א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 6:18 pm

קענדי'ס האט געשריבן:וואו אזא סארפרייז
א גרויסע ריזיגע דאנק
און א גוט שבת

גא"מ

יישר כחכם. גיט שבת
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 12:10 am

א גרויסן יישר כוח ראביי הכל!
האמיר שוין לאנג נישט געהאט געגעסן א רעפטל קאקאש קעיק.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 12:40 pm

יישר כח מיין דייעט איז געקומען צו א ענדע וועלקאם בעק
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 4:00 pm

רוסלאנד ארעסטירט אמעריקאנער אים באשולדיגנדיג מיט שפיאנאזש

די ירדנ'ישע אינפארמאציע מיניסטער געווארן פאטאגראפירט טרעטנדיג אויף אן איזראעלישע פאן

א ראמאלא געריכט האט פאראורטיילט א פאלעסטינער מיט אמעריקאנער סיטיזאנשיפ צו לעבנסלענגליכע טורמע און צוגאב צו שווערע ארבעט נאכן ווערן געפונען שולדיג אין פארקויפן לאנד אין אלטשטאט ירושלים פאר איזראעליס אבער דער באשולדיגטער קען איצט אפעלירן דעם אורטייל
לויט די פאלעסטינא געזעץ איז א פארלעצונג פון די 1960 למספרם אקט וועלכע פארבאט לאנד פארקויף צו אויסלענדישע באטראכט אלץ פארראט
נאכפאלגנדיג די ארעסט האבן שוין די איזראעלישע פאליציי צוויי מאל ארעסטירט דעם פאלעסטינער גאווערנאר פון ירושלים און אבלאווירט זיין אפיס אין אן אנגייענדע אויספארשונג אויף די ארעסט פונעם פארקויפער

דזשאסעף דאנפארד, דזשעימס דזשעפרי (ספעציעלע רעפרעזענטאט צו די סיריע אנגעלעגנהייט) און דזשאן באלטאן וועלן פליען צום מיטל מזרח און יונואר למספרם אפהאלן געשפרעכן מיט די טערקן און מיט די איזראעליס צו פארהאנדלען און קאארדאנירן די ארויסציה פון די אמעריקאנע טרופן

ריכטער אקאנאר האט נעכטן ווידערהאלט זיין דעצעמבער 14 למספרם אורטייל אז אבאמאקעיר איז אומקאנסטיטוציאנאל ענדגילטיג אפגעזיגלט זיין אורטייל אבער האט געשאנקן א סטעי פארן פסק אויף ביז די אפעלאט הערט אויס די קעיס
ריכטער באטראכטן א ליסטע פון 4 פונקטן איידער זיי ערלויבן א סטעי און אין איצטיגן פאל שרייבט דער ריכטער אז וויבאלד די אנדערע צד קוואליפיצירט פאר 3 פון זיי ערלויבט ער א סטעי טראץ וואס די ערשטע פונקט ווערט נישט נאכגעקומען אין זיין מיינונג (די ערשטע פונקט איז די איבערצייגונג פון די ריכטער אז די אפעלירער האבן זאכליכע שאנסן צו האבן סוקסעס אין די אפעלאט פראצעדור)
ריכטער אקאנאר האט פארזיכערט אז די אפעלאט געריכט (די 5'טע סירקוט) נעמט זיך תיכף צו די קעיס

דעמאקראטן וועלן היינט מעלדן זייערע פלענער ווי אזוי צו עפענען די רעגירונג
לויטן פלאן וועלן זיי ארויפברענגן א ביל וועלכע וועט פינאנצירן אלע פארבליבענע טיילן פון די רעגירונג אויף גאנצן פיסקעל יאר באזירט אויף די אפשטימונג וועלכע איז אריבער אין סענאט אויסער דעפארטמענט פון היימלאנד זיכערהייט וועלכע זיי וועלן פינאנצירן דערווייל אויף ביז פעברואר 8 למספרם אז איר בודזשעט זאל ווייטער לויפן אויף די איצטיגע שטאפלען פון 1.3 ביליאן אין פאנדינג פאר גרעניץ זיכערהייט
סענאט רעפובליקאנער שטעלן קלאר אז זיי וועלן קיינמאל נישט אויפברענגן סיי וועלכע בודזשעט ביל פרעזידענט טראמפ איז נישט גרייט אונטערצושרייבן

