א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך טוב ויפה » מיטוואך ינואר 13, 2021 8:20 pm

WOW!

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:34 pm

מיטוואך וארא

פרעזידענט טראמפ האט היינט ווידעראמאל געבראכן היסטאריע, ווערענדיג די ערשטע אמעריקאנע פרעזידענט צו ווערן אימפיטשט צוויי מאל - די אפשטימונג איז אדורך אין קאנגרעס 232-197.
* * * *
דורכאויס די קומענדיגע וואך וועלן זיך געפונען אין וואשינגטאן די.סי. ארום צוואנציג טויזענט נאציאנאלע וואך מיליצע טרופן, מיט א שאנס אז די נומער קען גרייכן נאנט צו דרייסיג טויזענט.
* * * *
אונטער א 2004 רעגולאציע האבן די סענאט פירער די מאכט צוריקצוברענגן סענאטארן אין סעסיע פאר עמערזשענסיס - סענאט מאיראיטעט פירער מעקאנעל וועט נישט איינגיין דאס צו נוצן אויף צו אנהייסן די אימפיטשמענט טרייעל.
* * * *
געוויסע רעפובליקאנע קאנגרעס מיטגלידער האבן ארומגעשיקט א פעטיציע פאר קאלעגע רעפובליקאנע געזעצגעבער פארלאנגענדיג אז פרוי טשעיני זאל רעזיגנירן פון די פארטיי פירערשאפט, אין רעאקציע צו איר שטיצע פאר אימפיטשמענט.
* * * *
דורכאויס א זיצונג פאריגע וואך מיט סענאטאר שומער, האט די אריינקומענדע אדמיניסטראציע אויפגעברענגט א 1.3 טריליאן דאללער וויירוס הילף פעקל - שומער האט, לויט באריכטן, קלארגעשטעלט אז דאס איז צו נידריג.
* * * *
פרעזידענט ערוועלט זשאו ביידען איז ערווארטערט מארגן ארויסצושטעלן זיין עקאנאמישע סטימילוס פארשלאג - צווישן אנדערע איז ערווארטערט א העכערונג אין די טשעק'ס געשיקט פאר אמעריקאנע, ווי אויך א העכערונג אין אנעמפלוימענט בענעפיט'ס.
* * * *
די סענאט אינטעליזשענס קאמיטע וועט פרייטאג אפהאלטן א פארהער איבער די נאמינאציע פון עווריל היינס צו דינען אלס "דירעקטאר אוו נעשאנעל אינטעליזשענס".
* * * *
זשאו ביידען האט גענומען קורט קעמפבעלל אלס די נעשאנעל סעקיוריטי קאונסיל קאארדינעיטאר פאר אזיאטישע אנגעלעגענהייטן - קעמפבעלל האט שוין אין די 1990'ער יארן איינגעזעהן די געפאר וואס טשיינע שטעלט פאר אמעריקא.
* * * *
די ביידען איינשווערונג קאמיטע וועט אומקערן א דאנעישאן פון געוועזענע סענאטאר באקסער, נאך וואס זי האט זיך רעגיסטרירט אלס "אויסערן אגענט" -א.ב.א. לאביאיסט- פאר א כינעזע פירמע - די דאונעישאן איז געווען א נישטיגע פינף הונדערט דאללער.
* * * *
יוטוב האט סוספענדירט פרעזידענט טראמפ'ס אקאונט אויף א וואך צייט - אנגעבליך פאר'ן פארלעצן זייערע פאליסיס.
* * * *
א פרישע באריכט צייגט די דיסטראסט וואס הערשט איבער'ן וועלט צו טראדיציאנאלע אינסטיטוציעס -רעגירונגען, מידיע, און אנדערע אגענטורן- אויף אזוי ווייט אז מענטשן ווייסן שוין נישט וועמען צו טרויען פאר אינפארמאציע, און ניטאמאל זיך אליינס...
* * * *
פרוי מאנטגאמרי איז היינט געווארן הינגעריכטעט נאך וואס די זיבעטע קרייז געריכט האט ארויסגעווארפן א סטעי פון א אונטערשטע געריכט - דאס לעצטע מאל א פרוי איז הינגעריכטעט געווארן דורך די פעדעראלע רעגירונג אין געווען אין 1953.
* * * *
די געיעג צו פארטיילן וואקסינען איבער'ן לאנד האט געפירט צו א מאסיווע העכערונג אין פארמאסי ארבעט'ס געלעגענהייטן - לויט איין שאצונג האלט עס יעצט מיט צען פערצענט העכער ווי א יאר צוריק.
* * * *
"עיר בי.ען.בי." קענסעלד אלע רעזערוואציעס פאר וואשינגטאן די.סי. דורכאויס די קומענדיגע וואך - די פירמע זאגט אז דאס קומט נאך א ביטע פון באאמטע אז מענטשן זאלן נישט פארן קיין די.סי. פאר די איינשווערונג.
* * * *
מיסיסיפי האט היינט צום ערשטן מאל ארויסגעשטעלט איר נייע סטעיט פאן ביי די ארטיגע קעפיטאל געביידע - נאך וואס וויילער האבן געשטימט מיט אן איבערוויגענדע מערהייט צו אראפענעמען די קאנפעדערעיט סימבאלן דערפון.
* * * *
די צענזוס ביורא האט פארארדענט איינגעשטעלטע זאלן אפשטעלן זייער ארבעט פון צוזאמשטעלן א רעפארט איבער אומלעגאלע אימיגראנטן אין לאנד.
* * * *
די אי.פי.עי. האט ארויסגעשטעלט א רעגולאציע וואס וועט טעכניש פארבאטן סיי וועלכע פרישע רעגולאציעס איבער גרינע-הייזער אויסשפייעכצער, אויסער פאר פאוער פלענט'ס.
* * * *
די פארזיצער פון די "קאליפארניע דעמאקראטישע פארטיי" האט נעכטן באצייכענט פראוון דורך ארטיגע איינוואוינער צו צווינגען א ריקאל אויפ'ן גאווערנאר אלס א "פוטש פארזוך" אנגעפירט דורך "רעכט-גענויגטע קאנספיראציע טעאקיער, נאציאנאליסטן, און אנטי-וואקסערס".
* * * *
די עס.בי.עי. האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן שוין מוחל געווען 1.1 מיליאן פי.פי.פי. הלוואות- ביי א ווערד פון העכער הונדערט-ביליאן דאללער.
* * * *
פלארידא באזירטע "פראפעשאנעל באנק" האט געמאלדן אז זיי וועלן אפהאקן ביזנעס באציאונגען מיט דאנאלד זשאן טראמפ - די באנק האט איהם צוגעשטעלט א 11 מיליאן דאללער מארגעזש אין 2018.
* * * *
ענדרו יענג איז ערווארטערט מארגן פארמאל אריינצושפרינגען אין די מעיאר פארמעסט אין ניו יארק - אינאיינעם מיט א צוזאג פון געבן צוויי-ביז-פינף טויזענט דאללער א יאר פאר א האלבע מיליאן פאמיליעס דורכאויס די סיטי.
* * * *
אן אמעריקאנע זעלנער איז אומגעקומען, און צוויי אנדערע פארוואונדעט, דורכאויס א קאר צוזאמענשטויס אין קאוועיט.
* * * *
א פלארידא געזעצגעבער וויל פארלאנגען סאציאלע מידיע פירמעס זאלן געבן דרייסיג טאג נאטיץ פאר באנוצער איידער זיי ווערן פארבאטן פון נוצן יענע פלאטפארמע.
* * * *
"קוואלקאם" האט געמאלדן זי וועט צאלן 1.4 ביליאן דאללער אויסצוקויפן די יונגע פירמע "נוויא", אריינברענגענדיג יונגע בלוט און פרישע געדאנקען פאר קוואלקאם.
* * * *
א מאן אין קאליפארניע איז פאראורטיילט געווארן צו צען יאר אין טורמע נאכ'ן אנפירן "יו.עס. פיין ארטס" - א פירמע וואס האט גערויבט 147 מיליאן דאללער פון פרישע אינוועסטירער צו צאלן פאר פריער'דישע אינוועסטירער.
* * * *
די "לאס אנזעלעס סקול באורד" אין קאליפארניע האט געשטימט צו אוטאראזירן א לאוסוט קעגן א פלאן פון די ארטיגע גאווערנאר צו עפענען די שולעס - שולעס אין די סטעיט זענען נאך פארשלאסן זינט פאריאר. אונטער א פלאן ארויסגעשטעלט דורכ'ן גאווערנאר וועט די סטעיט צושטעלן צוויי ביליאן דאללער ארויסצוהעלפן מיט די קאסטן פון פארזיכערן די סקול'ס, מיט א ציל צו עפענען די יונגסטע קלאסן ביז אינמיטן פעברואר.
* * * *
די באקאנטע "וואטסעפפ" פלאטפארמע האט אונטעגענומען א פארצווייגטע קאמפיין צו איבערצייגן קאסטומער'ס אז די נייע "פרייוועסי פאליסי" טוישונגען וועלן נישט פירן דערצו אז "פעיסבוק" זאל קענען ליינען פריוואטע מעסעזשעס - דאס קומט נאך וואס מען האט אין די לעצטערע טעג געזעהן א מאסיווע אריבערוואנדערונג פון באנוצער צו אנדערע ענליכע פלאטפארמעס.
* * * *
די "קעמפ טשאפמאן" מיליטערישע באזע אין אפגאניסטאן איז פאריגע מאנאט געווארן אטאקירט, איבערלאזענדיג דרייצן טויטע - צווישן זיי אפגאנע זעלנער און ספעציעלע סי.איי.עי.-טרעניטער קרעפטן. די באזע איז די ארט וואו עס איז אין 2009 פארגעקומען א באקאנטע טויטליכע זעלבסטמארד אטאקע וואס האט אומגעברענגט זיבן סי.איי.עי. אגענטן.
* * * *
"אינטעל" האט אפגעזאגט איר סי.אי.או. באב סוואן נאך א יאר אין וועלכע די פירמע האט פארלוירן איר טיטל אלס אמעריקא'ס ווערדפולסטע סעמיקאנדוקטאר פירמע, אויך איז די פירמע'ס סטאקס געגאנגען אראפ אנדערש ווי אנדערע אין דיאינדוסטרי וואס זענען געקראכן בארג ארויף.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך ינואר 13, 2021 9:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:43 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דינסטא וארא

א גרופע מיט'ן נאמען "רעפובליקען אקאונטעביליטי פראזשעקט" האט געמאלדן אז זיי וועלן צושטעלן פופציג מיליאן דאללער פאר רעפובליקאנע געזעצגעבער וואס שטימען אין שטיצע פון אימפיטשן די פרעזידענט - די גרופע ווערט אנגעפירט דורך צוויי געוועזענע אדמיניסטראציע באאמטע.

א ישר כוח אלעקסיי.

ווער זענען די צוויי געוועזנע באאמטע פון דעם שטיקל באריכט?

