א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 4:36 pm

שקויעך

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 7:41 pm

-אינו דומה קריא"ה לשמיעה-


ווער איז נאך אינטערעסירט צו "הערן" נייעס, אויב מען האט די אפציע פון "ליינען" א הבל באריכט...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 8:21 pm

הבל איך גיי נאטס פאר דיינע געשמאקע קאקאש!!!
און אין איינוועגס לערן איך שוין פסוקים אינמיטן עסן...

#את_הכל_הבל_עשה_יפה_ב"עטו"
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 4:00 pm

רעפובליקאנער רעדן איצט פון אפשטופן ביל אויף קומענדיגע יאר
געוויסע קוועלער באצייכענען מעקאנעלס גרייטקייט עס איצט אויפצוברענגען אלץ אונטער 50%

פינאנץ סעקרעטאר סטיוו מענוטשין האט אין אקטאבער 30 למספרם מיטינג מיט באנד האנדלער און אינוועסטירער אנגעפרעגט פריוואט די מיינונג פון אנטייל נעמער ביי די עקאנאמישע אדווייזערי גרופע ווי אזוי זיי וואלטן בעפארצוגט איינצוצוימען די שנעלע עקאנאמישע וואוקס פון ווערן איבערגעהיצט
ווי באקאנט טוט די פעדעראלע רעזערוו קאנטראלירן די עקאנאמיע מיטן העכערן די צינזן ווען די עקאנאמיע איז שטארק און גאלאפירט אויף ארויף אז זי זאל נישט ווערן צו ווילד און צו פארמיידן אינפלאציע
פרעזידענט טראמפ וועלכע ווייסט ווי שטארק די העכערונגען טוען אפעקטירן די סטאק מארקעט און מענטשן אין אלגעמיין איז זייער אויפגעברויזט אויף די שנעלע ראטע העכערונג און טוט אפן ארונטעררייסן די פעדעראלע רעזערוו פארזיצער דזשעראם פאועל
מאנוטשין האט מעגליך געזוכט שטילערהייט צו דערשפירן אויב עס איז דא אן אויסוועג צו איבערצייגן די פעדעראלע רעזערוו אז זיי קענען באפרידיגן דעם פרעזידענט און צו די זעלבע צייט ווייטער אויספירן זייער ארבעט
זיין פראגע איז געווען אויב עקאנאמיסטן וואלטן ענדערש געגליכן אן אלטערנאטיוו צו העכערע צינזן ראטעס
די אלטערנאטיוו איז ווי פאלגענד:
ביים 2008 למספרם קריזיס האט די פעדעראלע רעזערוו אונטערגענומען פארשידענע שריט ארויסצוהעלפן די עקאנאמיע זיך ערהוילן אבער הויפטזעכטליך מיט צוויי שטארקע אנטיביאטיקס
1) שניידן די צינזן אז בענק זאלן פארבארגן פאר בליגער און מענטשן וועלן קענען ארויסנעמען לייכטערע הלוואות
2)אן אפקויף פון נכסים אזויווי רעגירונג אונטערגעשטיצטע מארגעדזש סעקיוריטיס
אין לויף פון 6 יאר איז די פעד אנגעגאנגן מיטן פראגראם אפצוקויפן די עסעטס ביז 2014 למספרם ווען די דעמאלטסדיגער פעד טשעיר יעלען האט אפגעשטעלט די וואוקס פונעם פראגארם אין ליכט פוןפארבעסענרטע עקאנאמישע צושטאנד
אין די נאכפאלגנדע יארן איז די באלאנס צעטל (וויפיל נכסים די פעד באזיצט) געבליבן מער ווייניגע ר אומגעטוישט און רופן האבן אנגעהויבן שטייגן אז די פעד זאל צוריק אנהויבן אויספארקויפן א גרויס טייל פון די באנדס און צוריקגיין צו די רעלאטיוו נארמאלע שטאפלען ווי זי איז געווען איידער די עקאנאמישע קראך
צוריק אויסצופארקויפן די אנגעזאמלטע נכסים ווערט גענוצט פארן זעלבן צוועק ווי הויבן צינזן ראטעס
נעמליך, צו האלטן די עקאנאמיע קאנטראלירט
אצינד פרובירט מאנוטשין צו זעהן אויב די אויבנדערמאנטע אלטערנאטיוו וועט בעסער ווירקן און ווייניגער אנציען אינוועסטירער ווי ווייטערדיגע ראטע העכערונגען
לויט א קוואל זענען די פארזאמלטע געווען אייניג צוטיילט איבער וועלכע מהלך וואלט געווען בעסער

די עקאנאמיע איז געוואקסן אינעם דריטן קווארטאל אויף א יערליכע ראטע פון 3.5 %
די נומערן זענען איצט געווארן פון פריש גערעכנט און די רעזולטאט איז 3.5 אזוי ווי באריכטעט ביים ערשטן ציילונג
די נומער ווערט באצייכנט ווי גענוג שטארק אין ריכטונג פון ענדיגן דעם יאר מיט די אדמיניסטראציעס האפענונג פאר א 3% וואוקס טראץ וואס עס איז שוואכער ווי די 4.2% אין צווייטן קווארטאל
די נומער איז שטארק זינט עקאנאמיסטן אין אלגעמיין ערווארטן א 2% וואוקס
אויפן פערטן קווארטאל ערווארטן עקאנאמיסטן א 2.5% וואוקס
די היבשע שווואכקייט פונעם דריטן קווארטאל קומט איז נישט פון פירמעס אינוועסטירן אין נייע עקוויפמענט וועלכע איז גראדע געשטיגן נאר צוליב שוואכערע קאנסומער ספענדונג און עקספארט וועלכע האט געזעהן א באדייטנדע טויש נאך וואס די טאריפס פון כינע זענען אריין אין קראפט
עקספארטירער האבן זיך געיאגט אפצוליפערן ריזיגע קוואנטומס סוי בונדלעך קיין כינע אין יולי למספרם וועלכע האט שטארק ארויפגעטריבן צו GDP נומערן און איצט ווען עס איז געקומען צו אן אפשטעל ווערט עס רעפלעקטירט אין די דריטע קווארטאל ציפערן
קוקנדיג בלויז אויף קאנסומער ספענדינג איז זי געשטיגן אויף א 3.6 % ראטע אין פארגלייך צו 4.0 % ראטע אין פריערדיגן קווארטאל
אימפארטן זענען געשטיגן מער ווי ערווארטעט אין די צייט וואס עקספארט איז שארף געפאלן פארברייטערנדיג די האנדלס דעפיציט
די אורזאך צו די פארמערטע אימפארט ווערט טיילווייז צוגעשריבן צו דאס וואס מערערע ביזנעסער האבן געוואלט אריינכאפן פילע פראדוקטן אימפארטירט פון כינע בעפאר די ספעציפישע פראדוקטן זענען געפאלן אונטער טאריפס שפעטער אינעם דריטן קווארטאל
ביזנעס ספענדינג אויף עקוויפמענט איז געשטיגן אבער אנשטאט 4.0% ווי אין די ערשטע שאצונג איז זי איצט געווארן ארפגערוקט צו 3.5%
עס ווערט צוגעשריבן צו די העכערע קאסטן צו אימפארטירן די מאשינעריע צוליב אמעריקאס טאריפס און האט אפעקטירט פירמעס ווי קערעפילער און פארד און נאך

