א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:52 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בראשית

ספיקער פעלאוסי: א פליג אויף די וואנט אדער עפעס אנדערש וואס קען מעגליך לאנד אינעם אוועל אפיס האט מיר פארציילט אז די פרעזידענט איז בלויז אינטערסירט אין טשעקס מיט זיין נאמען דערויף ארויסצוגיין בעפאר די וואלן און פאר די מארקעט ארויפצוגיין
נאך זיין מעסעדזש אז ער רופט אפ די געשפרעכן איז די סטארק מארקעט אראפ און מיט דעם זיינע אנקעטע ציפערן
מענוטשין איז דאן צוריקגעקומען צום פארהאנדלונס טיש און די אדמינסטראציע האט ארויסגעשטעלט א פארשלאג וועלכע רוקט זיך איין טריט פאראויס אבער צוויי טריט צוריק און עס מאכט זאכן ערגער

....

א ריזן ייש"כ פאר הרב @הבל

שוין לאנג נישט געהאט אזעלכע פיינע קאקאש!
פיינע קאקאש.jpg
פיינע קאקאש.jpg (218.99 KiB) געזעהן 856 מאל


- - - - -
האבעך נישט געוואוסט אז ספיקער פעלאוסי פארשטייט אויך צו שיחת הפליגען....
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 1:56 pm

א דאנק אלע פאר די פידבעק!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 2:00 pm

יישר כח פארן באדאנקען...!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 10:34 am

.
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוקטובער 14, 2020 10:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 10:34 am

מיטוואך בראשית




פעיסבוק האט פארבאטן אנטי וואקסינאציע רעקלאמעס אבער וועט יא ווייטער ערלויבן אנטי וואקסינאציע פאוסטס
*
ספיקער פעלאוסי האט נעכטן קריטיקירט סי ען ען'ס וואלף בליצער פארן פאלן פאר די רעפובליקאנע קריטיק ווען דער לעצטער האט איר געפרעגט פארוואס זי שטעלט זיך אזוי אגרעסיוו אקעגן די ווייסע הויז סטימילוס פארשלאג
*
נעכטן איז געווען די צווייטע טאג אין די בערעט נאמינאציע פארהערן ווען אלע 22 סענאטארן האבן געקענט שטעלן פראגן פאר א האלבע שטונדע איטליכער
היינט באקומען אלע סענאטארן פרישע 20 מינוט אויסצופרעגן ריכטערין בערעט און מארגן גייען זיך אנהויבן אויפטריט פון עדות וועלכע ביידע זייטן קענען ברענגן
*
סענאט יורידישע קאמיטע פארזיצער האט געמאלדן אז די עדות געלאדנט אין שטימע פון בערעט וועלן זיין רעטייערטע די סי סירקוט קאורט רקיכטער טאמאס גריפיט, ווירדזשיניע יוניווערסיטי געזעץ פראפעסאר סעיקרישנא פראקאש, אמאנדא ראו-בעירי פון א מישיגען באזירטע געזעץ פירמע און געוועזענע סופרים קאורט קלוירק לאורא וואלק
*
סענאט יורידישע קאמיטע העכסט ראנגיקע דעמאקראט דיאנא פיינסטיין מעלדט אז די דעמאקראטישע עדות וועלן זיין סטעיסי טעגס, א מוטער צו צווילינג אין פרי עקזיסטינג קאנדישאנס, דאקטאר פארהאן בהאטי, דאקטאר קריסטאל גוד וועלכע האט שוין געקמעפט פאר רציחה רעכטן ביי די 16 יאר אלט און קריסטען קלערק וועלכע סערווירט אלץ עקזעקוטיוו דירעקטאר פאר די אדוואקאטן קאמיטע פאר ציווילע רעכטן אונטער די געזעץ
*
ביי די איצטיגע פארהער האט סענאטאר טשאק גרעסלי געפרעגט פון בערעט איבער איר פאזיציע צו דעקן לעבעדיג סופרים קאורט סעסיעס
גרעסלי האט זיך אויסגעדרוקט אז ער גלויבט נישט אז ער וועט נאך לעבן גענוג לאנג צו קענען בייוואוינען די טויש
בערעט האט געזאגט אז זי וועט האלטן אפן אירע אויגן צו אזא טויש אבער זיך אנטזאגט פון אויסדרוקן א שטעלונג איבער דעם איין וועג אדער די אנדערע
*
בערעט ווידעהאלט איצט נאכאמאל אז זי קען נישט אדרעסירן די פראגע איבער א פרעזידענט'ס מעגליכקייט זיך זעלבסט צו פארדאנירן
*
בערעט געפרעגט אויב א פרעזידענט קען זיך אויספייפן אויף א סופרים קאורט אורטייל זאגט אז קיינער איז נישט העכער די געזעץ אבער לייגט צו אז די געריכט האט נישט די אינפארסירונג מאכן צו פארזיכערן אז אירע אורטייל ווערן אויסגעפירט
*
א רעקלאמע פון סענאטאר לינדזי גרעהעם זוכט צוצובונדן זיין אפאנענט דזשעימי העריסאן צו הילערי קלינטאן
*
ווערנדיג אויב פרעזידענט טראמפ אויפן טיקעט שלעפט אראפ זיינע שאנסן פאר סוקסעס זאגט טעקסאס סענאטאר דזשאן קארנין אז ער האפט אנצוציען שטארקער פונעם פרעזידענט אין די סטעיט
*
סענאטאר גרעהעם אנערקענט אז די בערעט קאנפירמאציע שטייט גוט פאר רעפובליקאנע סענאטארן אין שמאלע פארמעסטן און זאגט אז ער גלייכט די צושטאנד אין וועלכע ער איז איצט אינעם פארמעסט
*
פרעזידענט אבאמא גייט אפהאלטן א ווירטואלע פאנדרעיזער פארן דעמאקראטישן סענאט קאנדידאט אין דזשארדזשיא ווארנאק דעם קומענדיגן פרייטאג
*
לעצטע וואך האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז ער פארארדנט א טאטאלע דעקלאסיפיקאציע פון אלע מולער אויספארשונג דאקומענטן אנע פארמעקונגען
די יוסטיץ דעפארטמענט זאגט איצט אז די ווייסע הויז האט זיי קלארגעשטעלט אז יענע מעסעדזש איז נישט מאסגעבנד און זי וועט פארזעצן מיט אירע געווענליכע פראצעדורן
*
די יוסטיץ דעפארטמענט קלאגט אין געריכט צו אינפארסירן א "נישט פארעפנטליכן אפמאך" אקעגן סטעפאני ווינסטאן וואלקאף וועלכע איז געווען א געהילף פאר פרוי טראמפ מיט די באקךאגעניש אז זי האט פארלעצט איר קאנפידענשיאליטי אפמאך און זי זאל איבערגעבן אלע אירע פראפיטן
*
נאך וואס א געריכט האט בלאקירט די וויסקאנסין סטעיט אויסברייטערונג פון עבסענטי בעלאטס צו אקצעפטירן אזעלכע וועלכע זענען געפאוסטמארקד אינעם וואל טאג און אויך דאס אריינברענגן וואל באאבאכטער פון אנדערע קאונטיס האבן איצט א גרופע פון וויסקאנסין וויילער אריינגעטראגן א ביטע אין סופרים קאורט בעטנדג אז מען זאל יא ערלויבן די טוישונגען
*
א פעדעראלע ריכטער ווארפט ארויס אן אנקלאגע פון וויילער אין דזשארדזשיא וועלכע האבן זיך באקלאגט אויף די לאנגע ווארט ליניעס ביים אפגעבן זייער שטימע
*
די ניינטע קרייז געריכט האט געאורטיילט אז איידעהאו טורמע באאמטע וועלכע האט זיך אנטזאגט צוצושטעלן פאר אן ארעסטאנט/קע שינוי הבריות פראצעדורן האבן מיט דעם פארלעצט יענעם'ס אכטע אמעדמענט רעכטן
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט זיך אצינד אנטזאגט אריינצוקוקן דערין
*
א פאנעל אויפן ניינטן סירקוט קאורט שטימט אראפ די געריכטליכע אויסברייטערונג פאר וויילער רעגיסטראציע אין אריזאנא אויף ביז אקטאבער 15 למספרם
ריכטער פלעכטער און ריכטערין בערזאן וועלכע זענען ביידע געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן שרייבן אז די פארלענגערטע רעגיסטראציע דארף ווערן אפגעשטעלט אבער זאגן אז די וולעכע האבן שוין אריינגעכאפט צו שטימען אין די צוגעלייגטע טעג ביז אהער קענען ווערן באשטעטיגט (די זעלבע ליניע האט די וואס די סטעיט האט גענומען)
ריכטער בייבי וועלכע איז נאמינירט דעווארן דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער שטימט אויך איין צו ענדיגן די רעגיסטראציע אבער וואלט געגאנגען נאך ווייטער צו פסל'ן די רעגיסטראציעס וועלכע זענען שוין געווארן ערהאלטן אין די אויסגעברייטערטע פעריאד
*
אין 2017 למספרם האט טעקסאס באשטעטיגט א געזעץ וועלכע פארלאנגט פון רציחה פראקטיצירער צוצולייגן א געוויסע פראצעדור צו פארמיידן די פיין פון די נרצחים אבער סטעיט קליניקס און דאקטוירים האטבן אריינגטראגן א קלאגע אין געריכט זאגנדיג אז צוואונגען די וועלכע זוכן די רציחה דורכצוגיין די פרישע פראצעדור אגייט אקעגן זייערע רעכטן און עס איז אומקאנסטיטוציאנאל אפצוזאגן זייער סערויס פארלאנג אויב זיי ווילן נישט דורכגיין יענע פראצעדור
דיסטרקיקט ריכטער לי יעקל וועלכע איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער האט געגעבן רעכט פאר די קליניקס און אראפגעשטימט די געזעץ אין נאוועמבער 2017 למספרם פירנדיג די סטעיט צו אפעלירן די אורטייל
די קעיס איז אנגעקומען צום פיפטן סירקוט און געווארן צוגעטיילט צו א פאנעל אויך וועלכע עס זענען געזיצן ריכטער דזשעימס דעניס און קארל סטוארט, ביידע נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן, און געשריבן די מאיאריטעט אורטייל צו באשטעטיגן די אורטייל פונעם דיסטריקט געריכט
די מינאריטעט שטעלונג האט געשריבן ריכטער דאן ווילעט נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ
טעקסאס אטוירני דזשענעראל קען פעקסטאן קוקט נאך איבער די אורטייל צו באשליסן ווייטערדיגע שריט
*
ריכטער האט געגעבן פאר אריזאנא די פיקאס ריווער איז א טייך וועלכע הויבט אן פליסן אין ניו מעקסיקא און לויפט אריין קיין טעקסאס וואו דארט גיסט זי זיך אריין אין די ריא גראנדא טייך

