א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פעטער משה » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 1:52 pm

א ריזען דאנק הבל

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 2:56 pm

יישר כח באמת הרב הבל.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 3:05 pm

ישר כח @הבל פאר די פרישע קאקאש, יעצט ווען עס האט געפעלט צוליב וואס מען איז אודאי געווען צו ביזי, עפרישיעיט מען עס נאכמער.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:20 pm

יישר כח.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:32 pm

א כתיבה וחתימה טובה און א לעכטיג זיס יאר פאר אלע אידישע קינדער
לאמיר זיך אינזין האבן איינער דעם צווייטן און אויס'פועל'ן א שנת גאולה וישועה

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:39 pm

אמן.

א גרויסן יישר כח ר' הכל הבל פאר די שטענדיגע באריכטן דא אין די אשקול אין אויף גאנץ איי וועלט.

ביי די געלעגנהייט וועלן מיר זיך אויכט באדאנקן פאר אלעקסיי, פאר זיינע באריכטן.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:43 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:אמן.

א גרויסן יישר כח ר' הכל הבל פאר די שטענדיגע באריכטן דא אין די אשקול אין אויף גאנץ איי וועלט.

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 5:21 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:אמן.

א גרויסן יישר כח ר' הכל הבל פאר די שטענדיגע באריכטן דא אין די אשקול אין אויף גאנץ איי וועלט.

ביי די געלעגנהייט וועלן מיר זיך אויכט באדאנקן פאר אלעקסיי, פאר זיינע באריכטן.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:01 pm

מוצאי יום הקדוש תשפ"א
א גוט יום טוב, א גוט חודש - ב"ה מ'האמיר שוין געמאכט קידוש לבנה - און א גוט יאר. מ'זאל מיר האבן אויסגעבעטן, און אויסגע'פועל'ט, אלעס גוט'ס. נו, יעצט קען מען שוין גיין אויספאסטן...

ווי שוין באריכטעט האט די ניו יארק טיימס באוויזן צו לייגן א האנט אויף די טעקס ריטורנ'ס פון פרעזידענט טראמפ - סיי פערזענליכע און סיי די ביזנעס. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז אין 11 פון די לעצטע 18 יאר האט די פרעזידענט גענצליך נישט באצאלט קיין שום פעדעראלע אינקאם טעקס, צוליב פארלוסטן. אין די יארן 2016 און 17' האט ער געצאלט בלויז 750 דאללער יערליך.
אויסער דעם, איז די פרעזידענט פארוויקלט אין א לעגאלע געפעכט מיט די איי.אר.עס. איבער א 72 מיליאן דאללער טעקס ריפאנד וואס ער האט באקומען פאר די יארן 05'-08'.
טראמפ זאגט אז די אלע רעפארט'ס זענן סתם פריש געבאקענע שטותים און פעיק ניוז, ווי אויך צאלט ער "אסאך שטייערן"...
* * * *
א פעדעראלע ריכטער אין וואשינגטאן די.סי. האט ארויפגעשטעלט א צייטווייליגע אינזשאנקשען אויף פרעזידענט'ס פארארדענונג אז אמעריקאנע עפפ סטאר'ס זאלן נישט טארן ליסט'ן די כינעזע באזירטע טיקטאק . דאס איז אויסער די פרעזידענט'ס ארדער וואס טוט גענצלך פארבאטן אמעריקאנע פירעמס פון צושטעלן סערוויסעס פאר "טיקטאק", וואס דארף ערשט אריינגיין אין קראפט נאוועמבער 12.
ריכטער ניקאלס איז א טראמפ געשטעלטע ריכטער.
* * * *
געוועזענע טראמפ קאמפיין מענזשער סרעט פארסקעיל איז געווארן אריינגעפירט אין א פלארידא שפיטאל געצוואונגענערהייט, נאך וואס פאליציי האבן באקומען א רוף אז ער פירט זיך אויף ווילד און שטעלט מעגליך א געפאר פאר זיינע ארומיגע.
פאליציי האבן געפונען 10 פייערארמ'ס אין זיין וואוינונג.
* * * *
פרינץ זשארזש קאונטי, אין מערילענד, האט דערגרייכט א 20 מיליאן דאללער סעטטעלמענט מיט די פאמיליע פון א 43 יעריגע שווארצע מאן וואס אומגעברענגט געווארן אין יאנואר דורך פאליציי אפיצירן. די אפיציר וואס האט דורכגעפירט די שיסעריי ווערט אנגעקלאגט אויף צווייטע-גראד מארד קלאגעס.
ווי קוועלער זאגן, איז די סומע פון 20 מיליאן דאללער פון די מערסטע נאר אמאל געצאלט אין די היסטאריע צו שליכטן אזעלכע קעיסעס.
* * * *
פרעזידענט פון די "פריניפעל'ס יוניאן" אין ניו יארק סיטי איז ארויסגעקומען מיט א רוף פאר מעיאר דיבלאזיו אז ער זאלאיבערגעבן קאנטראל פון די סיטי סקול סיסטעם פאר די סטעיט - דאס קומט נאך א צייט וואס עס הערשט א כאאס איבער די ווידערעפענונג פון די סקול'ס, ווען יעדע פאר טאג ווערן פארגעלייגט פרישע פלענער.
די לעצטע שטרוי איז געווען ווען די סיטי האט פרייטאג ארויסגעשטעלט א טויש צו ערלויבן טיטשער'ס זאלן לערנען פון דערהיים - אן פון פאראויס לאזן וויסן פאר די יוניאן אז ס'וועט קומען.
* * * *
א פרישע אנקעטע צייגט אז א מערהייט וויילער טראץ וואס זיי האלטן אז ס'איז נישט די ריכטיגע שריט יעצט צו באשטעטיגן ריכטערין בערעט - וועמען טראמפ האט נאמינירט פאר די סופרים קאורט - זענען זיי אבער די מיינונג אז ס'וועט סייווי פאסירן.
אזויפיל ווי 76% פון דעמאקראטישע וויילער אויסגעפרעגט האלטן אז זי וועט ווערן באשטעטיגט.
* * * *
די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויסגעשטעלט א סטראשע פאר די איראקע רעגירונג, אז אמעריקא וועט אפשפארן איר אמבאסאדע אין לאנד אין פאל איראק טוט נישט אפשטעלן די לעצטיגע פלייץ פון ראקעטן שיסערייען אויף די געגענט ווי די אמבאסאדע געפינט זיך.
* * * *
די פרוי פון זשאן מעקעין האט לעצטענס אינדארסירט זשאו ביידען פאר פרעזידענט. יעצט איז זי געווארן אויפגענומען פון די ביידען טראנזישאן טיעם.
* * * *
אין א טעלעפאן געשפרעך וואס די סי.די.סי. דירעקטאר ראבערט רעדפיעלד האט אפגעהאלטן בשעת'ן פליען אויף א פליגער, האט מען געקענט הערן ווי ער רעדט מיט זארג איבער טראמפ'ס פפרישע קאראנא עדווייזאר - דר. סקאט אטלאס. צווישן אנדערע האט ער גערעדט מיט זארג אז אטלאס פיטערט פאלשע אינפארמאציע פאר'ן פרעזידענט און "אלעס וואס ער זאגט איז פאלש".
* * * *
יוניווערסאל העלט סערוויסעס, א שפיטאל פירמע מיט העכער 400 לאקאציעס איבער'ן לאנד, האט געליטן פון א ווארשייליכע רענסאמוועיר אטאקע. ווי מענטשען אינעם שפיטאל סיסטעם פארציילן, האט מעןזיך אנגעהויבן באנוצן מיט פען-ן-פעיפער צו אפשרייבן אינפארמאציע.
* * * *
אין א בריוו צו קאלעגע דעמאקראטן, טוט ספיקער פעלאוסי ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון געווינען די "סטעיט דעלעגעישאן'ס" אין די האוז. ד.ה. אויסער וואס דעמאקראטן זוכן צו אנהאלטן זייער מאיאריטעט אין די הויז, זוכן זיי צו ווערן א רוב פון די סטעיט'ס - אין פאל קיינער פון די קאנדידאטן באקומט נישט 270 עלעקטראל וואוטס ווערט די פראגע געשיקט צום האוז אוו רעפרעזענטאטיוו'ס וואס דאן באקומט יעדע סטעיט איין שטימע איבער ווער עס זאל ווערן פרעזידענט - דעריבער זוכט פעלאוסי זיך צו פארזיכערן אז אין פאל דאס געשעהט טאקע זאלן דעמאקראטן זיין די מערהייט פון גענוג סטעיט'ס צו קענען אריינוועלן ביידען.
ווי מ'הערט פון קוועלער איז טראמפ לעצטענס אויך געווארן פארנומען מיט דעי געדאנק.
* * * *
וויסקאנסין האט געהאט פארלענגערט מיט 6 טעג די דעדליין ביז ווען פאסט בעלאט'ס ווערן אנגענומען נאך די עלעקשאן - א קלאגע דורך רעפובליקאנע דערקעגן איז דורכגעפאלן אין די דיסטרקיט געריכט, אבער זונטאג האט די אפיעל'ס געריכט - פאר די זיבעטע קרייז - ארויסגעשטעלט א סטעי אויף די ארדער פונעם נידעריגן געריכט צוריקשטעלענדיג אין פלאץ אז די בעלאט'ס מוזן שוין האבן אנגעקומען ביז 8 אזייגער די טאג פון די וואלן.
עס ווערט אנגעוויזן אז די 7'טע קרייז אפעלאט געריכט איז ווי ריכטערין בערעט זיצט - עס איז נישט קלאר אויב זי האט אנטייל גענומען אין די דאזיגע קעיס.
* * * *
דעמאקראטן זענען ארויסגעקומען מיט א רוף אז אין פאל סיי וועלכע עלעקשאן פארבינדעטע פראגע קומט אן צו די העכסטע געריכט זאל ריכטערין בערעט זיך רעקיוזן פון יענע קעיס, צוליב קאמענטארן וואס טראמפ האט געלאזט פאלן אז ער ערווארטערט אז די געריכט ועט שפילן א וויכטיגע ראלע אין די היי יעריגע וואלן.
עקספערטן ווייזן אבער אן אז אונטער די יעצטיגע סיסטעם, איז נישטא סיי וועלכע פראצעדור צו צווינגן א ריכטער זאל אפטרעטן פון א געוויסע קעיס - עס איז א באשלוס וואס די ריכטער זעלבסט דארף מאכן.
* * * *
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5812
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:08 pm