די דאו איז היינט געווען שטארק העכער נאך אן אנדייטונג פון די פעדעראל רעזערוו אז זיי קענען מעגליך נעמען א ברעיק אין די אנגייענדע ראטע העכערונגען

היינט קומט פרישע באריכטן אז טראמפ איז זייער רואיג מיטן צייטווייליגן אטוירני דזשענעראל און קימערט זדיך קנאפ מיט גרעסלי און גרעהעם'ס דרוק צו נאמינירן א פערמענאנטע קאנדידאט
אין פארבינדעטע נייעס, איינע פון די אויפגעברענגטע קאנדידאטן אויפן ליסטע איז די לעיבאר סעקרעטאר אלעקסאנדער אקאסטע
זיין נאמען איז אבער מעגליך אין געפאר פון ארויספאלן נאך א היינטיגע באריכט וועלכע קען פארפלעקן זיין רעפוטאציע
א מיליאנער אין פלארידא פארבינדן מיט טראמפ און קלינטאן איז מיט א צייט צוריק געווארן אנגעקלאגט מיט א רייע הארבע אוממאראלישע פארברעכן און געווארן פארטרעטן דורך א מאכטפולע לעגאלע גרופע וועלכע האט צווישן אנדערן געציילט קען סטאר און אלען דערשאוויץ
אקאסטא איז צו יענע צייט געווען פראקוראר
און לויט די היינטיגע באריכט האט ער רעקאמענדירט פאר יענעם א זעלטן גרינגע וועג ארויס און גאר א לייכטע שטראף

מענעפארט וועט ערשיינען אין געריכט פארנט פון ריכטער בערמאן דעם פרייטאג 9:30 אינדערפרי

טראמפ: א מענעפארט פארדאן איז נישט אראפ פון טיש

אין די שריפטליכע ענפערס האט טראמפ געשריבן פאר מולער אז סטאון האט אים נישט געזאגט וועגן וויקיליעקס
אויך אז קיינער האט אים נישט פארציילט איבער די טראמפ טאוער מיטינג

דזשוליאני באשטעטיגט אז מענעפארטס אדוואקאטן רעפערירן דעם פרעזידענט איבער זייער קליענטס געשפרעכן מיט מולער
זיי זאגן אז מולער האמערט מענעפארט מיט פראגן אויב טראמפ איז געווען באוואוסזטזיניג מיט די טראמפ טאוער מיטינג

ביי די מונדליכע ארגומענטן אין די טימבס קעיס קוקט אויס פון די ריכטער אז זיי וועלן אורטיילן אז די אכטע אמענדנמענט רעכטן זענען ווירקליך מחייב די סיטיס און סטעיטס

קורצע כראנאלאגיע פון היינטיגע אפשטימונג אויף קאנטערווערסיאלע נאמינאציע פון טאמעס פאר צום דיסטריקט קאורט:
סענאטארן בוקער פלעיק און קאאנס פרובירן ארויפצוברענגן מולער באשיצונג ביל
סענאטאר לי בלאקירט עס
אריינגייענדיג צו די פאר אפשטימונג וויל נישט סענאטאר סקאט זאגן ווי אוזי ער וועט שטימען
פלעיק ווידערהאלט אז ער וועט שטימען ניין
די פאר אפשטימונג
דערווייל איז דא 50 ניין 49 יא
סקאט נאכנישט געשטימט מעקאנעל שטטיט מיט א געפרוירענע מינע אויפן געזיכט
פענס דערווייל נישט ערשינען
סקאט שטימט יא
פענס וועט איצט ברעכן די טיי
נאמינאציע מארשירט פאראויס און דראמא פאריבער
פענס געשטימט יא
נעמט אין אכט אז די אפשטימונג איז בלויז אויב די נאמינאציע זאל פאראויסגיין צו איר ענדגילטיגע אפשטימונג
מארגן דאנערשטאג וועט פארקומען די אפשטימונג און סקאט זאגט איצט אז ער האט נאכנישט באשלאסן ווי אזוי צו שטימען
-פענס געקרוינט אלץ דע פאקטא פירער פון די טיי פארטיי-

א היציגע דעבאטע קומט איצט פאר אין סענאט אויף א דורכגעפאלענע ביל פון סענדערס אויפצוהערן צו שטיצן די סאודיער מיסיע אין תימן
עטליכע רעפובליקאנער און דעמאקראטן וועלכע האבן דעמאלט געשטימט ניין זענען איצט א יא פאר די רעזאלוציע
אומקלאר אויב עס וועט דורכגיין אבער אין פאל עס גייט אריבער ראטן ווייסע הויז געהילפן דעם פרעזידענט עס צו וועטאאירן

פעלאסי ארבעט אויס אפמאך מיט פראבלעם לעזער קאקוס אין בעפארברייטונג צו די דעמאקרטישע קאקאוס אפשטימונג פאר ספיקער היינט נאכמיטאג
9 מעמבערס האבן זיך צוריקגעהאלטן זאגן ווי אזוי זיי וועלן שטימען ווילאנג פעלאסי האט נישט אינדארסירט געוויסע רול טוישן

פעלאסי אויסגעקליבן אלץ ספיקער דורך דעמאקראטישע קאקוס
203-32
3 ליידיגע שטימען איינע/ר
האט געפעלט

ניו יארקער קאנגרעסמאן האקים דזשעפריס ערוויילט אלץ דעמאקראטישער קאקוס טשעיר באזיגנדיג בארבארא לי מיט 123-113

ארויסגייענדע ניו יארקער דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דזשאו קראולי וועלכע איז באזיגט געווארן דורך קאנגרעספרוי ערוויילט אלעקסאנדריע אקסיע קורטעז האט פריער אין טאג מהנה געווען דעם דעמאקראטישן קאקוס מיט אן איירישן חזנות לידל
עס האט נאכגעפאלגט מיט א סטענדיג אוועישאן פון זיינע קאלעגען
-אזמרה לחברי בעודי-

נאך וואס מאנטאנא דעמאקראטישע סענאטאר דזשן טעסטער האט באוויזן דעם קונץ צוגעוואונען ווידערערוויילונג טראץ די שטארקע קאמפיין פון טראמפ אים ארויסצורוקן האט זיך פארשמעקט פאר געוויסע דעמאקראטן ווידער צו פרובירן דעם שפיל אינעם רויטן מאנטאנא
דאסמאל האט זיך פארגלוסט פאר אקטיוויסטן ארויסצורוקן דעם רעפובליקאנער פעסטונג אריין אינעם 2020 למספרם גרויסן שפיל
זיי ווילן אז דער איצטיגער דעמאקראטישער גאווערנאר ריטשארד בולאק זאל לויפן אקעגן דעם אמטירנדער סענאטאר סטיוו דעינס
בולאק איז געפרעגט געוואן דערוועגן און רעאגירט: איך האט שוין געזאגט א צייט צוריק אז עס איז נישט עפעס וואס אינטערסירט מיר,אבער.. גוט, ניין, איך וויל אפילו נישט נוצן די ווארט אבער..
-ברי ושמא ברי עדיף-

