א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 7:18 pm

מייסטערהאפטיג קלאר און געשמאַק
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:49 am

געווען א ביזי טאג היינט... ווער עס האט הענט און פיס האט זיך געלאזט הערן איבער'ן שאט-אוט..
א גרויסן יישר כוח הכל הבל פארן "נייעס היומי"
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג ינואר 11, 2019 1:37 am

געוואלדיג!
שכח, באמת, כ'קום אריין פאר א מינוט, און באקום א געשמאקע בריפינג אויף אלעם און אלעמען, א זכי' מהנה צו זיין אזוי פיל אידן.

א גוטע איידע פאר א אימעיל בלעסט, אפשר קענסטו מאכן אפאר טאלער ערגעץ, קורץ און שארף, פונקט וויפיל מ'דארף די איבריגע איז הכל הבל.
הצלחה, גוט שבת.

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג ינואר 13, 2019 11:52 am

די סופרים קאורט האט פרייטאג אנגענומען 8 פרישע קעיסעס אבער דערווייל איגנארירט די היי פראפיל קעיסעס אבער עס איז נאך דא א מעגליכקייט צו הערן אז זיי נעמען אן טייל פון זיי נאך אויף דעם איצטיגן טערמין
מען וועט הערן מאנטאג אינדערפרי מער דערוועגן

סטעיסי עיברעמס וועלכע האט האט זיך אומסוקסעספול פארמאסטן אין א נאציאנאל נאכגעפאלגטע סענאט פארמעסט אין דזשארדזשיע האט מיט א צייט צוריק געהאט באשטימט א דאטום אין מערץ למספרם אויף ווען זי מוז האבן באשלאסן אירע קומענדיגע שריט אין פאליטיק
צווישן די פראגן איז געווען אויב זי זאל אויסווארטן ביז דער ניי ערוועלטער גאווערנאר קעמפ אקעגן וועם זי האט זיך פארמאסטן לויפט פאר ווידערערוויילונג אין 4 יאר פון איצט אדער ליבערשט אריינשפרינגען אין א פארמעסט שוין אין 2020 למספרם אקעגן דעם סענאטאר פון די סטעיט דעיוויד פערדו
לעצטן דאנערשטאג האט זיך עיברעמס געטראפן מיט סענאטאר קארטעז מעסטא און באזונדער מיט סענאטאר שומער צו דיסקוסירן א מעגליכע פארמעסט אקעגן סענאטאר פערדו

אין אנדערע נייעס איבער עיברעמס טוט א פאטאגראפירער פון אטלאנטא קלאגן די דזשארדזשיע רעפובליקאנע פארטיי און דעם ניי ערוועלטער גאווערנאר קעמפ פארן נוצן אין לויף פונעם קאמפיין א בילד פון עיברעמס וועלכע איז געווען באשוצט אונטער קאפירייט אין א נעגאטיווע רעקלאמע אקעגן איר אן ערלויבעניש

מען הערט אז אהייא סענאטאר שעראד בראון פלאנירט מעגליכע באזוכן אין די פריע פריימערי שטאטן

ניי ערוויילטע קאנגרעסמאן דזשאו קאנינגהעם פון סאוט קאראליינע האט פרובירט ארייצוברענגן א שאכטל פון 6 פלעשלעך ביר אויפן הויז פלאר אבער געווארן אפגעהאלטן
די נייע מעמבערס לערנען זיך אויף די אייגענע בארד די קעפיטאל היל פארשריפטן

דזשאסעף ליבערמאן איבער אלעקסאנדירע אקאסאע קארטעז: מיטן פולסטן רעספעקט, איך האף אז זי איז נישט די צוקונפט פון די פארטיי און איך גלויב אז זי איז נישט

באנען וועלכע זענען געלאפן צייטליך לויטן סקעדזשועל אין יאר 2017 למספרם:
האנג קאנג 99%
בערלין 99%
פאריז 98%
לאנדאן97%
ניו יארק 67%

