א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג אפריל 07, 2019 12:48 pm

הכל הבל האט געשריבן:1

דעמאקראטישע סענאטאר פון וועסט ווירדזשיניע וועלכע האט באאיינדרוקט די פאליטישע וועלט מיט זיין סוקסעספולע קאמפיין און זיג אין די פארלאפענע מידטוירמס טוט ערנסט באטראכטן צו לויפן פאר גאווערנאר אין די סטעיט אין 2020 למספרם
איך האב דערווייל נישט נאכגעקוקט וואס פאסירט אויב ער געוואונט ווייל דער איצטיגער גאווערנאר דזשים דזשאסטיס איז א רפעובליקאנער וועלכע האט געטוישט פארטיי צו די דעמאקראטן און לעצטנס צוריקגעטוישט צו די רעפובליקאנער
עס קען זיין אז אין יענע סטעיט ווען א סענאטאר טרעט אפ פאררופט מען וואלן אבער אויב די פראצעדור ארבעט אז דער גאווערנאר שטעלט אריין זיין אויסוואל אויף ביזן ענדע פונעם סענאט טערמין שווימט ארויף די פראגע וועלכע גאווערנאר? דער ארויסגייענדער אדער דער אריינקומענדיגער? ווייל בעצם ווערט דער סענאט זיץ ליידיג אין די סעקונדע וואס מענשין ווערט גאווערנאר און עס פאסירט בבת אחת בבחינת גיטו וידו באין כאחד, איז אויב מענשין באקומט די רעכט צו שטעלן א סענאטאר וועט ער שטעלן א דעמאקראט און אויב דזשאסטיס שטעלט א סענאטאר באקומען די רעפובליקאנער א פרישע זיץ אין סענאט
קען זיין אז אויב דזשאסטיסבאקומט די רעכט וועט ער זיך שטעלן און קען גאר זיין אז אויב מענשין באקומט די רעכט וועט ער וועלן געפעלן פאר די וויילער אין זיין סטעיט און ער וועט אליין שטעלן א רעפובליקאנער אדער גאר שטעלן דזשאסטיס אויפן פאזיציע
געוויס איז אלעס גאר פריע העטעך פעטעך שפעקולאציעס ווייל מענשין האט נאך ניטאמאל באשלאסן צו לויפן און שומער וועט זיכער אנווענדן אלע מיטלען אין די וועלט אים אפצורעדן דערפון

קודם א גרויסן שכח פאר אלע באריכטן!

די שאלה הייבט זיך מעגליך אן עטוואס פריער, קען אן אמטירנדער סענאטאר בכלל לויפן פאר גאווערנאר און אנהאלטן זיין זיץ? האט שוין אזאנס פאסירט? ער וועט לויפן אין א פריימערי און דערנאך דזשענעראל בעיסיקלי זיין אגאנץ יאר פארנומען דערמיט.
אויסער דעם פארשטיי איך אז זיין קעגנער וועט אים שטארק אראפרייסן דערפאר
איך פרעג ווייל איך ווייס באמת נישט

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » זונטאג אפריל 07, 2019 1:27 pm

איצל פיצל האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נו לכבודו פון רב איצל עמער איבערגעבן דברים כהווייתן און קורצן אויפן שפיץ גאפל

עס האט זיך אלעס אנגעהויבן מיט 8 יאר צוריק ווען זיין מוטער האט אפגענומען דעם קליינעם 6 יעריג טימאטי פיצען פון שולע און אים געפירט מיט איר אויטא צו א וואסער פארוויילונגס פארק אין וויסקאנסין
איר געביין איז געווארן אפגעפונען קורצליך שפעטער אין א מאטעל צימער און די אינצידענט האט אויסגעקוקט צו זיין א רוטינע זעלבסטמארד פאל
אבער..זי האט איבערגעלאזט א נאטיץ אין וועלכע זי שרייבט אז איר זוהן טימאטי איז אצינד אין זיכערע הענט און אז איר וועט אים קיינמאל נישט געפונען און ווירקליך האט מען מקיים געווען דבריה של מת און מען האט קיינמאל נישט באוויזן צו דערגיין ווי אין די וועלט טימאטי איז אפירגעקומען
ביז... נעכטן מיטוואך..
נעכטן מיטוואך האט א יונגטאש פון 14 יאר וועלכע גיבט אן אז זיין נאמען איז טימאטי פיצען אריבער א בריק פון אהייא קיין קענטאקי
ער האט ארגינעל געצויגן אויפמערקזאמקייט נאך וואס ער פארבייגייער האבן געהאט פארדאכטן אז דער יוגנטליכער פרובירט צו רויבן אן אויטא אבער ווען זיי האבן אים פרובירט ארומצורינגלען האבן זיי אויפגעפאסט וואונדן אויף זיין געזיכט און ער האט אפעלירט פאר הילף און אז ער ווערט געהאלטן דורך פארשידענע מענטשן אקעגן זיין ווילן ווערנדיג טראנספערירט פון איינעם צום צווייטן און אז ער וויל זיך אומקערן צו זיין היים
מען ארבעט איצט פעסטצושטעלן זיין געשיכטע דורך די ען עי און אנדערע מעטאדן אבער לויט זיין ווערסיע איז ער אראפגעשפרונגען פון א דאך אין אהייא ווי זיינע פארכאפער האבן אים אויפגעהאלטן פאר 7 יאר
ער שילדערט זיינע פארכאפער אלץ צוויי ווייסע מענער

