א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:57 pm

א ריזיגע שכח הבל, געווען גאר אינטערעסאנט און געשמאק!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 11:00 pm

וואףףףף!!!

אזאנס אין א זעלעכץ!!!

שוין לאנג נישט געליינט אזא געריכט באריכט בדיוק גמור!!!

זייער הנאה געהאט, גיי אן! מיר ווארטן נאך אויף נאך יום טוב.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 12:55 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:זייער הנאה געהאט! יישר כח הבל!

קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 2:19 am

באקסער בוים האט געשריבן:א ריזיגע שכח הבל, געווען גאר אינטערעסאנט און געשמאק!
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
Rak Tov
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 3:31 am

שכ'ח הבל ;l;p- ;l;p- ;l;p-

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 10:36 am

מאנטאג בראשית





קענסאס דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט בארבארא בוילער אויפגעטריבן 13.5 מיליאן דאלער אינעם דריטן למספרם קווארטאל
*
אין די דזשארדזשיא סענאט פארמעסט וועלן דעמאקראט דזשאן אסאף און רעפובליקאנער דעיוויד פערדו אפהאלטן זייער דעבאטע היינט נאכמיטאג
*
קאליפארניע דעמאקראטן באשודיגן אז רעפובליקאנער שטעלן אוועק אומאפיציעלע בעלאט דראפ אף שאכטלען וועלכע קען מעגליך זיין אומלעגאל
*
פריער האט זיך אנגעהויבן די פארהערן איבער די נאמינאציע פון ריכטערין עימי קאני בערעט צום סופרים קאורט
אין צוגרייטונג צום פארהער אינעם יורידישן קאמיטע האט סענאטאר טאד יאנג נעכטן געלופטערט אן אפ עד אין איר שטיצע זאגנדיג אז זי וועט פילייכט נישט אראפשטימען אבאמאקעיר ווייל זי איז א מוטער צו א גרויסע פאמיליע פון זיבן קינדער
קעגנער צייגן אבער אן אז דער פארשטארבענער ריכטער סקאליא האט יא געשטימט אקעגן אבאמאקעיר טראץ וואס ער איז געווען א טאטע צו ניין קינדער
*
א ליבעראלע אקטיוויסט וועלכע פלעגט ארבעטן פאר סענאטאר מענענדעז האט געצימבלט סענאטאר קונס אז ער און סענאטארן דורבין און פיינסטיין זענען פאסיוו איבער די בערעט נאמינאציע פראצעדור און זאגן נאכאנאנד אז די רעפובליקאנער האבן סייווי די שטימען און רעזיגנירן דערצו אן שטעלן א קאמף
ער האט געמוטשעט קונס אז ער זאל ווערן אקטיוו אבער קונס האט צוריקעשאסן אז ער איז ווירקליך אקטיוו און אז געוויסע מענטשן וועלן קיינאל נישט זיין צופרידן אפגעזעהן וואס דו טוסט
*
דערווייל קאנצעטרירן דעמאקראטן זיער פייער איבער אבאמאקעיר און עס הייבסט אז עס וועט אוזי פארבלייבן אויף די קומענדיגע טעג
ווען עס קומט איבער חוקי רציחה איז ערשינען א פרישע עי בי סי/וואשינגטאן פאוסט אנקעטע וועלכע צייגט אזס 60% קאטאליקן זענען אקעגן דאסז צוריקדרייען די לענדמארק סופרים קאורט אורטייל ווועלכע ערלויבט רציחה
*
יוסטיץ דעפארטמענט פראקורארן באזארגט אז די פרישע פארלאנג פון די מייקל פלין אדוואקאטן וועלכע ברענגט אויף פראגן אויב ריכטער סאליוואן איז פאסיג צו באהאנדלען די קעיס קען נאכמער פארשלעפן די פראצעס און מוטיגן דעם ריכטער צו איגנארירן די פלין ביטע
*
ריכטער שטופט אפ פראצעס פאר דזשוליאני געהילפן (פרנס און פורמאן אויף מערץ 1 למספרם מיט די מעגליכקייט צו ווערן אפגעשטופט אויך נאך שפעטער
*
א ריכטער וועלכע איז באקאנט מיט זיין שארפע קריטיק איבער אטוירני דזשענעראל באר און די יוסטיץ דעפארטמענט האט אנגעפרעגט די דעפארטמענט אויב דילעצטיגע פולשטענדיגע דעקליפיקאציע ארדער פון פרעזידענט טראמפ אויף אויספארשונג דאקומענטן באדייט אז די פולע מולער באריכט איז אצינד מער נישט קלאסיפיצירט
*
אין וויסקאנסין האט א 2-1 מאיאריטעט אפגעווארפן די פארזוך פון דעמאקראטן אויסצוברייטערן וויילער רעגיסטראציע און עבסענטי בעלאטס געפאוסט מארקד אין עלעקשאן דעי
*
די ניינטע סירקוט באשטימט אויסצוהערן מונדליכע ארגומענטן אויף היינט מאנטאג איבער דאס אויסברייטערן די אריזאנא וויילער רעגיסטראציע דעדליין
די פאנעל האט געבעטן דעם דעמאקראטישן סעקרעטערי אף סטעיט פארצושטעלן איר מיינונג
*
סופרים קאורט וועט אויף דערווייל נישט באהאנדלען אן אורטייל פון א נישריגע געריכט וועלכע פארלייכטערט צוטריט צו ריצחה סערוויסעס מער ווי די געווענליכע געזעץ צוליב די ווירוס
די געריכט זאגט אז די איינע קעיס מיט די קליינע צאל דאטא איז צו בלאס פאר זיי עס צו באהאנדלען אין די איצטיגע צייט
*
סופרים קאורט ריכטערין קעיגן ווארפט אפ אפליקאציע געציהלט צו בלאקירן מאנטאנא גאווערנאר און דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט סטיוו בולאק'ס מעיל אין בעלאט פלאן
*
סופרים קאורט ריכטער ברייער ווארפט אפ פרואוו צו באקעמפן די מעין וואל סיסטעם וועלכע שענקט די שטימען פון שוואך אנציענדע קאנדידאטן פארן שטארקסטן קאנדידאט
*
די סופרים קאורט מעלדט אז זי וועט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן בלויז ווירטואל פאר אמווייניגסטנס ביזן ענדע פונעם למספרם יאר
*
די סיסטעם פון אנפולן יורידישע בענק אויפן פעדעראלן שטאפל איז אויסגעשטעלט אז דער פרעזידענט נאמינירט קאנדידאטן אויף לעבנסענגליך און די לעגיסלאטיווע פליגל (די סענאט) באשטעטיגט אדער ווארפט אפ די נאמינאציע

ווען עס קומט צו סטעיט ריכטער איז די איינפיר אין מיינסטנס פעלער אז די ריכטער שטעלן זיך זעלבסט ארויס אלץ קאנדידאטן און לויפן געהעריג אונטער פאליטישע פארטייען און ווערן ערוועלט צו באשטימטע טערמינען מיט די מעגליכקייט צו לויפן פאר ווידערערוויילונג

אן אויסנאם איז די סטעיט דעלעוויער וועלכע איז זייער אייגנארטיג מיט זייער סיסטעם

ביי די יערליכע קאנסטיטוציע קאנווענשאן אין 1897 למספרם האבן די קאנווענשאן פירער היציג באהאנדלט די פראגע ווי אזוי ריכטער ווערן געשטעלט און קאנווענשאן פרעזידענט דזשאן ביגס האט ערקלערט זיין פאזיציע אז ריכטער זאלן נישט געשטעלט ווערן פארנט פון די וויילער ווייל דאס וועט באדייטן אז זיי וועלן אורטיילן באזירט אויף פאליטישע חשבונות און עס איז געווארן רעקאמענדירט דוטרך די דעלעגאטן צו טוישן די קאנסטיטוציע און צוטילן די מאכט פון קלויבן ריכטער צום גאווערנאר און די נאמינאציע זאל דערנאך באשטעטיגט ווערן דורך די סטעיט סענאט

שפעטער האט מען פארגעזעצט צו דעבאטירן ווי אזוי צו פארזיכערן אז די נייע איינפיר איז די מערסטע אומפארטייאיש וואס מעגליך און מען איז געקומען צו אויספיר אז מען זאל פשוט באגרעניצן די צאל ריכטער מיט וועלכע איין פארטיי קען דאמינירן די געריכט בענק

די אויבנדערמאנטע פראוויזיע איז דורך ערנסטע דעבאטעס ווען טייל האבן עס אויסגעלויבט אלץ אעפעס וועלכע וועט באלאנסירן פארטייאישקייט בעת וואס אנדערע האבן פארפירט אז איינמאל די באנק גרייכט די מאקסימום פון איין פארטיי וועט די געזעץ פארלאנגען אז פון איצט און ווייטער טאר נמען נישט נאמינירן פון יענע פארטיי און דאס באדייט אז די געזעץ מישט קלאר אריין פארטיי אינעם סיסטעם

עווענטועל האט די פראוויזע איבערגעלעבט און עס איז געווארן טייל פון די סטעיט קאנסטיטוציע