קאנקורענץ אין אמעריקא שרינקט
ריזיגע אינדוסטריעס ווערן מאנאפילירט פון א הייפעלע מאגנאטן
פאלגנד עטליכע ביישפילן: 90% פון די ביר אינדוסטריע אין אמעריקא ווערן קאנטראלירט דורך בלויז צוויי קארפארעישאנס
די גאנצע אמעריקאנע פלייש מארקעט ווערט קאנטראלירט דורך בלויז 4 שפילער
5 בענק קאנטראלירן ארום האלב פון אלע בענק נכסים וואס די אמעריקאנע באנק סיסטעם באזיצט

אלד ברידזש טאון אין ניו דזשערסי פארלאנגט 2000$ פער נאכט פון א לאקאלע איינוואוינער
די פאמיליע האט שוין א 15 יעריגע טראדיציע ארויסצולייגן א מאסיווע סטרוקטור פון 70,000 לעמפעלעך מיט מוזיק אפצוצייכענען זייער שמייליגע חגא
אבער אין די לעצטערע יארן האט עס געצויגן א אנלויפעניש פון מענטשן און די פארקער פון ביישויער און פארקירטע קארס האט געצוואונגען די טאון באאמטע צוצושטעלן וואך צו האלטן ארדענונג
איצט סטראשעט די טאון פירערשאפט אז אויב די פאמיליע וועט נישט באצאלן די קאסטן וועלן זיי איינפאך אוועקנעמען די אויפגעשטעלטע לעקטערלעך
כ'ווייס נישט ווי אזא קעיס וועט גיין אין די געריכטן און עס איז אונז נישט נוגע אבער מעגליך קען עס אינעם לענגערן טערמין אפעקטירן להבדיל די חב"ד מנורות איבערן לאנד

אין קעניע איז דערקלערט געווארן א סטעיט אף עמערדזשענסי אויף די.. דזשיראף באפעלקערונג וועלכע האט געזעהן א טראסק פון 40%
-האט פעסט האנטער אנגעהויבן א קאמף אויך מיט דזשיראפן?..-

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 4:12 pm

קענדי׳ס איז היינט נישט געקומען אין צייט..

וועל איך היינט זיין דער באדאנק׳ער פארן היינטיגן סנעק.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 4:16 pm

כעל נישט מוותר זיין אויף מיין קענדי אבער עס איז גוט דיר צו זעהן דא טשאדקעלע

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 4:18 pm

איך בין אין דעם אשכול יעדן טאג ערגעץ צווישן 4רע און 6סע.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 4:19 pm

אה

אה גאר געשמאק צו הערן

איך מיין אבער אז מען הערט דיין פידבעק

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 4:22 pm

על המחיה
ועל הכלכלה זאגט מען נישט
א שיינעם דאנק

הע הע מען האקט אז איך בין נישטא פיין ביניכדא

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 4:23 pm

אה המממ

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 5:53 pm

די היינטיגע באריכט איז געספאנסערט געווארן דורך PEST HUNTER


הבל ;l;p-
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 6:00 pm

יישר כח, הכל.

איינער האט אפשר ספייסעס צי בארגען? וואסי געשען מיט די טאץ פון מליצות? ווי ענדזוי איט עוורי דעי.
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 6:57 pm

הכל הבל

מיר ליינען דיינע רעפארטאזשן עז איט קאמ'ס און די קאווע קילט זיך אויס ליינענדיג

קודאס!!!
פאר קריטיק דריקט דא

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 4:00 pm

סענאטארן פון ביידע פארטייען איצט פארנומען איבערצושרייבן ביל וועלכע וועט אויסשליסן מענטשן וועלכע זענען באגאנגען פארברעכן פון א געוויסע קאטעגאריע
אומקלאר ווען די נייע איבערגעמאכטע ביל ווועט ווערן פארעפענטליכט

פרעזידענט טראמפ פליעט היינט אפ קיין ארגעטינא אנטייל צו נעמען ביי די סאמיט אין באגלייטונג פון זיין פרוי און טאכטער,דזשעראד קושנער און דזשאן קעלי
טראמפ: (פארן ארויספליען) איך וועל מיר פילייכט טרעפן מיט פוטין, איך גלויב אז עס איז א גוטע צייט צו האבן געשפרעכן
אבער איך וועל באקומען א פולע רעפארט אויפן פליגער איבער די אוקריינע רוסישע סיטואציע און דאן באשליסן אויב פאראויסצוגיין דערמיט
אויפן וועג רופט טראמפ אפ די מיטינג מיט פוטין
די אנגעגעבענע סיבה איז אז די אוקריינער שיפן זענען נאכנישט געווארן אומגעקערט

טראמפ: א מיטינג מיטן סאודישן קרוין פרינץ איז עפעס וואס איך וואלט געהאט נאר עס איז פשוט נישט געווארן אראנדזשירט
מיר האבן נישט קיין צייט דערפאר אינעם סקעדזשועל

טראמפ וועגן כינע: מיר זענען גאר נאנט עפעס אויסצוארבעטן מיט כינע אבער איך בין נישט זיכער אז איך וויל עס זינט מיר שארן אסאך פון די טאריפס

פרייטאג וועלן אמעריקא מעקסיקא און קאנאדא אונטערשרייבן די נייע USMSA אפמאך וועלכע דאף נאך נאכדעם אריבערגיין אין די געזעצהייזער פון די באטרעפנדע לענדער
סענאטארשע ווארען האט שוין געזאגט אז זי וועט שטימען ניין אויפן איצטיגן נוסח אינעם אפמאך

די באקאנטע דייטשע פארמיסיוטיקל ריז באיער וועט שניידן 12,000 דזשאבס אלטוועלטליך אבער מערסטנס פון די שניטן וועט זיין אין דייטשלאנד

לויט באריכטן פלאנט די טראמפ אדמיניסטראציע ארויסצולייגן זייער לאנג ערווארטעטע פארבאט אויף באמפ סטאקס

קוועלער גיבן איבער אז אינעם אנגייענדיגן סוירטש צו טרעפן א קאנדידאט צו ערזעצן ניקי העילי איז טראמפ גאר שטארק ביי די מיינונג אז עס קען נישט זיין קיין ווייסער מאן
זיין אויסקוק איז אז די פארטרעטער ביי די יו ען מוז זיין א פרוי אדער מינאריטעט

פעדעראלע אגענטן היינט אינדערפרי איבערגעפאלן ביורא פון עד בורק אין שיקאגא סיטי האל
ער האט געטוהן שטייער ארבעט פאר טראמפ פאר 12 יאר און האט לעצטנס אפגעהאקט מיט טראמפ
אגענטן האבן אריינשפאצירט אומגעמאלדן
יעדן פארשיקט
צוגעדעקט די פענסטער מיט פאפיר
בורק איז א לאנגיעריגע פארזיצער פון די סיטי קאונסיל פינאנץ קאמיטע אין שיקאגא
ער האט געהאלפן טראמפ שפארן 14 מיליאן דאלער אין די טראמפ טאוער אין שיקאגא

