א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:44 pm

און ווי קען מען פארגעסן צו וואונטשן?!

א לעכטיגן חנוכה!

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 4:02 pm

א גרויסע דאנק אייך
א לעכטיגן חנוכה!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 10:28 pm

א גרויסען יישר כוח פאר אייך!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 10:48 pm

:grin: און יעצט העט מען ווינציגער גנב'ענען, אדער גנב'ענען מיט א באזונדער געשמאק....
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:23 am

קניידל פארעם האט געשריבן::grin: און יעצט העט מען ווינציגער גנב'ענען, אדער גנב'ענען מיט א באזונדער געשמאק....

נישט פארשטאנען :o

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:16 am

קניידל פארעם האט געשריבן::grin: און יעצט העט מען ווינציגער גנב'ענען, אדער גנב'ענען מיט א באזונדער געשמאק....



די רעדסט פון די א.נ. הבל׳ס גע׳גנב׳טע וויזוי הייסטעס?
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:08 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן::grin: און יעצט העט מען ווינציגער גנב'ענען, אדער גנב'ענען מיט א באזונדער געשמאק....



די רעדסט פון די א.נ. הבל׳ס גע׳גנב׳טע וויזוי הייסטעס?

נישט פארשטאנען :o ...

איך רעד פון מהר"א'ס דרשה ווי ער האט ארויסגעברענגט אז פון די פובליק סקולס קומען ארויס אסאך מער פארברעכערס ווי פון להבדיל די אידישע ת"תים, און אויף דעם האט ער געזאגט קשט עצמך ואח"כ קשט אחרים, יעצט אז @צל זאגט אז מ'האט שוין אנגעהויבן צו פארבעסערן די מעניו אין די סקולס ווייל זיי האבן פילייכט זיך איינגעהארכט צו מהר"א'ס דרשה, האבעך געשריבן אז יעצט וועט מען שוין קענען גנב'ענען מיט א באזונדער געשמאק.

יעצט פארשטייט עטס שוין?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:21 pm

אה

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 1:10 pm

יעצט זעה איך אז כ'האב פארגעסן צו ציטירן פון @צל עובר'ס ווערטער אויף וואס כ'האב מיר באצויגן, ואתכם הסליחה.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:00 pm

סענאטאר גרעסלי: אויב צייט אין סקעדזשועל איז די אישו וואלט איך גערן פארציכטעט אויף די באשטעטיגונג פון צוויי יורידישע נאמינאציעס צו7 מאכן פלאץ פאר די ביל אריבערצוגיין

סענאטאר דורבין לויבט אויס דזשעראד קושנער זאגנדיג אז ער האט געשפילט א קריטישע ראלע פאר די ביל אנצוקומען צו איר איצטיגן שטאפל
דו קענסט זיך נישט אראפזעצן רעדן מיט דזשעראד פאר מער ווי עטליכע מינוט אין איין צי אן דעם וואס די טעמע זאל ווערן אויפגעברענגט

סענאטאר דורבין האט איצט געזאגט אז ער איז אפן צו פארהאנדלען איבער די סעיפטי וועליו פראוויזיע
די אנטוויקלונג איז א שטארקע דורכברוך און קען העלפן אריבערשלעפן פולע רעפובליקאנע סענאטארן צו שטיצן דעם ביל

מעקאנעל ביי א רעדע נעכטן נאכט זאגט אז די פאנדינג פאר א גרעניץ וואנט צו פארמיידן א רעגירונג פארשליסונג איז געוואנדן אין טראמפ שומער און פעלאסי
ער האט אויך אויסגעקוקט סקעפטיש איבער א קרימינאל יוסטיץ רעפארם ביל

כינע מעלדט שטראפן פאר אינטעלעקטואלע פראפערטי רויב
פארלעצער קענען אויסשטיין שוועריקייטן ביי ארויסנעמען הלוואות און ביים בעטן סטעיט פאנדינג