אין 1949 למספרם האט קאנגרעס באשטימט וויפיל וואסער ניו מעקסיקא מוז פארזיכערן אז עס טוט אומגעשטערט פליסן אריין קיין טעקסאס און גרויסע קריגערייען האבן זיך שוין אפגעשפילט איבער דעם ווען די סופרים קאורט האט אין די 1980'ער למספרם ארויסגעגעבן לענדמארק אורטיילן איבער דעם און פארלאנגט פון ניו מעקסיקרא צו הייבן די סופליי אריין קיין טעקסאס און אויך געשטעלט א ספעשל מעסטער אויסצורעכענען וויפיל עס קומט פאר וועם און זיכער מאכן אז ביידע זייטן האלטן זיך דערצו

די איצטיגע קריגעריי האט אויסגעבראכן נאך א א טראפישע שטורעם סיסטעם וועלכע האט פארפלייצט די פיקאס באסיין מיט שווערע רעגנס אין סעפטעמבער 2014 למספרם און די וואסער איז געווארן אוועקגעלייגט אין די פעדעראל קאנטראלירטע רעזערוואר

די רעגירונג האט פאר א צו ערשט גערעכנט צו האלטן די גרויסע צאל וואסער בלויז אויף א קורצע צייט צו פארזיכערן וואסער פלוס קאנטראל אז פארפלייצונגען פאסירן נישט און איינמאל די צושטאנד אויף די וואסערן זענען רואיגער זיי ארויסלאזן אבער טעקסאס האט פארלאנגט אז די וואסער אין די רעזערוואר זאל ווייטער פארהאלטן ווערן מיטן ציהל אז ווען די סטעיט וועט זיך נויטיגן אין א גרעסערע פארציע פון וואסער צוליב צוקונפטיגע טרוקעניש זאל זי קענען געניסן דערפון

נאך וואס די סעזאנען זענען געווען נאסער ווי ערווארטעט און די רעגירונג האט געזעהן אז טעקסאס נויטיגט זיך נישט אזוי שנעל אין די עקסטערע וואסער האט זי אין די זומער דערויף באפרייט די וואסערן פונעם רעזערוואר

די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן ווען מען האט אנערקענט אז צוליב די ריזיגע צאל וואסער וועלכע די רעזערוואר האט געהאלטן אין לויף פון די מאנאטן אויפן פארלאנג פון טעקסאס האט עס געשעדיגט די געווענליכע וואסער וועלכע די רעזערוואר האלט אין זיך אין אויסגעדאמפט איבער 20 טויזנט אקער פיס פון וואסער צו בלויזע נעפל (אין אנדערע ווערטער איז די וואסער געווארן אזוי אנגעהיצט אז 20 טויזנט אקער פיס פון וואסער איז געווארן אויסגעטרוקנט צו בלויזע וואלקן נעפל)

די פראגע האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען צו וועם די שאדן ווערט צוגעשריבן און אויף וועמענס רוקן עס גייט פאלן

נאכן קומען נאנט צו אן אפמאך האבן די געשפרעכן זיך פארהאנקערט און א ספעציעלע מעסטער געשטעלט מטעם די סופרים קאורט האט געמוזט באשליסן ווי אזוי צו שניידן די טארט

ער האט עווענטועל באשלאסן אז קוקנדיג בלויז אויף די פארלוסטן פון נאך מערץ 2015 למספרם -ווען די רעגירונג האט שוין מער נישט געזוכט צו האלטן די עקסטערע וואסער זינט די צושטאנד אויפן טייך איז שוין געווען רעלאטיוו רואיג און די רעגירונג האט זיי בלויז פארגעזעצט צו האלטן אויפן פארלאנג פון טעקסאס- דארף טעקסאס דעריבער נעמען די גרעסטע טייל פון די פארלוסטן אויף איר אקאונט און באקומען א קלענערע צאל פון די פארבליבענע וואסער ווי זי וואלט באומען אין פרידנסצייטן