שפעטער אין 1951 למספרם איז געווארן צוגעלייגט א רייע גאר אינטערסאנטע באגרעניצונגען

1) אויף די סטעיט סופרים קאורט וועלכע פארמאגט פינף בענקלעך זאלן דריי זיין פון איין "הויפט" פארטיי און צוויי פון די אנדערע "הויפט" פארטיי (אין אנדערע ווערטער מוז סיי ווער עס גיבט אריין אן אפליקאציע צו ווערן באטראכט דורכן גאווערנאר פאר א ריכטער סופרים קאורט ריכטער פאזיציע זיין רעגיסטרירט אלץ רעפובליקאנער אדער דעמאקראט)

די זעלבע אינטערסאנטע פארשריפט איז אויך גילטיג פאר א רייע נידריגערע סארט געריכטן

באזונדער דארף מען זיכער מאכן אז ווען מען רעכנט צוזאם אלע בענק אונטער יענע קאטעגאריעס אינאיינעם אקופירן ריכטער פון איינע פון די צוויי פארטייען האלב פון די זיצן און צוגאב פון נאך איינס צו האבן א מאיאריטעט און אלע איבריגע דארפן ווערן געהאלטן דורכן קעגנערישן גרויסן פארטיי

2) ווען עס קומט צו פאמיליע געריכטן און נאך נידריגערע געריכטן איז אויך גילטיג די דאך וועלכע באגרעניצט א פארטיי מיט א מאיאריטעט זיצן נישט צו באזיצן מער ווי איינס מער פון האלב פון אלע זיצן אבער אויף די נידריג ראנגיקע געריכטן זענען שוין יא אפן צו מיטגלידער פון דריטע פארטייען אויך

עס צו מאכן אין קורצן: אלע געריכטן זענען פארבאטן צו האבן אן איין פארטיי מאיאריטעט פון מער ווי איינס נאר אין די צייט וואס אויף די העכערע געריכטן קענען בלויז זיצן דעמאקראטטן אדער רעפובליקאנער קענען אויף די קלענערע געריכטן יא זיצן רעגיסטרירטע אין אנדערע פארטייען

די סיסטעם ארבעט אז א קאמיסיע רעקאמענדירט נעמען צום גאווערנאר און וועלן ארויסלייגן א נאטיץ ווען א זיץ ווערט פריי אז מענטשן זאלן קענען איינגעבן אן אפליקאציע אבער זיי זענען אויך געבונדן צו די אויבנדערמאנטע פארשריפטן און שרייבן אלץ ארויס פון וועלכע פארטיי מען קען זיך איינשרייבן

צום ביישפיל אין אוגוסט 2012 למספרם האבן זיי געמאלדן אז עס זענען ליידיג געווארן סלאטס פאר דריי דעמאקראטן און צוויי רעפובליקאנער

אונזער געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען א מאן מיטן נאמען דזשעימס עדעמס וועכע איז א מעמבער אין די דעלעוועיר סטעיט באר

דער עדעמס איז יארן לאנג געווען רעגיסטרירט אלץ דעמאקראט אבער געטוישט פארטיי אפיליאציע צו אינדעפענדענט נאכן ווערן פרוסטורירט מיט די פארטיי צענטעריזם זיך באצייכענענדיג אלץ מער א פראגרעסיווער און אלץ א בערני סאנדערס סארט אינדעפענדענט

ארום יענע צייט האט ער געזוכט איינצוגעבן פאר א יורידישע פאזיציע אבער אנדעקט אז זיין פארטיי טויש וועט אפעקטירן זיינע שאנסן דערפאר

עדעמס האט געהאלטן אז אזא איינפיר איז אבסורד און אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן גאווערנאר דזשאן קארני און ארויסגעברענגט אין די קלאגע אז פונקט אין יענע צייט זענען דא צוויי ליידיגע סלאטס אבער בלויז פאר רעפובליקאנער וועלכע באדייט אז ער קען זיי נישט באקומען

דיסטריקט ריכטערין האט באטראכט די פאקט אז עדעמס האט למעשה אפילו נישט איינגעגעבן זיין נאמען (וואוסנדיג אז ער האט נישט קיין שאנס אלץ אינדעפענדענט) אבער געקומען צום אויספיר אז ער פארמאגט סטענדינג לגבי די פראוויזיע פון די העכערע געריכטן

די ריכטערין האט אים אבער נאר געגעבן סטענדינג צו קלאגן אויף די פראוויזיע לגבי די העכערע געריכטן וואו אן אינדעפענדענט האט נישט קיין דריסת הרגל אבער נאכגעגעבן די פארלאנג פונעם גאווערנאר אים נישט צו גיבן סטענדינג צו קלאגן אויף די נידריגע געריכטן פראוויזיע וואו עס איז בלויז דא א פארבאט צו אקצעפטירן קאנדידאטן פון א פארטיי וועלכע האט שוין א שמאלע מאיאריטעט

עדעמס האט געוואלט זאגן אז טראץ וואס אינדעפענדענטס קענען ווערן אנגענומען אויך נידריגע געריכטן איז די פראוויזיע צו ערלויבן בלויז א שמאלע איין פארטיי מאיאריטעט עפעס וועלכע טוט שטופן די קאמיסיע צו אנפולן פאזיציעס ביז די שמאלע מאיאריטעט מאקסימום דוקא פון רעגיסטרירטע אין די גרויסע פארטיייען אויפן חשבון פון קלענערע פארטייען אבער די געריכט האט געשריבן אז עס איז נישט ריכטיג און די באגרעניצונג איז א דאך (נישט צו גיין העכער אן איין פערזאן מאיאריטעט) און נישט קיין פאדלאגע (אז איידער מען האלט ביי א מאיאריטעט מוז מען נעמען דוקא פון די גרויסע פארטייען)

די דיסטריקט געריכט האט גראדע פרובירט צו זאגן אז טראץ וואס עדעמס מאנגלט אין קאנסטיטוציאנאלע סטענדינג (גערופן ארטיקל 3) אויף די נידיגע געריכטן פראוויזיע קען מען ערזעצן זיינע רעכטן צו קלאגן צוליב וואס ער פארמאגט יא פרודענשעל סטענדינג

א שטיקעלע ערקלערונג: ארטיקל דריי פארלאנגט פון קלעגער צו איבערצייגן אז מען איז דירעקט באטראפן/געשעדיגט פון א געזעץ
נאך וואס א קלעגער האט שוין די סטענדינג קומט צו פרודענשעל סטענדינג וועלכע איז א באזונדערע וועג פאר געריכטן לויז צו ווערן פון קלאגעס אפילו פון אזעלכע וועלכע פארמאכן ארטיקל 3 סטענדינג

פרודענשעל סטענדינג באדייט אז דיין קלאגע איז פארבונדן דירעקט צו דיר און דו קלאגסט נישט פאר א דריטע פארטיי און אויך איז עס נישט א באקלאגעניש איבער עפעס וועעלכע פלאגט א גרויסע צאל מענטשן צוגלייך און אפעקטירט נישט דיר ספעציפיש נאר דו ווערסט באטראפן אזוי צו זאגן מער אויף אן אלגעמיינע וועג בבחינת צרת רבים

די דיסטריקט געריכט האט געהאלטן אז עדעמס קוואליפיצירט דערפאר ווייל ער פערזענליך האט געוואלט ווערן א ריכטער און אפילו ער מאנגלט ארטיקל 3 סטענדינג אויף די נידירגע געריכטן קעיס וואלט ער ווען געקענט קלאגן אין געריכט מיט די טענה אז ער האט פרודענשל סטענדינג

די טייל איז אבער געווארן שפעטער אפגעווארפן דורכ'ן דריטן סירקוט קאורט וועלכע האט קלארגעשטעלט אז פרודענשל סטענדינג איז נישט קיין ערזאץ צו ארטיקל 3 סטענדינג נאר ליבערשט א פרישע שיכט ארויפגעשמירט אויפן לעגאלן טארט איבער ארטיקל 3 ולא בא אלא להחמיר עליו ולא להקל צו זאגן אז נאכן דורכמאכן די ארטיקל 3 באריקאדע קען מען נאך ארויסשליידערן דיין קעיס אויב האסטו נישט קיין פרודענשל סטענדינג און דעריבער האט די קרייז געריכט באשלאסן אז די נידריגע געריכטן איז אן קיין צווייפל נישט עפעס וואס זיי קענען אפילו באטראכטן זינט עס פעלט ארטיקל 3 סטענדינג

איר מיינט אז מיר זענען שוין פארטיג מיט די פרודענשל סטענדינג פראגע? פאוואליע, די חומרא וואס עס ברענגט מיט זיך איז יא געווארן באהאנדלט און טאקע ווען עס קומט צו די העכערע געריכטן קעיס וואו עדעמס האט יא געהאט ארטיקל 3 סטענדינג און דא האט דער גאווערנאר פארפירט אז פרודענשעל סטענדינג פארמאגט ער נישט הלמאי ער האט געטוישט פארטיי צו אינדעפענדענט "פונקט" איידער ער האט אריינגעטראגן די קלאגע וואס איז א באווייז אז ער זוכט נישט עכט קיין פאסטן נאר די גאנצע קלאגע איז מער אן אקאדעמישע אונטערנעמונג צו באקעמפן א פראוויזיע וועלכע ער גלייכט נישט אבער נישט עפעס וואס אפעקטירט ארים עכט און דעריבער באזיצט ער נישט קיין פרודענשל סטענדינג

