א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שימי התימני
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2016 1:13 pm

תגובהדורך שימי התימני » דינסטאג מאי 14, 2019 6:05 am

האלץ האקער האט געשריבן:
שטילער האט געשריבן:הבל, איך הייב אן פארשטיין וואס די אויסדרוק ״בעסער האט נישט קיין שיעור״ באדייט!

איך בּאַלעק מיר די פינגער יעדע איינציגע טאג!!

גיי אן!!! ישר כח!

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג מאי 14, 2019 7:41 am

א גרויסן ישר כח פאר די נעכטיגע נייעס! נאך אלטס פריש געווען!

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 14, 2019 11:54 am

דינסטאג אמור




4 סאודיער שיפן זענען געווארן סאבאטאזשירט אין די צייט ווען זיי זענען דורכגעשווימען די הארמוז וואסער וועג
אין א באזונדערע אינצידענט זאגט סאודיע אראביע אז א מאסיווע אויל פייפליין איז געווארן אטאקירט דואך דראונס קורץ נאך וואס תימן'ע רעבעלן האבן דערקלערט קריג אקעגן די קעניגרייך
*
די ניו יארק טיימס האט באריכטעט אז די ווייסע הויז באטראכט א פלאן צו שיקן 120,000 טרופן צום מיטל מזרח צו זיין גרייט פאר א מעגליכע קאנפליקט מיט איראן
מינוטן צוריק האט טראמפ געלייקנט די באריכט און צולייגנדיג אז עס איז אבסאלוט מעגליך אז ער וועט עס טוהן אבער אויב אין אזא פאל וואלט ער געשיקט פיל פיל מער
*
א באריכט צייגט אז אין 2018 למספרם זענען פארמער באנקראטן אין 6 מידוועסט שטאטן געשטיגן מיט 30%
אויך זענען אגריקולטור הלוואות וועלכע זענען דערווייל שפעט אין צאלונגען טארויף מיט 287% פון א יאר בעפאר
*
נאך א זיצונג מיט די עף בי איי מעלדט פלארידא גאווערנאר ראן דסענטיס אז רוסישע העקערס האבן בעפאר די 2016 למספרם וואלן אריינגעהעקט אין צוויי וויילער דאטא באזעס אין די סטעיט
*
מיט דעם וואס אטוירני דזשענעראל וויליאם באר האט אויפגענומען א יו עס אטוירני צו פארשן די רוסלאנד אויספארשונג האט סענאטאר לינדזי גרעהעם געזאגט אז ער שליסט זיין אויספארשונג אויף די טעמע און וועט צו ערשט אויסווארטן די אינספעקטאר דזשענעראל באריכט און דאן באשליסן ווי אזוי פאראויסצוגיין
און פארבינדעטע נייעס הערט מען אז די סי איי עי, עף בי איי, און דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש קאאפערירן מיט בארס אויספארשונג
*
די הויז יורידישע קאמיטע האט באשטימט מאי 21 למספרם אלץ די דאטום ווען דאן מקהען מוז ערשיינען פאר א פארהער
*
דאן דזשוניאר האט שוין געהאט איינגעשטימט 2 מאל צו א וואלונטיר פארהער דורך די סענאט שפיאנאזש קאמיטע אבער ער האט עווענטועל זיך ארויסגעצויגן דערפון און דאס האט געפירט צו די סובפינע וועלכע זיי האבן אים געשיקט מיט עטליכע טאג צוריק
ווען מען האט געפרעגט סענאטאר בור איבער סענאטאר גרעהעם'ס ראט פאר דאן דזשוניאר נישט צו קומען האט ער בלויז געזאגט אז מען דארף פרעגן סענאטאר גרעהעם דערוועגן
*
דזשעראד קושנער וועט היינט רעפירין רעפובליקאנע סענאטארן איבער זיין אימיגאציע פלאן ביי זייער וועכנטליכע דינסטאג מיטאג
*
לויט אן אנאליז קען קאליפארניע פארלירן איין קאנגרעס זיץ נאכן קומענדיגן צענזוס ציילונג
*
לויט א פיו ריסוירטש אנקעטע טוען אמעריקאנער שטיצן חוקי תועבה מיט 61-31
די ציפער רעכנט אריין 75% דעמאקראטן און 44% רעפובליקאנער
*
