א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג ינואר 07, 2019 6:47 pm

טענקס הבל פאר הכל
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג ינואר 07, 2019 7:51 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח @הבל.

@משה 11, אפאר כללים, פאר די נעקסטע צוויי יאר איז יעדער קאנגרעסמאן וואס איז א פארזיצער א דעמאקראט, און א סענעטאר וואס רעדט איבער די 2020 פריימערי איז אויך א דעמאקראט.


הבל האט געשריבען
סענאטאר קארפער: אויב דאנאלד טראמפ וועט זיין די רעפובליקאנער קאנדידאט גלויסב איך אז אסאך פון 'אונז' וועלן שטארק בעפארצוגן אז דזשאו ביידען זאל לויפן און איך וואלט געשטאנען אין שפיץ פון אזא באוועגונג



פין די ווערטער אונז זעט אויס אז ער איז יא א רופאבליקען

צל זאגט גוט!

און יא קארפער איז א דעמאקראטישע סענעטאר פון דעלעווער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:00 pm

דער טערקישער פירער ערדואן שרייבט אז פארלאנגען פון טערקיי צו באשוצן די קורדישע קעמפער איז אן ערנסטע טעות און דזשאן באלטאן האט אים היינט קריטיקירט דעוועגן אין אן אנגעצויגענע געשפרעך וועלכע האט זיך געענדיג היבש היציג

געוועזענע דזשאן באלטאן דעפיוטי מירא ריקארדאל וועלכע איז געווען א קעגנער פון מעטיס ווערט באטראכט צו ערזעצען מעטיס
ריקארדאל איז געפלויגן נאך א געפעכט מיט געהילפן צום ערשטן פרוי

אין צוגרייטונג צו פרעזידענט טראמפס רעדע היינטיגן אוונט האט דזשעראד קושנער אפגעהאלטן טעלעפאנישע געשפרעכן מיט מעמבערס אין קאנגרעס אריינגערעכנט מינימום איין דעמאקראט
לויט א קוואל זאגט קושנער אז שטיצע צווישן די באפעלקערונג פאר א גרעניץ וואנטוועט שטייגן נאכפאלגנדיג טראמפס רעדע און זיין מארגנדיגע באזוך ביים גרעניץ
די האפענונג איז אויפצוטרייבן ברייטע שטיצע צווישן רעפובליקאנער און פירן צו אמווייניגסטנס איין דעמאקראטישע דעפעקציע
לויטן איצטיגן פלאן וועט דער פרעזידענט נישט דערקלערן היינט נאכט קיין נאציאנאלע עמורדזשענסי טראץ דרוק פון טייל קאנסערוואטיווע געהילפן און קאנגרעסלייט וועלכע ווילן באמת א וואנט און א וועג ארויס פונעם שאטדאון
שומער און פעלאסי וועלן גיבן זייער אפענטפער רעדע היינט נאכט צום פרעזידענט אימיגראציע אדרעס אויפן ספיקער באלקאן פונם קאנגרעס

מעקאנעל איז געפרעגט געווארן אויב טראמפ קען/זאל דערקלערן א נאציאנאלע קריזיס איבער די וואנט און האט געענטפערט אז ער וועט היינט נאכמיטאג גיבן א רעדע און נישט געוואלט מער קאמענטירן דערוועגן

מעקאנעל: וווענט זענען נישט אוממאראליש, ווי נאריש! (צו זאגן אז יא)
מיר זענען שטאלץ מיטן פרעזידענטס טענטראם צו באשוצן דאס לאנד

אינדיאנא סענאטאר מייק בראון (ר) און וועסט ווירדזשיניע סענאטאר דזשאו מענשין (ד) שלאגן פאר א ביל
וועלכע וועט פארלאנגען פון געזעצגעבער צו באשטעטיגן די יערליכע בודזשעטן און רעגירונג פאנדינג צום אנהויב פונעם פיסקעל יאר און אויב זיי פאלן דורך דערמיט וועלן געזעצגעבער נישט באקומען נישט באצאלט און אפילו אויב שפעטער פאראייניגט מען זיך אויף א בודזשעט זאל מען נישט באקומען באצאלט אויף צוריק

סענאטאר בראון: אויב ער וועט נישט זעהן קיין לעגיסלאטיווע אפמאך גלויב איך אז ער וועט שטופן די קאנווערט (דערקלערן די עמורדזשענסי)

סענאטאר ראמני האט זיך היינט ארומגעדרייט היבש איינזאם אין סענאט באקומענדיג א היבש קאלטע אויפנאמע פון קאלעגע סענאטארן
נאך א שארפע אפ עד אינעם ווויקענד אין וועכלכע סענאטאר פערדו האט ארונטערגעריסן ראמני האט איצט סענאטאר לענקפארד געזאגט: עס איז קאמיש אז אין די צייט וואס ער באקלאגט זיך איבער פערזענליכע אטאקעס דורכן פרעזידענט האט ער זעלבסט פערזענליך אטאקירט דעם פרעזידענט

סענאטארן קאאנס, גרעהעם און בוקער שלאגן ווידער פאר זייער ביל צו באשוצן מולער פון פאליטישע דרוק

פרעזידענט טראמפ האט געלאזט רופן זיינע געהילפן און ראטגעבער פאר געשפרעכן איבער דראג פרייזן אין אן אנדייטונג אז פארמאסיוטיקעל קאמפעניס האבן נישט געטראפן די ריכטיגע באלאנס צווישן געווענליכע העכערע פרייזן צום נייעם למספרם יאר און געוויסע איינגעהאלטנקייט ביים העכערן פרייזן צופרידנצושטעלן דעם פרעזידענט און ווי עס קוקט אויס זענען די העכערונגען צופיל פארן פרעזידענט צו פארדייען

