א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:00 pm

אוקריינער קאמידיאן וואלאדימיר זעלענסקי ווועט לויפן פאר פרעזידענט

אויטאריטעטן האבן געשפריצט טרערן גאז אריין אין מעקסיקא צו צושפרייטן א געזעמל פון 150 עמיגרירער וועלכע האבן פרובירט איבערצוברעכן די גרעניץ צוים אין טיוואנא

דער פרעזידענט האט איינגעלאדנט קאנגרעסיאנאלע פירער אויף מארגן צו א זיצונג אינעם ווייסן הויז איבער די רעגירונג פארשליסונג

סענאטארשע עליזאבעט ווארען וועט ענדע וואך באזוכן אייאווע
אויפטריטן זענען ערווארטעט אין קאונסיל בלאפס, סיאקס סיטי, דע מוינס אין נאך

סענאטאר בערני סענדערס פארעפנטליכט א 14 פונקטן אגענדע פארן נייעם למספרם יאר און ווייטער

ניו יארקער גאווערנאר פארדאנט לעגאלע 22 אימיגראנטן פארבינדן מיט דראג פארברעכן און רייסט ארונטער טראמפס אבסעסיע צו פארטרייבן אימיגראנטן

לעגאלע עקספערטן קוקן שטארק ארויס אויף די קומענדיגע טעג צו זעהן אויב די סופרים קאורט וועט אקצעפטירן א קעיס איבער דיסקרימינירן אקעגן פרויען ארבעטער
די געזעץ פארבאט צו באצאלן פאר מענער מער ווי פאר פרויען באזירט אויף גענדער
אויב עס איז דא אנדערע אורזאכן פארוואס צו באצאלן מער פאר א מאן איז עס יא ערלויבט אונטערן געזעץ
די פראגע איז אויב אן ארבעטסגעבער ערהאלט רעזומעיס פון צוויי ארבעטער, און אויפן מאנספערזאן'ס היסטאריע שטייט אז די ארבעט פון ווי ער קומט איז ער געווארן באצאלט מער ווי די פרוי אפליקאנט איז געווארן באצאלט אויף איר פריערדיגע פאזיציע
די 9'טע סירקוט קאורט האט געאורטיילט אז מען קען נישט אין אזא פאל באצאלן פארן מאן מער ווייל עס איז אונטער די גענדער דיפרענץ געזעץ אבער די 7'טע סירקוט האט געאורטיילט אז באזירט אויף די היסטאריע פון פריערדיגע געהאלט קען מען יא מאכן א חילוק און באצאלן מער פאר איינער וועלכע איז פארדעם געווארן באצאלט מער
עקספערטן האפן אז די קעגנגעזעצטע אורטיילן מאכט די קעיס גענוג רייף פארן סופרים קאורט עס צו אקצעפטירן

דזשים פעטיסאן האט געמאכט נייעס מיטן רייזן א שטרעקע פון 1700 קילאמעטער מיט זיין פריוואטע פיק אפ טרעקל
נו, איז וואסי דע נייעס? פילייכט קלערט איר אז עס האנדלט זיך פון א יונגן אוואנטוריסט אדער ליידיגייער וועלכע ווייסט נישט אז היינט פארלאנגט זיך שוין צו אינוועסטירן אין פיל מער דראמאטישע מיסיעס צו קענען גרייכן די מידיא אויפמערקזאמקייט
די מעשה איז אז מען רעדט דא פון א זקן מופלג שוין אריבער די תשעים ולא זו אף זו ער איז גאר א מולטי ביליאנער מיט א גלאבאלע ביזנעס נעץ
און יא, ער האט אונטערגענומן די רייזע צו כאפן א א בליק איבער די אנגייענדע אפעראציעס ביי איינע פון זיינע פראיעקטן