עדעמס האט ערקלערט אז די אורזאך פארוואס ער האט (קורץ נאכן באטראכטן זיך איננצוגעבן פאר א ריכטער פאזיציע אין 2009 למספרם מער) נישט פרובירט צו קאנדידירן פאר א יורידישע פאסטן איז צוליב וואס ער איז געווארן פארנומען מיטן ארבעטן פאר ביו ביידען (א זוהן פון דזשאו ביידען) און די סיבה פארן טוישן לעצטענס פארטיי איז ווי אויבן ערקלערט ווערנדיג פרוסטירירט מיט די לאנגזאמע רעפארמירונג פון די פארטיי צו פראגרעסיוויזם

אויף דעם האט די סירקוט געשריבן אז למעשה ערלקערט עדעמס זיינע שריט מיט מאסנגעבנדע ראציאנאלע ערקלערונגען און זיי קענען נישט צווייפלען דערין און שפעקולירן אז זיי זענען בלויזע פארפירערישע אויסריידן בלויז ווייל די גאווערנאר האט אזוי באשלאסן

אקעי, די נידריגע געריכטן קעיס איז ארויסגעווארפן, די העכערע געריכטן קעיס האט ארטיקל 3 סטענדינג און אויך פרודענשל סטענדינג און מען קען שוין צוגיין צום הארץ פונעם קעיס און אויסשמוסען אירע מעריטס

די ארגומענטן פונעם גאווערנאר זענען געווען:

1) אז ריכטער זענען פאליסי מאכער אזוי ווי ערוועלטע פאליטיקאנטן און פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט ערלויבט דאס אויפנעמען און אויפזאגן רעגירונג אייינגעשטעלטע באזירט אויף פארטיי לאיאליטעט

פון די אנדערע זייט האט עדעמס פארפירט אז ריכטער דארפן בלויז אויסטייטשן געזעצן אזוי ווי זיי זענען און נישט אוועקשטעלן און שאפן נייע פאליסי

2) אפילו אויב ריכטער קענען נישט דעזיגנירט ווערן אלץ פאליסי מאכער איז נאכאלץ אין די אינטערעסען פון די סטעיט צו פארזיכערן אומפארטייאישע מאכט באלאנס מיטן פארזיכערן אז אלעמאל זענען פארהאן א מער ווייניגער אייניגע צאל דעמאקראטן און רעפובליקאנער אויפן באנק און עס איז ווערט די באגרעניצונגען וועלכע זי שטעלט ארויף אויף דריטע פארטיי רעגיסטרירטע
פון די אנדערע זייט האט עדעמס פארפירט אז ריכטער דארפן בלויז אויסטייטשן געזעצן אזוי ווי זיי זענען און נישט אוועקשטעלן און שאפן נייע פאליסי

די ריכטער אויפן דריטן סירקוט האבן אבער אפגעווארפן די באהויפטונגען שרייבנדיג אז די אויסנאם וועלכע די סופרים קאורט האט געגעבן ביים באהאנדלען רעגירונג ארבעטער באזירט אויף פארטיי אפיליאציע איז געציהלט צו פארזיכערן אז ווען אן אדמינסטראציע קומט אריין האבן זיי איינגעשטעלטע מיט געמיינזאמע פאליסי אויסקוק דורכצופירן זייער אגענדע און נישט ווערן געשטערט דורך קעגנזייטיגע פאליסי אינטערעסן אבער זינט ריכטער דארפן גאר זיין אומפארטייאיש זענען ריכטער פאזיציעס נישט עפעס וואס מען קען אראפבונדן צו פארטיי רעגיסטראציע

דער גאווערנאר האט געמאכט אן ארגומענט אז מיטן אויסטייטשן געזעצן, פאראורטיילן קרימינאלן און אווקשטעלן און אויסקלארן די געזעץ זענען ריכטער פאקטיש פאליסי באשליסער אבער די געריכט שרייבט אז די פראגע איז נישט עכט אויב זיי הייסן פאליסי מאכער אדער נישט

זיי שרייבן אז צום ביישפיל א ריכטער געשטעלט איבער וואלן אנגעלעגנהייטן באזיצט א פאליטישע ארבעט אבער האט נישט קיין פאליסי מאכער אויפגאבע אין די צייט וואס א סטעיט יוניווערזיטעט פוטבאל קאוטש קען זיין פארמישט און אוועקשטעלן פאליסי אן זיין פאליטיש און

אין אנדערע ווערטער: נישט יעדער וואס מאכט פאליסי קומט עס אויטאמאטיש מיט די רעכט עס צו טוהן מיט פאליטישע אינטערעסן און ריכטער זענען דייקא א קלאס וועלכע טאר נישט נוצן פאליטיק ביים אורטיילן "אפילו אויב מען זאל אננעמען אז זייער ארבעט ווערט אנגערופן פאליסי מאכער" און טאקע פארדעם האט די סופרים קאורט געשריבן אז מען קען נישט אויפזאגן פוטבאל קאוטשעס צוליב פארטיי שטעלונגען טראץ וואס זיי קענען אוועקשטעלן פאילסי פאר אן אטלעטישע אפטיילונג

איז וואס איז יא די סופרים קאורט פרעצעדענט? ווי געזאגט איז עס געציהלט פאר אזעלכע פאליסי מאכער פאזיציעס וועלכע זענען קלאר אוועקגעשטעלט צו העלפן אן אדמיניסטראציע דורכצופירן אגענדעס וועלכע זענען אין די פאליטישע אינטערעסן פון די פארטיי וועלכע האט אים פארזיכערט וואל זיג אבער ריכטער זענען אויסגעשלאסן פון אזא קאטעגאריע ווייל אפילו זיי קענען אורטיילן איבער שליסל פראגן וועלכע אפעקטירן די אגענדע פון די ערוויילטע פירער איז זייער אויפגאבע בכלל נישט מיטצוארבעטן מיט די אגענדע און שמירן די רעדער פון אירע פאליסיס צו קענען ווייטער גאלאפירן און דעריבער איז בכלל נישט רעלעוואנט די פראגע אויב ריכטער זענען פאליסי מאכער אדער נישט און די דריטע סירקוט האט טאקע צוליב דעם ניטאמאל באהאנדלט די פראגע אויב זיי זענען פאליסי מאכער

אויף די צווייטע ארגומענט אז די געזעץ איז אין די סטעיט אינטערעסן צו פארזיכערן אומפארטיייאישקייט שרייבט די געריכט אז דער גאווערנאר האט פארפעלט צו איבערצייגן אז צו גרייכן אומפארטייאישקייט מוז מען פארבאטן דריטע פארטיי רעגיסטרירטע פון קאנדידירן

די אורטייל פון די דריטע סירקוט קומט אין קעגנזאץ צו אורטיילן דורך די זעקסטע און זיבעטע קרייז געריכטן וועלכע האבן יא געשריבן אז סטעיט ריכטער זענען פאליסי מאכער און צוליב דעם אין די האנט פון א גאווערנאר יענעם צו באגרעניצן באזירט אויף פאליטישע שטעלונגען און פארטיי אפיליאציע

איר ווילט שוין גיין? איין מינוט, נאך איין פראגע וועלכע די דריטע סירקוט האט באהאנדלט און דאס איז לויט זייער אורטייל אז די פארבאט אויף דריטע פארטיי קאנדדיאטן איז אומקאנסטיטוציאנאל וואס פאסירט מיט די אנדערע טייל וועלכע שרייבט אז איין פארטיי קען נישט פארמאגן א מאיאריטעט פון מער ווי איין?

