בלאט 14 פון 160

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 9:25 am
דורך קענדי'ס
;l;p- ;l;p- ;l;p-
גוט, אזוי וועט מען מיזן איינזעצען

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 3:00 pm
דורך הכל הבל
א געהיימע שוהל פונקציאנירט שוין פאר די לעצטע 3 יאר אין... יא, אין דובאי
די אנטפלעקונג קומט איצט אין א צייט וואס די פאראייניגטע אראבישע אמיראטן האט מער אנגעווארימט אירע באציאונגען מיט די איזראעליס און שטופט אירש שכנים נאכצופאלגן דעם ביישפיל

אין קובא האבן בירגער צוטריט צו די אינטערנעט בלויז דורך ווייפיי און דאס איז אויך ערמעגליכט געווארן ערשט אין 2017 למספרם
די סטעיט טעלעקאם פראוויידער האט דינסטאג געמאלדן די היסטארישע אנטוויקלונג אז אנגעהויבן פון היינט דאנערשטאג ביז קומענדיגן זונטאג וועלן אלע בירגער קענען סובסקרייבן צו געניסןפון היינט און ווייטער פון געהעריגע צוטריט צו די אינטערנעט מיט 3G קאנעקשאן
עס איז אבער ערווארטעט אז מיינסטנס קובאנער וועלן זיך סייווי נישט קענען ערלויבן זיך עס איינצוהאנדלען זינט זייער פינאנציעלע צושטאנד ערלויבט עס נישט
די פלענס וועלן זיך אנהויבן ביי 600 מעגעבייט פאר 7 פעסאס ביז 4 גיגיבייט פאר 30 פעסאס אין די צייט וואס די אלגעמיינער בירגער אין קובא פארדינט א מאנאטליכע געהאלט פון 30 פעסאס

דאו דזשאונס טראסקעט נאך ארעסט פון א כינעזער טעק עקזעקוטיוו וועלכע באזארגט אינוועסטירער אז עס קען נאכמער אנציען די געמיטער צווישן וואשינגטאן און בעיזשינג

א פרוי פון האנדוראס וועלכע האט זיך אנגעשלאסן אין די קאראוואן האט זיך אריבערגעשווערצט די גרעניץ און זוכה געווען צו האלזן א ניי געבוירן קינד שוין זייענדיג אויף אמעריקאנער באדן וואס באדייט אז די קינד איז שוין לעגאל אמעריקאנער בירגער
די פרוי האט געשווערצט אינאיינעם מיט איר מאן און צוויי יעריג זוהן אין אריין קיין קאליפארניע און ארעסטירט געווארן און באפרייט געווארן ביז איר קעיס פאר אזיל רעכט ווערט אויסגעהערט

וויליאם באר גייט ווערן נאמינירט אלץ קומענדיגער אטוירני דזשענעראל
אן אפיציעלע מעלדונג קען מעגליך ווערן געמאכט אין די קומענדיגע טעג
ער האט סערווירט אלץ אטוירני דזשענעראל אין די אדמינסטראציע פונעם ערשטן פרעזידענט בוש
געוויסע ארומיגע צום פרעזידענט אומצופרידן מיטן אויסוואל זעענדיג באר אלץ צו א מעסיגע און עסטאבלישמענט סארט טיפ
אינטערסאנט קען זיין א סטעיטמענט וועלכע ער האט געמאכט אינעם יורידישן קאמיטע ביי זיין נאמינאציע
די קאמיטע איז דאן געפירט געווארן דורך סענאטאר און שפעטער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען
באר איז געפרעגט געווארן אויב די קאנסטיטוציע באשוצט די רעכט צו פראקטיצירן חוקי רציחה
באר האט אומצוויידייטיג געענטפערט אז ניין און אז די סופרים קאורט אורטייל דערוועגן איז געעוארן געאורטיילט אומריכטיג
ביידען האט אנערקענט אז ער איז אומאיינשטימיג דערמיט אבער גאר שטארק אויסגעלויבט באר אלץ אן אויפריכטיגער מאן וועלכע זאגט קלאר וואס ער האלט
און יא, באר איז ארויס פונעם קאמיטע מיט איינשטימיגע שטיצע פון סענאטארן פון ביידע פארטייען
סענאטאר פעטריק לעיהי ׁ(ד) האט שוין רעאגירט איבער די נייעס און געזאגט: איך האב אים געזען נעכטן ביי די בוש לוי' צערעמאניע, ער איז א מאן וועם איך האב אלץ רעספעקטירט,ער קען מעגליך באקומען א מאיאריטעט פון רעפובליקאנער און דעמאקראטישע שטיצע
סענאטאר דזשאן קארנין האט אויך איצט אויסגעלויבט די אויסוואל אלץ א גאר גוטע