א גרויסן דאנק אלעקסיי פארן באריכט.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שבתי בוים » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:14 pm

אדאנק.

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יודיש בלעטל » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 11:33 pm

זייער גוט אלעקסיי

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 7:53 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:א גרויסן דאנק אלעקסיי פארן באריכט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 10:04 am

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג נצבים וילך

*
עס איז לעבעדיג אינערהאלב די מאכטפולע טשעימבערס אף קאמערץ וועלכע פלעגט אין פרידנס צייטן אינדארסירן רעפובליקאנע קאנדידאטן
אין א לעצטיגע אפנויג פון די לאנגיעריגע טראדיציע האט די טשעימבער פירערשאפט געמאלדן אז זיי וועל אינדארסירן א רייע דעמאקראטישע קאנדידאטן פאר קאנגרעס פירנדיג צו א שטיקל רעוואלט פון די רענק און פייל מיטגלידער
הויז מינאריטעט פירער האט אפילו געהאט זיך אויסגעדרוקט אז ער דארף נישט זייער אינדארסירונג ווייל זיי פארקויפן זייערע אינטערסען (א סטעיטמענט פון אזא פראמינענטע רעפובליקאנער איז עפעס וואס מען האט זיך נישט געקענט פארשטעלן איידער די טראמפ עפאכע ווען גרויסע ביזנעס אינטערעסן/לאביאונג איז געגאנגען סינאנים מיט די רעפובליקאנע פארטיי)
די אויל און גאז אינדוסטריעס שוימען געפערליך אויף די לעצטיגע טויש און אן אינדארסירונג וועלכע האט זיי ממש ארויסגענומען פון די הויט איז איינס פאר ערשט טערמיניגע קאנגרעספרוי קענדרא הארן וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג אין אקלאהאומא'ס פיפטע קאנגרעסיאנעלע דיסטריקט
אצינד קומט די נייעס אז דעוואן ענערגיע עקזעקוטיוו אלען רייט האט אפגעטרעטן פון זיין פירערשאפט ראלע פון די טשעימבערס באורד אין ליכט פון די באשלוס צו אינדארסירן די דעמאקראטישע קאנדידאטן
רייט פלעגט האבן איבערזיכט אויף די טשעימבערס פאליטישע אדוואקאסי קאמיטע
*