די איזראעליס אין קריג מיט כיזבאלא?
ביבי רעפארירט פאמפעיא פון פאראויס איבער אן אפעראציע צו צושטערן א רייע כיזבאלא טונעלן
איין טונעל שוין פארניכטעט
אמעריקאנער שיפן אונטערוועגנס
די טונעלן לויפן לענגאויס די גרעניץ מיט לבנון

די סענאט יורידישע קאמיטע רעסקעדזשועלט די פארהערן אויף א רייע נאמינאציעס וועלכע זי האט אפגערופן לעצטע וואך אין ליכט פון סענאטאר פלעיקס בלאקאדא

היינט וועט פארקומען א קלאסיפייד הירינג ווי א געקליבענע צאל סענאטארן אריינגערעכנט קארקער מענענדעז ריעד אינהאף גרעהעם לעיהי וועלן אויספרעגן די סי איי עי הויפט דזשינא העספאל איבער די קאשאגי מארד
קומענדדיגע וואך דאנערשטאג וועט זיין א הירינג מיט קאנגרעסלייט

אויף היינט ווערט ערווארטעט אויפדעקונגען ווי די מייקל פלין קעיס האלט
מולער דארף היינט אפדעיטן א ריכטער איבער די פלין קלאגעס און קאאפעראציע

די קאמפיין ארעם פון הויז רעפובליקאנער האט געליטן א מאסיווע העקעריי אין סאמע היץ פונעם קאמפיין סעזאן
טויזנטער סענסיטיווע אימעילס זענען גערויבט געווארן

פעלד פארשמעלערט..
אוואנאטי: איך לויף נישט

בלומבערג גייט קיין אייאווע

געוועזענער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען: איך וועל זיין מיט דיר אזוי אפן ווי איך קען, איך מיין אז איך בין דער מערסט קוואליפיצירטער פערזאן אינעם לאנד צו זיין פרעזידענט

די בעטא ארורק פרעזידענטליכע קאמפיין איז נאכנישט געבוירן אבער זי קומט שוין אונטער אטאקע
ווי איראניש עס הערט זיך טוען געוויסע אקטיוויסטן אין די לינקע לאגער רודערן אז ארורק איז א ליבלינג פון די אויל אינדוסטריע
איר פרעגט פארוואס? אט הערט
ארורק האט ווי באקאנט אריינגעשארט גרויס געלט פון קליינע ביישטייערונגען פון איבערן גאנצן לאנד פאר זיין דורכגעפאלענעם סענאט קאמפיין
זעלבסטפארשטענדליך אז א היבשע טייל דערפון איז געקומען פון זיין היימסטעיט טעקסאס ווי פולע גרויסע אויל פירמעס אפערירן
אלץ טייל פון די קאלירפולע שיכט ארבעטער וועלכע האבן בייגעשטייערט צום בעטא קאמפיין ציילט זיך אויך א גרויסע צאל ארבעטער אין די אויל ביזנעס און דעריבער ווערט עס געזען דורך די ברילן מיט א שטארק הויכע ליבעראלע נומער אלץ א באווייז אז ארורק איז אין די טאשן פון די אויל מאגנאטן

סענאטאר טשאק גרעסלי: דער פרעזידענט קען לעזן אלע זיינע פראבלעמען אויב זאל ער נער צייגן אלע זיינע טוויטס פאר זיין פרוי איידער ער דרוקט דעם שיק קנעפל

