט וועמענס קליענט איז שוין דורך די אויספארשונג פראצעדור זאגט אז גענוג איז גענוג
*
זינט די נייעס איבער די דאן דזשוניאר סובפינע איז געווארן באקאנט (ביז נעכטן נאכט ווען די אפמאך איז ארויס) האט זיך סענאטאר נאכאנאנד געדארפט ספראווען מיט די מידיא לייט וועלכע האבן געזוכט ארויסצוקוועטשן עפעס אינפארמאציע פון אים און ער האט פרובירט זיך אפצושאקלען דערפון
איין קאמישע פאל איז זיך נעכטן פארלאפן ווען בור איז אפגעשטיגן אינאיינעם מיט סענאטאר שעלבי פון א סאבוועי אינעם סענאט קעלער
די רעפארטער וועלכע האבן אים פארפאלגט אים האבן שוין געוואוסט צו ווארטן אויפן סענאטאר און בור זעענדיג די גליק וואס האט אים באטראפן האט ער פרובירט דורכצושניידן די פארזאמלטע מאסע שרייענדיג: "שעלבי האט נייעס" "שעלבי האט נייעס", די רעפארטער האבן זיך שנעל אפגעלאזט ערלויבנדיג צו פארשוואונדן ווערן
די פרעסע לייט האבן זיך א לאז געטוהן צו שעלבי ווי אויסגעהונגערטע צי א ביסן ברויט אבער שלעבי האט בלויז געקענט באשטעטיגן אז ער באזיצט נישט קיין שום נייעס..
*
מאנטאנא סענאטאר דזשאן טעסטער זאגט אז ער וואלט געגליכן צו זעהן מאנטאנא גאווערנאר בולאק אלץ פרעזידענט אבער איז נאכנישט גרייט אים צו אינדארסירן זאגנדיג אז ער האט נאך פריינט וועלכע לויפן ווי בענעט, בוקער און אויך ביידען איז א גוטער מאן
טעסטער זאגט אז ער האט שוין געזאגט פאר בולאק אז אפגעזעהן ווי שטארק איך גלייך אים זענען די אנדערע קאנדידאטן אויך גוטע מענטשן
שומער האט נעכטן אוועקגעמאכט די געדאנק אז ער איז אנגעגעסן אויף בולאק פארן נישט וועלן לויפן צום סענאט זאגנדיג אז ער האט בלויז גערעדט צום אים איינמאל מיט 6 מאנאטן צוריק און בולאק האט אים דאן קלארגעשטעלט אז ער לויפט פאר פרעזידענט
אן אנדערע סענאטאר האט נעכטן שטארק געברויזט אויף די באשלוס פון בולאק צו לויפן פאר פרעזידענט און אויסגעדרוקט האפענונג אז די לופט פון זיין קאמפיין זאל אויסלויפן גענוג פרי אז ער זאל נאך קענען אריינשפרונגען אין א סענאט פארמעסט
די פלאן פון דעמאקראטן צוריקצונעמען די סענאט לויפט נישט אדורך די רויטע מאנטאנא אבער וואלט גוט געשטאנען פאר דעמאקראטן אויסצושפרייטן די היץ און רעפובליקאנע פאנדן צו פארזיכערן אז סענאטאר דעינס (אמטירנדע רעפובליקאנער) איז פארזיכערט מיט זיין זיץ
*
מיזורי גאווערנאר רעקארדירט א ראדיו מעסעדזש אין שטיצע פון זיין ליוטענאנט ריוועס אים באצייכענענדיג אלץ גוטע מיטארבעטער און אז מיר מוסזן אנהאלטן די גאווערנאר אפיס צו קענען ארבעטן מיט פרעזידענט טראמפ
עס איז די 60'טע ראדיו רעקלאמע פון די ריוועס פאר גאווערנאר קאמפיין
*
אין קענטאקי האט די סטעיט אטוירני דזשענעראל ענדי באשאר (ד) געמאלדן אז זיין גאווערנאר קאמפיין האט אויפגעטריבן 304 טויזנט דאלער צווישן אפריל 22 און מאי 6 למספרםאון האט שוין אלעס אינאיינעם אויפגעטריבן איבער 2.2 מיליאן דאלער
*
דווייט עווענס פון פענסילוועניע וועלכע פארטרעט די 16'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט אינדארסירט דזשאו ביידען פאר פרעזידענט ווערנדיג די 14'טע קאנגרעס מיטגליד צו גיין מיטן ביידען קאנדידאטור
*
דאן האט נאכגעפאלגט די 17'טע אינדארסירונג פאר ביידען וועלכע איז געקומען פון טעקסאס קאנגרעסמאן וועלא פיילמאן וועלכע איז די ערשטע פון זיין סטעיט צו גיין מיט ביידען און איבערהיפן קאסטרא און ארורק וועלכע קומען פון זיין סטעיט
*
ווי נעכטן געמאלדן איז געווארן אפגעהאלטן די ספעציעלע רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט אין נארט קאראליינעס 9'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
סטעיט סענאטאר דאן בישאפ האט אפגעהאלטן א לייכטע זיג און וועט זיך פארמעסטן אום סעפטעמבער 10 למספרם מיטן דעמאקראט