קעווין מעקלאלין פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע רייסט אפן אראפ די טשעימבער זאגנדיג אז עס איז שווער צוצוקון צו די אמאליגע גאלדענע סטאנדארט פון איינפלוס טוט איינזונקען מער און מער דורכאויס די לעצטע פאר יאר און אצינד פארלירט זי איר לעצטע ביסל רעלעוואנץ מיטן שיפטן לינקס

די טשעימבער'ס לאנגיעריגע וועטעראן פאליטישע קאנסאולטענט סקאט ריעד האט איבערגעלאזט די גרופע זאגנדיג אז ער קען מער נישט זיין א טייל פון די אינסטיטוציע וועלכע רוקט זיך לינקס אבער די טשעימבער טענה'ט אז ריעד איז געווארן אויפגעזאגט נאכן פארלעצן קאנפידענשיאליטי,פארדרייען פאקטן צו זיין אייגענע בענעפיט, צוריקהאלטן אינפארמאציע פון די טשעימבער פירערשאפט און ליעקן אינערליכע אינפארמאציע צו די פרעסע

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:38 am

ש'כח אלעקסיי.

שוין לאנג נישט געזעהן.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 11:58 am

ערב סוכות תשפ"א




רוסלאנד'ס הויפט פארהאנדלער אויף וואפן קאנטראל האט אפגעווארפן אמעריקא'ס באדינגונגען וועלכע די טראמפ אדמינסטראציע האט געשטעלט צו קענען פאראויסגיין מיט א נייע נוקלעארע וואפן קאנטראל אפמאך

***

אין טערקיי איז געווארן איינגעשטעלט שטרענגע סאציאלע מידיא באגרעניצונגען

***
אינערליכע צאנקערייען אין די שפאנישע רעגירונג איבער די צוגאנג צו באקעמפן די ווירוס אויסברוך

***
אייראפע'ס העכסטע געריכט באשטעטיגט די געזעץ וועלכע פארלאנגט אז עסן אימפארטן דארפן זיין באצייכנט פון וועלכע לאנד זיי קומען טראץ די איזראלעישע קעגנערשאפט צוליב וואס פראדוקציע פון די איינגענומענע געביטן וועט מוזן ווערן ארויסגעשריבן

***
די איזראעליס עפענען געשפרעכן מיט לבנון איבער די קאנפליקט פון די גרעניץ טעריטאריע צווישן זיי

***
ספיקער פעלאוסי באשטעטיגט אז אויב א ווירוס וואקסין ווערט באשטעטיגט וועט זי עס נעמען טראץ וואס זי גלייכט זייער נישט צו ווערן געשטאכן

***
קאמאלא העריס גרייט זיך שוין העפטיג צום דעבאטע מיט וויצע פרעזידענט מייק פענס
העריס דעבאטירט מיט פיט בוטידזשעדזש אין די דעבאטע צוגרייטונג שפיל ווען דער לעצטער וועלכע קומט פון די זעלבע סטעיט ווי די וויצע פרעזידענט שפילט די ראלע פון פענס
העריס באקומט אויך ראט פון ווירדזשיניע סענאטאר טים קעין וועלכע איז געווען דער דעמאקראטישע וויצע אויסוואל מיט 4 יאר צוריק און האט דאן דעבאטירט פענס
פענס האלט אפ דעבאטע דרילס מיטן געוועזענע וויסקאנסין גאווערנאר סקאט וואלקער וועלכע פרובירט צו שפילן העריס
העריס פרובירט גאר שטארק אראפצושפילן די ערווארטונגען און עס הייסט אז איר הופיט ציהל איז צו פארמיידן דאס שאפן סיי וועלכע שאדן פארן קאמפיין
ביי א פאנדרעיזער אין סעפטעמבער למספרם האט זי וויצלנדיג געזאגט אז מייק פענס איז א גוטע דעבאטירער און דעריבער קען זי בלויז אנטוישן
דורכאויס אן אינטערוויו האט דער פרעגער אויסגעדרוקט צינישע סימפאטיע איבער מייק פענס וועלכע גייט זיך טרעפן אונטער אטאקע פון העריס אבער העריס האט רעאגירט אז פענס איז א געלונגענע דעבאטירער און מען דארף נידערן די ערווארטונגען

***
נאך אן אינצידענט אין די ראוז גארדען מיט א צייט צוריק האט די ווייסע הויז בלאקירט די פרעסע פאס פון דזשורנאליסט ברייען קערעם
די קעיס איז אנגעקומען אין געריכט און א פאנעל אויפן די סי קאורט האט געאורטיילט אז ער דארף צוריק באקומען זיין פאס
די אדמינסטראציע האט פארלאנגט אז די פולע די סי סירקוט זאל איבערהערן די קעיס און די געריכט הארט אצינד אפגעווארפן די פארלאנג אן דעם וואס איינע פון די דריי טראמפ נאמינירטע ריכטער אויפן באנק זאלן האבן אדוואקאטירט אין שטיצע איבערצוהערן די קעיס

***
די סי דיסטריקט ריכטער רעגי וואלטאן, אן אפריקאנער אמעריקאנער ריכטער נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער (ער איז שוין אויך געזיצן אויפן פייסא געריכט א שטיק צייט) וועלכע האט איבערגעקוקט טייל פון די קלאסיפיצירטע גרענד דזשורי מולער אינטערוויוס וועלכע די רעגירונג וויל נישט ארויסגעבן פאר באזפיד און סי ען ען ןןעלכע ווילן די קלאסיפיצירטע טיילן פון די מולער באריכט
דער ריכטער האט געהאט איבערגעקוקט יענע טיילן צו קענען באשליסן און אצינד געאורטיילט אז מיינסטנס קלאסיפיקאציעס זענען בארעכטיגט אבער פארארדנט יא אז א קליינע טייל פון זיי זאל ווערן פארעפנטליכט בעיקר געוויסע באשלוסן פון די פראקורארן

***
רפאל ווארנאק וועלכע איז דער שטארקסטער דעמאקראט ארין די דזשארדזשיא דזשאנגעל סענאט פארמעסט האט אויפגעטריבן 12.8 מיליאן דאלער אינעם דריטן למספרם קווארטאל
***
די רעפובליקאנע אמעריקען קראוסראודס סופערפעק גיסט אריין פרישע 9.6 מיליאן דאלער אין די צפון קאראליינע סענאט פארמעסט אונטערצושטיצן סענאטאר טאם טיליס

