א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:43 pm

מיטוואך דריטע באריכט

אריזאנע דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט מארק קעלי האט אויפגעטריבן 4 מיליאן דאלער אינעם ערשטן קווארטאל פון 2019 למספרם

אין די צייט וואס פרעזידענט טראמפ ברויזט איבער די צושטאנד ביים גרעניץ ארבעט דזשעראד קושנער ווייטער העפטיג פון הונטער די קוליסן אויף לעגאלע אימיגראציע רעפארם

מעקאנעלס דעבאטע רעפארם אין סענאט איז אריבער 51-48, לי און קאלינס שטימען מיט די דעמאקראטן

ביידען וועט ווידער ערשיינען אין פובליק קומענדיגן פרייטאג
ביידען האט היינט אדרעסירט די באשולדיגונגען אקעגן אים זיך נישט וועלנדיג אנטשולדיגן אבער אנערקענט אז עס איז געווען א מיספארשטענדעניש איבער די טעריטאריע אין וועלכע ער פארמאגט רעכטן און פון היינט און ווייטער וועט ער זיך צושטעלן צו די פארלאנגטע סטאנדארטן

קעגנער פון די באמפ סטאק פארבאט אפעלירן פונדאסניי צום סופרים קאורט פאר א סטעי אויף א פרישע פארעם
די געריכט האט שוין אפגעווארפן צוויי פריערדיגע פראבעס

טעקסאס פארבאט גייסטליכע פיגורן צו זיין אנוועזנד ביים אויספירן טויט אורטיילן צו פארמיידן פון ווערן געקלאגט איבער דיסקרימינאציע ביים נישט צושטעלן בלויז פון ספעציפישע סארט רעליגיעס
ריכטער קעווענאו האט געהאט אויפגעברענגט אזא געדאנק לעצטע וואך ביי א קעיס און טעקסאס האט עס איצט איינגעשטעלט

אייאוועס רעפובליקאנער סענאטאר טשאק גרעסלי זאגט אז טראמפס ווינט טורביינען קאמענטארן זענען אידיאטיש און ווייזן אומרעספעקט
אייאווע רעפובליקאנער גאווערנאר קים רעינאלדס האט זיך אבער ארויסגעדרייט פון קריטיקירן טראמפ

סטעיסע עיברעמס האט אדרעסירט פארזאמלטע און רעאגירט צו זארגן אז מיטן מאכן די אפריקאנע אמעריקאנע זארגן אלץ צענטער אישו וועלן די ווייסע ווערן פארגעסן
זי זאגט אז די ווייסע וועם זי קען דארפן אויך העלט קיער און האבן אויך קינדער און טורמע און פארדינען אויך 8 דאלער א שטונדע ווען עס קומט זיי 15
זי זאגט אז איר מאמע האט נישט פארכאפט צו בייוואוינען ווי זי אקצעפטירט די שבועה פון אפיס און איך ווייס נישט וועלכע שבועה קומט נעקסט..
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אפריל 03, 2019 6:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:06 pm

עס איז נישט אזוי געזונט פאר די וויזויהייסטעס צו עסן קאקאש דריי מאל א טאג, אבער א דאנק עניוועי, עס איז פיין געווען, ווי אלעמאל!

בד״וו
איך גלייך די איידיע פון ברענגען אלע נייעס סטרעיט צו איין פלאץ, אבער די טיים סענסיטיוו נייעס (ברעיקינג ניוז וכדומה) וואלט איך נישט געוואלט ווארטן אויף די לענגערע אויסגאבע.

#מייןמיינונג
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:09 pm

אךךך שוין ווידעראמאל זיך נישט געקענט איינהאלטן און אויפגעגעסן די גאנצע באבקע...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:14 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:עס איז נישט אזוי געזונט פאר די וויזויהייסטעס צו עסן קאקאש דריי מאל א טאג, אבער א דאנק עניוועי, עס איז פיין געווען, ווי אלעמאל!

בד״וו
איך גלייך די איידיע פון ברענגען אלע נייעס סטרעיט צו איין פלאץ, אבער די טיים סענסיטיוו נייעס (ברעיקינג ניוז וכדומה) וואלט איך נישט געוואלט ווארטן אויף די לענגערע אויסגאבע.

#מייןמיינונג

די נייע סיסטעם איז נאך אין פראבע שטאפל
אויסנאמליך צייט סענסיטיוו וועט געמאלדן ווערן ווען זיי פאסירן
ווייניגער סענסיטיוו וועט ווערן דא געמאלדן און טאקע וועגן דעם ווערט עס צוטיילט אין עטליכע באריכטן אזוי ארום אז עס איז נישט אזוי שפעט פון ווען עס האט פאסירט

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:16 pm

איינער האט נאך קאווע? די קאקאש האט זיך שוין געהענדיג...

