א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:11 am

דינסטאג נצבים וילך





די טראמפ אדמיניסטראציע פארבאט אימפארטן פון דריי כינעזע פירמעס און פלאנט צוצולייגן נאך 6 צו די ליסטע ציהלנדיג קליידונג, קאמפיוטער טיילן, און האר פראדוקטן פון כינע
אמעריקאנע אימפארטן באטרעפן 30% פון די דאזיגע עקספארטן פון כינע
*
סענאט פירער מיטש מעקאנעל גייט היינט פארשטעלן די נייע רעפובליקאנע סטימילוס פלאן וועלכע איז נישט ערווארטעט אנצוציען די נויטיגע 60 שטימען אבער האפט דורכצופירן אן ערשטע פראצעדואלע אפשטימונג נאך די וואך און באקומען כאטש 51 שטימען וועלכע זיי האבן נאך דערווייל נישט
*
ווייסע הויפט שטאב הויפט מעלדט אז פרעזידענט טראמפ וועט אין די נאנטע טעג פארעפנטליכן זיין איבערגעמאכטע ליסטע פון וועלכע ער פארפליכט זיך אויסצוקלויבן א נאמיני צום סופרים קאורט אויב זאל ער באאקומען די געלעגנהייט
*
פון דזשאו ביידען האט מען נאכנישט געהערט איבער א פלאן צו מעלדן א סופרים קאורט אויסוואל ליסטע אבער געוויסע עקספערטן זאגן אז אויב ווערט ער ערוועלט און באקומט א שאנס וועט לעאנדרא קרוגער ציררקולירן אויף די קורצע ליסטע צו ווערן נאמינירט
קרוגער איז אן אפריקאנער אמעריקאנער און איז יאר אלט און האט געארבעט פאר די אבאמא אדמינסטראציע און סערווירט אלץ קלוירק פאר ריכטער דזשאן פאול סטיווענס
*
אין א נייע בוך דורך מייקל שמידט פון די ניו יארק טיימס דעקט ער אויף אז אין די שטורמישע טעג פון די קעווענאו באשטעטיגונג האט פרעזידענט טראמפ געהאט באטראכט צוריקצוציען פון די נאמינאציע
אויך שרייבט ער אז נאך וואס טראמפ האט אויפגעזאגט קאומי פון די עף בי איי האט דזשאן קעלי געפלאנט צו רעזיגנירן
שמידט פארציילט אויך אז דאן מקגהען האט געהאט געשריבן א מעמאו אין וועלכע ער רעכנט אויס אלע ליגנס געזאגט דורך דאן פרעסע סעקרעטאר שאן ספייסער ארום די מייקל פלין פרשה
*
טראץ א פריע אויבערהאנט וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געהאט אינעם פאנדרעיזינג געביט האבנדיג אויפגעטריבן שווערע מיליאנען אין די לעצטע נאנט צו פיר יאר הערט מען אבער באזארגטע טראמפ קאמפיין באאמטע אז אויף עפעס א וועג איז די 800 ארום מיליאן דאלער געווארן אויסגעטרוקנט שענעלער ווי גערכאטן און זיי פארכטן זיך אז זיי וועלן האבן ווייניגער קעש אין די קומענדיגע צוויי מאנאטן ווי עס וואלט זיך אויסגעפעלט פאר אזא קריטישע צייט
*
פרעזידענט טראמפ וועלכע האט זייער שווערליך ארויסגעצויגן א באנקנאט פונעם אייגענעם טייסטער צו זיין 2016 למספרם קאמפיין באטראכט אויסצושרייבן א טשעק פון 100 מיליאן דאלער פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין
*
פרעזידענט טראמפ וועט דעם וויקענד קאמפיינען אין נעוואדע אפהאלטנדיג אוונטן אין רינא און אין לאס וועגאס
*
היינט ווערן אפגעהאלטן קאנגרעס און סענאט פריימעריס אין ניו העמפשיר און אין ראוד איילאנד
*
עס ווערט באריכטעט אז ארום 1000 מענטשן האבן געשטימט צוויי מאל אין דזשאדזשיא און שטייען מעגליך אויס קלאגעס
*
רעדנדיג פון דזשארדזשיא האט סענאטארשע לאפלער ערהאלטן די אינדארסירונג פון איינע פון די לעצטע פארבלבענע סטעיטווייד באאמטע וועלכע האבן נאכנישט געהאט גענומען קיין זייט אין די דזשאנגל פארמעסט ווען לעיבאר קאמישאנער מארק באטלער האט צוגעווארפן זיין שטימע פאר איר קאנדידאטור
*
מוכאמעד טאנוויר, דזשאמאל אלדזשיבא און נאוויד שינווארי זענען דריי אמעריקאנע מוסולמענער וועלכע זענען אלע פארבעהטן געווארן דורך די עף בי איי זיך צו רעקרוטירן אלץ אינפארמאנטן און איבערגעבן אינפארמאציע פאר די אגענטור איבער פארדעכטיגטע מוסולמענער אבער אלע דריי האבן אפגעזאגט די ביטע ערקלערנדיג אז מסירה גייט אקעגן זייער רעליגיע

נישט לאנג דערויף האבן אלע פון זיי אנדעקט אז זיי ערשיינען אויף די פעדעראלע נאו פליי ליסט וועלכע באדייט אז זייערע נעמען פיגורירן אויף א דאטא בעיס וועלכע דעזיגנירט א גרויסע צאהל אמעריקאנע בירגער אלץ פארדעכטיגט און פארבאט זיי פון פליען אויף פליגער

טאנוואר צום ביישפיל איז א לעגאלער בירגער וועלכע וואוינט אין קווינס און ארבעט אלץ א טראק דרייווער און אלץ טייל פון זיין ארבעט האט ער אפט געדארפט פליען אויף דאמעסטיק רייזעס און ביי איין פאל האט ער פרובירט צו רייזן פון אטלאנטא קיין ניו יארק אבער ער איז געווארן אפגעשטעלט און צווי עף בי איי אגענטן האט אים צוגעפירט צו א באס סטאנציע פון וועלכע ער איז געפארן קיין ניו יארק א רייזע וועלכע געדויערט אומגעפער 24 שטונדן

ער האט אין דריי באזונדערע פעלער שוין איינגעהאנדלט טיקעטס צו רייזן קיין פאקיסטאן צו באוזכן זיין קראנקע מוטער אבער געווארן בלאקירט פון ארויספליען פון לאנד

אויב האבן זיי געקלערט אז עס איז געווען א בלויזע מיספארשטענדעניש האט מען זיי גאנץ קלאר ערקלערט אז קאאפערירן מיט די רעגירונג אלץ אינפארמאנטן וועט העלפן אז זייערע נעמען זאלן פארמעקט ווערן פון די ליסטע

די האבן געקלאגט פערזענליך די דריי אגענטן פארמישט אין זיי פארפאלגן אלץ אינדיווידועלן פארן אביוזן די די נאו פליי ליסטע און דאדורך פארלעצן זייערע רעליגיעזע פרייהייט און פרובירט צו בויען א קעיס פון פארלעצן די רעליגיעזע פרייהייט רעסטארעישאן אקט (מיטן אקראנים RFRA)

נאכן אויפהייבן א וויי געשריי און אנמאכן א שטורעם האט מען אראפגענומען זייערע נעמען פון די ליסטע אבער די דריי זענען פארשטענדליך נישט צופרידן און זוכן ווייטער אנטשעדיגונג

די דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז די דריי מאנגלען סטענדינג צו קענען קלאגן זינט זייערע נעמען זענען שוין אראפ פון די ליסטע