א אידישער דזשורנאליסט האט לעצטנס אפגעשטאט א באזוך אין די היים פון געוועזענעם סענאט פירער הערי ריעד וועלכע האט אים ווארים אנטפאנגען זיכער מאכנדיג אז די גאלדענע מנורה אויפן טיש איז מערקבאר אין יענע חנוכה טעג (די פרוי פון ריעד איז אויפגעוואקסן אין די אידישע געגנט אין לאס אנדזשעלעס בעפאר די צוויי האבן זיך אנגעקערט אין די מארמאנישע גלויבן
ריעד איז פארבליבן דער זעלבער בלעכענער קאלט פארפרוירענער כאראקטער אן קיין איבריגע כאריזמא אבער מיט פרעכע טראציגקייט און א רעאליסט אפגעזעהן וואס די רעאליטעט ברענגט
דער 79 יעריגער רעדט פון זיין טויט מיט א גלייכגילטיגקייט זאגנדיג אז ווען דו אנדעקט דאס (די קרענק מיט וואס ער ער איז געווארן דיאגנאזירט ל"ע אין נאוועמבער למספרם) ביזטו טויט
ריעד ערקלערט אז די אורזאך פארן נישט אויפנעמען רעפארטער ביז איצט איז איינפאך צוליב וואס ער איז געווען צי שוואך און נישט אומשטאנד דערצו און זיינע נאנטע זאגן אז ער וועט נישט אנציען מער ווי נאך עטליכע מאנאטן אדער גאר וואכןער מאכט אוועק אנגייענדע פרואוון צו רופן די לאס וועגאס לופטפעלד אויף זיין נאמען זאגנדיג אז ער ערווארט נישט אז עס זאל געשעהן
ריעד איז געווען באקאנט מיט זיין שארפע און קאנטערווערסיאלע שפראך און עראינערט זיך איצט מיט זיי זאגנדיג: איך בין אלץ געווען גרייט צו טוה זאכן וועלכע אנדערע האבן נישט געזוכט צו טוהן
ער האט אין די פארגאנגנהייט צווישן אנדערן באצייכנט פעדעראל רעזערוו פארזיצער אלען גרינשפאן אלף פאליטישע העק און ריכטער טאמאס אלץ א בושה אויך האט ער באצייכנט דעם געוועזענעם פרעזידענט בוש אלץ א לוזער און אלץ א ליגנער (אויף די ערשטע אויסדרוק האט ער זיך שפעטער אנטשולדיגט)
טראמפ האט ער באצייכנט אלץ א גרויסער דיקער מאן וועלכע געוואונט נישט צופיל מאל
ביים אויפטרעטן אויף סי ען ען נאך די וואלן אין 2012 למספרם (אין וועלכע ריעד איז געווארן באשולדיגט אין שעדיגן ראמני מיטן דערקלערן אז ער האט נישט געצאלט קיין שטייערן אן אונטערשטיצן די אטאקע מיט באוויייזן) האט ריעד -ווי זיך צו פארענטפערן- געזאגט: ראמני האט נישט געוואונען, האט ער דען?
ווי צו זאגן שריי וויפיל דו ווילסט די עיקר איז אז עס האט אויפגעטוהן
ריעד פארטיידיגט איצט זיין באשלוס צו עלימינירן די פיליבאסטער ביים באשטעטיגן יורידישע נאמינאציעס זאגנדיג: זיי קענען זאגן וואס זיי ווילן, מיא האבן דורכגעשטופט אריבער 100 ריכטער נאר א דאנק דעם, איך האב נישט געהאט קיין אנדערע אויסוואל סיידן לאזן אבאמאס פרעזידענטשאפט א גרויסע וויץ
פון די איינציגע דעמאקראטישע קאלעגען וועלכע האבן זיך געוואגט צו קריטיקירו ריעד איז געווען מקעסקיל וועלכע האט נישט געשטימט אין זיין שטיצע פאר דעמאקראטישע פירער אין 2014 למספרם זאגנדיג אז א פירער האט צוויי הויפט אויפגאבעס 1) צו מאכן זיכער אז די באן גאלאפירט לויטן סקעדזשועל צו די צופרידנהייט פון די רייזנדע (קאלעגע סענאטארן) 2) זיכער מאכן אז די באן איז ריין און ציכטיג דורכאויס די רייזע
לויט מקעסקיל איז ריעד נישט געווען פאסיג פאר די צווייטע טייל אין באצוג צו קאמיוניקאציע און מעסעדזשינג
מקעסקיל האט דאן געזאגט קלאר פאר ריעד אז זי פלאנט נישט צו שטימען פאר אים און ער האט רעאגירט אז זי איז די אייצגסטע פון זיינע קעגנער וועלכע האבן די קוראזש אים עס צו זאגן אזוי אפן
איצט זאגט ריעד אז ער שפירט נישט קיין פאראיבל אויף איר אויספירנדיג: איך האב דאך געוואונען, האב איך דען נישט?!
ריעד וויל נישט פאראויסשאצן זיין נאכפאלגער שומערס צוקונפט אבער האט פריוואט זיך אויסגערעדט איבער אים זאגנדיג אז ער האט שוין אויסגעקוקט אים צו ערזצען נאך איידער ער איז געווען גרייט צו גיין און אויך אז שומערס אינסטינקטן טרייבט אים צופיל צו אקאמאדירן טראמפ און מעקאנעל און זיך דורכקומען מיט זיי
ריעד האט געזוכט זיך צוריקצוהאלטן פון רעדן איבער שומער אבער האט כסדר זיך פארגעסן און צוריקגעקומען צו אים
אנפאנג האט ער געזאגט אז ער רופט נישט שומער אבער שפעטער אנערקענט אז ער רופט אים אבער נישט צו אפט, נישט וועכנטליך, לאמיר זאגן חודש'ליך
דערנאך האט ער צוגעלייגט איך רעד צו נענסי אפט און איך גלייך איר און אויך רעד איך מיט סענאטאר דורבין
(שומערס האט זיך אנטזאגט צו רעאגירן און זיין ווארטזאגער האט געזאגט אז זיי רעדן אפט און אנערקענט אז די צוויי האבן אן אנדערע סטיל ווען עס קומט צו פאליטיק)