היינט האט די געריכט אויסגעהערט א קעיס איבער סאושעל סעקיוריטי בענעפיטן
אין מערץ 2010 למספרם האט האט א מאן מיטן נאמען ביעסטעק אפלייעט פאר סאושעל סעקיוריטי בענעפיטן אנגעבנדיג אז ער איז געווען דיסעבלד און נישט געקנט ארבעטן זינט אקטאבער 2009 למספרם
אין אוגוסט 2010 למספרם האט די סאשעל סעקיוריטי אדמיניסטראציע צוריקגעוויזן זיין אפליקאציע
ביעסטעק האט פארלאנגט א הירינג מיט אן אדמיניסטראטיווע ריכטער צו זעהן פארוואס ער איז געווארן אפגעזאגט אבער יענער האט געפונען אז ער איז נישט געווען דיסעיבלד צו קוואליפיצירן פאר די בענעפיטן
ביעסעק האט עס אפעלירט צו די אדמיניסטראציעס אפעלאט קאונסיל וועלכע האט אפגעזאגט זיין פארלאנג אריינצוקוקן דערין
זייענדיג אויסגעלאפן פון אפציעס דורך די אדמיניסטראציע אייגענע ביוראקראטיע האט ער זיך געוואנדן צום דיסטריקט געריכט וועלכע האט צוריקגעשיקט די קעיס צום אדמיניסטראציע מיט א באפעל נאכאמאל אריינצוקון דערין
דורכאויס די צווייטע הירינג האט אן עקספערט אין דעם פעלד עדות געזאגט אז דורכאויס די צייט וואס ביעסטעק איז געווען דיסעיבלד איז געווען אוועילעבל ארבעט אנבאטן וועלכע ביעסטעק וואלט געקענט טוהן טראץ זיינע אומשטענדן
זי האט באזירט איר עדות'שאפט אויף פריוואטע דאטא און אנאליזן אריינגערעכנט פערזענליכע דיסקוסיעס מיט ארבעטסגעבער
ביעסטעקס אדוואקאט האט פארלאנגט צוטריט צו די פריוואטע דאטא וואס זי האט געזאמלט אבער זי האט זיך אנטזאגט עס צוצושטעלן און די אדמיניסטראציעס געריכט האט איר נישט געוואלט צוואונגען עס צו טאן און עווענטועל געאורטיילט אקעגן ביעסטעקס רעכט פאר די בענעפיטן
הלוך ושוב איז ביעסטעק צוריקגעלאפן צום דיסטריק געריכט וועלכע האט אין מאי 2013 למספרם צו זיין אנטוישונג געגעבן רעכט פאר די סאשעל סעקיוריטי אדמיניסטראציע
אין 2017 למספרם האט ביעסטעק אפעלירט די אורטייל צו די 6'טע סירקוט אפעלאט געריכט מיט 5 באקלאגענישן ארייינגערעכנט די ארגומענט אז די באשלוס אים צו דיסקוואליפיצירן איז נישט באזירט אויף סובסטאנסיווע באווייז
זאגנדיג אז פריוואטע דאטא וועלכע ווערט נישט פראדוצירט צו די אנדערע זייט איז נישט קיין סובסטאנסיווע באווייז
די סירקוט קאורט האט אבער געאורטיילט אז די שטרענגע פעדעראלע רעגולאציעס אויף וועלכע עדות'שאפט מען קען נוצן זענען נישט בינדענד פאר סאושעל סעקיוריטי בענעפיטן פראצעדורן און די אדמיניסטראציע קען נוצן א ברייטערע אויסוואל פון עדות און באווייז טראץ וואס מען וואלט די זעלבע סארט אויפטריט נישט אקצעפטירט אין א געהעריגע געריכט
אום יוני 25 2018 למספרם האט די סופרים קאורט אקצעפטירט ביעסטעק פעטיציע אריינצוקוקן אין די קעיס אין היינט איז פארגעקומען די ארעל ארגומענטס