Screenshot 2021-01-14 024305.jpg
Screenshot 2021-01-14 024305.jpg (27.49 KiB) געזעהן 1681 מאל

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג ינואר 15, 2021 12:25 am

דאנערשטאג וארא

ערשט מאליגע אנעמפלוימענט קלעימ'ס איז פאריגע וואך אריינגעקומען ביי 965,000 - היבש העכער פון די ארום 785,000 א וואך פריער.
* * * *
זשעק דארסי -גרינדער און סי.אי.או. פון טוויטער- זאגט "איך פיל מיך נישט שטאלץ מיט'ן אראפווארפן טראמפ פון טוויטער. איך פיל אז דאס באדייט א דורכפאל, פון אונזער זייט, מיט'ן פראמאוטן אויפריכטיגע דיסקוסיעס".
* * * *
זשאו ביידען האט באשלאסן נישט צו נוצן די עמטרעק טרעין צו פארן קיין וואשינגטאן פאר זיין איינשווערונג, צוליב געהעכערטע זיכערהייט זארגן - פריער אין וואך, האט ביידען נאך יא געוואלט פארן מיט'ן טרעין.
* * * *
די "רעפובליקען סטודי קאמיטע" -וואס נעמט אריין כמעט אלע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט- האט ארומגעשיקט א מעמאו פאר אירע מיטגלידער, ווי זיי טוען אויסדרוקן קעגנערשאפט צום באשטעטיגן א וועיווער פאר גענעראל לאויד אוסטין צו סערווירן אלס פארטיידגונג סעקרעטאר אונטער ביידען.
* * * *
געוועזענע ערציאונגס סערקרעטאר פרוי דעוואס האט דורכאויס די ערשטע טעג פון די וויירוס אויסברוך באטראכט די געדאנק פון אפווישן "סטודענט לאון'ס", אבער לעגאלע עקספערטן אינערהאלב די דעפארטמענט האבן געשריבן אז דאס וואלט נישט געווען לעגאל ערלויבט.
* * * *
לויט באריכטן האט טראמפ פארבאטן געהילפן פון דערמאנען די נאמען פון די געוועזענע פרעזידענט ניקסאן, וואס האט רעזיגנירט פון אמט איידער קאנגרעס האט איהם אימפיטשט. לויט איין באריכט האט טראמפ זיך אויסגעדרוקט, אז "כ'קען מיך נישט פארלאזן אז פענס וועט געבן א פארדאן, אזויווי פארד האט געגעבן פאר ניקסאן".
* * * *
די פענטאגאן האט געמאלדן אז זי נעמט אונטער אן אויספארשונג צו דערגיין וויאזוי פאליסיס און פראצעדורן -וואס זענען איינגעשטעלט אויף אפצוהאלטן עקסטרעמיסטן פון אריינקומען, און פארבלייבן, אין די מיליטער- ווערן אימפלעמענטירט.
* * * *
א סענאט פארהער איבער די באשטעטיגונג פון עווריל היינס אלס נאציאנאלע שפיאנאזש דירעקטאר איז געווארן אפגעלייגט אויף נעקסטע וואך.
* * * *
עקטינג אייס דירעקטאר זשאנאטאן פעיהי האט נעכטן רעזיגנירט פון אמט, בלויז געציילטע וואכן נאכ'ן אננעמען די פאזיציע.
* * * *
אן איבערזיכט דורך די עף.בי.איי. אויף די וואשינגטאן די.סי. אפיס פאר צוויי יאר צוריק האט געגעבן א "עף." צייכענוננג, די שוואכסטע צייכענונג.
* * * *
פרעזידענט טראמפ האט היינט געשיקט א "ריסיזשאן" ביטע פאר קאנגרעס, בעטענדיג צו פרירן ארום 27 ביליאן דאללער פון די נארוואס באשטעטיגטע 1.4 טריליאן דאללער בוזשעט - "ריסיזשאן" איז א פראצעדור אונטער וועלכע די פרעזידענט בעט/פארלאנגט פון קאנגרעס זאל באשטעטיגן דאס אויסגעבן ווייניגער געלטער אויף א געוויסע פראגראם.
* * * *
טראמפ פארלאנגט אז סיי וועלכע צאלונג פאר רודי זשוליאני פאר זיין ארבעט דורכאויס די לעצטערע וואכן, מוז ווערן פערזענליך באשטעטיגט דורכ'ן פרעזידענט.
* * * *
די טראמפ אדמיניסטראציע האט אין 2018 אונטערגענומען די "זעראו טאלעראנץ" פאליסי, אונטער וואס קינדער זענען אפגעטיילט געווארן פון זייערע עלטערן ביים אריינקומען אין לאנד אומלעגאל - דאס איז געקומען טראץ ווארענונגען פון באאמטע אז די רעגירונג וועט זיך נישט קענען געהעריג ספראווענען מיט די נאכפאלגן דערפון, לויט א באריכט דורך די זשאסטיס דערפאטמענט אינספעקטאר זשענעראל.
לויט די באריכט, איז געוועזענע עי.זשי. זשעף סעשאנס געווען דער וואס האט אגרעסיוו געשטופט פאר די פאליסי.
* * * *
פרעזידענט טראמפ האט היינט פארלענגערט אימפארט שטייערן אויף וואש מאשינען פון אויסלאנד מיט נאך צוויי יאר.
* * * *
די קאמערס דעפארטמענט האט היינט ארויסגעשטעלט א פארבאט אויף פארקויפונגען פאר די כינעזע "טשיינע נעשאנעל אווערסיס אויל קאפארעישאן" - א פירמע אונטער קאנטראל פון די ארטיגע רעגירונג.
* * * *
קאנגרעס ספיקער פעלאוסי אינדארסירט געוועזענע ווירזשינע גאווערנאר טערי מעקאוליף אין זיין פארמעסט פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע פאר די זעלבע אמט.
* * * *
גוגל פלאנירט צו שפענדן באלד 250,000 דאללער צו העלפן אונלעגאלע אימיגראנטן מיט די פראצעדור פון זיך איינגעבן פאר די "דאקא" פראגראם.
* * * *
ניו יארק סיטי מעיאר דיבלאזיו האט פריער אין וואך געמאלדן אז די שטאט וועט אפהאקן פיר קאנטראקטן, אין די ווערד פון זיבעצן מיליאן דאללער, מיט די "טראמפ ארגענייזעישאן" - דריי פון זיי וואלטן סייווי אפגעלאפן אין אפריל.
דיבלאזיאו האט שוין אין 2015 פרובירט אפצוהאקן ביזנעס קאנטראקטן מיט די פרעזידענט, צוליב קאמענטארן וואס ער האט דאן געלאזט פאלן.
* * * *
וועסט ווירזשיניע גאווערנאר זשים זשוסטיס זאגט אז די סטעט האט שוין פארטיילט -אדער וועט ווערן פארטיילט אין די קומענדיגע טאג צוויי- אלע וואקסינען באקומען פון די פעדעראלע רעגירונג. אויך ווערט באריכטעט אז די סטעיט שטייט פאראויס מיט די צאל וואקסינען פארטיילט, ביי ארום 6.6%.
* * * *
א לאוסוט קעגן עמעזאן באשולדיגט איר אין מאניפולירן פרייזן פון עלעקטראנישע ביכער (E-Books) דורך שליסן אפמאכן מיט די פינף גרעסטע פובלישער'ס איבער'ן לאנד נישט צו ערלויבן אנדערע פארקויפער אויפ'ן אינטערנעט צו פארקויפן די ביכער פאר ביליגער ווי א באשטימטע פרייז - אין 2011 האט א ענליכע לאוסוט אפגעקאסט פיר הונדערט מיליאן דאללער פאר "עפל".
אין אנדערע נייעס, טוט די קאנעטיקוט סטעיט אטוירני זשענעראל אויספארשן אט די באשולדיגונג.
* * * *
ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל פרוי זשעימס האט אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט קעגן די ען.וויי.פי.די. - די קלאגע באשולדיגט די דעפארטמענט אין נוצן "איבערגעטריבענע, ברוטאל, און אומלעגאלע" טאקטיקן ביי די פראטעסטן פארלאפענע זומער.
* * * *
קאנגרעספרוי עי.או.סי. זאגט אז "אויסהייילן דאס לאנד" קען נאר געשעהן נאכ'ן באפרייען די דרום שטאטן - "דאס באדייט אז אונזער לאנד קען נאר ווערן געהיילט דורכ'ן עכט באפרייען די דרום שטאטן. די עכטע באפרייאונג פון די ארימע און די ארבעטער פון עקאנאמישע, סאציאלע און ראסע אונטערדריקונג".
* * * *
געוועזענע נעשאנעל סעקיוריטי עדווייזאר זשאן באלטאן האט באקומען ערלויבעניש פון די געריכט צו צווינגען די אדמיניסטראציע זאל ארויסגעבן דאקומענטן איבער דאס וואס די אדמיניסטראציע האט פרובירט בלאקירן דאס ארויסגעבן פון זיין בוך.
די ריכטער זאגט אז פאר'ן אורטיילן אויף א פארלאנג פון די זשוסטיס דעפארטמענט צו מעגן קאנפיסקירן אלע געלטער וואס קומען פון די בוך פארקויף, דארף מען קלארשטעלן אז נאציאנאלע זיכערהייט איז טאקע געווען די איינציגסטע אורזאך פארוואס מען האט געוואלט שטערן באלטאן פון ארויסקומען דערמיט.
* * * *
א פראפעסער אין מאסאטשוסעטס וואס האט באקומען צוואנציג מיליאן דאללער אין גרענט'ס פון די ענערזשי דעפארטמענט איז ארעסטירט געווארן פאר'ן נישט אינפארמירן די רעגירונג איבער זיינע פארבינדונגען מיט כינעזע רעגירונג'ס באאמטע.
* * * *
די "נאציאנאלע דירעקטאראט פון שפיאנאזש" אגענטור אין אפגאניסטאן זאגט אז זיי האבן פריער אין וואך צושטערט א פלאן דורך אייסיס צו אומברענגן ראסס ווילסאן, אן אמעריקאנע דיפלאמאט סטאנציאנירט אין קאבול.
* * * *
* * * *
די פארלאפענע יאר למספרם -2020- ווערט פאררעכענט אלס די צווייט-הייסטע יאר זינט מ'האט אנגעהויבן האלטן די סארט רעקארד'ס.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג ינואר 15, 2021 12:12 pm

ישר כוח אלעקסיי פאר די געשמאקע באריכט.

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הויעך » פרייטאג ינואר 15, 2021 12:16 pm

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כוח אלעקסיי פאר די געשמאקע באריכט.
האסטו שוין געזעהן דעם אשכול?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג ינואר 25, 2021 10:58 pm

מאנטאג בשלח

טשיינע איז פאריאר -2020- איבערגעשטיגן אמעריקא, ווערענדיג די הויפט לאנד פאר אויסלענדישע אינוועסטירונגען.
* * * *
געווזענע פרעזידענט טראמפ באטראכט זיינע אפציעס וועלכע פלאטפארמעס ער קען נוצן צו ווייטער פארשפרייטן זיין מעסעזש פאר די אלגעמיינע מאסן - לויט קוועלער נאנט צום פרעזידענט איז טעלעגראם נישט איינע פון די וואס ווערן אין באטראכט גענומען.
* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ווייסע הויז באאמטע האבן היינט אפגעהאלטן א טעלעפאונישע געשפרעך מיט עטליכע סענאטארן - פון ביידע פארטייען.