מייקל קאהען איצט אנערקענעט אז ער האט געמאכט פאלשע סטעיטמענטנס אין קאנגרעס
ער איז היינט אינדערפרי איינגעגאנגען אויף א פרישע פלי דיעל מיט מולער
און ערשינען פארנט פון א ריכטער אין ניו יארק
זאגט אין געריכט אז ער האט ליגן געזאגט אין קאנגרעס איבער די טראמפ ריעל עסטעיט פראיעקט אין רוסלאנד
עס האנדלט זיך איבער די געשפרעכן אין 2015 למספרם צו בויען א טראמפ טאוער אין מאסקאווע
קאהען זאגט אין געריכט אז די געשפרעכן איבער א טראמפ טאוער אין רוסלאנד האט אנגעהאלטן טיף אריין אין 2016 למספרם און אז ער האט פיל מאל גערעדט דערוועגן מיט טראמפ און זיין פאמיליע

קאהען'ס עדות'שאפט באזארגט דיר?
טראמפ: איך בין בכלל נישט באזארגט וועגן אים
טראמפ: קאהען איז א שוואכלינג וועלכע זאגט ליגן צו רעדוצירן זיין אורטייל
יעדער האט געוואוסט פטוו די געשפרעכן

פארוואס האסטו אים געהאלטן אלץ דיין אדוואקאט?
טראמפ: ווייל ער האט מיר געטוהן א טובה מיט א לאנגע צייט צוריק

סירקוט ריכטער אפשטימונג 49-49
פענס געבראכן די טיי

די ענדגילטיגע פאר אפשטימונג איז איצט געווארן אפגעשיבט אויף קומענדיגע וואך
א קלארע אנדייטונג אז ער האט נאכנישט די נויטיגע צאל שטימען
זעהט אויס אז ביז די קומענדיגע וואך האפט מעקאנעל אדער אז סקאט זאל בייגן דעם קאפ און שטימען יא אדער אז מען זאל זיך אויסקומען אויף עפעס אן אופן מיט פלעיק
הגם עס מוז נישט זיין אז סקאט איז שטארק גענויגט אויף ניין
לויט קוועלער טראכט ער נאך דערוועגן
איי וועסטו פרעגן נו וואס קען מען אים נישט אונטעראיילן? אט איז אייער ענטפער:
דזשיעמס אינהאף איז אפוועזנד צוליב א לוי' צערעמאניע אין די פאמיליע

רוביא און קאלינס אין אפיס פון סענאטאר סקאט איבערצושמועסן זיינע זארגן מיט די פאר נאמינאציע
מורקאוסקי נאך אומבאשלאסן אויף די פאר נאמינאציע

אן אפשטימונג געווען געסקעדזשועלט אויף 1:45 גייט געווארן פאראויסגערוקט
קוקט אויס ווי איין סענאטאר דארף כאפן א פליגער

סנאו פלעיקס ווען די שניי האלט אן צו לאנג פאראורזאכט עס ערנסטע פראבלעמען און פארשפעטיגונגען..
אין ליכט פון פלעיקס אפאזיציע צו יורידישע נאמינאציעס
די יורידישע קאמיטע רופט אפ א פארהערן געסקעדזשועלט אויף היינט אויף א רייע נאמינאציעס
ווען אינצווישן טוען סענאט פירער ציילן וויפיל שטיצע א באשוץ מולער ביל וואלט אנגעצויגן (פילייכט ווילן זיי פארזיכערן אז עס פאלט דורך איידער זיי ערלויבן פלעיק עס ארויפצוברענגן)

פילע סענאטארן וועלכע האבן געשטימט אין מערץ למספרם ניין שטימען איצט יא פונעם דעמאקראט קאאנס ביזן רעפובליקאנעם גרעסלי
גרעסלי האט אייגנטליך ממש איצט געטוישט זיין שטימע אויף ניין און געגעבן א שטארק געדרוקט מורפיס האנט
גרעסלי און אנדערע זענען גאר אויפגעברויזט אויף דעם וואס אין די היינטיגע אויפטריט פון פאמפיע און עמטיס האט געפעלט העספעל
זיי זאגן אז מען האט איר צוריקגעהאלטן פון קומען נישט וועלנדיג הערן איר דירעקטע מיינונג אויף די קאשאגי מארד און אנשטאט האבן די אנדערע צוויי איבערגעגעבן די מיינונג אז עס איז נישטא קיין קלארע פארבינדונג צווישן בין סאלמאן און דעם מארד
גרעסלי איז אויפגעקאכט ווי א קעסל ווי אין די אלטע צייטן
מען קען נישט בעסער אילוסטרירן גרעסליס אויפברויז ווי בלויז אנצייגן אויפן פאקט אז גרעסלי האט אייגנטליך געשטימט אקעגן א מיליטערישע מיסיע
עס איז באלד אזא דראמאטישע אנטוויקלונג ווי די טראמפ דגעוואונס אין 2016 למספרם
די ביל צו שניידן די הילף צו די סאודיער קריג אין תימן איז געווארן באשטעטיגט אז זי קען פאראויסגיין צו אן ענדגילטיגע אפשטימונג 63-37
אין מערץ האבן בלויז 5 רעפובליקאנער געשטימט פאר די רעזאלוציע
היינט האבן 14
די רייייייייייייייייייזיגע פראגע וועלכע הענגט אין די לופט:
אויב א ביל מיט איבערוויגנדע דעמאקראטישע שטיצע און בלויז 14 רעפובליקאנער אין שטיצע איז ערלויבט ארויפצוקומען אויפן פלאר דאן פארוואס קען די קרימינאלע יוסטיץ רעפארם ביל מיט צווישן 20-30 רעפובליקאנער אין שטיצע נישט ווערן ארויפגעברענגט??!!
פארוואס האט מען נישט געהאט קיין פראבלעם אז די היינטיגע ביל צוטיילט רעפובליקאנער אבער ביי די יוסטיץ ביל נוצט מען יא דעם אויסרייד?!

א פרוי האט אנגעקלאגט א קאונטי אין מיסיסיפי פארן איר האלטן אין טורמע פאר 96 טעג אן א מעגליכקייט
אן די געלעגנהייט צו זעהן א ריכטער
דיסטריקט ריכטער שעריאן עיקאק
די קאונטי האט זיך געוואנדן צו סופרים קאורט צו אפעלירן
אויב די סופרים קאורט ווארפט עס אפ וועט די דיסטריקט געריכט פאראויסגיין צו באשטימען די סומע אנטשעדיגונג געלט צו ווואס די פרוי איז בארעכטיגט

א לעכטיגן שבת קודש!!