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:45 pm

Wow ביסט גוט! ישר כח!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:48 pm

מ'האמיר שטארק הנאה מיסטער הבל.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:58 pm

Wow!!!

הכל הבל, מיר האבן נישט דער ווערטער אייך צי באדאנקען.

איך גלייך זייער דער נייער מהלך.

יישר כח
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אפריל 03, 2019 7:36 pm

מ'בעט דער עולם זאל זיך באנאקען, אזוי וועט זיין אסאך קאקאש.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:54 pm

מ'דארף גארנישט בעטן ס'קומט פון זיך אליין...

א דאנק א יישר כח טענק יו הכל הבל × 3

ווי עס שיינט, איז במשך דיין אפוועזנהייט, די קאקאש געבאקן געווארן אויף זיין טעגליכן רוטין, און איצט בעפאר דעם אזוי באליבטן יו"ט פסח, האט מען זיך דערזען מיט א בערגל קאקאש'ן, איז קיין ברירה נישט געבליבן, נאר זיי ארויסלייגן אויפן לחיים טישל, איינס נאכעס אנדערע, ויאכלו ענוים וישבעו,
האפענטליך וועט דער שמש האבן איינזעניש, און נישט ברוגז זיין אויף ס'גרויסע קאווע געטרונקעכץ, וואס קומט נאטורליך מיט....
. . . . . . .

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מיטוואך אפריל 03, 2019 11:34 pm

Thank you!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 10:00 am

היינט וועט זיך פרעזידענט טראמפ ווידעראמאל טרעפן מיט כינעס וויצע פרעמיער אבער איז נישט ערווארטעט צו מעלדן א דאטום פאר א זיצונג מיט כינעס פירער זשינפינג

מיט עטליכע טעג צוריק האט פאליטיקא באריכטעט איבער קאנטראקטס וואס די העלט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן פאר א רייע רעפובליקאנע פארבינדעטע גרופעס אין די ווערט פון שווערע מיליאנען
איצט שטייענדיג שטונדן אפגערוקט פון א פארהער אין קאנגרעס ווי העלט סעקרעטאר אלעקס עיזאר וועט אויפטרעטן האט די דעפארטמענט סוספענדירט די קאנטראקטן צו קענען האבן בעסערע איבערזיכט איבער זיי

די ניו יארק טיימס באריכטעט אין נאמען פון אויספארשער אויף מולערס טיעם אז די באריכט איז היבש מער נעגאטיוו איבער פרעזידענט טראמפ און די אבטראקשען טייל דערפון ווי באר שטעלט עס אהער און זיי זענען אנטוישט מיט זיין צוגאנג אין די סאמערי רעפארט
די וואשינגטאן פאוסט ווייסט אויף צו פארציילן אז די מולער רעפארט האט אנדעקט באווייזן פון אבסטראקשען אויף א פיל מער ערנסטע פארנעם ווי באר פרעזענטירט און אז מולערס טיעם ברויזט ווי א קאכעדיגע קעסל

וואלסטו געוואלט זעהן טראמפס שטייער בויגנס?
רעפובליקאנער סענאטאר קענעדי: יא

דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאט באטיגעג זאגט אז ער וועט מאכן א גרויסע מעלדונג אום אפריל 14 למספרם

סטעיסי עיברעמס איבער די ביידען באשולדיגונגען: מיר קענען נישט נוצן פערפעקציאניזם אלץ כור המבחן
מיר גייען אויסגעפונען זאכן איבער סיי ווער עס לויפט פאר אפיס

סענאטאר מייקל בענעט דיאגנאזירט מיט די מחלה ל"ע

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:58 am

שכוח הכל הבל
מיר פרעזנליך איז זייער גיט אז מען גיט די קאקאש קעיק פרי ווייל איך האב נאר צוטריט צו איי וועלט פארמיטאג, האב איך עס נאך פריש,
אין ביז מארגען האבען שוין אנדערע געניצט מיין ניק ''יישר כח''

נ.ב. איין פראבלעם מיטן לייגן אלעס דא אז מספר תגובות וועט נישט וואקסען אזוי שנעל :smile:

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:36 pm

דאנערשטאג צווייטע באריכט

א יונגעלע איז געווארן אפגעפונען און אידענטיפיצירט אין קענטאקי אכט יאר נאך זיין פארכאפונג פון וועלכע ער איז אנטלאפן