בישאפ איז געווען דער ספאנסאר פון די ביל וועלכע פרובירט איצט צו מאכן איר וועג אריין אין סופרים קאורט אז בריות משונות אין שולע זאלן נישט קענען זיך באנוצן מיט פריוואטע צימערן לויט זייער באגער ווען עבס איז אנדערש ווי די אנגענומענע פארשריפטן
*
אין טעקסאס 23'טע קאנגרעס דיסטריקט האט א וועטעראן פון די איראק קריג דזשינע אריץ דזשאונס פארפעלט אין 2018 למספרם ארויסצושטויסן דעם רעפובליקאנער ביל הארד פון אפיס
נעכטן האט ארץ געמאלדן אז זי וועט ווידעראמאל לויפן פארן זעלבן זיץ און געמאלדן אז אין די ערשטע 8 שטונדן נאכפאלגנדיג איר מעלדונג האט זי שוין אויפגעטריבן 100 טויזנט דאלער
*
די אלאבאמא סטעיט סענאט האט נעכטן צוגעשיקט צום גאווערנארס טישל א גאר שטרענגע אנטי רציחה ביל וועלכע איז די סאמע שטרענגסטע ביל אין לאנד און פארבאט רציחה פראקטיצירונג אין ממש כמעט יעדן פאל
די גאווערנאר פרוי קעי אייוועי האט איינגענומען א שטילקייט איבער אויב זי פלאנט עס אונטערצושרייבן אדער וועטאאירן
איר ווארטזאגערין לארי דעיוויס דזשאונס האט נעכטן נאכט ארויסגעשיקט אן אימעיל אז די גאווערנאר וועט נישט קאמענטירן איידער זי באקומט א שאנס געהעריג איבערצוקוקן די לעצטע ווערסיע פונעם ביל וועלכע איז נעכטן אריבער די סענאט
עס איז וויכטיג אונטערצושטרייכן אז אין אלאבאמא איז די לעגיסלאטור דער די פאקטא אויטאריטעט איבערן גאווערנאר ווייל לויטן ארטיגן געזעץ קען די סענאט מיט אן איינפאכע מאיאריטעט אנידעשטימען א וועטא פונעם גאווערנאר און דעריבער שפילט נישט איר באשלוס אזא ערנסטע ראלע
*
גאווערנאר געווין ניוסאם פון קאליפארניע האט פארדאנירט אצאל קאמבאדיען אימיגראנטן וועלכע זענען אויסגעשטאנען צו ווערן דעפארטירט פון לאנד
*
אין ניו העמפשיר איז נעכטן געקומען די טויט קלאפ פאר די לעצטע האפענונגען פון סענאט רעפובליקאנער צו רעקרוטירן דעם פאפולערן גאווערנאר קריס סונונו צו לויפן אקעגן דעם דעמאקראטישן סענאטארשע שאהין
סונונו האט נעכטן אפיציעל געמאלדן אויף די לאקאלע ראדיו כוואליעס זיין באשלוס צו לויפן פאר א דריטן טערמין פאר גאווערנאר
איצט וועלן רעפובליקאנער צוזן רעקרוטירן א שוואכערע סארט קאנדידאט און דערווייל מעלדט דער געוועזענער ניו העמפשיר הויז ספיקער ביל אברייען אז ער באטראכט ערנסט צו לויפן אקעגן שאהין
*
דזשאו ביידען איז אומקלאר איבער זיין שטעלונג אויף קארי בוקערס'ס פלאן אז מען זאל מאכן א פעדעראלע לייסענס פאר די וואס באזיצן ביקסן
מאנטאג האט ער רעאגירט אז ער גלויבט אז א סטעיט קען מאכן א לייסענס(מיינענדיג לאפוקי פון די פעדעראלע רעגירונג)
נעכטן דינסטאג איז ער נאכאמאל געפרעגט געווארן און געענטפערט אז ער האט קיינמאל בעפאר נישט געהערט פון אזא געדאנק און איך גלויב אז עס איז ווערט אריינצוקוקן דערין
*
סענאטארשע דזשיליברענד וועט אפהאלטן א קאמפיין אויפטריט מיט פרויען אין אטלאנטא ביי די ארטיגע סטעיט הויז
*
געבורטן אין די פאראייניגטע שטאטן פאלן צו די נידריגסטע ראטעס זינט 1980 למספרם
*
פרעזידענט טראמפ האט דערווייל געהאט א געלעגנהייט ארויפצושטעלן צוויי ריכטער אויפן סופרים קאורט און עקספערטן האבן ערווארטעט אז די צוויי וועלן זיין ווי צווילינג אין זעלבן קלאס
גארסוטש און קעווענאו האבן ביידע געלערנט אינעם זעלבן הויך שולע אין די זעלבע צייט און שפעטער געארבעט אלץ קלוירקס פאר ריכטער קענעדי אינעם זעלבן טערמין
זיי האבן בידע סערווירט אלץ אפעלאט ריכטער איבער 10 יאר ציענדיג אויפמערקזאמקייט פון קאנסערוואטיווע יוריסטן און גרופעס איבערן לאנד הויפטזעכטליך פון די פעדעראליסט סאסייעיטי מיט רייע אורטיילן אויף פילצאליגע קעיסעס פון אלע סארט
ביידע זענען געווארן באשטעטיגט צום באנק מיט שמאלע אפשטימונגען מערסטנס לויט פארטייאישע ליניעס