קומענדיגע וואך גייט די געוועזענע יו ען אמבאסאדארין ניקי העילי אפהאלטן א פאנדרעיזער אין ניו יארק סיטי אריינצוברענגן געלט פאר די קאמפיינס פון אייאווע סענאטארשע דזשאני ערנסט, אריזאנא סענאטארשע מארטא מקסעלי, וועסט ווירדזשיניע סענאטארשע שעלי מור קעפיטא, און מעין סענאטארשע סוזען קאלינס
*
פרעזידענט טראמפ וועט אנטייל נעמען ביי א פאנדרעיזער אין ניו יארק סיטי דעם דאנערשטאג
*
קענטאקי גאווערנאר מעט בעווין וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג האט א 53% אומצופרידנהייט ראטע לויט אן אנקעטע דורכגעפירט דורך פאבליק פאליסי פאלינג אינאיינעם מיט א ליבעראלע גרופע
לויט די אנקעטע וואלט בעווין באקומען 39% צו 49% צו א דעמאקראט אן קיין נאמען און 11% זענען אומבאשלאסן
*
אין מאנטאנא לויפט דער רעפובליקאנער סענאטאר סטיוו דעינס פאר ווידערערוויילונג אין 2020 למספרם
זונטאג איז דא געווען באריכטעט איבער א פילם פראדוצירער וועלכע קקלערט פון לויפן אויף די דעמאקראטישע זייט אדער פאר גאווערנאר אדער פאר דעם סענאט
נעכטן מאנטאג איז אבער געקומען אן אפיציעלע מעלדונג פון א צווייטע קאנדידאט ווילמאט קאלינס וועלכע איז אריינגעשפרונגען אינעם פארמעסט פאר סענאט
קאליננס איז דער מעיאר פון העלענא מאנטאנא און האט אין 2017 למספרם באזיגט א פיר טערמיניגער מעיאר ווערנדיג דער ערשטער אפריקאנער אמעקיקאנער מעיאר צו רעגירן אויף א סיטי אין מאנטאנא אין די סטעיט היסטאריע
*
אין אריזאנא וועט סענאטארשע מארטא מעקסעלי זיך פארמעסטן מיט דעם דעמאקראט מארק קעלי אין 2020 למספרם אין דעמאקראטן לייגן שטארקע האפענונגען אויף דעם זיץ
לויט אן אנקעטע איז מקסעלי פאראויס מיט בלויז 1% באקומענדיג 45% צו 44% פאר קעלי
*
היינט קומט פאר אין נארט קאראליינע'ס 9'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט א ספעציעלע פריימערי פארמעסט ווען 10 רעפובליקאנע קאנדידאן פארמעסטן זיך צו קענען לויפן אקעגן דעם דעמאקראט דען מקרעדי
*
איינע פון די מערסט דראמאטישע רעזולטאטן אין די וואל נאכט פון די פארלאפענע מידטוירמס ווען אנאליסטן האבן פארשטאנען אס דאס באדייט א גאר שטארקאע נאכט פאר דעמאקראטן איז געווען ווען מעקס ראס האט געוואונען אין ניו יארקס 11'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
רעפובליקאנער האפן שטארק צוריקצוכאפן דעם זיץ ביי די קומעדיגע וואלן און א רייע קאנדידאטן זענען ערווארטעט זיך צו פארמעסטן פאר דעם זיץ אריינגערעכנט א מעגליכע פרישע פרואוו פון דעם געוועזענם קאנגרעסמאן מייקל גרים
אבער נעכטן האט ניו יארקער קאנגרעסמאן פיטער קינג אינדארסירט אסעמבלי פרוי ניקאלע מאליאטאקיס וועלכע האט שוין דערקלערט איר קאנדידאטור פאר דעם זיץ
*
פאלגענד איז א באריכט וועלכע מיר האבן דא געשריבן מיט א צייט צוריק:
דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דעיוו לאובסעק וועלכע פארטרעט א דיסטריקט אין דרום מזרח אייאווע אין וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 49% אקעגן 44% וועט נישט זוכן ווידערערוויילונג
עס איז די צווייטע דיסטריקט אין אייאווע און נעמט אריין די דעמאקראטישע אייאווע סיטי ראיאן און צוגאב צו די בלויע קאלנער סווינג געגנטער פון דרום א צוזאמשטעל וועלכע קען מאכן די פארמעסט שטארק קאנקורירנד
טייל דעמאקראטן טוען מוטיגן ריטא הארט צו לויפן פאר דעם זיץ