ארענדזש קאונטי קאליפארניע איז שוין פאר א לאנגע צייט א רעפובליקאנער אינזל אין די ליבעראלע סטעיט אבער נאך די רעזולטאטן פון די פארלאפענע מידטוירמס וועט זי נישט שיקן קיין איינציגע רעפובליקאנע מעמבער צום קאנגרעס פאר די ערשטע מאל זינט 1940 למספרם
די פארטיי האט פארלוירן 4 זיצן אפשפיגלנדיג פארלוסטןפון די דרויסנדיגע אומגעגנטער אין מינעאפאליס דעטרויט אטלאנטא דאלאס יוסטאן סיעטאל ניו יארק און וואשינגטאן די סי ווי וויילער מיט א הויכע עדיוקעישאן אין סובארבען ראיאנען האבן געשאנקן די הויז פאר די דעמאקראטן
אבער קוקנדיג אראפציר אויפן בעלאט אין ארענדזש קאונטי זעהט מען אז וויילער האבן צו די זעלבע צייט געשטימט אויף א רייע רעפערענדומס געציהלט צו פארלייכטערן די סטעיטס האוזינג קריזיס און זיי האבן אנידערגעשטימט א פלאן פאר א באנד צו פינאנצירן די פראגראם וועלכע העלפט ארימע איינוואוינער צו דעקן האוזינג קאסטן
די וויילער האבן אויך אפגעווארפן א פלאן צו קאנטראלירן רענט פרייזן
ארענדזש קאונטי וויילער האבן געשטימט דערקעגן שטארקער ווי די איבריגע טיילן פון די סטעיט
די רעזולטאטן ווערט אויסגעטייטשט דורך פאליטישע אנאליסטן אז טראץ וואס דעמאקראטן קענען מעגליך האפן אז די וויילער וועלכע האבן זיי ערוועלט וועלן מעגליך אויך שענקן פאר די פארטיי נאך א שאנס אבער עס איז קלאר אז די קאונטי איז ווייט פון ווערן דראסטיש טראנספארמירט אידעאלאגיש צו א ליבעראלע פעסטונג א שטייגער ווי סאן פראנציסקא
די לעצטע צייט האט זיך געשאפן גאנץ קלארע ליניעס דורכאויס פילע אמעריקאנע שטאטן ווי אנאליסטן קאטעגאריזירן געגנטער צו וועלכע פארטיי זיי פאלן צו
עס איז אנגענומען אז אורבען געגענטער זענען שטארק בלוי, רורעל געגנטער זענען רויט און סובארבען זענען ווי די סווינג טייל וועלכע שליסט איין פילע עקאנאמיש קאנסערוואטיווע אבער סאציאל ליבעראלע וויילער וועלכע מאכט זיי שפירן באקוועם אין ביידע פארטייען אדער גאר אין קיין איין, און קענען טאנצן אהין און צוריק געוואנדן אויב עקאנאמיקס אדער סאציאלע אישוס דאמינירן די נייעס
די היי יעריגע מידטוירמס האט זיך בעיקר אויסגעשפילט אין אט די געגנטער ווי וויילער שטייען מיט איין פוס אין יעדע פארטיי און עס איז נישט פארבליבן קיין איינציגע עכט אורבען דיסטריקט רעפרעזינטירט דורך א רעפובליקאנער
די לעצטע אזא דיסטריקט איז געווען ניו יארקס 11'טע דיסטריקט וועלכע דעקט סטעטאן איילאנד און טייל פון דרום ברוקלין וועלכע איז געגאנגען בלוי
די דיסטריקט וועלכע ענדלט די מערסטע אין אזא קאטעגאריע און איז יא פארבליבן רויט איז פלארידאס 25'סטע דיסטריקט וועלכע דעקט מערב פון מיאמי
ווי געשריבן אבער איז די פאקט אז דעמאקראטן האבן זיך פארפעסטיגט אין די אורבען געגנטער א נארמאלע ערשיינונג אין א יאר וועלכע זיי זענען נאטורליך געווען שטארק
די גרעסערע געשעעניש איז די סובארבס ווי זיי האבן געפליפט א רייע זיצן און דארט איז ווי די גרויסע פראגע איז אויב עס איז א פערמענאנטע טויש אויף וועלכע זיי קענען בויען ערווארטונגען אויפן צוקונפט
די טויש אין די סובארבס איז נישט בלויז ווייל וויילער זענען מער ליבעראל און סאציאל און קולטור אישוס נאר ווייל מינאריטעטן ווערן א גרעסערע פראצענט פון די באפעלקערונג דארט
די גרעסערע מינאריטעטן אנוועזנהייט איז זיכער א שטארקע קוואל פאר האפענונג פאר לאנג טערמיניגע דעמאקראטישע טרוימען אבער אויב די ווייסע וויילער וועלכע זענען אויך געגאנגן דאסמאל בלוי וועלן פארבלייבן א טייל פון א דעמאקראטישע קאאליציע איז א גרויסע פראגע וועלכע די צוקונפט וועט דארפן אנטשיידן