Dna טעסט ווייזט אז דאס איז נישט דער זעלבער פארשוואונדענע אינגל.


קודם ישר כחכם פאר ענק ביידע, האב איך יא גוט פארשטאנען אז מען רעדט פון עפעס א דראמאטישע געשיכטע.

ביטע אויב מעגליך האלטן דעם עולם/וועלט'ל אפדעיטעט. מיט די דעטאלן, אויב עס וועט זיין.

אהייא – פעדעראלע פראקורארן האבן געקלאגט א 23 יעריגער קרימינאלער פארשוין, פאר'ן מאכן פאלשע סטעיטמענטס, נאכדעם וואס יענער האט זיך אנגעגעבן אז ער איז אן אילינאי יוגנטליכער ביים נאמען טימאטי פיטזען, וועלכער איז פארשוואונדן געווארן אין יאר 11'. דער פארשוין ברייען מייקל ריני איז אפירגעקומען פאריגע ענדע וואך און געזאגט אז ער איז פיטזען, וואס האט געברענגט א פרישע דראמא און מען האט דורכגעפירט א "די-ען-עי" טעסט אויף יענעם. למעשה שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט פיטזען, נאר איז דער דערמאנטער ריני, א פארשוין מיט א רעקארד פון ענליכע אידענטיטעט פעלשונגען.
דעלי איד
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג אפריל 07, 2019 3:26 pm

יישר כח פאר די זיסע קאקאש.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג אפריל 07, 2019 6:14 pm

משה11 האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נו לכבודו פון רב איצל עמער איבערגעבן דברים כהווייתן און קורצן אויפן שפיץ גאפל

עס האט זיך אלעס אנגעהויבן מיט 8 יאר צוריק ווען זיין מוטער האט אפגענומען דעם קליינעם 6 יעריג טימאטי פיצען פון שולע און אים געפירט מיט איר אויטא צו א וואסער פארוויילונגס פארק אין וויסקאנסין
איר געביין איז געווארן אפגעפונען קורצליך שפעטער אין א מאטעל צימער און די אינצידענט האט אויסגעקוקט צו זיין א רוטינע זעלבסטמארד פאל
אבער..זי האט איבערגעלאזט א נאטיץ אין וועלכע זי שרייבט אז איר זוהן טימאטי איז אצינד אין זיכערע הענט און אז איר וועט אים קיינמאל נישט געפונען און ווירקליך האט מען מקיים געווען דבריה של מת און מען האט קיינמאל נישט באוויזן צו דערגיין ווי אין די וועלט טימאטי איז אפירגעקומען
ביז... נעכטן מיטוואך..
נעכטן מיטוואך האט א יונגטאש פון 14 יאר וועלכע גיבט אן אז זיין נאמען איז טימאטי פיצען אריבער א בריק פון אהייא קיין קענטאקי
ער האט ארגינעל געצויגן אויפמערקזאמקייט נאך וואס ער פארבייגייער האבן געהאט פארדאכטן אז דער יוגנטליכער פרובירט צו רויבן אן אויטא אבער ווען זיי האבן אים פרובירט ארומצורינגלען האבן זיי אויפגעפאסט וואונדן אויף זיין געזיכט און ער האט אפעלירט פאר הילף און אז ער ווערט געהאלטן דורך פארשידענע מענטשן אקעגן זיין ווילן ווערנדיג טראנספערירט פון איינעם צום צווייטן און אז ער וויל זיך אומקערן צו זיין היים
מען ארבעט איצט פעסטצושטעלן זיין געשיכטע דורך די ען עי און אנדערע מעטאדן אבער לויט זיין ווערסיע איז ער אראפגעשפרונגען פון א דאך אין אהייא ווי זיינע פארכאפער האבן אים אויפגעהאלטן פאר 7 יאר
ער שילדערט זיינע פארכאפער אלץ צוויי ווייסע מענער

Dna טעסט ווייזט אז דאס איז נישט דער זעלבער פארשוואונדענע אינגל.