הארט איז א געוועזענע סטעיט סענאטארשע וועלכע האט געוואונען א שווערע סווינג זיץ און איז אויך געווארן אביסל מער באקאנט אויף א סטעיטווייד פארנעם ווען זי איז געווען די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר ליוטענאנט גאווערנאר אין די 2018 למספרם וואלן
זי זאגט אז זי באטראכט ערנסט אריינצושפרינגען אינעם פארמעסט
מיר ברענגן ווידער אראפ די נייעס היינט ווייל איצט האט הארט אפיציעל געמאלדן אז זי שפרונגט טאקע אריין אינעם פארמעסט
*
אין אז מען רעדט שוין פון די אייאווע קאנגרעס פארמעסטן לאמיר ציטירן א שטיקל פון די נעכטיגע באריכט דא להוסיף נופך:
אין אייאווע'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דעמאקראט עיבי פינקענאוער ארויסגעשטויסן אין 2018 למספרם דעם אמטירנדער קאנגרעסמאן ראד בלום
היינט אינדערפרי האט עשלי הינסאן געמאלדן איר קאנדידאטור פאר דעם זיץ
הינסאן איז א הויז מעמבער אין די 67'סטע אייאווע הויז דיסטריקט און קען מעגליך אויסשטיין א פריימערי פארמעסט פונעם געוועזענעם קאנגרעסמאן בלום אבער האט גוטע נאמען באקאנטשאפט פון אירע צייטן אלץ נייעס ענקאר און פארמאגט שטארקייט אין די סובארב טייל פונעם דיסטריקט אין סידער רעפידס ווי זי סערווירט
עד כאן פונעם נעכטיגן באריכט
נו,פאליטיק איז דאך א קייט, ווען איינע לויפט צו העכערע אפיס דארף דאך א צווייטער לויפן צו ערפילן יענעמס זיץ,און מען הערט איצט אז עריק דזשערדע, דער דעמאקראט וועלכע איז אומסוקסעספול געלאפן
אקעגן הינסאן באטראכט איצט ווידער צו לויפן פאר די זיץ וועלכע הינסאן פארלאזט און דאס קען שאפן איינע פון די רייפסטע געלעגענהייטן פאר די דעמאקראטן צו פארכאפן א זיץ אינעם אייאווע סטעיט לעגיסלאטור
אגב, מיט די איינטריט פון הינסאן צום קאנגרעס פארמעסט איז שוין די דעמאקראטישע קאנגרעס קאמפיין קאמיטע ארויס מיט אן אטאקע אקעגן אירע שטימען אקעגן ארבעטער אין די אייאווע לעגיסלאטור
*
קארי בוקער וועלכע האט לעצטע וואך אויפגעוויקלט זיין פלאן צו באקעמפן שיסערייען אין אמעריקא קומט איצט ארויס מיט א פרישע פלאן צו אדרעסירן די באנוץ פון געווער צו באגיין זעלבסטמארד
די פלאן וועט צווישן אנדערן צוטיילן גרענטס פאר סטעיטס וועלכע פירן דורך "עקסטרעמע ריסק" געזעצן או דאס אויפנעמען א סיניאר ווייסע הויז באאמטע וועלכע וועט סערווירן אלץ זעלבסמארד פארמיידונג קאארדינעיטאר
*
עליזאבעט ווארען פארשפרעכט צו שטעלן א געוועזענע פובליק שולע לערער/ין אלץ ערציאונגס סעקרעטאר/שע
נאך איר מעלדונג איז געווארן באקאנט אז א געוועזענע לערערין האט פארגעשלאגן די געדאנק פאר איר קאמפיין צוריק אין מערץ למספרם
*
בעטא ארורק זאגט אז ער אנערקענט אז קען טוהן א בעסערע ארבעט אויף מעסעדזשינג און ער פלאנט טאקע זיך ארויסצולאזן אויף א נאציאנאלע מידיא טור צו ריסעטן זיין קאמפיין
*
עליזאבעט ווארען האט אפגעזאגט א פאקס נייעס טאון האל
דאס קומט טראץ וואס זי האט די וואך באזוכט די רויטע וועסט ווירדזזשיניע און געווארן דארט אויפגענומען זייער פריינטליך
זי זאגט אז פאקס קען קומען דעקן אירע אויפטריטן גענוי ווי אנדערע נעטווארקס קענען אבער אפהאלטן אזא עקסקלוסיוו פארום וועט בלויז שטיצן די "פיינטשאפט פאר פראפיט מאשין"
סאנדערס און קלאובאשאר האבן שוין אפגעהאלטן אזעלכע פארום'ס און באטידזשעדזש האט שוין געסקעדזשועלט איינס פאר קומענדיגע זונטאג און דזשיליברענד פאר צוויי וואכן שפעטער
*
אייאווע איז ביי יעדע פרעזידענטליכע פריימערי די סטעיט וועלכע עפנט די פארמעסט און איז אלץ געווען גאר וויכטיג פאר יעדע קאמפיין מיט האפענונג פאר סוקסעס