א טאון אין צפון קאלאראדא מיט א באפעלקערונג פון 5000 פארמאגט אויף אירע ביכער א פארבאט צו ווארפן שניי טאבעס אויף מענטשן אדער געביידעס אדער אויף ליידיג באדן
די פאטער גרונדער פונעם טאון האבן זינט די שאפונג פון די טאון אין 1920 למספרם באטראכט שניי טאבעס ווי שטיינער און מיסילס און צוליב דעם איינגעשטעלט דעם פארבאט הגם זי איז נישט געווארן אינפארסירט
דעין בעסט איז א 9 יעריג קינד וועלכע וואוינט אין די טאון האט באשלאסן אז ער נעמט אויף זיינע פלייצעס צו טוישן די איינפיר און איז פארוואנדלט געווארן אין א יונגער רעוואלוציאנער ווען ער האט אנגענומען קוראזש און טראץ זיין יונגן עלטער ערשינען און אויפגעטרעטן ביי א באורד מיטינג
שטייענדיג ביים ברעטל מיטן מיקראפאן אאועקגעשטעלט גענוג נידריג צו גרייכן דעם קליינעם'ס פיסקל האט דעין פרעזענטירט א פייערדיגע רעדע ווי ער האט אין לויף פון 3 מינוט ערקלערט פאר די פולע באטייליגטע ווי אבסורד עס איז אנצוהאלטן די געזעץ וועלכע איז אלטמאדיש און דינט נישט די אינטערעסע פון קיינעם
"פארוואס זאלן נישט קינדער און אונזער טאון קענען שפילן מיט די שניי אויפן זעלבן שטייגער ווי קינדער פון די איבריגע וועלט?!" האט דעין געליארמט מיט פאטאס
איבריג צן זאגן אז נאכפאלגנדיג די רעדע האבן באורד מעמבערס איינשטימיג געשטימט צו עלימינירן די לאנגיעריגע פארבאט צו די שאלונגען און יובעלירנדע אפלאדיסמענטן פון די עלטערן און קינדער פארזאמלט מיטצוהאלטן די היסטארישע מאמענט וועלכע וועט געוויס אריינגעקריצט ווערן מיט בוכשטאבן פוטן שניי אויף בלעטער פון אייז און די טאון היסטאריע ביכער
מיט דעם וואס דעינס איז אויסגעשטיגן אלץ העלדישער קעמפער און פאפולערער פאליטיקאנט איז ער אויפן פלאץ געפרעגט געווארן וועם ער וואלט אויסגעקליבן אלץ זיין קומענדיגע ציהל אויף וועם ער וואלט געריכטעט זיין פייל
דעינס האט מיט א שמייכל רעאגירט ווייזנדיג מיטן פינגער אויף זיין 4 יעריגער ברודער דעקס

א לעכטיגן חנוכה!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:22 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:11 pm

שקויעך אבער לכבוד חנוכה וואלסטו געמעגט גיבן דאנאטס אנשטאט קאקאש

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:20 pm

א גרויסע שקויעך

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:39 pm

דאנקע שיין פאר די חנוכה באריכטן
צוגעלייגטע
Broadcast - Chanukah-01.jpg
Broadcast - Chanukah-01.jpg (233.63 KiB) געזעהן 633 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:45 pm

WOW
NO WORDS

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:55 pm

הכל הבל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:יישר כח אלע פאר די פידבעק

עס גיבט די מוט פארצוזעצן

הגב הרב הכל הבל אידישע נייעס האט פאריגע וואך אראפגעברענגט א נייעס געברענגט דורך הכל הבל צו אידישע נייעס
האסטו זיי עס טאקע געשיקט אדער זיי האבן עס פשוט געקאפיט פון דא ?