אום 2009 למספרם האט די געריכט געאורטיילט איבער די וועיט אקעגן לעווין קעיס
וועיט איז א דראג מעניפעקטשורער וועלכע האט פאבריצירט א געוויסע מאטריאל גענוצט אין איינשפריצונגען
לעווין האט געקלאגט די פירמע פארן פארפעלן צו ארויסשרייבן אויפן לעיבל אז די פראדוקט קען האבן ערנסטע זייטן ווירקונגען וועלכע האט אין פאקט געפירט צו די פארלוסט פון איר האנט ל"ע
וועיט האט גע'טענה'ט אז זי האט געהאט פארלאנגט פון די עף די עי צו באשטעטיגן א טויש אינעם לעיבל וועלכע זאל אנטהאלטן די נויטיגע ווארענונגען אבער די אגענטור האט שפעטער באשטעטיגט די ארגינעלע לעיבל איגנארירנדיג די רעקאמענדאציע צוצולייגן די ווארענונג און דעריבער קען מען זיי נישט האלטן פאראנטווארטליך פארן פארפעלן צו ווארענען ווי עס איז פארלאנגט דורך די סטעיט אף ווערמאנט געזעץ צוליב וואס זיי זענען געווען געבינדן צו די פעדעראלע עף די עי רעגולאציעס וועלכע פארלאנגען צו ערשט זייער באשטעטיגונג אויף א טויש
די ווערמאנט סופרים קאורט האט געאורטיילט אין שטיצע פון לעווין און שפעטער האט די סופרים קאורט
אין א 6-3 אורטייל אויך געאורטיילט לטובת די אנקלעגער און אליטא סקאליא און ראבערטס זענען געווען אין די מינאריטעט
די מאיאריטעט האט אנגעצייגט אז טראץ וואס אין געווענליכע אומשטענדן דארפן לעיבל טוישונגען באשטעטיגט ווערן דורך די עף די עי איז אבער יא ערלויבט אין געוויסע פעלער פאר פירמעס צו פארשטארקערן ריזיקע ווארענונגען נאך איידער זי ערהאלט די באשטעטיגונג די טענה אז די פראדוקט איז עף די עי באשטעטיגט טוט נישט באשוצן פירמעס פון קלאגעס אז זיי האבן פארפעלט נאכצוקומען סטעיט רעגולאציעס צו מעלדן די ריזיקע
די געריכט האט אבער גלייכצייטיג צוגעלייגט אז אין פאל די אגענטור וואלט קלאר פארבאטן צו מאכן דעם פארלאנגטן טויש וואלט דאן די פירמע געהאט א גוטע טענה אז זיי זענען צווישן האמער און נאגל נישט קענענדיג נאכקומען די סטעיט פארלאנג צוליב וואס זיי מוזן זיין און איינקלאנג מיט די פעדעראלע אנווייזונגען

די געריכט האט אנערקענט אז אין פאל א פעדעראלע אגענטור לייגט ארויס אפיציעלע פארשריפטן נישט זיך צו רעכענען מיט סטעיט רעגולאציעס זינט עס שטערט פאר די פעדעראלע רעגירונגס פארשריפטן דאן האט די פעדעראלע רעגירונג די אויבערהאנט אבער אין דעם פאל איז נישטא קיין אפיציעלע רעגולאציע פון די עף די עי זיך נישט צו רעכענען מיט סטעיט רעגולאציעס הגם א סטעיטמענט איז יא פארהאן אין וועלכע די אגענטור באקלאגט זיך אז די פילע סטעיט רעגולאציעס שטערט פאר זייער סיסטעם פון קאנטראלירן די זיכערהייט פון דראג און עסנווארג
ריכטער ברייער שרייבט קלאר אינעם אורטייל אז אין פאל די עף די עי זאל ווען באשליסן ארויסצולייגן א נייע רעגולאציע וועלכע פארבאט צו קלאגן פירמעס באשטעטיגט דורך די פעדעראלע רעגירונג צוליב וואס מען איז נישט נאכגעקומען פארמערטע סטעיט רעגולאציעס וואלט אזא רעגולאציע געווען אויסגעהאלטן
ריכטער טאמאס וועלכע האט גראדע זיך אנגעשלאסן אינעם מאיאריטעט האט געשריבן א באזונדערע מיינונג ווי אין די קעיס נעמט ער די מאיאריטעט שטעלונג אבער דינגט זיך מיט די לעצטע הוספה זאגנדיג אז די שפראך גענוצט אינעם מאיאריטעט אורטייל גייט צו ווייט איבער וויפיל די א פעדעראלע אגענטור קען אריינרעדן און צונישט מאכן סטעיט רעגולאציעס אפילו אויב די אגענטור האט נישט עכט די באשטעטיגונג און מאכט דערויף לויטן געזעץ באשטעטיגט אין קאנגרעס
ריכטער ראבערטס סקאליא און אליטא זענען געווען אין די מינאריטעט