דורכאויס די געשפרעך איז אויפגעברענגט געווארן פראגן ארום די פרישע סטימילוס געלטער, ווען סענאטארן דרוקן אויס זארג אז די געלטער וועט גיין אויך צו אזעלכע מענטשן פאר וועם עס פעלט נישט עכט אויס.

אויך איז געווארן אויפברענגט פראגן איבער די פרייז פון 1.9 טריליאן דאללער וואס די אדמיניסטראציע האט ארויסגעשטעלט - סענאטאר קינג (אינד.-מעין) זאגט "דאס איז נישט מאנאפאלי געלטער".

צווישן די פראגן אויפגעברענגט דורך סענאטארן איז איבער דאס אז עס איז נאך פארבליבן ארום 1.8 טריליאן דאללער אין אומבאנוצטע געלטער פון די פריער'דיגע פעקעזשעס.
* * * *
פרעזידענט ביידען זאגט היינט אז ער איז אפן צו די מעגליכקייט פון טוישן די אינקאם שטאפלען ביי וועלכע מענטשן זענען נאך בארעכטיגט צו באקומען די פרישע סטימילוס געלטער.
* * * *
פרעזדינעט ביידען זאגט היינט אז ער גלויבט אז אמעריקא וועט באווייזן צו פארטיילן א מיליאן וואקסין א טאג ביז דריי וואכן, מיט א אויג אויף די מעגליכקייט פון העכערן די ציפערן צו 1.5 מיליאן א טאג.
* * * *
פרוי יעללען איז געווארן באשטעטיגט צו סערווירן אלס טרעזשורי סעקרעטאר - די באשטעטיגונג איז אדורך 84-15.
* * * *
די סענאט קאמערס קאמיטע וועט מארגן אפהאלטן א פארהער איבער די נאמינאציע פון פרוי ראמינדא צו דינען אלס קאמערס סעקרעטאר, און א טאג שפעטער וועט זיין א פארהער איבער די נאמינאציע פון פיט בוטיזשעזש צו סערווירן אלס טראנספארטאציע סעקרעטאר.
* * * *
דאמיניאן האט אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן רודי זשוליאני אין א פראוו צו באקומען 1.3 ביליאן דאללער אין פארגיטגונגס געלטער פאר'ן פארשמירן די פירמע'ס רעפוטאציע.
* * * *
סענאטאר ראב פארטמאן (רעפ.-אהייאו) האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר א דריטע טערמין ביי די 2022 מידטורם וואלן - "עס ווערט נאר שווערער און שווערער צו אדורכברעכן די פארטיי'אישע גרידלאק אויף צו קענען דורכפירן סיי וועלכע ערנסטע פאליסי טויש".
* * * *
פרעזידענט ביידען האט היינט צוריקגעדרייט א פארבאט דורך טראמפ פאר געוויסע (פערזאנען)[בריות] פון צו קענען דינען אין די מיליטער.
* * * *
פרעזידענט ביידען האט היינט אונטערגעשריבן א ארדער וואס טוט פארארדענען די פעדעראלע רעגירונג זאל איינקויפן מער פראדוקטן פראדוצירט אין אמעריקא, אויך טוט די ארדער פארשטייפערן די אפטייטש פון "מעיד אין אמעריקא".
* * * *
די זשוסטיס דעפארטמענט אינספעקטאר זשענעראל האט אונטערגענומען אן אויספארשונג צו דערגיין אויב באאמטע אינערהאלב די דעפארטמענט האבן אנטייל גענומען אין "סיי וועלכע פראוו צו אריינמישן די דעפארטמענט אין די פארזוכן צו טוישן די אויסגאנג פון די וואלן" - די אויספארשונג וועט זיין קאנצעטרירט סיי אויף יעצטיגע באאמטע, ווי אויך אויף געוועזענע באאמטע.
* * * *
סענאטאר סינעמא (דעמ.-אריזאנא) זאגט אז זי איז קעגן די געדאנק פון אפשאפן די פיליבוסטער פראצעדור אינעם סענאט - א ווארטזאגער פאר'ן סענאטאר זאגט אז זי איז שוין ניטאמאל גרייט צו טראכטן פון טוישן איר מיינונג.
* * * *
סענאטאר זשאש האועלי (רעפ.-מיזורי) פארלאנגט אז די סענאט עטיקס קאמיטע זאל עפענען אן אויספארשונג קעגן א גרופע דעמאקראטישע סענאטארן וואס האבן פארלאנגט א קאמיטע אויספארשונג קעגן איהם - ער באשולדיגט אז די סענאטארן האבן פארלאנגט א באזיסלאזע אויספארשונג אן צושטעלן סיי וועלכע עווידענס.
* * * *
קאנגרעס -די האוז-אוו-רעפרעזענטאטיווס- האט היינט פארמאל אריבערגעשיקט די אימפיטשמענט קלאגע קעגן דאנאלד זשעי. טראמפ צום סענאט. סענאטארן וועלן מארגן ווערן איינגעשוואוירן צום פראצעס, דערנאך וועט קומען א הפסקה פאר צוויי וואכן.
* * * *
דורכאויס א טעלעפאונישע געשפרעך פאריגע וואך האבן טייל רעפובליקאנע סענאטארן פארצילט ווי זיי קומען אונטער דרוק פון איינוואוינער אין זייער סטעיט אז זיי זאלן ריינוואשן טראמפ.
אויך ווערט באריכטעט אז טייל סענאטארן זענען אויפגעברויזט אז עס ווערט בכלל אפגעהאלטן א טרייעל - זיי האבן גאר אויפגעברענגט א געדאנק פון אפיעלן די אימפיטשמענט צום סופרים קאורט.
* * * *
דאנאלד טראמפ האט היינט געגרינדעט די "אפיס אוו די פארמער פרעזידענט" - א שריט קענען מעגליך באטראכטן אלס א צייכן אז ער פלאנט נישט צו לויפן אין 2024.
* * * *
געוועזענע ווייסע הויז פרעס סעקרעטאר סאראה האקעבי-סאנדערס האט געמאלדן אז זי לויפט פאר גאווערנאר אין ארקענסאו - א סטעיט וואו איר פאטער האט געדינט אלס גאווערנאר פאר אכט יאר. זי וועט זיך דארפן פארמעסטן אין די רעפובליקאנע פריימערי מיט ליוטענאנט גאווערנאר טים גריפין און די ארטיגע אטוירני זשענעראל פרוי רוטליזש.
* * * *
פרוי קעללי, א געוועזענע געהילף פאר ניו זשערסי גאווערנאר קריסטי, וועלכע איז באקאנט געווארן דורכאויס די בריזשגעיט סקאנדאל האט געמאלדן אז זי לויפט פאר די "קאונטי קלוירק" אמט אין בערגען קאונטי.
* * * *
ניו יארק סטעיט וועט ערלויבן געוויסע שפיל פארמעסטן (בעסקעטבא"ל, בעיסבא"ל א.ד.ג.) זאלן פארקומען, אנגעהויבן קומענדיגע מאנאט - אבער נאר אויב די לאקאלע קאונטי געזונטהייט באאמטע באשטעטיגן עס.
* * * *
קאליפארניע אטוירני זשענעראל זאיווער בעססערא האט אונטערגענומען אן אויספארשונג אויף די לאס אנזשעלעס קאונטי שעריף'ס דעפארטמענט אויף באשולדיגונגען אז די דעפארטמענט טוט רעגעלמעסיג פארלעצן די רעכטן פון די באפעלקערונג.
* * * *
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם האט געמאלדן אז די סטעיט וועט אנהויבן צוביסלעך אויפלעזן די סטעי-עט-האום באפעלן, אין ליכט פון דעם וואס די סטעיט האט באוויזן צו פלעטטענע"ן די קאר"וו.
ווער געדענקט נאך ווען מ'האט אונז געזאגט אז ס'וועט נעמען בלויז פערצן טעג "טו פלעטטען די קורוו"....
* * * *
א פארמערונג אין די צאל יונגע סטודענטן וואס נעמען זיך דאס לעבן האט געטריבן באאמטע אין קלארק קאונטי, נעוואדע, צו עפענען די ארטיגע סקול סיסטעם נאכ'ן זיין פארשלאסן זינט פארלאפענע מארטש.
* * * *
ערשטע שאצונגען גיבן אן אז קאליפארניע האט אויסגעגעבן ארום ניינצן מיליאן דאללער פאר די געהעכערטע זיכערהייט מאסנאמען אין די ארטיגע הויפטשטאט דורכאויס די לעצטע וואך, אין די צייט וואס בלויז אן איינצעלנע פראטעסטירער איז אהינגעקומען אין די צייט וואס פרעזידענט ביידען איז געווארן איינגעשוואוירן.
אבער וועם גייט עס אן? די פעדעראלע רעגירונג צאלט עס עניוועיס....
* * * *
די פעדעראלע ניינטע קרייז געריכט האט אפגעווארפן א פארלאנג דורך א קאליפארניע קירכע צו אנולירן די גאווערנאר'ס פארבאט אויף אינערליכע רעליגיעזע סערוויסעס, אבער אין די זעלבע צייט צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט געריכט צו איבערקוקן די קאנסטיטוציאנאליטעט פון א לימיט אויף באטייליגטע ארויפגעשטעלט דורכ'ן גאווערנאר.
* * * *
די סופרים קאורט האט היינט זיך אנטזאגט פון אננעמען איבער מעגליכע קאנסטיטוציאנאלע פארלעצונגען דורך דאנאלד טראמפ.
אונטער די קאנסטיטוציע טאר א פרעזידענט נישט פארדינען געלטער, אדער סיי וועלכע טובה, פון א אויסלענדישע רעגירונג - באקאנט אלס די "עמאליומענטס קלאוז". טייל האבן באשולדיגט דעם פרעזידענט אין דאס פארלעצן דורכ'ן ווייטער אנהאלטן אייגענטומערשאפט, און פארדינען געלטער, פון די טראמפ האטעלן אין וואשינגטאן די.סי. און אין אנדערע שטעט.
טראמפ האט גע'טענה'ט אז די קלעגער האבן נישט געליטן קיין שאדן וואס זאל זיי בארעכטיגן צו קענען איהם קלאגן - א.ב.א. "לעק אוו סטענדינג" - אבער די אפעלאט געריכטן האבן איינגעשטימט מיט די אנקלעגער.
היינט האט די העכסטע געריכט פארארדענט די אפעלאט געריכטן זאלן ארויסווארפן זייערע פריער'דיגע אורטייל, און אין די זעלבע צייט ארויסווארפן די קעיס זעלבסט צוליב וואס טראמפ איז שוין ארויס פון ווייסן הויז.