סענאטארשע עליזאבעט ווארען פארמירט אן עקספלארעטארי קאמיטע צו קענען שאפן געלט און אויפנעמען שטאב פאר א פאטענציאלע פרעזידענטליכע קאמפיין

סענאטאר קארי גארדנער וועלכע איז פריער געווען אנוועזנד אין סענאט זאל איז ארומגעלאפן צווישן איין ארויסגאנג אין די צווייטע זוכנדיג די ליידיגסטע וועג ארויס און דאן אנטרינען מיט א שנעל פארנדע קאר צו פארמיידן פרעסע נודניקעס פון אים צימבלען מיט פראגן איבער די אנגייענדע רעגירונג פארשליסונג

פאקס נייעס וועט לופטערן אן אינטערוויו מיט פרעזידענט טראמפ איבער די רעגירונג פארשליסונג און נאך היינטיגן אוונט

ארגאנאזירער פון א מאסיווע פרויען פראטעסט אין קאליפארניע וועלכע האט געזאלט ווערן אפגעראכטן קומענדיגע יונואר 17 למספרם האבן אפגערופן די ראלי צוליב זאגט אז די באטייליגטע ווען באשטיין פון או איבערוויגנדע מערהייט ווייסע וועלכע וועט נישט גוט אויסנעמען צווישן די וועלכע זוכן צו פארבן די מאוועמענט אלץ מער קאלירפול


אין די איצטיגע טעג איז דא ווייניגער נייעס אנטוויקלונגען צוליב די חגא סעזאן און אפילו א קיפעלע איז צופיל פאר אזא מאגערע נייעס באריכט איז א געלעגנהייט צו ריכטן אונזערע שפאקטיוון
און כאפן א בליק אויף די פאליטישע און דיפלאמאטישע צושטאנד צווישן לענדעלעך וועלכע וועט זיין גאר ווייט פאר פילע ליינער געאגראפיש,און אין באקאנטשאפט,איז לאמיר זיך ארויסלאזן אויף א שפאציר וועלכע וועט אייך נענטער באקענען מיט היסטארישע קאפיטלען און היינטיגע פארמעסטן און דעליקאטע פארבינדונגען צווישן פרעמדע רעגירונגען, אן ערפארונג וועלכע וועט אויסשארפן אייער וויסנשאפט אויף גענוג ווייט אז אויב פרעזידענט טראמפ וועט אייך נאמינירן צו דינען אלץ אמעריקאנער אמבאסאדאר אהין וועט אפילו סענאט מינאריטעט פירער שומער לייכט אריבערלאזן אייער באשטעטיגונג אינעם סענאט
איז אלזא פארבינדט אייער זיץ פאסיק און לאמיר זיך ארויס אויף א רייזע צום אזיאנער קאנטינענט

