א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1452
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג נובעמבער 15, 2020 1:46 am

יישר כח הכל, זייער קלאר און דעטאלירט.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

Kollel
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:45 am

יישר כח פאר די חמין
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג נובעמבער 15, 2020 10:33 pm

עס איז נישטא קיין געהעריגע אשכול פאר אזאלכע נייעסלעך וועל איך עס דא שרייבען...
אין 1968 האט די פאליס ארעסטירט א 16 יעריגע אינגאטש מיטן נאמען לענארד מאסעס וואס האט געווארפן א פלאש באמבע אויף א הויז, אין פענסעלוועניע, און געהרגעט א אינגע מיידל.
די געריכט האט אים געפינען שילדיג אין פורס דעגרי מורדער און אים געארטיילט פאר לעבנסלענגליך אין תפיסה.
למעשה האט
די סופרים קארט ג'פסקנט אז אזוי ווי ער איז נאר געווען 16 יאר האט ער נישט געהאט די שכל צו פארשטיין נישט אפציזאגען זיין מיירענדא רייטס, און זיי האבען געזאגט אז מען זאל גיין פאר א נייע טרייעל.
למעשה אין 1971 איז זיין באבע געשטארבן, און ביי די לויה האט ער געמאכט א ויברח...
פעסט פורווערד כמעט 50 יאר... און די פאליס האט געמאכט אן ארעסט אויף איינעם מיט די נאמען פאול דיקסאן אין מישיגאן פאר א צווייטע פארברעך. אבער ביים מאכען די פינגער פרינטס איז מען געוואר געווארען אז דער פאול איז גאר אינזער אלטע געזיכטער לענארד... און מען האט אים פאריגע וואך נאכאמאל איינגעזעצט, און יעצט ווארט ער צו ווערען אריבערגעפירט קיין פענסילוועניע.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 11:54 am

[quote="להגדיל שמו"][/quote]
ש'כח.

געשמאק צו נעמען א ברעיק פון פאליטיק
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 4:04 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:

ש'כח.

געשמאק צו נעמען א ברעיק פון פאליטיק

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 5:20 pm

דינסטאג תולדות

אין די דרום-אמעריקאנע לאנד פערו איז די ארטיגע פרעזידענט - מארטין וויזקארא - געווארן ארויסגעווארפן פון אפיס דורכאויס א קאנגרעסיאנאלע אימפיטשמענט פראצעדור אויף אנגעבליכע כאבאר קלאגעס.
שטיצער פונעם פרעזידענט האבן דאס באצייכענט אלס אומקאנסטיטוציאנאלע פוטש פארזוך און שווערע ראיאטן האבן נאכגעפאלגט - אמווייניגסטענס 11 זענען פארוואונדעט געווארן דורכאויס די פראטעסטן.