אינעם דיסטריקט געריכט האבן די דריי געהאט פארגעלייגט צוויי לעגאלע ארגומענטן

איינס דערפון איז געווען אז מען האט פארלעצט זיערע ערשטע אמענדמענט רעכטן אבער אויף דעם האט די דיסטריקט געריכט אנגעוויזן אז די סופרים קאורט האט זיך שוין אין די פארגאנגענהייט אפגעזאגט פון אויסברייטערן א פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט אין די באקאנטע ביווענס קעיס צו די ערשטע אמענדמענט ביווענס איז געווען עימיצער וועם דראג אגענטן זענעם איבערגעפאלן זיין היים און אים אונטערזוכט פאר געווירצן ווועלכע זיי האבן קיינמאל נישט געפונען אבער די גאנצע אקציע איז געקומען אן קיין געריכטליכע ווארענט און אין פארלעצונג צו זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן וועלכע באשוצן א מענטש פון ווערן באפאלן/אונטערזוכט אן א געהעריגע אורזאך/ערלויבעניש

דער ביווען האט געקלאגט די אגענטן פארן פארלעצן זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן אבער א דיסטריקט ריכטער האט עס ארויסגעווארפן מיט די טענה אז עס איז נישטא קיין פעדעראלע געזעץ אונטער וועלכע מען קען פארלאנגען פארגיטיגונג פאר "בלויז צוליב וואס אזא רעכט איז געווארן פארלעצט" און עס מוז זיין א ספעצעפישע געזעץ וועלכע שרייבט קלאר אז מען קלאגן פארן עס פארלעצן ווי צום ביישפיל אויב די סטעיט וואו דער קלעגער וואוינט ערלויבט צו פארלאנגען אנטשעדיגונג פאר אינוואדירן א פריוואטע הויז קען דער קלעגער קלאגן די אגענטן פארן פארלעצן די סטעיט געזעץ און אינוואדירן פריוואטע אייגנטום

אין יענע פאל האט די סופרים קאורט עווענטועל געאורטיילט אז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט איז יא גענוג צו קלאגן גייענדיג מיט די הנחה "אז יעדע פארלעצונג דארף קענען ווערן קאמפענצאסירט" און אם אפשר לקלקל אפשר לתקן און אז די אגענטן האבן די מעגליכקייט צו טרעטן אויף יענעם'ס רעכטן מוזן זיי זיין אויסגעשטעלט צו פארגיטיגן יענעם אויסער אין פעלער וואס קאנגרעס שרייבט א קלארע געזעץ אויף פארקערט אדער אין פעלער וואס פארארדענען פארגיטיגונג ווועט שאפן ערנסטע פראבלעמען

ווען די סופרים קאורט האט באקומען א געלעגנהייט אויסצוברייטערן די אויבנדעמאנטע פרעצעדענט אויך צו די ערשטע אמענדעמענט האט זי זיך אנטזאגט עס צו טוהן און צוליב דעם האט די דיסטריקט ריכטער אין אונזער קעיס געקומען צום אויספיהר נישט צו ערלויבן די דריי מוסולמענער צו נוצן די ביווענס געזעץ און די דריי האבן טאקע נישט פרובירט צו אפעלירן די טייל אינעם סירקוט קאורט

די צוויייטע טענה פון די דריי מענער איז געווען אז די 1993 למספרם רפר"א געזעץ ערלויבט זיי צו פארלאנגען אנטשעדיגונג
אין 1990 למספרם האט די סופרים קאורט זיך אנטזאגט צו אנערקענען רעליגיעזע אויסנאמען צו געווענליכע געזעצן

יענע קעיס איז געווען איבער רעליגיעזע איינגעשטעלטע אין א פריוואטע דראג רעהאביליטאציע קליניק אבער אלץ טייל פון זייער ארבעט האט זיי זיך באמוצט מיט א געוויסע סארט געווירץ פארבאטן דורך א סטעיט געזעץ אבער איז געווען טייל פון זייערע רעליגיע צו נוצן אבער זענען געווארן אויפגעזאגט פארן פארלעצן א סטעיט געזעץ

יענע האבן פארלאנגט ארבעטלאזע בענעפיטן אבער געווארן צוריקגעוויזן צוליב וואס זייער אויפזאגונג איז געקומען נאכן פארלעצן א סטעיט געזעץ

די סופרים קאורט האט דאן געאורטיילט אז הגם די סטעיט וואלט געהאט די רעכט צו מאכן אן אויסנאם צו יענע געזעץ עס זאל אויסשליסן פעלער פון רעליגיעזע געברויך זענען זיי אבער נישט פארפליכטעט צו מאכן די אויסנאם און דעריבער קענען זיי אפזאגן די בענעפיטן אין פעלער פון רעליגיע קאנפליקטן פונקט ווי זיי וואלטן געטוהן ווען עס וואלט געווען אומפארבונדן צו רעליגיע

אלץ רעאקציע צו יענע אורטייל האט קאנגרעס דורכגעפירט א געזעץ גערופן "רעליגיעזע פרייהייט צוריקשטעלונג אקט" (אקראנים RFRA) מיט דריי יאר שפעטער וועלכע פרעזידענט קלינטאן האט פארן אונטערשרייבן רעטאריש עס ארויסגעהויבן אלץ עפעס וואס פארזיכערט אז די רעגירונג ווערט געהאלטן צו זייער א הויכע סטאנדארט פון באווייז אידער זיי ווערט פארמישט אין עפעס וואס שטערט רעליגיעזע רעכטן פון מענטשן

די געזעץ רופט די רעגירונג נישט צו שטערן מענטשן פון זייערע רעליגיעזע פליכטן אפילו ביים דורכפירן געזעצן וועלכע זענען מחייב מענטשן ווען עס רירט נישט אן רעליגיע אויסער אין פאל וואס די רעגירונג קען קלאר איבערצייגן אז די געזעץ איז עכט אין די אינטערעסע פונעם לאנד און אז די געזעץ טוט ארויפשטעלן בלויז די מינימום באגרעניצונג אויף רעליגיע וועלכע פעלט זיך אויס פארן לאנד'ס אינטערעסע

צו גיבן דעקונג פאר יענע געזעץ האט קאנגרעס צוגעלייגט א רעכט פאר אינדיווידועלן צו קענען קלאגן די רעגירונג אין פאל פון פארלעצן רעליגיעזע רעכטן און פארלאנגען אין געריכט "די פאסיגע רעליעף" און איבער אט די פראזע אוטן איר באדייט לויפט עכט די לעגאלע געראנגל אין אונזער קעיס

באזירט אויף אט די 1993 למספרם געזעץ האבן די דריי מענער פרובירט צו פארלאנגען אנטשעדיגונג אבער די דיסטריקט געריכט האט אנגעוויזן אז די רפר"א געזעץ האט בלויז געציהלט צוריקצודרייען די זייגער צו איידער די 1990 למספרם סופרים קאורט אורטייל אז זאכן זאלן זיין ווי בעפאר יענע אורטייל (און אז אין פאל פון א קלאגע פון יענע סארט זאל די געזעץ יא יא ערלויבן יענעם צו באקומען בענעפיטן) אבער די געזעץ האט קלאר נישט געציהלט אויסצוברייטערן רעכטן פון קלעגער נאכמער ווי עס איז געווען בעפאר די 1990 למספרם אורטייל און פונקט ווי בעפאר יענע אורטייל האט די געריכט קיינמאל נישט אויסגעברייטערט די אויבנדערמאנטע ביווענס אורטייל צו זיין גילטיג אויף ערשטע אמענדמענט פארלעצונגען האט קאנגרעס אויך נישט געזוכט עס אויסצוברייטערן אין זייער געזעץ