קודם ישר כחכם פאר ענק ביידע, האב איך יא גוט פארשטאנען אז מען רעדט פון עפעס א דראמאטישע געשיכטע.

ביטע אויב מעגליך האלטן דעם עולם/וועלט'ל אפדעיטעט. מיט די דעטאלן, אויב עס וועט זיין.

אהייא – פעדעראלע פראקורארן האבן געקלאגט א 23 יעריגער קרימינאלער פארשוין, פאר'ן מאכן פאלשע סטעיטמענטס, נאכדעם וואס יענער האט זיך אנגעגעבן אז ער איז אן אילינאי יוגנטליכער ביים נאמען טימאטי פיטזען, וועלכער איז פארשוואונדן געווארן אין יאר 11'. דער פארשוין ברייען מייקל ריני איז אפירגעקומען פאריגע ענדע וואך און געזאגט אז ער איז פיטזען, וואס האט געברענגט א פרישע דראמא און מען האט דורכגעפירט א "די-ען-עי" טעסט אויף יענעם. למעשה שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט פיטזען, נאר איז דער דערמאנטער ריני, א פארשוין מיט א רעקארד פון ענליכע אידענטיטעט פעלשונגען.
דעלי איד

ער איז ווארשיינליך א קרוב מיט דעם קרוב פון יעדן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שמולי
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:37 pm

תגובהדורך שמולי » זונטאג אפריל 07, 2019 6:24 pm

הכל הבל האט געשריבן:נעכטן איז פארגעקומען די יערליכע פארזאמלונג פון די רעפובליקאנע אידישע קאאליציע און עס קומט ארויס די נייעס אז די רעפובליקאנע פארטיי פלאנירט א מאסיווע געלט אפאראציע צו אראפציפן מער אידישע שטימען ווי אין די פארגאנגנהייט
דזשעראד קושנער האט אנגעקניפט באציאונגען מיט א פרא איזראעל דעמאקראטישע מעגא ביישטייערער סאבאן וועלכע האט געגעבן 6 מיליאן דאלער פאר הילערי קלינטאן'ס קאמפיין


שבת אדער מאצע?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אפריל 07, 2019 9:59 pm

זה היום קוינו לו.

איך וויל מיר שוין באדאנקען פאר דעם הכל הבל א לענגערע צייט אבער עס איז מיר פשוט נישט אויסגעקומען, זאלסט וויסען אז איך האב נאכנישט פארפאסט קיין איין תגובה פון דיר, איך ליין עס יעדעס מאל א דורעך און איך האב גאר שטארק הנאה פון אלע תגובות און דאס מערסטע האב איך הנאה פון געריכט הויז.

די באשעפער זאל דיר באצאלען מיט שפע ברכה והצלחה און זאלסט קענען ווייטער מהנה זיין יודען מיט הרחבת הדעת.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג אפריל 07, 2019 11:17 pm

שכוח הכל הבל!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:57 am

די איינציגסטע לופטפעלד אין טריפאלי וועלכע איז אין דינסט ווערט באמבאדירט

אן איזראעלי געריכט פאראורטיילט אן ארבעטער פון די פראנצויזישע אמבאסאדא צו 7 יאר אין טורמע פארן העלפן שמוגלען וואפן פון עזה

היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט סעקרעטארשע ניעלסאן רעזיגנירט
טראמפ האט איר שוין לאנג געוואלט זעהן אינדרויסן אין די אנגעצויגנקייט האט שוין געגרייכט א קלימאקס מיט א צייט צוריק
זינט דאן האט ניעלסאן באוויזן צו אפקילן די צושטאנד און עטוואס אויסגלייכן די פארשטענדעניש
אבער אזוי ווי די הויפט אורזאך פארוואס ער האט איר געוואלט איר ארויסזעהן איז צוליב די מאנגל פון לעזונגען צו לייזן דעם גרעניץ קריזיס (הגם זי האט פשוט נישט פארמאגט די נויטיגע טעכנישע מעגליכייט עפעס צו טוהן דערוועגן און ווי טראמפ זעלבסט האלט אין איין זאגן קען מען גארנישט טוהן אזוי לאנג ווי קאנגרעס רעפארמירט נישט די געזעצן און דעריבער איז שווער צו פארשטיין פארוואס א צווייטער וועט זיין בעסער) א פאקטאר וועלכע איז בלויז געווארן ערגער מיט יעדן טאג דעריבער איז שוין קלאר געווען אז עס איז א פראגע פון צייט ביז ער גייט איר שיקן לופטערן
אין פאקט, די זוך איר צו ערזעצן גייט שוין אן פאר עטליכע וואכן און היינט האט עס פאסירט אז טראמפ האט געהאט א זיצונג מיט איר און איר פארבעטן צו גיין
ניעלסאן האט נישט געפלאנט צו רעזיגנירן אריינגייענדיג צו די מיטינג אבער איז געווען באוואוסטזיניג אז עס איז דא די מעגליכקייט אז זי וועט עס דארפן טוהן
ניעלסאן איז אלץ געווען א ציהל פון סטיווען מילער וועלכע איז א נאנטע טראמפ געהילף און זייער שפארבעריש איבער באקעמפן אומלעגאלע אימיגראציע און ווי אראפגעברענגט אינעם נעכטיגן באריכט האט טראנפ צוריקגעצויגן פון א נאמינאציע איבער א פירער פאר ICE
יענער נאמיני איז געווארן געשטיצט דורך ניעלסאן אבער מילער האט איבערצייגט דעם פרעזידענט צוריקצצוציען די נאמינאציע און לויט טייל איז עס געזעהן געווארן ווי נאך א סיגנאל ווי די מילער צוגאנג וועט ארויסשטופן דעם מער מעסיגן ניעלסאן צוגאנג און אזוי האט טאקע פאסירט
א צווייטע צייכן פון טראמפס ווילן איר צו ווייזן די וועג ארויס איז געווען דאס אויפברענן די געדאנק פון שאפן א פאזיציע פאר אן אימגראציע צאר וועלכע וואלט געווען באפולמעכטיגט אריינצורעדן אין אנגעלעגנהייטן פון איר דעפארטמענט
אויך דזשעראד קושנער וועלכע האט זיך די לעצטע צייט אריינגערוקט אין אימיגראציע דיסקוסיעס אין ווייסן הויז און זוכט צו אננעמען א מער אקטיווע ראלע אויף יענעם פראנט הויפטזעכטליך אין באצוג פון רעפארמירן לעגאלע אימיגראציע איז לויט קוועלער געווען גאר ווינציג אנציקט פון ניעלסאן

קאנגרעסמאן דעיוויד נונעז פלאנט צו שיקן קרימינאלע ריפערעלס צום יוסטיץ דעפארטמענט

האוערד שולץ איז געפרעגט געווארן אויב ער קען זיך פארפליכטן צו נעמען א פרוי אלץ זיין מיטלויפער
שולץ האט גענטפערט אז ער איז דערווייל נישט אין קיין פאזיציע צו באשליסן וועלכע סארט וויצע ער וואלט גענומען דאן האט שולץ צוגעלייגט: לאמיר אבער קלאר מאכן וואס איך זאג אז איך זאל נישט ווערן פארשטאנען אומריכטיג, איך בין זייער שטארק אין שטיצע פון פרויען, 40% אויף די עקזעקוטיווע באורד פון סטארבאקס זענען פרויען, איך בין פארהייראט צו א פרוי און איך בין די טאטע צו א טאכטער און די זיידע צו א מיידל אייניקל

אין די זעלבע נאכט ווען עס וועט פארקומען די ווייסע הויז פרעסע קארעספאנדענץ דינער וועט לויט טראמפ פארקומען א טראמפ ראלי אבער איצט הערט מען אז אויך ביל און הילערי קלינטאן פלאנירן אן אוונט גערופן "אן אוונט מיט די קלינטאנס"
טיקעטס אריינצוגיין הויבן זיך אן ביי 99.50 דאלער

נענסי פעלאסי אדרעסירט אומדירעקט די יונגע ליבעראלע באוועגונג אין קאנגרעס: אין די צייט וואס געוויסע פארמאגן גרויסע טוויטער נאכפאלגערשאפט, וואס איז וויכטיג איז צו באקומען גרויסע נומערן ביי די אפשטימונגען אויפן הויז פלאר

הויפט רעפובליקאנער אויפן הויז יורידישן קאמיטע דאג קאלינס שיקט בריוו צו קאמיטע פארזיצער דזשערי נאדלער זאפארט אראפצורופן מולער צום קאמיטע פאר א פארהער
נאדלער האט שוין געזאגט מיט עטליכע טעג צוריק אז א מולער פארהער וועט זיין אומפארמיידבאר אבער ער וויל צו ערשט זעהן די מולער באריכט

א פלארידא מאן וועלכע איז געווארן ארעסטירט אויף רויבעריי פארברעכן איז געווארן ארויסגעלאזט אויף בעיל
די סעקיוריטי קעמרעס האבן אויפגעכאפט ווי ארויסגייענדיג פון טורמע זייענדיג אין די פארקינג לאט פרובירט ער צו רויבן קארס און ער האט זיך אריינגעזעצט און אומפארשלאסענע קארס
ביז 15 נאכן באפרייט ווערן אויף בעיל איז ער געווען צוריק אין זיין צעל

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:21 am

מטעמים האט געשריבן:זה היום קוינו לו.