די ארטיגע קאנגרעס האט נעכטן אויסגעוועלט פראציסקאו סאגאסטי אלס נייע צייטווייליגע פרעזידענט, אין א פראוו צו בארואיגן די געמיטער - די דריטע פרעזידענט אין א וואך!
קאנגרעסיאנאלע וואלן זענען אין פלאן אויף אפריל 11.
* * * *
בריטישע פרעמיער מיניסטער באריס זשאנסאן האט געזאגט פרייטאג אז "דעוועלושאן" איז די גרעסטע טעות וואס טאני בלעיר איז באגאנגען אלס פרעמיער מיניסטער. די באמערקונגען זענען ווי געוואונטשן פאר די סקאטישע נאציאנאליסטן וואס ווילן א פרישע רעפערענדום איבער זעלבסטשטענדיגקייט.
* * * *
טעסלא איז ערווארטערט צו ווערן צוגעלייגט צום "עס. ענד פי. 500" אינדעקס אין דעצעמבער.
מיט א מארקעט ווערד פון ארום 400 ביליאן דאללער, איז די פירמע פון מערסט וועדפולע פירמעס צו ווערן צוגעלייגט צום אינדעקס - און וועט זיין די 5% מערסט ווערדפולע קאמפעניס אויפן אינדעקס.
* * * *
איזיזשעט זאגט אז אין רעזולטאט פון די פאזיטיווע נייעס פאריגע וואך איבער א וואקסין קאנדידאט זענען באשטעלונגען פאר רייזעס געשטיגן מיט ארום 50% פון א וואך פריער - א קליינע שטראל פון ליכטיגקייט אין די צייט וואס די פירמע האט דערלייגט ארום 1.7 ביליאן דאללער, די ערשטע מאל אין די פירמעס היסטאריע וואס זי קומט ארויס מיט א פארלוסט.
* * * *
פוילן און אונגארן האבן נעכטן געשטימט קעגן אדאפטירן די פארגעשלאגענע אי.יו. זיבן יעריגע בודזשעט פלאן, צוליב א פארלאנג צו רעספעקטירן די "רול אוו לאו" צו קענען האבן צוטריט צו אי.יו. געלטער.
א ווארטזאגער פאר די פוילישע רעגירונג זאגט אז זיין לאנג ערווארטערט אז די אי.יו. וועט נאכגעבן געוויסע פארלאנגען און אין ענדע וועט מען זיך אויסגלייכן.
* * * *
סי.אי.או. פון טוויטער און פעיסבוק זענען היינט אויסגעשטאנען א בייסיגע פראגען ביי א פארהער פארנט פון די סענאט זשודשייערי קאמיטע.
רעפובליקאנע האבן זיך בעיקר באצויגן צו דעם וואס די פירמעס טוען - אנגעבליך - צענזורירן קאנסערוואטיווע שטימעס אריינגערעכענט די געשיכטע מיט די ניו יארק פאוסט, אין די צייט וואס דעמאקראטן האבן זיך בעיקר פארלייגט אויף דעם וואס טראמפ און זיינע נאנטע האבן א פרייע פאס צו שרייבן וואס אימער עס פאלט זיי ביי.
* * * *
בריטישע און אמעריקאנע באאמטע האבן אונטערגעשירבן א אפמאך וואס וועט ערלויבן פלי רייזעס זאלן אנגיין אומגעשטערט אויך נאכדעם וואס גרויס בריטאניע לאזט גענצליך איבער די אייראפע'אישע פאראיין אין יאנואר - די אפמאך איז אונטערגעשריבן געווארן דורך די בריטישע טראנספארטאציע סעקרעטאר גרענט שאפפס און די אמעריקאנער סעקרעטארי אוו סטעיט מייק פאמפעיאו און טראנספארטאציע סעקרעטאר פרוי טשאו.
* * * *
פירער פון די "טיגרעי" ראיאן אין עטיאפיע האבן היינט גענומען פאראאנטווארטליכקייט פאר אן אטאקע אויף צווי לופטפעלדער אין די דערנעבענדיגע "אמהארא" ראיאן - אויך האבן זיי געווארענט אז זיי וועלן אטאקירן די דערנעבענדיגע לענדל עריטריע צוליב באשולדיגונגען אז עריטריע קרעפטן טוען ארויסהעלפן די פעדעראלע עטיאפיע רעגירונג'ס קרעפטן אין זייערע קאמפן קעגן ראיאנאלע פירער.
היינט זאגט די עטיאפיע פרעמיער מיניסטער אז פעדעראלע טרופן זענען אויפן צוריק צו נעמען קאנטראל פון די ראיאנאלע הויפטשטאט, מעקעלע, נאך וואס די ראיאנאלע פירער האבן פארפאסט א דעדליין זיך אונטערצוגעבן אויף א פרידליכע וועג.
* * * *
די "נעשאנעל הייוועי טרעפיק ענד סעיפטי עדמיניסטרעישן" האט געמאלדן אז זיי טוען אויסברייטערן אן אויספארשונג ארום די טעסלא "מאדעל עקס" 2016-2018 און "מאדעל עס" 2012-2018 קארס איבער א פראבלעם וואס קען זיך שאפן מיט די דיספלעי פון די רעיר וויו קעמעראס. די אויספארשונג ווערט אויסגעברייטער צו ארום 160,000 פון די א.ד. קארס.
די יעצטיגע אויספארשונג איז איין שטאפל פאר א ריקאל.
* * * *
בערקשייער העטוועי - די אינוועסטמענט פירמע פון ווארען בופעט - האט געמאלדן אז זיי האבן אינוועסטירט ארום 5.7 ביליאן דאללער אין די פארמאסיוטיקעל אינדוסטרי - אריינגערעכענט 130 מיליאן אין פייזער - צוליב אן ערווארטונג אז די אינדוסטריע וועט גאר שטארק שטייגן נאך וואס די וועלט קריכט ארויס פון די וויירוס עפידעמיע.
* * * *
אין דעצעמבער 2018 האבן קאנאדישע אימיגראציע באאמטע, אויפ'ן פארלאנג פון אמעריקא, ארעסטירט פרוי מענג וואזשוי - פון די עקזעקיוטיוו'ס ביי די כינעזע וואוועי פירמע - ביים אנקומען אין די ווענקאווער לופטפעלד. זינט דאן געפינט זי זיך אונטער הויז ארעסט אין קאנאדע אין רעזולטאט פון א פארלאנג אריינגעגעבן דורך אמעריקא אז זי זאל ווערן אויסגעליפערט אהין צוליב באשולדיגונגען אז זי האט פארפירט עיטש.עס.בי.סי. און דורכדעם צוגעפירט אז די באנק זאל פארלעצן אמעריקאנע סאנקציעס קעגן איראן.