אצינד שטייט פארן געריכט א נייע קעיס אין וועלכע די פאסעמעקס פירמע ווערט אויך אנגעקלאגט פארן נישט אדרעסירן ווארענונגען אויפן לעיבל אין דעם פאל טענה'ט די פירמע אז זיי האבן פארלאנגט פון די עף די עי עס צו קענען טוישן אבער נאך לאנגע צעגערונגען האט די אגענטור איינפאך צוריקגעוויזן די טויש
די דיסטריקט געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די פירמע אבער שפעטער האט די דריטע סירקוט קאורט עס צוריקגעדרייט געבנדיג די געלעגנהייט פארן קלעגער צו שיקן די פראגע צו א דזשורי וועלכע זאך אריינקוקן צו די עף די עי האט טאקע נישט געגלויבט אז די ווארענונגען זענען נויטיג אדער גאר צוליב וואס די ווארענונג נוסח פארגעשלאגן דורך די פירמע איז צו מינימאל פארפירנדיג קאנסומער איבער די ריכטיגע ערנסטקייט פון די מעגליכע ווירקונגען
לויט די געריכט האט די פירמע נישט צוגעשטעלט גענוג קלארע באווייזן אז די אורזאך פארן צוריקווייזן די פארלאנג איז געוען ווייל די אגענטור האט נישט איינגעזעהן אין די ערנסטקייט פון די ריזיקע

עס קען זיין ריזיקאליש פאראויסצושאצן די אויסגאנג אינעם איצטיגן קעיס זינט ריכטער סקאליא סוטער סטיווענס און קענעדי וועלכע האבן אלע אנטייל גענומען אין די מאיאריטעט אורטייל אינעם פריערדיגן קעיס זענען שוין נישט אויפן באנק און זינט דאן זענען צוגעקומען ריכטער קעיגען גארסוטש סאטאמיאר און קעווענאו
אויך האט זיך ריכטער אליטא אויסגעשלאסן פונעם איצטיגן קעיס וועלכע באדייט אז בלויז 8 ריכטער וועלן קענען אורטיילן דערויף
עקספערטן טוען אבער פרובירן צו שאצן און שפעקולירן א ריכטער טאמאס ראבערטס קעווענאו און גארסוטש וועלן ווארשיינליך שטימען לטובת די פירמע און זאגן אז מען קען זיך אפילו רישן אז אויך ריכטער קעיגען און גינזבורג אדער ברייער (אדער גאר ביידע) זאלן אויך נעמען דעם זעלבן שטעלונג
אויב זאל זיך טאקע ארויסשטעלן אז אלע 4 קאנסערוואטיוון זאלן שטימען לטובת די פירמע מיט אמווייניגסטנס נאך איין ליבעראלע ריכטער וועט עס פארמיידן די געריכט פון זיך טיילן 4-4 וואס אין א ספליט וואלט די אורטייל פון די דריטע סירקוט געבליבן אין קראפט אקעגן די פירמע
דעם קומענדיגן מאנטאג וועט די סופרים קאורט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