יענע טייל דעקט טאקע אויך די נידריגע געריכטן אבער אויף די נידריגע געריכטן האט עדעמס נישט געהאט קיין סטענדינג ווייל אזא באגרעניצונג טוט אים נישט אפעקטירן

עכט טוט אים די פראגע (איבער איין פארטיי קען נישט פארמאגן א מאיאריטעט פון מער ווי איין) אויך נישט אפעקטירן ווען עס קומט צו די העכערע געריכטן אבער איינמאל ער האט סטענדינג אויף די אנדערע טייל פון די העכערע געריכטן געזעץ (די בלויז רעפובליקאנער/דעמאקראטן טייל) וועלכע האט אים יא אפעקטירט האט עדעמעס זיך אריינגעגליטשט דורך אן הונטער טיהרל אויך צו קלאגן איבער די אנדערע טייל ווייל איינמאל ער פארמאגט סטענדינג אויף די ספעציפישע פראוויזיע וועלכע אדרעסירט די העכערע געריכטן מוז מען אויסהערן זיין קעיס אוןן באהאנדלען די פולע פראוויזיע

די איינציגסטע פראגע איז געווען אז נאכן עס באהאנדלען ווען עס ווערט קלאר אז בלויז די ערשטע טייל (רעפובליקאנער /דעמאקראטן) איז אומקאנסטיטציאנאל קען מען מעגליך אפטיילן די צוויי טייילן און פסלע'ן די ערשטע טייל און לאזן אין פלאץ די צווייטע טייל והיתה המחנה הנשאר לפליטה

אויף דעם שרייבט די געריכט אז עס איז נישט זייער אויפגאבע צו באטראכן אויב מען קען אפטיילן די פראוויזיע'ס לעגאליטעט אין צוויי

זיי ווייזן אן אז ווען עס קומט צו פראגן איבער פסל'ן בלויז טייל פון א סטעיט געזעץ קוקט מען אויף די סטעיט פארשפריטן וועלכע אדרעסירן אזאנע פראגן צו צושפאלטן געזעצן פון וועלכע טייל ווערן גע'פסל'ט און די דעלעוועיר געריכטן האבן שוין אראפגעשטעלט צוויי פאקטארן אויף וועלכע צו קוקן

1) אויב נאכן פסל'ן איין טייל קען נאך די רעגירונג אינפארסירן געהעריג און פראקטיש די צווייטע טייל
2) אויב די ציהל פון די וועלכע האבן איינגעשטעלט די פולע געזעץ איז געווען אז אפילו אויב טייל 1 פאלט זאל טייל 2 בלייבן אין קראפט אדער איז עס געבונדן אז ווען עפעס צופאלט דאן טראסקעט אלעס

שרייבט די געריכט אז אין אונזער פאל איז קין פראגע אז טייל צוויי אליין קען פראקטיש ווערן אויסגעפירט ווייל ביי די נידריגע געריכטן האט מען בלויז איינגעשטעלט די צווייטע טייל אבער די צווייטע פאקטאר וועלכע איז צו קוקן אויף די ציהל פון די געזעץ שרייבער פירט זיי אין ריכטונג פון ארויסשליידערן אויך טייל צוויי

זיי ערקלערן אז די גאנצע ציהל איז צו פארזיכערן גאר שטארק אומפארטייאישקייט און צום ביישפיל די סטעייט סופרים קאורט וועלכע האט פינף זיצן קען בלויז באשטיין פון דריי דעמאקאטן און צוויי רעפובליקאנער אדער פארקערט

אויב אבער די געריכט פארלאנגט אז מען זאל מוז אקצעפטירן אויך אנדערע פארטיי קאנדדיאטן אבער יא לאזן אין פלאץ די פארבאט פון האבן מער ווי דריי רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן וועט אזא באגרעניצונג ווייט נישט אויפטוהן וואס אירע שרייבער האבן געזוכט ווייל דער דעמאקראטישער גאווערנאר וועט קענען שטעלן דריי דעמאקראטן און אויף די איבריגע צוויי פאזיציעס וועט ער קענען שטעלן א גרין פארטיי קאנדידיאט וועלכע האט ליבעראלע אנשויאונגען וועלכע באדייט אז די געריכט ווערט אידעאלאגיש און פארטייאיש

די דריטע סירקוט אורטייל איז געקומען פון א פאנעל פון צוויי ריכטער נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן און איין נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

אזוי ווי פריער געשריבן האט זיך געשאפן א סירקוט שפאלט צווישן די דריטע און אנדערע צוויי קרייז געריכטן האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס און וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אום אקטאבער 5 למספרם

ביז אהער פונעם ערשטן באריכט איבער די קעיס

נו, אקטאבער 5 למספרם איז געקומען און געגאנגען און אין די פארנומענע חוה"מ טעג האט די אכט ריכטער סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

צו ערשט האט אויפגעטרעטן דער פארטיידיגער פון די סטעיט מייקל מעקאנעל (א געוועזענער ריכטער אויפן צענטן סירקוט נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער און קומט גראדע פון לואיסוויל קענטאקי א סטעיט וועלכע האט באקאנט געמאכט א צווייטע מעקאנעל) וועלכע האט געמאכט די קעיס אז סטעיט פארמאגן ברייטע רעכטן אוועקצושטעלן די קוואליפיקאציעס פון סטעיט ארבעטער אריינגערעכנט ריכטער און אין אונזער פאל האט די סטעיט באשלאסן צו נוצן דעם אייגנאטרטיגן צוגאנג צו שאפן א פאליטישע באלאנס אין איר יורידישע סיסטעם וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ ווירקזאם און די סטעיט געריכטן האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די ווייניגסטע פארטייאיש

ער האט דאן ערקלערט אז בעפאר מען קוקט אפילו אויף די מעריטס מוז מען ערנסט צווייפלען אויב עדעמס האט בכלל סטענדינג ווייל נישט בלויז האט ער נישט איבערגעצייגט אז אויב קוואליפיצירט ער וועט ער זוכן א ריכטער פאזיציע נאר האט גאר איבערגעהיפט מערערע אזוינע געלעגנהייטן און ערלויבן אזעלכע קלאגעס וועט עפענען א טיהר פאר א פלייץ פון קלאגעס אקעגן קאנסטיטוציאנאלע פראוויזיעס פון סיי וועם עס געפעלט נישט

ראבערטס האט די ערשטע איבערגעהאקט (גינזבורג איז דאך שוין מער נישט בעלמא הדין) פרעגנדיג צי סטענדינג איז דען נישט געמאכט פאר אזעלכע וועלכע ווערן אפעקטירט דורךכ'ן ווערן אויסגעשלאסן פון קענען קאנקורירן פאר א פאסטן?

ראבערטס, קענטינג אומאובערצייגט פון די מעקאנעל באהויפטינג איבער סטענדינג, האט ארויסגעברענגט אז עדעמס האט קלאר געזאגט אז אויב קוואליפיצירט וועט ער זיך איינגעבן פאר די קוענדיגע יורידישע אנבאט און דאס איז אץ וואס ער קען טוהן
וואס נאך קען/דארף ער טוהן צו איבערצייגן אז די געזעץ באטרעפט אים פערזענליך?!

ברייער האט עטליכע מינוט דערויף אויך געצימבלט מעקאנעל איבער די סטענדינג ארגומענט פרעגנדיג אויב מעקאנעל האלט אז עדעמס איז נישט אויפריכטיג ווען ער זאגט אז אויב מען טוישט די געזעץ וועט ער זוכן א פאסטן

קעיגען האט אויך געשניטן מיטן זעלבן מעסער דערמאנענדיג די עדעמס ארגומענט אז די אורזאך פארן נישט בעהטן א פאסטן ביז איצט איז בלויז ווייל ער האט גאנץ גוט געוואוסט אז אונטער די איצטיגע געזעץ זענען זיינע אויסזיכטן נול און עס איז א שאד זיין צייט

מעקאנעל האט צורקיגעשאסן זאגנדיג אז עדעמס איז קנאפ נייגעריג אין א פאסטן נאר ליבערשט איז ער אין אן אידעאלאגיש געטריבענעם קאמף אקעגן די פראוויזע נאך א טעאריע וועלכע ער האט געליינט אין געזעץ איבערזיכט וועלכע גלייכט נישט די פראוויזיע

טראץ וואס עטליכע ריכטער האבן אויסגעקוקט סקעפטיש איבער די סטענדינג ארגומענט פון מעקאנעל האבן זיי אבער אויך געדרוקט דוד פינגער וועלכע האט רעפרעזענטירט עדעמס איבער דעם

ראבערטס צום ביישפיל, האט געזאגט פאר פינגער אז די שטארקסטע סטעיטמענט פון עדעמס איז אז "ער וואלט באטראכט און זיך איינגעגעבן" פאר א ריכטער אמט

ראבערטס האט קאמענטירט איבער דעם האלב שפאסיג אז אויב וואלט ער ערהאלטן א קלוירקשיפ אפליקאציע פון עימיצן וועלכע איז גרייט "צו באטראכטן און זיך איינגעבן" פאר אזא פאזיציע וואלט ער נישט געוואוסט ווי אזוי צו רעאגירן צו אזא אפליקאציע..

אליטא האט אויך געקוועטש פינגער איבער די "איך וואלט באטראכט און זיך איינגעגעבן דערפאר" סטעיטמענט פרעגנדיג אויב דאס באדייט אז ער פלאנט זיך ווירקליך איינצוגעבן דערפאר אויב מען טוישט די געזעץ

פינגער האט געענטפערט אז יא אבער אליטא האט אים דאן געבעטן צו ערקלערן די ווארט "באטראכט" וועלכע איז א רישא וואס איז זיך אביסל סותר מיט די סיפא ווייל אויב די וואלסט זיך איינגעגעבן מיינט עס אז די ביזט שוין באשלאסן און דו האבן שוין אויפגעהערט "טראכטן" איבער דעם

טאמאס וועלכע איז אין אלגעמיין שטיל דורכאויס לעבעדיגע ארגומענטן האט ווי אינעם פריערדיגן טערמין ביי די ווירטואלע ארגומענטן געטוישט איינפיר און אויך דאסמאל געשטעלט פראגן

גייענדיג אין אליטא'ס פיסטרירט האט ער אויך געצימבלט פינגער זאגנדיג אז בלויז א פלאן פון עימיצן "איין טאג" צו אפליקירן פאר א ריכטער אמט איז נאכנישט גענוג צו גיבן סטענדינג און צוגעגעבן אז די ערקלערונג פון עדעמס קוקט אויס גאנץ ענליך צו אט אזא סטאטוס

טאמאס האט פארגעזעצט מיט וואונדער אז אויב בלויז אנאנסירן פלענער זיך איינצוגעבהן פאר אזא אמט אינעם צוקונפט גיבט דיך שוין סטענדינג דאן ווי אפיציעל דארף אזא מעלדונג זיין? איז עס גענוג צו מעלדן ביי א ענגע פארטי פון פריינט? און וואס איז אויב דער פלאנירער האט שוין א לאנגע היסטאריע פון מעלדן פלענער אבער זיי נישט אויספירן?..