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג ינואר 14, 2019 12:49 pm

שכח,
אינטערעסאנט געווען צו ליינען. יעצט געגענדיגט

נאכאמאל שכח פאר יעדען טאג באזונדער

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » מאנטאג ינואר 14, 2019 3:58 pm

א גרויסע שקויעך פאר הכל הבל 2X3
פארן קאלעקטען די קרישקעלעך (מעמר)
פאר די שפראך וויאזוי די נייעס ווערט אראפגעלייגט (זורע)
און פאר די מיה אפצוטייפען די נייעס (קוצר)

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 14, 2019 4:00 pm

די איזראעליס באמבארדירן ווידער אין סיריע ציהלנדיג דאסמאל כיזבאלא און איראנער קאמאנדירן

נאך באריכטן איבער א מעגליכע פלאן צו שטעלן פרעזידענט טראמפס טאכטער אנצופירן די וועלט באנק הערט מען איצט אז די באריכטן זענען אומריכטיג

סענאטארשע קירסטען דזישליברענד פון ניו יארק וועט אין די קומענדיגע טעדג פארמירן איר פאליטישע עקספלאראטארי קאמיטע צו קענען לויפן פאר פרעזידענט

סענאטאר רענד פאול אן אפטע קריטיקירער פון סאושעלייזעד העלט קעיר וועט אריבערגיין אן אפעראציע אין קאנאדא

קאנגרעסמאן עליאט ענגל וועלכע פירט אן אן די הויז אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע זאגט אז זיין קאמיטע וועט ארבעטן אינאיינעם מיט די שפיאנאזש קאמיטע צו באקומען די נאטיצן פון דער איבערטייטשער ביי די טראמפ פוטין זיצונג
ער זאגט אז קיין באשלוסן זענען נאכנישט געפאסט געווארןאיבער סובפינעס אבער זיי וועלן געוויס נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט

א יוניאן פאר פעדעראלע ארבעטער פארלאנגט אין געריכט אז די רעגירונג זאל נישט ארויסשיקן קיין שטייער ריפאנדס ווילאנג די שאטדאון זעצט פאר

סי ען ען האט זיך פארבינדן מיט א לאקאלע טעלעוויזיע סטאנציע אין סאן דיעגא צו הערן אן ערשטהאנטיגע באריכט איבער די צושטאנד ביים גרעניץ, אבער פון איין מינוט אויפן צווייטן איז די אינטערוויו מיטן רעפארטער וועם די סטאנציע האט געמאכט עוועילעבעל געווארן אפגערופן נאך וואס סי ען ען האט קענענגעלערנט אז דער יעניגער איז אין שטיצע פון די וואנט

קיין שריט היינט פון די געריכט אויף דאקא אין אנדערע היי פראפיל קעיסעס
ערווארטונג אויף מעגליכע שריט אפגעשטופט אויף פרייטאג

סופרים קאורט אנטזאגט זיך אנצונעמען קעיס וועלכע זוכט צו שטעלן פראגן אויף די רעכט פון פרעזידענט טראמפ צו שטעלן מעט וויטעקער אלץ אטוירני דזשענעראל

א ריכטער אין קאליפארניע האט נעכטן בלאקירט אן ארדער פון פרעזידענט טראמפ צו ערלויבן מער ביזנעסער נישט צו דארפן צושטעלן א געוויסע העלט קעיר סערוויס פאר פרויען

די 5'טע סירקוט אף אפיעלס איז איינגעגאנגן אויף די ביטע פון די יוסטיץ דעפארטמענט אפצשטופן די אנהויב פון די פראצעדור אין די קעיס אין וועלכע א טעקסאס ריכטער האט ארויסגעווארפן די אבאמאקעיר געזעץ אויף ביז נאך די רעגירונג שאטדאון קומט צו אן ענדע