אדוואקאטן פון פאול מענעפארט האבן געברויכט אריינגעבן זייער רעאקציע אין געריכט צו מולער באשולדיגונג אז ער האט ליגן געזאגט דורכאויס זיין קאאפעראציע פעריאד
באאבאכטער זענען געווארן ערשטוינט ווען נעכטן מיטל נאכט איז נאכנישט געווארן אריינגעשיקט קיין שום רעאקציע טראץ וואס עס איז געוווען די אפיציעלע דעדליין מטעם די געריכט
ויהי ממחרת הערט מען איצט אז די אפדעיט פון די אדווואקאטן איז שוין געווארן אריינגעגעבן נעכטן נאר עס איז געווען פארזיגלט פונעם פובליק
די ווארטזאגער גיבט נישט אן וואס עס איז די אורזאך דערצו און אויך נישט די גענויע צייט ווען עס איז געווארן געפיילט און אויך נישט אויב עס איז געווארן איבערגעגעבן פערזענליך אדער געשיקט עלעקטעראניש
צוליב די אומפראפעסיאנעאלע צענזור פון די אדוואקאטן זענען היבשע טיילן געווארן אויפגעדעקט און צווישן אנדערן זעהט מען אז מענעפארט זאגט אז ער האט פרובירט צו זיין אויפריכטיג איז זאגן די ווארהייט פאר מולער און אים אפילו צוגעשטעלט זיינע קאמפיוטערס אימעיל אקונטס און פעסווארדס
די וויכטיגסטע טייל אבער איז ווי מענעפארט שרייבט אז טראץ וואס ער איז אומאיינשטימיג מיט מולערס באשולדיגונג אז ער האט ליגן געזאגט וועט ער נישט זוכן צו זיך פארמעסטן אויף דעם פונקט אין געריכט
אין אן אנדערן אויפדעקונג זעהט מען אז מענעפראט האט געהאט א מיטינג דורכאויס די 2016 למספרם קאמפיין מיט קאנסטענטין קילימניק, א מאן וועם מולער באצייכנט צו זיין אן אגענט פון די רוסישע שפיאנאזש
מען האט שוין געוואוסט איבער אזא מיטינג אין די פאראייניגטע שטאטן אבער די היינטיגע אויפדעקונג איז איבער א פרישע מיטינג וועלכע איז פארגעקומען אין מאדריד שפאניע
לויט ווי מולער גלויבט האט מענעפארט מיטגעטיילט פאולינג דאטא פונעם קאמפיין מיטן רוס און דיסקוסירט מיט יענעם א פרידן פאקט צווישן מאסקווע און קיעוו און לויט ווי מען פארשטייט האט מענעפארט ארגינעל געלייקנט די גאנצע זאך ווען מולער האט אים אויסגעפרעגט

רוסישע אדוואקאט וועלכע האט אנטיילגענומען ביי די טראמפ טאוער מיטינג אנגעקלאגט דורך די סאודערן דיסטריקט אין ניו יארק אפיס איבער אבסטראקשען אף דזשאסטיס אין פארבינדונג צו א געלט וואשעריי קעיס

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דאן ליפינסקי וועלכע פארטרעט אילינאיס 3'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועט אויפטרעטן ביים יערליכן נאציאנאלע מארש אקעגן חוקי רציחה

וועסט ווירדזשיניע דעמאקראטישע סענאטאר דזשאו מענשין: וועסט ווירדזשיניע גייט נישט אקצעפטירן אן עקסטרעמיסט (פאר פרעזידענט קאנדידאט ביי די דעמאקראטן)

פראגרעסיווע דעמאקראטן אין אלאבאמא פארמירן נייע אנליין קאמפיין וועלכע רופט צו פארבאטן אלקאהאל סטעיטווייד און רופט גלייכצייטיג צו שטיצן ראי מאאר
די פארזוך איז פארשלייערט גיבנדיג אן איינדרוק ווי עס קומט פון זיינע שטיצער און ציהלט אז מעסיגע און ביזנעס אריענטירטע רעפובליקאנער זאלן זיך נאכמער אפשאקלען פון אים

די שאטדאון שיינט נישט צו אפעקטירן פאליטישע פאנדרעיזינג אקטיוויטעטן
פלארידא סענאטאר ריק סקאטס סופערפעק האלט אפ א "שווארצע שניפסל אויסוואל" אוונט אפצוצייכענען די אנהויב פון זיין סענאט טערמין
ביישטייערער קענען צאלן 100 טויזנט דאלער פאר 10 פלאטינום לעוועל טיקעטס וועלכע רעכנט אריין א שאנס פאר א פאטא אפ מיטן סענאטאר

א פרישע פיילינג איז היינט געווארן געשיקט צום סופרים קאורט פארבינדן מיט די פארזיגלטע מיסטריעזע קעיס פארבינדן צו מולער ווי די פארלאנג איז צו קענען אפעלירן אויף אן אפגעזיגלטע פארנעם און בלויז פובליצירן צענזורירטע דאקומענטן דערפון צום פובליק
איצט גייענדיג צום דרוק: סופרים קאורט ווארפט אפ פארלאנג פון אויסלענדישע קארפארעישאן נישט צו דארפן צושטעלן אינפארמאציע פאר א מולער גרענד דזשורי
עס איז נישט געווארן פובליצירט איבער ריכטער וועלכע זאלן זיין אומאיינשטימיג מיטן באשלוס

שטרוי אנקעטע:
ווארען 22
ארורק 15
העריס 14
ביידען 14
סענדערס 11

דער ביליאנער טאם סטאיאר וועלט מאגן מעלדן זיינע פלענער פאר 2020 למספקרם אין די מוינס אייאווע

א קלעגער האט אנגעקלאגט א געוויסע מעניופעקטשורער אין פארלעצן אנטי טראסט געזעצן (געזעצן צו באגרעניצן מאנאפאל און פארזיכערן קאנקורענט) און דער אנגעקלאגטער האט פארלאנגט פונעם געריכט אז ער וויל פארהאנדלען אינדרויסן פון געריכט
די פראצעדור איז אז ווען צוויי זייטן זענען גרייט צו שליכטן זייערע דיפערענצן אינדרויסן פון געריכט וועט די קעיס גיין צו בוררות וועלכע פון א לעגאלע שטאנדפונקט באדייט אז אפיציעל באשטימטע פארמיטלער ווען באהאנדלען די שטרייט און אויסארבעטן א פשרה וועלכע איז לעגאל בינדנד און ווערט אינפארסירט דורך די מאכט פונעם געריכט
אינעם איצטיגן פאל האט אבער די קלעגער נישט געוואלט אקצעפטירן די פארמיטלונג פראצעדור צוליב אן געוויסע באדינגונג אינעם אפמאך וועלכע ער האט נישט געגליכן
אנדערש ווי אין געווענליכע פארמיטלונג אפמאכן ווען אלעס ארום די אפמאך ווערט פארהאנדלט אויסשליסליך אינדרויסן פון געריכט און איז נישט אונטער א לעגאלע געראנגל סטאטוס נאר ליבערשט ווי א ציווילע שליכטונג פראצעדור (און בלויז די ענדגילטיגע פשרה ואיז לעגאל בינדנד) האט די איצטיגע אפמאך איינגעשלאסן א תנאי אז דער אנגעקלאגטער קען זיך ווענדן צום געריכט צו פארלאנגען א אן אינדזשאנקשען ווען נויטיג
אינדזשאנקשענס איז א רעכט וועלכע באשולדיגטע אין געריכט קענען פארלאנגען פון א ריכטער אין געוויסע פעלער אין לויף פון א פראצעס אפצוהאלטן צייטווייליג דעם קלעגער פון דורכפירן/אונטערנעמען געוויסע שריט אויף ביז די צוויי סייטן קומען זיך דורך אדער דער ריכטער קען געהעריג אריינקוקן דערין און באשליסן
געווענליך ווערט די רעכט צוגעשטעלט בלויז אין א געהעריגע געריכטליכע קלאגע
דא אבער האט דער קלעגער זיך אפגערעדט אז די אנגעקלאגטער וויל געניסן פון א בוררות און נישט אויסשטיין אן אפיציעלע לעגאלע געריכט קעיס דארף עס זיין פולשטענדיג אינדרויסן פון געריכט און אויב דער אנגעקלאגטער וויל קענען לויפן כסדר צו א ריכטער ווען עס לוינט אים פארלאנגען א אן אינדזשאנקשען מיינט עס אז עס איז נישט גענצליך אפגעריסן פונעם געריכט סיסטעם ואין כאן כרות גיטא און ער וויל טאנצן אויף ביידע חתונות
דער ריכטער וועלכע האט פארפיגט אויף די קעיס האט געאורטיילט אז די בוררות קען ווייטער פארזעצן אבער דער דיסטריקט ריכטער האט שפעטער ארויסגעווארפן דעם אפמאך און אזוי אויך שפעטער די 5'טע סירקוט קאורט האט קלארגעשטעלט אז די אפמאך האט נישט קיין שום גרונד צוליב וואס עס איז נישט פולקאם אפגעטיילט פונעם געריכט סיסטעם און איז נישטבכלל נישט אין די אינטערעסע פונעם קלעגער און דעריבער זאל די געריכט נישט ערלויבן די קעיס צו גיין פאר בוררות
דער אנגעקלאגטער האט אבער גע'טענה'ט אז עס איז דא א מיינונגס פארשידנהייט צווישן די סירקוט קאורטס צו די געריכט זעלבסט אדער א בורר איז דער וועלכע באדשליסט אויב א קעיס קוואליפיצירט פאר בוררות און איינמאל צוויי צדדים זענען איינגעגאנגען פאר בוררות קען נישט די געריכט אריינרעדן און צוריקהאלטן ערלויבעניש פון שיקן די קעיס צו בוררות אפילו אפילו אויב אין זייער מיינונג איז די בוררות אפמאך נאריש גרונדלאז און קעגן די אינטערעסן פון אין זייט
היינט צופרי האט די סופרים קאורט איינשטימיג געאורטיילט אויף די קעיס אין אן אורטייל געשריבן דורך ריכטער קעווענאו אז די סירקוט קאורט אורטייל איז ארויסגעווארפן