דאן איז מען אריבער צו די מעריטס פון די קעיס און צו ערשט אנגעהויבן מיט די טייל וועלכע לאזט נאר צו צו די העכערע געריכטן מיטגלידער פון די צוויי הויפט פארטייען צי עס פארלעצט נישט די ערשטע אמענדמענט

מעקאנעל האט אנערקענט אז סטעיטס וואלטן נישט געקענט באשטימען אז בלויז מיטגלידער פון איין איינציגע פארטיי קענען דינען אויפן געריכט

אליטא האט זיך ארויפגעזעצט אויף אט די אנערקענונג און פרובירט אפצושיילן די סטעיטמענט צו די דינסטע רעפטלעך וואס נאר מעגליך פרעגנדיג צו לויט דעם וואלט א סטעיט געקענט באשליסן אז אויף א געריכט באנק פון 9 ריכטער קען בלויז איינע/ר זיין פון איין פארטיי און אלע איבריגע מוזן זיין פון די צווייטע פארטיי?
ואם תמצי לומר אז אויך דאס וואלט געווען אומפאסיג דאן וואס טוט זיך מיט 7-2?

אויב די לופט אין צימער (אקעי, נישט ממש לופט נאר מער די ווירטואלע לופט) איז נאכנישט געווען גענוג הייס און די רמז וועלכע אליטא האט געווארפן נאכנישט גענוג קלאר האט ער פארגעזעצט מיט זיין היכי תמצי פראגע פרעגנדיג וואס וואלט געווען מיט א סטעיט געזעץ וועלכע רעזערווירט זעקס זיכטער צו איין פארטיי און דריי צו א צווייטע, וואלט אזא געריכט אויסשטעל געווען צופרידנשטעלנד? (די קלארסטע אנדייטונג צו די בערעט נאמינאציע וועלכע ווערט אצינד באהאנדלט וועלכע קען שיפטן די געריכט 6-3)

סאטאמאיאר האט זיך געוואונדערט פארוואס די צווייטע טייל פון די פראוויזיע וועלכע ערלויבט נישט א פארטיי צו האבן א מאיאריטעט פון מער ווי איינס איז נישט גענוג נאכצוקומען די סטעיט אינטערעסן און פארוואס דארף מען נאך די טייל וועלכע ערלויבט בלויז עימיצער פון די צוויי גרויסע פארטייען?

מעקאנעל האט ערקלערט אז די בלויז צוויי פארטייען טייל איז א "מוז" צו פארזיכערן אז די ערשטע טייל טוט אויף דאס איריגע און ווערט נישט אויסגעקרויזט
ווייל בלויז מיטן ערשטן טייל וואלט דער גאווערנאר געקענט שטעלן א מערהייט פון איין אידעאלאגישן ספעקטרום און איינמאל וואס זיינע סארט ריכטער זענען שוין א שמאלע מערהייט קען ער שטעלן נאך מיט די זעלבע געדאנקענגאנג אויב די קאנדידאטן אנקערן זיך נישט אפיציעל מיט די צוויי גרויסע פארטייען נאר זענען רעגיסטרירט אלץ אינדעפענדענטס און אויף דעם איז דא די עקסטערע באשיצונג שיכט וועלכע וועט בלאקירן אזא זאך מיטן שטעלן דעם גאווערנאר אין ווינקל אים צוואונגענדיג צו נעמען מענטשן פון די פארקערטע פארטיי און דאדורך פארזיכערן אומפארטייאישקייט

ער האט אנגעגעבן אז די איצטיגע קעיס איז א קלאסישע ביישפיל ווי אזוי דער גאווערנאר וואלט געקענט לייגן עדעמס וועלכע איז נאך א ליבערלא בלויז ווייל ער איז נישט עמטליך רעגיסטרירט אלץ דעמאקראט און די טייל וועלכע צוואונגט אים צו שטעלן רעפובליקאנער בלאקירט אים פון עס טוהן

גארסוטש האט רעכט געגעבן פאר מעקאנעל דערמיט זאגנדיג אז ער פארשטייט ווי אזוי די טייל פון די פראוויזע דינט די סטעיט אינטערעסן אבער פארט אויסגעדרוקט זארג אז עס גייט אויפן חשבון פון צופיל מענטשן וועלכע קענען צוליב דעם נישט קאנקורירן פאר אזא פאסטן בלויז צוליב וואס זיי אנגעהערן נישט צו קיינע פון די גרויסע פארטייען אונטערשטרייכנדיג אז נאנט צו א פערטל פון די דעלעוועיר פאולאציע קענען נישט אנטייל נעמען אין די העכערע געריכט סיסטעם צוליב דעם

קעווענאו האט אויך גענומען דעם זעלבן טאן אנערקענענדיג אז די סטעיט האט געהאט א גוטע אונטערלאגע ביים שטימען אויף אזא טייל אבער זיך געוואונדערט פארוואס די סטעיט קען נישט גרייכן די זעלבע ציהל מיט אנדערע מיטלען ווי צום ביישפיל באשטימען אז א געוויסע צאהל זיצן מוזן גאר באלאנגען בלויז פאר אזעלכע וועלכע קומען "נישט" פון קיינע פון די גרויסע פארטייען?!

די ריכטער האבן אויך פיין אויסגעפרעגט פינגער איבער די מעריטס און גארסוטש האט רעדנדיג צו פינגער שטארק ארויסגעברענגט די ריינע מאטיוון פון די סטעיט וועלכע האט בלויז געזוכט זיך זעלבסט צו באגרעניצן (דורכן נישט ערלויבן דעם גאווערנאר אויסצוקרויזן די ערשטע טייל פון די פראוויזיע און אהערשטעלן א פאליטישע דאמינירטע געריכט סיסטעם) און אויך ברייט גערעדט איבער די רעכטן פון די סטעיט צו באשטימן די קוואליפיקאציעס פאר סטעיט פאזיציעס
די ריכטער האבן אויך געשיינט צו זיין באזארגט אז די שפאלט וועלכע עדעמס זוכט דורכצוברעכן קען פירן צו א צונאמי פון קעיסעס איננעם צוקוונפט
און אלגעמיין האט אויסגעקוקט אז די ריכטער זענען גענויגט צו לאזן אין פלאץ די סטעיט געזעץ
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אוקטובער 12, 2020 9:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:14 am

א ריזיגע שכח
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 1:42 pm

טענק יו
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

וויל נישט
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וויל נישט » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 3:08 pm

באקסער בוים האט געשריבן:א ריזיגע שכח

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 8:10 pm

וואו, מי שלא קרא זו לא קרא קאקאש קעיק מימיו! א דאנק א גרויסע.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 8:29 pm

WOW WOW
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:22 pm

ליינענדיג דאס
פארטעס האט שפעטער סערווירט אויפן העכסטן געריכט צווישן 1965-1969 למספרם
איז מיר באלד שווער געווארען, א ריכטער פאר בלויז פיר יאר?
אבער @הבל לאזט נישט קיין קשיות אומפארענטפערט
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הויעך » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:36 pm

שכויעך הבל פאר די רינעדיגע קאקאש

איין שאלה: אויב א ריכטער טוישט פארטיי פארלירט זי/ ער די בענקעל? אויב נישט קען מען לכאורה אוישפילען די סיסטעם
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

Joel
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Joel » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:53 pm

wow איך האב נישט ווערטער ישר כח

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ירום הודו » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:02 am

די נערנים גלייבן עכט אז דאס זיין רעגיסטרירט אין א פארטיי מיינט עפעס? איז עס איינעם מחייב? אויב וויל דער גאווערנאר ארויפשטעלן איינעם אין ער קען נישט מחמת די פארטיי העט ערעם מכבד זיין טוישן פארטייען אבי צו קענען ארויפזעצען.
ס'וואלט געדארפט ווערן אראפגעשטימט מחמת טפשות.