נעכטן איז פארגעקומען א געריכט פארהער ווי אירע אדוואקאטן האבן גע'טענה'ט אז צוליב וואס די "קאנאדע בארדער סערוויס עיזשענסי" האט פארלעצט אירע רעכטן ביים ארעסטירט ווערן דארף די גאנצע קעיס ווערן ארויסגעווארפן - אזוי אויך האבן די אדוואקאטן געזאגט אז דאס וואס איינע פון די הויפט פליציי אפיצירן פארמישט אין די קעיס וויל מער נישט קומען אויפטרעטן אלס עדות דארף "ארויסרופן פארדאכטן" און ס'קען אפעקטירן די אויסגאנג פון די קעיס אין אלגעמיין.
* * * *
גרעג לעמאקאו, פון די הויפט אנפירער ביי די אינוועסטמענט אפטיילונג ביי גאלדמאן סאקס, וועט רעטייערן פון אמט.
* * * *
קאנגרעססמאן קעווין מעקקארטי איז היינט געווארן - איינשטימיג - ערוועלט צו ווידעראמאל סערווירן אלס מינאריטעט פירער אין קאנגרעס - ווי באריכטן גיבן אן, האלט ער שוין אן אויג אויף א מעגליכע ספיקער בענקל אין יארע 2022 נאך די מידטורם וואלן.
* * * *
סענאטאר ראב פארטמאן (ר-אהייאו) האט היינט געזאגט אז ער האט זיך - שוין צוויי וואכן צוריק - איינגעשריבן צו זיין טייל פון א טרייעל אויף א מעגליכע וויירוס וואקסין פון די פירמע זשאנסאן ענד זשאנסאן. ווי ער זאגט איז ער געווארן איבערצייגט אז פובליק פיגורן דארפן צייגן פאר'ן פאלק אז זיי טרויען די וואקסינן צו טוען זייער ארבעט.
* * * *
מדנת ישראל פרעמיער מיניסטער האט היינט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פרעזידענט ערוועלט זשאו ביידען. ווי זיין אפיס זאגט איז עס געווען גאר א פריינדליכע שמועס און אז די צווי האבן באשטימט זיך צו טרעפן צו קענען איבערשמועסן גאר אסאך וויכטיגע אישוס.
* * * *
רעפובליקאנער געזעצגעבער אין מישיגען האבן אנגעהויבן פארפירן אז מ'זאל איפמיטשן די ארטיגע גאווערנאר, פרוי וויטמער. דאס קומט צוליב וואס זי האט ארויסגעשטעלט פרישע וויירוס רעגולאציעס פאר סטעיט איינוואוינער, טראץ א סטעיט סופרים קאורט רולינג וואס האט געזאגט אז דאס פארלענגערן די עמערזשענסי צושטאנד אין די סטעיט איז נישט אויסגעהאלטן לויט די ארטיגע סטעיט קאנסטיטוציע.
* * * *
די טראמפ אדמיניסטראציע האט געשטעלט א ציל צו קענען ווידעראמאל ארויסשיקן אסטראנאטן צום לבנה פלאך בז יארע 2024 למספרם.
צוליב דעם האט נאסא אנגעהויבן א בידדינג פראצעדור אז פירמעס זאלן פארשטעלן זייערע פרייזן און פראדוקטן, און מ'וועט אויסוועלן די בעסטע דערפון - צווישן די אלע פירמעס אין אויך געווען די אוויאציע ריז "באואינג", אבער זייער ביד איז נישט נאכגעקומען די נאסא רעגולאציעס וואס דעריבער וואלט מען ניטאמאל אנגעקוקט זייער פארשלאג. אזא שריט וואלט געקענט אויפהאלטן די גאנצע פראגראם פאר לאנגע מאנאטן, אויב זאל באואינג באשלוסן צו טשעלענזשען די ענדגילטיגע קאנטראקט.
דעריבער האט דאוג לאוועראו - די הויפט פון די "יומען עקספלארעישן" אפטיילונג ביי נאסא זיך פארבינדן מיט זשים טשילטאן - די וויצע פרעזידענט ביי באואינג'ס ספעיס דיוויזיע - און איהם איינגעמאלדן אז זיין פירמע וועט נישט באקומען די קאנטראקט און אינאיינוועגס האט ער שוין אויך געגעבן א רעג וואס די פירמע וועט טוען דערוועגן - די פארבינדונג איז פארגעקומען אין א צייט וואס עס האט נישט געזאלט זיין סיי וועלכע פארבינדונג צווישן נאסא איינגעשטעלטע און די בידדערס.
למעשה איז די קאנטראקט געגאנגען פאר "בלו אריזשין" "דיינעטיקס" און "ספעיס עקס." און באואינג האט נישט פראטעסטירט - נאר אנשטאטס האבן זיי איבערגעמאכט זייער ביד און עס ווידעראמאל אריינגעשיקט, טראץ וואס די ציט אפשניט דערפאר איז שוין געווען פאראיבער.
די דאזיגע שריט פון באואינג צו איבערמאכן זייער האט אלארמירט די קאמיטע וואס באטראכט די ביד'ס, און זיי האבן זיך פארבינדן מיט אינספעקטאר זשענעראל וואס האט אונטעגענומען אן אויספארשונג איבער די געשיכטע און צו די זעלבע צייט עס ווייטער געשיקט צום זשוסטיס דעפארטמענט. אזוי אויך איז לאוועראו געווארן געצווינגן צו אפטרעטן פון פאזיציע צוליב די פאון קאל.
ווי א באריכט ווייזט אן, איז שוין דא רעקארדירט, זינט 1995, אמווייניגסטענס 80 פעלער פון "מיסקאנדוקט" דורך באואינג וואס האט געפירט צו שטראפן אין די ווערד פון 1.5 ביליאן דאללער.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דינסטאג נובעמבער 17, 2020 5:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 5:25 pm