***
נאך מאנאטן וואס דער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט אין מישיגען דזשאן דזשעימס הונגערט פאר שטיצע פון אינדרויסן פון מישיגען האט א מעקאנעל אפיליאירטע סופערפעק ענדליך רעזערווירט 9 מיליאן דאלער ארונטערצורייסן דעם אמטירנדער דעמאקראט גערי פיטערס

***
אנשטאט דעקן א געריכט קעיס וועט מען היינט נאכקומען די פלוס פון פארלאנגען אין אישי און פרובירן אביסל צו באשרייבן די ביאגראפיע פון סופרים קאורט נאמיני עימי קאני בערעט וועמענס נאמינאציע די סענאט באהאנדלט אצינד צו ערזעצן ריכטערין גינזבורג

עימי קאני בערעט איז היינט 48 יאר אלט און שוין פארהייראט פאר 18 יאר צו דזשעסי בערעט וועלכע איז א מיטגליד אין אן אינדיאנא באזירטע געזעץ פירמע

די בערעט'ס זענען עלטערן צו זיבן קינדער (צוויי פון זיי אדאפטירט פון היאיטי, איינע פון זיי האבן זיי ערהאלטן זייענדיג אלט 14 מאנאטן און געוואויגן בלויז 1 פונט און די פאמיליע איז אנגעזאגט געווארן אז דאס קינד איז אזוי שוואך אז זי וועט מעגליך מער קיינמאל נישט קענען גיין אדער רעדן און יענע איז שוין היינט 13 יאר אלט, די צווייטע קינד האבן זיי אדאפטירט נאך די באקאנטע ערדציטערניש דארט אין לאנד)

בערעט איז אויפגעוואקסן אין מעטעיריע ליוזיאנא וועלככע איז א סובארב פון ניו ארליענס און געלערנט אין סעינט מעריס דאמיניקען הויך שולע וועלכע איז א קאטוילישע שולע פאר מיידלעך

שפעטער איז זי געגאנגען שטודירן אין א ליבעראלע קאלעדזש אין טענעסי וועלכע איז אפיליאירט מיט די פרעסביטעריען קירכע און זי האט דארט גראדואירט אין 1994 למספרם

די שולע האט שוין איינמאל ארויסגעגעבן א סופרים קאורט ריכטער ווען זייערס א סטודענט אברהם פארטעס האט שפעטער סערווירט אויפן העכסטן געריכט צווישן 1965-1969 למספרם

דער פארטעס איז געווען דער יונגסטער זוהן צו וואלף און רחל פארטעס וועלכע זענען געווען ארטאדאקסישע אידן וועלכע האבן עמיגרירט פון רוסלאנד און ליטוואניע

פארטעס האט אומדירעקט געשפילט א שטיקל ראלע אין די קאריערע פון פרעזידענט לינדען דזשאנסאן ווען דער לעצטער איז נאך געקראכן אויף די אונטערשטע טרעפ פונעם פאליטישן לייטער

דזשאנסאן האט זיך אין 1984 למספרם פארמאסטן אין א דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין טעקסאס מיטן דאן גאווערנאר סטיווענסנאן

דזשאנסאן האט געוואונען די פארמעסט גאר שמאל מיט אן אויבערהאנט פון 87 שטימען! און באגלייט מיט באשולדיגונגען פון קארופציע האט סטיווענסאן דאן איבערצייגט א פעדעראלע ריכטער אז אזוי לאנג ווי די באקלאגענישן ווערן אויסגעפארשט זאל דזשאנסאן נישט קענען ערשיינען אויף די שטום בעלאטס פון די אלגעמיינע וואלן

די באשולדיגונגען זענען געווען זייער ערנסטע איבער קארופציע און וואל פעלשעריי מאכינאציעס ווען 200 שטימען זענען אנגעבליך ערהאלטן געווארן אויסגעשטעלט אלפאבעטיקל (להבדיל אין אידיש וואלט עס באדייט אז אלע נעמען וועלכע הויבן זיך אן מיט די בוכשטאב "א" זענען צו ערשט און דערנאך "ב" און אזוי ווייטער)

דזשאנסאן האט זיך דאן געוואנדן צום אדוואקאט אברהם פארטעס וועלכע האט דאן איבערצייגט דעם סופרים קאורט איבערצודרייען די אורטייל און ערלויבן דזשאנסאן צו פיגורירן אויפן בעלאט און דערנאך איז דזשאנסאן ערוועלט געווארן צום סענאט און שפעטער אויסגעקליבן געווארן אלץ וויצע פרעזידענט קאנדידאט און פון דערנאך ערזצעט דעם געשאסענעם פרעזידענט קענעדי

פארטעס איז געווארן מער בארימט ווען ער האט שפעטער רעפרעזענטירט אן ארימער מאן פון פלארידא וועלכע האט זיך איינגעבראכן ערגעץ און געווארן געקלאגט אבער נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן פאר אן אדוואקאט

פארטעס האט איבערצייגט דעם סופרים קאורט צו שרייבן א לענדמארק געזעץ וועלכע טוט קלארשטעלן אז אונטער די זעקסטע אמענדמענט מוזן אנגעקלאגטע אין קרימינאלע קעיסעס באקומען צוגעשטעלט פארטיידיגונג אויב זיי פארלאנגען עס

דזשאנסאן האט קיינמאל פארגעסן ווער עס האט געשוויצט פאר אים און אלץ פרעזידענט האט ער משכנע געווען דאן סופרים קאורט ריכטער ארטור גאלדבערג צו רעזיגנירן פון פאזיציע מיטן ציהל אז פארטעס זאל אים ערזעצן

גאלדבערג האט עס מעגליך געטוהן וואוסנדיג אז דזשאנסאן וויל אים ערזעצן מיט זיינס א ברודער זינט גאלדבערג זעלבסט איז אויך אן אידיש אפשטאמיגער וועמענס עלטערן זענען געווען ארטאדאקסישע אידן

זיין פאטער יוסל גאלדבערג איז געווען א פעדלער אין די שטעטל זענקאוו אין אוקריינע און זיין מוטער מרת פערלשטיין איז אויך געקומען פון רוסלאנד

ריכטער גאלדבערג איז געשטעלט געווארן אויפן געריכט דורך פרעזידענט קענעדי און אצינד האט פרעזידענט דזשאנסאן געמוטשעט אויפצוגעבן די לעבנסלענגליכע זיץ און אנשטאט דעם האט ער אים נאמינירט אלץ אמבאסאדאר צו די יונייטעד נעישאנס

דזשאנסאן האט אבער נישט געזוכט צו נאמינירן פארטעס צוליב וואס ער האט געטוהן נאר מער צוליב די טובות וועלכע ער האט נאך געוואלט באקומען פון אים..