ישר כח הכלהבל
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 9:34 am

דינסטאג בראשית







ספיקער פעלאוסי: א פליג אויף די וואנט אדער עפעס אנדערש וואס קען מעגליך לאנד אינעם אוועל אפיס האט מיר פארציילט אז די פרעזידענט איז בלויז אינטערסירט אין טשעקס מיט זיין נאמען דערויף ארויסצוגיין בעפאר די וואלן און פאר די מארקעט ארויפצוגיין
נאך זיין מעסעדזש אז ער רופט אפ די געשפרעכן איז די סטארק מארקעט אראפ און מיט דעם זיינע אנקעטע ציפערן
מענוטשין איז דאן צוריקגעקומען צום פארהאנדלונס טיש און די אדמינסטראציע האט ארויסגעשטעלט א פארשלאג וועלכע רוקט זיך איין טריט פאראויס אבער צוויי טריט צוריק און עס מאכט זאכן ערגער
*
די טראמפ קאמפיין נעמט אונטער פרישע מולטי מיליאן דאלער קאמפיין צוריק צו געוואונען שטיצע צווישן סיניארס
*
דאנאלד טראמפ דזשוניאר האלט אפ אין די טעג א רייע פון 26 קאמפיין אוונטן אין שטיצע פון זיין פאטער
*
סענאטאר טיליס וועלכע איז געווארן דיאגנאזירט מיטן ווירוס איז היינט צוריק אין סענאט און מיט דעם וואס סיי ער און סיי מייק לי זענען צוריק איז ערווארטעט אז רעפובליקאנער זאלן קענען פאראויסגיין מיט זייער פלאן אפצוהאלטן די ערשטע אפשטימונג אין די יורידישע קאמיטע איבער די בערעט נאמינאציע אויסער אויב מער סענאטארן וועלן ווערן אנגעשטעקט און נישט קענען זיין אנוועזנד
*
140 מאל איז דערמאנט געווארן "אבאמאקעיר" ביי די נעכטיגע עפענונג קאמענטארן פון סענאטארן ביי די בערעט נאמינאציע פארהער און עס איז ערווארטעט אז היינט ביי די פראגן וועט עס ווייטער זיין די דאמינירנדע אישו אמוויינגסטנס פון די דעמאקראטישע זייט
אנדערע אישוס וועלכע מען גלויבט וועלן ווערן אויסגעקעמפט זענען רציחה און רעקיוזעל פון וואל פארבונדעטע קעיסעס
*
די נעכטיגע טאג אויפן יורידישן קאמיטע איז געווען געווידמעט אויף בלויזע רעדעס דורך סענאטארן און ווי צושויער האבן זיך געווערטלט איז ריכטערין בערעט אויך עטוואס דערמאנט געווארן דא און דארט ווען די מערסטע צו ווערן דיסקוסירט איז געווען אבאמאקעיר דורך דעמאקראטן און געריכט אויסברייטערונג דורך רעפובליקאנער
*
די היינטיגע טאג איז שוין אין שוואונג און די טאג איז געסקעדזשועלט פאר פראגן דורך סענאטארן
אלע 22 סענאטארן וועלן באקומען א האלבע שטונדע צו שטעלן פראגן וועלכע דארף אויסקומען צו א טאטאל פון 11 שטונדן אבער צו דעם קומט צו עטליכע פויזעס און אנדערע איבעררייסונגען
*
די ערשטע צו גיין איז געווען קאמיטע פארזיצער לינדזי גרעהעם וועלכע האט אנגעהויבן מיטן אראפרייסן אבאמאקעיר זאגנדיג אז דריי גרויסע ליבעראלע סטעיטס באקומען 35% פון אבאמאקעיר פאנדינג אין די צייט וואס זיי באטרעפן בלויז 22% פון די פאפולאציע
ער רופט צו טוישן אבאמאקעיר פאר א בעסערע סיסטעם בעסער דעזיגנירט פאר סטעיט רעכטן און זאגט אז איינוואוינער אין זיין
סטעיט ווילן נישט אבאמאקעיר נאר וואלטן געווארן דרום קאראליינע קעיר
*
בערעט איז אויף געפרעגט געווארן אויב זי באזיצט געווער און באשטעטיגט אז יא און קלארגעשטעלט אז עס וועט נישט אפעקטירן איבער ווי אזוי זי אורטיילט איבער די צווייטע אמענדמענט
*
איבער אבאמאקעיר זאגט ריכטערין בערעט אז די סופרים קאורט ארוקטייל דערויף איז נישט קיין פרעצעדענט און אז די קעיס שטייט איצט פארן געריכט עס צו באהאנדלען
*
סענאטאר מייק בראון האט אנערקענט אז די הויפט אורזאך פון ענטוזיאזם צווישן רעפובליקאנער איבער די בערעט נאמינאציע איז די אומזיכערקייט פון וואס עס וועט פאסירן אום נאוועמבער 3 למספרם
*
נעכטן איז געווארן אפגעהאלטן די קענטאקי סענאט דעבאטע אין דער מאדעריעטאר האט געפרעגט איבער די האנדלונג פון פרעזידענט טראמפ און דעמאקראטישע גאווערנאר באשאר איבער די ווירוס אויסברוך
סענאטאר מיטש מעקאנעל האט געענטפערט אז ביידע האבן געטוהן די בעסטע אין זייער מעגליכקייט
*
ביי די דעבאטע האט זיך מעקאנעל אויפגעטוהן אז ער איז די איינציגסטע פירער אויף קעפיטאל היל צו רעפרעזענטירן די קאוסט און אויב זאל מעגרעט אים באזיגן וועט קענטאקי פארלירן די טיטל צו ניו יארק
*
מעגרעט איז געפרעגט געווארן איבער אויסברייטערן די סופרים קאורט און געענטפערט אז איצט דארף מען לייגן געוויכט אויף איינציען די סענאט (פון זייערע איצטיגע אקופאנטן)
מעקאנעל האט רעאגירט זאגנדיג אז מיר זענען בארעכטיגט צו וויסן אויב דו וועסט שטיצן דאס אויסברייטערן די געריכט
*
א פאנעל פון דריי טראמפ נאמינירטע ריכטער אויפן פיפטן סירקוט שטעלט באשטעטיגט די טויש פון טעקסאס גאווערנאר גרעג אבאט צו האבן בלויז איין דראפ אף שאכטל פער קאונטי אפגעזעהן פון די באפעלקערונג וואוקס דארט
*
ווען נאצי דייטשלאנד האט ווי אן אקטאפוס אויסגעשפרייט אירע פארצוקנדע לאפעס אויף אייראפעישע לענדער האט זיך אונגארן געטראפן גאנץ שנעל מיט די רייכע אויסוואל פון קעמפן א פארלוירענע קאמף אדער קאפיטולירן און מיטארבעטן מיט די דייטשן און האט אויסגעוועלט די צווייטע

אין באצוג צו אידן האט זיך עס אנגעהויבן שוין אין 1941 למספרם מיטן אוועקנעמען בירגערשאפט, ארויסשטעלן אידישע איינגעשטעלטע פון פובליק פאזיציעס און פארטרייבן אידן פון לאנד אדער זיי פירן צו ארבעטס/טויט לאגערן

אין 1943 למספרם האט די רויטע סאוויעטישע ארמיי דערלאנגט די דייטשן א טויט קלאפ ביי שרעקליכע שלאכטן אין סטאלינגראד וועלכע האט מער ווייניגער אוועקגעלייגט די דייטשע זעקסטע בריגאדע פארקירעוונדיג די קריג קיין מזרח ווען אויפן מערב פראנט האבן די אמעריקאנער און רוסן עטוואס צוויי יאר שפעטער -שוין נאך די נארמאנדי לאנדונג- זיך געטראפן אויף די דייטשע טעריטאריע ביים עלבא טייך און מיט דריי טאג שפעטער איז היטלער ימ"ש געווען טויט

גלייך נאך די רוסישע טריאומף אין סטאלינגראד האט אונגארן אנגעהויבן באגרייפן אז די קריג קען זייער מעגליך ענדליך נעמען א פארקערטע ריכטונג און זי קען זיך טרעפן אויף די שלעכטע זייט פון א זיגרייכע אמעריקאנע און רוסישע אליאנץ און האט זיך שוין דאן פארבונדן מיט די אליאירטע לענדער אין א פרואוו אויסצוהאמערן א פרידן פאקט מיט אמעריקא, ענגלאד און נאך עטליכע לענדער

אום מערץ 1944 למספרם האבן די דיייטשע טרופן אין א געיעג צו פארמיידן אונגארישע קאפיטולאציע צו די מערב אליאירטע אריינגעשטורעמט אין אונגארן און זיכער געמאכט אז די פארלאמענט ווארפט אראפ די רעגירונג און איינגעשטעלט א נייע פאנאטישע אנטיסעמיטישע רעגירונג און פרעמיער מיניסטער

די נייע רעגירונג האט פולשטענדינג קאלאבארירט מיט די נאצישע באפעלן און איינגעשטעלט א פאליסי פון טאטאלע אידישע פארניכטונג אויף א בליץ שנעלן טעמפא וועלכע מען האט נישט געזעהן בעפאר ווען אין א דריי מאנאטן אפשניט זענען נאנט צו א האלב מיליאן אידן פארטיליגט געווארן ר"ל