שכח אלעקסיי!

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 6:52 pm

אייזן גוט! שוין לאנג נישט געהאט אזא זאפטיגס פון דיר
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 9:32 am

יש לו מנה האט געשריבן:אייזן גוט! שוין לאנג נישט געהאט אזא זאפטיגס פון דיר

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 10:16 pm

מיטוואך תולדות

אין רעזולטאט פון דעם וואס זשאו ביידען איז - ווארשיינליך - ערוועלט געוועלט געוווארן אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האבן א רייע שרייבער און בוך פובליצירער אנגעהויבן אויסהאמערן אפמאכן איבער ארויסגעבן ביכער ארום זשאו ביידען און/אדער זיין פאמיליע.
* * * *
א אויספארשונג אין אוסטראליע צייגט אז דורכאויס די יארן וואס די ארטיגע מיליטער איז געווען פארמישט אין די אפגאנער מלחמה, האבן זעלנער אומגעברענגט אמווייניגסטענג 39 ציווילע און געפאנגענע - ווי די באריכט באשולדיגט האט דארט געהערשטאן אטמאספערע פון א געיעג איבער ווער עס קען אומברענגען מער מענטשן.
* * * *
די "נעשאנעל פאליס טשיף'ס קאונסיל" אין ענגלאנד האט ארויסגעשטעלט א מעמאו פאר אלע פאליציי אפיצירן אז זיי זאלן ענדערש איבערגעבן א קאורט סאממענס אין פאל מענטשן פארלעצן די וויירוס רעגולאציעס ווי איידער א "פיקסד פענאלטי נאטיס" - דאס קומט צוליב זארג אז די עף.פי.ען. וועט ווערן ארויסגעווארפן אין געריכט.
* * * *
אילאן מאסק - די גרינדער און סי.אי.או. פון טעסלא, ספעיס עקס. און נאך א רייע אנדערע פירמעס - איז היינט געשטיגן אין ווערד צו ווערן די דריט רייכסטע פערזאן איבער'ן וועלט, מיט א ווערד פון 110 ביליאן דאללער.
* * * *
א באריכט ווייזט אן אז דעפענס אינדוסטרי קאנטראקטארס האבן געזעהן א 30% וואוקס אין זייער איינקונפט דורכאויס די ערשטע 3 יאר פון די טראמפ פרעזידענטשאפט - ווי קוועלער גיבן איבער איז די אינדוסטרי נישט איבעריג באזארגט איבער די ביידען פרעזידענטשאפט צוליב וואס רעפובליקאנער וועלן - ווארשיינליך - נאכאלץ קאנטראלירן די סענאט.
* * * *
"עפל" איז איינגעגאנגען צו צאלן 113 מיליאן דאללער צו שליכטן אן אויספארשונג דורך 34 סטעיט'ס איבער באשולדיגונגען אז די פירמע האט פארשטייטערט עלטערע מאדלע'ס פון אירע אייפאון'ס און דורכדעם געצווינגען קאנסומער זאלן קויפן די נייערע מאדעל.
* * * *
אין ליכט פון דעם וואס די פאזיוטיווע ראטע אין ניו יארק סיטי איז ארויף צו העכער 3%, האט די ארטיגע מעיאר געמאלדן אז די "פובליק סקול סיסטעם" וועט מארגן זיין פארשלאסן.
* * * *
די "פינף אויגן" שפיאנאזש אליאנץ - עס נעמט אריין אמעריקא, ענגלאנד, קאנאד, אוסטראליא, און ניו זילאנד - האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט צו פארדאמען דאס וואס טשיינע האט לעצטענס דיסקוואליפיצירט פרא-דעמאקראטיע לעגיסלאטורן פון דינען אין די האנג-קאנג לעגיסלאטור.
* * * *
די אמעריקאנע עף.עי.עי. האט היינט געגעבן ערלויבעניש פאר די באואינג 737-מעקס פליגער זאל ווערן צוריק אריינגעברענגט אין דינסט - נאך א צייט אפשניט פון 20 מאנאטן וואס ס'איז נישט געווען ערלויבט זיי צו נוצן צוליב צוויי טויטליכע אינצידענטן.
ווי קוועלער גיבן איבער, וועט באואינג האלטן גאר א נאנטע אויף יעדע פלי רייזע וואס ווערט דורכגעפירט מיט די פליגער צו קענען אויפכאפן סיי וועלכע פראבלעם אין ריעל טיים.