מייקל סקאקאל איז געבוירן צו זיין פאטער ראשטאן סקאקל וועלכע איז א ברודער פון די אלמנה פונעם פארשטארבענעם סענאטאר ראבערט קענעדי (א ברודער מיטן געוועזענעם פרעזידענט קענעדי)
אום 1975 למספרם איז מייקל געפונען געווארן שולדיג פארן אומברענגן א שכן ווען זיי זענען ביידע געווען יוגנטליכע
ערשט ווען סקאקל איז געווען אין זיינע דרייסיגער איז ער געווארן ארעסטירט און אנגעקלאגט מיט יענעם מארד און נאך א דריי וואכן פראצעס אין 2002 למספרם אז ער געווארן געפונען שולדיג און פאראורטיילט צווישן 20 יאר און לעבנסלענגליכע טורמע
נאכן אפשימלען אונטער די גראטעס פאר ארום 10 יאר האט זיין אדוואקאט אריינגעגעבן נייע באווייזן איבער זיין אומשולד ווי באלד ערקלערט און א ריכטער האט אים אין 2013 למספרם ארויסגעלאזט אויף 2.1 מיליאן דאלער בעיל אויף ביז די פראקורארן וועלן באשליסן ווי אזוי זיי ווילן פאראויסגיין
נאך וואס די קאנעטיקוט סופרים קאורט האט ארגינעל געהאט באשטעטיגט די שולד אורטייל האבן זיי עס אין 2016 למספרם ווידער באשטעטיגט און געזאגט אז די פראקורארן האבן צוגעשטעלט גאר שטארקע באווייזן אין די קעיס
אין 2018 למספרם האבן די פראקורארן פארלאנגט פון די קאנטטעיקוט סופרים קאורט אז באזירט אויף זייער לעצטע באשלוס זאל די בעיל ווערן אפגערופן און מייקל זאל זיך אומקערן אין טורמע אויסדינען זיין טערמין
אבער נאכן איבערקוקן די קעיס האט די זעלבע געריכט ענדגילטיג צוריקגעדרייט די שולד אורטייל און אים באפרייט פון די קלאגעס באזירט אויפן אויפדעקונג אז מייקלס אדוואקאטן האבן פארפעלט צו פרעזענטירן באווייזן וועלכע צייגן גאר אז מייקל איז אין די צייט פון די מארד געווען אויף אן אנדערע ארט און די קאורט האט באצייכנט די דורכפאל פון די פארטיידיגונג אז קאנסטיטוציאנאל אומפארגעבבאר און געזאגט אז עס ווארפט אפ די גאנצע פונדאמענט פון די באשולדיגונג איבערלאזנדיג די פראקורארן אין א דילעמא אויב זיי זאלן זוכן א פרישע פראצעס
די פראקורארן האבן זיך געוואנדן צום העכסטן סופרים קאורט און נעכטן אינדערפרי האט די געריכט געמאלדן אז זיי אנטזאגן זיך אריינצומישן אין די קעיס וועלכע באדייט אז מייקל בלייבט פריי און איצט דארפן די פראקורארן באשליסן אויב זיי ווילן אנהויבן די קעיס פונדאסניי

צום ערשטן מאל אין די היסטאריע באצייכענען זיך א מאיאריטעט דעמאקראטן אלץ ליבעראלן אין א גאלאפ אויספרעג

א לעצט מינוטיגע אפמאך ראטעוועט די סיערס געשעפטן נעץ פון ליקווידאציע

ניו יארק סיטי בירגערמייסטער ביל דעבלאזיא לייגט ארויס אמביציעזע 100 מיליאן דאלער פלאן צוצשטעלן אפארדעיבל "העלט קעיר פאר אלע" אריינגערעכנט אומלעגאלע אימיגראנטן

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:06 pm

ס'איז פיר זערא זערא, הבל איז דא.
יישר כח

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:40 pm

צופיל פאר איין טאג?

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

ניין א מחיה געליינט מיט דורשט.

יישר כח

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:48 pm

קיינמאל נישט צופיל. מ'לויפט אלעס דורך אין איין אטעם!
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:58 pm

הכל הבל האט געשריבן:צופיל פאר איין טאג?


יישר כוח הכל הבל! אלעס אזוי שיין און קלאר!!