איך וויל מיר שוין באדאנקען פאר דעם הכל הבל א לענגערע צייט אבער עס איז מיר פשוט נישט אויסגעקומען, זאלסט וויסען אז איך האב נאכנישט פארפאסט קיין איין תגובה פון דיר, איך ליין עס יעדעס מאל א דורעך און איך האב גאר שטארק הנאה פון אלע תגובות און דאס מערסטע האב איך הנאה פון געריכט הויז.

די באשעפער זאל דיר באצאלען מיט שפע ברכה והצלחה און זאלסט קענען ווייטער מהנה זיין יודען מיט הרחבת הדעת.

א גרויסע יישר כח פאר די גוטע רייד מיט אזויפיל טעם!

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:27 pm

שכח הבל, רילי עפרישיעט דיין ארבעט

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אפריל 09, 2019 8:33 am

פרעזידענט טראמפ און די דרום קארעא פירער מון דזשעי וויל וועלן זיך טרעפן היינט פאר געשפרעכן אין וואשינגטאן

א F-35 וועלכע באלאנגט פאר די יאפאנעזע עיר פארס איז פארשוואונדן העכער די פאציפישע אקעאן

די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט טאריפס אויף די ווערט פון 11 ביליאן דאלער פון אייראפעיאשע אימפארטן אין רעאקציע צו די סובסודיעס וואסז די אייראפעיאישע בלאק שטעלט צו פאר עירבאס די גרעסטע קאנקורענץ פון די אמעריקאנע פירמע באואינג

די ווייסע הויז האט בלאקירט אייטריט אין לאנד פאר 34 קובאנער בעיסבאל שפילער צוליב וואס זייער אנטייל נעמען וואלט באדייט אז די אמעריקאנע רעגירונג וואלו באצאלט 2.5 מיליאן דאלער פאר די קבאנער און די אדמיניסטראציע וויל נישט בעניפיטירן קובא

אטוירני דזשענעראל וויליאם באר וועט היינט אום 9:30 אינדערפרי אויפטרעטן פארנט פון די קאנגרעס אפראפיעישאנס קאמיטע און מיטוואך פארנט פון א סענאט קאמיטע
קאנגרעסמאן קארטרייט זאגט שוין אז די פראגע וועלכע עגבערט אלעמען און ווערט געפלאנט צו פרעגן איז וויפיל פון די באריכט דייט זיין פארמעקט ווייל אלע ווילן וויסן וואס עס שטייט אונטער די שווארצע טינט

פארזיצער פון די הויז יורידישע קאמיטע דזשערי נאדלער האט נאכנישט גערעדט מיט באר זינט מען האט געשטימט צו אויטאריזירן די סובפינע
ווערנדיג געפרעגט אויב ער וועט נאך שיקן די סובפינע איידער באר פארעפנטליכט די באריכט האט ער געזאגט אז ער ווייסט נאכנישט איצט

קאנגרעסמאן עדעם שיף וועלכע איז די פארזיצער פון די הויז שפיאנאזש קאמיטע אנטזאגט ביטע פון מייקל קאהען אים צו העלפן מיטן מוטיגן די סאודערן דיסטריקט אף ניו יארקס פראקורארן אפיס פצושטופן זיין סענטענסינג שיף ערקלערט אז די פאליסי פון זיין אפי איז נישט צו ווערן פארמישט אין סענטענסינג אנגעלעגנהייטן

סענאטאר דזשאן קארנין איז געווארן געפרעגט אויב ער איז באזארגט איבער די פינגער אפדרוקן פון סטיווען מילער אין די היימלאנד זיכערהייט אויפשאקלונג און זיין איינפלוס אין ווייסן הויז
קארנין: א קאנסיסטענט מעסעדזש פעלט זיך אויס אין ווייסן הויז אבער געוויסע איינגעשטעלטע ארבעטן אין קעגנזאץ צו אזא מעסעדזש

סענאט מינאריטעט פירער שומער: ווען אימער איך טרעף מיך מיט אים (מילער) איז ער אלץ פון די עקסטרעמע איין פראצענט פון אמעריקע איבער די טעמע פון אימיגראציע