קאנאדישע און בראזיל'יאנע באאמטע זאגן אז זיי האלטן נאך אינמיטן איבערקוקן די פליגער, אבער צו פארטיגן די איבערזיכט ווי שנעלער.
* * * *
היינט זאגט די עטיאפיע פרעמיער מיניסטער אז פעדעראלע טרופן זענען אויפן צוריק צו נעמען קאנטראל פון די ראיאנאלע הויפטשטאט, מעקעלע, נאך וואס די ראיאנאלע פירער האבן פארפאסט א דעדליין זיך אונטערצוגעבן אויף א פרידליכע וועג.
עטיאפיע פעדעראלע באאמטע האבן ארויסגעשטעלט ארעסט פארלאנגען אויף 76 הויכראנגיגע מיליטערישע אפיצירן אין פארבינדונג מיט די אויפשטאנג וואס קומט פאר אין די טיגרעי ראיאן.
* * * *
זשעי.פי. מארגען עקזעקיוטיוו זשעימי דיימאן זאגט אז די אויפפירונג פון אמעריקאנע פאליטיקאנטן איבער א צווייטע סטימילוס פעקעזש "איז קינדעריש און נאריש".
* * * *
א פעדעראלע ריכטער אין וואשינגטאן די.סי. האט היינט פארארדענט די טראמפ אדמיניסטראציע זאל מער נישט צורישיקן קינדער וואס קומען אריבער די גרעניץ אן קיין באגלייטונג - נאר זאלן ווערן איבערגעגעבן פאר די "אפיס אוו רעפיוזשי סעטעלמענט".
* * * *
די איראנע אויסערן מיניסטער זאגט אין אן אינטערוויו אז איראן איז גרייט פולשטענדיג זיך צו צושטעלן צום נוקלעאר'ע אפמאך אויב זאל זשאו ביידען אראפנעמען די סאנקציעס פונעם לאנד - ווי ער זאגט קען ביידען דאס ערלעדיגן "דורך דריי עקזעקיוטיוו ארדער'ס".
* * * *
א געוועזענע ספעשל פארסעס "גרין בערעי" אפיציר - פעטער ראפאעל דעבבינס - האט היינט אנערקענט אין געריכט אז ער האט שפיאנירט פאר רוסלאנד.
דורכאויס א צייט אפשניט פון פופצן יאר - 1996-2011 - האט דעבבינס געדינט אין די אמעריקאנע ארמיי, פריער אין די כעמישע אינהייט פון די ארמיי און שפעטער איז ער, מיט די גוטהייסונג פון רוסישע אפיצירן, אריבער צו די ספעשל פארסעס. דורכאויס די יארן האט דעבבינס זיך מערערע מאל געטראפן מיט רוסישע באאמטע ווי ער האט זיי איבערגעגעבן סענסיטיווע אינפארמאציע איבער זיינע פליכטן און מיסיעס.
אויך נאכדעם וואס ער האט איבערגעלאזט דיאס מיליטער האט ער אנגעהלאן א פארבינדונג מיט די רוסקיס, ער האט זיי איבערגעגעבן נעמען פון - און אינפארמאציע איבער - קאלעגע זעלנער וואס ער האט געהאלטן אז די רוסן זאלן פרובירן אנקניפן באציאונגען מיט זיי.
* * * *
דורכאויס די 2019 פיסקעל יאר האבן אמעריקאנע גרעניץ פאטראל אגענטן אין קאליפארניע געטראפן ארום 1,300 לעכער אין די גרעניץ צוימען/פענסעס, וואס דאס האט אפגעקאסט - פאר די אמעריקאנע רעגירונג - באלד 400,000 דאללער צו פארריכטן.
אונטער א אפמאך אויסגעהאמערט פאריאר נאוועמבער האבן מעקסיקאנער באאמטע פארשפראכן אז זיי וועלן אנהויבן נאכיאגן די צוימען שניידער און זיי שטעלן פאר'ן געריכט - אלס טייל פון די אפמאך וועלן אלע שטראף געלטער וואס די מעקסיקאנע באאמטע טוען איינקאסירן ווערן אריבערגעשיקט די גרעניץ צו אמעריקא צו צאלן פאר די פארריכטונג'ס ארבעט וואס עס פעלט זיך אויס.
היינט ווערט באריכטעט אז די ערשטע געלטער זענען געווארן אריבערגעשיקט די גרעניץ - טאקע א נישטיגע 600 דאללער, אבער ווי די באאמטע זאגן האפן זיי אז דאס וועט אנטמוטיגן די פראברעכער.
נו, ווער האט געזאגט אז מעקסיקאו וועט צאלן פאר די גרעניץ וואנט... :wink:
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:12 pm