די טייל איז אבער געווארן אפעלירט דורך די דריי מוסולמענער צום צווייטן סירקוט מיט די טענה אז די געזעץ ערלויבט יא צו פארלאנגען אנטשעדיגונג און אן איינשטימיגע דריי ריכטער אויפן צווייטן קרייז געריכט האבן איינגעשטימט דערמיט

די דיסטריקט געריכט האט ווי געשריבן נישט געוואלט אויסטייטשן אז "די פאסיגע רעליעף" באדייט פארגיטיגונגס געלט וויייל לויט זיי האט קאנגרעס נישט געזוכט צו גיין אזוי ווייא אבער די צווייטע קרייז געריכט האט יא אזוי אפגעלערנט די ווערטער

די דיסטריקט קאורט האט נישט אדרעסירט א צווייטע געפעכט צווישן די צוויי זייטן אויב די ראפר"א געזעץ ערלויבט בכלל צו ברענגן קלאגעס אקעגן פעדעראלע באאמטע אלץ אינדיוויועלען און פריוואטע בירגער

מען קען קלאגן פעדעראלע באאמטע פארן פארלעצונגען אלץ אפיציעלע איינגעשטעלטער אבער אין אזא פאל באדייט עס אז די קלאגסט די אגענטור /דעפארטמענט ווי ער איז איינגעשטעלט און אפילו דו קלאגסט יענעם איז די רעגירונג עכט דער וואס זיצט אויפן באשולדיגונגס באנק און וועט דארפן צאלן סיי וועלכע שטראף ריכטער באשטימט (פילייכט האבן די דריי מענער אין אונזער קעיס נישט גענומען אזא צוגאנג ווייל אזאנא קלאגעס איז פיל שווערער ווען דו דארפסט איבערציייגן אזי די פירער פון די דעפארטמענטס האבן פארארדנט דורכצופירן די אומלעגאלע שטיק)

א צווייטע וועג פון קלאגן איז דורכן באשולדיגן די באאמטע אלץ פריוואטע מענטשן אבער דאן איז די פראגע אויב די אויבנדעמאנטע רפר"א געזעץ וועלכע ערלויבט "קלאגעס אקעגן פארלעצונגען פון "די רעגירונג" דעקט אויך קלאגעס אקעגן רעגירונג איינגעשטעלטע אויף אן אינדיווידועלע פריוואטע פארנעם און נישט אלץ זייער "אפיציעלע ארבעט"

די צווייטע סירקוט האט געגעבן גערעכט פאר די קלעגער אויך איבער דעם און געשריבן אז די געזעץ באציהט זיך אויך צו אזעלכע קלאגעס און ערלויבט ווי געזאגט צו פארלאנגען פארגיטיגונגס געלט

די גענויע שפראך אינעם געזעץ ערקלערט וואס זיי רופן "רעכט צו קלאגן די רעגירונג" די געזעץ איז מפרש אז "רעגירונג" באדייט א פליגל, דעפארטמענט, אגענטור, און "אפיציעלער איינגעשטעלטער" ("אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ")

איז לאמיר צונעמען אלע טערמינען וועלכע מיר האבן אנגעצייכנט מיט גענזן פיסלעך

די אגענטן האבן געבעטן פונעם קרייז געריכט אפצולערנען די טערמין "רעגירונג" אויפן מערסט נאטורליכן און איינפאכן וועג וועלכע וואלט באגרעניצט קלאגעס צו בלויז אזעלכע וואס קלאגן באאמטע אלץ טייל פון זייער אפיציעלע ארבעט און קאפאציטעט און נישט אלץ פריוואטע אינדיווידועלן

זיי האבן אויך אנגעוויזן אויף די ווערטער "אפיציעלער איינגעשטעלטער" אלץ באווייז אויף די אויבנדערמאנטע

אין באצוג צו די ווערטער "אדער סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ" האבן זיי גע'טענה'ט אז דטאס מיינט נישט אז מען זאל אויסברייטערן די קלאגע מעגליכקייט צו קענען קלאגן אלץ פריוואטע אינדיווידועלן

אלע דריי האט די צווייטע סירקוט אפגעווארפן זאגנדיג אז רעגיורנג מיינט קלאר נישט בלויז צו קלאגן אלץ אפיצילע איינגעשטעלטע ווייל דאס וואלט באדייט קלאגן די רעגיורנג און דאס איז עפעס וואסז איז געווען קלאר ערלויבט בעפאר די געזעץ (ווען מען האט די ריכטיגע באווייזן) און די געזעץ וואלט דאס נישט געדארפט מחדש זיין

אפיציעלע באאמטע מיינט לויטן געריכט אז יענער איז פאקטיש אפיצילע איינגעשטעלט אבער לאו דוקא אז מען קלאגט אים באזירט אויף זיין אפיציעלע אמט

און סיי וועלכע פערזאן וועלכע עקט אונטער די קאליר פון געזעץ איז א קלארע אנדייטונג לויט די געריכט אז מען קען יא קלאגן
אפילו אלץ פריוואטע אינדיווידועל ווייל אויב נישט דאס איז וואס די געזעץ האט געזוכט קלארצושטעלן איז וואס איז די כפל הלשון?

די אגענטן האבן צו ערשט פרובירט צו פארלאנגען אז די פולע באנק אויפן צווייטן סירקוט זאל איבערהערן די קעיס אבער א מאיאריטעט האט אפגעווארפן די ביטע

די ריכטער אין די מינאריטעט האבן געשריבן אז די אורטייל פונעם פאנעל וועט שעדיגן נאציאנאלע זיכערהייט פירנדיג צו אויטאריטעטן איבערצוטראכטן צוויי מאל פארן נעמען דרינגנדע שריט וואוסנדיג אז זיי וועלן קענען ווערן געקלאגט שפעטער

א צווייטער ריכטער אין די מינאריטעט האט זיך באצויגן צו פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט צום ביישפיל צו א קעיס אין 2009 למספרם ווען די העכסטע געריכט האט ארויסגעווארפן אן אורטייל טאקע פונעם צווייטן סירקוט וועלכע האט ערלויבט פאר א פאקיסטאנער מוסולמענער מאן ארעסטירט נאך די סעפטעמבער 11 למספרם אטאקעס צו קלאגן געוועזענע אטוירני דזשענעראל דזשאן עשקראפט און געוועזענע עף בי איי דירעקטאר ראבערט מולער פאר אנגעבליכע אביוז וועלכע ער האט געליטן אין א פארהאלטונגס צענטער אין ברוקלין

דער ריכטער האט אויך אנגעצייגט אויף א סופרים קאורט אורטייל וועלכע האט אראפגעשטימט א צווייטע אורטייל פונעם זעלבן צווייטן סירקוט וועלכע האט געשריבן אין שטיצע פון מוסולמענע אימיגראנטן וועלכע האט פארפירט אז זייערע רעכטן זענען פארלעצט געווארן אינעם זעלבן ברוקלין פארהאלטונגס צענטער

געוועזענע ריכטער ענטאני קענעדי האט דאן געשריבן פארן מאיאריטעט אז אויב איז וואר די טענות פון די פארהאלטענע איז עס זייער שלעכט אבער עס איז נישט די ריכטיגע וועג צו אדרעסירן די פראבלעם דורך ערלויבן צו קלאגן רעגירונג איינגעשטעלטע פערזענליך פאר אומריכטיגע פירונג אינמיטן פון א נאצינאלע זיכערהייט קריזיס

די אדוואקאטן פאר די קלעגער האבן אבער גע'טענה'ט אז אין די פאל איז עס אנדערש ווייל די 1993 למספרם געזעץ אויטאריזירט דאס קענען קלאגן רעגירונג באאמטע פאר "ריכטיג פארדינטע הילף" וואס טוט לויט זיי איינשליסן פארגיטיגונגס געלט

די קעיס איז געווארן אפעלירט דורך די אגענטן צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און די טראמפ אדמינסטראציע האט געמוטיגט די געריכט צו אורטיילן אקעגן די קלעגער

די סופרים קאורט וועט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אום אקטאבער 6 למספרם
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:14 am

אביסל קאווע געבליבן אין מיין קאפּ, שיק ארויף א שטיקל קאקאש
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:19 am

ש'כח הרב הכל וואס איז נישט הבל!!!