די קאליפארניע וואלד פייער איז געווען גאר טויטליך אבער טראץ וואס די מענטשליכע פארלוסטן איז אומערזעצבאר זוכט מען איצט מעטאדן צוריקצושטעלן פילע פון די ביימער וועלכע זענען פארגאנגען אין די העלישע פלאמען
איבערפלאנצן די ביימער איז ווייט נישט אזא איינפאכע אויפגאבע ווי עס שיינט
די אומשטענדן אין די באטראפענע געגנטער באדייט א גאר שמוציגע און שווערע אונטערנעמונג פאר די פלאנצער און דעריבער איז איצט אין פלאן אן אלטערנאטיווע אפעראציע, נעמליך, א פלאטע פון דראנס וועלכע וועלן אראפשיטן די זומען פון די לופט
א סיעטאל באזירטע פירמע שטייט אונטער די אינציאטיוו וועלכע וועט באשטיין פון א קאמבינאציע פון דראונס, ארטיפישעל אינטעלידזשענס און נאך
די דראונס זענען באוואפנט מיט פארגעשריטענע פאטא אפאראטן וועלכע אנאליזירן באטראפענע שטחים וואו די ערד איז רייף פאר פרישע פלאנצונג און לויט די אומשטענדן אויפן גראונד וועט זי אראפלאזן אירע קערנדלעך וועלכע זענען אלע ארומגענומען מיט די ריכטיגע נוטרישאן וועלכע זאל פארזיכערן אז די געוואוקסן באקומען די נויטיגע נערונג ווי אויך ווערן זיי באשוצט מיט קאודינג וועלכע וועט אנטמוטיגן בעלי חיים פון זיך וועלן שפייזן דערמיט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך ינואר 02, 2019 9:15 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:41 pm

טענקיו הכל הבל!
פאר דעים קומט אייך שוין פעיד פאר טיים ענד ע העלף!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:53 pm

הכל הבל האט געשריבן:פילע ארבעטן נישט היינט און עס איז ממש נישט דא קיין נייעס

אדערוילעם איז היינט נייגעריג אויף אן אפדעיט?

אפילו אויב עט מען עפעס צאמקראצן וועט עס באשטיין פון בלויז אפאר ברעקעלעך


אויב האסטו אזעלכע ברעקלעך פאר בדיקת חמץ, לכאורה דארפסטו מיטנעמען א גארבידזש בעג צי שריפת חמץ, איא?

א ריזיגע יישר כח, האסט מיך מהנה געווען.

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:56 pm

shimon7323 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פילע ארבעטן נישט היינט און עס איז ממש נישט דא קיין נייעס

אדערוילעם איז היינט נייגעריג אויף אן אפדעיט?

אפילו אויב עט מען עפעס צאמקראצן וועט עס באשטיין פון בלויז אפאר ברעקעלעך


אויב האסטו אזעלכע ברעקלעך פאר בדיקת חמץ, לכאורה דארפסטו מיטנעמען א גארבידזש בעג צי שריפת חמץ, איא?

א ריזיגע יישר כח, האסט מיך מהנה געווען.


:P יישר כח פאר אייך
די סופרים קאורט קעיס איז נישט צו קאמפליצירט?

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:58 pm

א גרויסע שקויעך

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:02 pm

ווען ס'איז נישט קאמפליצירט באלאנגט עס נישט און אזא הויכע קארט. ניין?

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:03 pm

shimon7323 האט געשריבן:ווען ס'איז נישט קאמפליצירט באלאנגט עס נישט און אזא הויכע קארט. ניין?

געמיינט צו פרעגן אויב עס איז אראפגעשריבן גענוג לייכט און פארשטענדליך

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:08 pm

הכל הבל האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:ווען ס'איז נישט קאמפליצירט באלאנגט עס נישט און אזא הויכע קארט. ניין?