מאלאזיא און סינגאפור צוויי לענדער וועלכע גרעניצן זיך לעבן שוין פאר גענעראציעס אין אנגעצויגנקייט גייענדיג צוריק צו די טיילונג פון די דרום מזרח אזיאנע פעלקער אינעם ראיאן
וואס מען געדענקט די מערסטע אין אנגעצויגנקייט איז די אפשניט ווען מאהאטיר מוהאמאד האט געוועלטיגט אויף מאלאזיע פון 1981 ביז 2003 למספרם
אין די צייט וואס מאהאטיר האט רעגירט האט ער טראנספארמירט זיין לאנד און איר מאדערנאזירט און אלץ רעזולטאט געהויבן די עקאנאמישע וואוקס וועלכע די רעגירונג האט ווייטער אינוועסטירט אין א רייע אינפראסטרוקטור פראיעקטן
מאהאטיר איז זעלבסטפארשטענדליך אויסגעשטיגן אלץ א מאכטפולע פאליטישע פיגור וועלכע האט דאמינירט די ארטיגע פאליטיק פאר לאנגע יארן
די פראבלעם איז אבער אנטשטאנען ווען די ברייטע שטיצע פון וואס ער האט גענאסן האט אים געמאכט שפירן גענוג זיכער אנצוהויבן פארפעסטיגן זיין מאכט אויפן חשבון פון די יורידישע סיסטעמען און אפילו פון די טראדיציאנאלע קעניגליכע מאכט און זעלבסטשטענדיגקייט פריווילעגיעס
מאהאטיר האט געשאפן א געזעץ אונטער וועלכע מען האט פארהאלטן אקטיוויסטן, רעליגיעזע פירער מיט אנדערע אנשויאונגען ווי די פירערשאפט ווי אויך געווענליכע פאליטישע אפאנענטן אריינגערעכנט זיין אייגענע דעפיוטי פרעמיער מיניסטער ענוואר איבראהים וועלכע ער האט אויפגעזאגט אין 1998 למספרם
דעריבער, טראץ וואס ער איז געזען געווארן אלץ פאן טרעגער פון עקאנאמישע אינוועסטירונגען אין דריטע וועלט לענדער האבן זיינע ציווילע רעכטן אונטערדרוקונגען געפירט צו אנגעצויגענע באציאונגען צווישן אים און די מערב וועלט לענדער
צו יענע צייט האט זיין האנט געקליבענער אויסוואל אבדולא אכמעד אים ערזעצט אבער מיט די יארן האט מאהאטיר אים אפט קריטיקירט
אין די פון 2009 ביז 2018 למספרם אונטער פרעמיער מיניסטער נאדזשיב ראזאק האבן די באציאונגען זיך היבש פארבעסערט אבער אין 2018 למספרם איז מאלאזיע אריבער א שאק עלעקשאן ווען אונטער א נייע געשאפענע פארטיי האט זיך אונזער אלטער מאהאטיר צוריקגעקערט צו די מאכט
ער האט אין לויף פונעם קאמפיין פארשפראכן אז אויב ער וועט געוואונען וועט ער שענקן א פארדאן פאר זיין געוועזנעם דעפיוטי ענוואר איבראהים און אים צוטיילן א פירנדע ראלע אין זיין רעגירונג
דער 93 יעריגער מאהאטיר אז איצט צוריק ביי די לייצעס אלץ דערסאמע עלטסטער וועלט פירער און איצט וועט שטייט מען געשפאנט צו זעהן וועלכע ריכטונג ער וועט נעמען אין באצוג צו זיינע באציאונגען מיט די איבריגע וועלט און ספעציפיש מיט די דערנעבנדיגע סינגאפור
לאנגיעריגע פראגן איבער וואסער סופליי קען אצינד ווידער ארויפשווימען און צוגאב צו נייערע געפעכטן ווי די פארגעשלאגענע שנעלע ספיד שינעס פארבינדונג
אצינד א שטיקל אריינבליק איבער וואס די אמפערייען האנדלען זיך:
סינגאפור איז א פיצעלע אינזל לאנד וועלכע זיצט אויף די שפיץ פון די מאלאזיער האלב אינזל אפגעטיילט מיט א 50 קילאמעטער (31 מייל) שיפינג שטראז גערופן די דזשאהאר סטרעיט
די צויי לענדער פארמאגן קיינע טונעלן פארבינדונג אבער צוויי בריקן און איין ראוד טוען יא פארבינדן די צוויי שכנים
די צוויי לענדער זענען פאקטיש איינע דעם צווייטנס צווייט גרעסטע האנדלס שותף
כאפנדיג א בליק אויף די גרינדונג פון סינגאפור טרעפן מיר זיך מיט די בריטישע וועלכע האבן רעגירט אויף די טעריטאריע פאר 140 יאר ביז 1936 למספרם ווען סינגאפור האט זיך אנגעשלאסן אין די מאלאזיע פעדעראציע בלויז זיך אפצורייסן קארגע צוויי יאר דערויף נאך אידעאלאגישע דיפערענצן א גאר אומבאקוועמע און וויטאגליכע ריס וועלכע האט געקאסט פארן ערשטן סינגאפור פירער לי קיואן צו לאזן טרערן אויפטרעטנדיג אויף די נאציאנאלע טעלעוויזיע
די צוויי פירער לי און מאהאטיר האבן זיך אפט ארומגעריסן איבער די הויכע פרייזן וועלכע מאלאזיע האט גערעכנט פון סינגאפור פאר וואסער ווי אויך איבער די קאנטראל פון טעריטאריע פון פיצינקע אינזלען און איבער א דורכגעפאלענע פרואוו צו בויען א בריק צווישן די צוויי
די שווערע באציאונגען איז אבער קיינמאל נישט עכט איבערגערינען די טאפ זיך צו דערקייקלען צו קריזיס שטאפל נאר באשטאנען פון היציגע רעטארישע אויסטוישן
ווען מאהאטיר האט פארלאזט זיין אמט האבן זיך זאכן אפגעקילט און ספעציעל אין די לעצטערע יארן אונטער
אונטער פרעמיער מיניסטער נאדזשיב וועלכע האט אנגעקניפט היבש נאנטע באציאונגען מיטן איצטיגן סינגאפור פרעמיער מיניסטער לי לאנג וועלכע איז א זוהן פונעם געוועזענעם פרעמיער מיניסטער
די צוויי נייע פירער האבן אפט אפגעהאלטן זיצנגען און אויסגעגליכן פארשידענע שטרייטן
5 אומאויסגעגליכענע אישוס וועלן איצט אויספרובירן די געדולד און סענסיטיוויטעט פון די צווי לענדער אנגעהויבן פון מאלאזיעס אויסגעברייטערטע פארט באנוץ אויפן דזשאהאר סטעיט וועלכע ווערט פראטעסטירט דורך סינגאפור פארן פארלעצן איר וואסער טעריטאריע ביז א לאנג געפלאנטע היי ספיד באן סערוויס פראיקט צו פארבינדן די צוויי לענדער וועלכע מאהאטיר האט געהאט אפגערופן צו שניידן קאסטן און סינגאפור האט פארלאנגט קאמפענצאסיע
דערווייל זענען ביידע זייטן איינגעגאנגען אויף דערווייל אפצושטעלן די צוגרייטונג אפעראציעס וועלכע וועט שטארק פארשלעפן די גראנדיעזע פראיעקט
נאך זיין שטוינענדע צוריקקומען צו די מאכט האט מאהאטיר זיך געאייסערט אז ער וועט זוכן איבערצומאכן די 1962 למספרם אפמאך אונטער וועלכע זיין לאנד שטעלט צו וואסער סופליי פארא סינגאפור
שפעטער האט אבער זיין פינאנץ מיניסטער צוריקגעטראטן פארשפרעכנדיג אז די אפמאך בלייבט אין פלאץ
א באזונדערע געפעכט הערשט איבער די פלענער פון מאלאזיע אפצושטעלן די געשאנקענע רעכט פאר סינגאפור צוצושטעלן עיר טראפיק סערוויסעס אויף טייל פונעם דזשאהאר
און צום לעצט איז די פיפטע אישו וועלכע האט גראדע געזען פאזיטיווע טויש מיטן אומקער פונעם אלטן פירער און דאס איז די קאנטראל אויף די קליינע ארומיגע אינזלען
אונטער נאדזשיב האט מאלאזיע געברענגט צוויי קעיסעס צום אינטערנאציאנאלן געריכט איבער די זעלבסטשטענדיגקייט פון די אינזלען אבער איצט האט מאהאטיר זיך ארויסגעצויגן ביידע קעיסעס
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 4:14 pm