די 18'טע אמענדמענט צום קאנסטיטוציע האט געלאזט אין גאנג א פעדעראלע אפעראציע צו אינפארסירן די דאן פארבאט אף אלקעהאל אין די פאראייניגטע שטאטן
די פראבלעם איז געווען אז אין לויף פון די יארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רעגירונג האט נישט עכט געהאט די מעכאניזם און מעגליכקייט אפצושטעלן די באנוץ און האנדל פון אלקאהאל און צוליב די אמענדמענט האט זיך צובליהט די שווארצע מארקעט פון אלקאהאל וועלכע האט אלץ רעזולטאט פארמערט פארברעכן
אין א ריקצוג האבן די סטעיטס באשטעטיגט די 21'סטע אמענדמענט וועלכע איז די איינציגסטע אמענדמענט צוריקצודרייען א פריערדיגע אמענדמענט
די 21'סטע אמענדמענט טוט צו ערשט ווי געשריבן צוריקדרייען די 18'טע אמענדמענט און אבער יא ארויפלייגן א פעדעראלע פארבאט צו אימפארטירן אלקאהאל צו סטעיטס וועלכע פארמאגן סטעיט פארבאטן אויף אלקאהאל און אין אלגעמיין לאזן די מאכט פאר סטעיטס צו פארבאטן און/רעגולירן אלקאהאל
מיט די צייט איז די צווייטע טייל געווארן מער ווייניגער אומרעלעוואנט זינט אלע סטעיטס האבן לעגאליזירט אלקאהאל אבער עס איז יא פארבליבן די רעכט פאר געוויסע סטעיטס וועלכע טוען נאך רעגולירן די האנדל פון אלקאהאל מיט פילע פארשריפטן
דא קומט אבער אריין א באזונדערע געזעץ וועלכע ערלויבט די רעגירונג צו קאנטראלירן די האנדל צווישן סטעיטס און אויסלענדישע פירמעס און אויך די האנדל צווישן איין סטעיט און די צווייטע
צום ביישפיל קען די רעגירונג פארבאטן פון סטעיטס ארויפצושטעלן געוויסע פארשריפטן אויף פירמעס וועלכע אימפארטירן פראדוקטן אריין אין די סטעיט אויב די סטעיט פארלאנגט נישט די זעלביגע פון פירמעס וועלכע זענען באזירט אין די סטעיט
די אויבנדערמאנטע ערשיינונג פלעגט זיין די שטייגער ווען פארשידענע סטעיטס האבן געזוכט צו פארשטארקערען די מאנאפאל פון לאקאלע ביזנעסער אבער די רעגירונג האט עס פארבאטן אלץ דיסקרימינאציע אויף אוט אף די סטעיט ביזנעסער וועלכע זוכן צו מאכן ביזנעס אין די סטעיט זינט די פעדעראלע רעגירונג האט אן אינטערעס צו פארשטארקערן די ביזנעס אקיטוויטעטן נאציאנאל און פארמערן קאנקורענץ
איצט צו די ספעציפישע קעיס, טענעסי פארלאנגט אז כדי צו באקומען א לייסענס צו פארקויפן אלקאהאלישע געטראנקן דארפן אפליקאנטן וואוינען מינימום צוויי יאר אין די סטעיט און צו באנייען א לייסענס דארף מען וואוינען צען יאר
די דיסטריקט קאורט און דערנאך די 6'טע סירקוט קאורט האבן געאורטיילט אז די סטעיט געזעץ פארלעצט די אויבנדערמאנטע געזעץ און איז דיסקרימינאציע שרייבנדיג אז דאס וואס די 21'טע אמענדמענט ערלויבט סטעיטס צו רעגולירן אלקאהאל פארקויף באדייט נישט אז די סטעיט קען נוצן די רעכט און זיך דאדורך באפרייען פון די לעצטע ווארט וועס די פעדעראלע רעגירונג האט אויף האנדל אין די סטעיטס און זייער פארבאט אויף אוט אף די סטעיט דיסקרימינאציע
די סטעיט האט אויך פרובירט אויסצוטייטשן אן אלטע סופרים קאורט אורטייל אויף א וועג וועלכע טייטשט אויס די פעדעראלע רעגירונגס מאכט אין אזעלכע פעלער באגרעניצט צו אלקאהאל פראדוצירער אבער די 6'טע סירקוט קאורט האט עס אפגעוארפן זאגנדיג אז עס איז פונקט אזוי רעזערווירט פאר אלקאהאל האולסעילער און ריטעילער
די סופרים קאורט וועט מיטוואך אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 14, 2019 4:08 pm

ישר כח.

איין פיצי הערה לגבי די יוניאן, איך מיין אז זיי קלאגן אויף דעם וואס מען פלאנט צו עפענען די IRS יאנואר 28 אפילו אויב די שאטדאון וועט נאך אנגיין, דורך זיי דערקלערן עסענטשעל, וואס איז קעגן די רעגולאציעס, סוי זיי קלאגן אויף דעם וואס מען פלאנט צו גיין קעגן די רעגולאציעס אויף די ארבעטן אומבאצאלט חלק.

זוי מיינעך
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג ינואר 15, 2019 1:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 14, 2019 4:09 pm

צל עובר האט געשריבן:ישר כח.