דזשאנסאן איז דאן געווען פארנומען דורכצופירן די בארימטע "געוואלדיגע געזעלשאפט" רעפארמען און זיך געפארכטן אז טייל פון זיי געפונען ווערן אומקאנסטיטוציאנאל דורכן העכסטן געריכט און ער האט געוואלט האבן זיינס א מענטש אין די אינערליכע סופרים קאורט צירקל צו וויסן וואו אהין די ווינטן בלאזן דארט און לויט דעם שרייבן די געזעצן

ריכטער פארטעס איז עווענטועל געווארן באשטעטיגט און זיצנדיג אויפן באנק עמטליך קאלאברירט מיט פרעזידענט דזשאנסאן און זאגאר פארגעשריבן זיין סטעיט אף די ינואן אדרעס פארן פאלק

זיינע קאלעגע ריכטער זענען געווען באזארגט אז ער רעדט צופיל מיטן פרעזידענט אבער האבן פארט געהאט גוטע באציאונגען מיט אים

ווען דער הויפט סופרים קאורט ריכטער איז געשטארבן אין 1968 למספרם האט דזשאנסאן געוואלט ארויפרוקן פארטעס נאך העכער אויפן געריכט און אים נאמינירט צו ערזעצן דעם הויפט ריכטער!

דזשאנסאן האט גערענכט אז פארטעס וועט ווערן באשטעטיגט און ער וועט דערנאך קענען אריינשטעלן א צווייטן אויפן פלאץ פון פארטעס

דאס איז שוין געווען צופיל פאר די רעפובליקאנע סענאטארן וועלכע האבן געעפנט א פייערדיגע קאמף וועלכע האט קלארגעשטעלט אז פארטעס וועט מאנגלען די נויטיגע צוויי דריטל אין סענאט

דזשאנסאן אבער האט געהאלטן אז צוריקציען פון די נאמינאציע וועט זיין א שאנדע פאר פארטעס וועלכע וועט ווייטער פארבלייבן אויף זיין פריערדיגע סופרים קאורט זיץ פארשעמט האט ער געוואלט אז מען זאל שטימען אין סענאט און היסטאריע זאל אים גיבן א זיג פון כאטש א מאיריטעט טראץ וואס עס איז ווייניגער פון די פארלאנגטע צוויי דריטל

פארטעס האט אויך געבעטן אז די סטראטעגיע איז אים בעסער און אין אן אפשטימונג האבן א מאיאריטעט אבער נישט קיין צוויי דריטל געשטימט צו ענדיגן די פיליבאסטער אויף זיין נאמינאציע אים לערנענדיג א לעקציע אז תפשת מרובה לא תפשת

די פארצויגענע קאמף האט גוט געשפילט פאר רעפובליקאנער ווען אינצווישן איז פרעזידענט ניקסאן ערוויילט געווארן און באקומען די געלעגנהייט צו ערזעצן די ליידיגע הויפט ריכטער זיץ

אין 1969 למספרם האט זיך אנגעהויבן אויפוויקלען א סקאנדאל ארום פארטעס ווען עס איז באקאנט געווארן אז ער האט אונטערגעשריבן א קאנטראקט מיט א געוועזענע קליענט און וואל סטריט מאגנאט אונטער וועלכע ער האט יענעם געגעבן אומספעציפישע לעגאלע ראט אין אויסטויש פאר פינאנציעלע שטיצע ווען יענער וועט באצאלן 20 טויזנט דאלער יערליך פאר פארטעס אז לאנג ווי ער לעבט און שפעטער פארזעצן צו גיבן די זעלבע סומע פאר זיין אלמנה

לויט באריכטן האט זיך יענער געמוטשעט מיט לעגאלע פראבלעמען און פארטעס האט אויף אויף עפעס א וועג געזאלט פרובירן אים צו ראטעווען פון קרימינאלע קלאגעס אריינגערעכנט שתדל'ן פאר א פרעזידענטליכע פארדאן

ווען ניקסאן איז אריינגעקומען אין אמט אין געהערט איבער די באריכטן האט ער באשלאסן אז עס איז א רייפע געלעגנהייט לויז צו ווערן פון נאך א סופרים קאורט ריכטער און קלארגעשטעלט אז עס איז צייט פאר פארטעס צו פאקן פעק

דער נייער אטוירני דזשענעראל האט גערעדט מיט פארטעס און אים געבעטן אז צו פארמיידן פארשעמנדע אימפיטשמענט פראצעדורן זאל ער פאר די זי רעפוטאציע פונעם געריכט און זיין אייגענע וואווילזיין פרייוויליג רעזיגנירן

פארטעס האט עס שוין געהאלטן ביים טוהן נאכן קומען אונטער דרוק פון טייל פון זיינע פריינטליכע קאלעגן אויפן באנק אבער ווען ער האט זיך באקלאגט צו יענעם אז עס וועט זיין א פאטאלע עמאציאנאלע קלאפ פאר זיין פרוי האט יענער צוריק געצויגן און יא געראטן צו קעמפן פאר זיין פאסטן

אבער דאן איז שוין נישט געווען קיין וועג צוריק און קורצליך נאך וואס אימפיטשמענט פראצעדורן האבן זיך אנגעהויבן האט פארטעס רעזיגנירט פון אמט און פון דאן האט די סופרים קאורט נישט געהאט קיין אידיש אפשטאמיגע ריכטער ביז א לאנגע צייט דערויף ווען ברייער און גינזבורג זענען אהין אנגעקומען

געוואלד און געשריגן, וואו זענען מיר דא פארקראכן?!
אנגעהויבן שרייבן איבער ריכטערין בערעט און אינגאנצן פארפארן פון וועג

איז וואו האבן מיר געהאלטן? יא, ביי בערעט'ס גראדואירונג פון קאלעדזש נאך וואס זי האט געענדיגט די הויך שולע יארן אין די זעלבע שולע וואו פארטעס האט געלערנט

פון יענע קאלעדזש איז בערעט געגאנגען שטודירן אין די נאטרע דעים געזעץ שולע פון וואו זי האט ווייטער באקומען אויסגעצייכענונגען און געעפנט די וועג פאר איר צו א צווייטע געזעץ שולע וואו די זעלבע האט זיך אפגעשפילט און זי האט ערהאלטן די העכסטע אויסצייכענונגען און געווארן אויסגעקליבן אלץ עקזעקוטיוו עדיטאר פון די שולע געזעץ איבערבליק