אדרבה,ניתי ספר ונחזי, ציטיר עס דא און לאמיר זעהן במה דברים אמורים

היינט איז נאכאמאל געווען אבער היינט איז פשוט געשטאנען באריכט דורך הכל הבל

די סופרים קאורט האט היינט צוריקגעוויזן א פעטיציע אויפצונעמען א קעיס, וועלכע האט געזוכט צו קלאגן די טראמפ אדמיניסטראציע'ס מעקסיקא גרעניץ וואנט פלאן, מיט די טענה אז עס פארלעצט ענווייראמענטאלע זארגן.

היינט האט די העכסטע געריכט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין צוויי קעיסעס.

איין קעיס איז אויב א פראוויזיע אין די וועסט ווירדזשיניע שטייער קאוד וועלכע באפרייט רעטייערמענט פארדינסט פון פולע סטעיט און לאקאלע פייערלעשער און לאו ענפארסמענט אפיצירן פון שטייערן אבער פעדעראלע מארשאלס קוואליפיצירן נישט פאר די שטייער פרייע סטאטוס. די טענה איז, אז די ספעציעלע פריווילעגיע דורך די סטעיט דיסקרימינירט אנקעגן די מארשאלס באזירט אויף די קוואל פון ווי זיי באקומען זייער איינקונפט.

די צווייטע קעיס איז אנטי-פראוד פראוויזיעס אווערקגעשטעלט דורך די פעדעראלע עס.אי.סי. (סעקיוריטי און עקסטשעינדזש קאמיסיע) פארבאט צוויי קלארע קאטעגאריעס פון מיסברויכן. איין פארבאט איז צו נוצן שווינדערלישע און פארפירערישע אינפארמאציע ביים פרובירן צו פארקויפן סעקיוריטי סערוויסעס. די פראגע איז איבער פרענסיס לארענזא, א רעגיסטרירטע רעפרעזענטאט פון א בראוקער פירמע וועלכע האט - לויט די באשולדיגונג - געשיקט אן אימעיל מיט פאלשע און פארפירערישע סטעיטמענטס צו אינוועסטירער, און דער דרעפט פון די אימעיל איז געווארן אויסגעארבעט דורך זיין אויבערהאר. די לעגאלע פראגע איז אויפגעשווימען, אויב מען קען נאר באשולדיגן דער וואס האט געשאפן די פארפירערישע סטעיטמענט, נעמליך דעם אויבערהאר, אדער אויך לארענזא פאר'ן פאקטיש שיקן די אינפארמאציע צו די קליענטן און זיי פארפירן.

לארענזא האט מודה געווען אז ער איז געווען באוואוסטזיניג צום פאקט, אז זייער פירמע האט נישט די אלע נכסים וועלכע ער האט אויסגערעכנט אין די אימעיל, וועלכע ער האט געשיקט צו די אינוועסטירער זיי צו איבערצייגן ווי שטארק רואיג זיי קענען זיין מיט די פירמעס פינאנציעלע שטאנד. ער האט געשיקט די אימעיל פון זיין אקאונט, זאגנדיג פאר די אינוועסטירער אז זיי קענען אים רופן פאר מער פראגן, אבער ער האט ארויסגעשריבן אינעם אימעיל אז ער שיקט עס מיט די גוטהייסונג פון זיין אויבערהאר. די די.סי. סירקוט געריכט איז געווען צוטיילט איבער די פראגע, און האט געאורטיילט 2-1 אז ער אז ער ווערט פארבאטן פון ארבעטן אין די סעקיוריטי אינדוסטרי, און צוגאב פון א 15 טויזנט דאלער שטראף.