(911)
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אוועטאר
נקדימון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:31 am

וואףף! דער בחור איז פיינע נייעס

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:02 pm

נקדימון האט געשריבן:וואףף! דער בחור איז פיינע נייעס

יאפ! יישר כח!

----
די אדמינסטראציע מעג מוטיגן א געריכט וויאזוי צו אורטיילן?
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:10 pm

אה....

עכט געשמאק געווען, ש'כח.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:20 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:וואףף! דער בחור איז פיינע נייעס

יאפ! יישר כח!

----
די אדמינסטראציע מעג מוטיגן א געריכט וויאזוי צו אורטיילן?

זיכער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:21 pm

יישר כח אלע פאר די פידבעק!
עס שטופט פארצוזעצן

ס׳וועט זיין בעסער
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:17 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:וואףף! דער בחור איז פיינע נייעס

יאפ! יישר כח!

----
די אדמינסטראציע מעג מוטיגן א געריכט וויאזוי צו אורטיילן?

יא, דו קענסט אויך.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

ס׳וועט זיין בעסער
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:20 pm

א ריזן יש״כ הרב הכל, עס אלוועיז.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 3:58 pm

הכל הבל האט געשריבן:מוכאמעד טאנוויר, דזשאמאל אלדזשיבא און נאוויד שינווארי זענען דריי אמעריקאנע מוסולמענער וועלכע זענען אלע פארבעהטן געווארן דורך די עף בי איי זיך צו רעקרוטירן אלץ אינפארמאנטן און איבערגעבן אינפארמאציע פאר די אגענטור איבער פארדעכטיגטע מוסולמענער אבער אלע דריי האבן אפגעזאגט די ביטע ערקלערנדיג אז מסירה גייט אקעגן זייער רעליגיע

קאמענטארן זענען איבריג!
לעצט פאראכטן דורך צוקער וואסער אום דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 5:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 4:35 pm

א ריזיגע שכח ראביי הבל!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Iphone » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 5:58 pm

Ww thank you!

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 6:02 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מוכאמעד טאנוויר, דזשאמאל אלדזשיבא און נאוויד שינווארי זענען דריי אמעריקאנע מוסולמענער וועלכע זענען אלע פארבעהטן געווארן דורך די עף בי איי זיך צו רעקרוטירן אלץ אינפארמאנטן און איבערגעבן אינפארמאציע פאר די אגענטור איבער פארדעכטיגטע מוסולמענער אבער אלע דריי האבן אפגעזאגט די ביטע ערקלערנדיג אז מסירה גייט אקעגן זייער רעליגיע

קאמענטארן זענען איבריג!

איבריג אין וועלכע דירעקציע?
יא מען האט געטראפן דריי מוסלעמענער וואס האבן נישט געוואלט מסר׳ן און דאס איז נייעס. ב״ה ביי אונז איז אזא זאך נישט קיין נייעס. אדרבה, ווען עס מאכט זיך ח״ו דאס פארקערטע רעדט מען דערפון.
דעם רבש״ע׳ס פאלק איז נאכנישט אזוי שלעכט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:35 am