פערצן אידישע אונגארישע קריגס איבערלעבער אריינגערעכנט פיר וועלכע האבן עמיגרירט קיין אמעריקא און באקומען בירגערשאפט האבן געפיילט א לאוסוט אקעגן אונגארן פארלאנגענדיג פארגיטיגונג פאר זייערע צוגערויבטע היימען און אייגנטום
די פיר אמעריקאנער זענען ראזאליע סימאן, שארלאט ווייס, ראוז מילער און עלא פייערשטיין

נאך צוויי זענען העלען הערמאן און העלענא וואקסבערג פון קאנאדא און איזראעליס צבי זעליקאוויטש (ע"ה וועלכע איז אוועק אינמיטן די קעיס און זיינע דריי קינדער האבן איבערגענומען זיין ראלע אין די קלאגע) , מאגדא קאפאלאוויטש, גאלדא פרידמאן, יצחק פרעשבורגער, אלכסנדר ספייסער, טיבי ראם און משה פערל און פון אוסטראליע קלאגט ווערא דייטש

די שטיינדל וואס האט אבער גראד פון אנהויב געשטרויכלט די קלאגע איז א געזעץ וועלכע קאנגרעס האטבאשטעטיגט אין 1976 למספרם גערופן די אויסערן זעלבסטשטענדיגקייט באשיצונג אקט מיטן אקראנים FSIA וועלכע שרייבט אז מען קען נישט ברענגן ציווילע קלאגעס אקעגן אויסלענדישע רעגירונגען אין אמעריקאנע געריכטן אויסער אין געוויסע פעלער

די ציהל פון די געזעץ איז צו באשוצן אינטערנאציאנאלע באציאונגען צווישן אמעריקא און אנדערע לענדער מיטן שענקן יוריסדיקציע פאר די באטרעפנדע לענדער איבער קלאגעס געברענגט אקעגן זיי

איינע פון די אויסנאמען אונטער וועלכע קאנגרעס האט יא צוגעטיילט יוריסדיקציע צו אמעריקאנע געריכטן איז באקלאגענישן אז א פראפערטי איז גערויבט געווארן אין אומשטענדן פארבאטן דורך די אינטערנאציאנאלע געזעץ אויב די פארכאפונג איז געווארן דורכגעפירט דורך אן אויסלענדישע רעגירונג אדער אגענטור וועלכע איז פארמישט אין קאמערציאלע אקטיוויטעטן אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן

די קלאגעס פון די קריגס איבערלעבער איז געווען אקעגן די אונגארישע רעגירונג און די ארגינעלע רעילראוד סיסטעם וועלכע האט אין יענע צייט באלאנגט פאר די אונגארישע רעגירונג און דורך יענע קארגא באנען האט מען פארשיקט די אידן אוועק פון זייערע היימען

די רעילראוד סיסטעם איז היינט ערזעצט דורך אן עסטרייכישע פירמע און די דיסטריקט קאורט האט די ערשטע זאך נאכגעגעבן די פארלאנג פון די אמעריקאנע רעגירונג אז די עסטרייכישע פירמע זאל נישט קענען ווערן געקלאגט זינט די פירמע איז קיינמאל נישט געווען פארמישט אין די פארברעכנס און אז עס וועט שטערן באציאונגען צווישן אמעריקא און עסטרייך וועלכע האבן אויסגעהאמערט אן אפמאך אונטער וועלכע עסטרייך פארגיטיגט קריג איבערלעבער וועלכע זי האט פאראומגליקליכט

דערנאך האט די דיסטריקט געריכט אויך באפרייט אונגארן און איר ארגינעלן טראנזיט סיסטעם פון קלאגעס אין אמעריקאנע געריכט באזירט אויף א 1947 למספרם האנדלס אפמאך צווישן אמעריקא און אונגארן

יענע אפמאך איז געקומען נישט לאנג נאכן ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג און אונגארן האט זיך פארפליכטעט צו א מעכאניזם געשאפן צו פארגיטיגן איבערלעבער

די געריכט איז געקומען צום אויספיר אז אויב זאל זי זיך רעזערווירן יוריסדיקציע איבער אזלעכע קלאגעס וועט עס גיין אין קאנפליקט מיט די אינטערעסן און האנדלס אפמאכן צווישן אמעריקא און אונגארן

א פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט אבער צוריקגעדרייט די באשלוס שרייבנדיג אז אין יענע האנדלס אפמאך האט זיך אונגארן פארפליכטעט אז פון איר זייט וועט זי גיבן די מינימום פארגיטיגונג ווען איבערלעבער ברענגן קלאגעס אין אירע געריכטן אבער אמעריקא האט זיך נישט פארפליכטעט אז קלעגער זאלן זיין געבונדן אויסשליסליך צו די איינע מעגליכקייט און דעריבער איז די טיהר פאר קלעגער געבליבן אפן צו קענען קלאגן דורך אנדערע לעגאלע שטראזן ווי צום ביישפיל די אמעריקאנע יורידישע סיסטעם

די פאנעל האט אנגעצייגט אז די FSIA אויסנאם פון פעלער פון פראפערטי פארכאפונג איז קלאר גילטיג אין דעם פאל זינט די אונגארישע טראנזיט סיסטעם האט דעפארטירט די אידן אקעגן די אינטערנאציאנאלע געזעץ און אז די טראנזיט סיסטעם איז געווען פארמישט אין קאמערציאלע אקטיוויטעטן אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן מיטן אויפהאלטן א ביורא צו פארקויפן טיקעטעס און באשטעלן רעזערוואציעס און ענליכע ביזנעס

באזונדער האט אונגארן רעקלאמירט אין די אמעריקאנע האנדל מערקעט אירע ביזנעסער, און געשטופט אמעריקאנע טוריסטן צו באזוכן אונגארן און געזוכט אמעריקאנע הלוואות ועוד וואס די אלע אקטיוויטעטן זענען גענוג צו פאלן אונטער די FSIA געזעץ אלץ א לאנד וועלכע מען קען קלאגן אין אמעריקאנע געריכטן

אונגארן האט געהאט גע'טענה'ט אז אפילו אויב די קלעגער קענען זיך באנוצן מיט די FSIA אויסנאם איז עס בלויז נאכן פרובירן צו קלאגן אין די אונגארישע געריכטן

אונגארן צייט אן אויף א ברייט אנגענומענע א דאקטרינע וועלכע שטעלט אוועק א סטאנדארט אר קלעגער צו פרובירן צו ערשט צו קלאגן אין די לענדער אין וועלכע די פארברעכן איז אנגעבליך דורכגעפירט געווארן און אויב מען פאלט אדורך אין יענע געריכטן זיך דאן פרובירן צו ווענדן צו געריכטן אין אנדערע לענדער אויסער אין פאל וואס עס איז זייער קלאר אז קלאגעס אין די געריכטן אין לענדער וואו די פארברעכן איז אנגעבליך באגאנגען געווארן פארמאגן קיינע שאנסן פאר סוקסעס און איז א שאד די צייט

אונגארן האט ארויסגעהויבן די פאקט אז די איבערלעבער האבן ניטאמאל פרובירט צו קלאגן אין די אונגארישע געריכטן און די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די ארגומענט אבער די קרייז געריכט האט סימפאטאזירט מיט די קלעגער וועלכע האט פארפירט אז אנטיסעמיטיזם אין אונגארן איז שטארק געשטיגן און אז מען קען נישט האבן קיין צוטרוי אין די אונגאריש יורידישע סיסטעם

די קרייז געריכט ברענגט אויך ארויס אז די געווענליכע פרעצעדענט וועלכע שיקט קלעגער צו מער לאקאלע און באגרעניצטע געריכטן (צום ביישפיל סטעיט ארעסטאנטן וועלן געווענליך ברויכן קלאגן צו ערשט אין סטעיט געריכט און נאכן דורכפאלן האבן די אפציע צו גיין פעדעראל) איז אוועקגעשטעלט אז געריכטן וועלכע זענען דעזיגנירט ספעציפיש צו דעקן די געגנט און באקלאגענישן פון קלעגער זאלן צו ערשט באטראכטן די קלאגעס און אויב מען קומט נישט צו א שליכטונג זאל מען גיין צו שטאפל צוויי און אזוי ווייטער און ווייטער ביזן סופרים קאורט וועלכע איז די לעצטע אויסוואל

די דאקטרינע ווערט גענוצט ווי פריער געשריבן אין פעלער פון פארברעכן אין אנדערע לענדער איז פארשטענדליך אז מען שיקט קלעגער צו די באטרעפנדע לענדער וועלכע זענען בעסער אויסגעקאכט און באקאנט מיט די קלאגעס
ערקלערט די געריכט אז די סיסטעם נעמט אלץ אריין א באדינגונג אונטער וועלכע די ערשטע שטאפל געריכטן זענען פארפליכטעט אז זייער אורטייל זאל קענען ווערן אפעלירט און העכערע שטאפל געריכטן דורך די אומצופרידענע זייט

אבער אין אונזער פאל איז די אונגארישע געזעץ נישט גרייט געווען צו גאראנטירן אז אין פאל וואס די קלעגער פאלן דורך אין די אונגארישע געריכט וועט אונגארן איינגיין צו ווערן געקלאגט אין אמעריקא