אין אנדערע נייעס, האט די העכסטע געריכט היינט זיך אנטזאגט פון אויסהערן אן אפיעל אין די קעיס פון געוועזענע ניו יארק סטעיט אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג ינואר 25, 2021 11:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג ינואר 25, 2021 11:02 pm

שכח אלעקסיי!

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » מאנטאג ינואר 25, 2021 11:15 pm

הר גריזים האט געשריבן:שכח אלעקסיי!

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עומד מן הצד » דינסטאג ינואר 26, 2021 12:08 am

@אלעקסיי, האמיר זיך ספעציעל אריינגעסיינט אפצוגעבן דעם פארדינטען דאנק, פאר'ן מהנה זיין אזויפיל אידישע קינדער שלא על מנת לקבל פרס.

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8069
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג ינואר 26, 2021 12:26 am

א דאנק אלעקסיי
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך ינואר 27, 2021 1:52 pm

וואף... א גוט שטיקעל קאקאש.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך ינואר 27, 2021 1:59 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:קאנגרעסמאן טאמפסאן פון מיזורי -פארזיצער פון די הויז "היימלאנד זיכערהייט" קאמיטע- זאגט אז סענאטארן קרוז און האועלי דארפן ווערן ארויפגעשטעלט אויף די "נאו פליי" ליסטע.

ווי זאגט @צל? וועך! (במקום פעך).

וועך פאר קרוז און האולי פארן נישט ארויסגעבען א פארקערטע סטעיטמענט, צו פארלאנגען אז מען זאל ארויפלייגען קאנגרעסמאן טאמפסאן פון מיזורי אויף די "נאו פליי" ליסטע,
אויף דעם וואס ער ברענגט אונטער דעמאקרעסי, מיטען טערערעזירען סענאטארן וואס האבען געטוען זאכען וואס עס איז ערלויבט אונטער די קאנסטיטאשען.

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:סענאטאר זשאש האועלי (רעפ.-מיזורי) פארלאנגט אז די סענאט עטיקס קאמיטע זאל עפענען אן אויספארשונג קעגן א גרופע דעמאקראטישע סענאטארן וואס האבן פארלאנגט א קאמיטע אויספארשונג קעגן איהם - ער באשולדיגט אז די סענאטארן האבן פארלאנגט א באזיסלאזע אויספארשונג אן צושטעלן סיי וועלכע עווידענס.

קודאס סענאטער האועלי, פיינעלי הייבן די רעפאבליקענס אן קומען צום שכל,
#האועלי2024

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 12:14 am

מיטוואך בשלח

די פארזיצער פון די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע, פרוי מעקדעניעל, זאגט אז אויב זאל טראמפ ווידעראמאל לויפן פאר די פארטיי נאמינאציע אין 2024, וועט די פארטיי פירערשאפט זיך האלטן נייטראל און נישט שטיצן איהם מער ווי אנדערע קאנדידאטן.
* * * *
געוועזענע ארמיי סעקרעטאר רייען מעקארטי האט באשטעטיגט פאר געזעצגעבער אז די נעשאנעל גארד האט נישט געהאט צוגעגרייט סיי וועלכע פלענערע אין פאל די סיטואציע ווערט אנגעצויגן אום יאנואר 6 - ווי ער זאגט איז די גארד אריינגעברענגט געווארן מיט'ן בלויזן ציל ארויסצוהעלפן מיט'ן קאנטראלירן די טרעפיק אין שטאט.
* * * *
די הויפט קאמאנדיר אינערהאלב די די.סי. נעשאנעל גארד -גענעראל וויליאם וואלקער- זאגט אז דעפענס דעפארטמענט באאמטע האבן אנולירט זיין אוטאריטעט צו קענען אריינרופן טרופן אויף די אייגענע האנט, וואס דאס האט געפירט צו די פארשלעפעריי אום יאנואר 6 - זיין אוטאריטעט איז איינגעצוימט געווארן אין רעאקציע צו די פלויד פראטעסטן אינמיטן זומער.
* * * *
עקטינג קעפיטאל פאליס טשיף זאגט היינט פאר געזעצגעבער אז א צוויי אפיצירן האבן זיך שוין גענומען דאס לעבן זינט די קעפיטאל אומרוען.
* * * *
דורכאויס א פארהער היינט אינעם סענאט האט פרוי ראמינדא געזאגט אז זי וועט זוכן צו טוישן די סעקשאן 230 באשיצונג פאר סאציאלע מידיע פלאטפארמעס אויב ווערט זי באשטעטיגט אלס קאמערס סעקרעטאר.
* * * *
די פענטאגאן האט היינט ארויסגעשיקט עטליכע בי.52 באמבארדיר פליגער צום פערסישן גאלף - די דריט אזא מיסיע אין די יעצטיגע מאנאט, און די ערשטע אזוינס אונטער די פרישע אדמיניסטראציע.
* * * *
די ביידען אדמיניסטראציע האט איינגעפרוירן וואפן פארקויפונגען קיין סאודי אראביע און די יו.עי.אי., אריינגערעכענט די עף.35 פליגער - באאמטע זאגן אז דאס איז א געווענליכע ערשיינונג ווען עס קומט אריין א פרישע פרעזידענט.
* * * *
פעדעראל רעזערוו טשעירמאן זשעראום פאוועל ווארפט אפ זארגן אז א פרישע סטימילוס פעקל קען פירן צו העכערע אינפלעישאן, זאגענדיג אז די שאדן פאר די ארום ניין מיליאן ארבעטסלאזע איבער'ן לאנד וועגט איבער סיי וועלכע זארגן איבער אינפלאציע.
* * * *
עקטינג אטוירני זשענעראל מאנטי ווילקינסאן האט אין א מעמאו אפיציעל אנולירט די "זעראו טאלעראנץ" פאליסי איינגעשטעלט דורך די געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע.
* * * *
באאמטע ביי די פעדראלע "בייאומעדיקעל עדווענסד ריסורטש ענד דעוועלאפמענט אוטאריטי" האבן מיסברויכט צענדליגע מיליאנען דאללער אין שטייערצאלער געלטער -וואס וואלט געברויכט גענוצט ווערן אויף צו אנטוויקלען מעדיצמינען און וואקסינען- דורכאוייס די יארן פון 2010-209, לויט א באריכט פון די עיטש.עיטש.עס. אינספעקטאר זשענעראל.
* * * *
געוועזענע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי גאבבארד זאגט אז זשאו ברענאן, עדעם שיף, און די גרויסע טעכנעלאגיע פירמעס שטעלן א גרעסערע געפאר פאר אמעריקא ווי די ווילדע ראיאטירעער ביי די קעפיטאל - צוליב וואס די ערשטע פארמאגן סאך א שטערקערע מאכט ווי די ראיאטירער.
* * * *
עס ווערט באריכטעט אז ארום דרייסיג טויזענט רעגיסטרירטע רעפובליקאנער האבן געטוישט פארטיי רעגיסטראציע - דערונטער ארום צען טויזענט אין פענסילוועניע, בלויז עטוואס מער פון דריי טויזענט האבן זיך רעגיסטרירט אלס דעמאקראטן - אין אריזאנע האבן ארום פינף טויזענט זיך אפגעשאקעלט פון די פארטיי.
* * * *
עם.טי.עי. באאמטע האבן אנערקענט אז דאס אפשפארן די די סאבוועי דורכאויס די נאכט שעות -אנגעבליך פאר רייניגונג צוועקן- האט נישט געשפארט קיין איין פעני פאר'ן סטעיט - נאר האבן גאר אפגעקאסט איבעריגע געלטער צוליב וואס די באנען לויפן אין די שטונדן מיט בלויז געציילטע רייזענדע ערלויבט.
* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט וועט אפשטעלן אלע דעפארטאציעס דורכאויס די ערשטע הונדערט טעג פון די אדמיניסטראציע.

א פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס האט אפגעשטעלט אויף צייטווייליג די פלאן - אנווייזענדיג אויף א אפמאך אונטערגעשריבן צווישן די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט און טעקסאס וואס פארלאנגט די דעפארטמענט זאל אינפארמירן די סטעיט איידער זי פירט דורך סיי וועלכע פאליסי טויש.
* * * *
א מאן פון קאליפארניע וואס האט אנטייל גענומען אין די קעפיטאל ראיאטן איז ארעסטירט געווארן דורך די עף.בי.איי. - לויט די באשולדיגונג האט ער גענומען דאקומענטן פונעם טישל פון דאן מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנע. אין א ווידעאו אפגעכאפט ביים צענע הערט מען ווי ער זאגט אז די דאקומענטן פארמאדן די אונטערשריפט פון פרעזידענט טראמפ.
* * * *
די "סאן פראנסיסקאו סקול באורד" האט געשטימט צו טוישן די נעמען פון 44 שולע בנינים אין די דיסטריקט - אריינגערעכענט איינס וואס הייסט נאך סענאטאר פיינסטיין.
* * * *
טוויטער האט אויף פערמאנענט פארשלאסן די אקאונט פון מייק לינדעל - די סי.אי.או. פון מיי פילאו. ער האט זיך לעצטענס באקאנט געמאכט ווען ער האט זיך געטראפן מיט טראמפ איבער אנגעבליכע וואל פעלשערייען.
* * * *
פיר געוועזענע סי.סי.אר.בי אויספארשער באשולדיגן אז זיי זענען געווארן ארויסגעווארפן פון די אגענטור פאר'ן פארלאנגען צו זעהן ווידעאו פאוטעזש פון דורכאויס די פלויד פראטעסטן פארלאפענע זומער.
* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:הענריקא טאריאו - די פירער פון די רעכטע "פראוד בויס" באוועגונג - איז ארעסטירט געווארן דורך די לאקאלע פאליציי אין וואשינגטאן די.סי. - ער איז ארעסטירט געווארן אויף באשולדיגונגען פון פארברענען און וואנדאלאזירן א "בלעק לייווס מעטטער" פאן פאריגע מאנאט.