אלעקסיי, יישר כח! גיי אן!

Joel
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Joel » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:17 pm

אלעקסיי ;l;p- ;l;p-

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:35 am

שכח אלקסיי,
ספעציעל בין איך פרייליך פון די 600 טאלער וועלכע אמעריקע האט געלעזט פון די מעקסיקאנע צוימען שניידער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 10:07 pm

מוצאי שב"ק תולדות

בריטישע און קאנאדישע באאמטע זענען פרייטאג זיך אדורגגעקומען אויף א האנדל אפמאך וואס וועט אנהאלטן די עקזיסטירענדע אפמאכן צווישן די אי.יו. און קאנאדע אויך נאכדעם וואס ענלאנד טוט פולקאם פארלאזן די אי.יו. אום יאנואר 1.
* * * *
וויעטנאמער באאמטע האבן געסטראשעט אז זיי וועלן אפשפארן די פעיסבוק פלאפארמע אין לאנד אויב וועלן זיי נישט צענזורירן פאוסט'ס וואס טוען קריטיקירן די ארטיגע רעזשים. פעיסבוק זאגט אז זיי זענען זיך אדורכגעקומען פריער אין יאר מיט די ארטיגע רעגירונג אויף א סטאנדאטר וואס ווערט יא ערלויבט און וואס נישט, אבער יעצט וויל די ארטיגע רעגירונג צוימען די סטאנדארטן נאך מער.
* * * *
ווילדע ראיאטן האבן אין אויסגעבראכן אין פארטא אלעגרעי, א שטאט אין דרום בראזיל, נאך וואס זיכערייהט וועכטער ביי א סופערמארקעט אין שטאט האבן דערשלאגן א שווארצע מען צום טויט.
* * * *
אכט זענען פארוואונדעט געווארן ביי א שיסעריי אין שאפינג מאל אין וואוואטאוסא, וויסקאנסין, לויט א מעלדונג פון ארטיגע פאליציי וואס זוכן ארום פאר די שיסער. די שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס א "ווייסע מאן אין זיינע 20'ער יארן".
* * * *
די פארמאסיוטיקעל פירמע "פייזער" האט געמאלדן אז זיי האבן אריינגעגעבן אן אפיציעלע עמערזשענסי אוטאריזאציע פארלאנג ביי די עף.די.עי. פאר זיי פריש ערצייגטע וויירוס וואקסין - דאס ברענגט ארויף די מעגליכקייט אז די וואקסין זאל שוין ווערן פארטיילט אזוי פרי ווי "מיטן ביז ענדע" קומענדיגע מאנאט.
* * * *
אימעיל'ס און אנדערע דאקיומענטן פריש ערשינען צייגן אז מערילענד גאווערנאר לערי האוגען (ר) האט אויסגעגעבן ארום 9.5 מיליאן דאללער אין סטעיט געלטער צו אימפארטירן 500,000 וויירוס טעסט'ס פון דרום קארעא. ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די טעסט'ס זענען פעלערהאפטיג, האט די האוגען אדמיניסטראציע געצאלט פרישע 2.5 מיליאן דאללער פאר די זעלבע פירמע פאר ערזאץ טעסט'ס - אין די צייט וואס די טעסט'ס זענען געווען עוועיליבעל אין אמעריקא זעלבסט.
* * * *
די ריזן טעכמעלאגיע פירמע "עפל" ארבעט שטילערהייט מיט לאביאיסט'ס צו אפשוואכן די "וויהגער פארסד לעיבאר פריווענשאן עקט" וואס וואלט געצווינגען אמעריקאנע פירמעס צו נעמען שריט צו פארזיכערן אז זייערע פראדוקטן ווערן נישט ערצייגט דורך געצוואונגענע ארבעטער פון די שינזשיאנג פראווינץ אין כינע - דאס איז טראץ וואס אפיציעל באנוצט זיך די פירמע סייווי נישט מיט אזעלכע פראדוקטן.
* * * *
דאנאלד טראמפ זשוניאר האט גע'טעסט פאזיטיוו פאר'ן וויירוס אנהויב וואך און זינט דאן האלט ער זיך אפגעזונדערט.
* * * *
סענאטאר ריק סקאט (פלארידא-ר) האט גע'טעסט פאזיטיוו פאר'ן וויירוס.
* * * *
נאך א זיצונג פרייטאג מיט'ן פרעזידענט, זאגן רעפובליקאנע מישיגען געזעצגעבער אז זיי זענען נישט געוואר געווארן סיי וועלכע פרישע אינפארמאציע וואס זאל טוישן די וואל רעזולטאטן.