א ספעציעלע באדייט טראגט די סטעיט היי יאר ווען עס לויפן 20 קאנדידאטן און עס איז קלאר פאר אלעמען אז די פארמעסט קען נישט און וועט נישט אנגיין מיט א ריזן צאל קאנדידאטן וועלכע וועלן אלע אויסשוויצן די גאנצע פריימערי סעזאן
אלעמאל פאלן קאנדידאטן ארויס נאך אייאווע אבער היי יאר רעדט מען פון דעם אז די פארמעסט זאל אנהויבן ערנסט שרינקען אין די טעג נאך די ערשטע פארמעסטן
מערנסטנס קאנדידאטן מיט עטוואס עכטע האפענונג צו מארשירן צו זיג פארשטייען אז זיי דארפן אריינקומען פון די 3-4 העכסטע אין אייאווע צו קענען אנהאלטן ווייטערדיגע מאמענטום
אנדערע וועלכע זענען שוין איצט פעסימיסטיש איבער זייער אייגענע שאנסן קענען פשוט אויסווארטן אויף אייאווע פאר אן אויסרייד זיך צו קענען ארויסציען
עליזאבעט ווארען האט די גרעסטע קאמפיין שטאב אין די סטעיט און אויב איר מעסעדזש פון פאפוליזם באווייזט נישט צו שלאגן קיין ווארצלען מיט אייאווע וויילער איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי זי גייט ווייטער
אויב עימי קלאובאשאר באקומט נישט קיין ערנסטע שטופ פאראויס פאר איר מינעסאטע סטיל קאמפיין אין די דערנעבנדע אייאווע דאן וואס זאל איר חשבון זיין גייענדיג פאראויס?
לויט פאלק קאונטי דעמאקראטישע קאמפיין פארזיצער זענען עס ווארען און בוקער וועלכע פארמאגן די בעסט ארגאנאזירטע קאמפיינעס אין די סטעיט (און לויט טייל איז דאלעני אויך שטארק אין דעם געביט)
בוקער טוט זיך שטארק באנוצן מיט דאטא עקספערטן ווי אוזי צו ציהלן וויילער און אקטיוויסטן וועלכע קענען ווערן שטיצער און טוט דאן אנקניפן פערזענליכע באאציאונגען פון סעלפי בילדער ביז פערזענליכע טעלעפאן רופן
ווען אן איינפלוסרייכע געוועזענע לעיבאר אקטיוויסט האט פארציילט פאר בוקערס טיעם אז זיין עלטערע מוטער איז א שטארקע אנהענגער פון בוקער האט נישט לאנג גענומען ביז דער קאנדידאט האט זיך באוויזן ביי איר היים פאר א פריינטליכע געשפרעך און איבריג צו זאגן אסז יענער אקטיוויסט איז ארבעט אציט פלייסיג פאר בוקער ארויסהייבנדיג אז בוקער ארבעט שטילערהייט אויף א קלענערע פראפיל פארנעם וועלכע וועט זיך עווענטועל אויסצאלן
קאמאלע העריס האט גראדע יא היבש שוואכער אינוועסריט דערווייל אין די סטעיט וועלכע זי האט באזוכט בלויז איינמאל זינט מערץ למספרם און געוויסע זעען עס אלץ פארזוך צו האלטן די ערווארטונגען נידריג
קלאובאשארס קאמפיין נאציאנאלע הויפטקווארטיר איז א צוויי שעה וועג פון אייאווע און זי וועט האבן די מעגליכקייט צו שיקן באסעס מיט וואלונטירן קיין אייאווע ארויסצוהעלפן ביי די קאוקוסעס
אויך דזשאן דעלאני האט געעפנט 8 אפיסעס און לופטערט אומצאליגע טעלעוויזיע רעקלאמעס אין די סטעיט און האט שוין באזוכט אלע 99 קאונטיס, איז וואס האט ער צו זוכן אינעם פארמעסט אויב די קאוקוס גייער שטימען פאר אים אין די צאל וואס די אנקעטעס גיבן אים?
אויב קען נישט בעטא ארורקס קאמפיין צוגאנג פון אפערירן דוך ריטעיל לעוועל פאליטיק און רעקרוטירן א באזע פון וואלונטירן אארבעטן אין די קאמפלעקסד קאוקוס סיסטעם אין אייאווע, דאן וואס זאל זיין די סטראטעגיע אויף ווייטער?
אויך ביידען און סאנדערס וועלכע זענען איצט די פראנט ראנער קענען זיך נישט ערלויבן אריינצוקומען צופיל שוואכער ווי די ערווארטונגען אין אייאווע ווייל עס קען פארשאטענען זייערע אציטיגע שטארקע סטאטוס