שקויעך

אוועטאר
שקר
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm

תגובהדורך שקר » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 4:51 pm

ישר כח

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 4:56 pm

א שיינעם דאנק
סאם האו בין איך נאך נישט רעדי צי זיין א אומבאסאדער

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:16 pm

קענדי'ס האט געשריבן:א שיינעם דאנק
סאם האו בין איך נאך נישט רעדי צי זיין א אומבאסאדער

ווארט א מינוט, געב עס צייט, נאך אפאר שמועסן וועסטו נישט נאר זיין רעדי, נאר לויפן.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:17 pm

איינער איז געווען גענוג נייגעריג דורכצוליינען די מאלאזיע סינגאפור ארטיקל ביזן ענדע?

די ארטיקל גופא אנטהאלט נישט קיין הומאר און איז גאר טרוקן

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:איינער איז געווען גענוג נייגעריג דורכצוליינען די מאלאזיע סינגאפור ארטיקל ביזן ענדע?

די ארטיקל גופא אנטהאלט נישט קיין הומאר און איז גאר טרוקן


yes sir!!!

THANK YOU

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:25 pm

ישר כח פאר די באריכטן.

(איך האב צוויי שאלות, פון וועלכע רעפאבליקאנער סענאט פירער רעדט מען? אקעי, איך ווייס שוין, מעקאנעל דורך זיין ווארטזאגער.)
וואס איז געבליבן מיט די וואסער, און ווי אזוי קומט עס, עס איז דא פייפס אויף די בריק?
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:30 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איינער איז געווען גענוג נייגעריג דורכצוליינען די מאלאזיע סינגאפור ארטיקל ביזן ענדע?