טעקסאס איז זעלבסטפארשטענדליך געווען אומצופרידן פון די באשלוס און געבעטן די סופרים קאורט איבערצוקוקן די באשלוס פונעם מייסטער

די מונדליכע ארגומענטן זענען ארגינעל געווען באשטימט אויף אפריל למספרם אבער געווארן אפגעשיבט אויף אקטאבער למספרם צוליב די ווירוס אויסברוך וועלכע האט אלעס פארדרייט

די פעדעראלע רעגירונג האט גענומען די זייט פון ניו מעקסיקא און ארויך געשיקט פארטרעטער אין געריכט

די מונדליכע ארגומענטן זענען פארגעקומען אקטאבער דעם פיפטן למספרם און צו ערשט האט אויפגעטרעטן קייל האוקינס אין שטיצע פון טעקסאס און געבעטן די ריכטער צו קוקן אויף די שפראך אין די פיקאס ריווער פאקט וועלכע אדרעסירט די פראגע אויב די וואסער ווערט איבערגעהיצט און טרוקנט אויס אבער בלויז אין דריי סארט אומשטענדן וועלכע קיין איינע פון די דריי איז נישט ענליך צו די אונזער ספעציפישע פאל און אין די ארגינעלע אפמאך שטטיט גאר אז אין פאל פון טרוקעניש קען מען נישט צוריקצאלן קיין ריפאנד פאר ניו מעקסיקא פאר דאס וואס טעקסאס האט באקומען איר געווענליכע צאל וואסער טראץ וואס די ווואסער איז אויסגעטרוקנט

דער מייסטער האט באשלאסן אז אין אזא פאל ווען די טרוקעניש איז צו פארדאנקן די פארלאנג פון טעקסאס איז די שאדן זייערס און באזירט זיין באשלוס אויף די סופרים קאורט אינסטרוקציעס וועלכע ער האט באקומען ווען מען האט האט אים געשטעלט אויף די פאזיציע

טענה'ט האוקינס אז אין יענע אינסטרוקציע ביכל שרייבט די געריכט א צווייטע סארט לעזונג ווי דאס וואס דער מעסטער האט באשלאסן

מאשא האנספארד האט געמאכט די קעיס פאר די פעדעראלע רעגירונג און ארויסגעברענגט אז די באשלוס פונעם מייסטער איז סיי טעכניש אקוראט און סיי פולשטענדיג יושר'דיג זינט טעקסאס איז דער וועלכע האט געבעטן אז מען זל ווייטער האלטן די רעזערוואר אנגעלייגט און די געריכט אינסטרוקציעס פארן מייסטער אדרעסירט קלאר די אפעקט פון אזא פארלאנג וועלכע קען פירן צו שפעטערע וואסער פארלוסטן

אלע אכט ריכטער האבן געשטעלט פראגן צו ביידע זייטן און אין אלגעמיין האט אויסגעקוקט ווי מערסטנס פון זיי זענען סקעפטיש איבער די טעקסאס פאזיציע איבערהויפט ריכטער ברייער און קעיגן וועלכע האבן אפגעווארפן די ארגומענט אז מען זאל בלויז קוקן אויף די ארגינעלע פאקט און נישט אויף די שפעטערע געריכט אינסטרוקציעס פארן מייסטער

גארסוטש האט ביי איין פונקט אויסגעקוקט צו פארלירן געדולד מיט די טעקסאס ארגומענט און איבערגעהאקט האוקינס זאגנדיג "איך האב געהערט וואס דו זאגסט" ווי צו זאגן זאג מיר עס נישט איבער נאכאמאל

קיינע פון די ריכטער האבן נישט געגעבן דעם איינדרוק ווי זיי זאלן ווערן איבערגעציגט פון די שטעלונג פון טעקסאס מיט די מעגליכע אויסנאם פון ריכטער אליטא

טראץ וואס די אויסגאנג אין די קעיס איז נישט ערווארטעט צו באשטימען וויכטיגע פרעצעדענט זינט די געריכט האט ביז היינט באשטימט בלויז צוויי אזעלכע ספעשל מעסטערס און די געריכט האלט זיך נאכאנאנד צוריק פון שטעלן מער אזעלכע איז אבער יא געווען די סעסיע אן אינטערסאנטע פאר אינטערסטעיט וואסער אדוואקאטן און לעגאלע עקספערטן ווייל די צוויי דריי פון די ריכטער האבן געפרעגט פראגן איבער אנדערע טיילן פון די וואסער אפמאך פון וועלכע דער מייסטער האט געבויעט זיין באשלוס און זיך געוואונדערט פארוואס מען האט נישט אין באטראכט גענומען יענע טיילן ביים פאסן א באשלוס און דאס קען מעגליך מיינען אז די ריכטער וועלן אויך קומען צום זעלבן אויספיר ווי דער מייסטער אבער עס באזירן אויף טיילן אינעם אפמאך וועלכע ער האט נישט גענוצט

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:54 am

א דאנק.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:03 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:א דאנק.

שיין פון אייך פארן זיך לאזן הערן נאכן ליינען
פידבעק איז גאז אויף פאראויס

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הויעך » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:04 pm

יעצט גענדיגט ליינען שכויעך הבל
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך בלא בלא בלא » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:10 pm

תודה על הכ''ל, הב''ל איז דע מען!
העלא?

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:34 pm

טענקס!
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

וויל נישט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וויל נישט » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:43 pm

בלא בלא בלא האט געשריבן:תודה על הכ''ל, הב''ל איז דע מען!

Joel
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Joel » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 1:41 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 1:56 am

א דאנק הבל, די קומסט אריין קריסטל קלאר, און מען פילט זיך ווי מען שטייט ממש און געריכט אויס, אדער און סענאט,
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 2:02 am

אביסל טיפער האט געשריבן:א דאנק הבל, די קומסט אריין קריסטל קלאר, און מען פילט זיך ווי מען שטייט ממש און געריכט אויס, אדער און סענאט,

בעל מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך בעל מנוחה » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 2:05 am

א ריזיגן דאנק הרב הבל
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 10:14 am

