א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג אפריל 01, 2019 1:42 pm

צוויי אין איין טאג, נאך א שכוח
מען גייט באצאלען אלעס וואס מען האט אויסגעלאזט ?
מען קען נאך ערווארטען אויף 4:00 נאך א רעפטל ?
הק' יישר כח

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:10 pm

שכח הבל! מוראדיג הנאה פון דיין ארבעט!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג אפריל 01, 2019 4:28 pm

וואו!
דאפעלט איז שטערקער.

דאס איז ביידעוועי זייער אן אינטערעסאנטע נקודה אז טראמפ איז ריטשעבל צו די הויכע פאליטישענס, טראץ וואס ער איז פארנומען מיט אסאך עקזעקיוטיוו טיים צו וואטשן די מידיע אסאך שעות אינעם טאג... :wink:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אחד מהחבורה
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מאנטאג אפריל 01, 2019 4:34 pm

שכח! אמת'דיג געשמאק אין זאפטיג. דארפסט שוין אנהייבן געבן כשר לפסח סחורה, ביי מיר לאזט מען שוין כמעט נישט אריין קיין קאקאש.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 01, 2019 4:37 pm

אמעריקע שטעלט אפ פארקויף פון F35 דזשעטס פאר טערקיי

טראמפ אדמיניסטראציע קלערט פון שאפן א פרישע צאר פאסטן פאר א קאבינעט לעוועל באאמטע וועלכע זאל זיין די גרעניץ און אימיגראציע צאר
קען קוטשינעלי און קריס קאובאך ציילן זיך צווישן מעגליכע די קאנדידאטן וועלכע ווערן באטראכט פאר די פאזיציע

אן אפשטימונג צו טוישן די דעבאטע רולס אין סענאט איז געסקעדזשועלט אויף מארגן אבער די נוקלעארע אפציע טויש איז ערווארטעט ווערן איינגעשטעלט ערשט ענדע וואך

סענאטאר ראמני געפרעגט איבער טראמפס סטראשע אפצושפארן די גרעניץ מיט מעקסיקא זאגט אז ער זעהט נישט ווי אזוי פונקטליך אזאנס וואלט געווארן אויסגעפירט און מיר וועלן דארפן אויסגעפונען

א פרישע באשולדיגונג ארויסגערוקט דורך אן איינוואוינער פון קאנעטיקוט אקעגן דזשאו ביידען איבער זיין אויפפירונג ביי א פאנדרעיזער אין גרינוויטש אום 2009 למספרם

בעטא ארורק און עימי קלאובאשאר קומען ביידע ארויס אין שטיצע פון סעים דעי רעיגסטראציע און אויטאמאטישע רעגיסטראציע ווען מען ווערט 18

ארורק קומט ארויס אין שטיצע פון בטל מאכן דעם עלעקטארעל קאלעדזש סיסטעם

ארורק פארשפרעכט באלדיגע עקזעקוטיווע שריט איבער קלימאטן טויש
ארורק פארשפרעכט אויך איינצושטעלן א פארלאנג אז יעדע קאבינעט מיטגליד מוז אפהאלטן א טאוןהאל מיטינג אמוויניגסטנס איינמאל א מאנאט

א פרישע הארווארד אנקעטע פון וויילער צווישן 18-29
סענדערס 31
ביידען 20
ארורק 10
העריס 5
ווארען 4
בוקער 3
יענג 2

קלאובאשאר זאגט אז ביידען וועט מוזן פארזעצן צו אדרעסירן די באשולדיגונגען אקעגן אים אבער זי האט קיינמאל נישט באמערקט סיי וועלכע פראבלעמאטישע אויפפירונג ביים קאמפיינען מיט אים

סענאט דעמאקראטן ערווארטעט אראפצושטימען די ביל פון דיזעסטער הילף פאר פארטא ריקא

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:22 pm

שקויעך

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:54 pm

הכל הבל האט געשריבן:א פרישע הארווארד אנקעטע פון וויילער צווישן 18-29
סענדערס 31
ביידען 20
ארורק 10
העריס 5
ווארען 4
בוקער 3
יענג 2

ביידען פאלט אין פאלס?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:59 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:וואו!
דאפעלט איז שטערקער.

דאס איז ביידעוועי זייער אן אינטערעסאנטע נקודה אז טראמפ איז ריטשעבל צו די הויכע פאליטישענס, טראץ וואס ער איז פארנומען מיט אסאך עקזעקיוטיוו טיים צו וואטשן די מידיע אסאך שעות אינעם טאג... :wink:


טראץ דעם?