כ'קלער אז צוויי געריכט קעיסעס איז אביסל צו סאך פאר איין טאג.
#מיינונג_פון_אמווייניגסטענס_איין_מאנספערזאן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:01 pm

וואס זאלעך טאן?
איינס איז נאך געבליבן שיריים פון נעכטן (ווייל נעטן איז שוין געווען צוויי און איך האב נישט געוואלט באלמוטשען) און די אנדערע האט היינט פאסירט
מען פרבירט צו האלטן אפדעיטעד אבער אייער רעקאמענדאציע איז אויך אונזער מיינונג און מען וועט זיך פרובירן צו האלטן דערצו

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:27 pm

הכל הבל האט געשריבן:וואס זאלעך טאן?
איינס איז נאך געבליבן שיריים פון נעכטן (ווייל נעטן איז שוין געווען צוויי און איך האב נישט געוואלט באלמוטשען) און די אנדערע האט היינט פאסירט
מען פרבירט צו האלטן אפדעיטעד אבער אייער רעקאמענדאציע איז אויך אונזער מיינונג און מען וועט זיך פרובירן צו האלטן דערצו

אין מיין ארימע מיינוג איז עס נישט קיין סאך, אבער אויב אנדערע האלטן אנדערש, קען מען מאכן א פשרה,
אז מען שרייבט ביידע, איין אנפאנג, און מען לייגט אפאר קליינע נייעס'ער אינמיטן און נאכדעם די צווייטע.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:40 pm

אויב קענדי האט טאקע אפגערייזט קיין מאלאזיע אין וועלכע זופ איז קניידל פארעם איינגעזינקן?

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:55 pm

הבל, איך ווייס נישט פון צופיל אדער צו ווייניג, מיר האט מיען אויסגעלערנט "אז מען געבט, נעמט מען" ייש"כ פאר די טעגליגכע באריכטן אזוי קלאר און צאמגענומען, כה לחי.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג ינואר 08, 2019 6:47 pm

געליינט מיט דורשט דער גאנצע, זייער שיין און קלאר.

אויב איר ווילט קענט איר פרובירן צי לייגן די געריכט באריכטן און א באקס אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

א קלעגער האט אנגעקלאגט א געוויסע מעניופעקטשורער אין פארלעצן אנטי טראסט געזעצן (געזעצן צו באגרעניצן מאנאפאל און פארזיכערן קאנקורענט) און דער אנגעקלאגטער האט פארלאנגט פונעם געריכט אז ער וויל פארהאנדלען אינדרויסן פון געריכט
די פראצעדור איז אז ווען צוויי זייטן זענען גרייט צו שליכטן זייערע דיפערענצן אינדרויסן פון געריכט וועט די קעיס גיין צו בוררות וועלכע פון א לעגאלע שטאנדפונקט באדייט אז אפיציעל באשטימטע פארמיטלער ווען באהאנדלען די שטרייט און אויסארבעטן א פשרה וועלכע איז לעגאל בינדנד און ווערט אינפארסירט דורך די מאכט פונעם געריכט
אינעם איצטיגן פאל האט אבער די קלעגער נישט געוואלט אקצעפטירן די פארמיטלונג פראצעדור צוליב אן געוויסע באדינגונג אינעם אפמאך וועלכע ער האט נישט געגליכן
אנדערש ווי אין געווענליכע פארמיטלונג אפמאכן ווען אלעס ארום די אפמאך ווערט פארהאנדלט אויסשליסליך אינדרויסן פון געריכט און איז נישט אונטער א לעגאלע געראנגל סטאטוס נאר ליבערשט ווי א ציווילע שליכטונג פראצעדור (און בלויז די ענדגילטיגע פשרה ואיז לעגאל בינדנד) האט די איצטיגע אפמאך איינגעשלאסן א תנאי אז דער אנגעקלאגטער קען זיך ווענדן צום געריכט צו פארלאנגען א אן אינדזשאנקשען ווען נויטיג
אינדזשאנקשענס איז א רעכט וועלכע באשולדיגטע אין געריכט קענען פארלאנגען פון א ריכטער אין געוויסע פעלער אין לויף פון א פראצעס אפצוהאלטן צייטווייליג דעם קלעגער פון דורכפירן/אונטערנעמען געוויסע שריט אויף ביז די צוויי סייטן קומען זיך דורך אדער דער ריכטער קען געהעריג אריינקוקן דערין און באשליסן
געווענליך ווערט די רעכט צוגעשטעלט בלויז אין א געהעריגע געריכטליכע קלאגע
דא אבער האט דער קלעגער זיך אפגערעדט אז די אנגעקלאגטער וויל געניסן פון א בוררות און נישט אויסשטיין אן אפיציעלע לעגאלע געריכט קעיס דארף עס זיין פולשטענדיג אינדרויסן פון געריכט און אויב דער אנגעקלאגטער וויל קענען לויפן כסדר צו א ריכטער ווען עס לוינט אים פארלאנגען א אן אינדזשאנקשען מיינט עס אז עס איז נישט גענצליך אפגעריסן פונעם געריכט סיסטעם ואין כאן כרות גיטא און ער וויל טאנצן אויף ביידע חתונות
דער ריכטער וועלכע האט פארפיגט אויף די קעיס האט געאורטיילט אז די בוררות קען ווייטער פארזעצן אבער דער דיסטריקט ריכטער האט שפעטער ארויסגעווארפן דעם אפמאך און אזוי אויך שפעטער די 5'טע סירקוט קאורט האט קלארגעשטעלט אז די אפמאך האט נישט קיין שום גרונד צוליב וואס עס איז נישט פולקאם אפגעטיילט פונעם געריכט סיסטעם און איז נישטבכלל נישט אין די אינטערעסע פונעם קלעגער און דעריבער זאל די געריכט נישט ערלויבן די קעיס צו גיין פאר בוררות
דער אנגעקלאגטער האט אבער גע'טענה'ט אז עס איז דא א מיינונגס פארשידנהייט צווישן די סירקוט קאורטס צו די געריכט זעלבסט אדער א בורר איז דער וועלכע באדשליסט אויב א קעיס קוואליפיצירט פאר בוררות און איינמאל צוויי צדדים זענען איינגעגאנגען פאר בוררות קען נישט די געריכט אריינרעדן און צוריקהאלטן ערלויבעניש פון שיקן די קעיס צו בוררות אפילו אפילו אויב אין זייער מיינונג איז די בוררות אפמאך נאריש גרונדלאז און קעגן די אינטערעסן פון אין זייט
היינט צופרי האט די סופרים קאורט איינשטימיג געאורטיילט אויף די קעיס אין אן אורטייל געשריבן דורך ריכטער קעווענאו אז די סירקוט קאורט אורטייל איז ארויסגעווארפן