נארם סטערזענבאך וועלכע איז א וועטעראן אייאווע אפאראטיוו און דעינט איצט אלץ סטעיט דירעקטאר פאר בעטא ארורק'ס קאמפיין זאגט אז: אויב ביזטו נישט פון די העכסטע 3 איז עס שווער צו זעהן ווי אזוי א קאמפיין זעצט פאר און דאס איז פאר אלע קאנדידאטן
אין 2008 למספרם איז ביידען אריינגעקומען אויפן 5'טן ארט אין זיך גיך ארויסגעפעקלט פונעם פארמעסט און איצט לייגט ער שטארקע געוויכט אריינצוקומען שטארק אין די סטעיט און האט שוין געמאלדן אז ער וועט באזוכן אלע 99 קאונטיס
דער געוועזענער דעמאקראטישע גאווערנאר פון אייאווע טם ווילסאק הויבט ארויס די שוועריקייט וואס ביידען און סאנדערס קענען אויסשטיין זאגנדיג אז זיי דארפן זיך קענען האלטן אין די צייט וואס אנדערע דארפן וואקסן און זאגאט אז קיין איינס איז נישט לייכט
אין 2016 למספרם איז געווען בערך 171 טויזנט דעמאראטישע קאוקוס גייער אליעס אינאיינעם
פיטע דאלעסאנדרא איז א הויכע אייאווע געהילף צום סאנדערס קאמפיין
ער גיבט איבער אז די קאמפיין האאט שוין א ליסטע פון 24 טויזנט אייאוועאנער פון וועלכע מערסנטס האבן זיך פארפליכטעט צו שטימען פאר סאנדערס וועלכע איז א גאר באאיינדרוקנדע ציפער פאר אזא פריע צייט אינעם קאמפיין נעמענדיג אין באטראכט אז וויילער אין די סטעיט קווענקלען און איילן זיך נישט צו פאסן זייעער באשלוס בעפאר זיי האבן א דאנס זיך צו טרעפן מערער מאל מיט אלע קאנדידאטן און הערן זיייערע פארשלאגן
צווייטע ראנג קאנדידאטן קענען אויף דארפן אייאווע ווי לופט צום אטעמען ווען זיי קוקן ארויס אריינצוקומען כאטש באדייטנד העכער ווי די ערווארטונגען
ארייננקומען שטארק העכער ווי די אנקעטעס איז אפטמאל די פאליטישע לעבנס רעטער פאר מער אומבאקאנטע קאנדידאטן
עריק סוואלוואל האט שוין באזוכט די סטעיט 19 מאל און מאנטאנא גאווערנאר סטיוו בולאק וועלכע איז היינט אינדערפרי אפיציעל אריינגעטאנצן אינעם פרעזידענט קאמפיין נעמט זיך ארום מיט א ערנסטע שטאב און פלאנט צו לייגן א שטארקע געוויכט אויף אייאווע
דער אטוירני דזשענעראל פון אייאווע איז טאם מילער און האט גענוצט בולאק ווען ער איז געלאפן פאריאר אז ער זאל אים העלפן מיט פאנדרעיזינג
אצינד איז מילער גרייט ארויסצוקומען מיט קלארע שטיצע פארן בולאק קאמפיין און אים אפיציעל אינדארסירן
מען דארף געדענקן אז קאנדידאטן וועלכע ציען נישט אן קיין 15 % אין די סטעיט באקומען נישט קיין דעלעגאטן איו זייערע דעלעגאטן קענען גיין צו אנדערע קאנדידאטן
נאך איין קרישקעלע איבער די וויכטיגקייט פון אייאווע טאקע פאר אזעלכע קאנדידאטן וועלכע האבן אזוי צו זאגן פייער וואנט שטאטן ווי זיי האפן אז דארט וועלן זיי באקומען די ריכטיגע שטופ
פולע ווייזן אן אז העריס און בוקער רעכענען שטארק אויף סאוט קאראליינע וועלכע האט א גרויסע צאל פון אפריקאנע אמעריקאנע ווייילער
עס איז אבער וויכטיג אונטערצושטרייכן אז לויט אנקעטעס פון פון 2008 למספרם וועמען האט געמאכט די זעלבע רעכענונג אויף אבאמא איז עס בלויז געקומען מיט זיין סוקסעס אין אייאווע
די אנקעטע ס טרענד צייט קלאר ווי די אפריקאנע אמעריקאנע וויילער אין דרום קאראליינע זענען געווען היבש סקעפטיש איבער אבאמא און זיינע שאנסן און די טויש און זייער שטימונג איז געקומען בלויז מיט זיין סוקסעס אין אייאווע וועלכע האט זיי איבערצייגט אז אבאמא האט שאנסן אויך צו אפעלירן שטארק צווישן ווייסע וויילער