היינט ווערט אויפגעדעקט אז מיט עטליכע יאר צוריק -אין 2014- האט ער געדינט אלס רעגירונגס אינפארמאנט, פירענדיג צו די ארעסט פון 13 מענטשן

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4229
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג ינואר 29, 2021 12:07 am

שכוח אלעקסיי היינט און אלעמאל פאר די פרישע נייעסער אראפגעלייגט מיט פראפעסיאנאליזם קורץ און שארף!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג ינואר 29, 2021 12:48 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח אלעקסיי היינט און אלעמאל פאר די פרישע נייעסער אראפגעלייגט מיט פראפעסיאנאליזם קורץ און שארף!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 02, 2021 10:25 pm

דינסטאג יתרו

אין ליכט פון די לעצטיגע שטורעם ארום די רעפובליקאנע קאנגרעספרוי גרין פון זשארזשיע, וועט די "האוז רולס קאמיטע" מארגן שטימען צו זי זאל ווערן אפגעזאגט פון איר קאמיטע אמטן - אין רעאקציע האט קאנגרעסמאן ברייען בעיבין פון טעקסאס אויפגעברענגט די געדאנק פון ארויסווארפן קאנגרעספרוי אומאר פון די "אויסערן אנגעלעגענהייטן קאמיטע".
דער שטורעם איז אנטשטאנען נאך עס זענען אפירגעקומען פארשידענע מעסעזשעס וואס זי האט געשריבן מיט עטליכע יאר צוריק.
* * * *
מארגן מיטוואך וועט די "האוז רעפובליקען קאנפרענס" דעבאטירן די צוקונפט פון פון קאנגרעספרוי טשעני - נאך וואס מאנכע פארפירן אז זי זאל ווערן ארויסגעשטויסן די פארטיי פירערשאפט צוליב איר שטימע אין שטיצע פון אימפיטשן טראמפ.
* * * *
פרעזידענט זשאו ביידען באטראכט די מעגליקייט פון שענקן אן אמבאסאדאר פאזיציע פאר ראהם עמאנועל, מעגליך קיין טשיינע אדער יאפאן - עמאנועל איז געווען שטאב-הויפט אונטער פרעזידענט אבאמא.
* * * *
סענאט היינט באשטעטיגט פיט בוטעזשעזש אלס טראנספארטאציע סעקרעטאר - די אפשטימונג איז אריבער 86-13.
* * * *
אויך האט די סענאט היינט באשטעטיגט 56-43 אלעזשאנדרו מעיארקיס אלס היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר - דאס איז ערשטע סענאט-באשטעטיגטע פירער פאר'ן דעפארטמענט אין באלד צוויי יאר.
* * * *
סענאט באנקינג קאמיטע זאגט אז זיי וועלן אפהאלטן פארהערן ארום די לעצטיגע געים-סטאפ סומאטוכע.
* * * *
די סענאט "היימלאנד זיכערהייט און רעגירונגס אנגעלעגענהייטן קאמיטע" וועט קומענדיגע דינסטאג אפהאלטן די ערשטע פארהערן פאר נירא טאנדען צו דינען אלס דירעקטאר פאר די "אפיס אוו בודזשעט ענד מענעזשמענט".
* * * *
קאנגרעס היינט געשטימט צו באשטעטיגן געלט שטראפן פאר מיטגלידער וואס איגנארירן מעטאל-דעטעקטאר'ס אראפגעשטעלט אין רעאקציע צו די אומרוען - רעפובליקאנע ברויזן גאר שטארק דערויף און טייל זענען דירעקט געגאנגען ארום די דעטעקטאר'ס.
* * * *
קאנגרעספרוי סטעפאניק פון ניו יארק שלאגט פאר א רעזאלוציע וואס דרוקט אויס קעגנערשאפט איבער דאס געבן וואקסינען פאר ארעסטאנטן אין גואנטאנאמאו בעי איידער אלע אמעריקאנע זענען וואקסינירט.
* * * *
דעמאקראטישע קאנגרעספרוי קאפּטור זאגט אז א גרויסע מערהייט פון אירע דעמאקראטישע קאלעגע געזעצגעבער פארשטייען נישט די געברויכן פון די מיטל-קלאס ארבעטער פאמיליעס איבער'ן לאנד.
* * * *
סאוט דעקאוטע רעפובליקאנער גאווערנאר פרוי נאועם האט אויפגעטריבן באלד א מיליאן דאללער דורכאויס די לעצטע יאר-פערטל פון 2020 - זי ווערט געזעהן אלס מעגליכע 2024 פרעזידענט קאנדידאט.
* * * *
א גרופע "פראגרעסיווע" -די גרופע וואס האט ארויסגעהאלפן קאנגרעספרוי עי.או.סי.- האט אונטעגענומען א זוך אקציע פאר קאנדידאטן וואס זאלן לויפן אין א פרייעמרי קעגן סענאטארן זשאו מענשין און פרוי סינעמא, צוליב זארגן אז די צוויי וועלן אונטערשטעלן פיסלעך פאר א פראגרעסיווע אגענדא - דאס איז טראץ וואס די צוויי סענאטארן לויפן ערשט אין 2024.
* * * *
קאנגרעס ספיקער פעלאוסי האט איינגעמאלדן פאר דעמאקראטישע געזעצגעבער איבער פרישע מאסנאמען אונטערגענומען צו פארזיכערן זייער פרידן ביים קומען און גיין פון/צו וואשינגטאן - צווישן אנדערע וועלן קעפיטאל פאליציי זיך געפינען אין אלע לופטפעעלדער אין די געגענט.
* * * *
קאנגרעסמאן עדעם שיף פון קאליפארניע האט אונטערגענומען א קאמפיין ביי די ארטיגע גאווערנאר זאל איהם נעמען אלס אטוירני זשענעראל, נאך וואס די אמטירענדע עי.זשי. איז נאמינירט געווארן צו סערווירן אלס עיטש.עיטש.עס. סעקרעטאר.
* * * *
דעמאקראטן וואס זוכן אדורכצושטופן די פרישע סטימילוס פעקעזש נוצנדיג די רעקאנסיליעישאן פראצעדור, קענען זיך מעגליך אנשטויסן אין געצוואונגענע מעדיקעיר שניטן אין רעזולטאט פון די "פעי עז יו גאו" געזעץ וואס פארלאנגט אז יעדע העכערונג אין די נאציאנאלע חוב טוט אוטאמאטיש שניידן ספענדינג אויף וועלפעיר פראגראמען.
* * * *
פארטיידיגונג סעקרעטאר לאויד אוסטין האט פארארדענט הונדערטער מיטגלידער פון פארשידענע עדווייזארי פאנעלן ביי די פארטיידיגונגס דעפארטמענט זאלן אפטרעטן פון אמט - דאס קומט אין רעאקציע צו דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט זינט די וואלן אריינגעשטעלט מענטשן סימפאטיש צו איר אגענדע.
* * * *
די סטעיט דעפארטמענט דעפיוטי אסיסטענט סעקראטערי פאר מדנ"י-פאלעסטינע באציאונגען האט נעכטן גערעדט מיט מערערע פאלעסטינער באאמטע - אין א שארפע אפנויג פון די פריערדיגע אדמיניסטראציע.
* * * *
פענאטאגאן היינט געמאלדן אז די יו.עס.עס. נימיץ עירקרעפט קעריער -אינאיינעם מיט איר 5,000 מאנשאפט- וועט זיך אומקערן צו די פאראייניגטע שטאטן - נאכ'ן זיין אין די פערסישע גאלף פאר באלד צען מאנאטן.
* * * *
די רוסישע אויסערן מיניסטער האט היינט סיגנאליזירט אז רוסלאנד איז מעגליך גרייט צו פארבלייבן אנגעשלאסן אין די "אפענע הימלען אפמאך" אויב אמעריקא שליסט זיך צוריק אן דערינען.
* * * *
די פעדעראלע "נעשאנעל פיינענס סענטער" -וואס פירט אן די פעיראלל אפעראציעס ביי די יו.עס.די.עי.- איז געקומען אונטער אטאקע דורך כינעזע העקער'ס וואס האבן אויסגענוצט לעכער אין די סאלערווינדס סיסטעם - די לעכער זענען שוין פריער אויסגענוצט געווארן דורך רוסלאנד.
* * * *
זשארזשיע סעקראטערי אוו סטעיט האט געמאלדן אז זיין אפיס פארשט אויס די מעגליכקייט אז די באקאנטע פרא-טראמפ אדוואקאט לין וואוד איז באגאנגען וואוטער פראוד.
* * * *
די "רעפובליקען אקאונטעביליטי פראזשעקט" האט אונטערגענומען א מיליאן-דאללער רעקלאמע קאמפיין, פארלאנגענדיג פון סענאטארן קרוז און האועלי זאלן רעזיגנירן - דאס איז בלויז די ערשטע שריט פון א גרעסערע 50 מיליאן דאללער קאמפיין קעגן אזעלכע וואס האבן געשטיצט די אבזשעקשאן'ס אום יאנואר 6.
* * * *
צוויי עף.בי.איי. אגענטן אין פלארידא זענען היינט אומגעקומען -און דריי אנדערע פארוואונדעט- ביים פרובירן דורכפירן א סוירטש - די פארברעכער איז דערשאסן געווארן דורך אגענטן. דאס איז די ערשטע מאל זינט 2008 וואס אגענטן ווערן דערשאסן ביים אויספירן זייער ארבעט.
* * * *
עף.בי.איי. דירעקטאר קריס רעי געמאלדן די אויפנאמע פון פאול אבעיט אלס דעפיוטי דירעקטאר - ערזעצענדיג דעיוויד באדוויטש.
* * * *
פילאטן באריכטן לעצטענס איבער א פארמערונג אין די צאל טעותים וואס זיי מאכן ביים פירן פליגער, זיי לייגן דאס אן אויף דעם וואס זינט פאריאר מארטש זענען די הימלען מער-ווייניגער פארמאכט.
* * * *
קאליפארניע גאווערנאר האט פארלענגערט א עוויקשאן מאראטאריום אויף ביז יוני 30.
* * * *
ניו יארק סטעיט העלטה קאמישאנער האוערד זוקער וועט אויפטרעטן פאר א סטעיט סענאט קאמיטע אום פעברואר 25.
* * * *
אין א צייכן ווי ערנסט וואל סטריט איז באזארגט איבער די מעיאר וואלן אין ניו יארק סיטי, ווערט באריכטעט אז עקזעקיוטיוו'ס ביי די גרעסטע פירמעס האבן געבעטן/פארלאנגט פון זייער ארבעטער זאלן זיך רעגיסטרירן צו שטימען אין די פריימעריס - נאך וואס דאס איז זייער איינציגסטע מיטל צו באאיינפלוסן די לאקאלע וואלן.
* * * *
איידער פרעזידענט טראמפ איז ארויס פון אפיס איז געווען באריכטעט אז ער וועט פארדאנירן געוועזענע ניו יארק סטעיט אסעמבלי ספיקער סילווער, נאר דאס איז צופאלן אין די לעצטע מינוטן. עס ווערט יעצט אויפגעדעקט אז די עס האט שוין געהאלטן ביי דעם אז די ווייסע הויז האט זיך געהאט פארבינדן -אום יאנואר 19- מיט סילווער'ס פרוי צו מעלדן אז זי זאל זיך גרייטן צו אפנעמען איר מאן.
* * * *
"פארד" וועט אריינשטעלן די "ענדרויד" אפערעיטינג סיסטעם אין אלע אירע קאר'ס, אנגעהויבן פון יאר 2023.
* * * *
טעסלא האט ארויסעגעבן א ריקאל אויף ארום 135,000 מאדעל עס. או עקס. קאר'ס - מאדעל עס. 2012-2018 און די מאדעל עקס. 2016-2018.
* * * *
"מעלווין קעפיטאל" -איינס פון די גאר פרעסטיזשפולע העדזש פאנד פירמעס- האט פארלוירן ארום 53% פון איר געלט אין יאנואר, אין רעזולטאט פון די געים-סטאפ געשיכטע.
* * * *
פעדעראלע "לעיבאר דעפארטמענט" נעכטן געמאלדן א 3.8 מיליאן דאללער אפמאך מיט גוגל אויף באשולדיגונגען אז די פירמע האט פונאנדערגעשיידט צווישן מענער און פרויען ביים באשליסן זייער געהאלט - די אפמאך נעמט אריין 2.6 מיליאן דאללער אין בעק-פעי פאר באטראפענע.
* * * *
עיטש.די. מידיע -א וועסט-ווירזשיניע באזירטע צייטונג פירמע- האט אריינגעגעבן א פעדעראלע לאוסוט קעגן גוגל און מייקראסאפט אויף די באשולדיגונג אז די פירמעס האבן א מאנאפאלי אויף דידזשטעל עדווערטייזינג - דאס איז די ערשטע אזא סארט קלאגע אין געריכט.
* * * *
לויט א פרישע באריכט פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט איז די פראגע "וויאזוי צו מאכן א באמבע" געווען פון די צען מערסט געזוכטע פראגן אויף גוגל דורכאויס סעפטעמבער און אקטאבער.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 03, 2021 10:18 am