איר גוטע נאמען האט איר געטראגן ווייטער און זי האט דאן באקומען א קלוירק פאסטן ביי ריכטער לאורענס זילבערמאן וועלכע האט סערווירט אויפן די סי סירקוט קאורט און זי האט פאר אים געארבעט פון 1997-1998 למספרם און דערנאך געווארן אויפענומען דורך סופרים קאורט ריכטער ענטאני סקאליא אלץ קלוירק ביז 1999 למספרם

זי האט דערנאך פארגעזעצט צו שטודירן געזעץ ביי א פרעסטיזשפולע וואשינגטאן די סי געזעץ פירמע פאר איבער א יאר און פון דארט געגנאגען קיין דזשארדזש וואשינגטאן יוניווערזיטעט און דערנאך געגעבן לעקציעס און נאטרע דעיםאיבער די פעדעראלע געריכט סיסטעם, קאנסטיטוציע און געזעץ

אין 2010 למספרם איז זי געווארן אויסגעקליבן אלץ די פראפעסאר פון געזעץ און שפעטער אין דריי באזונדערע פעלער געווארן באטיטלט אלץ געערטע פראפעסאר פון די יאר

זייענדיג אין נאטרע דעים האט בערעט אונטערגעשריבן א פראטעסט בריוו וועלכע רייסט ארונטער די אבאמאקעיר סעיף וועלכע צוואונגט רעליגיעזע ארבעטסגעבער צו דעקן געוויסע מעדיצינישע סערוויסעס וועלכע איז אין קעגנזאץ צו זייער רעליגיע

בערעט איז געווען א מיטגליד אין די פעדעראליסט סאסייעיטי אין 2005 למספרם און זיך ווידעראמאל אנגעשלאסן אין די גרופע פון 2014 ביז 2017 למספרם און ביים ווערן געפרעגט איבער דעם דורך דעמאקראטישע סענאטארן אין לויף פון איר נאמינאציע פארהער צום סירקוט קאורט האט זי ערקלערט אז זי האט קיינמאל נישט אנטייל גענומען אין די גרופע'ס נאציאנאלע קאנווענשאן נאר האט זיך נאכאמאל אנגעשלאסן דערין זעענדיג א געלעגנהייט צו אדרעסירן גרופעס מיט אינטערעסע אין געזעץ און אנגאזשירן סטודענטן צו זיין מער אקטיוו אינעם פעלד פון געזעץ

איר סאמע ערשטע ארטיקל איבער געזעץ איז געלאפן אינעם מארקוועט געזעץ ריוויו אין 1998 למספרם קורצליך נאכן גראדואירן פון נאטרע דעים און דארט האט זי אינאיינעם מיט נאך א שרייבער אדרעסירט די ראלע וואס קאטוילישע ריכטער שפילן אין היי פראפיל קעיסעס ווי טויט שטראף און חוקי רציחה

דארט האבן זיי ציטירט דעם פארשטארבענעם קאטוילישן ריכטער וויליאם ברענען וועלכע איז געפרעגט געווארן אויב זיין רעליגיע איז נישט אין קאנפילקט מיט זיין ריכטער פאזיציע און געזאגט אז "ער וועט ווערן דיקטירט דורך די שבועה וועלכע ער גיבט צו פארטיידיגן די קאנסטיטוציע און די געזעצן פון לאנד"

בערעט און איר קאלעגע שרייבער האבן אויף דעם צוגעלייגט אז "זיי פארטיידיגן נישט די פאזיציע (פון ריכטער וויליאמסאן) אלץ די ריכטיגע רעאקציע פאר א קאטוילישע ריכטער ווען עס קומט צו די אישו פון טויט שטראף אדער חוקי רציחה"

דורכאויס איר נאמינאציע פארהער צום קרייז געריכט איז זי שארף געטאדלט געווארן איבער יענעם ארטיקל אבער בערעט האט אונטערגעשטראכן אז זי גלויבט נישט אז עס איז געזעצליך פאר ריכטער צו שטעלן זייער פערזענליכע מיינונגען -אפגעזעהן פון וועלכע קוואל זיי קומען- העכער די געזעץ און פארשפראכן אז איר אויסקוק אויף חוקי רציחה אדער סיי וועלכע אנדערע אישו וועט נישט שטערן איר פליכט אלץ ריכטער צו אורטיילן לויטן געזעץ

זי האט אנערקענט אז אויב וואלט זי געווען א פעדעראלע ריכטער וועלכע פארפיגט אויף א קרימינאלע פראצעס וואלט זי נישט פאראורטיילט דעם באשולדיגטן צו טויט שטראף אבער קלארגעשטעלט אז דאס באדייט נישט אז -אויב באשטעטיגט-וועט זי זיך אויטאמאטיש רעקיוזן פון סיי וועלכע קעיס איבער טויט שטראף אויפן סירקוט קאורט און צוגעגעבן אז אלץ קלוירק פאר ריכטער סקאליא האט זי אים געגעבן ראט איבער טויט שטראף קעיסעס

סענאטארשע פיינסטיין איז נישט געווארן צופיל רואיגער נאך איר ענטפער און רעאגירט זאגנדיג אז בערעט האט אן אלטע היסטאריע פון גלויבן אז רעליגיעזע אנשויאונגען דארפן שטיין פאראויס און און א ברייט באקאנטע סטעיטמענט געזאגט אז באזירט אויף אירע רעדעס זעהט מען אז די קאטולישע געזעצן זענען טיף פארקערפערט אין איר וועלכע באזארגט איר ווען עס קומט צו גרויסע אישוס אויף וועלכע אסזאך מענטשן האבן געקעמפט פאר לאנגע יארן אין אמעריקא

אין א צווייטע ארטיקל פובליצירט אין די יוניווערסיטי אף קאלאראדא געזעץ ריוויו דיסקוסירט בערעט די פראגע פון זיך הלאטן צו פרעצעדענט שרייבנדיג אז "געריכטן און קאמענטאטארן לייגן געוויכט אויף אנהאלטן אינטערסען וועלכע בארעכטיגט דאס פארזעצן אומריכטיגע געזעצן אויף די ביכער" און אין א פוטנאוט האט זי געגעבן א ביישפיל פון די 1992 למספרם סופרים קאורט אורטייל וועלכע אין שטיצע פון חוקי רציחה וועלכע האט האט זיך אנגעלאהנט אויף די פרעצעדענט פון די פריערדיגע לעגענדארע חוקי רציחה אורטייל באקאנט אלץ ראו קעגן וועיד"