מיטוואך נצבים וילך





די צענטראל קאמענד גענעראל מקינזי באריכט אז אמעריקא וועט רעדוצירן איר טרופן אנוועזנהייט אין איראק פון 5,200 צו 3000 נאך דעם למספרם מאנאט
*
לויט באריכטן קען מען ערווארטן א מעלדונג איבער טרופן שניטן אין אפגאנסיטאן אין עטליכע טעג ארום
*
די סענאט שפיאנאזש קאמיטע אנגעפירט דורך עקטינג פארזיצער מארקא רוביא האלט היינט אפ א פארהער איבער מעגליכע טוישונגען צו די דעקלאסיפיקאציע פראצעדור
*
סענאט רעפובליקאנער וועלן דיסקוסירן זייער סטימילוס פארשלאג ביי זייער היינטיגע וועכנטליכע סענאט מיטאג און האפן מארגן צו שטימען אויף די ערשטע פראצעדואלע אפשטימונג עס פאראויסצורוקן מיט די האפעננוג צו גרייכן 51 סענאטארן טראץ וואס עס וועט נישט באקומען די נויטיגע זעכציג
*
די איצטיגע סענאט פארשלאג אדרעסירט נישט די פאנדינג פאר די לופטליניע אינדרוסטריע וועלכע האלט ביים אויסטרוקענען ענדע למספרם מאנאט
סענאטאר וויקער זאגט אז די איצטיגע ביל איז דעזיגנירט צו ברעכן די שטילקייט און ברענגן מענטשן צו אנהויבן נאכאמאל רעגדן איבער געדאנקן און פריאריטעטן וועלכע זענען אין נויט פון פרישע פאנדינג
*
סענאטאר טעד קרוז זאגט איצט אינדערפרי אז ער וועט שטימען אין שטיצע פון די רעפובליקאנע סטימילוס ביל
אויפן פארלאנג פון קרוז האט מעקאנעל צוגעלייגט צוויי יאר שטייער הנחות פאר עלטערן צו קענען נוצן צו דעקן קאסטן פון פריוואטע שולעס
*
סענאטאר רענד פאול געפרעגט אויב ער גייט שטיצן די סטימילוס ביל זאגט אז ער זוכט נישט אז מען זאל בארגן געלט
ווערנדיג געפרעגט אויב די ענטפער באדייט אז ער איז א "ניין" האט ער בלויז ווידערהאלט דאס זייניגע אז ער זוכט נישט אז מען זאל בארגן געלט
*
אלאבאמא דעמאקראטישע סענאטאר דאג דזשאונס איבער די רעפובליקאנע ווירוס סטימילוס ביל: איך ווייס נישט וואס עס שטייט דארט דעריבער קען איך נישט זאגן אויב איך וועל עס שטיצן
*
די סענאט איז געסקעדזשועלט די וואך צו באשטעטיגן פרישע פינף דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס וואס אויב אלע פון זיי גייען אדורך וועט די ציפער פון באשטעטיגטע טראמפ ריכטער נאמינאציעס האלטן ביי 208 מיט נאך 36 נאמינאציעס וועלכע זענען נאך פענדינג
דאס באדייט אז אפילו אלע 36 זאלן עווענטועל אריבערגיין וועט עס זיין 244 און ווייניגער ווי די אמביציעזע 300 ריכטער ציהל וועלכע מעקאנעל האט געפלאנט נאכצוקומען
*
נעכטן שפעט נאכמיטאג האט די סענאט געשטימט מיט 83-6 אפצושטעלן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון ברעט לודוויג צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר מזרח וויסקאנסין
*
אום 11:15 וועט די סענאט שטימען אויף די ענדגילטיגע נאמינאציע פון ברעט לודוויג נאכגעפאלגט מיט נאך אפשטימונגען
*
סענאטאר ראן דזשאנסאן פלאנט אן אפשטימונג אין זיין קאמיטע קומענדיגע וואך צו סובפינען געוועזענע סטעיט דעפארטמענט אייגעשטעלטער יונתן ווינער וועם קריסטאפער סטיעל האט געהאט מיטגעטיילט די געפינסן פון זיין דאסיער
דזשאנסאן האט שוין פרובירט דורכצופירן אן אפשטימונג דערויף אין לויף פון די אוגוסט למספרם ריסעס אבער די פארזוך איז דאן געווארן בלאקירט דורך מישיגען דעמאקראטישע סענאטאר גערי פיטערס וועלכע האט פארפירט אז עס איז נישט ערלויבט אין די צייט פון ריסעס לויט די קאמיטע פארשריפטן
*
פרעזידענט טראמפ איז געווארן באשולדיגט דורך א דזשורנאליסט מיט געוויסע באשולדיגונגען און טראמפ האט יענעם ארונטערגעריסן אלץ א ליגנער אויף א וועג וועלכע האט געפירט יענעם צו קלאגן דעם פרעזידענט מיטן באשמוצן און פארשמירן זיין נאמען
די יוסטיץ דעפארטמענט האט אצינד געזאגט פארן געריכט אז די שריט פון פרעזידענט טראמפ איז נישט געקומען אלץ פריוואטע אינדיווידועל נאר אלץ טייל פון זיין אפיציעלע קאפיציטעט אלץ פרעזידענט און דעריבער גייען זיי פארטרעטן דעם פרעזידענט און פארטיידיגן זיין רעכט נישט ארויסצוגעבן די פארלאנגעטע דאקומענטן און באווייזן
די טאקטיק איז נישט בלויז געציהלט צוצושטעלן די רעגירונג צו באשוצן דעם פרעזידענט נאר טעכניש א שפיצל לויז צו ווערן פון די גאנצע קעיס ווייל מען קען נישט קלאגן "די רעגירונג" אויף דעפעמעישן לויט די געזעצן פון קאנגרעס וואס איז איטצ אויף די ביכער אוזי לאנג ווי קאנגרעס באשטעטיגט נישט אזא געזעץ
*
מעין רעפובליקאנע סענאטארשע סוזען קאלינס אונטערגעשריבן א בריוו פון אירע דעמאקראטישע קאלעגן וועלכע רופט אויף טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין צו ערלויבן פעדעראלע ארבעטער און יוניפארמד סערוויס מעמבער צו באשליסן אויב זיי ווילן אפשטופן זייער פעיראל שטייערן ווי איידער זיי צוואונגען עס צו טוהן
*
פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן א פאנדרעיזער קומענדיגן זונטאג אין לאס וועגאס
די פרייז פאר א פארפאלק איז 150 טויזנט דאלער
*
די טראמפ קאמפיין האט אפגהאלטן א פאליטישע צושטאנד זיצונג מיט רעפובליקאנע קאנגרעסלייט און סענאטארן אויפוויקלענדיג זייער סטראטעגיע ווי אזוי צו גרייכן צו 270 עלעקטארעלס
*
רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פון אהייא'ס צענטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט מייק טורנער האט אויסגעגעבן 10 טויזנט דאלער אין קאמפיין פאנדס פאר 370 מאלצייטן זינט 2017 למספרם אריינגערעכנט אין אין רעסטוראנטן אין לאנדאן, בריסל און ניו יארק סיטי
עטיק וואטשדאגס זאגט אז עס ברענגט אויף פראגן אויב ביישטייערער טוען סובסידיזירן זיינע פערזענליכע עסן קאסטן
*
רעפובליקאנער פירער האבן טאקע פארמיטן לויז צו ווערן פון זייער דערווייל גרעסטע שטיינדל אין וועג די קענסאס סענאט זיץ מיטן פארזיכערן אז קריס קאבאך פארלירט די פריימערי אבער זעען נאך אלץ די פארמעסט צו זיין היבש קאנקורירנד מיטן דעמאקראט בוילער וועלכע פארמאגט א מאסיווע אויבערהאנט אויפן פאנדרעיזינג פראנט
אין א צייכן ווי ערנסט די רעפובליקאנער נעמען עס האט א מעקאנעל אליאירטע סענאט פירערשאפט פראנט אצינד רעזערווירט 5.2 מיליאן דאלער פאר טעלעוויזיע רעקלאמעס אין די סטעיט
*
אין ווייטערדיגע פארזוכן אריינצושניידן אין די מינאריטעט געמיינדע האט די טראמפ קאמפיין געלופטערט אן "אורבען ראדיו רעקלאמע" פארשטעלנדיג הערשל וואלקער און דזשארדזשיא דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר ווערנאן דזשאונס (ביידע אפריקאנער אמעריקאנער) וועלכע האבן ביידע אדרעסירט די רעפובליקאנע קאנווענשאן און זאגן אינעם עד אז דזשאו ביידען האט געהאט 47 יאר אויפצוטוהן אבער איז געווען אמור הרבה ועשה מעט
*
אין די רעפובליקאנע פריימערי שלאכט פאר די דזשארדזשיא סענאט זיץ האט דאג קאלינס ערהאלטן די אינדארסירונג פון סטעיט הויז ספיקער דעיוויד רעלסטאן און דערמיט אויסגעפלאסטערט דעם וועג שטראז פאר א גרופע וואקלדיגע סטעיט לעגיסלאטורן צו נעמען די זייט פון קאלינס אריינגערעכנט א טייל וועלכע האבן בעפאר געשטיצט לאפלער
*
דזשארדזשיא קאנגרעסמאן און רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט האט נארוואס ארויסגעשטעלט זיין ערשטע בראוקעסט טעלעוויזע רעקלאמע מיטן קעפל "איצט איז מיין רייע צו פארציילן די ווארהייט"
*
קאלינס הויפט קעגנער סענאטרקשע לאפלער האט געבעהטן די קעפיטאל פאליציי אויסצופארשן א עטליכע סטראשונקע בריוון געשיקט צו איר היים און איר אטלאנטא קאמפיין אפיס
*
פולע וועלן געדענקן דעם מאכטפולן רעפובליקאנע קאנגרעס מאיאריטעט פירער עריק קענטאר וועלכע האט האט איז אין א פאליטישע ערדציטערניש געפלויגן פון וואשינגטאן ווען אין 2014 למספרם האט דער קאנסערוואטיווער דעיוויד ברעט אים ארויסגעשטויסן אין א סורפרייז אויסגאנג אין די זיבעטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין ווירדזשיניע
ברעט האט דערנאך געוואונען אין די אלגעמיינע וואלן אבער אין 2018 למספרם ווען ער איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג האט דעמאקראט אביגיל ספענבערגער ארויסגעשטויסן ברעט פון אפיס
אצינד שטייט ספענבערגער ווידעראמאל בעפאר די וויילער און דאסמאל פארמעסט זי זיך אקעגן דעם רעפובליקאנער ניק פרייטוס
פרייטוס האט אצינד באקומען דינ אינדארסירונג פון עריק קענטאר און דעיוויד ברעט די צוויי געוועזענע קעגנער און ביידע פון זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין זיין קאמפיין צו סערווירן אויפן קאמפיין פינאנץ קאמיטע
*
אין א פלאן צו רעפארמירן די "סענאט" האט נעבראסקע רעפובליקאנע סענאטאר בען סעס ארויסגעשטעלט א רייע געדאנקן וועלכע רעכנט אריין צווישן אנדערן צו פארלאנגען פון סענאטארן צו פאקטיש וואוינען אין סענאט אין די צייט פון סעסיע און עסן און פארברענגן אין די סענאט דארמאטארי, סענאטארן זאלן זיין באגרעניצט צו סערווירן א מאקסימום פון איין 12 יעריגע טערמין, סענאט זאל שטימען אויף צוויי יעריגע בודזשעטן, אוועקנעמען די קאמערעס פון סענאט, עלימינירן א רייע קאמיטעען וועלכע זענען געשטעלט אויף א ברייטע אויסוואל פון אישוס און זיי ערזעצן מיט א קלענערע צאל קאמיטעען מיט יוריסדיקציע אויף מער ספעציפיש און געציהלטע טעמעס, צוריקדרייען די 17'טע אמענדמענט מיטן צוריקגעבן מאכט פאר סטעיט לעגיסלאטורן צו נאמינירן די סענאטארן
*
רעדנדיג פון נעבראסקע פארציילט א נעבראסקע רעסטוראנט ארבעטער אז זי פלעגט פארדינען צוווישן 30 און 40 אלער א נאכט פוטן טיפס וועלכע קונדן האבן איר געגעבן אין די צייט וואס זי פלעגט טראגן א מאסק
איצט אז זי האט אויסגעטוהן די מאסק פארדינט זי איבער 100 דאלער אין יעדע שיפט
*
די פאנעל אויף די ניינטע סירקוט וועלכע האט געשטעלט אן אדמיניסטראטיווע סטעי אין שטיצע פון פעדעראלע אגענטן אין פארטלענד האט אריינגענומען צוויי ריכטער נאמינירט דורך פרעזידעט טראמפ
אצינד וועט די קעיס איבער דאס באשוצן די רעכטן פון די פרעסע און לעגאלע אבזערווירער ווערן באהאנדלט אום סעפטעמבער 19 למספרם דורך א פאנעל ופן ריכטער א'סקאנלעין נאמינירט דורך פרעזידענט רעיען
ריכטער קאולינסאן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן
און ריכטער קריסטען נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא
*
מאנטאנא איינוואוינער מיטן נאמען מארקאיא דזשיען גולעט איז געזיצן ביים רעדל פון א פארד עקספלארער אויף א מאנטאנא שאסיי ווען פלוצלינג האבן איינע פון די רעדער באשלאסן צו מאכן שבת פאר זיך און אין רעזולטאט האט גולעט פארלוירן קאנטראל און אריינגעגליטשט אין א זומפ און גענומען גראד פון דארט דעם עקזיט וועלכע פירט ארויס פון אונזער וועלטל