טאקע וועגן דעם!

חוץ אויב דו ביזט געווען סארקאסטיש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 01, 2019 8:02 pm

@הבל, א מעידזשער קארעקשן, די דעמאקראטן וועלן אראפשטימען די ביל, ווייל עס געט כמעט גארנישט פאר פארטא ריקא, ווייל טראמפ וויל מער נישט געבן קיין געלט פאר זיי, עס געט פאר אפאר סטעיטס דיזעסטער רעליף.

די ביל געבט "נישט" כמעט קיין דיזעסטער הילף פאר פארטא ריקא.

ישר כח פאר די דאפעלטע קאקאש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1980
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג אפריל 01, 2019 8:17 pm

צל עובר האט געשריבן:@הבל, א מעידזשער קארעקשן, די דעמאקראטן וועלן אראפשטימען די ביל, ווייל עס געט כמעט גארנישט פאר פארטא ריקא, ווייל טראמפ וויל מער נישט געבן קיין געלט פאר זיי, עס געט פאר אפאר סטעיטס דיזעסטער רעליף.

די ביל געבט "נישט" כמעט קיין דיזעסטער הילף פאר פארטא ריקא.

ישר כח פאר די דאפעלטע קאקאש.

אינטערעסאנט אז ביי די אומאר סאמאטאכע האסטו נישט געקענט פארשטיין פארוואס די ריפאבליקאנע האבען געשטימט אקעגען, ווייל זיי האבען געהאלטען אז עס איז נישט געניג אז מען רעדט פון האס בכלליות אבער דא פארשטייסטו עס יא
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:22 pm

צל עובר האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:וואו!
דאפעלט איז שטערקער.

דאס איז ביידעוועי זייער אן אינטערעסאנטע נקודה אז טראמפ איז ריטשעבל צו די הויכע פאליטישענס, טראץ וואס ער איז פארנומען מיט אסאך עקזעקיוטיוו טיים צו וואטשן די מידיע אסאך שעות אינעם טאג... :wink:


טראץ דעם?

טאקע וועגן דעם!

חוץ אויב דו ביזט געווען סארקאסטיש.



טאקע וועגן וואס?

טראמפ איז נישט פון די פאליטקעל קארעקט חברה, וואס אויב ריפסטו אריין מיז מען דורך די בירוקראטיע און באשטעלן א אפוינטמענט אין כולי האי ואולי וועט דער הויכגעשפראצטער פרעזידענט רעדן צי דיר. ניין אויב איז ער אוועילעבל איז אהער מיטן טרייבל און לאמיר רעדן.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:36 am

@ שמעון 7323, איך זאג אז ווייל ער שטופט די צייט מיט טעלעוויזיע, איז ער עוועליבעל ווען אימער.

@להגדיל, קודם דא רעדט מען פון עקטשועל געלט, און גראדע האבן די רעפאבליקאנער יא געשטימט אויף די רעזעלוציע.

איך האב נאר נישט פארשטאנען פון ווי זיי און נאך מער טראמפ האבן די חוצפה צו טענה'ן אז עס גייט נישט גענוג ווייט, ווען טראמפ האט "גארנישט" געזאגט קעגן סטיוו קינג, אפילו מען האט אים געפרעגט דערוועגן כמה פעמים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:39 am

צל עובר האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:וואו!
דאפעלט איז שטערקער.

דאס איז ביידעוועי זייער אן אינטערעסאנטע נקודה אז טראמפ איז ריטשעבל צו די הויכע פאליטישענס, טראץ וואס ער איז פארנומען מיט אסאך עקזעקיוטיוו טיים צו וואטשן די מידיע אסאך שעות אינעם טאג... :wink:


טראץ דעם?

טאקע וועגן דעם!

חוץ אויב דו ביזט געווען סארקאסטיש.

האסט פארזען די עמאדזשי?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:42 am

ניין, פארדעם שטייט די לעצטע שורה.

איך האב אבער געהאט א ספק פשט אין די עמאודזשי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:46 am

צל עובר האט געשריבן:ניין, פארדעם שטייט די לעצטע שורה.

איך האב אבער געהאט א ספק פשט אין די עמאודזשי.

די ספעציפישע עמאדזשי לייגט מען ווען מ'שרייבט א קאורני דזשאוק... :wink:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אפריל 02, 2019 9:31 am

שכח הבל!

גאנץ א גוטע געדאנק צו פארלאנגען א מאנאטליכע טאון האלל מיטינג פון אלע קאבינעט מיטגלידער.