טראמפ גיבט אן איין יאר אולטימאטום ביז ווען די דראג פלוס מוז זיך אויפהערן און אויב נישט וועט ער ארויפשטעלן טאריפס אויף אויטאמאבילן

טראמפ גאר ערנסט מיטן נאמינירן הערמאן קעין צום פעדעראלן רעזערוו באורד

אן אנקעטע סענאטארן שומער קאטאן רוביא בראון און שאהין וועלן אויפוויקלען ביל ארויפצושטעלן סאנקציעס און לייגן דרוק אפצושטעלן כינעזער פענטענאל עקספארטן קיין אמעריקע

לויט געוויסע טוט טאם סטעיאר מעגליך איבערקלערן זיין באשלוס נישט צו לויפן פאר פרעזידענט

דראמא געשאפן ארום א טראמפ נאמינאציע צום 9'טן סירקוט קאורט
סענאטארשע פיינסטיין און אנדערע האבן אויסגעדרוקט זארג איבער די פאקט אז דניא-ל ברעס וואוינט נישט אין קאליפארניע אבער איצט האט קאמיטע פארזיצער טשאק גרעסלי אויך אויסגעדרוקט צווייפל איבער די נאמינאציע
סענאטאר לי דרוקט אבער אויס שטארקע שטיצע
ברעס איז איינע פון 3 ריכטער נאמינאציעס די סענאט דארף איצט באשטעטיגן צום 9'טן סירקוט

א מעיסאן דיקסאן אנקעטע אין פלארידא גיבט א 62% צופרידניהייט ראטע פאר גאווערנאר ראן דסענטיס אקעגן 24% אומצופרידן

ראבערט מולער מיט נאך 4 פון זיינע פראקורארן זענען היינט געווען אין אפיס

קאנגרעס שטימט אקעגן שטיצן די סאודיער קריג אין תימן אבער מיט נישט גענוג שטימען איבערצושרייבן א ווארשיינליכע וועטא וועלכע גייט איצט קומען פונעם פרעזידענט

אהייא דעמאקראטישע קאנגרעסמאן טים רייען שפרונגט אריין אינעם פרעזידענטליכן פארמעסט

סטעיסי עיברעמס זאגט אז די מעגליכקייט צו לויפן פאר פרעזידענט איז ביי איר די דריטע אויפן ליסטע נאך די אנדערע צוויי געדאנקען פון לויפן אקעגן סענאטאר פערדו אדער אויסווארטן ביז 2022 למספרם ווידער צו לויפן פאר גאווערנאר

דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט באטיגעג רופט צו עלימינירן טויט שטראף

סענאטאר דיק דורבין רופט אן מיטש מעקאנעל מיט א פרישן צונאמען "נוקלעאר מיטש"

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:38 pm

הכל הבל האט געשריבן:מיט עטליכע וואכן צוריק האט בענעט זיך אויפגעריסן אין סענאט און זיך גע'רצח'ט מיט קרוז
איצט איז ער צוריק ביים מיקראפאן און דער געווענליך באשיידענער סענאטאר איז שוין ווידער צולאזט
איך האף אז אלעס איז אקעי מיט אים

הכל הבל האט געשריבן:לויט אלע אנדייטונגען גייט ער אדורך שווערע צייטן
ער איז ממש נישט זעך

הכל הבל האט געשריבן:כווייס נישט אבער פאליטיקא וואלט שוין געמעגט מאכן זייער ריסוירטש אויף וואס אזאנס האט פאסירט מיט'ן

הכל הבל האט געשריבן:און..מייקל בענעט איז ווידער צופידלט היינט אינעם סענאט
רייסט גאר שארף ארונטער מעקאנעל און זאגט אז ער איז מעקאנעל צו פארדאנקן טראמפס ווערן פרעזידענט
ער דרוקט אפיציעל אויס חרטה פאר זיין שטימע פאר הערי ריעדס מבטל זיין די פיליבאסטער פאר אפעלאט ריכטער נאמינאציעס און אנערקענט אז יענע אפשטימונג איז צו פארדאנקען די איצטיגע ברייטע טוישן וואס מעקאנעל דעוואגט זיך דורכצופירן

הכל הבל האט געשריבן: סענאטאר מייקל בענעט דיאגנאזירט מיט די מחלה ל"ע

אלעס שטומט שוין?
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:42 pm

משה11 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מיט עטליכע וואכן צוריק האט בענעט זיך אויפגעריסן אין סענאט און זיך גע'רצח'ט מיט קרוז
איצט איז ער צוריק ביים מיקראפאן און דער געווענליך באשיידענער סענאטאר איז שוין ווידער צולאזט
איך האף אז אלעס איז אקעי מיט אים

