א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך אפריל 10, 2019 8:38 pm

איך ליין דא יעדן טאג
א יש״כ

מעג שוין זיין א לייק קנעפעל ביי די אשכול..
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

פינחס
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:43 pm

א ריזגע שכח הכל
ממש אלעס צאמגעברענגט

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:54 pm

געהאט א לאנגן טאג ביזי היינט ערשט יעצט אנגעקומען, א גרויסן ישר כח!!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 1:10 am

איפה פיביש האט געשריבן:געהאט א לאנגן טאג ביזי היינט ערשט יעצט אנגעקומען, א גרויסן ישר כח!!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 9:35 am

ענגלאנד ארעסטירט דזשוליאן אסאנדזש דער גרינדער פון וויקיליעקס
אמעריקע פארלאנגט זיין אויסליפערונג
די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט איז געקומען צום אויספיר אז עס וואלט געווען פראבלעמאטיש אנצוקלאגן אסאנזש אבער ער איז פריער ערשינען אין אן ענגלישע געריכט אין די אמעריקאנע יוסטיץ דעפארטמענט מעלדט איצט קלאגעס

מיליטער פון סודאן ווארפט אראפ פרעזידענט פון בענקל און נעמט אים אין ארעסט
מיליטער וועט פירן דאס לאנד די קומענדיגע צוויי יאר ביז א וואל קאמפיין ערוועלט לעגיטימע פירער

די סענאט האט נעכטן באשטעטיגט מיט 56-42 האולי ברעדי אלץ דיסטריקט ריכטער אין צפון אינדיאנא
ברעדי האט באקומען די שטיצע פון דעמאקראטן סינעמא מענשין און דזשאונס
ברעדי איז דער 57'טע טראמפ דיסטריקט ריכטער צו ווערן באשטעטיגט

דערנאך האט זיך די סענאט פאראויסגערוקט צו באשטעטיגן דעיוויד מארעלאס א געוועזענע דזשענעראל קאונסיל צו טעקסאס גאווערנאר ריק פערי צון א דיסטריקט געריכט אין דרום טעקסאס
די אפשטימונג צו ענדיגן דעבאטע איז אדורך מיט 57-41 ווען דזשאונס מענשין סינעמא און קעין שטימען יא
און דערנאך איז ער ענדגילטיג געווארן באשטעטיגט אלץ די 57'טע טראמפ דיסטריקט ריכטער מיט 51-46

ווי באריכטעט נעכטן וועט די 5'טע קרייז געריכט אויסהערן די אבאמאקעיר קעיס אנהויב יולי וועלכע לאזט א מעגליכע שאנס פארן סופרים קאורט שוין אויסצוהערן די קעיס און באשליסן ביים ענדע פון די 2020 למספרם טערמין (יוני 2020 למספרם) אין הארץ פונעם פרעזידענט קאמפיין
מען ווייסט נאכנישט וועלכע ריכטער וועלן זיצן אויפן פאנעל אינעם סירקוט קאורט אבער טראמפ האט נאמינירט אהין 5 ריכטער

פרעזידענט טראמפס עלטערע שוועסטער האט רעטייערט פון איר פאסטן אלץ א פעדעראלע אפעלאט ריכטער ברענגענדיג אן ענדע צו אן אויספארשונג איבער איר ראלע אין שטייער פארלעצונגען

טראמפ האט נאך דערווייל נישט נאמינירט הערמאן קעין צום פעדעראל רעזערוו באורד אבער סענאטארן ראמני מורקאוסקי און גארדנער האבן שוין אויסגעדרוקט קעגנערשאפט

נאכדעם וואס א ריכטער האט בלאקירט די פארלאנג פון קענטאקי און נאך עטליכע סטעיטס איינצושטעלן ארבעטס פארלאנגען פאר מעדיקעיד געניסער נאכן באקומען א גרינע ליכט דערפאר פון די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן די קעיס געלאנדעט אינעם די סי סירקוט קאורט

אין די העפטיגע פריימערי פארמעסט אין ליוזיאנא צו קאנדידירן אלץ רעפובליקאנער נאמיני פאר גאווערנאר האט קאנגרעסמאן ראלף עיברעהעם ארויסגעלייגט א ליסטע פון 100 אינדאסמענטס פאר זיין קאנדידאטור אריננגערעכנט צוויי סטעיט געזעצגעבער

ניו העמפשיר גאווערנאר קריס סונונו געזאגט פאר נאנטע אז ער ריכט זיך נישט צו לויפן צו סענאט אקעגן דעמאקראט שאהין נאר וועט ליבערשט ווידער לויפן פאר גאווערנאר
סונונו האט אבער אין אן אפיציעלן סטעיטמענט פריער קלארגעטעלט אז ער האט אבסאלוטלי נאכנישט געפאסט קיין באשלוס איבער זיין פאליטישע צוקונפט נאר וועט אויסווארטפ צו באשליסן ביז שפעטער אינעם ספרינג סעזאן