אין א באזונדערע אינצידענט איז א מינעסאוטע מאן מיטן נאמען באנדעמער אויך געזיצן אין א פארד אויטאמאביל אינעם פאסאזשיר זיץ ווען די אויטא איז געווארן פארוויקלט אין אן אינצידענט און די עירבעג האט פארפעלט זיך צו עפענען און דער באנדעמער האט געליטן מח שאדן

די פארשטארבענע פרוי גולעט און אירע נאנטע זענען געווארן פארטרעטן דורך אן אדוואקאט און האבן אריינגעטראגן קלאגעס אקעגן פארד אין א א סטעיט געריכט אין מאנטאנא אין די זעלבע צייט וואס באנדעמער האט געטוהן די זעלביגע אין מינעסאוטע

לויט די געזעץ דארף א געריכט האבן אדער אן אלגעמיינע פערזענליכע יוריסדיקציע איבער א קעיסאדער א ספעציפישע פערזענליכע יוריסדיקציע צו קענען אריינרעדן אין די קעיס

אלגעמיינע פערזענליכע יוריסדיקציע קומט ווען די אנגעקלאגטע פארמאגט אירע הויפטקווארטירן אדער האבן געעפנט זייער לעגאלע קארפאראציע אין די גרעניצן פון די סטעיט

ספעציפישע פערזענליכע יוריסדיקציע באדייט אז די אנקלאגע שטאמט ארויס פון און איז באזירט אויף אקטיוויטעטן דורכגעפירט אינערהאלב די סטעיט

די פארד הויפטקווארטירן זענען סטאנציאנירט אין מישיגען און איר קארפאראציע איז געפיילט געווארן אין דעלעוועיר און די אויטא'ס אין די צוויי קעיסעס זענען ביידע נישט פראדוצירט געווארן אין מאנטאנא אדער מינעסאוטע

(אין די מאנטאנא קעיס האט פארד צוזאמגעשטעלט די קאר אין קענטאקי און עס פארקויפט צו א דיעלערשיפ אין וואשינגטאן סטעיט און די דיעלערשיפ האט עס ווייטער פארקויפט צו אן איינוואוינער אין ארעגאן וועלכע האט עס שפעטער פארקויפט צו עימיצער וועלכע האט עס אריינגעברענגט קיין מאנטאנא

פארד האט געזוכט צו נוצן די געזעץ זיך אפצושאקלען פון די קלאגעס מיטן אנצייגן אז די געריכטן אין די באטרעפנדע סטעיטס פארמאגן נישט קיין יוריסדיקציע איבער זיי אבער די געריכטן אין ביידע פעלער האבן געשריבן אז דאס אז פארד לאזט לויפן רעקלאמעס אין די סטעיטס, פארקויפן אויטא טיילן, שטעלן צו מאקעניק סערוויסעס און נעמען צוזאם דאטא איבער רע דעזיגנאציע פאר צוקונפטיגע פראדוקציע פון קאנסומער אין די סטעיט איז גענוג א דירעקטע ביזנעס פארבינדונג מיט די סטעיט אז די סטעיט געריכטן זאלן האבן א ספעציפישע פערזענליכע יוריסדיקציע איבער זיי

פארד האט עס אפעלירט צו די סטעיט סופרים קאורטס אבער האבן פארלוירן דארט אין ביידע פעלער אפעלירנדיג די אורטיילן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן וועלכע האט צוזאמגעשטלעט ביידע קעיסעס און וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן און אקטאבער 7 למספרם

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:55 am

יישר כוח @הבל.
קלאר און דעטאלירט ווי אלעמאל,
קיפ איט אן.
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:47 pm

אביסל טיפער האט געשריבן:יישר כוח @הבל.
קלאר און דעטאלירט ווי אלעמאל,
קיפ איט אן.

יישר!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:21 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג נצבים וילך


ווייסע הויפט שטאב הויפט מעלדט אז פרעזידענט טראמפ וועט אין די נאנטע טעג פארעפנטליכן זיין איבערגעמאכטע ליסטע פון וועלכע ער פארפליכט זיך אויסצוקלויבן א נאמיני צום סופרים קאורט אויב זאל ער באאקומען די געלעגנהייט


קומט אין קורצן

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 4:16 pm

יישר כח.

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:02 am

דורך גייען'דיג די לעצטע פאר בלעטער
לייען איך די באריכטן פון אלקסיי #3
אינדערמיט שפיר איך די קאקאש האט אן אנדערע טעם
(די באריכטן פון די געריכט איז באריכות בטיב טעם ודעת)
געב אעך א ריק ארויף זען ווער די בעקער איז
זעעך אז דאס קימט טאקע פון די אנדערע בעקער (הכל הבל)
שכוח פאר אייך ביידע
הק' יישר כח