הכל הבל האט געשריבן:לויט אלע אנדייטונגען גייט ער אדורך שווערע צייטן
ער איז ממש נישט זעך

הכל הבל האט געשריבן:כווייס נישט אבער פאליטיקא וואלט שוין געמעגט מאכן זייער ריסוירטש אויף וואס אזאנס האט פאסירט מיט'ן

הכל הבל האט געשריבן:און..מייקל בענעט איז ווידער צופידלט היינט אינעם סענאט
רייסט גאר שארף ארונטער מעקאנעל און זאגט אז ער איז מעקאנעל צו פארדאנקן טראמפס ווערן פרעזידענט
ער דרוקט אפיציעל אויס חרטה פאר זיין שטימע פאר הערי ריעדס מבטל זיין די פיליבאסטער פאר אפעלאט ריכטער נאמינאציעס און אנערקענט אז יענע אפשטימונג איז צו פארדאנקען די איצטיגע ברייטע טוישן וואס מעקאנעל דעוואגט זיך דורכצופירן

הכל הבל האט געשריבן: סענאטאר מייקל בענעט דיאגנאזירט מיט די מחלה ל"ע

אלעס שטומט שוין?

גלויב מיר, אין די לעצטע תגובה מיינס וועלכע דו ציטירסט פון נעכטן האבעך אינעם ארגינעלן דרעפט געשריבן " צייט צו באזוכן א דאקטאר"
עווענטועל האבן מיינע שרייבן סטאנדארטן מיר באוואויגן אראפצונעמען יענע 5 ווערטער און היינט דערוועקן מיר זיך צו די טרויעריגע נייעס אז ער קומט שוין פון דארט
אלנפאלס לאמיר געדענקן אויף ווייטער לדון את כל האדם לכף זכות און די לעצטיגע מאדנע אויפפירונג זיינע קען זייער מעגליך זיין פארבינדן דערמיט
זאלן אלע אידישע קינדער זיין געזונט און שטארק
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אפריל 04, 2019 1:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 1:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:
א יונגעלע איז געווארן אפגעפונען און אידענטיפיצירט אין קענטאקי אכט יאר נאך זיין פארכאפונג פון וועלכע ער איז אנטלאפן


ווי קען מען זעהן מער וועגן די מעשה? זעהט אויס צו זיין א דראמאטישע שטיקל נייעס.

יישר כח פאר דיינע באריכטן, איך האף נאר אז די האסט א פסח סעקשאן סא די קאקאש געגעסאכט׳ס זאל קענען אנגיין אומגעשטערט ביז פסח

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 1:22 pm

נו לכבודו פון רב איצל עמער איבערגעבן דברים כהווייתן און קורצן אויפן שפיץ גאפל

עס האט זיך אלעס אנגעהויבן מיט 8 יאר צוריק ווען זיין מוטער האט אפגענומען דעם קליינעם 6 יעריג טימאטי פיצען פון שולע און אים געפירט מיט איר אויטא צו א וואסער פארוויילונגס פארק אין וויסקאנסין
איר געביין איז געווארן אפגעפונען קורצליך שפעטער אין א מאטעל צימער און די אינצידענט האט אויסגעקוקט צו זיין א רוטינע זעלבסטמארד פאל
אבער..זי האט איבערגעלאזט א נאטיץ אין וועלכע זי שרייבט אז איר זוהן טימאטי איז אצינד אין זיכערע הענט און אז איר וועט אים קיינמאל נישט געפונען און ווירקליך האט מען מקיים געווען דבריה של מת און מען האט קיינמאל נישט באוויזן צו דערגיין ווי אין די וועלט טימאטי איז אפירגעקומען
ביז... נעכטן מיטוואך..
נעכטן מיטוואך האט א יונגטאש פון 14 יאר וועלכע גיבט אן אז זיין נאמען איז טימאטי פיצען אריבער א בריק פון אהייא קיין קענטאקי
ער האט ארגינעל געצויגן אויפמערקזאמקייט נאך וואס ער פארבייגייער האבן געהאט פארדאכטן אז דער יוגנטליכער פרובירט צו רויבן אן אויטא אבער ווען זיי האבן אים פרובירט ארומצורינגלען האבן זיי אויפגעפאסט וואונדן אויף זיין געזיכט און ער האט אפעלירט פאר הילף און אז ער ווערט געהאלטן דורך פארשידענע מענטשן אקעגן זיין ווילן ווערנדיג טראנספערירט פון איינעם צום צווייטן און אז ער וויל זיך אומקערן צו זיין היים
מען ארבעט איצט פעסטצושטעלן זיין געשיכטע דורך די ען עי און אנדערע מעטאדן אבער לויט זיין ווערסיע איז ער אראפגעשפרונגען פון א דאך אין אהייא ווי זיינע פארכאפער האבן אים אויפגעהאלטן פאר 7 יאר
ער שילדערט זיינע פארכאפער אלץ צוויי ווייסע מענער

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 1:58 pm

אפאר קרישקעלעך אלס ישר כח פאר די פילע קאקאש.