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג מאי 14, 2019 12:17 pm

עס איז פשוט אנבעליוועבל, וויאזוי איינער קען מאכן אזא ארבייט טאג נאך טאג, אויף א אומבאצאלטע פארום!!
די ריסערטש, די ארבייט, די שפראך, די מגיה זיין, ( עס איז כמעט נישטא קיין גרייזן).
נישטא קיין ווערטער!! על איך מיזן בלייבן מיטן פשוט'ן "יישר כח הכל הבל"

אוועטאר
mmn
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דינסטאג מאי 14, 2019 12:26 pm

I Come in every Hour to See if this report is in!! thanks!

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג מאי 14, 2019 12:40 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור

אין אז מען רעדט שוין פון די אייאווע קאנגרעס פארמעסטן
*
אייאווע איז ביי יעדע פרעזידענטליכע פריימערי די סטעיט וועלכע עפנט די פארמעסט און איז אלץ געווען גאר וויכטיג פאר יעדע קאמפיין מיט האפענונג פאר סוקסעס
א ספעציעלע באדייט טראגט די סטעיט היי יאר ווען עס לויפן 20 קאנדידאטן און עס איז קלאר פאר אלעמען אז די פארמעסט קען נישט און וועט נישט אנגיין מיט א ריזן צאל קאנדידאטן וועלכע וועלן אלע אויסשוויצן די גאנצע פריימערי סעזאן
אלעמאל פאלן קאנדידאטן ארויס נאך אייאווע אבער היי יאר רעדט מען פון דעם אז די פארמעסט זאל אנהויבן ערנסט שרינקען אין די טעג נאך די ערשטע פארמעסטן
מערנסטנס קאנדידאטן מיט עטוואס עכטע האפענונג צו מארשירן צו זיג פארשטייען אז זיי דארפן אריינקומען פון די 3-4 העכסטע אין אייאווע צו קענען אנהאלטן ווייטערדיגע מאמענטום
אנדערע וועלכע זענען שוין איצט פעסימיסטיש איבער זייער אייגענע שאנסן קענען פשוט אויסווארטן אויף אייאווע פאר אן אויסרייד זיך צו קענען ארויסציען

אין 2016 למספרם איז געווען בערך 171 טויזנט דעמאראטישע קאוקוס גייער אליעס אינאיינעם

ביטע אריין קומען מיט א באריכט איבער ווי אזוי די קאוקוס קומען פאר
און פארוואס עס איז אזוי
און אז איך שרייב שוין וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע באריכטען
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 14, 2019 12:48 pm