די איין ריכטער וועלכע האט יא געשריבן א מיינונג אז די עס.אי.סי. קען אים נישט קלאגן, איז דער שוין היינט באקאנטער ריכטער קעווענאו וועלכע איז דאן געזיצן אויף יענעם באנק. קעווענאו האט אנגעצייגט אז די סופרים קאורט האט שוין אין די פארגאנגענהייט געשריבן אז פארלעצונגען פון די פארבאט איז בלויז גילטיג ווען עס קומט פון פערזאן וועלכע האט פולע אויטאריטעט איבער די פאלשע צוזאגן געמאכט, און דעריבער איז לארענזא וועלכע האט בלויז קאפירט און גע'פעיסט צוזאגן פון זיין אויבערהאר וועלכע בלויז ער האט געקענט יא אדער נישט דעקן נישט פאראנטווארטליך. די אנדערע צוויי ריכטער האבן אויך איינגעשטימט אז ער האט נישט געמאכט די סטעיטמענט, אבער האבן זיך באצויגן צו די אנדערע צוויי פארשריפטן וועלכע ער האט יא פארלעצט. די ע.אי.סי. האט דריי פארשריפטן, 2 זענען איבער אנטיילנעמען אין פרואוון צו באשווינדלען און 1 איז איבער מאכן פאלשע סטעיטמענטס. די געריכט האט געזאגט אז די עס.אי.סי. וועלכע האט אים באשולדיגט אין פארלעצן אלע 3, האט אים אמווייניגסטנס געקענט באשטראפן אויף צוויי דערפון. צוליב זיין ראלע אין די קעיס איז ריכטער קעווענאו איצט רעקיוזד פון די קעיס.

די אורטייל וועט קומען פון אן אכט ריכטער פאנעל, און אויב עס טיילט זיך פיר קעגן פיר, מיט אלע ליבעראלן גיבנדיג רעכט פאר די עס.אי.סי., וועט די אפעלאט געריכט אורטייל בלייבן אין קראפט. די ריכטער האבן היינט אויסגעקוקט גענויגט אין יענע ריכטונג.



באריכט דורך הכל הבל
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:55 pm

ישר כח הבל!
טשיפקא וועט זיין זייער ברוגז אויפן נייעם שנייבאל ווארפעריי איינפיר.....

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:27 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ישר כח הבל!
טשיפקא וועט זיין זייער ברוגז אויפן נייעם שנייבאל ווארפעריי איינפיר.....


דו טראכסט אויך אז ער הייסט אזוי וועגן יענע ארטיקל?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:38 pm

מיינסט אז ער האט אליין ערפינדן דעם נאמען?

בד"וו כ'האב גערעדט טאקע פון יענע טשיפקע, מיינסט אז זי לעבט נאך?

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:57 pm

וואס מאכט דיר טראכטן אז יענע מעשה איז נישט קיין משל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:02 pm

א גרויסע שקויעך

THIS IS A RECORDING
MSG 123

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 8:05 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס מאכט דיר טראכטן אז יענע מעשה איז נישט קיין משל.

הייסט אז זי לעבט שוין נישט.... כ'וויל פשוט קלאר מאכן

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 8:11 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:מיינסט אז ער האט אליין ערפינדן דעם נאמען?

בד"וו כ'האב גערעדט טאקע פון יענע טשיפקע, מיינסט אז זי לעבט נאך?

פארוואס נישט, זי איז נישט געווען אזוי אלט, סך הכול א רחמנות.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 8:13 pm

ס'איז זיכער מעגליך, די שאלה איז וואס די פאקטן זענען.
וועם קעמען פרעגן?

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 8:15 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ס'איז זיכער מעגליך, די שאלה איז וואס די פאקטן זענען.
וועם קעמען פרעגן?

איי... קינדערישע זכרונות....
פרעג די רעדאקציע פון מעלות, איך מיין אז עס איז נאך די זעלבע.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:16 pm

עס קוקט אויס אז הכל הבל ארבעט פאר די פעדעראלע רעגירונג...
נישטא קיין קאקאש היינט צוליב די צערעמאניעס פארן אלטן בוש.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כאפצעם, קארפענטער און 34 געסט