קאוד: וועל אויס אלע

מייקל סקאקאל איז געבוירן צו זיין פאטער ראשטאן סקאקל וועלכע איז א ברודער פון די אלמנה פונעם פארשטארבענעם סענאטאר ראבערט קענעדי (א ברודער מיטן געוועזענעם פרעזידענט קענעדי)
אום 1975 למספרם איז מייקל געפונען געווארן שולדיג פארן אומברענגן א שכן ווען זיי זענען ביידע געווען יוגנטליכע
ערשט ווען סקאקל איז געווען אין זיינע דרייסיגער איז ער געווארן ארעסטירט און אנגעקלאגט מיט יענעם מארד און נאך א דריי וואכן פראצעס אין 2002 למספרם אז ער געווארן געפונען שולדיג און פאראורטיילט צווישן 20 יאר און לעבנסלענגליכע טורמע
נאכן אפשימלען אונטער די גראטעס פאר ארום 10 יאר האט זיין אדוואקאט אריינגעגעבן נייע באווייזן איבער זיין אומשולד ווי באלד ערקלערט און א ריכטער האט אים אין 2013 למספרם ארויסגעלאזט אויף 2.1 מיליאן דאלער בעיל אויף ביז די פראקורארן וועלן באשליסן ווי אזוי זיי ווילן פאראויסגיין
נאך וואס די קאנעטיקוט סופרים קאורט האט ארגינעל געהאט באשטעטיגט די שולד אורטייל האבן זיי עס אין 2016 למספרם ווידער באשטעטיגט און געזאגט אז די פראקורארן האבן צוגעשטעלט גאר שטארקע באווייזן אין די קעיס
אין 2018 למספרם האבן די פראקורארן פארלאנגט פון די קאנטטעיקוט סופרים קאורט אז באזירט אויף זייער לעצטע באשלוס זאל די בעיל ווערן אפגערופן און מייקל זאל זיך אומקערן אין טורמע אויסדינען זיין טערמין
אבער נאכן איבערקוקן די קעיס האט די זעלבע געריכט ענדגילטיג צוריקגעדרייט די שולד אורטייל און אים באפרייט פון די קלאגעס באזירט אויפן אויפדעקונג אז מייקלס אדוואקאטן האבן פארפעלט צו פרעזענטירן באווייזן וועלכע צייגן גאר אז מייקל איז אין די צייט פון די מארד געווען אויף אן אנדערע ארט און די קאורט האט באצייכנט די דורכפאל פון די פארטיידיגונג אז קאנסטיטוציאנאל אומפארגעבבאר און געזאגט אז עס ווארפט אפ די גאנצע פונדאמענט פון די באשולדיגונג איבערלאזנדיג די פראקורארן אין א דילעמא אויב זיי זאלן זוכן א פרישע פראצעס
די פראקורארן האבן זיך געוואנדן צום העכסטן סופרים קאורט און נעכטן אינדערפרי האט די געריכט געמאלדן אז זיי אנטזאגן זיך אריינצומישן אין די קעיס וועלכע באדייט אז מייקל בלייבט פריי און איצט דארפן די פראקורארן באשליסן אויב זיי ווילן אנהויבן די קעיס פונדאסניי


עס מאכט עס גרינגער צי ליינען און זען די נעקסטע זאך אויך
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:53 pm

יישר כח הכל הבל. עס איז א מחיה און א פארגענוגען צו ליינען דיינע באריכטן. פאר מיר בכלל נישט צופיל. הערליך קלאר באשריבן.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:10 pm

א עקסטער ישר כח פאר די געריכט אפהאנדלונג

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 09, 2019 3:43 pm

האנג קאנג באטראכט צו פארבאטן צו דיסרעספעקטירן די כינע הימנע
די לעגיסלאציע רופט פאר ביז דריי יאר טורמע פאר די וועלכע וועלן עס פארלעצן

אין א צייכן אז כינע ברעכט זיך צום דרוק איבער זייער אונטערדריקונג פון מוסולמענער וועט בעיזשינג ערלויבן פאר 2000 קאזאקן אויפצוגעבן זייער בירגערשאפט און פארלאזן דאס לאנד

די ווייסע הויז זוכט דורכצופירן א ביל צו נאכמער פארשטארקערן די מאכט פונעם פרעזידענט אין באצוג צו טאריפס

ראד ראזנסטיין וועט רעזיגנירן אין די קומענדיגע וואכן נאך וואס וויליאם באר וועט ווערן באשטעטיגט אלץ אטוירני דזשענעראל

נאדלער געמאלדן פאר וויטעקער אז ער וויל אים זעהן אום יונואר 29 למספרם פארנט פון זיין קאמיטע און וועט זיך מער נישט לאזן פארשלעפן
וויטעקער פרובירט עס אפצושטופן אויף נאכן עפענען פון די רעגירונג

טראמפ האט ביים איצטיגן מיטאג מיט סענאט רעפובליקאנער שטארק אפעלירט צו סענאטארן זיך צו האלטן פאראייניגט און דיסקוסירט די געדאנק פון דערקלערן א נאציאנאלע קריזיס און געזאגט אז עס בלייבט אן אפציע
סענאטארשע מורקאוסקי האט נאכן אנערקענען די וויכטיגקייט פון גרעניץ זיכערהייט געשילדערט די אפעקט פון די שאטדאון ווי אויך האט קאלינס געדרוקט דערוועגן
טראמפ האט רעאגירט בעטנדיג פאר פארטיי פאראייניגונג און מורקאוסקי האט שפעטער געזאגט אז עס איז געווען א רעספעקטפולע אויסטויש
נאכן מיטינג האט סענאטאר בראון געזאגט אז דער פרעזידענט איז געווען שטאנדהאפטיג און עס האט זיך אין אלגעמיין טאקע אנגעזעהן א פאראייניגונג
לויט ווי איין סענאטאר לייגט עס אראפ האט טראמפ נישט געגעבן די מינדעסטע אנדייטונג אז ער קלערט זיך פון ברעכן און האט געשיינט זיך נאכמער צו באפעסטיגן אין זיין פאזיציע און קלארגעשטעלט אז די סענאטארן מוזן שטיין מיט אים
סענאטאר פאול האט ארויסגעהויבן די פאקט אז טראמפ האט דערמאנט די סיריע אפטריט און די ענלאזע מלחמות
סענאטאר ראמני נישט געהאט גערעדט ביים מיטאג און צוריקגעוויזן צו קאמענטירן דערוועגן

סענאטאר גרעהעם גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א פארשלאג פון א ביל וועלכע ביידע זייטן זאלן קענען שטיצן און האפנטליך עפענען די רעגירונג
די פלאן וועט ארייננעמען פאנדינג פאר א וואנט, באשיצונג פאר די וועלכע געניסן שוין איצט פון צייטווייליגע סטאטוס, מעגליך אז וועט אויך איינשליסן באשיצונג פאר דאקא און עפעס לעגאלע רעפארמען צו אימיגראציע

סענאטאר טים סקאט (ר) מענטשן זענען צוטיילט 50-50 איבער שטיצע פאר די וואנט

זאל די רעגירונג ווערן געעפנט אן פאנדינג פאר א וואנט?
סענאטאר ראמני: איך גלויב אז עס איז וויכטיג פאר אונז צו ענדיגן די וואנט
און די זעלבע צייט וויל איך זעהן די רעגירונג אפן
אסאך מענטשן ווערן שוין איצט און פיל מער וועלן ווערן אפעקטירט אויב מיר עפענען נישט די רעגירונג

דעמאקראטישע קאנגרעספרוי דזשעקי ספייער וועלכע זיצט אויף די הויז שפיאנאזש קאמיטע זאגט אז זייער סאמע ערשטע סובפינע וועט זיין צו דאן טראמפ דזשוניאר

לינדזי גרעהעם: אטוירני דזשענעראל נאמיני וויליאם באר האט מיר געזאגט אז ער גייט נישט אינטערווענירן אין די מולער אויספארשונג און ער וועט גיין אין איינקלאנג מיט די רוטינע פראצעדורען און שטיין אויף די זייט פון אפנקייט אין באצוג פון מיטטיילן די באריכט מיטן קאנגרעס און מיטן פאלק