די טראמפ זיצונג מיט שומער און פעלאסי איז פון פריש געסקעדזשועלט געווארן אויף קומענדיגן דינסטאג 11:30 פארמיטאג

לייטהייזער טרעפט זיך היינט מיט פעלאסי צו רעדן איבער די USMCA אפמאך
פעלאסי איז די וועלכע וועט באשליסן אויב די ביל באקומט אן אפשטימונג אין קאנגרעס און קען נוצן איר איינפלוס איבער די סוקסעס אדער דורכפאל פונעם ביל
די ווייסע הויז רישט זיך אז פעלאסי וועט פרובירן ארויסצוקוועטשן גאר אסאך און אויסנוצן די פאקט אז מען דארף דעמאקראטישע שטימען איידער זי וועט גרייט זיין מיטצוארבעטן

דער ריכטער וועלכע האט איבערזיכט אויף די מייקל קאהען סענטענסינג קעיס האט פארארדנט די פראקורארן אין ניו יארק ווי אויך די ספעשל קאונסעלס אפיס צו האבן איבערגעגעבן די זייער שטעלונג אויף דעם פרייטאג 5 אזייגער

א לאנגיעריגע געהילף צו סענאטארשע קעמאלע העריס רעזיגנירט נאכן ווערן באשולדיגט אין אוממאראלישע אויפפירונג

סענאטארשע ווארען האט זיך פריוואט אויסגעדרוקט פאר אירע געהילפן אז זי איז באזארגט אז זי האט געשעדיגט איר שטיצע צווישן אינדיאנא אמעריקאנער און פראגרעסיוו אקטיוויסטן

קאנגרעסמאן ראלף עיברעהעם ווערט צווייטער קאנדידאט אריינצושפרינגען אינעם לוזיאנא גאווערנאר פארמעסט

72 פראצענט פון קאליפארניע איינוואוינער וועלכע זענען נישט קיין אמעריקאנע בירגער (די ציפער שליסט איין די מיט א לעגאלע סטאטוס און אומלעגאלע צוגלייך) געניסן פון רעגירונגס פראגראמען

די קאליפארניע לעגיסלאטור פלאנט ארויפצוברענגן א ביל צו דעקן אומלעגאלע אימיגראנטן מיט מעדיקעיד
לויט די געזעץ פארשלאג וועלן 1.2 פון די 1.8 אימגראנטן וועלכע פארמאגן נישט קיין מעדיקאל דעקונג וווערן געדעקט