מעכל באנעט איז א איד, און זיין מאמעס עלטערן זענען געווען אין ווארשא געטא.

ער איז געבוירן אין ניו דעלהי, אינדיע, אבער צו סיטיזענס.

ער זאגט אז ער וועט לויפן פאר פרעזידענט אויב זיין אפעראציע אין די אפריל ריסעס וועט געלונגען.

באטידזשעדזש לויפט נאכנישט עמטליך, ער האט בלויז געעפנט א עקספלויריטערי קאמיטע, סוי עס מאכט מיר סענס אז די גרויסע מעלדונג וואס שטייט אין קאקאש 1 היינט וועט זיין אז ער לויפט אפיציעל.

ערשט נאך די יאר מיט די טאריפס אויף די אוטאמאבילן פון היינטיגן קאקאש 2 זאגט טראמפ אז עס קען אויך זיין אז ער וועט פארמאכן די גרעניץ. בקיצור, ער וועט נישט פארמאכן די גרעניץ בקרוב.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 4:56 pm

דאנערשטאג דריטע באריכט

טראמפ: אפמאך מיט כינע נאכנישט גרייט, מעגליך אין די קומענדיגע 4 וואכן

מעקאנעל און זיינע פריינט גרייטן זיך צו פארטיידיגן א זיץ וועלכע קען זיין די שווערסטע אמטירנדע סענאטאר פאר זיי צו באשוצן
די זעלבע אפעראטיוו וועלכע האט אוועקגעשטעלט סענאט פארבינדעטע פעקס לעצטע יאר פאר די וועסט ווירדזשיניע און אריזאנא פארמעסטן שאפט איצט א פרישע פעק אין שטיצע פון קאלאראדא סענאטאר קארי גארדנער
שוין די דריטע פעק אין גארדנערס שטיצע
די נייעס קומט אינעם זעלבן טאג וואס מייק דזשאנסטאן וועלכע איז בלויז איינער פון א רייע דעמאקראטן וועלכע זוכן זיך צו פארמעסטן מיט גארדנער האט געמאלדן אזאינעם פארלאפענעם קווארטאל האט ער אויפגעטריבן 1.8 מיליאן דאלער

מיט ראמני איז היבש צווייפלדיג אין זיין שטיצע פאר א הערמאן עין נאמינאציע צום פעדעראל רעזערוו
אויך איבער סטיפען מאאר הערט ער זיך גאנץ סקעפטיש
טראמפ קלערט דערווייל צו נאמינירן ביידע אויבנדערמאנטע

מיט די איבערראשנדע רעזולטאטן אין די וויסקאנסין סופרים קאורט פארמעסט האבן רעפובליקאנער באקומען פרישע האפענונג אז מעגליך קענען זיי נאך יא רעכענען אז וויסקאנסין זאל ווידער זיין אין שפיל ביי די קומענדיגע פרעזידענטליכע וואלן און אז עס איז נאכנישט פארזיגלט צוריק אינעם בלויען קאלום

אין א פרישע בריוו שרייבט נאדלער צו באר אז ער זאל אויסקלארן די דיפרענץ צווישן זיין און מולערס סאמערי

לויט פרישע באריכטן האט מולער דורכגעפירט טייל פון זיינע פארהערן אינעם ווייסן הויז

מעקאנעל האט נארוואס געסקעדזשועלט א רייע אפשטימונגען אויף דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס אויף קומענדיגע וואך

לויט באריכטן פלאנט טראמפ צו נאמינירן פעטריק שאנאהן אלץ פארטיידיגונג סעקרעטאר

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 4:57 pm

הכל הבל האט געשריבן:נו לכבודו פון רב איצל עמער איבערגעבן דברים כהווייתן און קורצן אויפן שפיץ גאפל