דעוועלאפער פרובירן שוין פאר 6 יאר צו בויען א גאז פייפליין פון פענסילוועניע קיין ניו יארק אבער האבן זיך אנגעשטויסן אין ביוראקראטישע פראבלעמען ווען ניו יארקע רעגולעיטארס האבן דערווייל נישט געוואלט באשטעטטיגן א פארלאנגטע פערמיט
מארגן מיטוואך וועט פרעזידענט טראמפ אונטערשרייבן אן עקזעקוטיווע ארדער וועלכע וועט איבערהיפן די רעגולירער אין ניו יארק און ערמעגליכן די ארבעט ווייטער אריינצוגיין אין קראפט

ריכטער אליטא און ברייער שטעלן קלאר אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום וועג צו וויסן פון די קאנפליקט אף אינטערעסט (וואס עס שטעלט זיך איצט ארויס אז זיי האבן געהאט) אין א באשלוס נישט אויפצונעמען א קעיס פארלאפענע יונואר למספרם

אין 2018 למספרם האט זיך טעריסא גרינפעלד געציילט צווישן א רייע קאנדידאטן אין די דעמאקראטישע פריימערי צום דריטן קאנגרעסיאנאלע זיץ אין אייאווע
נאך אן אויפדעקומנג אז איר קאמפיין מענעדזשער האט געפעלשט אונטערשריפטן פאר פעטיציעס וועלכע זאל איר ערמעגליכן צו ערשיינען אויפן שטים צעטל האט זיך גרינפעלד געדארפטט ארויסציען פונעם קאמפיין
מיט צוויי טאג צוריק האט דער קאמפיין מענעדזשער גלאזט לויפן א באצאלטע פולער זייטל אין די ארטיגע צייטונג אין וועלכע ער טוט זיך עפנטליך און אפיציעל אנטשולדיגן פאר זיינע שריט
נו, צו וואס איז די נייעס רעלעוואנט איצט? און פארוואס האט ער טאקע איצט געפונען פאר וויכטיג ארויסצוקומען מיט אן אנטשולדיגונג?
ווייסעך נישט אבער אין די לעצטע צייט הערט מען מער און מער איבער די געדאנק אז גרינפעלד זאל לויפן אקעגן די פאפולערע רעפובליקאנע סענאטארשע דזשאני ערנסט און קען זיין אז מען וויל צו ערשט אויפרייניגן דעם באדן און פארגלעטן אלטע סקאנדאלן פון שטערן א פאטענציאלע סענאט קאמפיין

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:56 am

וויליאם באר פריער ערשינען אויף קעפיטאל היל און טרעט איצט אויף פארנט פון א די סובקאמיטע אף אפראשיעישאנס סענאט קאמיטע

וויליאם באר: מולער באריכט קומט קומענדיגע וואך

וויליאם באר: איך גלויב אז די שפיאנירן (אויפן קאמפיין) האט פאסירט
און שפיאנירן אויף א פאלטישע קאמפיין איז א ביג דיעל די פראגע איז אויב עס איז געווען א גענוג צפורידנשטעלנדע אורזאך דערצו

וויליאם באר: מולער האט נישט געשיקט צו קאנגרעס צו מאכן די באשלוס איבער אבסטראקשען און ער האט אויך נישט פארלאנגט פון מיר עס צו טוהן אבער דאס איז די סטאנדארט ווי אזוי די די סיסטעם אפערירט אז אז באשלוס פאלט צו מייו יוריסדיקציע

וויליאם באר האט נעכטן פארטיידיגט די דעפארטמענטס שטעלונג איבער אבאמאקעיר
ער האט אנגעדייטעט אז ער מעג קעמפן דערקעגן זינט ער גלויבט אז די שאנסן אז די געריכט וועט טאקע אננעמען זייער שטעלונג זענען ווייט נישט זיכער (און דעריבער קען מען אים נישט באשולדיגן מיטן עלימינירן אבאמאקעיר ווייל ער וועט מעגליך פארלירן די קעיס)
היינט אין סענאט האט ער אנערקענט אז אויב ער וואלט געווען א ריכטער וועלכע באהאנדלט די קעיס וואלט ער מעגליך געהאט אן אנדערע שטעלונג אויף די אישו ווי איצט ווען ער שטייט אין שפיץ פון די דעפארטמענט און ער דארף פארטיידיגן די שטעלונג פון די אדמיניסטראציע

דזשאן באלטאן איבער די מיטל מזרח פרידן פלאן: קומט ארויס אין גאר נאנטע צוקונפט

סענאטאר באב מענענדעז אייסערט זיך ציניש אז טראמפ זאל איינפאך נאמינירן סטיווען מילער צו פירן די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט

סענאטארן קאטאן פערדו און האולי שלאגן פאר ביל צו צוימען לעגאלע אימיגראציע

די טראנסקריפטן פוןדי צווייטע טאג פון פארהערן פון דזשימעס בעיקער דער געוועזענע עף בי איי אדוואקאט דורך די יורידישע און איבערזיכט קאנגרעס קאמיטעען פארעפנטליכט דורך קאנגרעסמאן דאג קאלינס

אין בעפארברייטונג צו פארהער אין קאנגרעס האבן זיך פארהאנדלער פון באנק הופיטן געדארפט טרעפן מיט קאמיטע מיטגלידער אבער קאנגרעספרוי אלעקסאנדירע קארטעז און איר שטאב האבן זיך אנטזאגט פון אפהאלטן די זיצנג

ען בי סי אנקעטע צייגט אז 58% וויילער זענען צופרידן מיט טראמפס האנדלונג פון די עקאנאמיע

דער אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין רוסלאנד דזשאן האנטסמאן קלערט זיך פון אומקערן אהיים קיין יוטא מיט מעגליכע פאליטישע אמביציעס
דער איצטיגער רעפובליקאנע גאווערנאר האט געוואונען ווידערערוויילונג אין 2016 למספרם צו א צווייטע טערמין אבער אין 2017 למספרם האט ער זיך אנטזאגט צו קלארשטעלן אויב ער וועט נאכאמאל לויפן און לויט טייל קוועלער האלט האנטסמאן אן אויג אויפן שטוהל
די סענאט איז דערווייל נישט עפעס וואס ער באטראכט

די פעדעראלע רעגירונג האט געעפנט אן אויספארשונג און שוין ארויסגעשיקט סובפינעס צו באקומען דאקומענטן איבער פינאנציעלע האנדלונג פונעם וועסט ווירדזשיניע גאווערנאר דזשים דזשאסטיס וולעכע האט לעצטנס געטוישט פארטיי צו רעפובליקאנער
מען פארשט איבער פינאנצן פון א טשאריטי פארבינדן מיט זיין גאלף רעזארט
די העריסאן קאונטי רעפובליקאנע עקזעקוטיוו קאמיטע האט דורכגעפירט א רעזאלוציע אויסצדרוקן אומקאנפידענץ אינעם גאווערנאר
קאנאווא קאונטי רעפובליקאנערהאט דורכגעפירט אן ענליכע רעזאלוציע פאריגע וואך
אויף פעיאט קאונטי האט דיסקוסירט די אישו מאנטאג אבער דערווייל נישט אויפגעברענגט קיין אפשטימונג
ווי ערווענט אנהויב וואך קלערט דער דעמאקראטישע סענאטאר פון לויפן פאר די זיץ

א גרופע אין אהייא וועלכע האט געזוכט ארויפצושטעלן אויפן שטים צעטל די אפציע פון טוישן די וועג ווי אזוי די סטעיט טיילט אויס אירע דעלעגאטן לויט די פאפולערע וואוט אנשטאט די עלעקטארעל קאלעדזש סיסטעם האט אויפגעגעבן אויף זייער פארזוך אנגעבליך צוליב די ענגע צייט און די גרויסע צאל אונטערשריפטן וועלכע זיי דארפן נאך שאפן

נאציאנאלע רעפובליקאנער קוקן שטארק ארויס אויף א קאנקורירנדע פארמעסט אין ניו העמפשיר פאר די סענאט זיץ גלויבנדיג אז עס וועט ציען פולע ביישטייערונגען אהין און גלייכצייטיג טרייבן וויילער צו די שטים בודקעס וועלכע קען בעניפיטירן די פארטיי דאון די בעלאט
אין 2016 למספרם האט די פארמעסט צווישן עיאט און העסען (וועלכע האט זיך געענדיגט מיט גאר א שמאלע העסען זיג) געצויגן מער וויילער ווי סיי די גאווערנאר קאמפיין און סיי די פרעזידענט קאמפיין

ביזנעסמאן עדי ריספאן וועלכע קאנדידירט אין די רעפובליקאנע פריימערי פאר גאווערנאר אין ליוזיאנא מעלדט אז זיין קאמפיין פארמאגט 10.4 מילאן דאלער קעש צו די האנט
דער אמטירנדער דעמאקראטישע גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס האט 10.2 מיליאן

אריבער אין מאנטאנא צו די ארטיגע גאווערנאר פארמעסט
דער רעפובליקאנער אטוירני דזשענעראל טים פאקס וועלכע לויפט פאר גאווערנאר האט 204 קעש צו די האנט
זיין פריימערי קעגנער קארי סטעיפעלעטאן האט 65 טויזנט
קיין איין ערנסטע דעמאקראט איז דערווייל נישט אינעם פארמעסט