קריטיקירער האבן עס גענוצט אלץ קלארע באווייז אז בערעט וואלט איבערגעדרייט די "ראו" געזעץ אבער קאנסערוואטיוון האבן איר פארטיידיגט מיטן זאגן אז עס איז נישט קיין באווייז דערויף און זי האט עס בלויז גענוצט אלץ ביישפיל ארויסצוברענגן די פונקט אז ריכטער בויען צי שטארק זייערע אורטיילן אויף פרעצעדענט

אין 2017 למספרם האט פרעזידענט טראמפ נאמינירט ריכטערין בערעט צום זיבעטן קרייז געריכט און טראץ קריטיק פון דעמאקראטן האט זי גענאסן פון אומפארטייאישע שטיצע ביים פארהער אויפן סענאט יורידישע קאמיטע ווען א גרופע פון 450 געוועזענע סטודענטן האבן געשריבן א בריוו צו די סענאטארן וועלכע שטעלט קלאר אז זייער אינדארסירונג איז נישט קיין פאליטישע נאר זייער גלויבן אז זי איז קוואליפיצירט פאר די פאסטן

באזונדער האבן איר 49 קאלעגן פון נאטרע דעים געשריבן אז זיי קומען פון א ברייטע פאליטישע ספעקטום אבער זענען פאראייניגט אין זייער אינדאריסורנג פון בערעט

נאכן פארהער בעפאר די סענאטארן אויפן קאמיטע האבן געקענט שטימען האט די ניו יארק טיימס באריכטעט אזבערעט איז געווען א מיטגליד אין א גרופע גערופן "מענטשן פון לויב" און די טיימס שרייבט אז מיטגלידער אין די גרופע שווערן לעבנסלענגליכע לאיאליטעט איינע/ר צום צווייטן און ווערן באגלייט פון א פערזענליכע משפיע

די טיימס ברענגט ארויס אז די גרופע לערנט אז מענער זענען די אויטאריטעט אינדערהיים איבער זייערע פרויען ולהיות כל איש שורר בביתו און ענדיגט מיטן ציטירן פון לעגאלע עקספערטן וועלכע זענען באזארגט אז אזאנס קען אויפברענגן לעגיטימע פראגן איבער א די זעלבסטשטענדיגקייט און אומפארטייאישקייט פון א נאמיני

בעפאר די ארטיקל איז ארויס האט בערעט אפגעזאגט א ביטע פון די טיימס צו ווערן אויסגעפרעגט איבער די באריכט
אום אקטאבער 31 2017 למספרם איז בערעט געווארן באשטעטיגט דורך די פולע סענאט מיט 55-43 ווען בלויז דריי דעמאקראטן האבן געשטימט מיט די רעפובליקאנער

די דעמאקראטישע סענאטארן אין איר שטיצע זענען געווען דער געוועזענער סענאטאר דזשאו דאנעלי פון איר סטעיט, טים קעין פון ווירדזשינע און דזשאו מענשין פון וועסט ווירדזשיניע אין די צייט וואס אנדערע צוויי דעמאקראטן (מקעסקיל פון מיזורי און מענענדעז פון ניו דזשערסי) האבן נישט געשטימט

זיצנדיג אויפן סירקוט קאורט האט זי שוין געהאט א געלעגנהייט אויסצודרוקן איר שטעלונג אויף א רייע קעיסעס ווי אן אינדיאנא אנטי רציחה חוק וועלכע א פאנעל האט באשטעטיגט אלץ אויסגעהאלטן און קלעגער האבן געבעטן די פולע באנק עס איבערצוהערן

בערעט איז געווען אין די מינאריטעט וועלכע האט נישט געוואלט אז מען זאל עס איבערהערן אבער עוענטועל האט די פולע באנק איבערגעהערט און בלאקירט די געזעץ וועלכע איז דערנאך געגענגען צום סופרים קאורט וועלכע באשטעטיגט איין טייל פון די פולע באנק אורטייל אבער אפגעווארפ א צווייטע טייל

א פארקערטע פאל איז געווען ביי א צווייטע אנטי רציחה געזץ פון אינדיאנא וואס דארט האט די פאנעל גענומען די זייט פון די קלעגער און בערעט האט זיך געטראפן אין די מינאריטעט וועלכע האט דאסמאל געוואלט אז די פולע באנק זאל יא איבערהערן די קעיס

די סטעיט האט עווענטועל אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע האט פארלאפענע זומער צוריקגעשיקט צום סירקוט קאורט איבערצוקוקן אין ליכט פון א סופרים קאורט אורטייל וועלכע איז אינצווישן ארויסגעקומען אקעגן א ליוזיאנא אנטי רציחה חוק
בערעט איז יא געווען אין די מאיאריטעט ביים באשטעטיגן אן אורטייל צו ערלויבן וואלונטירן צו אנטפאנגען מענטשן בעפאר זיי גייען אריין אין רציחה צענטערן און זיי פרובירן אויפצוקלערן איבערצוטראכטן זייער שריט

אין אנדערע סארט קעיסעס האט בערעט געשטימט אז מען זאל נישט איבערהערן די פאנעל אורטייל וועלכע האט געגעבן רעכט פאר אויטא זאון וועלכע האט איינגעטיילט אירע ארבעטער אין קלאסן באזירט אויף ראסע צו די אפטיילונגען און געשעפטן אמבעסטן געאייגנט און מעסט פאסיג פאר זיי

צום בייישפיל האבן זיי געשיקט אפריקאנע אמעריקאנע ארבעטער צו סערווירן קונדן אין געשעפטן אין געגנטער מיט א גרעסערע אפריקאנע אמעריקאנע פאפולאציע

בערעט איז נישט געזעצן אויף יענע פאנעל אבער האט נישט געוואלט אז די פולע באנק זאל איבערהערן די אורטייל אין שטיצע פון די געשעפט נעץ