היינט האט די געריכט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין א קעיס וועגן די זעלבסשטענדיגקייט פון די סטעיטס אין באצוג צו די פעדעראלע רעגירונג
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ערלויבט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען אנצוקלאגן מענטשן אויף די זעלבע פארברעך און איך זאג נישט קם לי' בדרבה מיני' מיט דעם וואס ער יענער ווערט שוין סייווי אויסגעפארשט דורך די פעדעראלע רעגירונג טראץ וואס די 5'טע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע פארבאט אין אלגעמיין צו באשטראפן מענטשן צוויי מאל פארן זעלבן פארברעך (קלארשטעלונג: די דין פון קם לי' ווערט בלויז גענוצט אלץ בלשון מושאל אבער איז נישטאמאל קיין צושטעלן פון להבדיל די דין תורה וועלכע רעדט ווען איינער האט עובער געווען אויף צוויי באזונדערע עבירות)
טעראנס מארטעז געמבל איז געווארן אנגעקלאגט דורך די פעדס און די סטעיט אין 2015 למספרם ווען ער איז געווארן אפגעשטעלט ביי א רוטינע טראפיק אפשטעל און פארמאגט געווער אין זיין באזיץ צו וועלכע ער איז געווען פארבאטן זייענדיג א פעלאן, זיין פעטיציע ברענגט ארויס אז ער ווערט דאפלט אנגעקלאגט
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ווערט שוין פראקטיצירט פאר מער ווי 150 יאר און איז שוין געווארן בארעכטיגט דורכן סופרים קאורט אין לויף פון די יארן טראץ וואס זי ווערט קריטיקירט דורך לעגאלע עקספערטן אלץ א פאליסי אן קיין לאגישע באזיס
געמבל איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג דורך די סטעיט אלאבאמא און פאראורטיילט צו איין יאר אין טורמע
דערנאך האט זייך די פעדעראלע רעגירונג גענומען צן זיינע ביינער און א דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז ער קען נישט נוצן די דאפלטע שטראף ארגומענט זינט די פעדעראלע רעגירונג איז א באזונדערע קערפערשאפט און געמבל איז עווענטועל איינגעגאנגען אויף א פלי אפמאך אונטער וועלכע ער איז געווארן צוגעטיילט א 46 מאנאטן סענטענס
געמבל האט עס אבער אפעלירט צו די 41'טע סירקוט וועלכע האט בלויז באשטעטיגט די שטעלונג פונעם דיסטריקט געריכט
אין יוני 2018 למספרם איז זיין פעטיצע צום סופרי קאורט געווארן אקצעפטירט
ער האט אין זיין ביטע ערווענט א פאראייניגטע רוף פון ריכטער גינזבורג און טאמאס מיט א צייט צוריק דורכצופירן אן איבערזיכט אויף די דאפלטע שטראף אויסנאם פאר די פעדס און סטעיט
אויב זאל די געריכט עלימינירן די דאקטרינע וקען עס אפעקטירן די טראמפ אויספארשונגען און מיט א פארדאן פונעם פרעזידענט אויף פעדעראלע פארברעכן מיינט עס אז די סטעיט וועט שוין מער נישט קענען קלאגן אויפן זעלבן פארברעכן זינט זי איז שוין געווארן פרובירט דורך די פעדס
סענאטאר ארין העטש האט אריינגעשיקט א פריינט צום געריכט בריוו אין שטיצע פון געמבלס ארגומענט אבער זיין ווארטזאגער האט געלייקנט אז עס האט געהאט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די אויספארשונגען אויפן פרעזידענט
די ריכטער האבן אויסגעקוקט היבש אומוויליג נאכצוגעבן געמבלס ארגומענט

א גאר טייערע פעינטינג איז געשטאנען גרייט אויף אויספארקויף ביי א ליציטאציע און מערב פאריז פאר א געשאצטע 29 ביז 35 טויזנט דאלער
א רויבער האט אבער אריינשפאצירט און איידל אראפגערוקט די בילד וועלכע איז געווען אויפן וואנט און ארויסשפאצירט אומבאמערקט
די ווידעא רעקארדירונגען ווערן איצט אנאליזירט צו דערגיין די אידענטיטעט פונעם רויבער