משה11 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור

אין אז מען רעדט שוין פון די אייאווע קאנגרעס פארמעסטן
*
אייאווע איז ביי יעדע פרעזידענטליכע פריימערי די סטעיט וועלכע עפנט די פארמעסט און איז אלץ געווען גאר וויכטיג פאר יעדע קאמפיין מיט האפענונג פאר סוקסעס
א ספעציעלע באדייט טראגט די סטעיט היי יאר ווען עס לויפן 20 קאנדידאטן און עס איז קלאר פאר אלעמען אז די פארמעסט קען נישט און וועט נישט אנגיין מיט א ריזן צאל קאנדידאטן וועלכע וועלן אלע אויסשוויצן די גאנצע פריימערי סעזאן
אלעמאל פאלן קאנדידאטן ארויס נאך אייאווע אבער היי יאר רעדט מען פון דעם אז די פארמעסט זאל אנהויבן ערנסט שרינקען אין די טעג נאך די ערשטע פארמעסטן
מערנסטנס קאנדידאטן מיט עטוואס עכטע האפענונג צו מארשירן צו זיג פארשטייען אז זיי דארפן אריינקומען פון די 3-4 העכסטע אין אייאווע צו קענען אנהאלטן ווייטערדיגע מאמענטום
אנדערע וועלכע זענען שוין איצט פעסימיסטיש איבער זייער אייגענע שאנסן קענען פשוט אויסווארטן אויף אייאווע פאר אן אויסרייד זיך צו קענען ארויסציען

אין 2016 למספרם איז געווען בערך 171 טויזנט דעמאראטישע קאוקוס גייער אליעס אינאיינעם

ביטע אריין קומען מיט א באריכט איבער ווי אזוי די קאוקוס קומען פאר
און פארוואס עס איז אזוי
און אז איך שרייב שוין וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע באריכטען

נאך דא א דריי פערטל יאר ביז די קאוקוסען
מעגליך רב נאך פונדערהיים קען אריינקומען מיט א באשרייבונג דערוועגן און מעגליך גאר אז מען קען אזאנס טרעפן דא אויפן וועלטל פון די פריערדיגע וואלן
ואתכם הסליחה
איך פרוביר צו ווידמען דאס ביסל צייט אויף וואס עס שפילט זיך אפ בהוה און אויב נענטער צו די קאוקוסן וועט נאך מאנגלען אזא באריכט ווען איך מעגליך דאן צוריקקומען מיט אזאנס

בלעכענער פנים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג מאי 14, 2019 1:10 pm

איצל פיצל האט געשריבן:עס איז פשוט אנבעליוועבל, וויאזוי איינער קען מאכן אזא ארבייט טאג נאך טאג, אויף א אומבאצאלטע פארום!!
די ריסערטש, די ארבייט, די שפראך, די מגיה זיין, ( עס איז כמעט נישטא קיין גרייזן).
נישטא קיין ווערטער!! על איך מיזן בלייבן מיטן פשוט'ן "יישר כח הכל הבל"

גא''מ

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » דינסטאג מאי 14, 2019 1:35 pm

Huge thanks הכל הבל! ! It’s well appreciated!!

אווער נייט קוגעל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » דינסטאג מאי 14, 2019 1:37 pm

שכח הכל הבל!
דערוילעם באמערקט אז די קאקאש האלט אין איין "יערן"...

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 14, 2019 1:47 pm

אווער נייט קוגעל האט געשריבן:שכח הכל הבל!
דערוילעם באמערקט אז די קאקאש האלט אין איין "יערן"...

די מער געצוימטע פער טאג איז געווען מער צוגענגליך?
זאל מען פרובירן זיך צו האלטן צו א מער געצוימטע קוואנטיטעט פער טאג?

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג מאי 14, 2019 1:54 pm

ווי מער אלטס בעסער.

אווער נייט קוגעל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » דינסטאג מאי 14, 2019 1:55 pm

הכל הבל האט געשריבן:
אווער נייט קוגעל האט געשריבן:שכח הכל הבל!
דערוילעם באמערקט אז די קאקאש האלט אין איין "יערן"...