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:30 am

דאנערשטאג נצבים וילך




א סיניאר אפאזיציע פירער אין בעלארוס זאגט מען האט איר געסטראשעט אומצוברענגן אויב זי פארלאזט נישט דאס לאנד
*
דזשוליאן אסאנדזש וועלכע האט פארלוירן א געריכט קאמף צו פארשלעפן זיין אויסליפערונג קיין אמעריקא האט ווידער באוויזן צו פארלענגערן די פראצעדור נאך וואס איינע פון די פראקורארן איז געווארן דיאגנאזירט מיט די ווירוס
*
די ענווייראמענטאל פראטעקשאן אגענטור דזשענעראל קאונסעל מעט לעאפאלד גרייט זיך איבערצולאזן די אדמינסטראציע אין די קומענדיגע וואכן
*
דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש דזשאן רעטקליף האט אריינגעהויבן קריטיק פון זיין פארגייער דען קאוטס פארן באגרעניצן געוויסע שפיאנזש רעפעראטן פאר די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטעצו בלויז שריפטליך אין די צייט וואס די סענאט שפיאנזש קאמיטע וועט זיי ווייטער באקומען מונדליך זאגנדיג אז באהאנדלען אנדערש די צוויי קאמיטעען איז אומריכטיג
*
מיט 77-18 האט די סענאט נעכטן אפגעשטעלט דעבאטע אויף די נאמינאציע פון טאם קאלען פאר דיסטריקט ריכטער פאר מערב ווירדזשיניע
די נאמינאציע איז געשטציט דורך ביידע דעמאקראטישע סענאטארן פון ווירדזשיניע
*
מיט 94-2 האט די סענאט נעכטן אפגעשטעלט דעבאטע אויף די נאמינאציע פון דיאנא גאדזשאראטי פאר דיסטריקט ריכטער אין מזרח ניו יארק
די נאמינאציע ווערט געשטיצט דורך ביידע ניו יארקע סענאטארן און די צוויי סענאטארן וועלכע האבן געשטימט אקעגן אפשטעלן דעבאטע זענען געווען סענאטאר מערקי און סענאטאר קריס ווען האלען
*
סענאטארשע טאמי דאקווארט האט פרובירט אויפצוברענגן א רעזאלוציע צו באעהרן אמעריקאנע זעלנער און פארדאמען פרעזידענט טראמפ פאר קאמענטארן וועלכע ער האט אנגעבליך געלאזט פאלן אין פאריז לויט א באריכט אין די אטלאנטיק
סענאטארשע לאפלער האט בלאקירט די רעזאלוציע
*
די מאגערע סענאט סטימילוס ביל וועלכע דעקט א רייע פריאריטעטן פון שליסל רעפובליקאנע סענאטארן טוט אין די זעלבע צייט איגנארירן אנדערע פארלאנגען דורך מער מעסיגע סענאטארן (מעגליך מיטן רעכענונג אז זיי וועלן סייווי שטימען דערפאר)
צום ביישפיל רעכנט נישט די ביל אריין 500 ביליאן דאלער פאר סטעיט און לאקאלע רעגירונגען טראץ אזא פאדערונג פון סענאטארן קאלינס, גארדנער און נאך
אויך ליגט נישט אינעם ביל שטייער רעדוקציעס פאר וויכטיגע ארבעטער ווי עס האט געוואלט סענאטארשע ערנסט
די 4 טויזנט דאלער וואקאציע שטייער וועלכע סענאטארשע מקסעלי האט פארלאנגט איז אויך נישט צו געפונען אינעם ביל
אזוי אויך טרעפט מען נישט אינעם ביל די 25 ביליאן דאלער פאר די פאסטעל סערוויס פארלאנגט דורך סענאטארן קאלינס, דעינס, גארדנער און סאליוואן
*
ביי די נעכטיגע מיטאג האט מעקאנעל גאנץ קלאר געפרעגט זיינע מעמבערס אויב זיי ווילן טוהן "עפעס" אדער "גארנישט" און נעכטן האט עס אויסגעקוקט אז עס איז נישטא קיין 51 סענאטארן פאר טיעם "עפעס"
*
עס ווערט איצט באריכטעט אז די רפעובליקאנע סענאט קאקוס וועט אין די פריע נאכמיטאג שטונדן אפהאלטן אן אינערליכע טעסט אפשטימונג צו זעהן מי ומי ההולכים
*
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ארויסגעשטעלט זיין פארגרעסערטע ליסטע פון פאטענציאלע סופרים קאורט אויסוואלן ארייננעמענדיג דריי סענאטארן און נאך די ליסטע האט אויך אריינגענומען עטליכע פרויען ריכטער נאך דרוק פון רעפובליקאנע סענאטארן ווי טשאק גרעסלי וועלכע האט זעלבסט רעקאמענדירט צוויי פרויען קאנדידאטן און געזאגט פריוואט פאר ווייסע הויז באאמטע אז די נעקסטע אויסוואל מוז זיין א פרוי
*
איבער די באב וואודווארד אויפדעקונג זאגט צפון קאראליינע סענאטאר טאם טיליס: איך דארף נאך ליינען די פולע קאנטעקסט בעפאר איך קען קאמענטירן
ער האט דאן צוגעלייגט אז: ווען דו ביזט אין א קריזיס סיטואציע דארפסטו אינפארמירן מענטשן פאר זייער פובליק העלט אבער דו ווילסט אויך נישט אויפטרייבן היסטעריע
*
סענאטאר קרעמער איבער די געשיכטע: עס באדערט מיר נישט און איך שפור נישט אז דער פרעזידענט זאל האבן סיי ווען ליגן געזאגט צו סיי וועם
ער איז אן האפענונגספולע, אויפגעלעבטע, פאזיטיווע פערזאן
די ערנסטקייט דערפון ווען עס איז געווארן קלארער די ערנסקייט פון די סיטואציע איז געווארן זייער קלאר רעפלעקטירט דורך אים
*
סענאטאר קענעדי זאגט איבער דעם אז די סארט "איך האב דיך געכאפט ביים ווארט" ביכער אינטערסירן אים גאנץ ווינציג
ווערנדיג געצימבלט אז דער פרעזידענט איז זייער קלאר רעקארדירט זאגט קענעדי אז מארגן וועט שוין זיין א פרישע בוך אויף די פאליצעס און דאן פארגעזעצט צו אויסצולויבן די ווירוס רעאקציע פון די אדמינסטראציע
*
פאר די וועלכע האבן זיך געוואונדערט ווער עס האט געשטופט פרעזידענט טראמפ צו רעדן מיט באב וואודוואד
ווייסע הויז שטאב הויפט מארק מעדאוס זאגט אז ווען ער זאל ווען זיין אויף זיין פאזיציע אין די צייט ווען טראמפ האט געשמוסט מיט וואודווארד וואלט ער אדוואקאטירט דערקעגן
אבער אצינד איז סענאטאר לינדזי גרעהעם ארויסגעקומען זאגנדיג אז ער האט צוגערעדט דעם פרעזידענט עס צו טוהן קלערנדיג אז עס וועט גיבן א געלעגנהייט פארן פרעזידענט צו באאיינפלוסן די בוך אויף א פאזיטיווע וועג
טאקער קארלסאן פון פאקס האט זיך הויך געוואנדערט אויף גרעהעם'ס מאטיוון
*
די ביידען קאמפיין האט ארויסגעשטעלט א פרישע רעקלאמע זיך צו פארטייידיגן פון די טראמפ קריטיק אז ער גייט הייבן שטייערן
די רעקלאמע באשולדיגט אז טראמפ זאגט נאכאמאל ליגן און אז דזשאו ביידען וועט נישט העכערן קיין שטייערן אויף פארדינער פון אונטער 400 טויזנט דאלער נאר אנשטאט מאכן די רייכע און גרויסע קארפארעישאנס צאלן מער
*
דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט נאמיני קאמאלא העריס נעמט אן א מער ווי געווענליכע ראלע ווען עס קומט צו אדווערטייזינג און וועט פראמינענט פיגורירן אין א 1 מיליאן דאלער רעקלאמע בליץ וועלכע ציהלט די אפריקאנע אמעריקאנע געמיינדע