איין פיצי הערה לגבי די יוניאן, איך מיין אז זיי קלאגן אויף דעם וואס מען פלאנט צו עפענען די IRS יאנואר 29 אפילו אויב די שאטדאון וועט נאך אנגיין, דורך זיי דערקלערן עסענטשעל, וואס איז קעגן די רעגולאציעס, סוי זיי קלאגן אויף דעם וואס מען פלאנט צו גיין קעגן די רעגולאציעס אויף די ארבעטן אומבאצאלט חלק.

זוי מיינעך
ריכטיג

אוועטאר
Spokesman
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובהדורך Spokesman » מאנטאג ינואר 14, 2019 4:28 pm

שכח פארן באריכט.
"יעדע סוקסעס פאנגט זיך אן מיט די באשלוס צי פרובירן"

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג ינואר 14, 2019 4:46 pm

שכח

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 15, 2019 4:01 pm

די היסטארישע אפשטימונג אינעם בריטישן פארלאמענט איבער די ברעקזיט פלאן איז שטארק דורכגעפאלן
מיט דורכגעפאלן 432-202 אין א מאסיווע נידערלאגע פאר פרעמיער מיניסטארשע מעי

על שאבאב נעמט פאראנטווארטליכקייט פאר א שיסעריי אין א האטעל אין נייראבי קעניע וועלכע האט אומגעברענגט 3

בראזילס נייער קאנסערוואטיווער פרעזידענט מאכט ווייכער די לאנדס גאן געזעצן

וואלקסוועגאן און פארד האבן זיך פאראייניגט אויף צו פראדוצירן קאמערשאל אויטאס אינאיינעם

דער הויפט האנדל פארהאנדלער פון כינע וועט זיך אומקערן צו די פאראייניגטע שטאטן שפעטער אין חודש פאר ווייטערדיגע געשפרעכן

פרעזידענט טראמפ פארשפרעכט פאר צוויי סענאטארן אז ער וועט ערלויבן געוויסע אויסנאמען אין די קומענדיגע רונדע טאריפס אויף כינעזע פראדוקטן

פרעזידענט טראמפ באטראכט צו באצייכענען און אנערקענען דעם אפאזיציע פירער פון ווענעזועלע אלץ דער לעגיטימע פירער אין לאנד

די ציפער פון קעיסעס פון פאלושען פארלעצונגען וועלכע די ענווייראמענטאלע באשיצונג אגענטור האט רעקאמענדירט פאר קרימינאלע קלאגעס איז פאריאר געפאלן צו די נידריגסטע ראטע אין 30 יאר

גייענדיג צום דרוק: וויטעקער וועט אויפטרעטן פאר א קאנגרעס קאמיטע אום פעברואר 8 למספרם

די ווייסע הויז האט פאררופן אן אומפארטייאישע זיצונג אויף היינט צו רעדן איבערן שאטדאון אין א פארזוך אריבערצוברענגן מעסיגע דעמאקראטן אבער די פראבע איז דערווייל געווען פרוכטלאז וועןקיין איינציגע דעמאקראט איז נישט געווען וויליג צו אקצעפטירן די איינלאדענונג

סענאטאר בעראסאו: אויב גרעניץ זיכערהייט איז א פאציענט איז זי אין א קריטישע צושטאנד און דעמאקראטן אנטזאגן זיך צוצושטעלן די נויטיגע באהאנדלונג

דעמאקראטן אין קאנגרעס מעלדן אז זיי וועלן נישט אוועקפארן פון וואשינגטאן קומענדיגע וואך פארן מארטין לוטער קינג חגא אין ליכט פונעם שאטדאון
מעקאנעל זאגט איצט אז די סענאט וועט נאכפאלגן דעם ביישפיל אויב זאל נאך די רעגירונג זיין געשלאסן

איבער דרוק אויף מעקאנעל ארויפצוברענגן בילס צו עפענען די רעגירונג זאגט דעמאקראט קארדין אז שטמיען זענען דא אפילו אראפצושטימען א פרעידענטליכע וועטא אבער די רעפובליקאנער פירערשאפט מאכט עס אוועק
סענאטאר ראונדס זאגט אז ער ווייסט אז די פאזיציע אין וועלכע מיטש געפונט זיך איז נישט פאפולער און יעדער שפירט ווי מען וויל ארויפשפרינגען און טוען עפעס אבער מעקאנעל איז גערעכט מיט זיין האנדלונג
סענאטאר גארדנער וועלכע וועט לויפן פאר ווידערערוויילונג און די בלוי גענויגטע קאלאראדא ווי די היספאנישע מאכן אויס א גרויס טייל פון די וויילער און האט גערופן צו עפענען די רעגירונג אפילו אן פאנדינג פאר א וואנט איז געפרעגט געווארן אויב מעקאנעל זאל ארויפברענגן אזא ביל איז געגאנגען צווישן די טראפן זאגנדיג: ער פרובירט צו טרעפן א וועג פאראויס, גענוי ווי מיר אלע טוען
גארדנער האט געפרעגט, פארוואס קומען נישט ארויס קיין רעבעלן אויף די דעמאקראטישע זייט?! (מיינענדיג צו זאגן אז די רעפובליקאנער שפורן זיך געדרוקט אין די צייט וואס אלע דעמאקראטן זענען באקוועם מיט די אפיציעלע שטעלונג פון נישט נאכגעבן מער ווי 1.3 ביליאן פאר גרעניץ זיכערהייט)
סענאטאר ראמני האט עס אויסגעלויבט אלץ א גוטע פראגע
סענאטאר אייזעקסאן: מיר טוען נישט קיין סאך
סענאטארן זיצן אין זייערע אפיסעס , זופן ביר און פרובירן צו טייטלען איבער ווער עס איז שולדיג