קעווענאו איז נאכנישט אויפן געריכט פאר א גאנצע טערמין און דעריבער האט ער נאכנישט געהאט קיין געלעגנהייט צו שטימען אויף די סאמע העכסטע פראפיל קעיסעס וועלכע ווערן אנטשידן ענדע יוני למספרם ווי די צענזוס, גערימענדערינג און רעליגיעזע מאנומענטן אויף רעגירונג טעריטאריע אבער גענוג האט זיך שוין אפגעשפילט אז אנאליסטן זאל אויפכאפן אז אמווייניגסטנס אויף ביזדערווייל זענען די צוויי ריכטער נישט ממש קיין אידענטישע צווילינג..
עס איז נישט דא צופיל הויכע ערווארטונגען אז סיי ווער פון די צווי זאלן אנטוישן זייערע קאנסערוואטיווע אנהענגער אויף די אויבנדערמאנטע קעיסעס אבער עס איז יא דא גענוג ארט ווי די דיפרענץ צווישן די צוויי קומט אפט צום אויסדרוק
ביידע זענען רעכט גענויגט אבער שיילן זיך ארויס צו זיין אנדערע סארט קאנסערוואטיוון, ווען גארסוטש איז א פאלקסישע סארט מיט א זאפטיגע סארט שרייבן סטיל וועלכע איז גענויגט צו שטימען צוזאמען מיט ריכטער אליטא און טאמאס אין די צייט וואס קעווענאו איז מער פארזיכטיג וועלכע איז דערווייל געווען אין די מאיאריטעט מער ווי סיי וועלכע ריכטער דעם טערמין און וועט אפט נויגן מיט הויפט ריכטער ראבערטס וועלכע איז דער מערסט צענטריסטישער אין דעם איצטיגן געריכט
גארסוטש האט זיך אנגעשלאסן אינעם געריכט מיט א פעסטע צוגאנג קלאר שטעלנדיג זיין מיינונג אזוי פרי ווי מעגליך אן זיך רעכנען מיט וואס אנדערע קענען מעגליך האלטן ווען קעווענאו איז אריינגעקומען פיל מער איינגעהאלטן און באשיידן ווארשיינליך צוליב די סקאנדאל וואס האט געפלאגט זיין נאמינאציע
אויסער די גאר גרויסע קעיסעס איז דא גענוג ווי מען קען נאכפאלגן די גאנג פון ריכטער , א שטייגער ווי וועלכע קעיסעס זיי גייען איין אויסצוהערן, די באשלוס איבער ווי ברייט אן אורטייל זאל גיין, און אויף וועלכע באזיס זדי אורטייל זאל זיין באגרינדעט
אין אלע דריי אויבנדערמאנטע געביטן האט זיך די אליאנץ פון די צוויי ריכטער געשפאלטן
ריכטער גארסוטש ציהט נאכאנאנד צו רעכטס און וויליג ארויסצוגעבן אורטיילן מיט א באדייט און ווירקונג אויפן לאנגן טערמין און איז נישט איבריג באזארגט איבער עקזיסטירנדע פרעצעדענט
גארסוטש גלייכט אויסצוטייטשן די מערסט איינפאכע ווערסיע פון די ארגינעלע ווערטער וועלכע די שרייבער פון די קאנסטיטוציע האבן געמיינט ווען זיי האבן איר אדאפטירט
גארסוטש איז אומסימפאטיש איבער ארגומענטן פון פראגמאטיזם און ו7וערט אומגעדולדיג מיט אדוואקאטן וועלכע אדרעסירן נישט זיינע פראגן אויף זיין אייגענע טערמינען
ביי איין פאל האט גארסוטש געזאגט: מיר הערן אסאך אין דעם צימער איבער וואס עס מאכט סענס, מיר אינטערסירט אבער איבער וואס עס איז די געזעץ
ווען דער אדוואקאט האט אים נישט געגעבן א צופרידנשטעלנדע ענטפער האט אים גארסוטש אוועקגעמאכט
אינעם זעלבן טאג ביי א צווייטע קעיס האט ריכטער קעווענאו זיך ארויסגעברענגט אינעם שטארקסטן קאנטראסט זאגנדיג: אז ער וויל נעמען אין באטראכט איבע רוואס עס מאכט סענס
קעווענאו האט רעטאריש געפרעגט אז אויב די געזעץ איז אומקלאר לאזנדיג פלאץ פאר צוויי וועגן איר אפצולערנען, זאלן מיר דען נישט ליבערשט קלייבן די מער פארשטענדליכע און פראקטישע צוגאנג?!
אום צום לעצט איז אינטערסאנט די אורטייל פון די וואך מאנטאג וועלכע קעווענאו האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל פאר די איבריגע 4 ליבעראלן און רעכטער גארסוטש האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל
עקספערטן ווארענען אבער נישט צו ציען פריע מסקנות ווייל אויך ריכטער טאמאס און גארסוטש זענען האבן געהאט בעסערע ראטע ווען עס קומט צו אורטיילן מיט די מאיארטעט אין אנהויב פון זייער קאריערע אויפן העכסטן געריכט אבער מיט די צייט זענען זיי געווארן מער לאיאל צו זייער אידעאלאגיע און דאס זעלבע קען פאסירן מיט די צייט מיט קעווענאו אויך