דאנערשטאג בראשית






נאך די נעכטיגע לעצטע טאג פון בערעט פארהערן האבן סענאטארן וויד שטייגער באקומען צוטריקט צו די עף בי איי בעקגראונג טשעק אויף איר רעקארד און סענאטארן זאגן אז עס האט נישט אינטהאלטן קיין רויטע פענער(באצייכענונג אויף עפעס פראבלעמאטיש) און זיי זענען געווען פארטיג עס דורכקוקן נאך 10 מינוט
*
היינט ווערן אפגעהאלטן די אויפטריט פון עדות איבער די בערעט נאמינאציע און סענאטאר גרעהעם פלאנט אפצוהאלטן די ערשטע אפשטימונג אינעם קאמיטע מיטן פלאן דורכצופירן די ענדגיטליגע אפשטימונג אום אקטאבער 22 למספרם
*
דעמאקראטן האבן נישט צופיל אפציעס צו פארשלעפן די נאמינאציע פון פאראויסגיין אבער זענען געווען ערווארטעט און קומען טאקע נאך די ערווארטונגען אויסצונוצן די ביסל שלעפעריי טאקטיקן וואס זענען דא אויפן טיש
סענאטאר דורבין האט געזאגט אז צו קענען דורכפירן אן אפשטימונג דארפן זיין אנוועזנד אמווייניגסטנס צוויי מיטגלידער און די מינאריטעט און ער איז דער איינציגסטער וועכע איז איצט דארט און דעריבער קען מען זיך נישט פאראויסרוקן
אבער גרעהעם האט אפגעווארן זיינע ווערטער זאגנדיג אז מען מארשירט פארויס לויטן פלאן
*
גרעהעם איצט אין קאמיטע זאגט פאר דעמאקראטן: ענק האבן א גוטע שאנס צו געוואונען די ווייסע הויז
קלאובאטשאר רעאגירט: א דאנק פארן עס אנערקענען
*
מעקאנעל איצט באשטעטיגט אז ער פלאנט ארויפצוברענגן די בערעט אפשטימונג אויפן פלאר אום אקטאבער 23 למספרם
*
מעקאנעל זאגט אז זיין פרוי האט באשלאטסן צו שטימען דורך די פאסט און ער זעלבסט וועט שטימען פרי
*
פרעזידענט טראמפ וועט היינט אפהאלטן א פאנדרעיזער אין זיין רעזארט אין דארעל פלארידא
*
די ביידען קאמפיין האט ארויסגעשטעלט א רעקלאמע וועלכע שטעלט פאר א שוועסטער פון דזשארדזש פלאיד קומענדיג אין א טאג וועלכע פלאיד וואלט געדארפט פייערן זיין 47'סטע געבורטסטאג
*
דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט קאנדידאט קאמאלא העריס גייט קורצליך פרירן קאמפיין אקטיוויטעטן נאך וואס צוויי שטאב מיטגלידער זענען געווארן דיאגנאזירט מיטן ווירוס
טראוועל און אנדערע אויפטריטן זענען אפגערופן אויף ביז מאנטאג
*
פרעזידענט אבאמא אין שטיצע פון עלימינירן די פיליבאסטער
אבאמא: איך קלער אז אויב דו זעצט פאר צו זעהן די סארט פון סיסטעמאטישע צוריקווייזן אפילו פון שכל'דיגע קאמפראמיס דאן קומט א פונקט ביי וועלכע דו מוזט איינפאך טוישן די וועג ווי אזוי די סיסטע פונקציאנירט און די פיליבאסטער וואלט געווען איינע פון זיי
*
דעמאקראטישע ערשט טערמיניגער קאנגרעספרוי קעטי פארטער אויפגעטריבן 5.2 מיליאן דאלער אינעם דריטן למספרם קווארטאל און מיט דעם וואס רעפובליקאנער האבן נישט באוויזן צו רעקרוטירן אן ערנסטער קעגנער וועט זי אוועקגעבן א טייל דערפון צו אנדערע דעמאקראטן
*
אייאווע סענאטארשע דזשאני ערנסט (ר) אויפגעטריבן 7.2 מיליאן דאלער אינעם דריטן למספרם קווארטאל און זיצט מיט 4.3 מיליאן דאלער אין די באנק
*
איר אפאנענט טאריסא גרינפעלד האט שוין געמאלדן א צייט צוריק אז זי האט אין די זעלבע צייט אויפגעטריבן 28.7 מיליאן דאלער און זיצט מיט 9 מיליאן דאלער
*
אריזאנא דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט מארק קעלי אויפגעטריבן 38.7 מיליאן דאלער אינעם דריטן למספרם קווארטאל און זיצט מיט 19 מיליאן דאלער אין די באנק
*
א פעדעראלע ריכטער בלאקירט א קאליפארניע פארבאט אויף די פארקויף פון עליגעיטאר און קראקאדיל הויט
*
נעכטן האבן מיר געשריבן די פאלגענדע באריכט:
די יוסטיץ דעפארטמענט קלאגט אין געריכט צו אינפארסירן א "נישט פארעפנטליכן אפמאך" אקעגן סטעפאני ווינסטאן וואלקאף וועלכע איז געווען א געהילף פאר פרוי טראמפ מיט די באקלאגעניש אז זי האט פארלעצט איר קאנפידענשיאליטי אפמאך און זי זאל איבערגעבן אלע אירע פראפיטן
עד כאן פון נעכטן
אצינד איז די קעיס געווארן צוגעשיקט צו ריכטער קאלין קאלער קאטעלי נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן
*
די סופרים קאורט האט ווידער אפגעשיבט דאס באטראכטן אויב זיי זאלן אויסהערןא קעיס איבער א מיסיסיפי אנטי רציחה געזעץ וואס באדייט אז עס איז כמעט ווי פארזיכערט אז זיי וועלן שוין נישט הערן די קעיס בעפאר די וואלן און אויב זאלן זיי באשליסן עס צו אקצעפטירן נאך די וואלן וועט עס שוין זיין מיט ריכטערין בערעט אויפן באנק
*
א קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן נישט לאנג צוריק און מיר ברענגן עס נאכאמאל אראפ ווען ביים ענדע ווערט צוגעטשעפעט א באריכט איבער די מונדליכע ארגומענטן וועלכע איז שוין איצט געווארן אפגעהאלטן

מוכאמעד טאנוויר, דזשאמאל אלדזשיבא און נאוויד שינווארי זענען דריי אמעריקאנע מוסולמענער וועלכע זענען אלע פארבעהטן געווארן דורך די עף בי איי זיך צו רעקרוטירן אלץ אינפארמאנטן און איבערגעבן אינפארמאציע פאר די אגענטור איבער פארדעכטיגטע מוסולמענער אבער אלע דריי האבן אפגעזאגט די ביטע ערקלערנדיג אז מסירה גייט אקעגן זייער רעליגיע

נישט לאנג דערויף האבן אלע פון זיי אנדעקט אז זיי ערשיינען אויף די פעדעראלע נאו פליי ליסט וועלכע באדייט אז זייערע נעמען פיגורירן אויף א דאטא בעיס וועלכע דעזיגנירט א גרויסע צאהל אמעריקאנע בירגער אלץ פארדעכטיגט און פארבאט זיי פון פליען אויף פליגער

טאנוואר צום ביישפיל איז א לעגאלער בירגער וועלכע וואוינט אין קווינס און ארבעט אלץ א טראק דרייווער און אלץ טייל פון זיין ארבעט האט ער אפט געדארפט פליען אויף דאמעסטיק רייזעס און ביי איין פאל האט ער פרובירט צו רייזן פון אטלאנטא קיין ניו יארק אבער ער איז געווארן אפגעשטעלט און צווי עף בי איי אגענטן האט אים צוגעפירט צו א באס סטאנציע פון וועלכע ער איז געפארן קיין ניו יארק א רייזע וועלכע געדויערט אומגעפער 24 שטונדן

ער האט אין דריי באזונדערע פעלער שוין איינגעהאנדלט טיקעטס צו רייזן קיין פאקיסטאן צו באוזכן זיין קראנקע מוטער אבער געווארן בלאקירט פון ארויספליען פון לאנד