סענאטאר גארדנער סיגנאלאזירט אז ער וועט מעגליך שטימען מיט די דעמאקראטן צו בלאקירן טראמפ פון לויזער מאכן געוויסע סאנקציעס אויף רוסיש פארבינדעטע קאמפאניעס

היינט אינדערפרי האבן זיך אנגעהויבן די פארהערן אין די יורידישע קאמיטע אויפן אטוירני דזשענעראל נאמיני וויליאם באר
רעטייערטער סענאטאר ארין העטש האט פארגעשטעלט פאר דעם נאמיני פארן קאמיטע
אינעם נייעם סעסיע זיצן 6 פרויען אויפן קאמיטע, פיינסטיין, בלעקבוירן, ערנסט, היראנא, קלאובאשאר און העריס
דערווייל האט באר זיך אהערגעשטעלט גאר פראפעסיאנאל און רואיג קלויבנדיג זיינע ווערטער שאפנדיג דעם איינדרוק ווי ער וועט זיין זעלבסטשטעניג אבער לאזט געניט איבער גענוג פלאץ אין זיינע סטעיטמענטס זיך נישט עכט אראפצובינדן אויף פולע פראגן
די הויפט ארט ווי ער זוכט צו שאפן אן אימעדזש פון זעלבסטשטענדיגקייט איז אין באצוג צו די מולער אויספארשונג אבער אויף געווענליכע פאליסי נעמט ער קלאר אן די איצטיגע פאליסיס פון די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט טראץ וואס דעמאקראטן זענען דערקעגן
דעמאקראטן האבן אים נאכנישט אפיציעל געפאקט ביי צווייפלהאפטיגע סטעיטמענטס אבער האבן אינמיטן טאג קלארגעשטעלט אז ער האט דערווייל נישט בארואיגט זייערע זארגן
עבס האט אויסגעזעהן ווי באר האט זיך פארזיכערט מיטן רעפובליקאנער גארדנערס שטימע נאך זיין צופרידנשטעלנדן ענטפער אויף זיינס א פראגע
אויך איז געווען מערקבאר אז באר וואלט זייער געוואלט צופרידנשטעלן און באקומען די שטיצע פון דעמאקראט מענענדעז אבער איבער אזאנס קען מען זיין פיל מער סקעפטיש
ווען באר האט געזאגט אז אפילו אויב די עטיקס באאמטע פון די יוסטיץ דעפארטמענט וועלן אים רעקאמענדירן זיך צו רעקיוזן פון אן אויספארשונג וועט ער מעגליתך צוריקווייזן פון עס טוהן האט אים סענאטארשע העריס געצימבלט פארוואס און ציה ער וועט עס טאקע טוהן?
באר האט טרוקן געענטפערט אז אויב ער וועט נישט איינשטימען מיט זייער מיינונג און פאסן אן אנדערע באשלוס וועט ער זיך פירן לויט ווי ער פארשטייט
איבער די וואנט גלויבט ער אז אין טייל ערטער דארף זיין עפעס א פיזישע אפהאלט סיסטעם ווען אין אנדערע ערטער פעלט עס נישט אויס
איבער די שאטדאון האט ער געזאגט פאר סענאטאר לעיהי: דו רופסט עס א טראמפ שאטדאון אבער עס פעלט זיך אויס צוויי זייטן פאר א שטרייט

בעטא ארורק איז געפרעגט געווארן פארוואס ער האט נישט קיין קלארע שטעלונג אויף אימגראציע
ארורק: עס איז א פראבלעם ווען עס איז אזוי ווי "עס מוז זיין א וואנט" אדער "מיר קענען טוהן בלויז עס בלויז טוהן אזוי"

מיזוריס נייער סענאטאר געפרעגט אויב די באריכט אז די עף בי איי האט געפארשט אויב טראמפ האט געארבעט פאר די רוסן באזארגט אים
סענאטאר האולי: יא, עס באזארגט מיר זייער די אויפפירונג פון די עף בי איי