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 4:17 pm

שקויעך און א גוט שבת

געוואלדיג
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 4:46 pm

א גרויסן ייש"כ

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:45 pm

טענקיו ווערי מאטש!! איי ריעלי עפריציעט יור דיוואושען!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

Potus
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 3:21 am

טענק יו
יו אר דה בעסט
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 3:37 am

קענדי'ס האט געשריבן:שקויעך און א גוט שבת
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:02 pm

בולעטין מעלדונג:
אין די ימי האורה וועט זיין א קליינע טויש אין די צייט פון די טעגליכע אפדעיט
כדי ליתן ריוח בין פרשה לפרשה וועט די טעגליכע אויפלאגע ערשיינען בל"נ אום זייגער דרייע צו פריילאזן די געציילטע נאכמיטאג שטונדן פון די הבלים און אויסנוצן די צייט אויף מער ערנסטע ענינים והכנה צו די הייליגע מצוה פון הדלקת נר חנוכה

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:27 pm

המקבל מתנה מחבירו, צריך ליתן גראסיאסיסא.
גראס יאס.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:00 pm

דורבין איבער טראמפס רעדן פונעם וואנט און שווייגעניש איבער קרימינאל יוסטיץ רעפארם: מיר קענען געוויס נוצן דעם פרעזידענט הילף אין די רעפובליקאנער סענאט קאקוס
גרעסלי: מיר דארפן טוהן ביידע

די כינעזער רעגירונג געפירטע מידיא מעלדט אז שי און טראמפ זענען איינגעגאנגן נישט נאכמער אונטערצוהייצן די האנדלס קריג און אז אויף צייטווייליג וועט ריין איין זייט נישט ארויפלייגן פרישע טאריפס
די ווייסע הויז זאגט אז טראמפ איז איינגעגאנגען אויף דערווייל נישט צו העכערן די טאריפס אויף האנדל אין ווערט פון 200 ביליאן דאלער פון 10% צו 25 %
און כינע איז איינגעגאנגען איינצוקויפן א זייער באדייטפולע סכום פון אגריקולטור ענערגיע אינדוסטריאל און אנדערע פראדוקטן צו רעדוצירן די האנדל אומבאלאנס
טראמפ באצייכנט די מיטינג אלץ זייער פראדוקטיוו מיט אומבאגרעניצטע מעגליכקייטן פאר ביידע לענדער און אלץ א עהרע צו ארבעטן מיטן כינעזער פירער
די ווייסע הויז גיבט איבער אז ביידע זייטן וועלן תיכף אנהויבן צו פארהאנדלען אויף סטרוקטואלע טוישונגען טעכנאלאגישע טראנספער אינטעלעקטואלע פראפערטי באשיצונג נאן טאריף שטרויכלונגען סייבער רויב סערוויסעס און אגרי קולטור
סטיוו מענוטשין זאגט אז די בועאנעס איירעס מיטינג האט זיך געצויגן פאר ארום 3 שטונדן אין די דיסקוסיע איז געווען שטארק דעטאליזירט און מען וועט זיך איצט שטארק קאנצעטרירן אויף רעדוצירן אויטא טאריפס זאגנדיג אז טראמפ אין שי האבן ספעציפיש געשמועסט איבער 142 סטרוקטואלע באקלאגענישן פון אמעריקא אויפן טיש אויף וועלכע שי האט געגעבן זיינע רעאקציעס און ענטפערס און צווישן אנדערן געגעבן א שטארקע צוזאג נישט צו ביליג מאכן איר וואלוטע
ווען מענוטשין איז געפרעגט געווארן אויב עס איז אויסגעהאמערט געווארן א קלארע אמפמאך איבער אויטא טאריפס האט ער גענטפערט אז יא
ווען מענוטשין איז געפרעגט געווארן ווי אזוי אמעריקא קען פארזיכערן די סטעימענט פון כינע אז זיי וועלן אפשטעלן סייבער רויבעריי פון אמעריקאנע אינטעלעקטואלע פראפערטי האט ער גענטפערט אז מיר האבן די מעכאניזם צו וויסן אויב עס פאסירט אדער נישט און מיר וועלן באשוצן אמעריקאנע פירמעס
פרעזידענט טראמפ האט באאויפטראגט ראבערט לייטהייזער צו שטיין אין שפיץ פון די 90 טאג געשפרעכן מיט די כינעזער אין אן אפנויג פון די טראדיציאנאלע איינפיר אז דער טרעזשורי סעקרעטאר פירט די עקאנאמישע דיאלאג מיט אנדערע לענדער
עקזעקוטיוון פון BMW דעימלער און נאך פירמעס וועלן זיך מארגן טרעפן מיט קאדלאו לייטהייזער ווילבאר ראס און נאך באאמטע

USMCA אונטערגעשריבן
קאנאדא פאר זיך רופט די דיעל CUSMA (לייגנדיג קאנאדא צום ערשט)
טראמפ כאפט זיך אריבער אומערווארטעט צום צערעמאניע ווי קושנער ווערט באעהרט דורך מעקסיקא פאר זיינע לייסטונגען

א כאמאס מיליטערישע געריכט האט פאראורטיילט צום טויט 6 פאלעסטינער פארן אנגעבליך קאלאבארירן מיט די איזראעליס

די סופרים קאורט האט אפגעשטופט מונדליכע ארגומענטן געסקעדזשועלט אויף מיטוואך מיט איין טאג צוליב די בוש קלאג צערעמאניעס

קאנגרעס באטראכט פלאן אפצושטופן רעגירונג פארשליסונג דעדליין אויף ביז נאך די בוש געדענקמאל צערעמאניעס זענען פאריבער
לויטן איצטיגן פלאן וועט עס ווערן אפגעשטופט אויף דעצעמבער 21 למספרם
די מיטינג צווישן פרעזידענט טראמפ מיט שומער און פעלאסי אויף מארגן דינסטאג איז אויך געווארן אפגעלייגט אין ליכט פון די טרויער טעג אין אנדעק פונעם ערשטן פרעזידענט בוש

די פאלעסטינער ציילן זיך צווישן א רייע וועלט רעיגרונגען וועלכע האבן אויסגעלויבט דעם ערשטן פרעזידענט בוש
נידערט אייערע ברעמען בארואיגט אייך, עס וועט שוין ווערן ערקלערט
פרעזידענט בוש דער ערשטער איז געווען דער ערשטער פרעזידענט אין די היסטאריע צו באשטראפן די איזראעליס
בוש האט געוואלט אז זיי זאלן איינפרירן בוי פראיעקטן אין די זידלונגען און האט צוריקגעהאלטן 10 ביליאן דאלער פון לאון גאראנטיעס אויף ווילאנג זיי שטעלן נישט אפ די ארבעט
עווענטועל האבן זיך די איזראעליס געבראכן און אפגעטעלט די בוי ארבעט און די פאלעסטינער געדענקן די שטאנדהאפטיגקייט פון בוש
בוש האט באקומען 35% אידישע שטימען אין 1988 למספרם אבער אין 1992 למספרם בלויז 10%
עס איז אבער זייער שווער צו וויסן וויפיל פון די טראסק מען קען צושרייבן צו אט די פאליסי און וויפיל איז בלויז טייל פון די ברייטערע אטמאספער וועלכע האט דאן געהערשט אין לאנד צו שטימען אקעגן בוש צו מצד די ראס פעראו קאמפיין אדער די פאפולערע קלינטאן קאמפיין וועלכע האט געריטן טויף די עקאנאמיע

פרעזידענט טראמפ וועט צושיקן צו קאנגרעס א פארמאלע מעלדונג אין וועלכע ער עלימינירט די נאפטא אפמאך
ער וועט גיבן פאר געזעצגעבער א זעקס מאנאט אפשניט אויף ביז ווען זיי וועלן מוזן אויפקומען מיט אן ערזאץ
די אפציע וועט זיין אדער צו באשטעטיגן USMCA אדער פארבלייבן מיט קיין שום האנדל אפמאך

מעט וויטעקער איז איינגעגאנגען צו ערשיינען פארנט פונעם הויז יורידישן קאמיטע אין יונואר למספרם
א פונקטליכע דאטום דארף נאך ווערן אויסגעארבעט