די פרא דעמאקראטישע סענאט פעק הויבט אן א צוויי הונדערט טויזנט דאלערדיגע ראדיו עד קאמפיין וואס וועט לויפן ביז יוני למספרם אין שטיצע פון דעמאקראטישע סענאטאר שאהין און איר שטעלונג אויף העלט קעיר

מייק אלען א הויפט געהילף צו סענאטארשע שאהין וועט פירו די בעטא ארורק קאמפיין אין ניו העמפשיר

קארי בוקער פארברייטערט זיין ניו העמפשיר קאמפיין שטאב מיטן אויפנעמען פרישע פיר איינגעשטעלטע
זיין קאמפיין שטאב אין די סטעיט וועט איצט ציילן 11

אויך קאמאלא העריס פארגעסט נישט פון ניו העמפשיר און פלאנט זיך אומצוקערן אהין צו א רייע טאון האלס ביי קאלעדזשעס אין די סטעיט

נו, אז מען רעדט שוין יא פון ניו העמפשיר זאל שוין זיין
סענאטארשע און פרעזידענט קאנדידאטקע עימי קלאובאשאר שטאפירט אויס איר קאמפיין אין ניו העמפשיר מיט דריי פאליטישע וועטעראנען, סקאט מעריק, סאנדרע מילקי און בען ערנסט

בערני סאנדערס וועלכע האט געצעגערט איבערן עלימינירן די פיליבאסטער וואלט עס געטוהן אויב עס קען אים צוניצקומען דורכצופירן מעדיקעיר פאר אלע

בערני סאנדערס שטיצט צו ערלויבן ארעסטאנטן וועלכע זענען אין טורמע צו שטימען
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אפריל 11, 2019 11:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 11:35 am

שכח הבל פאר די נייעס!
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 11:36 am

יישר כח. גיין אן.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 11:39 am

ס'פשוט אז מ'קען נישט ארויסגיין פון די אשכול אהן נעמען די "4 סעקונדעס" און שרייבן א פלעינע פשוט'ע שכוח פאר די חשובע שרייבער וואס לייגט אריין אסאך כוח און צייט אין די באריכטן להחיות בהם נפש כל חי.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 12:00 pm

טראנספארט האט געשריבן:שכח הבל פאר די נייעס!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 12:19 pm

יישר כח פאר דיין צייט!

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:35 pm

ישר כח "ס'אלעס נארישקייטן"..

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:44 pm

מיר האבן זייער ליב די באריכטן.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

אין העול"ם מתקיים אלא בזכות הב"ל

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:49 pm

ממש א מחיה

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:50 pm

מטעמים האט געשריבן:זה היום קוינו לו.

איך וויל מיר שוין באדאנקען פאר דעם הכל הבל א לענגערע צייט אבער עס איז מיר פשוט נישט אויסגעקומען, זאלסט וויסען אז איך האב נאכנישט פארפאסט קיין איין תגובה פון דיר, איך ליין עס יעדעס מאל א דורעך און איך האב גאר שטארק הנאה פון אלע תגובות און דאס מערסטע האב איך הנאה פון געריכט הויז.

די באשעפער זאל דיר באצאלען מיט שפע ברכה והצלחה און זאלסט קענען ווייטער מהנה זיין יודען מיט הרחבת הדעת.
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:58 pm

אמן!! יישר כח פאר אלע פידבעק און וואונטשן!!

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 7:13 pm

ס'איז באמת א געשמאק צי ליינען ,קריספּ און קלאר דער באריכטן .

יישר כח.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אפריל 14, 2019 11:20 am

הויפט פון סודאנעזער מיליטער רעזיגנירט אין ליכט פון די פראטעסטן

יאפאנס פרעמיער מיניסטער באזוכט די פאקאשימא נוקלעארע צענטער וועלכע איז געווארן שווער באטראפן פון א צונאמי מיט 8 יאר צוריק
די באזוך איז געציהלט ארויסצוהייבן די איבערבוי און זיכערהייט מאסנאמען וועלכע זענען געווארן איינגעשטעלט און איז זייער וויכטיג פארן לאנד און צוגרייטונג צו די אלימפיקס וועלכע וועט דארט ווערן אפגעהאלטן קומענדיגע יאר

פרישע שלאכטן צווישן גרופעס אין ליביע האבן לעצטנס אומגעברענגט אמווייניגסטנס 121

אן אדוואקאט וועלכע האט רעפרעזענטירט אן איראנע פרוי וועלכע האט אלץ א פובליק פראטעסט אויסגעטוהן איר קאפ צודעק פארלאנגט לויט די ארטיגע געזעץ גיבט איבער אז זיין קליענט איז געווארן פאראוטיילט צו א יאר טורמע אבער כומעיני האט איר פארדאנירט