אייאווע רעפובליקאנער קאנגרעסמאן סטיוו קינג איז אין הייס וואסער נאך קאטערווערסיאלע קאמענטארן איז ארויסגעווארפן געווארן פון אלע קאמיטעען אויף וועלכע ער איז געזיצן און איר זייער בייז דערוועגן
סענאטאר ראמני האט גערופן פאר זיין רעזיגנאציע אבער וואס האבן די אייאווע סענאטארן צו זאגן דערוועגן?
סענאטארשע ערנסט: דאס דארף ווערן באשלאסן דורך די וויילער אין די 4'טע דיסטריקט וועלכע ער פארטרעט
סענאטאר גרעסלי: איך האב זייער נישט געגליכן די שפראך און עס איז זייער אומריכטיג
פריער האט קאנגרעס ארויפגעברענגט א רעזאלוציע צו פארדאמען ווייסע סופרעמעסי און ווייסע נאציאנאליזם און דורכאויס די דעבאטע האט קינג אויך גערעדט זאגנדיג אז ער שטיצט אויך די רעזאלוציע און וועט שטימען אין שטיצע דערפון
אין די ענדע איז די רעזאלוציע אריבער מיט 424-1
די איינציגסטע ניין שטימע איז געקומען פון קאנגרעסמאן באבי ראש וועלכע איז געווען אומצופרידן מיט די ביל זינט עס גייט נישט גענוג ווייט

ען בי סי האט אנגעזאגט איר שטאב נישט צו באצייכענען די סטיוו קינג קאמענטארן אלץ ראסיסטיש

א דזשורנאל אין די סיאקס סיטי אייאווע ווי קינגס דיסטריקט איז באצייכנט די קאמענטארן אלץ ראסיסטיש אויפן פאדערשטן בלאט

א גרופע פון וועסט ווירדזשיניע רעפובליקאנער סטעיט לעגיסלאטורן ווילן ביישטייערן 10 מיליאן דאלער פון די סטעיט קאסע צו העלפן בויען די גרעניץ וואנט

אינעם היינטיגן טאג אין 2001 למספרם איז וויקעפידיע ארויס פובליק

דזשאו ליבערמאן וועלכע האט אין די פארגאנגענהייט באצייכנט ZTE אלץ א געפאר פאר אמעריקעס זיכערהייט און קריטיקירט אירע פארבינדונגען מיט די כינעזער מיליטער איז איצט געווארן א לאביאיסט פאר די פירמע

סענאטארשע עימי קלאובאשאר זאגט אז איר פאמיליע איז גרייט אויף א פרעזידענטליכגע פארמעסט אבער זי זעלבסט האט נאכנישט געפאסט קיין באשלוס

סענאטאר שומער איז געווארן געפרעגט איבער די באריכטן איבער סענאטארשע דזשיליברענדס פלענער צו לויפן פאר פרעזידענט
שומער: איך פלאן נאך נישט מאכן קיין אינדארסמענטס צו די איצטיגע צייט

לאס אנדזשעלעס בירגערמייסטער וועלכע האט לויט מאנכע פרעזידענטליכע אמביציעס קען ווערן אפגעקילט פון אונטערנעמען אזא פארמעסט אין ליכט פון עף בי איי אויספארשונגען אויף די הלוך ילך אין סיטי האל און מעגליכע שוחד און געלט וואשעריי באשולדיגונגען

ניו דזשערסי גובערנאטאר פיל מורפי שטעלט אראפ זיינע הויפט ציהלן פארן נייעם למספרם יאר
לעגאליזירן מאריוואנא, א 15 דאלער פער שעה מינומום וועידזש און אינוועסטירן אינעם טראנזיט סיסטעם

ריכטער אנטזאגט זיך צו צווינגען די רעגירונג צו באצאלן פאר אירע ארבעטער דורכאויס דעם שאטדאון

א מאנהעטען ריכטער געשטעלט דורך אבאמא בלאקירט די סיטיזאן פראגע אינעם צענזוס
ריכטער זעלבסט זאגט אז די עצם פראגע אויפן צענזוס איז קאנסטיטוציאנאל אבער די נויטיגע פראצעדורן זענען נישט געווארן אויסגעפאלגט
די פראגע איז ווייט פון געלעזט זינט די סופרים קאורט איז געסקעדזשועלט אויסצוהערן מונדליגכע ארגומענטן דערויף אום פעברואר 19 למספרם