קאניהיקא טאנאקא פלעגט ארומגיין פארקויפן וויניגער פאר סושי רעסטוראנטן צו קענען שפייזן זיין געזינדל
עס איז געווען אין די 1970ציגער למספרם ווען די סושי אינדוסטרי האט אנגעהויבן בליען און טאנאקא האט אויפגעפאסט אז די מארקעט אפערירט זייער נאכגעלאזן און נישט ארגאנאזירט ווען די קעכער רעכענען פאר די זעלבע סארט מאלצייט אנדערע פרייזן פון פארשידענע קאנסומער און אין מערסטנס פעלער זייער נישט צוגענגליך פארן טאש
אין 1977 למספרם האט טאנאקא באשלאסן צו עפענען זיין אייגענע רעסטוראנט מיט געבארגטע 26 טויזנט דאלער און אוועקגעשטעלט א סיסטעם וועלכע סערווירט מאסן קליענטן און איז עווענטועל אויסגעשטיגן צו קארע קארפארעישאן וועלכע איז אין 1995 למספרם געווארן אויסגעשטאט מיט מער מאדערנע טעכנאלאגיע פון ראבאטן וועלכע פירן דורך זייערע פראגראמירטע פליכטן אין קיך פיל בעסער און געשיקטער פון קעכער וועלכע נוצן יא אדער נישט הענטשוך ביים טאפן די עסן
די פירמע לייגט אויך גרויס געוויכט צו האלטן די פרייזן רעלאטיוו ביליג טראץ די פארמערטע קאסטן און קומט אויף מיט פאטענטן צו שפארן געלט נישט אויף די רוקן פון די קאנסומער
אנשטאט אויסצוגעבן אויף א שטאב צו רייניגן זייערע לאקאלן האבן זיי אוועקגעשטעלט א דעזיגנירטע מיסט ארט ביי יעדן טישל ווי די קאנסומער דארף בלויז אריינשארן די ליידיגע געשיר און עס ווערט אויטאמאטיש טראנספארירט גראד אריין אינעם דישוואשער וולעכע רעכנט אויך אויס די ביל וועלכע דער קאסטומער דארף באצאלן
די געשעפט קייט באנוצט זיך אויך מיט א מאסיווע עקספרעס בעלט אויף וועלכע די באשטעלונגען ווערן ארויפגעלייגט און שיקט עס אפ גאר געשיקט צום טישל פון די קאסטומער וולעכע דארפן נישט ווארטן לאנג און צוגאב שפארט זיך די פירמע קאסט פון ארבעטער וועלכע זאלן ארומגיין סערווירן די קליענטן
די קארע קארפארעישאן איז היינט די צווייט גרעסטע נעץ פון סושי רעסטוראנטן מיט 420 געשעפטן איבערן לאנד 19 אין אמעריקא און 15 אין טייוואן און האט א געשאצטע מארקעט ווערט פון 1.2 ביליאן דאלער

א פרייליכן שבת און א לעכטיגן חנוכה

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 3:17 pm
דורך הלשון
הבל: יישר כח!

"א פרייליכן שבת און א לעכטיגן חנוכה"

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 3:37 pm
דורך פאראינטערסירט
2018-12-06_15.29.51.jpg
2018-12-06_15.29.51.jpg (86.75 KiB) געזען 2147 מאל

קרעדיט הלשון פאר די איידיע

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 3:46 pm
דורך קענדי'ס
א גרויסע שקויעך

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 7:22 pm
דורך לאנדאנער
וואס איז געשען היינט :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 4:06 pm
דורך קענדי'ס
:-( :-(
:roll:
שוין 2 טעג וואס מיין קאווע ווערט קאלט

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 4:56 pm
דורך הכל הבל
שטארק פארנומען די לעצטע טעג
אזוי אויך איז עס ממש געווארן אריינגעשטופט מיט געוואלד
אפילו די קורצע אפדעיטס דורכן טאג דא און דארט איז געווארן באגרעניצט
אויב און ווי נאר עס וועט זיך מאכן די איבריגע פאר מינוט עס אריינצושטופן וועט מען זיך פרובירן משתדל צו זיין

מיט האפענונג פאר אייער פארשטענדעניש

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:00 pm
דורך ggg
Thanks!