געמיינט צו פרעגן אויב עס איז אראפגעשריבן גענוג לייכט און פארשטענדליך


יעך האב עס פארשטאנען לפי קט שכלי

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:18 pm

אה אנגענעם צו הערן

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:22 pm

זייער בא'טעם'ט צו ליינען הקטנים עם הגדולים די קורצע נייעס מיט די לאנגע, זייער א קלארע שפראך

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:25 pm

יישר כח
גוטע רייד שמירן די רעדער פונעם וואגאן צו גאלאפירן אויף פאראויס

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:27 pm

Wow !!! Thanks for today's and for all what u contribute to this site... ;l;p- ;l;p- ;l;p-
Sorry for my misspellings

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:57 pm

מיין פעיוועריט אשכול!

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 02, 2019 4:00 pm

אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא האט געארבעט נאנט מיט ביבי נתני' צו שטופן פירער פון לאטיין אמעריקאנע לענדער אריבערצורוקן זייער אמבאסאדאס קיין ירושלים בעפאר די בעפארשטייענדע וואלן אין אפריל למספרם אין וועלכע ביבי קען מעגליך פארלירן די וואלן

דענישע פאליציי גיבן איבער אז עטליכע זענען אומגעקומען אין א באן עקסידענט אויף א בריק

א מארין אין געשאסן און אומגעברענגט געווארן אין זיין מיליטערישע באראק אין וואשינגטאן די סי

טראמפ ביים קאבינעט זיצונג:
קים געשיקט געוואלדיג בריוו, מיר קוקן זיך ביידע ארויס צו טרעפן
איך האב אויפגעזאגט מעטיס, וועלכע גוטע זאך האט ער דען געטוהן פאר מיר?!
מארקעט דורך א שטיקל גליטש אבער וועט צוריקקומען איינמאל מיר פארהאנדלען דיעלס מיט אנדערע לענדער
אמעריקאנע גענעראלן געטוהן שלעכטע ארבעט אין אפגאניסטאן און איך וואלט געווען א גוטע גענעראל
ערווארטעט עפעס פון ראמני אבער איבערראשט ווי שנעל ער האט עס געטוהן
סיריע איז נישט קיין רייכטום ארט, מען רעדט פון זאמד און טויט
איראן און רוסלאנד האבן מער פיינט אייסיס ווי מיר האבן זיי פיינט
ווי לאנג וועט זיך די שאטדאון פארציען?
טראמפ: אזוי לאנג ווי עס פעלט זיך אויס, איך בין צוגעגרייט דערויף
איך מיין אז אמעריקאנער זענען איינשטימיג מיט מיר
די קורדן וועם מיר ווילן באשוצן פארקויפן אויל פאר די איראנער

סענאטארשע עמי קלאובאשאר וועט אין קורצן מעלדן אויב זי לויפט פאר פרעזידענט
זי זאגט אז זי קימערט זיך נישט ציפול מיט די דאטום ווען אנדערע קאנדידאטן מעלדן אדער ווי אזוי זיי מעלדן
עס איז בלויז אז מיט אזא גרויסע פעלד קענסטו זיך נישט ערלויבן צו ווארטן נאך 6 מאנאטן

יוטא סענאטאר ערוויילט מיט ראמני האט נעכטן געלאזט לויפן אן אפ עד אקעגן פרעזידענט טראמפ און זיין ווירטשאפט
ראמני וועט היינט נאכמיטאג ווערן אינטערוויוט דורך דזשיעק טעפער

אין רעאקציע האט א רעפובליקאנער פארטיי מעמבער פון ווירדזשין איילאנד געשיקט א מעמא צו קאלעגע רעפובליקאנע באאמטע צו טוישן די פארטיי פארשריפטן און רעגולאציעס אין א וועג וועלכע וועט פארשווערן פאר פאטענציאלע קאנדידאטן צו לויפן אין א פריימערי אקעגן דעם פרעזידענט
דזשעוואן וויליאמס שרייבט: ראמני, פלעיק און קעיסיק וועלן פארזעצן נאכצוגיין זייער פאנטאזיע פון זיין פרעזידענט אויך אויב דאס מיינט די פארניכטונג פון די פארטיי און אפלייקענען די ווידערערוויילונג פון פרעזידענט טראמפ
ראמניס אפ עד איז קלאר פלאנירט אלץ פאליטישע סטראטעגיע צו שלאגן די קעפלעך אויפן אנהויב פונעם נייעם יאר אריינצושטופן די מידיא און די געשפרעך איבערן לאנד אין די ריכטונג וועלכע ער וויל