אין אנדערע נייעס זאגט א לעגאלע ראטגעבער פאר די ביידען קאמפיין אז עס זענען נישטא קיינע לעגאלע גרונדן וואס ערלויבן דאס וואס פרעיזדענט טראמפ שלאגט פאר - איבערצודרייען די רעזולטאטן פונעם פאפולערע וואוט.
* * * *
פרוי פענס האט איינגעלאגענט די "קאנגרעשאנעל קלאב" - די ספאוסעס פון קאנגרעס מיטגלידער - פאר א חגא מיטאג - דאס איז טראץ וואס די סי.די.סי., און אזוי אויך די ווייסע הויז וויירוס טעסק פארס, זאגן אז מענטשן זאלן ווי ווייניגער ארומרייזן אדער זיך טרעפן דורכאויס די חגאות סעזאן.
* * * *
אן עקספערימענטל אנטיבאדי דראג גענוצט פאר'ן פרעזידענט ווען ער האט איז געווען אנגעשטעקט מיטן וויירוס האט באקומען עמערזשענסי אוטאריזאציע פונעם עף.די.עי.
* * * *
באריכטן גיבן אן אז טראץ וואס אין פובליק טוט די פרעזידענט אהערשטעלן א שטאנדהאפטיגן פנים ווי ער זאל האבן געוואונען די וואלן, איז אבער פריוואט די בילד היבש אנדערש - און ער האט שוין געזאגט פאר נאנטע ראטגעבער אז ער קען מעגליך מעלדן א פרישע פרעזידענטליכע קאמפיין נאך פאר ענדע למספרם יאר.
* * * *
ווי שוין באריכטעט א צייט צוריק האט די ניו יארק טיימס באוויזן צו לייגן א האנט אויף טייל פון פרעזידענט טראמפ'ס טעקס ריטורן'ס - צווישן די מערקווירדיגע פאקטן און ציפערן איז פארשטענדליך געווען דאס אז די פרעזידענט האט געצאלט בלויז 750 דאללער אין פעדעראלע שטייערן, אבער פון די אנדערע זייט איז געווען אינטערסאנט צו זעהן און באטראכטן וואס די טראמפ ארגאנייזעישאן האט אלס אריינגערעכענט אין "ביזנעס עקספענסעס" צו רעדוצירן די רווחים.
צווישן די גאר אינטערסאנטע א.ג. עקספענסעס איז געווען עטליכע גרויסע "קאנסולטינג פיס" וואס זענען געצאלט געווארן פאר די פרעזידענט'ס טאכטער און אנדערע נאנטע. יעצט הערט מען אז דעי טרענזעקשאנס שטייען אויס אויספארשונגען אין צוויי באזונדערע אינוועסטיגעישאן'ס - סיי דורך א ציווילע אויספארשונג דורך די ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל און סיי א קרימינאלע אויספארשונג דורך מאנהעטן די.עי. סיירוס וועינס - וואס די ביידע האבן אין די לעצטערע וואכן געשיקט סובפינעס פאר די פירמע צו בעטן רעקארד'ס ארום די צאלונגען.
* * * *
קוועלער נאנט צום פרעזידענט ערוועלט זאגן אז ער האט שוין ביי זיך אפגעמאכט וועם ער וועט נאמינירן אלס סעקרעטארי אוו סטעיט, און ווי זיי זאגן וועט עס נישט זיין פרוי רייס - דאס פירט צו פרישע שפעקולאציעס, איינע פון די פרישע נעמען וואס מ'הערט איז טאני בלינקען וואס האט געדינט אויף פארשידענע פאזיציעס אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע.
* * * *
סאודי אראביע'ס אויסערן מיניסטער זאגט היינט אז ער איז זיכער אז די אריינקומענדע ביידען אדמיניסטראציע וועט ווייטער זוכן און אנהאלטן אזעלכע פאליסי וואס העלפן ארויס פאר ראיאנאלע סטאביליטעט.
ביידען האט אין יאר 2019 אנגערופן סאודי אראביע אן אויסווארף לאנד.
* * * *
פריער אין יאר האט די פעדעראלע זשוסטיס דעפארטמענט געמאלדן א קרימינאלע קלאגע קעגן די סוירטש ענזשין או טעכנעלאגיע ריז "גוגל" אויף באשולדיגונגען אז די פירמע האט מאניפולירט די מארקעט - דורכ'ן צאלן ביליאנען דאללער פאר אנדערע פירמעס אז זיי זאלן ארויסשטעלן די "גוגל" סוירטש ענזשין אלס דיפאולט, און מאכן אומבאקוועם/שווער פאר קאנסומער צו טוישן די דיפאלט סוירטש ענזשין.
יעצט ווילן די פירעמס עפל, גרופ עם., עי.טי. ענד טי. און אנדערע וואס האבן ארויסגעגעבן אינפארמאציע פאר די רעגירונג אז די ריכטער אויפן קעיס זאל באשטעטיגן געוויסע אינפארמאציע אלס "העכסט קאנפידענשאל" און קיין שום גוגל איינגעשטעלטע - אריינגעגרעכענט די אין האוז לעגאלע טיעם - זאלן נישט טארן האבן צוטריט דערצו, בלויז זעלבסשטענדיגע אדוואקאטן וואס די פירמע האט אויפגענומען. ווי די פירמעס זאגן קומט זייער פארלאנג צוליב וואס אויס גוגל זאל געוואר ווערן די אינפארמאציע וועלן זיי עס מעגליך נוצן צו שאנטאזשירן/בלעקמעילן די פירמעס אין די צוקונפט.
* * * *
לאסבאנג סאנגעי, די פרעזידענט פון די "צענטראלע טיבעט אדמיניסטראציע", האט זיך געטראפן פרייטאג מיט ווייסע הויז באאמטע - נאך א שריט וואס וועט אויפרעגן די כינעזע רעגירונג.
טיבעט איז א געגענט וואס האט אין 1913 - דורכאויס א אויפשטאנד אין כינע קעגן די ארטיגע מאנארכיע - זיך דערקלערט זעלבסטשטענדיג פון כינע. דאס האט אנגעהאלטן ביז אין די 1950'ע יארן ווען די קאמוניסטישע כינעזע רעזשים האט צוביסלעך איבערגענומען מער און מער קאנטראל אויפן ראיאן. ארטיגע פירער זענען דאן אנטלאפן קיין אינדיע, וואו זיי האלטן זיך אויף ביז היינט, און געגרינדעט א גלות רעגירונג - די צענטראלע טיבעט אדמיניסטראציע.
אין 1991 האט פרעזידענט בוש אונטערגעשריבן א געזעץ צו אנערקענען די סי.טי.עי. אלס די ריכטיגע טיבעט רעגירונג, אבער יעצט איז די ערשטע מאל זינט איר גרינדונג וואס ארטיגע באאמטע זענען געקומען אויף א באזוך צום ווייסן הויז.
* * * *
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 10:14 pm