#טרענספערענסי

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 03, 2019 12:05 pm

די איזראעליס האבן דורכגעפירט א געהיימע אפעראציע ארויסצוראטעווען די געביין פון א סאלדאט אין לבנון וועלכע פעלט שוין זינט די 1982 למספרם קריג

פרעזידענט מאקרון'ס צופרידנהייט ראטע אין פראנקרייך האלט ביי 29% צו 71 % אומצופרידן

נאכפאלגנדיג די רעזיגנאציע פון אולגאריעס לאנגיעריגע פרעזידענט האט די ארטיגע סופרים קאורט אפיציעל דערקלערט די פרעזידענטשאפט אלץ ליידיג

אן אמעריקאנער איז געווארן געקידנעפט אין אוגאנדא און זיינע פארכאפער פארלאנגען א האלב מיליאן דאלער אין אויסלייז געלט

טראמפ וועט אפהאלטן א פאנדרעיזער אין יוסטאן טעקסאס אום אפריל 10 למספרם
צווישן די פיגורן וועלכע האוסטן די אוונט ציילן זיך האשהענג ענסרי און דזשארדזש בישאפ
צו באקומען א זיץ ביים חדר הפנימי וועט מען דארפן איינצאלן 100 אלפים

נעכטן נאכט האט טראמפ געגעסן נאכטמאל ביי אן אוונט מיט רעפובליקאנער פארטיי שישקעס און אראפגעריסן דזשאו ביידען
ער זאגט אז ער קען אים נישט צו גוט אבער אויב ער וואלט געווען מער נאנט מיט אים וואלט ער אים אנגערופן באגריסן צו זיין אריינטריט אין די פארמעסט
ער האט זיך באצויגן צו ביידען אלץ דער געוועזענער וויצע פרעזידענט
טראמפ האט פארגעשאצט אז עווענטועל וועט א סאציאליסט געוואונען די דעמאקראטישע פריימערי
ער האט אויך אראפגעריסן די גרינע נייע דיעל פון א בארטענדער פון 29 יאר

קאנגרעסמאן מעט געץ וועט היינט פאראשלאגן אן אפשטימונג אין קאנגרעס אויף די נייע גרינע דיעל

נאדלער געפרעגט אויב ער קען פאראוסזעהן א מיטל וועג זיך דורכצוקומען מיט די יוסטיץ דעפארטמענט איבער די טערמינען פון געוויסע טיילן פון די מולער רעפארט וועלכע זאל ווערן פארמעקט פון די מולער רעפארט
נאדלער זאגט אז ניין און עס וועט אבסאלוטלי אנקומען אין געריכט ארויסצובאקןמען די גרענד דזשורי אינפארמאציע און סובפינעס וועלן ווערן סערווירט גאר אין קורצן

ווארען שלאגט פאר א ביל וועלכע וועט לייכטער מאכן דאס אריינשליידערן קאראפארעישאן עקזעקוטיוון וועכע פארדינען איבער א ביליאן דאלער אין טורמע אויב זיי פירן דורך קרימינאליטעטן אדער שעדיגן אסאך אמעריקאנער דורך ציווילע פארלעצונגען (אריינגערעכנט מיסבאהאנדלען פערזענליכע דאטא)

שומער איבער די ביידען באשולדיגונגען: יעדער פארדינט צוווערן געהערט און איך טוה סאלוטירן יענע פארן קומען פארציילן די געשיכטע
ביידענס פרעזידענטליכע פלענער באלאנגען צווישן אים און די וויילער

די רעפובליקאנע סענאט פלענער צו שניידן דעבאטע צייט אויף עקזעקוטיווע נאמינאציעס און אויף דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס פון 30 שטונדן צו צוויי שטונדן וועט ווארשיינליך פאסירן היינט
אזויפיל ווי 153 יורידישע זיצן שטטיען ליידיג און מיטן געפלאנטן טויש וועלן זיך זאכן אנהויבן רוקן אויף א שנעלן טעמפא

אין א בריוו צו פרעזידענט טראמפ לויבן 12 רעפובליקאנער און דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און סענאטארן אויס זיין טויש אין די סיריע פאליסי און מוטיגן אים אויך צו זיך צואיילן מיט אן ארויסציה פון אפגאניסטאן
די קאלירפולע בריוו נעמט אריין אונטערשריפטן פון רענד פאול מייק לי אלעקסאנדריע קארטעז און אילהאן אומאר

דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט יענג פארשפרעכט א פארדאן פאר אלע וועלכע זיצן אין טורמע אויך מאריוואנא פארבינדעטע פארברעכנס אויף ביז אפריל 2021 למספרם

דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט קאסטרא ערשטער ארויסצוקומען מיט א דעטאלירטע לאן צו אדרעסירן אימיגראציע

קיין איינע פון די קאנסערוואטיווע גרופעס וועלכע האבן איינגעשפאנט מעט בעווין צו לויפן אקעגן מיטש מעקאנעל אין 2014 למספרם (און האט עווענטועל פארלוירן אבער שפעטער געוואונען די גאווערנאר אמט) שיינען נישט צו זיין אינטערסירט נאכאמאל צו באקעמפן מעקאנעל אין א פריימערי אין 2020 למספרם

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אפריל 03, 2019 1:52 pm

יעצט געענדיקט די קאקאש, על המחיה... שכוח
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 03, 2019 1:52 pm

מיטוואך צווייטע באריכט

קאדלאו זאגט אז טראמפ קען איינמעלדן נאך אזוי פרי ווי היינט, אדער אין די קומענדיגע טעג אויב ער וויל פארשליסן די גרעניץ מיט מעקסיקא

ריכטער טאמאס האט קאטעגאריש אפגעווארפן די געדאנק פון רעטייערמענט און ערווארט צו פארבלייבן אויפן באנק פאר נאך 30 יאר
(אויב קאנסערוואטיוון וואלטן געקענט ארויפשטעלן אן ערזאץ אזוי אידעאלאגיש קאנסערוואטיוו ווי דעם 70 יעריגן טאמאס אבע יונגער אין יארן וואלט עס געווען א שטארקע דערגרייכונג ווייל דער זיץ וואלט געווארן פארזיכערט בדרך הטבע פאר א לענגערע צייט אפשניט)

ריכטער גארסוטש וועט פובליצירן אין סעפטעמבער זיין ערשטע בוך זינט ער איז ארויף אויפן העכסטן באנק אין לאנד

גאר א היציגע פארמעסט צום וויסקאנסין סופרים קאורט האט זיך געענדיגט אומקלאר ווען דער קאנסערוואטיווער קאנדידאט ברייען העגעדארן האט דערקלערט זיג זייענדיג פאראויס מיט ארום 6000 שטימען אין א פארמעסט אין וועלכע 1.2 מיליאן האבן געשטימט אבער די פארמעסט וועט מעגליך גיין פאר אן איבערציילונג

און..מייקל בענעט איז ווידער צופידלט היינט אינעם סענאט
רייסט גאר שארף ארונטער מעקאנעל און זאגט אז ער איז מעקאנעל צו פארדאנקן טראמפס ווערן פרעזידענט
ער דרוקט אפיציעל אויס חרטה פאר זיין שטימע פאר הערי ריעדס מבטל זיין די פיליבאסטער פאר אפעלאט ריכטער נאמינאציעס און אנערקענט אז יענע אפשטימונג איז צו פארדאנקען די איצטיגע ברייטע טוישן וואס מעקאנעל דעוואגט זיך דורכצופירן

ארורק האט אויפגעטריבן 9.4 מיליאן דאלער אין די 18 טעג זינט ער האט דערקלערט זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט

טראץ וואס די דעמאקראטישע נאציאנאלע פארטיי האט אפגעזאגט א דעבאטע סלאט פאר פאקס האט אבער בערני סענדערס יא אקצעפטירט א פאקס נייעס טאוןהאל אויף אפריל 15 למספרם
טאם פערעז האט געזאגט אז ער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט און יעדע קאנדידאט זאל אפערירן לויטן אייגענעם פארשטאנד און לויט די אייגענע געברויכן

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מיטוואך אפריל 03, 2019 2:17 pm

נעבעך @פאראינטערסירט, געמאכט א ברכה שאינה צריכה.
אויב האט איר הנאה פון די תגובה אדער איר האט קריטיק, ביטע לאזט אייך הערן דא אדער אין אישי. יישר כח

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אפריל 03, 2019 2:40 pm

הודו להשם האט געשריבן:נעבעך @פאראינטערסירט, געמאכט א ברכה שאינה צריכה.

:lol:
כ'האב געזאגט ברוך שם...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4709
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אפריל 03, 2019 2:45 pm

כ'האב נישט די ווערטער דיר צו באדאנקן פאר די פיינע קאקאש....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אפריל 03, 2019 3:21 pm

eller האט געשריבן:כ'האב נישט די ווערטער דיר צו באדאנקן פאר די פיינע קאקאש....

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:27 pm

Thank you very much I really appreciate your time for this!! you the best

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:58 pm

ערב פסח אזא גיט קאקאש !!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim און 21 געסט