עס האט זיך אלעס אנגעהויבן מיט 8 יאר צוריק ווען זיין מוטער האט אפגענומען דעם קליינעם 6 יעריג טימאטי פיצען פון שולע און אים געפירט מיט איר אויטא צו א וואסער פארוויילונגס פארק אין וויסקאנסין
איר געביין איז געווארן אפגעפונען קורצליך שפעטער אין א מאטעל צימער און די אינצידענט האט אויסגעקוקט צו זיין א רוטינע זעלבסטמארד פאל
אבער..זי האט איבערגעלאזט א נאטיץ אין וועלכע זי שרייבט אז איר זוהן טימאטי איז אצינד אין זיכערע הענט און אז איר וועט אים קיינמאל נישט געפונען און ווירקליך האט מען מקיים געווען דבריה של מת און מען האט קיינמאל נישט באוויזן צו דערגיין ווי אין די וועלט טימאטי איז אפירגעקומען
ביז... נעכטן מיטוואך..
נעכטן מיטוואך האט א יונגטאש פון 14 יאר וועלכע גיבט אן אז זיין נאמען איז טימאטי פיצען אריבער א בריק פון אהייא קיין קענטאקי
ער האט ארגינעל געצויגן אויפמערקזאמקייט נאך וואס ער פארבייגייער האבן געהאט פארדאכטן אז דער יוגנטליכער פרובירט צו רויבן אן אויטא אבער ווען זיי האבן אים פרובירט ארומצורינגלען האבן זיי אויפגעפאסט וואונדן אויף זיין געזיכט און ער האט אפעלירט פאר הילף און אז ער ווערט געהאלטן דורך פארשידענע מענטשן אקעגן זיין ווילן ווערנדיג טראנספערירט פון איינעם צום צווייטן און אז ער וויל זיך אומקערן צו זיין היים
מען ארבעט איצט פעסטצושטעלן זיין געשיכטע דורך די ען עי און אנדערע מעטאדן אבער לויט זיין ווערסיע איז ער אראפגעשפרונגען פון א דאך אין אהייא ווי זיינע פארכאפער האבן אים אויפגעהאלטן פאר 7 יאר
ער שילדערט זיינע פארכאפער אלץ צוויי ווייסע מענער

Dna טעסט ווייזט אז דאס איז נישט דער זעלבער פארשוואונדענע אינגל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 5:31 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נו לכבודו פון רב איצל עמער איבערגעבן דברים כהווייתן און קורצן אויפן שפיץ גאפל

עס האט זיך אלעס אנגעהויבן מיט 8 יאר צוריק ווען זיין מוטער האט אפגענומען דעם קליינעם 6 יעריג טימאטי פיצען פון שולע און אים געפירט מיט איר אויטא צו א וואסער פארוויילונגס פארק אין וויסקאנסין
איר געביין איז געווארן אפגעפונען קורצליך שפעטער אין א מאטעל צימער און די אינצידענט האט אויסגעקוקט צו זיין א רוטינע זעלבסטמארד פאל
אבער..זי האט איבערגעלאזט א נאטיץ אין וועלכע זי שרייבט אז איר זוהן טימאטי איז אצינד אין זיכערע הענט און אז איר וועט אים קיינמאל נישט געפונען און ווירקליך האט מען מקיים געווען דבריה של מת און מען האט קיינמאל נישט באוויזן צו דערגיין ווי אין די וועלט טימאטי איז אפירגעקומען
ביז... נעכטן מיטוואך..
נעכטן מיטוואך האט א יונגטאש פון 14 יאר וועלכע גיבט אן אז זיין נאמען איז טימאטי פיצען אריבער א בריק פון אהייא קיין קענטאקי
ער האט ארגינעל געצויגן אויפמערקזאמקייט נאך וואס ער פארבייגייער האבן געהאט פארדאכטן אז דער יוגנטליכער פרובירט צו רויבן אן אויטא אבער ווען זיי האבן אים פרובירט ארומצורינגלען האבן זיי אויפגעפאסט וואונדן אויף זיין געזיכט און ער האט אפעלירט פאר הילף און אז ער ווערט געהאלטן דורך פארשידענע מענטשן אקעגן זיין ווילן ווערנדיג טראנספערירט פון איינעם צום צווייטן און אז ער וויל זיך אומקערן צו זיין היים
מען ארבעט איצט פעסטצושטעלן זיין געשיכטע דורך די ען עי און אנדערע מעטאדן אבער לויט זיין ווערסיע איז ער אראפגעשפרונגען פון א דאך אין אהייא ווי זיינע פארכאפער האבן אים אויפגעהאלטן פאר 7 יאר
ער שילדערט זיינע פארכאפער אלץ צוויי ווייסע מענער

Dna טעסט ווייזט אז דאס איז נישט דער זעלבער פארשוואונדענע אינגל.