די ארטיקל גופא אנטהאלט נישט קיין הומאר און איז גאר טרוקן


yes sir!!!

THANK YOU
גאר ווערדפולע מציאות
געט א בליק און האט הנאה

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:32 pm

זייער אינטרעסאנט און אינפארמאטיוו ייש"כ @הבל

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:38 pm

הכל הבל האט געשריבן:איינער איז געווען גענוג נייגעריג דורכצוליינען די מאלאזיע סינגאפור ארטיקל ביזן ענדע?

סא׳פראגע?!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 6:11 pm

טענקס פאר דיינע הערליכע באריכטן!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 7:21 pm

א ריזיגן יישר כוח ראביי הכל!
זייער אינטערעסאנט צו הערן אמאל די פאליטיק פון אנדערע לענדער.

עניוועי כ'האף אז צום נייעם יאר נעמט איהר זעך פאר צוריק אנצוהייבן צו געבן די רעפטלעך קאקאש קעיק...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 8:49 pm

הכל הבל האט געשריבן:איינער איז געווען גענוג נייגעריג דורכצוליינען די מאלאזיע סינגאפור ארטיקל ביזן ענדע?

די ארטיקל גופא אנטהאלט נישט קיין הומאר און איז גאר טרוקן

איך בין טאקע נאר איינער, אבער איך בין מיך כולל אין די אסאך "איינער'ס" פון וועם דו רעדסט.

זייער הנאה געהאט, געווען העכסט אינטערסאנט און אינפארמאטיוו.

סתם
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 8:53 pm

הכל הבל האט געשריבן:איינער איז געווען גענוג נייגעריג דורכצוליינען די מאלאזיע סינגאפור ארטיקל ביזן ענדע?

די ארטיקל גופא אנטהאלט נישט קיין הומאר און איז גאר טרוקן

זיכער
ישר כח

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 9:44 pm

הכל, מיר ליינען מיט געשמאַק אייערע ווערטער.
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
שפיגליצקי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג ינואר 01, 2019 1:43 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איינער איז געווען גענוג נייגעריג דורכצוליינען די מאלאזיע סינגאפור ארטיקל ביזן ענדע?

די ארטיקל גופא אנטהאלט נישט קיין הומאר און איז גאר טרוקן

איך בין טאקע נאר איינער, אבער איך בין מיך כולל אין די אסאך "איינער'ס" פון וועם דו רעדסט.

זייער הנאה געהאט, געווען העכסט אינטערסאנט און אינפארמאטיוו.

גא"מ

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:00 pm

פילע ארבעטן נישט היינט און עס איז ממש נישט דא קיין נייעס

אדערוילעם איז היינט נייגעריג אויף אן אפדעיט?

אפילו אויב עט מען עפעס צאמקראצן וועט עס באשטיין פון בלויז אפאר ברעקעלעך

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:02 pm

הכל הבל האט געשריבן:פילע ארבעטן נישט היינט און עס איז ממש נישט דא קיין נייעס

אדערוילעם איז היינט נייגעריג אויף אן אפדעיט?

אפילו אויב עט מען עפעס צאמקראצן וועט עס באשטיין פון בלויז אפאר ברעקעלעך

הערשט יעצט אז מ'ארבעט נישט דארף מען נייעס...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:פילע ארבעטן נישט היינט און עס איז ממש נישט דא קיין נייעס

אדערוילעם איז היינט נייגעריג אויף אן אפדעיט?

אפילו אויב עט מען עפעס צאמקראצן וועט עס באשטיין פון בלויז אפאר ברעקעלעך

זעכער זעמער נייגעריג!

כל יום יהיה בעיניך חדשים.
חדש = ניי
חדשים = נייעס
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:12 pm

ווילאנג סאיז ניי איז עס נייעס, נאכדעם איז עס אלטעס
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:27 pm

אז די וועסט נישט געבען מיט שיינעם עלך דיר מיזן סטראשנען מיט מיין קענדי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, Iphone, אנפין נהירין, אפשר פארקערט, גיכער, גראף פאטאצקי, יאנקעל פעדראטשיק, פארשטייסט?, קהל עדתינו, שתקן און 79 געסט