סענאטאר ווארען וועט שטיין אין שפיץ פון א גרויסע פאנדרעיזינג אוונט פאר ניו העמפשיר דעמאקראטן אין מאנטשעסטער אום פעברואר 22 למספרם

שעריפס אין לאס אנדזשעלעס פארשן די מיסטריעזע טויט פון א פריינט פון א גרויסע דעמאקראטישע ביישטייערער ווייניגער ווי צוויי יאר נאך די טויט פון סעט ריטש וועלכע האט געצויגן פילע שפעקולאציע און קאנספיראציע טעאריעס

סופרים קאורט ריכטערין גינזבורג איז שוין היינט געווען אפוועזנד פון געריכט צום דריטן טאג טראץ וואס עס זענען פארגעקומען מונדליכע ארגומענטן פאר איין קעיס
מען קוקט ארויס אז זי זאל זיך קענען באטייליגן ביים ריכטער קאנפרענץ קומענדיגן פרייטאג ווי איר אנוועזנהייט איז נויטיג כדי זי זאל קענען האבן א ווארט אין א רייע וויכטיגע באשלוסן וועלכע דארפן דעמאלט אנטשידן ווערן

שוין עטליכע יאר וואס מען שלאגט זיך אין ווירדזשיניע איבער רעדיסטריקטינג און גערימענדערינג
אין 2017 האט די אסעמבלי אנידערגעשטימט אלע פארגעשלאגענע רעפארמען איבער רעדיסטריקטינג און דאן איז געווארן אריינגעטראגן א קלאגע אז די 4'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט איז געווארן ראסיסטיש פארמירט ארייננעמענדיג אסאך ווייסע רעפובליקאנער און די געריכט האט טאקע געפונען אז די 2012 למספרם מאפע שרייבן האט אומקאנסטיטוציאנאל געשיקט גאר אסאך קאלירפולע וויילער אין באבי סקאטס דיסטריקט אפשוואכנדיג די מאכט פון די סארט וויילער אין ארומיגע דיסטריקטן און נאכן אינטערווענץ פון די געריכט איז די 4'טע דיסטריקט אריבער צו די דעמאקראטן
אויסער דעם איז פארגעקומען א קאמף איבער די זיצן פון סטעיט הויז דעלעגאטן אין וועלכע רעפובליקאנער האבן פרובירט צו איבערצייגן די סופרים קאורט אפצושלאגן אן אורטייל פון א נידריגע געריכט אבער נעכטן האט די סופרים קאורט זיך אנטזאגט אריינצוקוקן דערין

מיקעל דזשארדעל איז אן אדוואקאט אין אריזאנא וועלכע שטעלט צו הילף פאר ארעסטאנטן אין א לאקאלע קאונטי טורמע
אין זיין פריוואטע לעבן האט ער זיך אלץ צוריקגעהאלטן צו קויפן פראדוקטן וועלכע קערן זיך אן אין די קאנפליקט צווישן די איזראעליס און די פאלעסטינער איבער די איינגענומענע געביטן
מיקעל וואלט ווען אנגענומען דעם זעלבן צוגאנג אויך אין זיין פראפעסיאנאלע ראלע אלץ אדוואקאט זייענדיג געבינדן צו א געזעץ דורכגעפירט אין די סטעיט לעגיסלאטור אין 2016 למספרם וועלכע פארלאנגט פון זיי וועלכע ביזנעס וועלכע האט א קאנטראקט מיט די רעגירונג קלארצושטעלן אז זי טוט נישט באיאקיטירן איזראעל איז ער געווען געצוואונגען זיך צו באנוצן אין זיין אפיס מיט פרינטערס פון יולעט פעקערד טראץ וואס איר אינפארמאציע טעכנאלאגיע סערוויסעס ווערן גענוצט ביי איזראעלי טשעקפוינטס אין די מערב ברעג
מיקעל האט אבער אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט זאגנדיג אז די דירעקטיוו פארלעצט זיינע ערשטע אמענדמענט רעכטן און א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האט געפונען גרונדן צו זיין ארגומענט און ארויפגשטעלט אן אינדזשאנקשען אויף די געזעץ בלאקירנדיג די אינפארסמענט דערפון
די אינדזשאנקשען האט נאכגעפאלגט אן ענליכע אורטייל אין קענסאס
אזעלכע פראוויזיעס זענען פארהאן אין איבער א טוץ פון שטאטן אריינגערעכנט מערילענד מינעסאטע און סאוט קאראליינע און די אורטיילן קענען אפעקטירן די אלע סטעיטס
אין בייידע קעיסעס איז די ACLU געווען טייל פון די קלאגע
עס איז גאר אינטערסאנט די פאטענציאל וואס אזא קלאגע קען האבן און די געוויכט פון אזא אורטייל נעמענדיג אין באטראכט אז ממש נעכטן איז געווארן אויפגעברענגט אין סענאט א ביל וועלכע טוט צווישן אנדערן באשטראפן די וועלכע קאאפערירן מיט באיאקטן געספאנסארט דורן אויסלענדישע רעגירונג ארגאנאזאציעס
די ביל איז שטארק געטיצט דורך סענאטארן פון ביידע פארטייען וועלכע זענען שטארק פרא איזראעל ווי מארקא רוביא און בען קארדין
נאך א וויי געשריי פון די ACLU איבער די פארלעצונג פון פרייהייט פון אויסדרוק האבן סענאטארן קארדין און פארטמאן מאדיפיצירט טייל פון די ביל אבער די ACLU איז געבליבן שטאנדהאפטיג זאגנדיג אז די ביל וועט זיין אומקאנסטיטוציאנאל
גראדע איז די ביל געווארן בלאקירט אויפן סענאט פלאר אבער צוליב א זייטיגע סיבה ווען דעמאקראטן ווייזן צוריק צו שטימען אויף בילס און די צייט וואס די רעגירונג איז פארשלאסן
מיקעל עלטערן האבן געוואוינט אין די מערב ברעג פאר א יאר צייט און מייקל זעלבסט האט זיך דארט אויפגעהאלטן מיט זיי פאר ארום דריי מאנאטן
מיקעל האט ערצויגן זיין זוהן אלץ אידיש און נאך זיין זוהן'ס בר מצוה האט ער אים גענומען פאר א רייזע צוריק מיטצוהאלטן די איזראעלי און פאלעסטינע קאנפליקט פון די נאנט און דארט געווארן מער איבערצייגט אין די נויט פון זיך אנשליסן אין די באיאקאט באוועגונגען צו לייגן דרוק פאר א פרידליכע לעזונג אונטער וועלכע די איזראעליס באפרייען די אקופירטע טעריטאריעס
אין 2017 למספרם האט ער באשלאסן נישט אונטערצושרייבן אויף די יערליכע אפליקאציע אויף די באיאקאט פראגע און דאן אריינגעטראגן זיין קלאגע
די ACLU אין זייער ארגומענט שרייבן אז די באגרעניצונג איבער פארבינדן ביזנעס אקיטיוויטעטן צו די באיאקאט באדראעט אויך די מעגליכקייט צו פריי ארויסרעדן אין שטיצע דערפון און אפילו מיקעל זעלבסט לערנט נישט אפ די רעגולאציע אריינצורעדן אין זיין פערזענליכע רעכט ארויסצורעדן וואס ער וויל איז ער אבער באזארגט אז זיין ארויסרעדן אין שטיצע פון די באוועגונג וועט פירן צו פארדעכטיגונג אז אויך זיין ביזנעס איז פארבינדן מיט דערמיט
די סטעיט אבער האט עס אוועקגעמאכט זאגנדיג אז די רעגולאציע רעדט בכלל נישט אריין אין זיינע רעכטן אויסצודרוקן זיין מיינונג אויף א פערזענליכע נאן ביזנעס פארנעם די סטעיט האט אפעלירט די קלאגע און גאר לעצנס איז די ACLU פאראויסגעגאנגען מיט ענליכע קלאגעס אקעגן די סטעיט טעקסאס און צוויי סקול דיסטריקטן אין די סטעיט
עס איז דא ערווארטונג אז די אישו קען אין די נישט ווייטע צוקונפט מאכן איר וועג ביז די סופרים קאורט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך ינואר 09, 2019 5:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 09, 2019 3:43 pm