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך מאי 15, 2019 10:50 am

יישר כח! הבל איז די יופי פון דעם פלאץ!
אולי וואלט נישט געווען שווער צו מיטלייגן א Pdf, פאר די וואס ווילן עס ליינען במקומות אחרים.
(כ'מיין אז איינמאל מ'סעט אויף א סיסטעם וכו' איז עס א קלייניגקייט)

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך מאי 15, 2019 11:00 am

Wow הבל אזא גרויסע קאקש ...
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך מאי 15, 2019 11:10 am

wow שכוח ר הבל.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך מאי 15, 2019 12:37 pm

א נייער האט געשריבן:wow שכוח ר הבל.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך מאי 15, 2019 1:05 pm

על המחיה ועל הכלכלה
שכוח

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 15, 2019 1:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג קדושים




די סופרים קאורט האט צום 9'טן מאל אפגעשטופט די דאטום ווען זיי דארפן ענטפערן אויב זיי אקצעפטירן די קעיס פון די רעכטן בריות משונות סטודענטן זיך צו באנוצן מיט פריוואטע צימערן אין שולע לויט זייער באגער

און היינט מיטוואך האט די געריכט ווידער אפגעשטופט די קעיס צום 10'טן מאל

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך מאי 15, 2019 1:59 pm

מ'דארף האבן זייער אסאך סי פי יאו, צו פראסעסן אזוי פיל דעטע אין איין טאג!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 15, 2019 2:58 pm

א גרױסן יישר כוח ר' הכל!!!

-----
יעצט אפאר הערות.

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ איז נעכטן געווען אין ליוזיאנא און האט אויפגערופן עטליכע ארבעטער צו פארציילן זייערע געשיכטעס
ביי איין פאל האט ער ארויפגערופן א מאן וועלכע האט פארלוירן זיין ארבעט מיט 20 יאר צוריק און האט עס לעצטנס צוריק באקומען
אויפן טעלעפראמטער איז געשטאנען אז יענער האט פארלוירן זיין דזשאב מיט 20 יאר צוריק אין 2015 למספרם
טראמפ האט נאכן זאגן אז עס האט פאסירט מיט 20 יאר צוריק באמערקט אז עס שטייט ווייטער 2015 למספרם אין די דאטום שטימט נישט
טראמפ האט זיך הויך געפרעגט ווער עס האט געשריבן די רעדע זאגנדיג " קאנגראטולאציעס צו מיין רעדע שרייבער!
נאך גוט אז איך האלט מיך נישט צופיל צו פארגעשריבענע רעדעס.. אבער עס איז 20 יאר און נישט 2015 למספרם
דערנאך אז יענער ארבעטער ארויפגעקומען און באשטעטיגט אז ער האט פארלוירן די ארבעט מיט 20 יאר צוריק

לכאורה א טעות... יענער האט באשטעטיגט אז ער האט געארבעט 20 יאר ביי א קאמפעני, און אין 2015 האט זיך עס פלוצלינג אפגעשפארט צוליב די אבאמא ענערגיע געזעצן.
(ס'מיר געווען אינטערסאנט האבעך עס נאכגעקוקט אויפן ווייסע הויז וועבזייטל)


די אלאבאמא סטעיט סענאט האט נעכטן צוגעשיקט צום גאווערנארס טישל א גאר שטרענגע אנטי רציחה ביל וועלכע איז די סאמע שטרענגסטע ביל אין לאנד און פארבאט רציחה פראקטיצירונג אין ממש כמעט יעדן פאל
די גאווערנאר פרוי קעי אייוועי האט איינגענומען א שטילקייט איבער אויב זי פלאנט עס אונטערצושרייבן אדער וועטאאירן
איר ווארטזאגערין לארי דעיוויס דזשאונס האט נעכטן נאכט ארויסגעשיקט אן אימעיל אז די גאווערנאר וועט נישט קאמענטירן איידער זי באקומט א שאנס געהעריג איבערצוקוקן די לעצטע ווערסיע פונעם ביל וועלכע איז נעכטן אריבער די סענאט
עס איז וויכטיג אונטערצושטרייכן אז אין אלאבאמא איז די לעגיסלאטור דער די פאקטא אויטאריטעט איבערן גאווערנאר ווייל לויטן ארטיגן געזעץ קען די סענאט מיט אן איינפאכע מאיאריטעט אנידערשטימען א וועטא פונעם גאווערנאר און דעריבער שפילט נישט איר באשלוס אזא ערנסטע ראלע

דאס איז חוץ א מעשה אז סאיז באשטעטיגט געווארן מיט 25-6 מער ווי צוויי דריטל אינעם ארטיגן סענאט.

גאווערנאר געווין ניוסאם פון קאליפארניע האט פארדאנירט אצאל קאמבאדיען אימיגראנטן וועלכע זענען אויסגעשטאנען צו ווערן דעפארטירט פון לאנד

וויאזוי ארבעט עס? קען יעדע גאווערנער פארדאנירן אימיגראנטן?