סופרים קאורט ערלויבט קאנגרעס צו זיין טייל פון די וועלכע זענען פארמישט אין די קעיס איבער די צענזוס בירגערשאפט פראגע וועלכע די געריכט וועט אויסהערן קומענדיגע וואך

א פרישע טויט אורטייל קעיס ענדיגט זיך מיט א פארטייאישע צוטיילונג אויפן סופרים קאורט פארגאנגענעם ליל שישי ווען די געריכט האט מיט 5-4 געגעבן די גרינע ליכט פאר אלאבאמא פאראויסצוגיין מיטן אומברענגן א צום טויט פאראורטיילטן

פרייטאג איז אריין אין אפעקט די בריות משונות פארבאט צו סערווירן אינעם מיליטער
די וועלכע זענען שוין אין מיליטער (ארום 14,700) וועלן קענען פארבלייבן אבער דארפן סערווירן אין די אפטיילונגען לויט זייער געבורט און נישט לויט זייער באשלוס אבער סופערווייזארס וועלן קענען גיבן א פטור אויף א קעיס ביי קעיס פארנעם
ענדע פארלאפענע חודש האט קאנגרעס דורכגעפירט א רעזאלוציע פארגעשלאגן דורך קאנגרעסמאן קענעדי פון מאסאטשוסעטס אקעגן די נייע פארבאט
די ביל איז אריבער מיט אלע דעמאקראטן אין שטיצע און צוגאב פון 5 רעפובליקאנער

געוועזענע אבאמא לעגאלע קאונסיל דערקלערט זיך אומשולדיג אויף ליגן זאגן איבער זיינע לאביאינג אקטיוויטעטן

סטעיט סענאטאר שעראן העוויט וועט נישט אריינטאנצן אינעם רעפובליקאנעם גאווערנאר פריימערי אין ליוזיאנא אויסקלארנדיג די פארמעסט וועלכע וועט באשטיין צווישן די צוויי קאנדידאטן קאנגרעסמאן עיברעהעם און ביזנעסמאן ריספאן

סטעיסי עיברעמס האט דערווייל נישט געמאלדן אויב זי וועט לויפן אקעגן דזשארדזשיע סענאטאר דעיוויד פערדו אבער אן אנקעטע איבער אים צייגט אז 47 זענען צופרידן פון זיין ארבעט אקעגן 25 אומצופרידן

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דעיוו לאובסעק וועלכע פארטרעט א דיסטריקט אין דרום מזרח אייאווע אין וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 49% אקעגן 44% וועט נישט זוכן ווידערערוויילונג
עס איז די צווייטע דיסטריקט אין אייאווע און נעמט אריין די דעמאקראטישע אייאווע סיטי ראיאן און צוגאב צו די בלויע קאלנער סווינג געגנטער פון דרום א צוזאמשטעל וועלכע קען מאכן די פארמעסט שטארק קאנקורירנד
טייל דעמאקראטן טוען מוטיגן ריטא הארט צו לויפן פאר דעם זיץ
הארט איז א געוועזענע סטעיט סענאטארשע וועלכע האט געוואונען א שווערע סווינג זיץ און איז אויך געווארן אביסל מער באקאנט אויף א סטעיטווייד פארנעם ווען זי איז געווען די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר ליוטענאנט גאווערנאר אין די 2018 למספרם וואלן
זי זאגט אז זי באטראכט ערנסט אריינצושפרינגען אינעם פארמעסט

בערני סענדערס האט קאמפיינט אין מישיגען רופנדיג פרעזידענט טראמפ זיך אפצולאזן פון זיין איבערגעארבעטע האנדלס פאקט מיט מעקסיקא און קאנאדא זאגנדיג אז עס וועט נישט צוריקהאלטן דזשאבס פון גיין קיין מעקסיקא

דזשאו ביידען פלאנט צו קאמפיינען פאר א "פארזעצונג פון די אבאמא פאליטישע באוועונג"

קארי בוקער האט אפיציעל געלאזט זיין קאמפיין אין גאנג אין זיין היימשטאט נוארק ניו דזשערסי און וועט זיין דינסטאג אוונט ביי א טאון האול אין אייאווע
ביי זיין אויפטריט אין ניו דזשערסי האט ער דערקלערט אז ער וועט נישט ווארטן אויף קרימינאלע יוסטיץ רעפארם נאר וועט ברענגן אן ענדע צו די סיסטעם פון מאסן ארעסטן אין אמעריקע

קאמאלא העריס מאכט פובליק 15 יאר פון שטייער בויגנס
איר פאמיליע האט פארדינט 1.9 מיליאן דאלער לעצטע יאר בעפאר שטייערן