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בראשית

ווען נאצי דייטשלאנד האט ווי אן אקטאפוס אויסגעשפרייט אירע פארצוקנדע לאפעס אויף אייראפעישע לענדער האט זיך אונגארן געטראפן גאנץ שנעל מיט די רייכע אויסוואל פון קעמפן א פארלוירענע קאמף אדער קאפיטולירן און מיטארבעטן מיט די דייטשן און האט אויסגעוועלט די צווייטע

אין באצוג צו אידן האט זיך עס אנגעהויבן שוין אין 1941 למספרם מיטן אוועקנעמען בירגערשאפט, ארויסשטעלן אידישע איינגעשטעלטע פון פובליק פאזיציעס און פארטרייבן אידן פון לאנד אדער זיי פירן צו ארבעטס/טויט לאגערן

אין 1943 למספרם האט די רויטע סאוויעטישע ארמיי דערלאנגט די דייטשן א טויט קלאפ ביי שרעקליכע שלאכטן אין סטאלינגראד וועלכע האט מער ווייניגער אוועקגעלייגט די דייטשע זעקסטע בריגאדע פארקירעוונדיג די קריג קיין מזרח ווען אויפן מערב פראנט האבן די אמעריקאנער און רוסן עטוואס צוויי יאר שפעטער -שוין נאך די נארמאנדי לאנדונג- זיך געטראפן אויף די דייטשע טעריטאריע ביים עלבא טייך און מיט דריי טאג שפעטער איז היטלער ימ"ש געווען טויט

גלייך נאך די רוסישע טריאומף אין סטאלינגראד האט אונגארן אנגעהויבן באגרייפן אז די קריג קען זייער מעגליך ענדליך נעמען א פארקערטע ריכטונג און זי קען זיך טרעפן אויף די שלעכטע זייט פון א זיגרייכע אמעריקאנע און רוסישע אליאנץ און האט זיך שוין דאן פארבונדן מיט די אליאירטע לענדער אין א פרואוו אויסצוהאמערן א פרידן פאקט מיט אמעריקא, ענגלאד און נאך עטליכע לענדער

אום מערץ 1944 למספרם האבן די דיייטשע טרופן אין א געיעג צו פארמיידן אונגארישע קאפיטולאציע צו די מערב אליאירטע אריינגעשטורעמט אין אונגארן און זיכער געמאכט אז די פארלאמענט ווארפט אראפ די רעגירונג און איינגעשטעלט א נייע פאנאטישע אנטיסעמיטישע רעגירונג און פרעמיער מיניסטער

די נייע רעגירונג האט פולשטענדינג קאלאבארירט מיט די נאצישע באפעלן און איינגעשטעלט א פאליסי פון טאטאלע אידישע פארניכטונג אויף א בליץ שנעלן טעמפא וועלכע מען האט נישט געזעהן בעפאר ווען אין א דריי מאנאטן אפשניט זענען נאנט צו א האלב מיליאן אידן פארטיליגט געווארן ר"ל

פערצן אידישע אונגארישע קריגס איבערלעבער אריינגערעכנט פיר וועלכע האבן עמיגרירט קיין אמעריקא און באקומען בירגערשאפט האבן געפיילט א לאוסוט אקעגן אונגארן פארלאנגענדיג פארגיטיגונג פאר זייערע צוגערויבטע היימען און אייגנטום
די פיר אמעריקאנער זענען ראזאליע סימאן, שארלאט ווייס, ראוז מילער און עלא פייערשטיין

נאך צוויי זענען העלען הערמאן און העלענא וואקסבערג פון קאנאדא און איזראעליס צבי זעליקאוויטש (ע"ה וועלכע איז אוועק אינמיטן די קעיס און זיינע דריי קינדער האבן איבערגענומען זיין ראלע אין די קלאגע) , מאגדא קאפאלאוויטש, גאלדא פרידמאן, יצחק פרעשבורגער, אלכסנדר ספייסער, טיבי ראם און משה פערל און פון אוסטראליע קלאגט ווערא דייטש

די שטיינדל וואס האט אבער גראד פון אנהויב געשטרויכלט די קלאגע איז א געזעץ וועלכע קאנגרעס האטבאשטעטיגט אין 1976 למספרם גערופן די אויסערן זעלבסטשטענדיגקייט באשיצונג אקט מיטן אקראנים FSIA וועלכע שרייבט אז מען קען נישט ברענגן ציווילע קלאגעס אקעגן אויסלענדישע רעגירונגען אין אמעריקאנע געריכטן אויסער אין געוויסע פעלער

די ציהל פון די געזעץ איז צו באשוצן אינטערנאציאנאלע באציאונגען צווישן אמעריקא און אנדערע לענדער מיטן שענקן יוריסדיקציע פאר די באטרעפנדע לענדער איבער קלאגעס געברענגט אקעגן זיי

איינע פון די אויסנאמען אונטער וועלכע קאנגרעס האט יא צוגעטיילט יוריסדיקציע צו אמעריקאנע געריכטן איז באקלאגענישן אז א פראפערטי איז גערויבט געווארן אין אומשטענדן פארבאטן דורך די אינטערנאציאנאלע געזעץ אויב די פארכאפונג איז געווארן דורכגעפירט דורך אן אויסלענדישע רעגירונג אדער אגענטור וועלכע איז פארמישט אין קאמערציאלע אקטיוויטעטן אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן

די קלאגעס פון די קריגס איבערלעבער איז געווען אקעגן די אונגארישע רעגירונג און די ארגינעלע רעילראוד סיסטעם וועלכע האט אין יענע צייט באלאנגט פאר די אונגארישע רעגירונג און דורך יענע קארגא באנען האט מען פארשיקט די אידן אוועק פון זייערע היימען

די רעילראוד סיסטעם איז היינט ערזעצט דורך אן עסטרייכישע פירמע און די דיסטריקט קאורט האט די ערשטע זאך נאכגעגעבן די פארלאנג פון די אמעריקאנע רעגירונג אז די עסטרייכישע פירמע זאל נישט קענען ווערן געקלאגט זינט די פירמע איז קיינמאל נישט געווען פארמישט אין די פארברעכנס און אז עס וועט שטערן באציאונגען צווישן אמעריקא און עסטרייך וועלכע האבן אויסגעהאמערט אן אפמאך אונטער וועלכע עסטרייך פארגיטיגט קריג איבערלעבער וועלכע זי האט פאראומגליקליכט

דערנאך האט די דיסטריקט געריכט אויך באפרייט אונגארן און איר ארגינעלן טראנזיט סיסטעם פון קלאגעס אין אמעריקאנע געריכט באזירט אויף א 1947 למספרם האנדלס אפמאך צווישן אמעריקא און אונגארן

יענע אפמאך איז געקומען נישט לאנג נאכן ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג און אונגארן האט זיך פארפליכטעט צו א מעכאניזם געשאפן צו פארגיטיגן איבערלעבער

די געריכט איז געקומען צום אויספיר אז אויב זאל זי זיך רעזערווירן יוריסדיקציע איבער אזלעכע קלאגעס וועט עס גיין אין קאנפליקט מיט די אינטערעסן און האנדלס אפמאכן צווישן אמעריקא און אונגארן

א פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט אבער צוריקגעדרייט די באשלוס שרייבנדיג אז אין יענע האנדלס אפמאך האט זיך אונגארן פארפליכטעט אז פון איר זייט וועט זי גיבן די מינימום פארגיטיגונג ווען איבערלעבער ברענגן קלאגעס אין אירע געריכטן אבער אמעריקא האט זיך נישט פארפליכטעט אז קלעגער זאלן זיין געבונדן אויסשליסליך צו די איינע מעגליכקייט און דעריבער איז די טיהר פאר קלעגער געבליבן אפן צו קענען קלאגן דורך אנדערע לעגאלע שטראזן ווי צום ביישפיל די אמעריקאנע יורידישע סיסטעם

די פאנעל האט אנגעצייגט אז די FSIA אויסנאם פון פעלער פון פראפערטי פארכאפונג איז קלאר גילטיג אין דעם פאל זינט די אונגארישע טראנזיט סיסטעם האט דעפארטירט די אידן אקעגן די אינטערנאציאנאלע געזעץ און אז די טראנזיט סיסטעם איז געווען פארמישט אין קאמערציאלע אקטיוויטעטן אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן מיטן אויפהאלטן א ביורא צו פארקויפן טיקעטעס און באשטעלן רעזערוואציעס און ענליכע ביזנעס

באזונדער האט אונגארן רעקלאמירט אין די אמעריקאנע האנדל מערקעט אירע ביזנעסער, און געשטופט אמעריקאנע טוריסטן צו באזוכן אונגארן און געזוכט אמעריקאנע הלוואות ועוד וואס די אלע אקטיוויטעטן זענען גענוג צו פאלן אונטער די FSIA געזעץ אלץ א לאנד וועלכע מען קען קלאגן אין אמעריקאנע געריכטן

אונגארן האט געהאט גע'טענה'ט אז אפילו אויב די קלעגער קענען זיך באנוצן מיט די FSIA אויסנאם איז עס בלויז נאכן פרובירן צו קלאגן אין די אונגארישע געריכטן

אונגארן צייט אן אויף א ברייט אנגענומענע א דאקטרינע וועלכע שטעלט אוועק א סטאנדארט אר קלעגער צו פרובירן צו ערשט צו קלאגן אין די לענדער אין וועלכע די פארברעכן איז אנגעבליך דורכגעפירט געווארן און אויב מען פאלט אדורך אין יענע געריכטן זיך דאן פרובירן צו ווענדן צו געריכטן אין אנדערע לענדער אויסער אין פאל וואס עס איז זייער קלאר אז קלאגעס אין די געריכטן אין לענדער וואו די פארברעכן איז אנגעבליך באגאנגען געווארן פארמאגן קיינע שאנסן פאר סוקסעס און איז א שאד די צייט