די פארזיצערין פון די רעפובליקאנע פארטיי - א ניכטע פון מיט ראמני - אומצופרידן מיט די קריטיק פון פעטער מיט אויפן פרעזידענט

סענאטאר ראנד פאול: פרעזידענט טראמפ איז אן עכטע קאנסערוואטיוו און מיט ראמני איז א גרויסע רעגירונג רעפובליקאנער
פאול: עס איז שלעכט פאר די פארטיי און פאר די מעגליכקייט צו ארבעטן אינאיינעם און ערלעדיגן זאכן אין די סענאט ווען דו נעמסט צייט צו אטאקירן איינעמס כאראקטער

פאול וועט זיין אויף פאקס נאכפאלגנדיג ראמניס אינטערוויו

סטיוו בענאן האט געשיקט אן אימעיל פאר די פאוסט אין וועלכע ער באציהט זיך צו די פארזוך צו בלאקירן טראמפ אין 2020 למספרם

ראמניס געוועזענער פינאנץ ראטגעבער אין זיין 2008 למספרם קאמפיין איז געווען אויפן טעלעפאן מיט ביישטייערער וועלכע ווילן זיך טרעפן מיט ראמני אינעם זומער און אים שטופן צו לויפן

גלייכצייטיג האט סענאטאר פון טענעסי לאמאר אלעקסאנדער וועלכע וועט אפטרעטן ביים ענדע פון זיין טערמין אויף געשריבן אן אפ עד אין וועלכע ער רופט פאר אומפארטייאישע צוזאמענארבעט שרייבניד אז אמיגראציע קען זיין טראמפס ניקסאן כינע מאמענט און רעיגען'ס באזוך צו די בערלין וואנט מאמענט

אן ענטפער רעאקציע אריינגעגעבן אין סופרים קאורט נאך וואס ראבערטס האט צייטווייליג אפגעשטעלט א סירקוט קאורט פון צווינגען אן אויסלענדישע קאראפארעישאן פון מיטארבעטן און צושטעלן דאקומענטן פאר אויספארשער
די אויספארשער האבן געדארפט אריינגעבן זייער ענטפער און האבן איצט אזוי געטוהן און איצט וועט מען זעהן ווי אזוי די סופרים קאורט וועט רעאגירן
די קעיס ווערט באצייכנט ווי א מיסטעריע זייענדיג געהיים מיט ווייניג דעטאלן אינדרויסן און געגלויבט צו זיין א טייל פון די מולער אויספארשונג

די פירמע פארט עסטעיט האט געשריבן א סעריע ארטיקלען און אראנזשירט קאנטראקטן מיט א רייע פובליקאציעס וועלכע זאלן באקומען די רעכט זיי צו לופטערן
איינע פון די זייטלעך צו באקומען די רעכטן דערצו איז געווען די וואל סטריט וועבזייטל וועלכע האט אבער שפעטער זיך ארויסגעצויגן פונעם אפמאך
נאכן זיך ארויסציען פון די אפגעשמועסטע טערמינען האט פארט עסטעיט פארלאנגט פון די זייטל אראפצונעמען די ארטיקלען אבער זיי האבן זיך אויסגעלאכט דערפון
דאן האט פארט עסטעיט געקלאגט די וואל סטריט וועבזייטל פארן פארלעצן די קאפירייט געזעצן
די קלאגע איז אבער אנגעקומען אין די געריכטן סירקוט געריכטן צוליב וואס פארט עסטעיט האט טאקע געהאט איינגעגעבן אן אפליקאציע צו רעזערווירן די שרייב ווערק אונטער די קאפי רייט געזעץ אבער די קאפי רייט אפיס האט נאכנישט געהאט באשטעטיגט די אפליקאציע צו די איצטיגע צייט
די פראגע וואס האט זיך אנטוויקלט איז פון ווען די פארבאט פון קאפירן גייט אריין אין קראפט
די פיפטע און ניינטע סירקוט קאורטס האבן ביידע איינגעשטימט אז פון די מאמענט וואס אן אפליקאנט האט איינגעגעבן א פארלאנג צו קוואליפיצירן פאר די קאפי רעכטן און באצאלט די פארלאנגטע אפצאהל גייט אריין אין קראפט די פארבאט
אין קעגנזאץ האבן די צענטע און עלפטע סירקוט קאורטס ביידע געשריבן אז די פארבאט ווערט פעליג ערשט ווען די אפיס באשטעטיגט די אפליקאציע
אום קומענדיגן דינסטאג וועט די העכסטע געריכט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך ינואר 02, 2019 4:39 pm