פרעזידענט טראמפ וועט מאנטאג אויפנעמען וועסט ווירדזשיניע סענאטאר דזשאו מענשין פאר א מיטאג
מענשין וויל שתדל'ען פאר קוילן גרעבער פענסיע און נאך

קאומי צוריקגעצויגן פון זיין לעגאלע אנקלאגע אקעגן די קאנגרעס סובפינע און איינגעגאנגען צו ערשיינען אין א וואלונטיר פארעם אינטערוויו אום דעצעמבער 7 למספרם

די סופרים קאורט האט היינט צוריקגעוויזן א פעטיציע אויפצונעמען א קעיס וועלכע האט געזוכט צו קלאגן די טראמפ אדמיניסטראציעס מעקסיקא גרעניץ וואנט פלאן מיט די טענה אז עס פארלעצט ענווייראמענטאלע זארגן

היינט האט די העכסטע געריכט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן און צוויי קעיסעס
איין קעיס איז אויב א פראוויזיע אין די וועסט ווירדזשיניע שטייער קאוד וועלכע באפרייט רעטייערמענט פארדינסט פון פולע סטעיט און לאקאלע פייערלעשער און לאו ענפארסמענט אפיצירן פון שטייערן אבער פעדעראלע מארשאלס קוואליפיצירן נישט פאר די שטייער פרייע סטאטוס
די טענה איז איז די ספעציעלע פריווילעגיע דורך די סטעיט דיסקרימינירט אקעגן די מארשאלס באזירט אויף די קוואל פון ווי זיי באקומען זייער איינקונפט

די צווייטע קעיס איז אנטיפראוד פראוויזיעס אווערקגעשטעלט דורך די פעדעראלע סעקיוריטי און עקסטשעינדזש קאמיסיע (אקראנים SEC) פארבאט צוויי קלארע קאטעגאריעס פון מיסברויכן
איין פארבאט איז צו נוצן שווינדערלישע און פארפירערישע אינפארמאציע ביים פרובירן צו פארקויפן סעקיוריטי סערוויסעס
די פראגע איז איבער פרענסיס לארענזא א רעגיסטרירטע רעפרעזענטאט פון א בראוקער פירמע וועלכע האט לויט די באשולדיגונג געשיקט אן אימעיל מיט פאלשע און פארפירערישע סטעיטמענטס צו אינוועסטירער און די דרעפט פון די אימעיל איז געווארן אויסגעארבעט דורך זיין אויבערהאר
די לעגאלע פראגע איז אויפגעשווימען אויב מען קען נאר באשולדיגן דער וואס האט געשאפן די פארפירערישע סטעיטמענט, נעמליך,דעם אויבערהאר אדער אויך לארענזא פארן פאקטיש שיקן די אינפארמאציע צו די קליענטן און זיי פארפירן
לארענזא האט מודה געווען אז ער איז געווען באוואוסטזיניג צום פאקט אז זייער פירמע האט נישט די אלע נכסים וועלכע ער האט אויסגערעכנט אין די אימעיל וועלכע ער האט געשיקט צו די אינוועסטירער זיי צו איבערצייגן ווי שטארק רואיג זיי קענען זיין מיט די פירמעס פינאנציעלע שטאנד
ער האט געשיקט די אימעיל פון זיין אקאונט זאגנדיג פאר די אינוועסטירער אז זיי קענען אים רופן פאר מער פראגן אבער ער האט ארויסגעשריבן אינעם אימעיל אז ער שיקט עס מיט די גוטהייסונג פון זיין אויבערהאר
די די סי סירקוט איז געווען צוטיילט איבער די פראגע און האט געאורטיילט 2-1 אז ער אז ער ווערט פארבאטן פון ארבעטן אין די סעקיוריטי אינדוסטרי און צוגאב פון א 15 טויזנט דאלער שטראף
די איין ריכטער וועלכע האט יא געשריבן א מיינונג אז די SEC קען אים נישט קלאגן איז דער שוין היינט באקאנטער ריכטער קעווענאו וועלכע איז דאן געזיצן אויף יענעם באנק
קעווענאו האט אנגעצייגט אז די סופרים קאורט האט שוין אין די פארגאנגענהייט געשריבן אז פארלעצונגען פון די פארבאט איז בלויז גילטיג ווען עס קומט פון פערזאן וועלכע האט פולע אויטאריטעט איבער די פאלשע צוזאגן געמאכט און דעריבער איז לארענזא וועלכע האט בלויז געקאפיעט און געפעיסט צוזאגן פון זיין אויבערהאר וועלכע בלויז ער האט געקענט יא אדער נישט דעקן נישט פאראנטווארטליך
די אנדערע צוויי ריכטער האבן אויך איינגעשטימט אז ער האט נישט געמאכט די סטעיטמענט אבער האבן זיך באצויגן צו די אנדערע צוויי פארשריפטן וועלכע ער האט יא פארלעצט
די SEC האט דריי פארשריפטן, 2 זענען איבער אנטייל נעמען אין פרואוון צו באשווינדלען און 1 איז איבער מאכן פאלשע סטעיטמענטס
די געריכט האט געזאגט אז די SEC וועלכע האט אים באשולדיגט אין פארלעצן אלע 3 האט אים אמווייניגסטנס געקענט באשטראפן אויף צוויי דערפון
צוליב זיין ראלע אין די קעיס איז ריכטער קעווענאו איצט רעקיוזד פון די קעיס
די אורטייל וועט קומען פון אן אכט ריכטער פאמעל און אויב עס טיילט זיך 4-4 מיט אלע ליבעראלן גיבנדיג רעכט פאר די SEC וועט די אפעלאט געריכט אורטייל בלייבן אין קראפט
די ריכטער האבן היינט אויסגעקוקט גענויגט אין יענע ריכטונג
-יש שליח לדבר עבירה-

די אפעלאט די סי סירקוט קאורט וועט דאנערשטאג אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס וואס די פעדעראלע רעגירונג פירט אקעגן די פאראייניגונג פון עי טי ענד טי מיט טיים ווארנער

טים סקאט א ניין אויף די טאמעס פאר נאמינאציע
די איינציגסטע אפציע אים צו שטעלן אויפן באנק איז צו ווארטן אויפן קומענדיגן סעסיע און פונדאסניי נאמינירן
דאן וועלן רעפובליקאנער פארמאגן אן עטוואס ברייטערע מאיאריטעט

סענאטאר קענעדי: איך גלייך דעם סענאט און איך בין נישט קיין קאנדידאט פאר ליוזיאנא גאווערנאר פארמעסט אין 2019 למספרם

ריכטער באשטימט מענעפארטס סענטענסינג דאטום אויף מערץ 5 למספרם
פראקורארן נאכנישט באשלאסן אויב זיי ווילן ברענגן מיר קלאגעס אקעגן מענעפארט אבער זיי קענען
ערשטע דעטאלן איבער וואס האט פאסירט מיט די פלי דיעל וועט ווערן אנטפלעקט קומענדיגע פרייטאג
סענטענסינג מערץ 5 למספרם

א סי בי עס אנקעטע צייגט אז 74% אמעריקאנער גלויבן אז די עקאנאמיע איז אויף די גוטע רעלסן און 52% זענען צופרידן מיט פרעזידענטס ארבעט אויף די עקאנאמיע