אונגארן האט ארויסגעהויבן די פאקט אז די איבערלעבער האבן ניטאמאל פרובירט צו קלאגן אין די אונגארישע געריכטן און די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די ארגומענט אבער די קרייז געריכט האט סימפאטאזירט מיט די קלעגער וועלכע האט פארפירט אז אנטיסעמיטיזם אין אונגארן איז שטארק געשטיגן און אז מען קען נישט האבן קיין צוטרוי אין די אונגאריש יורידישע סיסטעם

די קרייז געריכט ברענגט אויך ארויס אז די געווענליכע פרעצעדענט וועלכע שיקט קלעגער צו מער לאקאלע און באגרעניצטע געריכטן (צום ביישפיל סטעיט ארעסטאנטן וועלן געווענליך ברויכן קלאגן צו ערשט אין סטעיט געריכט און נאכן דורכפאלן האבן די אפציע צו גיין פעדעראל) איז אוועקגעשטעלט אז געריכטן וועלכע זענען דעזיגנירט ספעציפיש צו דעקן די געגנט און באקלאגענישן פון קלעגער זאלן צו ערשט באטראכטן די קלאגעס און אויב מען קומט נישט צו א שליכטונג זאל מען גיין צו שטאפל צוויי און אזוי ווייטער און ווייטער ביזן סופרים קאורט וועלכע איז די לעצטע אויסוואל

די דאקטרינע ווערט גענוצט ווי פריער געשריבן אין פעלער פון פארברעכן אין אנדערע לענדער איז פארשטענדליך אז מען שיקט קלעגער צו די באטרעפנדע לענדער וועלכע זענען בעסער אויסגעקאכט און באקאנט מיט די קלאגעס
ערקלערט די געריכט אז די סיסטעם נעמט אלץ אריין א באדינגונג אונטער וועלכע די ערשטע שטאפל געריכטן זענען פארפליכטעט אז זייער אורטייל זאל קענען ווערן אפעלירט און העכערע שטאפל געריכטן דורך די אומצופרידענע זייט

אבער אין אונזער פאל איז די אונגארישע געזעץ נישט גרייט געווען צו גאראנטירן אז אין פאל וואס די קלעגער פאלן דורך אין די אונגארישע געריכט וועט אונגארן איינגיין צו ווערן געקלאגט אין אמעריקא

אויסער דעם שרייבט די קרייז געריכט אז די קעיס ציהט זיך שוין גאר לאנג און ערלויבן אונגארן צו פארכאפן די קעיס און עס אויסציען ביז צום מאקסימום קען רעזולטאטירן אז ווען די עלטערע לייט וועלן פארלירן זייער קעיס אין די אונגארישע געריכטן וועט שוין זיין צי שפעט אז זיי זאלן נאך קענען צוריקקומען צו די אמעריקאנע געריכטן

באזנודער האט די קרייז געריכט אוועקגעמאכט א דאקטרינע באנוצט דורך די דיסטריקט געריכט לויז צו ווערן פון די קעיס גערופן
"פארום נישט צוגעפאסט" וועלכע ערלויבט געריכטן זיך אפצושאקלען פון קלאגע דורך צושיקן די קעיסעס צו אנדערע געריכטן אויב זיי קענען אנצייגן אז באזירט אויף די אומשטענדן איז די אנדערע געריכט מער צוגעפאסט צו באהאנדלען די ספעציפישע קעיס

די דיסטריקט געריכט האט פרובירט צו זאגן אז אונגארן איז בעסער אויסגעשטעלט צו באהאנדלען א קעיס וועלכע איז געווארן דורכגעפירט אויף איר טעריטאריע און עדות און באווייזן זענען פיזיש נענטער צו די אונגארישע געריכט הייזער וועלכע מאכט פראקטישער דורכצופירן דארט די פראצעס

אויך האט די דיסטריקט געריכט ארויסגעברענגט אז אויב זאל די געריכט פארקומען אין אמעריקא וועט מען זיך מוטשען צו באקומען צוטריט צו א גרויסע צאל רעלעוואנטע דאקומענטן וועלכע קענען זיין פארבונדן צו די קעיס און עקסטער וועט מען זיי ברויכן איבערטייטשן אויף ענגליש זינט זיי זענען דאקומענטירט אין אונגאריש

די קרייז געריכט האט אפגעפרעגט ביידע טענות זאגנדיג אז די קלעגער האבן שוין באוויזן צו זאמלען די נויטיגע דאקומענטאציעס פון די אמעריקאנע האלאקאוסט מעמאריעל מוזעאם און אז טראנזילאציע וועט סייווי אויספעלן אויך אין אן אונגארישע געריכט זינט מיינסטנס קלעגער רעדן ענגליש

די דיסטריקט געריכט האט נישט אקצעפטירט די טענה אז עס איז יא באקוועמער פראקטישער פאר די קלעגער צו קלאגן אין אמעריקא זינט עס איז זיי לייכטער צו ערשיינען אין א לאקאלע געריכט ווי איידער רייזן קיין אונגארן

די געריכט האט געשריבן אז בלויז פיר פון די קלעגער זענען אמעריקאנער און די אנדערע וועלן סייווי רייזן דעריבער איז נישט די רייזע פאקטאר אזא ערנסטע זאך ווען מען באטראכט וואו עס איז די מערסטע פאסיג צו באהאנדלען די קעיס

די קרייז געריכט האט עס אבער אפגעווארפן זאגנדיג אז 4 קלעגער איז א צוויי דריטל און מען קען עס נישט אזוי לייכט אוועקמאכן און באוזנדער זענען דא פון די אנדערע אויסלענדער אויך אזלעכע וועלכע עס איז זיי לייכטער צו רייזן קיין אמעריקא ווי קיין אונגארן פון א געאגראפישן שטאנדפונקט און אז אונגארן וויל שלעפן די קלעגער צו זיך ארויס פונעם אמעריקאנעם געריכט דארפן זיי איבערצייגן אז עס איז לייכטער פאר אלע אהינצוגיין און טראץ וואס די אנגעקלאגטע אין דעם פאל (אונגארן) איז לאקירט אין אונגארן געפונען זיך אלע קלעגער אינדרויסן פון אונגארן און מען קען נישט אהינשלעפן אזויפיל עלטערע מענטשן צו אזא ווייטע לאנד און פון אן עמאציאנאלע פערספעקטיוו צו א לאנד וועלכע האט טראנספערירט זייערע באליבסטע צום טויט און גערויבט זייער האב און גוטס

די סירקוט קאורט האט אפגעווארפן די באהויפטונג פון די דיסטריקט קאורט אז עס איז אויף די פלייצעס פון די קלעגער צו איבערצייגן פארוואס אן אמעריקאנע געריכט איז מער פאסיג

די סירקוט ריכטער שרייבן אז לויט די געזעץ איז עס קאפויער און אונגארן ברויך איבערצייגן פארוואס זייער געריכט וואלט געווען מער פאסיג און ווי געשריבן האלטן די ריכטער אז זיי האבן זאנס נישט איבערצייגט

אין א לעצט מינוטיגע פרואוו האט אונגארן אויפגעברענגט ערשט אינעם סירקוט קאורט א נייע ארגומענט, נעמליך, אז די קלעגער פארטרעטן נישט בלויז זיך נאר א ברייטערע קלאס פון פאטענציאלע קלעגער "וועלכע וואוינען נאך ביז היינט אין אונגארן"

אנצייגנדיג איבער א קעיס וועלכע ווערט באהאנדלט אין א פעדעראלע געריכט אין פלארידא וואו אידישע קריגס איבערלעבער קלאגן אין נאמען פון אלע באראבעוועטע וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון די באקאנטע גאלד און צירונג רויב (ווען אמעריקאנער האבן פארכאפט א באן פון די דייטשן וועלכע האט געפירט א ריזן זאפאס פון גאלד און צירונג סארטירט אין קלאר אנגעצייכנטע שאכטלען אנטהאלטנדיג גאלד און צירונגען גערויבט פון אידן בבחינת הרצחת וגם ירשת און די מיליטער האט עס אנגעבליך פארקויפט און די קלעגער קלאגן די אמעריקאנע רעגירונג איבער דעם) און אונגארן האט געזוכט ארויסצוברענגן אז מען דארף נעמען אין באטראכט אז אויך דא טוען מעגליך די קלעגער אפעקטירן מערערע פארטריבענע פון זייערע היימען און יענע א גרויס טייל פון די אפעקטירטע וואוינען נאך אין אונגארן אבער די קרייז געריכט האט געזאגט אז אונגארן האט נישט געמאכט דעם ארגומענט אין דיסטריקט געריכט און עס איז צי שפעט

באזונדער זאגן זיי אז מען קען נישט נוצן די פלארידא קעיס אלץ באווייז ווייל אין די איצטיגע קעיס קלאגן נישט די קלעגער פאר קיינעם אויסער זיי

די דריי ריכטער פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט ארויסגעגעבן איר 2-1 אורטייל אין שטיצע פון די קלעגער און איז באשטאנען פון:

ריכטערין מילעט
(זי איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא צום זיץ וועלכע סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס פלעגט האלטן און שפעטער באטראכט געווארן צו ערזעצן סופרים קאורט ריכטער סקאליא אבער עווענטועל האט אבאמא אויסגעקליבן ריכטער מעריק גארלענד וועמענ'ס נאמינאציע איז געגאנגען אין ערגעץ)

ריכטערין פילארד (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)

און ריכטער קאטסאס (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) וועלכע האט געשריבן א קעגן אורטייל אין שטיצע פון אונגארן

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס און באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף דעצעמבער 7 למספרם

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין די קעיס אפווארפנדיג די אורטייל פונעם די סי פאנעל און זיי פארארדנט עס נאכאמאל צו באהאנדלען אין ליכט וואס עס איז נישט אין איינקלאנג מיט א סופרים קאורט אורטייל ארויס היינט אינדערפרי אין א צווייטע ענליכע קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 03, 2021 10:38 am

הכל הבל האט געשריבן:

נאך וואס די אורטייל האט געלאנדעט האב איך עס דא געמאלדן אבער דאן געזעהן פון באקאנטע "געריכט עקספערט" וועלכע שרייבט גאר אז די אידישע קלעגער האבן אפגעהאלטן א מאסיווע געוואונס
עס איז מיר געווען אינטערסאנט ווייל איך האב געליינט די אורטייל און פארשטאנען אנדערש
איך האב נישט געוואלט אויסמעקן מיין באריכט בלויז ווייל "ער" שרייבט אנדערש אבער יא געהאלטן אן אויג אויף סיי וועלכע קלארשטעלונג
אצינד זעה איך אז יענע באריכט זיינע איז איינפאך פארשוואונדן..