$3,000

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:01 pm
דורך צל עובר
צל עובר האט געשריבן:קרעדיט, @הכל הבל און זיין גרויסע פען @קענדי'ס, דער אייבערשטער זאך זיי געבן אלעס גיטס.

3,000$ גדול המעשה יותר מן העושה.


דאס איז די עיקר נייעס היינט אויף אייוועלט.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:05 pm
דורך הכל הבל
עס איז דא נאך א טויזנטער מיט א הונדערטער וועלכע איך האב אויפגעפאסט אין עהרע פון אייוועלט נאך איידער די אייוועלט קאמפיין איז אריין אין שוואונג
געוויס וואלטן און האבן עס די אידן געגעבן סייווי פאר אזא וויכטיגע צוועק אבער האבן שוין אין איין וועג אריינגעכאפט נאך א חסד צו באעהרן דערמיט אנדערע אידן
א הארציגן יישר כח פאר אייך אלע און דער זכות זאל און וועט שטיין צו אייער זייט לנצח!

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:06 pm
דורך קענדי'ס
שקויעך הכל הבל

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:26 am
דורך Potus
וואס גייט פאר הבל??????!!!???

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:28 am
דורך שמשון הגיבור
די האסט נישט געהערט אז מ׳האט געטראפן אי_קאָליי אין די קאקאש?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:23 am
דורך Potus
אויס קאקאש קעיק?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 3:29 pm
דורך קניידל פארעם
נישט אינמיטן די נאכט...

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:27 am
דורך טשאדעלע באדעלע
D96F84C1-C8D0-4D53-957E-28C00D697C01.jpeg
D96F84C1-C8D0-4D53-957E-28C00D697C01.jpeg (108.87 KiB) געזען 1268 מאל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 8:13 am
דורך יישר כח
אפשר חאטשיק שאגער-פרי האל-וויט קאקש קעיק ?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 8:46 am
דורך shimon7323
זעהט אויס אז הכל איז פארנומען אונז אנציגרייטן, עני אנדערע וואלענטורן?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 4:00 pm
דורך הכל הבל
סאודי אראביעס קעניג שאקלט אויף זיין קאבינעט ערזעצנדיג פילע הויכראנגיגע פאזיציעס אריינגערעכנט די אויסערן מיניסטער שטעלע נאכפאלגנדיג די נעגאטיווע דעקונג פון די קאשאגי מארד

די פאראייניגטע אראבישע אמיראטן האט צום צוריק געעפנט איר אמבאסאדא אין דמשק סיריע צום ערשטן מאל אין 7 יאר

געשפרעכן איבער האנדל צווישן רעפרעזענטאטן צווישן אמעריקא און כינע ערווארטעט אויף אנהויב יונואר למספרם

אין די צייט וואס אין פראנקרייך האלט זיך נאך אינמיטן אויסשפילן די געראנגל צווישן פראטעסטירער און די רעגירונג איבער געזאלין שטייערן קומט איצט פרישע אומרואיגקייט ווען די לינקע הויבן אן פארפירן אז די רעגירונג איז צו ווייך און טוט נישט גענוג צו באקעמפן קלימאטן טויש

מענין לענין: טייוואנער ארגאנאזירן זיך אפצוהאלטן געלע וועסטל פראטעסטן אויפן זעלבן שטייגער ווי אין פראנקרייך צו פארפירן אקעגן הויכע שטייערן

טערקיי האט סוספענדירט צוויי טעלעוויזיע טשענעלס און ארויפגעלייגט שטראפן צוליב וואס זיי האבן פארשעמט פרעזידענט ערדואן

פרעזידענט טראמפ האט לויט א ווייסער הויז באאמטער געזאגט אז ער איז גאר צופרידן פון די פרעזע דעקונג איבער די איראקער באזוך און האט לויט אים פארשאטנט די נעגאטיווע דעקונג פונעם שאטדאון