געבורטן אין די פאראייניגטע שטאטן פאלן צו די נידריגסטע ראטעס זינט 1980 למספרם
*

טענקס דעמאקראטען... :-(
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שטילער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך מאי 15, 2019 6:08 pm

ישר כח הבל!

זייער הנאה געהאט פון דיין לאנגע אין ״קלארע״ באשרייבונג איבער די צוויי נייע סופרים קאורט ריכטער!!

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 15, 2019 7:14 pm

מיין קאמפיוטער זאגט מיר "אויסגעלאפן פון דאנק סטעיטמענטס", העל איך ביז איך העל אריינלייגן נייע, זין מוזן באנוצן מיט פשוט'ע
"א דאנק הכל הבל!!!!"

....
איין קליינע הערה נאר:

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך אמור


ווי נעכטן געמאלדן איז געווארן אפגעהאלטן די ספעציעלע רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט אין נארט קאראליינעס 9'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
סטעיט סענאטאר דאן בישאפ האט אפגעהאלטן א לייכטע זיג און וועט זיך פארמעסטן אום סעפטעמבער 10 למספרם מיטן דעמאקראט
בישאפ איז געווען דער ספאנסאר פון די ביל וועלכע פרובירט איצט צו מאכן איר וועג אריין אין סופרים קאורט אז בריות משונות אין שולע זאלן נישט קענען זיך באנוצן מיט פריוואטע צימערן לויט זייער באגער ווען עבס איז אנדערש ווי די אנגענומענע פארשריפטן
*

לויט ווי געזען באריכטעט און געשריבן דא, האט ער געוואונען 47% אנטקעגן ניין קאנדידאטן!!!
הייסט א לייכטע זיג?
(קען זיין איך בין מיסאינפארמד??)
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:24 am

יישר כח פאר די געשמאקע טעגליכע באריכטן

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:02 am

ישר כח!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:12 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:מיין קאמפיוטער זאגט מיר "אויסגעלאפן פון דאנק סטעיטמענטס", העל איך ביז איך העל אריינלייגן נייע, זין מוזן באנוצן מיט פשוט'ע
"א דאנק הכל הבל!!!!"

....
איין קליינע הערה נאר:

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך אמור


ווי נעכטן געמאלדן איז געווארן אפגעהאלטן די ספעציעלע רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט אין נארט קאראליינעס 9'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
סטעיט סענאטאר דאן בישאפ האט אפגעהאלטן א לייכטע זיג און וועט זיך פארמעסטן אום סעפטעמבער 10 למספרם מיטן דעמאקראט
בישאפ איז געווען דער ספאנסאר פון די ביל וועלכע פרובירט איצט צו מאכן איר וועג אריין אין סופרים קאורט אז בריות משונות אין שולע זאלן נישט קענען זיך באנוצן מיט פריוואטע צימערן לויט זייער באגער ווען עבס איז אנדערש ווי די אנגענומענע פארשריפטן
*

לויט ווי געזען באריכטעט און געשריבן דא, האט ער געוואונען 47% אנטקעגן ניין קאנדידאטן!!!
הייסט א לייכטע זיג?
(קען זיין איך בין מיסאינפארמד??)

איך האב מיך געמוטשעט ביים שרייבן אויב איך זאל נוצן דעם אויסדרוק לייכט וואוסנדיג אז געוויסע וועלן עס אויסטייטשן אוזי ווי דו האסט טאקע
די טערמין "לייכט" קען מען נוצן ווען מען שרייבט איבער א שמאלע זיג און אויך ווען מען וויל שרייבן אז ער האט עס געוואונען גאר גרינג און לייכט
אין דעם פאל האב איך געמייינט די צווייטע פשט און שקויעך פארן גיבן די געלעגנהייט אויסצוקלארן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:24 am