שכח אלעקסיי פאר די געשמאקע חמין במוצ״ש

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 10:19 pm

שכח אלעקסיי. פיינע סחורה. מוצאי שבת איז דאך דיין אושפיזין

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 10:22 pm

שכח אלעקסיי!
זקן מלא רחמים.

Joel
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Joel » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:36 am

אלעקסיי ,שכוח

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1452
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:15 pm

א געשמאק. יישר כח אלעקסיי.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5494
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג נובעמבער 22, 2020 11:23 pm

אלעקסיי מיר באלעקן זיך די פינגערס
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 8:59 pm

מאנטאג ויצא

סאודי ארביע באאמטע האבן באשולדיגט די האוטי רעבעלן אין תימן אין א מיסיל אטאקע אויף א פעטראליום דיסטריביושאן צענטער אין די שטאט זשעדדא - די פייער איז פארלאשן געווארן אן קיין געשעדיגטע. סאודי באאמטע זאגן אז דאס איז געווען א פארזוך צו אונטערהאקן אלוועלטליכע סטאביליטעט.
* * * *
פאליציי אין בעלארוס האבן נעכטן פארהאלטן העכער 200 מענטשן דורכאויס פראטעסטן קעגן די רעזשים פון דיקטאטור אלעקסאנדער לוקאשענקאו. די פראטעסטן האלטן נאך אן זינט די קאנטראווערסיאלע וואלן פריער אין יאר, אבער האבן אויפגעפלאקערט די וואך צוליב די טויט פון א 31 יעריגער מאן וואס אפאזיציע פיגורן באשולדיגן די רעזשים אין יענעם ברוטאל צושלאגן.
* * * *
באריכטן גיבן אן אז מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער איז היינט אפגעפלויגן אין גה=עהיים קיין סאודי אראביע זיך צו טרעפן מיט די ארטיגע קרוין פרינץ אינאיינעם מיט די אמעריקאנע סעקרעטארי אוו סטעיט וואס געפינט זיך אין די ראיאן. די שפעקולאציעס האבן זיך אנגעהויבן נאך וואס פלייט ספאטטער'ס האבן באמערקט א אפריוואטע פליגער איז געפלויגן פון מדנת ישראל קיין סאודי אראביע, און נאכן וויילן דאר פאר פינף שטונדן האט זיך די פליגער צוריקגעקערט.
סאודי אראביע לייקענט שארף די באריכטן - מדנת ישראל פרעמיער מיניסטער האט, ווי זיין שטייגער, נישט געוואל קאמענטירן דערויף אין סיי וועלכע ריכטונג.
* * * *
געוועזענע פראנצויזישע פרעזידענט ניקאלאס סארקאזי איז געשטעלט געווארן אויף פראצעס צוליב באשולדיגונגען אז ער האט פרובירט אומלעגאל צו ארויסבאקומען אינפארמאציע איבער אן אויספארשונג אין זיין 2007 פרעזידענטליכע קאמפיין - די פראצעס איז געווארן סוספענדירט נאך צוויי שעה ווען אדוואקאטן פון איינע פון די באשולדיגטע האבן געזאגט אז יענער קען נישט ערשיינען אין געריכט צוליב די וויירוס.
דאס איז אויסער א באזונדערע פראצעס וואס סארקאזי שטייט אויס איבער זיין 2012 קאמפיין - יענע פראצעס איז ערווארטערט זיך צו אנהויבן קומענדיגע יאר.
* * * *
פרעזידענט טראמפ סטראשעט צו וועטאירן די ען.די.עי.עי. - די געזעץ וואס שטעלט צו געלטער פאר די פענטאגאן און די מיליטער - צוליב וואס די געזעץ פארלאנגט צו טוישן די נעמען פון מיליטערישע באזעס גערופן נאך קאנפעדרעיט-שטאטן העלדן. באריכטן גיבן אן אז עס קומען פאר רייבערייען אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי אין קאנגרעס צו מען זאל לאזן די יעצטיגע ווערסיע פונעם געזעץ און זיך מגליך אמשטאלפערן אין א וועטא פון א לעים דאק פרעזידענט אדער מען זאל ענדערש ארויסשניידן דעיע טייל פון די געזעץ צו פארזיכערן אז עס ווערט באשטעטיגט.
* * * *
די "אזיאנע און פאסיפיק אמעריקאנע קאוקוס" אין קאנגרעס האט אפגעשיקט א ביטע צו די ביידען טראנזישאן טיעם אז אמווייניגסטענס זיבן פערצענט פון די אריינקומענדע קאבינעט מיטגלידער - און אנדערע הויכראנגיגע פעדעראלע באאמטע - זאלן זיין פון די אזיאנע אמעריקאנע אדער פאסיפישע אינזלען אפשטאם. ווי זיי שרייבן ווילן זיי בלויז אז ביידען זאל האלטן ווארט ווען האט געזאגט אז זיין אדמיניסטראציע וועט ארייננעמען און רעפרעזענטירן יעדע שיכט פון די פאלק.
* * * *
קוועלער גיבן אן אז א בייפארטיזען גרופע פון זיבן סטעיטס גרייטן זיך אריינצוגעבן - נאך פאר ענדע יאר - א אנקלאגע אין פעדעראלע געריכט קעגן די טעכנעלאגיע ריז גוגל. דאס איז אויסער די קעיס אריינגעגעבן דורך די פעדעראלע זשוסטיס דעפארטמענט פריער אין יאר, און באזונדער פון א קעיס ערווארטערט דורך טעקסאס.
* * * *
זשי.עם. וועט ארויסשטעלן א ריקאל אויף ארום זיבן מיליאן קארס פון די יארן 2007-2014 צוליב פעלערהאפטיגע עירבעגס - די פירמע שאצט אז די ריקאל וועט אפקאסטן 1.2 ביליאן דאללער.
* * * *
סענאטארשע פיינסטיין (ד-קאליפארניע) זאגט אז זי וועט נישט זוכן א פירערשאפט פאזיציע ביי די יורידישע קאמיטע אין סענאט קומענדיגעס יאר, אפגעזעהן ווער ס'נעמט קאנטראל. דאס קומט נאך וואס זי איז אויסגעשטאנען שארפע קריטיק פון ליקע אקטיוויסטן/גרופעס איבער די וועג וויאזוי זי האט באהאנדעלט די קאנפירמעישאן הירינג'ס פון ריכטערין באררעט צום סופרים קאורט - סענאט מינאריטעט פירטר שומער האט דאן אפגגעהאלטן א זיצונג מיט פיינסטיין, מעןשפעקולירט אז ער האט איר געמאלדן אז זי זאל אפטרטן.
* * * *
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם און זיין פאמיליע זענען אריין אין איזאלירונג נאך וואס דריי פון זיינע קינדער זענען געווען אויסגעשטעלט צו א פאליציי אפיציר וואס האט דעם וויירוס.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 9:16 pm

טעינק יו! דעלישעס!

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7639
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 9:22 pm

אלעקסיי שרייבט קנאקעדיג.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 10:19 pm

קורץ און שארף, ישר כח

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 12:28 pm

א דאנק.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, בארג, באריכט, בועז, בלייב געזונט, בלינצע, בעקעלע.הפוכה, ברוך, מיכל הירש, משה בן יעקב, נישטאמת, פרעג נישט, רינדעכיג און 52 געסט