לויט באריכטן פלאנירט די ווייסע הויז א נאציאנאלע עמורדזשענסי מעלדונג אויף אנהויב קומענדיגע למספרם יאר אונטער וועלכע פרעזידענט טראמפ וועט אונטערשרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער וועלכע וועט פארבאטן פאר אמעריקאנער זיך צו באנוצן מיט עקוויפמענט פון פון כינעס Huawei און ZTE טעכנאלאגיע פירמעס
די פלאן ליגט שוין אויפן טיש פאר ארום 8 מאנאטן און ווערט איצט ערווארטעט אריינצוגיין אין קראפט
די פלאן איז נישט ארויסצושרייבן ספעציפיש אינעם ארדער וועם מען ציהלט נאר טראמפ וועט פארארדענען די קאמערץ דעפארטמענט צו פארבאטן די איינקויף פון טעלעקאמיונוקאציע נעטווארק פירמעס וועלכע קענען שטעלן אין ריזיקע די זיכערהייט פון די פאראייניגטע שטאטן דורכן שפיאנירן אויף אמעריקאנער ציהלן
די קאמערץ דעפארטמענט וועט אבער יא עס אננעמען לויטן פלאן ווי אן אומדירעקטע ארדער געציהלט אויף די צוויי אויבנדערנמאנטע פירמעס

די טראמפ אדמיניסטראציע מעלדט אז זי וועט האלטן אפן אריין אינעם קומענדיגן למספרם יאר א שאטער אין טעקסאס וועלכע נעמט אריין איבער 2000 קינדער אימיגראנטן
אויך וועט מען צולייגן פרישע בעטן בייא צווייטע לאקאל וואו קינדער האלטן זיך אויף אין פלארידא

טראמפ פארשפרעכט צו באזוכן די גרעניץ בעפאר די סטעיט אף די יוניאן רעדע

פעדעראלע ריכטער ווארפט אפ פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטמענט אפצושטופן די דעדליין פון רעאגירן אין די קלאגע אקעגן טראמפ אזיל רעכט פאליסי טויש
די אדוואקאטן וועלכע ארבעטן פאר די יוסטיץ דעפארטמענט האבן פרובירט אפצושטופן עטליכע קלאגעס מיטן אויסרייד אז זיי קענען נישט געהעריג אויספירן זייער דעפענסיווע ארבעט אין די צייט וואס איילן פון די רעגירונג זענען פארשלאסן אבער די געריכט האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן

סענאטארן קערן זיך היינט צוריק קיין וואשינגטאן
דערווייל איז נישט געסקעדזשועלט קיין אפשטימונגען און קיין אפמאך איבער רעגירונג פאנדינג ביל זעהט זיך נישט אן אויפן האריזאנט
קאנגרעס וויפ סטיוו סקאליס האט פריער געמאלדן אז עס וועט נישט פארקומען קיין שום אפשטימונגען

קאנגרעסמאן מעדאוס זאגט אז ער האט די וואך גערעדט מיטן פרעזידענט און אז ער איז שטאנדהאפטיג מיט זיין פארלאנג כדי צו ענדיגן דעם שאטדאון
ער זאגט אז טראמפ איז נישט גרייט צו גיין אפילו נאנט צו די 1.3 ביליאן אין פאנדינג פארגעשלאגן דורך די דעמאקראטן

א סעלפאן פארבינדן צו מייקל קאהען האט לויט באריכטן שפורן פון קורצע פארבינדונג קיין פראג
אויך האט האבן מזרח אייראפעישע שפיאנאזש אגענטורן אויפגעכאפט געשפרעכן צווישן רוסן אין וועלכע איינע פון זיי דערמאנט אז קאהען האט באזוכט אין פראג