אויב האבן זיי געקלערט אז עס איז געווען א בלויזע מיספארשטענדעניש האט מען זיי גאנץ קלאר ערקלערט אז קאאפערירן מיט די רעגירונג אלץ אינפארמאנטן וועט העלפן אז זייערע נעמען זאלן פארמעקט ווערן פון די ליסטע

די האבן געקלאגט פערזענליך די דריי אגענטן פארמישט אין זיי פארפאלגן אלץ אינדיווידועלן פארן אביוזן די די נאו פליי ליסטע און דאדורך פארלעצן זייערע רעליגיעזע פרייהייט און פרובירט צו בויען א קעיס פון פארלעצן די רעליגיעזע פרייהייט רעסטארעישאן אקט (מיטן אקראנים RFRA)

נאכן אויפהייבן א וויי געשריי און אנמאכן א שטורעם האט מען אראפגענומען זייערע נעמען פון די ליסטע אבער די דריי זענען פארשטענדליך נישט צופרידן און זוכן ווייטער אנטשעדיגונג

די דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז די דריי מאנגלען סטענדינג צו קענען קלאגן זינט זייערע נעמען זענען שוין אראפ פון די ליסטע

אינעם דיסטריקט געריכט האבן די דריי געהאט פארגעלייגט צוויי לעגאלע ארגומענטן

איינס דערפון איז געווען אז מען האט פארלעצט זיערע ערשטע אמענדמענט רעכטן אבער אויף דעם האט די דיסטריקט געריכט אנגעוויזן אז די סופרים קאורט האט זיך שוין אין די פארגאנגענהייט אפגעזאגט פון אויסברייטערן א פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט אין די באקאנטע ביווענס קעיס צו די ערשטע אמענדמענט

ביווענס איז געווען עימיצער וועם דראג אגענטן זענען איבערגעפאלן זיין היים און אים אונטערזוכט פאר געווירצן ווועלכע זיי האבן קיינמאל נישט געפונען אבער די גאנצע אקציע איז געקומען אן קיין געריכטליכע ווארענט און אין פארלעצונג צו זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן וועלכע באשוצן א מענטש פון ווערן באפאלן/אונטערזוכט אן א געהעריגע אורזאך/ערלויבעניש

דער ביווען האט געקלאגט די אגענטן פארן פארלעצן זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן אבער א דיסטריקט ריכטער האט עס ארויסגעווארפן מיט די טענה אז עס איז נישטא קיין פעדעראלע געזעץ אונטער וועלכע מען קען פארלאנגען פארגיטיגונג פאר "בלויז צוליב וואס אזא רעכט איז געווארן פארלעצט" און עס מוז זיין א ספעצעפישע געזעץ וועלכע שרייבט קלאר אז מען קלאגן פארן עס פארלעצן ווי צום ביישפיל אויב די סטעיט וואו דער קלעגער וואוינט ערלויבט צו פארלאנגען אנטשעדיגונג פאר אינוואדירן א פריוואטע הויז קען דער קלעגער קלאגן די אגענטן פארן פארלעצן די סטעיט געזעץ און אינוואדירן פריוואטע אייגנטום

אין יענע פאל האט די סופרים קאורט עווענטועל געאורטיילט אז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט איז יא גענוג צו קלאגן גייענדיג מיט די הנחה "אז יעדע פארלעצונג דארף קענען ווערן קאמפענצאסירט" ואם אפשר לקלקל אפשר לתקן און אז די אגענטן האבן די מעגליכקייט צו טרעטן אויף יענעם'ס רעכטן מוזן זיי זיין אויסגעשטעלט צו פארגיטיגן יענעם אויסער אין פעלער וואס קאנגרעס שרייבט א קלארע געזעץ אויף פארקערט אדער אין פעלער וואס פארארדענען פארגיטיגונג ווועט שאפן ערנסטע פראבלעמען

ווען די סופרים קאורט האט באקומען א געלעגנהייט אויסצוברייטערן די אויבנדעמאנטע פרעצעדענט אויך צו די ערשטע אמענדעמענט האט זי זיך אנטזאגט עס צו טוהן און צוליב דעם האט די דיסטריקט ריכטער אין אונזער קעיס געקומען צום אויספיהר נישט צו ערלויבן די דריי מוסולמענער צו נוצן די ביווענס געזעץ און די דריי האבן טאקע נישט פרובירט צו אפעלירן די טייל אינעם סירקוט קאורט

די צוויייטע טענה פון די דריי מענער איז געווען אז די 1993 למספרם רפר"א געזעץ ערלויבט זיי צו פארלאנגען אנטשעדיגונג

אין 1990 למספרם האט די סופרים קאורט זיך אנטזאגט צו אנערקענען רעליגיעזע אויסנאמען צו געווענליכע געזעצן
אין א קעיס איבער רעליגיעזע איינגעשטעלטע אין א פריוואטע דראג רעהאביליטאציע קליניק אבער אלץ טייל פון זייער ארבעט האט זיי זיך באנוצט מיט א געוויסע סארט געווירץ פארבאטן דורך א סטעיט געזעץ אבער איז געווען טייל פון זייערע רעליגיע צו נוצן אבער זענען געווארן אויפגעזאגט פארן פארלעצן א סטעיט געזעץ

יענע האבן פארלאנגט ארבעטלאזע בענעפיטן אבער געווארן צוריקגעוויזן צוליב וואס זייער אויפזאגונג איז געקומען נאכן פארלעצן א סטעיט געזעץ

די סופרים קאורט האט דאן געאורטיילט אז הגם די סטעיט וואלט געהאט די רעכט צו מאכן אן אויסנאם צו יענע געזעץ עס זאל אויסשליסן פעלער פון רעליגיעזע געברויך זענען זיי אבער נישט פארפליכטעט צו מאכן די אויסנאם און דעריבער קענען זיי אפזאגן די בענעפיטן אין פעלער פון רעליגיע קאנפליקטן פונקט ווי זיי וואלטן געטוהן ווען עס וואלט געווען אומפארבונדן צו רעליגיע

אלץ רעאקציע צו יענע אורטייל האט קאנגרעס דורכגעפירט א געזעץ גערופן "רעליגיעזע פרייהייט צוריקשטעלונג אקט" (אקראנים RFRA) מיט דריי יאר שפעטער וועלכע פרעזידענט קלינטאן האט פארן אונטערשרייבן רעטאריש עס ארויסגעהויבן אלץ עפעס וואס פארזיכערט אז די רעגירונג ווערט געהאלטן צו זייער א הויכע סטאנדארט פון באווייז אידער זיי ווערט פארמישט אין עפעס וואס שטערט רעליגיעזע רעכטן פון מענטשן

די געזעץ רופט די רעגירונג נישט צו שטערן מענטשן פון זייערע רעליגיעזע פליכטן אפילו ביים דורכפירן געזעצן וועלכע זענען מחייב מענטשן ווען עס רירט נישט אן רעליגיע אויסער אין פאל וואס די רעגירונג קען קלאר איבערצייגן אז די געזעץ איז עכט אין די אינטערעסע פונעם לאנד און אז די געזעץ טוט ארויפשטעלן בלויז די מינימום באגרעניצונג אויף רעליגיע וועלכע פעלט זיך אויס פארן לאנד'ס אינטערעסע