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 03, 2021 11:36 am

אקעי איצט האט יענער געאפדעיט אז א פריערדיגע באריכט איז געווען גרייזיג

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אימפעט » מיטוואך פאברואר 03, 2021 11:40 am

ווער איז דאס "יענער"? (מיטן תנועה הידוע)
לעצט פאראכטן דורך אימפעט אום מיטוואך פאברואר 03, 2021 11:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך פאברואר 03, 2021 11:40 am

יישר כח, הבל און אלעקסיי.

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אימפעט » מיטוואך פאברואר 03, 2021 11:41 am

צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח, הבל און אלעקסיי.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 03, 2021 11:47 am

אימפעט האט געשריבן:ווער איז דאס "יענער"? (מיטן תנועה הידוע)

נאמען געהיטן אין די רעדאקציע

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג פאברואר 04, 2021 10:38 pm

דאנערשטאג יתרו

פרישע אנעמפלוימענט קלעימס איז פאריגע געפאלן צו 779,000 - אראפ פון די ארום 810,000 א וואך פריער.
* * * *
קאנגרעס האט היינט געשטימט צו אוועקנעמען פון פרוי גרין אלע איר קאמיטע אויפגאבעס.
* * * *
סענאטאר קלאובאשער פון מינעסאוטא שלאגט פאר א געזעץ וואס וועט פארשטייפערן אנטי-טראסט געזעצן ביי די ביג-טעק אינדוסטרי, און פארגרינגערן פאר רעגירונג'ס אגענטורן צו אינפארסירן די געזעצן.
* * * *
פרעזידענט ביידען האט היינט פארשפראכן צו הייבן די צאל פליטים אריינגעלאזט אין לאנד צו 125,00 - ארויף פון די יעצטיגע 15,000 איינגעשטעלט אונטער טראמפ.
* * * *
ביידען האט געמאלדן אז אמעריקא וועט אפשטעלן איר שטיצע פאר סאודי אראביע אין די קריג אין תימן - אמעריקא'ס שטיצע איז באשטאנען פון ארויסהעלפן מיט לאזשיסטיקס און פארקויפן פארשידענע וואפן.
* * * *
אין די זעלבע צייט האט פרעזידענט ביידען פארשפראכן אז אמעריקא וועט ווייטער העלפן סאודי אראביע זיך באשיצן פון אטאקעס דורך די אויפשטענדלער אין תימן און ארום.
* * * *
פארטיידיגונג סעקרעטאר לאויד אוסטין פארארדענט אלע מיליטערישע באאמטע זאלן טראגן א מאסקע ביים זיין אנוועזענד אין סיי וועלכע מיליטערישע פראפערטי, ווי אויך ביים דורכפירן ארבעט סיי ווי פאר די דעפארטמענט.
* * * *
אין א פרישע באריכט פארציילן קאסטומס באאמטע אז דורכאויס די פיסקעל-יאר 2020 האבן זיי פארכאפט אזויפיל ווי 13 מיליאן פאלשע מאסקעס ביי אמעריקאנע גרעניצן.
* * * *
געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט אפגעווארפן א פארלאנג פון קאנגרעס דעמאקראטן אז ער זאל אויפטרעטן ביי זיין אימפיטשמענט פראצעס קומענדיגע וואך - טראמפ'ס אדוואקאטן באצייכענען די ביטע אלס א פי.אר. סטאנט.
* * * *
סמארטמעטיק האט אריינגעגעבן א 2.7 ביליאן דאללער לאוסוט קעגן עטליכע -אריינגערעכענט רודי זשוליאני, פרוי פאועל, פאקס ניוז- פארמישט אין די באשולדיגונגען אז די פירמע האט געפעלטשט שטימען דורכאויס די פארלאפענע וואל סעזאן.
* * * *
אין אנדערע נייעס, האט דאמיניאן אפגעשיקט א פארלאנג פאר פעיסבוק, יו-טוב, טוויטער, און פארלער אז זיי זאלן פרעזערווירן פאוסט'ס איבער די פירמע ארויסגעשטעלט דורך פארשידענע פיגורן און ארגאניזאציעס - אין די בריוו שרייבט דאמיניאן אז די פאוסט'ס קענען זיך אויספעלן פאר זייערע אנגייענדע קלאגעס קעגן זשוליאני און פרוי פאועל, ווי אויך שרייבן זיי אז עס קומען נאך געריכטליכע קלאגעס.
* * * *
די ווייסע הויז באטראכט א געדאנק פון ארויסשיקן מאסקעס פאר אלע אמעריקאנער - א געדאנק וואס איז שוין אויפגעברענגט געווארן, ווי אויך אפגעווארפן געווארן, אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע.
* * * *
זשאנסאן ענד זשאנסאן האט היינט אריינגעגעבן אן אפיציעלע ביטע ביי די עף.די.עי. פאר עמערזשענסי אוטראזאציע פאר איר וויירוס וואקסין - די זשעי. ענד זשעי. וואקסין פארלאנגט בלויז איין איינשפריץ, אנדערש ווי די פייזער און מאדערנא וואקסינען.
* * * *
אמעריקאן עירליינס האט ארויסגעשיקט נאטיצן פאר ארום 13,000 איינגעשטעלטע אז זיי שטייען אויס די מעגליכקייט פון ווערן אפגעזאגט אום מארטש 31, יונייטעד עירליינס האט געמאלדן די זעלבע פאר ארום 14,000 - דאס איז צוליב וואס די פעדעראלע הילפס געלטער לויפן דאן אויס.
* * * *
וויסקאנסין געזעצגעבער האבן געשטימט אפצוווארפן א מאסרק מאנדאט ארויסגעשטעלט דורך די ארטיגע דעמאקראטישע גאווערנאר - תיכף דערויף, האט די גאווערנאר איינגעשטעלט א פרישע מאסק מאנדאט.
* * * *
פראסעקיוטאר אין וויסקאנסין פארלאנגען אז קייעל ריטענהאוס זאל ווערן ארסעטירט פאר'ן נישט איינמעלדן פאר'ן געריכט וואו ער געפינט זיך. ריטענהאוס איז ארעסטירט געווארן פאר'ן אומברענגן צוויי מענטשן פאריאר דורכאויס א פראטעסט אין קענאושע, און איז געווארן ארויסגעלאזט אויף צוויי מיליאן דאללער בעיל.
* * * *
א ריכטער אין קענטאקי האט נאכגעגעבן א פארלאנג פון די ארטיגע גאווערנאר ארויפצושטעלן א "רעסטרעיניג ארדער" אויף א געזעץ וואס וואלט ערלויבט סקול'ס און ביזנעסער זיך צו עפענען אויב זיי "קומען נאך סיי וועלכע העלטה גיידליינס" - די ריכטער זאגט אז אזוינע געזעצן און גיידליינס זענען זיין קאמפליצירט, און קענען זיין שווער פאר די אייגענטומער פון ביזנעסער צו פארשטיין גענוי וואס זיי דארפן נאכקומען.
* * * *
געזעצגעבער אין קאליפארניע האבן אויפגעברענגט א געזעץ פארשלאג וואס וועט פארבאטן צוטריט צום ארטיגן קעפיטאל געביידע פאר סיי ווער עס האט געשטימט אין שטיצע פון די עלעקטארעל אבזשעקשאן'ס -געווענליך ווערן געוועזענע מיטגלידער ערלויבט זיך צו דרייען אינעם געביידע אן קיינע צוימונגען.
* * * *
באאמטע אין מינעסאוטע האבן אנגעהויבן זיך שלאגן איבער ווער עס זאל צאלן די קאסטן פון די זיכערהייט מסנאמען ערווארטערט דורכאויס די טרייעל אויף דערעק שאווין - דער אפיציר וואס האט אומגעברענגט זשארזש פלאויד.
פון איין זייט פארלאנגט דער דעמאקראטישע גאווערנאר אז די לעגיסלאטור זאל באשטעטיגן ארום 35 מיליאן דאללער פאר סטעיט און לאקאלע לאו-ענפארסמענט אגענטורן - פון די אנדערע זייט שרייען רעפובליקאנע געזעצגעבער אז עס איז נישט יושר ארויפצושטעלן די קאסטן פון פארזיכערן איין שטאט אויף די גאנצע סטעיט, נאכדערצו אז די סיטי האט פאריאר געשניטן פובליק סעקיוריטי געלטער. עס איז ערווארטערט אז אויסער די געווענליכע סיטי פאליציי, וועט ארייגעברענגט ווערן אויך די סטעיט פאליציי אינאיינעם מיט די נעשאנעל גארד.
* * * *
קאנגרעסמאן עדעם שיף פון קאליפארניע האט אונטערגענומען א קאמפיין ביי די ארטיגע גאווערנאר זאל איהם נעמען אלס אטוירני זשענעראל, נאך וואס די אמטירענדע עי.זשי. איז נאמינירט געווארן צו סערווירן אלס עיטש.עיטש.עס. סעקרעטאר.

קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם זאגט אז ער האלט שוין גאר נאנט צו א ענדגילטיגע באשלוס איבער וועם צו נעמען פאר אטוירני זשענעראל, אבער ער וועט צווארטן ביז ווילאנג בעססערא ווערט באשטעטיגט אלס עיטש.עיטש.עס. סעקרעטאר.
* * * *
די נעיווי האט אונטערגענומען אן אויספארשונג נאך וואס א שווארצע מאטראז האט באריכטעט אז ער האט געפונען א תלי' שטריק אין זיין שטוב אויפ'ן שיף.
* * * *
די "מעקינזי ענד קא." קאנסולטינג פירמע איז איינגעגאנגען אויף א 570 מיליאן דאללער סעטטעלמענט איבער באשולדיגונגען אז די פירמעה האט ארויסגעהאלפן דראג פראדוצירער "פערדו פארמא" מיט סטראטעגיעס וויאזוי צו פארכאפן מערערע מענטשן אין די א.ג. אפיאוד קריזיס מיט וואס אמעריקא מוטשעט זיך שוין יארן.
* * * *
ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל פרוי זשעימס האט געמאלדן קלאגעס קעגן די אנפירער פון "זשי.פי.בי. קעפיטאל האלדינגס" - א העדזש פאנד פירמע וואס האט פארשפראכן יערליכע רווחים פון 8%, אבער איז לויט די אנקלאגע געווען נישט מער ווי א פאנזי שווינדל.
* * * *
יוזשיניאו מארטינעז -א קובאנער געבוירענער וואס האט אנטייל גענומען אין א דורכגעפאלענע פראוו צו איבערווארפן די קאסטראו רעזשים אין 1961- איז געשטארבן אין עלטער פון 98 יאר. מארטינעז איז איינער פון די וואס זענען ארעסטירט געווארן דורך וואשינגטאן די.סי. פאליציי אין יוני 1972, נאכ'ן זיך איינברעכן ביי די דעמאקראטישע פארטיי הויפטקווארטיר אין די וואטערגעיט האטעל.
מארטינעז איז דער איינציגסטער פון די פינף אריינברעכער וואס האט שפעטער באקומען א פרעזידענטליכע פארדאן - פון פרעזידענט רעיגען.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: derech eretz, Yes 1, אזוי וויל איך, הרב_שלום, כ'לאך, משגיח און 34 געסט