צווישן די אורטיילן געשריבן דורך ריכטערין בערעט ציילט זיך איין וועלכע זי האט געשריבן די איינשטימיגע אורטייל אין שטיצע פון א סטודענט וועלכע איז באשטראפט געווארן דורך זיין יוניווערסיטעט פארן אנגעבליך טשעפען מיט א קאלעגע סטודענט
די געריכט האט געגעבן רעכט פארן באשולדיגטן וועלכע האט געזאגט אז מען האט נישט געלאזט אויפברענגן אלע באווייזן און אז מען האט נישט פארהערט דעם אנגעבליך געטשעפעטען און אז דורכאויס די פראצעס האט מען דיסקרימינירט אקעגן אים זינט ער איז דער מאן'ס פערזאן אינעם קעיס

נאך א קעיס איז מער א באקאנטע אין וועלכע בערעט האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל אין די טראמפ אדמינסטראציע'ס פארשטייפערן די סטאנדארט פון אויסטיילן גרין קארדס ווען עס קומט צו אזעלכע וועלכע קענען זיין אן אנגעלייגטע פינאנציעלע לאסט אויף די רעגירונג

בערעט האט אויך געשריבן א מינאריטעט אורטייל וועלכע וואלט בלאקירט א געזעץ וועלכע וואלט פארבאטן קרימינאל באשולדיגטע צו באזיצן געווער

בערעט האט געשריבן אז אין פאל פון ווילדע סארט פארברעכן קען מען עס בארעכטיגן אבער ווען עס קומט צו ווייסע קאלער פארברעכן (יענע קעיס האט זיך געהאנדלט פון מעיל פראוד) קען מען נישט אוועקנעמען יענעם'ס רעכט צו פארמאגן געווער

אין אן אנדערע פאל האט בערעט אפגעווארפן א פארלאנג פון א פאליציי אפיציר וועלכע האט פארלאנגט אז צוליב קוואליפיצירטע אימיוניטי זאל מען ארויסווארפן קלאגעס אקעגן אים וועלכע האבן געלויטעט אז ער האט באוואוסטזיניג געשריבן ליגן אין אן אפידעיוויט זוכנדיג אן ארעסט ווארענט אקעגן עימיצן

אין נאך א פערטע אמענדמענט קעיס האט בערעט אין שרייבנדיג פארן מאיאריטעט אפגעווארפן א דיסטריקט אורטייל און געגעבן רעכט פאר באשולדיגטע אז מען דארף ארויסווארפן די קעיס נאכן ווערן געקלאגט פארן זיין פארמישט אין א פארברעך באזיצנדיג געווער

אין יענע פאל האט די פאליציי ערהאלטן א טיפ אז אין א געוויסע פארקינג לאט שפלין זיך עטליכע מענטשן מיט געווער און זענען ערשינען אויפן סצענע און געפונען עטליכע מענטשן אין אן אויטאמאביל און נאך א קורצע אונטערזוכונג קאנפיסקירט צוויי ביקסן
בערעט האט געשריבן אז די פאליציי האט ריכטיג געהאנדלט מיטן אראפקומען און רעאגירן צו די אנאנימע רוף אבער בלויז צו אפשאצן וואס דארט קומט ווירקליך פאר אבער די באשלוס זאפארט צו אונטערזוכן און פארכאפן די וואפן אן די מינדעסטע באווייז פון א פארברעכן איז נישט ערלויבט

בערעט איז שוין געווען אויף פרעזידענט טראמפ קורצע ליסטע ווען ער האט געזוכט צו ערזעצן ריכטער קענעדי אבער צוליב וואס זי איז געווען ניי אויפן פעדעראלן באנק איז מען נישט געווען באקוועם מיט איר קורצע רעקארד צו יענע צייט אבער פרעזידענט טראמפ האט דאן געזאגט אז ער "לייגט אוועק" איר נאמען אין פאל ער באקומט א שאנס צו ערזעצן ריכטערין גינזבורג און אצינד האט עס פאסירט



א לעכטיגן שבת און א פרייליכן יום טוב!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 10:07 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:14 pm

זייער הנאה געהאט! יישר כח הבל!

גיימער האבן קאקאש חוה"מ? (אין סוכה שטייצעך)
אקעי! נאך עפעס?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:15 pm

ארחיקה נדד האט געשריבן:זייער הנאה געהאט! יישר כח הבל!

גיימער האבן קאקאש חוה"מ? (אין סוכה שטייצעך)

די היינטיגע רעפטל איז שוין פארן לישב

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1652
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:26 pm

ארחיקה נדד האט געשריבן:זייער הנאה געהאט! יישר כח הבל!


נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:31 pm

וואף! ממש שפראכלאז פון אזא ארבעט.

איין געשיכטע אינטערעסאנטער ווי דער אנדערער, הערליך באארבעט מיט אלע פרטים, ממש זיך מחיה געווען עס צו ליינען!

א ריזיגער דאנק און א פרייליכן יום טוב!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

חזן
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:54 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך חזן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:40 pm

;l;p- שכ'ח הבל

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:13 pm

איך האב געמיינט אז איך בין שוין גערישט אויף אלעם פון @הכל הבל, אבער דאס איז דאך נאך א נאטש ארויף.

א גרויסן ישר כח, און עקסטער פאר די אינטרעסאנטע דזשאנסאן/פארטעס קרישקעלעך.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:17 pm

צל עובר האט געשריבן:איך האב געמיינט אז איך בין שוין גערישט אויף אלעם פון @הכל הבל, אבער דאס איז דאך נאך א נאטש ארויף.

א גרויסן ישר כח, און עקסטער פאר די אינטרעסאנטע דזשאנסאן/פארטעס קרישקעלעך.

יישר פאר דיר און אלע בעפאר

עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי אזוי פאליטיק איז אלץ געווען פאליטיק און וואס מען מיינט אז עס איז פרעצעדענט איז לאו דוקא
אפילו אונטער טראמפ קען מען זיך היינט נישט פארשטעלן אזא אפענע קאלאבאראציע צווישן א פרעזידענט מיט א סופרים קאורט ריכטער און אויב איך וואלט פארציילט אזא געשיכטע אן אידענטיפיצירן די קיין אדמיניסטראציע וואלט יענער געזאגט אז זיכער האנדלט זיך עס פון ניקסאן..
אין כל חדש תחת השמש גייט מען אט זאגן

אור
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:20 pm

wow
געהעריגע שטיקער הבל'דיגע קאקאש לכבוד יו"ט!

ישר כח

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:23 pm

אור האט געשריבן:wow
געהעריגע שטיקער הבל'דיגע קאקאש לכבוד יו"ט!

ישר כח

יישר אלע אויסגאבעס ערשיינען דאך מיט ספעציעלע אויפלאגעס
קען מען דאך נישט לאזן די אידן דא הונגערן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”