צו גיבן דעקונג פאר יענע געזעץ האט קאנגרעס צוגעלייגט א רעכט פאר אינדיווידועלן צו קענען קלאגן די רעגירונג אין פאל פון פארלעצן רעליגיעזע רעכטן און פארלאנגען אין געריכט "די פאסיגע רעליעף" און איבער אט די פראזע און איר באדייט לויפט עכט די לעגאלע געראנגל אין אונזער קעיס

באזירט אויף אט די 1993 למספרם געזעץ האבן די דריי מענער פרובירט צו פארלאנגען אנטשעדיגונג אבער די דיסטריקט געריכט האט אנגעוויזן אז די רפר"א געזעץ האט בלויז געציהלט צוריקצודרייען די זייגער צו איידער די 1990 למספרם סופרים קאורט אורטייל אז זאכן זאלן זיין ווי בעפאר יענע אורטייל (און אז אין פאל פון א קלאגע פון יענע סארט זאל די געזעץ יא ערלויבן יענעם צו באקומען בענעפיטן) אבער די געזעץ האט קלאר נישט געציהלט אויסצוברייטערן רעכטן פון קלעגער נאכמער ווי עס איז געווען בעפאר די 1990 למספרם אורטייל און פונקט ווי בעפאר יענע אורטייל האט די געריכט קיינמאל נישט אויסגעברייטערט די אויבנדערמאנטע ביווענס אורטייל צו זיין גילטיג אויף ערשטע אמענדמענט פארלעצונגען האט קאנגרעס אויך נישט געזוכט עס אויסצוברייטערן אין זייער געזעץ

די טייל איז אבער געווארן אפעלירט דורך די דריי מוסולמענער צום צווייטן סירקוט מיט די טענה אז די געזעץ ערלויבט יא צו פארלאנגען אנטשעדיגונג און אן איינשטימיגע דריי ריכטער אויפן צווייטן קרייז געריכט האבן איינגעשטימט דערמיט

די דיסטריקט געריכט האט ווי געשריבן נישט געוואלט אויסטייטשן אז "די פאסיגע רעליעף" באדייט פארגיטיגונגס געלט וויייל לויט זיי האט קאנגרעס נישט געזוכט צו גיין אזוי ווייט אבער די צווייטע קרייז געריכט האט יא אזוי אפגעלערנט די ווערטער

די דיסטריקט קאורט האט נישט אדרעסירט א צווייטע געפעכט צווישן די צוויי זייטן אויב די ראפר"א געזעץ ערלויבט בכלל צו ברענגן קלאגעס אקעגן פעדעראלע באאמטע אלץ אינדיוויועלען און פריוואטע בירגער

מען קען קלאגן פעדעראלע באאמטע פארן פארלעצונגען אלץ אפיציעלע איינגעשטעלטער אבער אין אזא פאל באדייט עס אז די קלאגסט די אגענטור /דעפארטמענט ווי ער איז איינגעשטעלט און אפילו דו קלאגסט יענעם איז די רעגירונג עכט דער וואס זיצט אויפן באשולדיגונגס באנק און וועט דארפן צאלן סיי וועלכע שטראף ריכטער באשטימט (פילייכט האבן די דריי מענער אין אונזער קעיס נישט גענומען אזא צוגאנג ווייל אזאנא קלאגעס איז פיל שווערער ווען דו דארפסט איבערציייגן אזי די פירער פון די דעפארטמענטס האבן פארארדנט דורכצופירן די אומלעגאלע שטיק)

א צווייטע וועג פון קלאגן איז דורכן באשולדיגן די באאמטע אלץ פריוואטע מענטשן אבער דאן איז די פראגע אויב די אויבנדעמאנטע רפר"א געזעץ וועלכע ערלויבט "קלאגעס אקעגן פארלעצונגען פון "די רעגירונג" דעקט אויך קלאגעס אקעגן רעגירונג איינגעשטעלטע אויף אן אינדיווידועלע פריוואטע פארנעם און נישט אלץ זייער "אפיציעלע ארבעט"

די צווייטע סירקוט האט געגעבן גערעכט פאר די קלעגער אויך איבער דעם און געשריבן אז די געזעץ באציהט זיך אויך צו אזעלכע קלאגעס און ערלויבט ווי געזאגט צו פארלאנגען פארגיטיגונגס געלט

די גענויע שפראך אינעם געזעץ ערקלערט וואס זיי רופן "רעכט צו קלאגן די רעגירונג" די געזעץ איז מפרש אז "רעגירונג" באדייט א פליגל, דעפארטמענט, אגענטור, און "אפיציעלער איינגעשטעלטער" ("אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ")

איז לאמיר צונעמען אלע טערמינען וועלכע מיר האבן אנגעצייכנט מיט גענזן פיסלעך

די אגענטן האבן געבעטן פונעם קרייז געריכט אפצולערנען די טערמין "רעגירונג" אויפן מערסט נאטורליכן און איינפאכן וועג וועלכע וואלט באגרעניצט קלאגעס צו בלויז אזעלכע וואס קלאגן באאמטע אלץ טייל פון זייער אפיציעלע ארבעט און קאפאציטעט און נישט אלץ פריוואטע אינדיווידועלן

זיי האבן אויך אנגעוויזן אויף די ווערטער "אפיציעלער איינגעשטעלטער" אלץ באווייז אויף די אויבנדערמאנטע

אין באצוג צו די ווערטער "אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ" האבן זיי גע'טענה'ט אז דאס מיינט נישט אז מען זאל אויסברייטערן די קלאגע מעגליכקייט צו קענען קלאגן אלץ פריוואטע אינדיווידועלן

אלע דריי האט די צווייטע סירקוט אפגעווארפן זאגנדיג אז רעגיורנג מיינט קלאר נישט בלויז צו קלאגן אלץ אפיצילע איינגעשטעלטע ווייל דאס וואלט באדייט קלאגן די רעגירונג און דאס איז עפעס וואס איז געווען קלאר ערלויבט בעפאר די געזעץ (ווען מען האט די ריכטיגע באווייזן) און די געזעץ וואלט דאס נישט געדארפט מחדש זיין

אפיציעלע באאמטע מיינט לויטן געריכט אז יענער איז פאקטיש אפיצילע איינגעשטעלט אבער לאו דוקא אז מען קלאגט אים באזירט אויף זיין אפיציעלע אמט

און סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ איז א קלארע אנדייטונג לויט די געריכט אז מען קען יא קלאגן
אפילו אלץ פריוואטע אינדיווידועל ווייל אויב נישט דאס איז וואס די געזעץ האט געזוכט קלארצושטעלן איז וואס איז די כפל הלשון?