8 רעפובליקאנע גאווערנארס האבן אויסגעפרעגט קאנדידאטן פאר די פאזיציע פון פארזיצער פאר די רעפובליקאנער גאווערנארס אסאסיעישאן
זי פארהערער האבן גאר שטרענג פארהערט די קאנדידאטן אויפצוקומען מיט פלענער ווי אזוי צוריקצוגעוואונען מינאריטעטן פרויען און סובארב וויילער
אויך איבער זייער מיינונג און געדאנקן ווי אזוי רעפובליקאנער זאלן לויפן אין 2020 למספרם מיט טראמפ אויפן טיקעט
די גאווערנאס האבן אויך געשיקט א שארפע מעסעדזש פאר טראמפ זאגנדיג אז ער קען רעדן ווי לאנג ער וויל פון גרויסע נצחונות אבער דראסטישע פאררעכטונגען זענען דרינגנד
יוטא גאווערנאר הערבערט האט שארף אראפגעריסן דעם פרעזידענט פארן אטאקירן די רעפובליקאנע קאנגרעספרוי וועלכע האט שמאל פארלוירן ווידערערוויילונג און געזאגט אז ער פלאנט זיך צו באקלאגן צו וויצע פרעזידענט דערוועגן
מערילענד גאווערנאר לערי האגען האט געזאגט אז ער שליסט נישט אויס צו לויפן פאר פרעזידענט אום 2020 למספרם און אז ער בכלל נישט איבערצייגט אז טראמפ לויפט וואר נאך א טערמין
די ווייסע הויז האט שוין לאנג האגן אויף זייער שווארצע ליסטע פון פאטענציאלע פריימערי קאנדידאטן

די איינוואוינער פון די געגענט און וואשינגטאן די סי ארום די סאודישע אמבאסאדא האבן געשטימט צו טוישן די נאמען פון גאס פארנט פון די אמבאסאדא געביידע צו "דזשאמאל קאשאגי"
-ויקראו לפניו ברחוב העיר-

ניו דזשערסי גאווערנאר האט אונטערגעשריבן א סעריע פרישע סענקטשוערי געזעצן וועלכע באשוצט אימיגראנטן
די פאליציי וועט נישט קענען אפשטעלן אדער פארהאלטן מענטשן באזירט אויף זייער אימיגראציע סטאטוס אדער פרעגן מענטשן איבער זייער סטאטוס סיידן אין פעלער פון אנגייענדיגע אויספארשונגען אויף ערנסטע פארברעכן
פאליציי אפיצירן וועלן אויך זיין פארבאטן פון אנטייל נעמען אין איבערפאלן דורכגעפירט דורך ICE אדער מיטטיילן לאקאלע דאטא אינפארמאציע מיט די אימיגראציע אינפארסמענט אגענטור

די כינעזער בעידאו סאטעליט נאוועגאציע סיסטעם איז געגאנגען ציוויל
כינע האט אנגעהויבן צוצושטעלן פאר אירע בירגער אקוראטע אינפארמאציע טעכנאלאגיע פונקט אזוי גוט ווי די באקאנטע די פי עס סיסטעם אבער דאסמאל אן דארפן זיין אנגעוויזן אויף אמעריקאנע מיליטערישע הארדוועיר
די נייע דעקונג איז דערווייל נישט גלאבאל און די כינעזער באזיצן בלויז ארום 6 סאטעליטן אין די ספערן אין קאנטראסט צו די ארום 33 דזשי פי עס פויגלען וועלכע צירקולירן אין די רוימען (הגם נישט אלע פון זיי זענען נוצבאר צו די איצטיגע צייט) אבער די כינעזער סערוויס איז אקוראט צו א שטרעקע פון ארום 10 מעטער
וועלכע די דזשי פי עס סיסטעם גאראנטירט און איז נישט אויסגעשטעלט צו די ריזיקע פון ווערן צוריקגעוויזן סערוויס דורך די אמעריקאנע מיליטער (א מעגליכקייט מיט די דזשי פי עס סערוויס, הגם עס האט נאך קיינמאל פאסירט)
צו קענען צושטעלן דעקונג און סערוויס גלאבאל פעלט זיך אויס ארום 24 ספעיס קרעפטס אבער פאר א גאר קראנטע סיסטעם איז רעקאמענדירט ארום 30 סאטעליטן טעלערס אזוי ווי די אמעריקאנער פארמאגן
כינע האט שוין אנגעהויבן אירע אפעראציס אין דען פעלד מיט ארום 10 יאר צוריק אבער אירע פריע וועריסעס זענעןו געווען פיל מער פרימיטיוו אבער איר איצטיגע ווערסיע ווערט יא באטראכט אלץ גענוג פארגעשריטן אין ליניע מיט די אמעריקאנע מאדעל
כינע האט אויך א באזונדערע סיסטעם מיט א מער פארגעשריטענע אקוראטע ראטע און איז שוין אין באנוץ פאר א שטיקל צייט אבער בלויז פאר רעגירונג און מיליטערישע באנוץ און ווייניג דעטאלן זענען באקאנט ארום יענע פראגראם
די כינעזער האבן נישט קיין צוטרוי אינעם דזשי פי עס סיסטעם זינט אמעריקע קאנטראלירט עס נישט בלויז גלאבאל נאר אויך ראינאל
כינע קען זיך נישט ערלויבן צו זיין באדראעט אמעריקאנע סטראשונקעס צו טשעפען מיט די נאוויגאציע סיסטעם אינעם ראיאן דורכאויס אנגייענדע האנלדס געפעכטן און אפגערעדט אין פאל פון א הייסע קריג ווי אמעריקא וואלן געהאט די מעגליכקייט אפצושליסן זייער נאוויגאציע סיסטעם
אפגערעדט ווען עס קומט צו די מעגליכקייט פון שיסן אינטערקאנטינענטאל נוקלעארע שפיצן
געוויס קען מען נוצן די מאכטפולע וואפן אין פארשידענע אומשטענדן אפצושאפן ריזיגע געגנטער פון די מאפע אפילו אן די פארגעשריטענע נאוויגאציע סיסטעם אבער אויב וויל מען ציהלן שווערע און שארפע פונקט ווי צום ביישפיל א באפעסטיגטע טיף אונטערערדישע בונקער וועסטו מוזן צוקומען צו סאטעליט נאוויגאציע און אגב, דאס איז אייגנטליך די הויפט סיבה פארוואס די פאראייניגטע שטאטן האט אייגנטליך ערפינדן די דזשי פי עס!
איראניש איז א רוסלאנד האט שוין אויך פארמאגט זייער סיסטעם דורכאויס די קאלטע קריג עפאכע אבער עס איז כמעט פארשוואונדן אין לויף פון די נאכפאלגנדע יארן
מאסקווע האט אבער אין די לעצטע צייט פריש אריינגעברענגט זייער אפעראציע אין דינסט מיט פארבעסערטע פינאנציעלע בודזשעטן ארויס פונעם קרעמלין און פארמאגן שוין ארום 20 סאטעליט פויגלען אין באנוץ
פילע אייראפעאישע לענדער פילן נישט קיין נויט אויפצובויען זייער אייגענע סיסטעם ווי צום ביישפיל ענגלאנד אבער אנדערע האבן יא לעצטנס אנגעהויבן פארלאנגען שריט אין יענע ריכטונג און אייראפע איז אין די שטאפלען פון אנטוויקלען איר אייגענע סיסטעם און פארמאגט שוין דריי טעלערלעך
טעכנאלאגישע עקספערטן באטראכטן ווי א געזונטע ערשיינונג די פארמערטע נאוויגאציע סיסטעמען ווי די אייראפעאישע געלילאו און די כינעזער בעידאו ווייל מענטשן וועלן קענען האבן שנעלע און פארגעשריטענע צוטריט צו יעדע צייט אין יעדע ארט ספעציעל אויב די פארשידענע סיסטעמען זענען אויסגעארבעט מיט ענליכע
טעכנאלאגישע שפארך א שטייגער ווי די אייראפעאישע סיסטעם וועלכע איז אויסגעארבעט מיט די דזשי פי עס סיסטעם אז מען קען אויפן זעלבן דעווייס ווערן פארבינדן צו ביידע פון די סיסטעמען און אויב איינע פון די צוויי פונקציאנירן נישט אמבעסטן אין א ספעציפישע ראיאן והי' סיסטעם הנשאר לפליטה
די הילף קען זיין גער נויטיג אין א צייט ווען די דזשי פי עס פויגלען זענען ערווארטעט צו פאלן אין צאל צו אונטער דרייסיג (אבער נאך אלץ העכער 24 און מען דארף נישט פאניקן) נאך פאנדינג און אויךטעכנישע פראבלעמען