טאם סטאיאר וועט אפהאלטן אן אימפיטשמענט טאון האל אין פארטלאנד מעין

פרעזידענט טראמפ וועט מארגן זיין אין מינעסאטע צו רעדן איבער די שטיער רעפארם ביל אינעם שטייער טאג

פרעסע סעקרעטארשע סאנדערס: געזעצגעבער זענען נישט גענוג קלוג דורכצוליינען און פארשטיין די טויזנטער בלעטער פון טראמפס שטייער בויגנס

דזשערי נאדלער איבער וויליאם בארס באצייכענען די שפיאנאזש אויף די טראמפ קאמפיין: עס איז נארישקייטן, עס איז געווען אויסגעהאלטענע און לעגאלע אויספארשונגען ווען זיי זענען געווען באזארגט אז די רוסן פרובירן צו אינפילטרירן אן אמעריקאנע פאליטישע קאמפיין, דאס הייסט נישט שפיאנירט

דזשערי נאדלער זאגט אז סטיווען מילער זאל אויפטרעטן אין קאנגרעס ערקלערן די אימיגראציע פאליסי זינט ער איז דער וועלכע באשליסט די אדמיניסטראציעס שטעלונגען אויף די טעמע
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג אפריל 14, 2019 12:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג אפריל 14, 2019 11:30 am

הכל הבל האט געשריבן:ה
טייל דעמאקראטן טוען מוטיגן ריטא הארט צו לויפן פאר דעם זיץ
הארט איז א געוועזענע סטעיט סענאטארשע וועלכע האט געוואונען א שווערע סווינג זיץ און איז אויך געווארן אביסל מער באקאנט אויף א סטעיטווייד פארנעם ווען זי איז געווען די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר ליוטענאנט גאווערנאר אין די 2018 למספרם וואלן
זי זאגט אז זי באטראכט ערנסט אריינצושפרינגען אינעם פארמעסט

שכוח פאר אלע פיינע זאכן.
דו האסט נישט געשריבן וועלכע סטעיט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אפריל 14, 2019 11:38 am

א נייער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ה
טייל דעמאקראטן טוען מוטיגן ריטא הארט צו לויפן פאר דעם זיץ
הארט איז א געוועזענע סטעיט סענאטארשע וועלכע האט געוואונען א שווערע סווינג זיץ און איז אויך געווארן אביסל מער באקאנט אויף א סטעיטווייד פארנעם ווען זי איז געווען די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר ליוטענאנט גאווערנאר אין די 2018 למספרם וואלן
זי זאגט אז זי באטראכט ערנסט אריינצושפרינגען אינעם פארמעסט

שכוח פאר אלע פיינע זאכן.
דו האסט נישט געשריבן וועלכע סטעיט.

יישר כח פארן אויפמערקן
שוין פארראכטן

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אפריל 14, 2019 11:42 am

הכל הבל האט געשריבן:דזשאו ביידען פלאנט צו קאמפיינען פאר א "פארזעצונג פון די אבאמא פאליטישע באוועונג"

דאס גייט אים שטארק העלפן, און שטופן גאר גוט זיין וואגאן.
ווייל ווי איך האב שוין געשריבן אפאר מאל אים אישי פאר עטליכע ידידים דא, איז דער באזע פון דזשאו ביידען, בעיקר די דעמאקראטן וועלעכע קוקן צוריק ווי א חלום צו די אבאמא יארן, זיי קוקן עס אן ווי א פארגאנגענע לעכטיגקייט, מיט דעם לעבעדיגן כרימאזטישן אבאמא. און דאס ווילן זיי צוריק.
ממילא איז דאס א גאר גוטע זאך פאר ביידען
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג אפריל 14, 2019 2:06 pm

שכוח!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג אפריל 14, 2019 3:23 pm

שיין און קלאר, יישר כח.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אפריל 14, 2019 3:46 pm

נישט נארמאל וואספארא מתנה מיר באקומען דא אן דעילי בעיסיס, @הבל זכות הרבים תלוי בידך! אזא געשמאק, ארויבגעהאלטן, א מחי'!

-
איך וואלט עפרישיעיט א קעפל מיט דעיט ענד טיים, פשוט צי זעהן וואו מ'האלט'מיר
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אפריל 14, 2019 4:13 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:נישט נארמאל וואספארא מתנה מיר באקומען דא אן דעילי בעיסיס, @הבל זכות הרבים תלוי בידך! אזא געשמאק, ארויבגעהאלטן, א מחי'!

-
איך וואלט עפרישיעיט א קעפל מיט דעיט ענד טיים, פשוט צי זעהן וואו מ'האלט'מיר



יישר כח פאר די פידבעק
בנוגע די דאטום, בלי נדר וועט מען פרובירן

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:17 am

שכוח כבוד הרב
ה ערליך ב אטעמט ל עכטיג
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], שטרויזאק און 13 געסט