קודם ישר כחכם פאר ענק ביידע, האב איך יא גוט פארשטאנען אז מען רעדט פון עפעס א דראמאטישע געשיכטע.

ביטע אויב מעגליך האלטן דעם עולם/וועלט'ל אפדעיטעט. מיט די דעטאלן, אויב עס וועט זיין.

שבת פארטי
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

תגובהדורך שבת פארטי » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 7:56 pm

קאקאש 4#

דער אנגעבליכער פארלוירן קינד איז א 23 יעריגער שקרן אדער בעל דמיון.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 8:36 pm

האב איך מיך טאקע געוואונדערט נאך @נאך פונדערהיים'ס אפדעיט, אז ווי קומט עס צו א 14 יעריגער זאל בכלל קענען צאמשטעלן אזא שפיל. יעצט מאכט שוין מער סענס

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אפריל 07, 2019 12:37 pm

15 ליביער זעלנער זענען אומגעקומען אין צוזאמשטויסן מיט קעגנערישע גרופעס אין טריפאלי

עטליכע צענדליג באשעפענישן זענען געווארן ארויסגעראטעוועט פון א נאכגעלאזטע טיהר גארטן אין עזה
4 פליגער האבן אנטייל גענומען אין די מיסיע אפצוליפערן די באשעפענישן קיין ירדן און קיין צפון אפריקע פאר בעסערע באהאנדלונג

די רעגירונג האט איבערגעגעבן אז אין מערץ למספרם איז צוגעקומען 196 טויזנט דזשאבס און דאס איז מער ווי די ארום 170-180 טויזנט וועלכע עקאנאמיסטן האבן ערווארטעט
וועידזש וואוקס איז נאט אבער נישט פארגעזעצט צו שטייגן
אריינבליקנדיג אין די דעטאלן פון די באירכט זעהט מען געמישטע רעזולטאטן אין א רייע דזשאב סעקטארן ווי די אינדוסטריעס וועלכע האבן צוגעזעהן א שטארקע וואוקס זענען העלט קעיר און אנדערע פראפעסיאנאלע קאמפיוטער פאכן
אויך אין די פוד סערוויס אינדוסטריע זענען צוגעקומען פולע דזשאבס
קונדיג אבער אויף די ריטעיל אינדוסטריע זעהט מען א פארזעצונג פון די לעצטערע פעריאדן ווען די סעקטאר האלט אין איין שרינקן
איינע פון די סעקטארן אויף וועלכע מען האט שטארק ארויסגעקוקט איז געווען מעניופעקטשארינג ווייל מען האט געהאט דערויף געמישטע סיגנאלן איידער די דזשאבס באריכט איז ערשינען
די ISM וועלכע איז א סורוועי אויף מעניופעקטשורינג האט האט געוויזן אז
עס קומען צו פרישע מעניופעקטורינג דזשאבס אבער די ADP האט געוויזן אז אין די פריוואטע סעקטאר טוט אזעלכע דזשאבס פאלן
אצינד מיט די ערשיינונג פון די רעגירונגס דזשאבס באריכט זעהט מען אז פאר די 5'טע מאנאט נאכאנאנד איז דזשאבס אין די אינדוסטריע געפאלן און דאסמאל מיט אזויפיל ווי 6000 דזשאבס די שטארקסטע טראסק זינט 2016 למספרם
אויך אין די קאנסטרוקציע אינדוסטריע זעהט זיך ווייטער אן שפאלטן ווען דזשאבס פאלן ווייטער הגם עקאנאמיסטן שרייבן עס טיילווייז צו צו די קאלטע וועטערס אין מאנטאנא אנהויב חודש ווי אויך אין אנדערע סטעיטס הויפטזעכטליך אין צפון און אין די מידוועסט

פרעזידענט טראמפ האט צוריקגעצויגן פון א נאמינאציע צו פירן די ICE אגענטור נאך וואס זיין געהילף סטיווען מילער האט אים איבערצייגט אז יענער איז נישט גענוג שטייף איבער אימיגראציע

די סופרים קאורט האט פרייטאג אפגעווארפן די לעצטע אין א רייע פרואוון אפצושטעלן די טראמפ פארבאט אויף פארקויפן באמפ סטאקס
ריכטער טאמאס און גארסוטש האבן געשריבן אז מען זאל יא לייגן אן אפהאלט