בערני סענדערס גרייט זיך ארויסצושטעלן זיין ביכל צום פארקויפן בעטנדיג טייערע ווי אנדערע קאנדידאטן ברענגנדיג מאנכע צו טענה'ן אז דאס איז נישט אין ליניע מיט זיין סאציאליסטישע אידעאלאגיע

AIRBNB האט געמאכט א זיך געבראכן צו דרוק און האט געמאלדן אז זי וועט צוריק ערלויבן צו ליסטן רענטאלס אינערהאלב די זידלונגען אקופירט דורך די איזראעליס
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אפריל 10, 2019 2:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:07 pm

שכוח! געווען א דעלישעס לאנטש!
כ׳מאך אבער נאכנישט קיין על המחיה, ווייל כ׳בין חושש פאר א ברכה לבטלה....
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:11 pm

די וועלכע קענען נישט זאגן שקועיך פאר מיר מעגן אבער זאגן שקויעך פאר דיר
די פידבעקער זענען צו פארדאנקן אז די בעקעריי זעצט פאר צו פונקציאנירן
זיי זענען די גאז פאר די אויווענס

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:20 pm

שקויעך
אויב האט איר הנאה פון די תגובה אדער איר האט קריטיק, ביטע לאזט אייך הערן דא אדער אין אישי. יישר כח

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:25 pm

הבל, איך עפרישיעיט און כ'האב עקסטער הנאה יעדעס מאל פון דיינע נייעס און באריכטן!

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:31 pm

הר גריזים האט געשריבן:הבל, איך עפרישיעיט און כ'האב עקסטער הנאה יעדעס מאל פון דיינע נייעס און באריכטן!


וגם אני מצטרף מעומק הלב!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אפריל 10, 2019 3:24 pm

הר גריזים האט געשריבן:הבל, איך עפרישיעיט און כ'האב עקסטער הנאה יעדעס מאל פון דיינע נייעס און באריכטן!

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך אפריל 10, 2019 3:26 pm

אין מילים.

איך געב אזא ליין דורך אין איין לאנטש, וואס פלעגט מיר נעמען א חודש אמאל.
גיי אן, ביזט מחי' אסאך אידן וואס האבן נישט די מוט, צייט, מעגליכקייט, צו באדאנקען.
כ'גלייבן דיינע זאכן ברענגען די מערסטע מענטשן צו דעם סייט..

הצלחה און שכח נאכאמאל.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך אפריל 10, 2019 3:27 pm

הבל:
וואס העט מען טוהן פסח? שאף ביטע א גוטע רעסעפי פאר פייסעכיגע קאקאש...

מיר עסן מיט אפעטיט דיינע באריכטן!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 10, 2019 3:37 pm

שקויעך פאר אלע

הלשון, און מערערע וואס ווילן וויסן איבער ערבי פסחים אין קיך
שווער פאראויסצוזאגן צוליב די פילע טידרות החג צו שרייבן און ליינען צוגלייך
און לייג צו די קאנגרעס אפוועזנהייט וויעלכע וועלן זיין אויף אורלויב און אלץ רעזולטאט ווייניגער חומר וואס צו באריכטן
וואס יא?
ביל באר וועט פארענפנטליכן די מולער באריכט און אויך איז סופרים קאורט שוין נישט אין סעסיע פאר א וויילע
א רייניגונג פירמע זויבערט אויס די זאל און קארידארן ארום לכבוד יום טוב
ס'קומענדיגע וואך וועלן די ריכטער זיך אומקערן צו א ציכטיג שפיגלדיגע געריכט זאל
איז אויב פון אויבן וועט מען ערמעגליכן וועט מעגליך זיין עטוואס באריכטן אויף יענעם פראנט

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך אפריל 10, 2019 3:57 pm

ישר כח זיך געלוינט אויפצושטיין פאר אזא שיינע באריכט

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך אפריל 10, 2019 4:01 pm

הר גריזים האט געשריבן:הבל, איך עפרישיעיט און כ'האב עקסטער הנאה יעדעס מאל פון דיינע נייעס און באריכטן!

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך אפריל 10, 2019 6:51 pm

טאקע שפעט, אבער געווען גיט הונגעריג.

הכל הבל, איך מיז דיר זאגען אז דער קאקאש איז נאך געווען פריש פאר מיר, א מחיה געווען. קיפ איט קאמינג.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אחד מהחבורה
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך אפריל 10, 2019 7:42 pm

איך האב גראדע נישט קיין דזשוק וועגן די קאקאש מיט די נאך ברכות וכדו'. נאך אלץ וויל איך מיר באדאנקען, ריעלי עפרישיעטעט.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], חיים אשר, יש ברירה, כאפצעם און 30 געסט