אויסער דעם שרייבט די קרייז געריכט אז די קעיס ציהט זיך שוין גאר לאנג און ערלויבן אונגארן צו פארכאפן די קעיס און עס אויסציען ביז צום מאקסימום קען רעזולטאטירן אז ווען די עלטערע לייט וועלן פארלירן זייער קעיס אין די אונגארישע געריכטן וועט שוין זיין צי שפעט אז זיי זאלן נאך קענען צוריקקומען צו די אמעריקאנע געריכטן

באזנודער האט די קרייז געריכט אוועקגעמאכט א דאקטרינע באנוצט דורך די דיסטריקט געריכט לויז צו ווערן פון די קעיס גערופן
"פארום נישט צוגעפאסט" וועלכע ערלויבט געריכטן זיך אפצושאקלען פון קלאגע דורך צושיקן די קעיסעס צו אנדערע געריכטן אויב זיי קענען אנצייגן אז באזירט אויף די אומשטענדן איז די אנדערע געריכט מער צוגעפאסט צו באהאנדלען די ספעציפישע קעיס

די דיסטריקט געריכט האט פרובירט צו זאגן אז אונגארן איז בעסער אויסגעשטעלט צו באהאנדלען א קעיס וועלכע איז געווארן דורכגעפירט אויף איר טעריטאריע און עדות און באווייזן זענען פיזיש נענטער צו די אונגארישע געריכט הייזער וועלכע מאכט פראקטישער דורכצופירן דארט די פראצעס

אויך האט די דיסטריקט געריכט ארויסגעברענגט אז אויב זאל די געריכט פארקומען אין אמעריקא וועט מען זיך מוטשען צו באקומען צוטריט צו א גרויסע צאל רעלעוואנטע דאקומענטן וועלכע קענען זיין פארבונדן צו די קעיס און עקסטער וועט מען זיי ברויכן איבערטייטשן אויף ענגליש זינט זיי זענען דאקומענטירט אין אונגאריש

די קרייז געריכט האט אפגעפרעגט ביידע טענות זאגנדיג אז די קלעגער האבן שוין באוויזן צו זאמלען די נויטיגע דאקומענטאציעס פון די אמעריקאנע האלאקאוסט מעמאריעל מוזעאם און אז טראנזילאציע וועט סייווי אויספעלן אויך אין אן אונגארישע געריכט זינט מיינסטנס קלעגער רעדן ענגליש

די דיסטריקט געריכט האט נישט אקצעפטירט די טענה אז עס איז יא באקוועמער פראקטישער פאר די קלעגער צו קלאגן אין אמעריקא זינט עס איז זיי לייכטער צו ערשיינען אין א לאקאלע געריכט ווי איידער רייזן קיין אונגארן

די געריכט האט געשריבן אז בלויז פיר פון די קלעגער זענען אמעריקאנער און די אנדערע וועלן סייווי רייזן דעריבער איז נישט די רייזע פאקטאר אזא ערנסטע זאך ווען מען באטראכט וואו עס איז די מערסטע פאסיג צו באהאנדלען די קעיס

די קרייז געריכט האט עס אבער אפגעווארפן זאגנדיג אז 4 קלעגער איז א צוויי דריטל און מען קען עס נישט אזוי לייכט אוועקמאכן און באוזנדער זענען דא פון די אנדערע אויסלענדער אויך אזלעכע וועלכע עס איז זיי לייכטער צו רייזן קיין אמעריקא ווי קיין אונגארן פון א געאגראפישן שטאנדפונקט און אז אונגארן וויל שלעפן די קלעגער צו זיך ארויס פונעם אמעריקאנעם געריכט דארפן זיי איבערצייגן אז עס איז לייכטער פאר אלע אהינצוגיין און טראץ וואס די אנגעקלאגטע אין דעם פאל (אונגארן) איז לאקירט אין אונגארן געפונען זיך אלע קלעגער אינדרויסן פון אונגארן און מען קען נישט אהינשלעפן אזויפיל עלטערע מענטשן צו אזא ווייטע לאנד און פון אן עמאציאנאלע פערספעקטיוו צו א לאנד וועלכע האט טראנספערירט זייערע באליבסטע צום טויט און גערויבט זייער האב און גוטס

די סירקוט קאורט האט אפגעווארפן די באהויפטונג פון די דיסטריקט קאורט אז עס איז אויף די פלייצעס פון די קלעגער צו איבערצייגן פארוואס אן אמעריקאנע געריכט איז מער פאסיג

די סירקוט ריכטער שרייבן אז לויט די געזעץ איז עס קאפויער און אונגארן ברויך איבערצייגן פארוואס זייער געריכט וואלט געווען מער פאסיג און ווי געשריבן האלטן די ריכטער אז זיי האבן זאנס נישט איבערצייגט

אין א לעצט מינוטיגע פרואוו האט אונגארן אויפגעברענגט ערשט אינעם סירקוט קאורט א נייע ארגומענט, נעמליך, אז די קלעגער פארטרעטן נישט בלויז זיך נאר א ברייטערע קלאס פון פאטענציאלע קלעגער "וועלכע וואוינען נאך ביז היינט אין אונגארן"

אנצייגנדיג איבער א קעיס וועלכע ווערט באהאנדלט אין א פעדעראלע געריכט אין פלארידא וואו אידישע קריגס איבערלעבער קלאגן אין נאמען פון אלע באראבעוועטע וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון די באקאנטע גאלד און צירונג רויב (ווען אמעריקאנער האבן פארכאפט א באן פון די דייטשן וועלכע האט געפירט א ריזן זאפאס פון גאלד און צירונג סארטירט אין קלאר אנגעצייכנטע שאכטלען אנטהאלטנדיג גאלד און צירונגען גערויבט פון אידן בבחינת הרצחת וגם ירשת און די מיליטער האט עס אנגעבליך פארקויפט און די קלעגער קלאגן די אמעריקאנע רעגירונג איבער דעם) און אונגארן האט געזוכט ארויסצוברענגן אז מען דארף נעמען אין באטראכט אז אויך דא טוען מעגליך די קלעגער אפעקטירן מערערע פארטריבענע פון זייערע היימען און יענע א גרויס טייל פון די אפעקטירטע וואוינען נאך אין אונגארן אבער די קרייז געריכט האט געזאגט אז אונגארן האט נישט געמאכט דעם ארגומענט אין דיסטריקט געריכט און עס איז צי שפעט

באזונדער זאגן זיי אז מען קען נישט נוצן די פלארידא קעיס אלץ באווייז ווייל אין די איצטיגע קעיס קלאגן נישט די קלעגער פאר קיינעם אויסער זיי

די דריי ריכטער פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט ארויסגעגעבן ארי 2-1 אורטייל אין שטיצע פון די קלעגער און איז באשטאנען פון:

ריכטערין מילעט
(זי איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא צום זיץ וועלכע סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס פלעגט האלטן און שפעטער באטראכט געווארן צו ערזעצן סופרים קאורט ריכטער סקאליא אבער עווענטועל האט אבאמא אויסגעקליבן ריכטער מעריק גארלענד וועמענ'ס נאמינאציע איז געגאנגען אין ערגעץ)

ריכטערין פילארד (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)

און ריכטער קאטסאס (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) וועלכע האט געשריבן א קעגן אורטייל אין שטיצע פון אונגארן

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס און באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף דעצעמבער 7 למספרם

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ggg » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 10:46 am

Joel האט געשריבן:wow איך האב נישט ווערטער ישר כח

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 11:53 am

יישר כח.

מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די געריכט אורטייל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 11:55 am

צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח.

מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די געריכט אורטייל.

מען האלט נאך בעפאר די מונדליכע ארגומענטן

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:27 pm

וואס איז די אפטייטש פון די ווארט "מונדליכע".

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:30 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:וואס איז די אפטייטש פון די ווארט "מונדליכע".

ארגומענטן געמאכט מיטן מויל

דאן איז פארהאן שרופטליך וואס באדייט איבער מיינונגען צוגעשיקט בכתיבה

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גרשון » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:33 pm

*מינדליך, שריפטליך.

אין ענגליש איז מינדליך verbal.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:35 pm

גרשון האט געשריבן:*מינדליך, שריפטליך.

אין ענגליש איז מינדליך verbal.

געוואנדן אין וועלכע קאנטעסט מען רעדט

מונדליכע ארגומענטן אין ענגליש איז ORAL ARGUMENTS

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:36 pm

הכל הבל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:*מינדליך, שריפטליך.

אין ענגליש איז מינדליך verbal.

געוואנדן אין וועלכע קאנטעסט מען רעדט

מונדליכע ארגומענטן אין ענגליש איז ORAL ARGUMENTS

ווען מען וויל זאגן אז צוויי מענטשן האבן געהאט א ווערטער אויסטויש וועט מען זאגן THEY HAD A VERBAL EXCHANGE

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:37 pm

פיינע נייעס!! שכח!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, SemrushBo, אזוי וויל איך, ווייס פרעזידענט, יש ברירה, יש לו מנה, סטיטשינער, שטיל און 31 געסט