דאנערשטאג אמור





די דייטשע קאנצלערין אנגלא מערקעל מאכט אוועק קלאנגען אז זי וועט נאכן ענדיגן איר איצטיגע טערמין זוכן צו באקומען א הויכע אמט אין די אייראפעאישע יוניאן אין בריסל זאגנדיג אז מיטן ענדע איר איצטיגע טערמין קומט אן ענדע צו איר פאליטישע קאריערע
*
אין פראנקרייך באקומט דער פאליטיש געפלאגטער ערשט טערמיניגער פרעזידענט מאקרון עטוואס בעסערע נייעס ווען די ארבעטסלאזע ראטע איסז געפאלן צו 8.7%
די ציפער איז די נידריגסטע אין 10 יאר
*
אין ענגלאנד האט פרינץ הערי געשלאסן אן אפמאך מיט א נייעס אגענטור וועם ער האט באשולדיגט אין פרייוועסי און דאטא באשיצונג פארלעצונגען ווען זייערס א העליקאפטער האט געהויערט העכער זיין הויז נעמענדיג בילדער פון זיין סאלאן און שלאף צימער
ער האט באקומען אנטשעדיגונג און אן אפיציעלע אנטשולדיגונג (אין ענגלאנד די צווייטע פיל וויכטיגער ווי די ערשטע) איבער די אינצידענט
*
פרעזידענט טראמפ טרעפט האט היינט א פארנומענע סקעדזשועל ווען ער דארף זיך טרעפן אין ווייסן הויז מיט דער שווייצער פרעזידענט און שפעטער אדרעסירן די נייע אימיגראציע פארשלאג אין א רעדע צום פאלק און דאן פליען קיין ניו יארק סיטי אנטייל צו נעמען ביי א פאנדרעיזער פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין און פאר די רעפובליקאנע פארטיי
*
עס הייסט איצט אז די ווייסע הויז וועט ארויפשטעלן נייע טאריפס אויף אויטא אימפארטן און די דעדליין פאר טראמפ צו באשליסן איז געווען מאי 18 למספרם אבער נעכטן ביי א מיטינג האבן געהילפן דיסקוסירט א פאלן עס אפצושטופן פאר 6 מאנאטן צו גיבן צייט פאר די פארהאנדלונגען מיט יאפאן און אייראפע זיך אויסצוארבעטן
*
ביי א מיטינג איבער די פאליסי אויף סיריע האבן געזעצגעבער פרובירט צו איבערצייגן טראמפ אז ער זאל נישט ארויסציען די טרופן פונעם ראיאן
טראמפ האט זיך אנגערופן: ברענגט אהער סקעווינא (דער ווייסע הויז סאציאלע מידיא דירעקטאר)
ווען יענער איז ערשינען האט דער פרעזידענט אים געזאגט: זאג זיי ווי פאפולער מיין פאליסי איז (אויף סאציאלע מידיא)
*
קומענדיגע וואך וועט פארקומען א ספעציעלע בריפינג ווי גאנץ קאנגרעס וועט הערן א רעפעראט איבער די באנייטע אנגעצויגענע צושטאנד מיט איראן
קיין פונקטליכע דאטום איז נאכנישט באשטימט און עס הייסט אז פון די אנוועזנדע וועט זיין אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא
*
קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע פארזיצער עדעם שיף איז געפרעגט געווארן איבער די פארזוך פון זיין קאמיטע ארויסצובאקומען די אומצענזורירטע מולער באריכט
ער האט געהאט געשיקט א סובפינע וועלכע האט פארלאנגט פון אטוירני דזשענעראל באר עס צוצושטעלן ביז שפעטסטנס נעכטן
דערווייל איז דער נעכטן אדורך אן קיין אפיציעלע דורכברוך אבער שיף זאגט היינט אז די געשפרעכן מיט די יוסטיץ דעפארטמענט זעצן פאר און נישט געוואלט רעדן מער אויסער מיטן פארשפרעכן א מעלדונג שפעטער אין טאג
*
ביי א הירינג נעכטן אינעם סענאט רולס קאמיטע האט פארזיצער סענאטאר ראי בלאנט אנגעדייטעט אז די אורזאך פארוואס זיין קאמיטע האלט נישט אפ קיין פארהערן איבער וואלן זיכערהייט בילס איז צוליב די קעגנערשאפט פון מעקאנעל ארויפצוברענגן אזלעכע בילס אויפן סענאט פלאר און עס האט נישט קיין זין צו פארשווענדן צייט אויף בילס וועלכע גייען נישט אין ערגעץ
*
אין סענאט איז נעכטן געווארן באשטעטיגט קענעט לי צו סערווירן אויפן 9'טן סירקוט קאורט
באזונדער האט מען געשטימט אפצושטעלן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון ווענדי וויטער פאר דיסטריקט ריכטער
מיט 51-45 האבן סענאטארן געשטימט אז מען זאל אויפברענגן די נאמינאציע פאר אן ענדגילטיגן אפשטימונג
מעין סענאטארשע סוזען קאלינס האט געשטימט אקעגן ענדיגן דעבאטע פון די פרוי פון אירס א געוועזענע קאלעגע (די נאמינירטע איז די פרוי פונעם געוועזענעם סענאטאר דעיוויד וויטער)
*
דער ניו יארקער בירגערמייסטער ביל דעבלאזיא האט היינט פארעפנטליכט א ווידעא מעסעדזש אין וואס ער מעלדט אז ער איז א קאנדידאט פאר פרעזידענט און ער לויפט אונטער די מעעדזש לויפט אונטערן סלאגאן "ווארקינג פיפל פוירסט"
*
דזשאו ביידען'ס קאמפיין הויפטקווארטיר וועט ווערן סטאנציאנירט אין פילאדעלפיע פענסילוועניע
*
קאמאלא העריס האט נעכטן אויפגעטריבן 160 טויזנט דאלער פאר גרופעס אין שטיצע פון רציחה