אהייא סענאטאר שעראד בראון זוכט צו באקומען א זיצונג מיטן געוועזענעם פרעזידענט אבאמא צו דיסקוסירן א מעגליכע פרעזידענטליכע פארמעסט
אין 20 אמעריקאנע שטאטן איז ערווארטעט אריינצייגיין מינימום וועידזש העכערונגען דעם קומענדיגן למספרם יאר
אפעקטיוו דעצעמבער 31 למספרם
ניו יארק סיטי ארבעטסגעבער פון 11 ארבעטער און ארויף גייט ארויף צו 15 דאלער א שעה און ווייניגער ארבעטער איז עס 13.50 אבער וועט אויך ארויפגיין פונקט אין א יאר ארום צו 15 א שעה
לאנד איילאנד און וועסטשעסטער גייען ארויף צו 12 דאלער, א יאר ארום צו 13 א יאר דערנאך צו 14 און אין 2021 צו 15
די איבריגע טיילן פון די סטעיט
גייט ארויף צו 11.10, 11.80 קומענדיגע יאר און 12.50 א יאר דערויף
פעסט פוד ארבעטער האבן אביסל אנדערע ראטעס

פאלדענד זענען די סטעיטס וועלכע גייען העכערן אפעקטיוו יונואר 1 למספרם
אלאסקא אריזאנא ארקענסאו קאליפארניע קאלאראדא פלארידא מעין מאסאטשוסעטס מינעסאטע מיזורי מאנטאנא ניו דזשערסי אההיא ראוד איילאנד סאוט דעקאטע ווערמאנט וואשינגטאן
אין יולי 1 למספרם ווערט די געהאלט געהעכערט אין די סי און אין ארעגאן
אין אקטאבער 1 למספרם גייט די געהאלט ארויף אין דעלעוועיר
צום ערשטן מאל אין 17 יאר האט הילערי קלינטאן פארלוירן די סטאטוס פון די מערסט געשעצטע פרוי אין אמעריקא לויט גאלאפס יערליכע אנקעטע
איר ארט איז געווארן איבערגענומען דורך פרוי אבאמא
אין די אויספרעג איבער די מערסט געשעצטע מאן באקומט דער געוועזענע פרעזידענט אבאמא ווייטער דעם העכסטן ארט צום עלפטן יאר נאכאנאנד

די מעגא ביליאנער און העדזש פאנד ריז ראבערט מערסער וועלכע איז א געוועזענער קרוז שטיצער און שפעטער זיך אנגעשלאסן אין די טראמפ ביישטייערער צירקל איז אין די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן צו זיין פון די סאמע גרעסטע דאנארס פאר די רעפובליקאנער פארטיי און פרעזידענט טראמפ
מערסער איז אבער פון נאטור אויס נישט קיין פובליסיטי הונגעריגער מאן און זוכט צו פארמיידן פרעסע דעקונג און אנערקענענדיג די פארמערטע מידיא אריינבליק אין זיין ריכטונג האט ער אין די לעצטע צייט באשלאסן צו שניידן א גרויס טייל פון זיינע ביישטייערונגען און צוריק אננעמען א שטילערע ראלע אין די קאמפיין פאנדרעיזינג אפאראט און די יאר האט ער בלויז בייגעשטייערט 2.9 מיליאן דאלער אין פעדעראלע פארמעסטן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 4:05 pm
דורך לאנדאנער
wow welcome back

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 4:09 pm
דורך וויל נישט
קענדי'ס האט געשריבן:שקויעך הכל הבל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 4:23 pm
דורך הכל הבל
איך זוך קיינעם נישט צו שטערן
פשוט פארגעסן צו וואונטשן
א לעכטיגן שבת אלע אידן!

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 4:29 pm
דורך קענדי'ס
וואו אזא סארפרייז
א גרויסע ריזיגע דאנק
און א גוט שבת

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 5:19 pm
דורך צוקער וואסער
קענדי'ס האט געשריבן:וואו אזא סארפרייז
א גרויסע ריזיגע דאנק
און א גוט שבת