די אגענטן האבן צו ערשט פרובירט צו פארלאנגען אז די פולע באנק אויפן צווייטן סירקוט זאל איבערהערן די קעיס אבער א מאיאריטעט האט אפגעווארפן די ביטע

די ריכטער אין די מינאריטעט האבן געשריבן אז די אורטייל פונעם פאנעל וועט שעדיגן נאציאנאלע זיכערהייט פירנדיג צו אויטאריטעטן איבערצוטראכטן צוויי מאל פארן נעמען דרינגנדע שריט וואוסנדיג אז זיי וועלן קענען ווערן געקלאגט שפעטער

א צווייטער ריכטער אין די מינאריטעט האט זיך באצויגן צו פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט צום ביישפיל צו א קעיס אין 2009 למספרם ווען די העכסטע געריכט האט ארויסגעווארפן אן אורטייל טאקע פונעם צווייטן סירקוט וועלכע האט ערלויבט פאר א פאקיסטאנער מוסולמענער מאן ארעסטירט נאך די סעפטעמבער 11 למספרם אטאקעס צו קלאגן געוועזענע אטוירני דזשענעראל דזשאן עשקראפט און געוועזענע עף בי איי דירעקטאר ראבערט מולער פאר אנגעבליכע אביוז וועלכע ער האט געליטן אין א פארהאלטונגס צענטער אין ברוקלין

דער ריכטער האט אויך אנגעצייגט אויף א סופרים קאורט אורטייל וועלכע האט אראפגעשטימט א צווייטע אורטייל פונעם זעלבן צווייטן סירקוט וועלכע האט געשריבן אין שטיצע פון מוסולמענע אימיגראנטן וועלכע האט פארפירט אז זייערע רעכטן זענען פארלעצט געווארן אינעם זעלבן ברוקלין פארהאלטונגס צענטער

געוועזענע ריכטער ענטאני קענעדי האט דאן געשריבן פארן מאיאריטעט אז אויב איז וואר די טענות פון די פארהאלטענע איז עס זייער שלעכט אבער עס איז נישט די ריכטיגע וועג צו אדרעסירן די פראבלעם דורך ערלויבן צו קלאגן רעגירונג איינגעשטעלטע פערזענליך פאר אומריכטיגע פירונג אינמיטן פון א נאצינאלע זיכערהייט קריזיס

די אדוואקאטן פאר די קלעגער האבן אבער גע'טענה'ט אז אין די פאל איז עס אנדערש ווייל די 1993 למספרם געזעץ אויטאריזירט דאס קענען קלאגן רעגירונג באאמטע פאר "ריכטיג פארדינטע הילף" וואס טוט לויט זיי איינשליסן פארגיטיגונגס געלט

די קעיס איז געווארן אפעלירט דורך די אגענטן צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און די טראמפ אדמינסטראציע האט געמוטיגט די געריכט צו אורטיילן אקעגן די קלעגער

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אום אקטאבער 6 למספרם

ביז אהער פון אונזער ערשטע באריכט איבער די קעיס

ווי געסקעדזשועלט האט די געריכט אויסגעהערט די קעיס פארלאפענע חול המועד אין די סעסיע האט זיך אנגעהויבן מיט אן אויפטריט דורך דעפיוטי אטוירני דזשענעראל עדווין נידלער וועלכע האט ארויסגעברענגט ווי זעלטן קאנגרעס האט באשטעטיגט געזעצן וועלכע שטעלן פאראנטווארטליכקייט אויף פעדעראלע באאמטע פאר פערזענליכע שאדנס און ווען זיי האבן עס שוין יא געטוהן איז די שפראך זייער געמאסטן און דעריבער זאל די געריכט נישט איינשליסן פעלער ווי אין אונזער קעיס אין די רפר"א געזעץ

עטליכע ריכטער האבן אדרעסירט די שפראך אין די רפר"א געזעץ ווי צום ביישפיל ריכטער קעיגען וועלכע האט -רעדנדיג צו ראמזי קאסעם וועלכע האט פארטרעטן די קלעגער- איינגעשטימט מיט נידלער אז קאנגרעס מוז זיין זייער קלאר ווען זיי באלעסטיגן פעדעראלע אנגעשטעלטע מיט פאראנטווארטליכקייט פון געלט אנטשעדיגונג פאר פערזענליכע שאדנס און אויב זיי שרייבן נישט קליפ און קלאר אז זיי מיינען אז די באאמטע זאלן אויסשטיין געלט קאמפענצאסיע קען עס פאלן שווער אויף די ריכטער צו אריינלערנען אז דאס האט קאנגרעס ווירקליך געמיינט ווען די שפראך אין די געזעץ איז אזוי אומקלאר

ריכטער ברייער איז יא געווען מער סקעפטיש איבער נידלער'ס שטעלונג פרעגנדיג: וואס איז דיין בעסטע ארגומענט אקעגן די קלעגער וועלכע טענה'ן אז רפר"א ערלויבט "פאסיגע רעליעף" פון די "רעגירונג" וועלכע ווערט אויסגעטייטשט צו מיינען סיי וועלכע באאמטער און אסאך קעיסעס טוען אנדייטן אז פאסיגע רעליעף נעמטאויך אריין געלט אנטשעדיגונג

נילדער האט ווידערהאלט די רעגיורנג פאזיציע אז די רפר"א געזעץ שרייבט קלאר ארויס אז מען קען קלאגן די רעגיורנג און טראץ וואס זי באציהט זיך אויך צו רעגירונג באאמטע איז עס טאקע בלויז אויב קלאגט מען זיי אלץ טייל פון זיין אנגעשלאסן אין די רעגיורנג אבער נישט אלץ פריוואטע אינדיווידועל

ריכטער ראבערטס האט קענטיג איינגעשטימט דערמיט און געזאגט פאר קאסעם אז אויב קוקט מען נישט אויף די פראזע
"אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ" איז גאנץ קאר אז די געזעץ ערלויבט בלויז צו קלאגן די אגענטן אונטער זייער אפיציעלע קאפיציטעט אבער נישט אלץ פריוואטע אינדיווידועלן (איי, וואס מיינט אויב מען קוקט נישט אויף יענע פראזע? די פראזע איז דאך א טייל פון די געזעץ?!

גוטע קשיא אבער ווען ריכטער זוכן א געוויסע אויסגאנג איז טח עיניהם מראות און זיי קוקן נאר אויף די טיילן וועלכע וועט זיי העלפן גרייכן זייער פון פריער באשטימטע באשלוס)

ריכטער גארסוטש האט גענומען א טאן וועלכע איז מער אין שטיצע פון די קלעגער ווי ראבערטס און שפעקולירט אז די טערמין "פאסיגע רעליעף" אין רפר"א איז געווען א מיסיע וועלכע קאנגרעס האט ארויפגעווארפן אויף די יורידישע פליגל אז זיי זאלן באשליסן איבער וואס די ריכטיגע רעליף איז און געשאנקן פארן געריכט זייער צוטרוי אז די ריכטער זאלן באשליסן די פראגע אן דעם וואס קאנגרעס זאל פארבאטן אדער צוטיילן געלט קאמפענצאסיע

גארסוטש האט געוואלט אויסשפורן און זעהן צו זיין צוגאנג וואלט געווען א געניאלע דורכברוך/פשרה וועלכע וואלט צופרידנגעשטעלט די קלעגער און געפרעגט פון קאסעם אויב זיין קליענט וואלט געווען צופרידן אויב די סופרים קאורט וואלט געאורטיילט אז די קאנגרעס געזעץ לאזט פאר די געריכטן צו באשליסן וואס די ריכטיגע רעליף איז (אין אזא צייט וואלט די קעיס צוריקגעגאנגען צום נידריגן געריכט וועלכע וואלט אצינד געמוזט באשליסן איבער אנטשעדיגונג אויף די אייגענע האנט אן עס באזירן אויף די הנחה אז קאנגרעס האט "געהייסן" גיבן געלט קאמפענצאסיע