איך וועל פונקט נישט זיין דא 4 אזייגער איז בעסער פריער ווי שפעטער

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:12 pm

א גרויסע שכוח הבל כהאב שטארק הנאה פין די טעגליכע באריכטען
כל המזכה את הרבים..................

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 09, 2019 6:26 pm

ר' זעקל האט געשריבן:א גרויסע שכוח הבל כהאב שטארק הנאה פין די טעגליכע באריכטען
כל המזכה את הרבים..................
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:00 pm

די פראנצויזישע עיר פארס זוכט א קאמפס פליגער פארשוואונדן פון די ראדארן זינט נעכטן מיטוואך

כינע וועלכע פארמאגט די וועלטס גרעסטע אויטאמאביל מארקעט האט געזעהן א רעדוקציע אין קאר פארקויפונגען צום ערשטן מאל אין 20 יאר

די ווייסע הויז ארבעט שוין אצינד אויף א מעגליכע גינזבורג אפטריט פון געריכט

ווייסע הויז לעגאלע ראטגעבער און אדוואקאטן רעקאמענדירן איינגעשטעלטע ארויפצושרויפן די טענער און זיך באנוצן מיטן טערמין "קריזיס" די מאקסימום וואס מעגליך
זיי זאגן אז ווי מער מען הערט פון די ווייסע הויז איבער א קריזיס וועט עס זיין בייהילפיג ווען זיי ועלן פארטיידיגן אין געריכט די נויטווענדיגקייט פון א קריזיס דעקלעראציע

טראמפ: עס איז לייכטער צו פארהאנדלען מיטן כינע פירער דזשינפינג ווי מיט שומער און פעלאסי

א גרופע סענאטארן (גרעהעם פארטמאן קאלינס און נאך) ארבעטן העפטיג אויף א לעגיסלאטיווע שליכטונג צו קענען עפענען די רעגירונג
די ביל וועט מעגליך איינשליסן צייטווייליגע באשיצונג פאר די דאקא אימיגראנטן און נאך
נעכטן אין אוונט זענען פארגעקומען געשפרעכן אין גרעהעם'ס אפיס מיט קושנערס אנוועזנהייט און נאכן מיטינג האט קושנער נישט געוואלט קאמענטירן אבער לויט קוועלער האט ער געזאגט פאר די סענאטארן אז אויב די ביל וועט פאנדן די וואנט און פארמאגט די נויטיגע שטיצע אין סענאט וועט עס די ווייסע הויז ערנסט באטראכטן
די גרופע שמועסט היינט איבער די רויע פארשלאג מיט פענס און באזונדער מיט מעקאנעל און מיט דעמאקראטן וועלכע זענען דערווייל נישט אנטציקט דערפון פארטמאן האט שוין גערעדט מיט צוויי דעמאקראטישע סענאטארן אין די צייט וואס די דעטאלן זענען נאך ווייט פון באשטעטיגט און נומערן און געדאנקן קומען און גייען
סענאטארשע קאלינס האט געזאגט אז די געשפרעכן זענען אלעס אויסער טויט אבער אנערקענט אז די אויסוואלן זענען קאמפליצירט און פראבלעמאטיש און באשולדיגט דעם פרעזידענט און ספיקער פעלאסי פארן אומוויליגקייט זיך צו רירן פון פאזיציע
ווען מען האט געפרעגט סענאטאר שעלבי איבער ווי אזוי מען פלאנט זיך ארויסצוזעהן פון די סיטואציע און פאראויסגיין האט ער געעפענט זיינע הענט און צושפרייט זיינע ארעמס אזוי ברייט ווי מעגליך מיט א פראגע צייכן מינע אויפן געזיכט און געפליסטערט אז ער האט עס נארוואס ערקלערט
איצט נאכמיטאג בעת מיר גייען צום דרוק: סענאטאר גרעהעם אנערקענט אז "מיר זענען שטעקן" און ווען מעןו האט אים געפרעגט אויב ער ענדיגט זיינע פארזוכן צוזאצמצושטעלן א גרעסערע ביל צו ענדיגן מיטן שאטדאון האט ער איינפאך געענטפערט "יא"
גרעהעם זאגט אז ער איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי מיואש פון א וועג פאראויס און עס וועט מוזן ארויסוואקסן איינער מיט שטארקע ענערגיע צו לעזן די קריזיס

סענאטאר מארקא רוביא זאגט אז ער איז אפן צו די פארשלאג פון סענאטאר ברייען שאץ צו אויפברענגן א ביל וועלכע וועט באשוצן פעדעראלע ארבעטער פון קענען ווערן באדראעט מיט פארקלאוזשער אדער פארטריבן פון די היימען פארן נישט באצאלן אין צייט די רענט/מארגעדזש
רוביא: איך שטיץ די געדאנק זיי צו באשוצן און איך שפיר זייער שלעכט פאר זיי, עס איז נישט זייער שולד

סענאטאר גרעסלי געפרעגט געווארן אויב ער האט דיסקוסירט מיט וויליאם באר זיין קריטיק אקעגן ראבערט מולער
גרעסלי: אבסאלוטלי נישט
אנשטאט זאגט גרעסלי האט ער גערעדט אנדערע אישוס אריינגרעכנט קרימינאלע יוסטיץ רעפארם און באר האט זיך פארפליכטעט פולקאם אויסצופירן די נייע געזעץ