דאס קומט אינעם זעלבן טאג וואס די אלאבאמא גאווערנאר האט אונטערגעשריבן די שטרענגסטע געזעץ אין לאנד אקעגן רציחה
*
אין ניו העמפשיר באקומט בערני סאנדערס זיין ערשטע פארציע פון אינדארסירונגען פון 8 סטעיט געזעצגעבער
*
עליזאבעט ווארען קומט ארויס מיט א פרישע פלאן און דאסמאל צו אדרעסירן די קארפארעיט איינפלוס אויפן פענטעגאן
ווארען רופט צו איינצומען די פארטיידיגונגס דעפארטמענט אציטיגע ווירטשאפט צוגאנג און און איינשטעלן פארטיידיגונג קאנטראקטער לאביאינג באגרעניצונגען
די פלאן קומט אין צוגרייטונג צצו איר היינטיגע קאמפיין באזוך אין ווירדזשיניע
*
מיזורי דעמאקראטישע אטוירני דזשענעראל און גאווערנאר קאנדידאט האט פארעפנטליכט רעזולטאטן פון אן אינערליכע אנקעטע וועלכע צייגט אז ער איז פאראויס פונעם רעפובליקאנעם ריוועס מיט 50-40 %
*
מיזורי רעפובליקאנער גאווערנאר קאנדידאט ריוועס: עס זענען דא היבש אסאך קריסטן וועלכע גייען אין קירכע און האבן זיך היסטאריש אידענטיפיצירט אלץ דעמאקראטן אין מיסיסיפי אבער זיי גלויבן אז די נאציאנאלע דעמאקראטישע פארטיי טוט איינפאך נישט רעפרעזענטירן וואס זיי גלויבן איבער לעבן און רציחה
*
אין ליוזיאנא האט די רעפובליקאנע גאווערנארס קאמיטע ארויסגעלייגט פרישע פעיסבוק רעקלאמעס צו ציהלן סווינג וויילער אקעגן דעם דעמאקראטישן גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס וועלכע לויפט היי יאר פאר ווידערוויילונג
*
ליוזיאנא דעמאקראטישע גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס זאגט אז ער וואלט אונטערגעשריבן די רעפובליקאנע ביל צו פארבאטן רציחה
*
אין די קענטאקי דעמאקראטישע פריימערי פאר גאווערנאר איז נעכטן פארגעקומען נאך א דעבאטע
דער גאר לינקער קאנדידאט יאנג האט אטאקירט באשאר און עדעלין און זיי באצייכנט אלץ קרוקס זאגנדיג אז דעמאקראטן וועלן נישט קענען באזיגן דעם אמטירנדן רעפובליקאנער גאוערנאר מעט בעווין מיט א קרוק
אויב דו ביזט א קאנסערוואטיוו וועל פאר ראקי (די מעסיגסטע קאנדידאט אינעם פארמעסט) און אויב דו ביזט א פראגרעסיוו דאן שטים פאר מיר
עדעלען האט רעאגירט מיט א שמייכל זאגנדיג בענטש יאנגס הארץ און באשאר האט גענטפערט אז ער האט שוין איבערצייגט איינמאל און נאכאמאל אז ער קען באזיגן בעווין
*
אין ניו העמפשיר טוט נישט גאווערנאר קריס סונונו פארשווענדן איבריג צייט און האט אנגעהויבן אגרעסיוו אויפצוטרייבן געלט פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין פאר א דריטע גאווערנאר טערמין
אין די זעלבע צייט האבן רעפובליקאנער אנגעהויבן מיט א זוך אקציע פאר א אינדרויסן פון פאליטיק סארט קאנדידאט מיט שיפע טאשן אונטערצונעמען א פארמעסט אקען דעם דעמאקראטישן סענאטארשע שאהין
*
א לאנגיעריגע געהילף צום געוועזענעם ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי זאגט אז מיר קענען מעגליך ערווארטן א צוריקקער פון קריסטי צו לויפן צום גאווערנאר אמט אין 2021 למספרם
*
צפון קאראליינעס רעפובליקאנער ליוטענאנט גאווערנאר דאן פארעסט זאגט אז ער פלאנט צו פירן א פאזיטיווע קאמפיין פאר גאווערנאר און נישט אטאקירן דאם אמטירנדער דעמאקראטישע גאווערנאר איבער די אנטי רציחה ביל וועלכע ער האט וועטאאירט
*
פאריאר אזא צייט פלעגט בעטא ארורק זיין אויפן קאמפיין באס און ארומרייזן טאג נאך טאג צו ווי מער ווינקלען אין די סטעיט טעקסאס אין זיין קאמפיין אקעגן סענאטאר טעד קרוז
עקספערטן צייגן אן אז דערווייל זעהט מען נישט פרוי העגער (ד) וועלכע לויפט אקעגן אקעגן סענאטאר דזשאן קארנין (ר) אקטיוו קאמפיינען
*
די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע פארזיצער טשערי באסטאס האלט אפ א פאנדרעיזער פארן מעסיגן דעמאקראטישן קאנגרעסמאן פון אילינאי ליפינסקי וועלכע שטייט אויס א פריימערי פון לינקס
*
אין פלארידא האט סענאטאר ריק סקאט אראפגעריסן קאנגרעסמאן טשארלי קריסט זאגנדיג אז זיין געהיימע רייזע קיין קובא איז א שאנדע
קריסט איז א געוועזענע רעפובליקאנער גאווערנאר וועלכע האט באשלאסן נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג נאר אנשטאט דעם לויפן צום סענאט ווי ער האט פארלוירן אין די פריימערי און שפעטער אלץ אינדעפענדענט און די אלגעמיינע פארמעסט אקעגן מארקא רוביא
שפעטער איז קריסט אריבער צו די דעמאקראטישע פארטיי און געלאפן נאכאמאל אלץ גאווערנאר און שמאל פארלוירן צו ריק סקאט וועלכע איז שוין איצט אין סענאט און קריסט איז איצט אין קאנגרעס
*