מיט א צייט צוריק איז שוין דא געווארן ערווענט די ארמד קאריערע קרימינאלע אקט וועלכע שרייבט אז אנשטאט א מאקסימום צען יאר אורטייל פאר איינפאכע דראג פארלעצונגען ווערנדיג געכאפט מיט געווער זאלן ריכטער מוזן צוטיילן א מינומום פון 15 יאר און א מאקיסמום פון לעבנסלענגליכע טורמע אויב די פארלעצער האבן שוין אויף זייער רעקארד 3 ווילדע פארברעכן אין די פארגאנגענהייט
די פלארידא ווילדע רויבעריי געזעץ רעכנט אריין פעלער ווען דער פארברעכער האט געשטעלט א ווידערשטאנד און די אויטאריטעטן זענען געווען געצוואונגען זיך צו באנוצן מיט קראפט ביים יענעם ארעסטירן
די פראגע שטעלט זיך אויב אין א פאל וואס א פארשוין איז געוארן געפונען שולדיג אונטער די פלארידא סטעיט רויבעריי געזעץ וועט יענע אנפאל ווערן באצייכנט ווי א ווילדע פארברעכן אויך לגבי די פעדעראלע ארמד קאריערע קרימינאלע אקט און ווערן גערעכנט אויף יענעמס רעקארד אלץ טייל פון דריי פארברעכן אויף וועלכע מען באקומט א מינומום פון 15 יאר טורמע
אינעם איצטיגן קעיס טענה'ט די פארברעכער אז די פלארידא געזעץ רעכנט אריין פעלער ווי די אויטאריטעטן דארפן זיך באנוצן אפילו מיט גאר לייכטע מאכט צו האלטן דעם פארברעכער אין די ראמען אנדערש ווי די פעדעראלע געזעץ וועלכע פארלאנגט ווילדע פארברעכן צו קוואליפיצירן פאר די קאטעגאריע
די רעגירונג טענה'ט אז די פעדעראלע געזעץ רעכנט אריין סיי וועלכע פאל וועלכע קען פירן צו ווייטאג אדער פיזישע שאדן
די איבערפאל איבער וועלכע די ארגומענט באציהט זיך איז איינע פון זיינע דריי איבערפעלער און איז א רויבעריי פארזוך אין וועלכע ער האט אנגעהאלטן איינעם האלז און פרובירט אראפצושלעפן א קייטל וועלכע יענע האט אנגעהאלטן
די דיסטריקט געריכט האט ביי יענע אינצידענט אים צוגעטיילט 73 מאנאטן טורמע און געשריבן אז די אינצידענט פאלט נישט אונטער די ארמד קאריערע קרימינאלע אקט אונטער וועלכע ער וואלט באקומען איבער 180 מאנאטן
די רעגירונג האט אפעלירט דעם אורטייל צו די 11'טע סירקוט קאורט אין וועלכע ביידע זייטן זענען גראדע איינגעגאנגען אז די דיסטריקט ריכטער האט נישט ריכטיג באהאנדלט די קעיס און די געריכט האט טאקע געשריבן אז די פארברעכן איז יא געווען א ווילדע איבערפאל און האט צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט קאורט איבערצומאכן די אורטייל
נאך בעפאר די דיסטריקט קאורט האט געהאט א שאנס איבערצושרייבן די אורטייל האט זיך דער פארברעכער געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די קעיס
אינצווישן האט די 9'טע סירקוט באזונדער געשריבן אז פארברעכן אונטער פלארידא ווילדע רויבעריי געזעץ איז נישט גענוג צו נוצן פאר די פעדעראלע געזעץ
היינט האט די געריכט שמאל געאורטיילט אקעגן דעם פארברעכער ווען ריכטער טאמאס האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל אין וולעכע עס האבן זיך אנגעשלאסן ריכטער אליטא קעווענאו גארסוטש און דער ליבעראלער ברייער
די מינאריטעט איז געשריבן געווארן דורך סאטאמאיאר און עס האבן זיך דערינען אנגעשלאסן ריכטער קעיגען גינזבורג און דער קאנסערוואטיווער ראבערטס

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג ינואר 15, 2019 4:34 pm

כאב מורא אז אייוועלט דארף פאררעכטן זייער זייגער סקען נישט זיין אז הבל האט פארפאסט דעם 4 זירא זירא...

א גרויסן יישר כח פאר די כסדרדיגע געשמאקע באריכטן!
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-01-15 א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס - בלאט 19 - אידישע וועלט פארומס.png
Screenshot_2019-01-15 א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס - בלאט 19 - אידישע וועלט פארומס.png (945 Bytes) געזעהן 213 מאל

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג ינואר 15, 2019 4:36 pm

היינט איז עס עפעס מוראדיג thank you הבל

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג ינואר 15, 2019 4:49 pm

שכויעך הבל'ע

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » דינסטאג ינואר 15, 2019 5:29 pm

שכח הבל

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג ינואר 15, 2019 8:20 pm

Wow thanks a million!!! It really keeps me off the news daily
זכות הרבים!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, Shuli, אהער און אהין, גראף פאטאצקי, טוט זיך...?, נודניק, פארפלאנטערט, פארשטייסט?, קהל עדתינו, קנעטענע קיגעל, שטיל, שתקן און 76 געסט