יוסטיץ דעפארטמענט באאמטע האבן זיך געהאט אנטאזגט צו גיבן מיטינגען פאר טייל דעמאקראטן אויפן יורידישן קאמיטע מיט וויליאם באר מיטן אויסרייד אז די רעגירונג איז פארשלאסן אבער ער טוט זיך היינט טרעפן מיט טייל פון זיי
ער וועט היינט האבן געשפרעכן מיט סענאטארן פיינסטיין קלאובאשאר און לעיהי און ווייטהאוז (אלע זענען דעמאקראטן) ווי אויך מיט בלעקבוירן און ערנסט

סענאטאר דזשאו מענשין איז גרייט צו שטיצן פאנדינג פאר א וואנט אויב אנדערע אימיגראציע אישוס ווערן אויך אדרעסירט, ער גלויבט אז א נאציאנאלע קריזיס דעקלעראציע איז ווארשיינליך אומלעגאל אבער קען ענדיגן די שאטדאון
מענשין זאטגט אבער קלאר אז מען דארף צום אלעם ערשט עפענען די רעגירונג און שפעטער זיך ווענדן צו די גרעניץ פראגע

סענאטאר ראמני געפרעגט אויב א נאציאנאלע קריזיס דעקלעראציע איז א גוטע געדאנק
ראמני: איך האלט אז די ריכטיגע מהלך איז צו טרעפן פארשטענדעניש צווישן די צוויי זייטן אבער דער פרעזידענט האט אנגעדייטעט אז ער באטראכט עס אלץ אן אפציע
גלייך נאך די ענטפער האט ער זיך אריינגעשארט צו די רעפובליקאנע מיטאג פארמיידנדיג צו ווערן ווייטער געצימבלט

מייקל קאהען וועט עפנטליך אויפטרעטן אין פארנט פון א קאנגרעס קאמיטע אום פעברואר 7 למספרם

מערילענד גאווערנאר לערי האגען -וועלכע ערשיינט הויך אויף די ווייסע הויז "האלט אן אויג" ליסטע אלץ מעגליכע פריימערי קעגנער צו טראמפ- באצייכנט די טראמפ און שומער פעלאסי רעדעס אלץ נארישקייטן

קאלאראדא דעמאקראטישע סענאטאר מייקל בענעט ספאנסארט פעיסבוק פאסטס אין אייאווע ניו העמפשיר נעוואדע סאוט קאראליינע

פערזענליכע באשולדיגונגען ארויסגערוקט אקעגן איינע פון בערני סענדערס 2016 למספרם הויפט ראטגעבער

ניו יארק סענאטארשע קירסטען דזשיליברענד וועלכע האט אין די פארגאנגנהייט מיט א צייט צוריק קלאר געזאגט אז זי באטראכט צו לויפן פאר פרעזידענט און האט לויט באריכטן שוין פערזענליך אנגקלונגען וואל סטריט עקזעקוטיוון צו אפעלירן פאר זייער שטיצע האט לויט פרישע באריכטן געלייגט אן אויג אויף טראי ניו יארק ווי זי וועט אוועקשטעלן איר קאמפיין הויפטקווארטיר

די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין קאמיטע איז שוין העפטיג פארמישט אין באראטונגען ווי אפצוהאלטן די נאציאנאלע קאנווענשאן און ווי מען הערט האפן די באאמטע אין מילוואקי וויסקאנסין אויפצוקומען מיט די נויטיגע פאנדן צו איבערצייגן די פארטיי פירער זיי אויסצוקלויבן
זיי ארבעטן פלייסיג צו מאכן זייער קעיס אז מען זאל זיי בעפארצוגן איבער טעקסאס וועלכע וועט זיך פארלאזן אויף גרויסע געלטער פון די אויל און גאז אינדוסטריעס וועלכע וועט זיך נישט גוט אפרופן אין אן עפאכע פון אויפוואכונג אויף ריינע ענערגיע

די סופרים קאורט האט דאנערשטאג אקצעפטירט אויסצוהערן א קעיס איבער די רעכט פון די רעגירונג נישט צו באשוצן טרעידמארקס מיט נעמען סלאגאנען און וועלכע זי באטראכט אלץ פראבלעמאטיש פראוויצירנד אדער אומסענסיטיוו
אין 2017 למספרם האט שוין די געריכט איינשטימיג ארויסגעווארפן א פעדעראלע געזעץ וועלגע ערלויבט די רעגירונג זיך צו רעזערווירן די רעכט פון נישט באשטעטיגן וואולגארע און אומסענסיטיווע פראזן אין א טרעידמארק אבער די ריכטער האבן זיך געטיילט אין צוויי איבער די אורזאך פון זייער באשלוס
ריכטער אליטא האט געשריבן זיין מיינונג פארטרעטנדיג אויך ראבערטס טאמאס און ברייער זאגנדיג אז עס פארלעצט די ערשטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שפראך פון מענטשן אפילו זי איז נישט איבריג שיין
ריכטער קענעדי האט געשריבן פאר סאטאמיאר קעיגען און גינזבורג מאכנדיג דעם ארגומענט אז מען קען נישט האבן צוטרוי אין א רעגירונג אפיס וועלכע וועט האבן איבערזיכט אויף אלע פארלאנגטע טרעידמארק אפליקאציעס זינט זי קען שטארק איבערטרקייבן וועלכע סארט אויסדרוקן ווערט קאטעגאריזירט אלץ ראסיסטיש אין די צייט וואס זי איז מעגליך בלויז אביסל אינטערסאנט
ריכטער גארסוטש האט נישט אנטייל גענומען אין יענעם קעיס צוליב וואס די ארגומענטן זענען פארגעקומען אין יונואר למספרם נאך איידער ער איז געזעצן אויפן באנק
אין 2015 למספרם האט די געריכט אויך איבערגעקוקט אן אן ענליכע א קעיס און געאורטיילט 5-4 אז די סטעיט טעקסאס איז ערלויבט נישט ארויסצוגעבן לייסענס פלעיטס מיט סימבאלן וועלכע צייכענען אפ די קאנפעדערעיט קריג אבער ביי די 2017 אורטיילן האט ריכטער אליטא ערקלערט אז די צוויי קעיסעס זענען אין פאקט גאר אנדערש צוליב וואס די לייסענס פלעיטס זענען רעיגרונג אייגנטום און די רעגירונג פאר זיך קען באשליסן צו באגרעניצן איר אייגענע שפראך

א לעכטיגן שבת!

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:04 pm

כהאב עס נאכנישט געליינט אבער כהאב הנאה 4:00 שארף איז הבל דא מהנאה צי זיין דעם עולם
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:58 pm

יעצט האב איך עס שוין יא געליינט! סקומט זיך דיר טאפעלט
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:39 pm

הפלא ופלא, ר' הבל, חזק ואמץ

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:46 pm

יישר כח פאר אלע וואס גיבן גוטע ווערטער!

To the Point
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 1:49 pm

תגובהדורך To the Point » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 7:10 pm

To the point!
BE SO POSITIVE THAT NEGATIVE PEOPLE DON'T WANT TO BE AROUND YOU


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Organic, Yes 1, מתעניין, פארפלאנטערט, קרייסלער, ר' יום טוב און 50 געסט