א רעסטוראנט אין ענגלאנד האט ארויסגעלייגט אן אנבאט פאר עלטערן וועלכע באזוכן מיט די פאמיליע אז קונדן וועלכע טוען פרייוויליג איבערגעגעבן זייערע טעלעפאנען ביים איינטריט אויף ווילאנג זיי ענדיגן די מאלצייט וועלן געניסן פרייע מאלצייטן פאר די קינדער

א סורוועי אויף 1500 קינדער דורכגעפירט דורך די אויבנדערמאנטע רעסטוראנט צייגט אז 70% קינדער שפירן אז די טעלעפאנען זענען מער וויכטיג ווי זיי זעלבסט פאר זייערע עלטערן
10% קינדער זאגן אז זיי האבן שוין באהאלטן זייערע עלטערנס טעלעפאנען
-האומר לאביו ולאמו לא ראיתיו כו' את בניו לא ידע-

דאן גיאסטי א קעכער ביי א רעסטוראנט וועלכע ווערט באצייכנט אלץ די סאמע בעסטע אין די וועלט האט אין אנהויב 2016 למספרם באשלאסן אז זיין באשעפטיגונג ברענגט אים נישט קיין באפרידיגונג
ער האט געשפירט אויסגעברענט פון סערווירן אן ענגע קליענט קרייז וועלכע קענען זיך ערלויבן צו צאלן הונדערטער דאלער פאר איין מאלצייט פער קונד
ער האט אנגעהויבן טראכטן וועגן ווי אזוי ער קען אויסברייטערן די צאל מענטשן וועם ער סערווירט צו א מאקסימום
ער פלעגט טרוימען אויפצושטיין צופרי מיט די געדאנק אז ער גייט איצט צופרידנשטעלן מיליאנען הונגעריגע
נאך עטליכע פלענער וועלכע זענען אראפ פון טיש האט ער זיך פארבינדן מיט אמאנועל ריווערא, די דאן סופעראינטענדענט פון די שולע נעץ אין ניו לאנדאן קאנעטיקוט
צו יענע צייט האט זיך די שולע נעץ שטארק געמוטשעט מיט די מיטאג קורס פאר די קינדער
עלטערן פלעגן זיך באקלאגן איבער די קוואליטעט און נוטרישאן פון די מאלצייטן
דא איז גיאסטיאריינגעקומען אין בילד ווען ער מיט זיין שטאב האבן דורכגעפירט אן איבערזיכט אויף די רעצעפטן אוון רעפארמירט די מיטאג צו זיין מער קינדער פרייינטליך, ביליגער און גלייכצייטיג געזונטער
ער האט געלייגט א שטארקע געוויכט אויפן געשמאק פון די עסן זאגנדיג אז היינט איז יעדער פארנומען מיט געזונטע עסן און מען כאפט נישט אז אויב עס איז נישט געשמאק עסט מען עס נישט און אז מען עסט נישט איז מען נישט געזונט
מיט די צייט האבן די רעזולטאטן געהאט אן אפקלאנג און ער האט אנגעהויבן באקומען רופן פון צענדליגער סקול דיסטריקטן
לעצטנס האט עריק גאלדסטיין דער טשיעף עקזעקוטיוו פון די אפיס פאר סקול סופארט סערוויסעס פאר די ניו יאר סיטי דעפארטמענט אף עדיוקעישאן זיך פארבינדן מיט אים און געשלאסן אויף אן אפמאך אריינצוברענגן זיין רעוואלוציע אין די סיטי
ער האט עס אנגעהויבן אלץ א פילאט פראגראם אין א שולע אין די בראנקס אין די גרעסטע סקול דיסטריקט איבערן לאנד סערווירנדיג 1.1 מיליאן סטודענטן
אויב די פראגראם וועט זיך טאקע ארויסשטעלן אלץ א סוקסעס וועט זי אין די נאנטעצוקונפט פארברייטערט ווערן לענגאויס די סיטי שולע סיסטעם

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:05 pm

יישר כחכם.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:13 pm

א סורוועי אויף 1500 קינדער דורכגעפירט דורך די אויבנדערמאנטע רעסטוראנט צייגט אז 70% קינדער שפירן אז די טעלעפאנען זענען מער וויכטיג ווי זיי זעלבסט פאר זייערע עלטערן
10% קינדער זאגן אז זיי האבן שוין באהאלטן זייערע עלטערנס טעלעפאנען
-האומר לאביו ולאמו לא ראיתיו כו' את בניו לא ידע-

מי יגלה עפר מעל עיני אותו צדיק, ער וואלט זיך מחי' געווען, די שומרים קארטלעך קענען עס נוצן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:15 pm

לעצטנס האט עריק גאלדסטיין דער טשיעף עקזעקוטיוו פון די אפיס פאר סקול סופארט סערוויסעס פאר די ניו יאר סיטי דעפארטמענט אף עדיוקעישאן זיך פארבינדן מיט אים און געשלאסן אויף אן אפמאך אריינצוברענגן זיין רעוואלוציע אין די סיטי
ער האט עס אנגעהויבן אלץ א פילאט פראגראם אין א שולע אין די בראנקס אין די גרעסטע סקול דיסטריקט איבערן לאנד סערווירנדיג 1.1 מיליאן סטודענטן
אויב די פראגראם וועט זיך טאקע ארויסשטעלן אלץ א סוקסעס וועט זי אין די נאנטעצוקונפט פארברייטערט ווערן לענגאויס די סיטי שולע סיסטעם

זעהט אויס אז זיי פאנגן אן פאלגן מהר"א צו פארבעסערן די פאבליק סקול'ס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, א מוח, גרויסע-גדולה און 57 געסט