זינט עטליכע מאנאטן אריין אין זיין פרעזידענטשאפט טוט פרעזידענט טראמפ אקטיוו זאמלען און קלויבן מאטריאל ארויסצוגעבן זיין "פארצייל אלעס מעמוארן" ווען ער וועט איבערלאזן זיין אמט

דעמאקראטישע סענאטאר פון וועסט ווירדזשיניע וועלכע האט באאיינדרוקט די פאליטישע וועלט מיט זיין סוקסעספולע קאמפיין און זיג אין די פארלאפענע מידטוירמס טוט ערנסט באטראכטן צו לויפן פאר גאווערנאר אין די סטעיט אין 2020 למספרם
איך האב דערווייל נישט נאכגעקוקט וואס פאסירט אויב ער געוואונט ווייל דער איצטיגער גאווערנאר דזשים דזשאסטיס איז א רפעובליקאנער וועלכע האט געטוישט פארטיי צו די דעמאקראטן און לעצטנס צוריקגעטוישט צו די רעפובליקאנער
עס קען זיין אז אין יענע סטעיט ווען א סענאטאר טרעט אפ פאררופט מען וואלן אבער אויב די פראצעדור ארבעט אז דער גאווערנאר שטעלט אריין זיין אויסוואל אויף ביזן ענדע פונעם סענאט טערמין שווימט ארויף די פראגע וועלכע גאווערנאר? דער ארויסגייענדער אדער דער אריינקומענדיגער? ווייל בעצם ווערט דער סענאט זיץ ליידיג אין די סעקונדע וואס מענשין ווערט גאווערנאר און עס פאסירט בבת אחת בבחינת גיטו וידו באין כאחד, איז אויב מענשין באקומט די רעכט צו שטעלן א סענאטאר וועט ער שטעלן א דעמאקראט און אויב דזשאסטיס שטעלט א סענאטאר באקומען די רעפובליקאנער א פרישע זיץ אין סענאט
קען זיין אז אויב דזשאסטיסבאקומט די רעכט וועט ער זיך שטעלן און קען גאר זיין אז אויב מענשין באקומט די רעכט וועט ער וועלן געפעלן פאר די וויילער אין זיין סטעיט און ער וועט אליין שטעלן א רעפובליקאנער אדער גאר שטעלן דזשאסטיס אויפן פאזיציע
געוויס איז אלעס גאר פריע העטעך פעטעך שפעקולאציעס ווייל מענשין האט נאך ניטאמאל באשלאסן צו לויפן און שומער וועט זיכער אנווענדן אלע מיטלען אין די וועלט אים אפצורעדן דערפון

דאנערשטאג האבן זיך שומער און סטעיסי עיברעמס ווידער געטראפן און עיברעמס זאגט אז שומער לייגט אומגעהויערע דרוק אז זי זאל לויפן צום סענאט אין דזשארדזשיע אבער דערווייל האט זי נאכנישט געפאסט קיין באשלוס

באטיגעג: אמעריקע איז א קאפיטאליסטיש לאנד אבער עס דארף זיין דעמאקראטישע קאפיטאליזם

מיט ראמני קריטיקירט די סטראטעגיע פון קאנגרעס דעמאקראטן ארויסצובאקומען טראמפס שטייער בויגנס אבער זאגט גלייכצייטיג אז ער וואלט געוואלט טראמפ זאל זיי ארויסגעבן

דזשוליאני געפרעגט אויב נאדלער זאל באקומען די פולע מולער באריכט אריינגערעכנט די גרענד דזשורי אינפארמאציע זאגט אז ער וואלט אזוי געוואלט אבער עס איז נישט זיין באשלוס
איבער אויב די טראמפ געשריבענע ענטפערס זאל ווערן פובליצירט זאגט ער אז צו ערשט זאל מען אויסווארטן צו זעהן וואס באר לייגט ארויס

סענאטאר מייקל בענעט זאגט היינט אז ער קוקט פאראויס צו לויפן פאר פרעזידענט און אז זיין געזונט צושטאנד וועט אים נישט צוריקהאלטן דערפון

נעכטן איז פארגעקומען די יערליכע פארזאמלונג פון די רעפובליקאנע אידישע קאאליציע און עס קומט ארויס די נייעס אז די רעפובליקאנע פארטיי פלאנירט א מאסיווע געלט אפאראציע צו אראפציפן מער אידישע שטימען ווי אין די פארגאנגנהייט
דזשעראד קושנער האט אנגעקניפט באציאונגען מיט א פרא איזראעל דעמאקראטישע מעגא ביישטייערער סאבאן וועלכע האט געגעבן 6 מיליאן דאלער פאר הילערי קלינטאן'ס קאמפיין


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim און 21 געסט