די מער געצוימטע פער טאג איז געווען מער צוגענגליך?
זאל מען פרובירן זיך צו האלטן צו א מער געצוימטע קוואנטיטעט פער טאג?

ח"ו! לייג ווייטער ארויס פילע טעצער, און מיר וועלן זיך ברויכן באהערשן נישט זיך איבערצועסן..

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג מאי 14, 2019 1:55 pm

ניין וואס לענגער אלץ בעסער
איך וואלט נאר מעורר געווען אויב איך מעג אז יעדע מאל מען רעד פון א קאגרעסמאן אדער סענעטער וועס לויפט אדער ער פלאנט צי לויפען אדער גיבט אויף זאל מען זאגן צי ער איז א דעמקראט אדער א רפבליקאנער
ישר כח
לעצט פאראכטן דורך שקר אום דינסטאג מאי 14, 2019 1:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » דינסטאג מאי 14, 2019 1:56 pm

thank you keep it up
music helps your mood

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 14, 2019 1:58 pm

שקר האט געשריבן:ניין וואס לענגער אלץ בעסער
איך וועאלט נאר מעורר געווען אויב איך מעג אז יעדע מאל מען רעד פון א קאגרעסמאן אדער סענעטער וועס לויפט אדער ער פלאנט צי לויפען אדער גיבט אויף זאל מען זאגן צי ער איז א דעמקראט אדער א רפבליקאנער
ישר כח

זיך בלי נדר משתדל זיין צו פארבעסערן אין דעם הינזיכט

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג מאי 14, 2019 2:01 pm

מען עפרישיעט וויפיל מען גוט לויט אייער צייט אין באקוומליכקייט, די לאנגע באריכטן געבען אסאך צו,

*
מען קען זייער קלאר זען ווי עס הייבט זיך אן א פרישע סלייס קאקאש אז איינער האלט אז א שטיקל האט נישט געניג טשאקלט קען גיין צו די נעקסטע,
*
א גרויסן שכוח
*
הק' יישר כח

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג מאי 14, 2019 2:01 pm

דרך אגב מיט די שטערנדליך איז ממש א נייע וועלט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג מאי 14, 2019 3:03 pm

פלעין געשמאק, יעדן טאג מיט אזא פרישקייט.

באשעפער זיסער זעה אז דער הבל זאל אנהאלטן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מאי 14, 2019 3:17 pm

יויש מיין קאפ דרייט זיך נאך איבער אייאווע....
מעסיוו דזשאב!!
שכוח!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג מאי 14, 2019 3:25 pm

שירה פען האט געשריבן:thank you keep it up

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 14, 2019 3:26 pm

יאפס היינט גענומען א דיעפ דייוו אין די פארם סטעיט

אנטשולדיגט פאר זיין אזוי וואן סטעיט מיינדעד..

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מאי 14, 2019 3:54 pm

הכל הבל האט געשריבן:יאפס היינט גענומען א דיעפ דייוו אין די פארם סטעיט

אנטשולדיגט פאר זיין אזוי וואן סטעיט מיינדעד..

אינטערסאנט נאר ווען די פארמער דארטן ארבעטן??!!...

25 קאנדידאטן באזוכן כאטש איין מאל אין 99 קאונטיס, = 2,475 כינסים/סטעדיום'ס!!!
כ'מאף שוין אהין...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מאי 14, 2019 7:03 pm

וואף, היינט איז געווען א ריזיגע באבקע וואס די טשאקלאד רינט פון אלע זייטען , מיט פינף גלעזלעך מילך אינדערזייט.

הערליך שיין און טיף מיט א קלארע הסברה


יישר כחכם.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אויב קויפט איר פון Amazon דאן ניצט די לינק
Daily deals
יישר כח

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג מאי 14, 2019 7:07 pm

איך זיץ און טראכט, יעדער וואס וועט נאר טרייען, העט זען אז דאס איז ממש אוממעגליך??????
כ'האב נאר איין תירוץ, @הכל ארבעט פאר א בעקעריי....
נו זאג כאטש אויס וועלכע? אזוי העלן די וואס קויפן נאכנישט די קאקאש דארט ביז יעצט, עס יעצט זיכער קויפן דארט.......

הכל הבל אויסער @הכל הבל רעפארטאזשן

Keep it up
א גרויסן דאנק
"הכל הבל".
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, private, פייווישעל און 44 געסט