אין אלאבאמא האבן רציחה אקטיוויסטן געלופטערט א ריזיגע שילד העכערן סטעיט קעפיטאל געביידע מיט די שרייענדיגע ווערטער "רציחה איז אקעי"
*
דאטא ווייזט אז רעפובליקאנע וויילער וועלכע גייען מער אין קירכע וועלן ווייניגער שטיצן א גרעניץ וואנט און זיין ווייכער איבער אימיגראציע און זיין מער סימפאטיש צו אפריקאנע אמעריקאנע, היספאנישע,אזיאנער און להבדיל אידן
*
פרעזידענט טראמפ האט געשאנקן א פולע פארדאן פאר קאנראד בלעק , א נאנטע פריינט און מידיא פיגור וועלכע האט געשריבן א בוך איבערן פרעזידענט וועלכע איז געווארן באשולדיט אין אבסטראקטען יוסטיץ, און שווינדלערייען
אויסער דעם האט דער פרעזידענט אויך געשאנקען א פארדאן פאר א פריינט פון קושנער
*
קריס קריסטי האט זיך אומווילנדיג אנגעשטויסן אין טשארלס קושנער ביי א מיטאג
קושנער האט צושפאצירט צו קריסטי און אים גערייכט די האנט און פארלאזט די סצענע
*
א פייערלעשער וועלכע איז ערשינען צו א הילפסרוף אין וויסקאנסין איז געווארן פאטאל דערשאסן אין א שיסעריי וועלכע האט איבערגעלאטזט 3 טויט
*
די שטייער באורד אין קאליפארניע איז שוין אין א געפעכט זינט 1993 למספרם מיט גילבערט הייאט איבער אגעבליכע פארדינסטן וואס ער האט געהאט אין די סטעיט
די סטעיט האט אים געצימבלט דורכאויס אן אודיט אויף זיינע שטייער בויגנס און הייאט טענה'ט אז ער האט אין די צייט פון די פארדינסטן אין 1991 און 92 למספרם געוואוינט אין נעוואדע
הייאט האט גערופן די קאליפארניע באורד אין א נעוואדע געריכט אין די פראגע האט זיך אנטוויקלט אויב א סטעיט קען ווערן גערופן צו א פראצעס דורך פריוואטע בירגער אין געריכט הייזער אין אנדערע סטעיטס (די באורד זאגט אז די קעיס דארף פארקומען אין א קאליפארניע געריכט און נישט אין נעוואדע)
אין 1979 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז מען קען רופן א סטעיט אין א געריכט פון אן אנדערע סטעיט און די באורד האט אציט גערופן די סופרים קאורט אפצושאפן יענע פרעצעדענט
אין פאקט איז שוין די קעיס געווען אין סופרים קאורט אין 2016 למספרם קורץ נאכן טויט פון ריכטער סקאליא און די געריכט האט זיך דאן געשפאלטן אויף 4-4
איצט מיט קעווענאו וועלכע האט ערזעצט קענעדי און גארסוטש איבערגענומען די ליידיגע סקאליא זיץ איז געווען אומקלאר ווי אזוי די געריכט וועט נייגן
די וואך מאנטאג האט אבער די געריכט ענדליך ארויסגעגעבן א 4-5 אורטייל ווען ריכטער טאמאס שרייב די מאיאריטעט אורטייל גיבנדיג א זיג פאר קאליפארניע וועלכע וועט נישט קענען ווערן געקלאגט אין נעוואדע דורך פריוואטע בירגער
פון די אנדערע זייט האט ריכטער ברייער געשריבן א שארפע מינאריטעט אויסדרוקנדיג זארג אז די לייכטקייט מיט וואס מען שאפט אפ פרעצעדענט איז בלויז צוצוגרייטן דעם באדן נאכמער צו איגנארירן פרעצעדענט אין די נאנטע צוקונפט
(ברייער טוט גאנץ קלאר אנדייטן אז די קאנסערוואטיוון אויפן געריכט האפן אז זיי זאלן אין די נאנטע צוקונפט האבן די געלעגנהייט איבערצודרייען די סופרים קאורט פרעצעדענט צו לעגאליזירן חוקי רציחה)
*

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:58 am

גרויסע שכח הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:02 pm

שקר האט געשריבן:גרויסע שכח הבל

איר זענט מיין מוסר ספר אויף הכרת הטוב

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:05 pm

הכל הבל האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:גרויסע שכח הבל

איר זענט מיין מוסר ספר אויף הכרת הטוב

גלייב מיר איך ווייס נישט וויאזוי די מאכסט דאס. אזוי קלאר אזוי שיין אזוי מסדר די בוסט מיר ממש מחיה
זאט איך ליין די באריכט האב איך געסטאפט גיין קוקען אנדערע פלעצער די נייעס די האסט א גרויסע זכות
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:14 pm

הק' יישר כח

שטילער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:27 pm

א גרויסן שכח הבל! סאיז א פלעשזער צו ליינען דיינע ארטיקלען!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:12 pm

שקר האט געשריבן:גרויסע שכח הבל

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מאי 16, 2019 2:44 pm

שכוח הבל!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:32 pm

יישר כח, הכל הבל

איצטע אנגעקומן צי ליינען די היינטיגע באריכט.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, אידיש.טייפינג, לאנדאנער און 47 געסט