א גרויסע דאנק אייך
דער עולם פארשטייט און ס'איז אינטערסאנט

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 02, 2019 4:41 pm

אה יישר כח!
גוט צו הערן

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 02, 2019 4:47 pm

זייער גוט צולייגט די דרשה פונעם פרעזידענט אין נאטיצן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך ינואר 02, 2019 4:48 pm

ישר כח !
פאר יעדן טאג אפילו ווען איך זאג נישט..

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך ינואר 02, 2019 5:08 pm

צל עובר האט געשריבן:זייער גוט צולייגט די דרשה פונעם פרעזידענט אין נאטיצן.

ער לויט ווי איך פארשטי געווען אין א גיטע גוסטע
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 02, 2019 7:55 pm

שכוח הכל הבל!
עס איז זייער א גוטע איידיע צו אראפלייגן יעדן טאג איין געריכט קעיס,
איהר האט א געשמאקע און שארף קלארע שפראך אז יעדער אפי' א חדר אינגל קען פארשטיין!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3087
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:58 pm

שכח הבל. א געשמאק אפצופארן די נייעס פונעם גאנצען טאג אין א ניסן שאלאכץ.

א קליינע הגה, אזוי ווי טייל מאל פאל איך אריין אין אנדערע אשכולות ווי די נייעס ווערט געברענגט על מקומו, וואלט געווען א אויפטו צו לייגן עפעס א סימן (כזה - - - - או כזה ***) ביז ווי די באריכט גייט. בעיקר רעד איך פון געריכט קעיסעס וואס איז אביסל לענגער, און אזוי ווי איך האב דאס שוין געלעזט וואלט איך געוואלט ווייסן פון וואו ווייטער צו גיין.


מיט דאנק, א שטענדיגע ליינער.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
בינען זאפט
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 4:51 pm

תגובהדורך בינען זאפט » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:49 am

יאצמעך האט געשריבן:שכח הבל. א געשמאק אפצופארן די נייעס פונעם גאנצען טאג אין א ניסן שאלאכץ.

א קליינע הגה, אזוי ווי טייל מאל פאל איך אריין אין אנדערע אשכולות ווי די נייעס ווערט געברענגט על מקומו, וואלט געווען א אויפטו צו לייגן עפעס א סימן (כזה - - - - או כזה ***) ביז ווי די באריכט גייט. בעיקר רעד איך פון געריכט קעיסעס וואס איז אביסל לענגער, און אזוי ווי איך האב דאס שוין געלעזט וואלט איך געוואלט ווייסן פון וואו ווייטער צו גיין.


מיט דאנק, א שטענדיגע ליינער.

גא"מ

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 1:51 am

שקויעך
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 10:37 am

Potus האט געשריבן:שקויעך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, אכטונג אכטונג, גרויסע-גדולה, והוא פלאי, חטאת הקהל, מי כעמך, נעם אין אכט און 44 געסט