קאסעם וועלכע וואלט געקענט פארלוירן ווערן פון אזא אינטערסאנטע פארשלאג איז טאקע נישט געווען זיכער ווי אזוי צו רעאגירן און האט דעריבער הומאריסטיש זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן דירעקט אז אזוי לאנג ווי ביים ענדע פונעם אורטייל שטייט די ווערטער "מיר באשטעטיגן די אורטייל פונעם צווייטן סירקוט" בין איך אבסאלוטלי צופרידן (אומדירעקט איז די ענטפער אז איך הער דיין אנבאט אבער אויב גיבסטו מיר אינגאנצן נאך בין איך זיכער צופרידן..)
און דא האט זיך דער עולם צולאכט שאפנדיג א לייכטערע אטמאספערע אין די טרוקענע וויטואלע סעסיע

אמווייניגסטנס צוויי ריכטער האבן געשיינט צו זיין באזארגט איבער עפענען א וועג צו קלאגן פעדעראלע באאמטע און דאס זענען געווען ריכטער טאמאס וועלכע האט געצימבלט קאסעם ווי אזוי רעגירונג איינגעשטעלטע דארפן באשליסן ווי אזוי צו פארזיכערן די קלענסטע לאסט אויף אמעריקאנער און גלייכצייטיג באשוצן די רעגירונג אינטערסען די מערסטע וואס מעגליך

ריכטער קעווענאו איז געווען נאר מער דירעקט זאגנדיג פאר קאסעם אז ער פארשטייט שווערליך ווי אזוי רפר"א זאל ערלויבן צו קלאגן באאמטע פארן פארלעצן איינעם'ס רעכטן נישט בדוקא (ווייל לויט קאסעם מוז נישט די פארלעצונג זיין דירעקט געציהלט צו טרעטן אויף יענעמם'ס רעכטן) דורכ'ן אינפארסירן א געזעץ וועלכע איז מחייב אלע בירגער צוגלייך און אז פאר אזא פארלעצונג זאל מען קענען פארלאנגען פערזענליכע גדעלט קאמפענצאסיע פון קאריערע עף בי איי אגענטן

נידלער איז שפעטער צוריקגעקומען צו די פונקט און נאכמער פרובירט צו דערשרעקן די ריכטער צו וואס אזא אורטייל קען פירן און געווארנט אז אגענטן קענען זיך טרעפן אין א ווינקל און דארפן שאפן ספעציעלע אויסנאמען ווען עס האנדלט זיך פון געוויסע רעגירונג אינטערעסן און דארפן אונטערזוכן פערזענליכע אינפארמאציע פון מענטשן צו פארזיכערן אז זייערע רעכטן ווערן נישט פארלעצט טראץ וואס אין געווענליכע אומשטענדן וואלט דער באטרעפנדער אגענט מעגליך נישט געמעגט האבן צוטריט צו יענעם'ס פריוואטע אינפארמאציע (גלויב אים אויב דו ווילסט.. און אויך אז זיי זענען גאר באזארגט איבער די פריוואטקייט פון יענעם'ס אינפארמאציע..)

ריכטער אליטא האט אויסגעקוקט ווייניגער באזארגט איבער דעם פארלייגנדיג פאר נידלער וואס די קלעגער זאגן אז אפילו אויב זיי זיגן אין געריכט וועלן די עף בי איי נאך אלץ קענען פרובירן צו זאגן אז זיי געניסן פון אימיוניטי איז אויב אזוי ווי אזוי איז אן אורטייל אין שטיצע פון די קלעגער שעדליך פאר די רעגירונג?

ריכטערין סאטאמאיאר וועלכע איז געווען די מערסטע סימפאטיש מיט די קלעגער האט געצימבלט נידלער איבער די ציהל פון רפר"א זאגנדיג אז די געזעץ איז געקומען נאך אויפטריטן פון באטראפענע און עקספערטן וועלכע האבן קלארגעשטעלט אז בלויז אינדזשאנקטיוו רעליעף (געריכטליך ווארענען די פארלעצער נישט ער צו באגיין אזא פארלעצונג אדער איינשטעלן מאסנאמען צו פארזיכערן אז עס פאסירט נישט נאכאמאל) וועט נישט העלפן די באטראפענע פאמיליעס איז אויב אזוי שווער צו גלויבן אז די געזעץ וועלכע האט נאכגעפאלגט האט געזוכט בלויז אינדזשאנקטיוו רעליף און נישט געלט אנטשעדיגונג

קאסעם האט שפעטער אויך געהאמערט מיט דעם פונקט אז קאנגרעס האט פארשטאנען אז בלויז געלט שטראפן וועלן אויסגלעטן באטראפענע פון שאדן און גענוצט צווישן אנדערען א ביישפיל פון א אידישע סטודענט וועלכע איז געווארן ארויסגעווארפן פון אן איבונגען צענטער נאכן זיך אנטזאגן צו קליידן שלא בצניעות

אין אלגעמיין האט אויסגעקוקט אז אז די געריכט איז היבש צוטיילט און טאמאס, קעווענאו און ראבערטס זענען גאנץ שטארק אויף די זייט פון די רעגירונג (די לעצטע צוויי זענען געווענליך די ווייניגסטע ליבערטעריען פון די קאנסערוואטיווע קאקוס) בעת וואס סאטאמיאר איז גאנץ זיכער אויף די זייט פון די קלעגער

גארסוטש קען גאנץ מעגליך פאלן מיט די קלעגער און אפילו אליטא אויך
אויב זאל די געריכט אויסקומען 4-4 באדייט עס א געוואונס פאר די קלעגער ווייל עס בלייבט ביים אורטייל פון די צווייטע סירקוט



א לעכטיגן שבת!

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 10:32 am

באלעקט מיטן קאקאש
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 10:33 am

הויעך האט געשריבן:באלעקט מיטן קאקאש

יישר

איין ציפער איז ארויסגעפאלן און דאס איז די פאנדרעיזינג פון סטיוו בולאק פון מאנטאנא (ד) וועלכע האט אויפגעטריבן 26.8 מיליאן דאלער

ליבי ובשרי
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ליבי ובשרי » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 10:50 am

Wow wow wow
מען ווערט שוין שיכור פון אזעלכע דאזעס.......

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:35 am

wow! דאס איז די ריכטיגע רינעדיגע קאקאש!
אויף דעם דארף מען נישט איבריגע מילך צו נעמען נאך א רעפטל...
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:38 am

א גרויסן דאנק הרב הבל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 1:25 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:באלעקט מיטן קאקאש

יישר

איין ציפער איז ארויסגעפאלן און דאס איז די פאנדרעיזינג פון סטיוו בולאק פון מאנטאנא (ד) וועלכע האט אויפגעטריבן 26.8 מיליאן דאלער

און איצט א פרישע ציפער דעמאקראט אסאף פון דזשארדזשיא געמאלדן 21.3 מיליאן דאלער

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 2:27 pm

א דאנק הבל פאר אלע באריכטן,
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 5:11 pm

הבל, דו ביסט אייזן!
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 5:14 pm

יישר כח פאר יעדן!

גראדע געקלערט אז די קעיס באשריבן דינסטאג וועט ציען מער אינטערעסע ביי ליינער יוצאי אונגארן אבער פילייכט נעמט עס פאר זיי לענגער צו כאפן..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חנוך און 14 געסט