די אייאווע פארם ביורא אינדארסירט סענאטארשע דזשאני ערנסט (ר) פאר ווידערערוויילונג
*
די דעמאקראטישע סענאט פעק האט ארויסגעשטעלט א רעקלאמע ארונטערצורייסן קאלאראדא סענאטאר קארי גארדנער (ר) אלץ נאנט פארבונדן מיט טראמפ און קלעבן איינער צום צווייטן ווי נוס פוטער צו לעקוואר
*
מישיגען רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט דזשאן דזשעימס ארויס מיט פרישע רעקלאמע צוריקשלאגנדיג דעמאקראטישע אטאקע רעקלאמעס וועלכע האבן אים אראפגעריסן איבער העלט קעיר און רי עקזיסטינג קאנדישאנס
*
אין קאלאראדא איז די גארדנער קאמפיין ארויס מיט א פרישע רעקלאמע אקעגן דעמאקראט היקענלופער איבער עטיקס באשולדיגונגען
*
אין אריזאנא האבן די דעמאקראטן אויך ארויסגעשטעלט זייער ערשטע סענאט רעקלאמע ארונטעררייסנדיג סענאטארשע מקסעלי איבער העלט קעיר
*
אין די דזשארדזשיא סענאט דזשאנגל פארמעסט האט דעמאקראט ווארנאק ערהאלטן א וויכטיגע אינדארסירונג פון א פראמינענטע לעיבאר יוניאן אין די סטעיט
*
אריבער אויף די רעפובליקאנע שלאכט אינעם זעלבן פארמעסט האט קאנגרעסמאן דאג קאלינס באקומען די אינדאריסרונג פון די אטלאנטא פאליציי יוניאן
*
לינדא פריטשעט וועלכע פארמעסט זיך אין די דעמאקראטישע ספעשל פריימערי פארמעסט צום דזשארדזשיא סטעיט סענאט צו פארטרעטן די 39'סטע דיסטריקט איז געווארן ארעסטירט נאכן זיך איינברעכן אין איר אייגענע היים אין סאוט פולטאן נאכן ווערן ארויסגעשטעלט פון דארט
*
אין די צייט וואס ראד ראזנסטיין האט אויפגענומען ראבערט מולער פאר ספעשל קאונסעל האט פרעזידענט טראמפ פארפירט אז עס איז א קאנפליקט אף אינטרעסט זינט איין טאג בעפאר (מאי 16 למספרם) איז מולער געווארן אינטערוויוט מעגליך איבערצונעמען די עף בי איי דירעקטאר פאזיציע און טראמפ האט עווענטועל באשלאסן אים נישט צו נעמען
מולער האט דאן געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט איינגעגעבן פאר די דזשאב נאר אריבערגעקומען צום ווייסן הויז גיבן ראט איבער דאס אויפנעמען אן ערזאץ צו קאומי
טראמפ האט רעאגירט דערויף זאגנדיג אז ער האפט אז מולער וועט נישט זאגן אזאנס אונטער שבועה ווייל ער האט אין פאקט יא געזוכט די דזשאב און אז ער האט מערערע עדות דערצו אריינגערעכנט וויצע פרעזידענט פענס
ווען די געלעגנהייט איז אנגעקומען און מולער האט זיך געטראפן אין קעפיטאל היל האט א פלארידא רעפובליקאנע קאנגרעסמאן אים געפרעגט איבער דעם און מולער האט דאן געזאגט אז ער האט נישט געזוכט די דזשאב נאר געווארן אריבערגערופן צו הערן זיין אויסקוק איבער וואס עס פעלט זיך אויס צו קענען זיצן אויף אזא פאסטן
א קאנסערוואטיווע ארגאנאזאציע האט אריינגעגעבן א פריהייט פון אינפארמאציע פארלאנג פאר יוסטיץ דעפארטמענט דאקומענטן וועלכע קענען ווארפן ליכט אויף די ווארהייט און האט אצינד באקומען צוטריט צו אן אימעיל געשיקט פון ראד ראזנסטיין צו דזשעף סעשאנס שטאב הויפט אום מאי 17 למספרם מיטן קעפל "מולער" און דארט שטייט "ארויסגעצויגן פון באטראכט ווערן פאר די עף בי איי דירעקטאר"
לויט מעמאוס פון די מולער אויספארשונג וועלכע האט אריינגענומען אן אינטערוויו מיט ראד ראזנסטיין האט ראזנסטיין באשלאסן אום מאי 10 למספרם צו נעמען א ספעשל קאונסעל און זיך בו ביום פארבנדן מיט מולער אים פארצושלאגן די דזשאב
אום מאי 12 למספרם האבן זיך די צוויי געטראפן פערזענליך און מולער האט שפעטער אין יענע אוונט גערעדט מיטן שטאב הויפט פון דזשעף סעשאנס
א טאג דערויף האט זיך מולער געטראפן מיט סעשאנס און ראזנסטיין און מולער האט קלארגעשטעלט פאר סעשאנס אז ער זוכט נישט די עף בי איי דירעקטארשאפט
ראזנסטיין האט אויך געזאגט פאר די עף בי איי אז די ערשטע נאמען צו ווערן אינטערוויוט פאר די עף בי איי דירעקטארשאפט איז געווען מולער אבער יענע טייל איז פארמעקט
צוליב דעם וואס מולער האט נישט געוואלט די פאזיציע האט ראזנסטיין אים פארזיכערט ווען זיי האבן זיך געטראפן מיט סעשאנס אז סעשאנס וויל בלויז הערן זיינע געדאנקן איבער וואס עס דארף געטוהן ווערן מיט די עף בי איי און סעשאנס האט געהאלטן אז זייענ געדאנקן זענען געווען בריליאנט
גייענדיג פאראויס צו א וויסע הויז אינטערוויו איז מולער נאכאמאל געווארן פארזיכערט אז מען וויל בלויז הערן זיינע געדאנקן (אכט צו גיבן אויף מולער'ס פרעסטיזש נישט צו ווערן געשיקט צו אן אינטערוויו און מעגליך ווערן אפגעזאגט דורכ'ן פרעזידענט) אבער אין פאקט איז מולער'ס נאמען יא געווארן אריינגעשטעלט אין די ווייסע הויז ליסטע פון מעגליכע קאנדידאטן (מעגליך ווייל ראזנסטיין האט נאך געהאפט אז אויב די אינטערוויו גייט ווי געשמירט קען נאך מולער טוישן זיין מיינונג)
ביז אהער איז א תמצית פון די עף בי איי מעמאוס פון זייער אינטערוויו מיט ראזנסטיין
ווען מעו באטראכט אלע זייטן קען מען שפעקולירן אז ראזנסטיין האט די גאנצע צייט געזוכט צו שטופן מולער צו נעמען די פאזיציע איז מולער איינגעגאנגען צו רעדן איבער די פאסטן (אויב מולער האט עס טאקע נישט געוואלט אדער געשפילט פראפעסיאנאל ווי ער זוכט עס נישט ביז ער הערט אז טראמפ וויל אים ? אויבנאויף קוקט נישט אויס ווי ער זאל עס האבן געזוכט אבער עס בלייבט אפן פאר דעבאטע צוצוטרעפן וואס לויפט דורך אין יענעם'ס געדאנקן) און טראמפ קען זייער מעגליך האבן פארשטאנען אז מולער זוכט יא די דזשאב ווייל עס איז זייער מסתבר אז ראזנסטיין האט אים נישט געזאגט פון פאראויס אז ער גייט אינטערוויוען עימיצער וועלכע וויל נישט די דזשאב
*
טאקער קארלסאן פון פאקס האט ארויסגעשטעלט א רעקארדירונג ווי מען הערט קריס קאומא פון סי ען ען טרענירן מייקל קאהען גיבן א נעגאטיווע אינטערוויו איבער טראמפ און קאומא שרייבט אים פאר ווארט ביי ווארט פון א רייע פראגן און ענטפער
ביים ענדע פון די געשפרעך זאגט אים קאומא אז ער גייט מאכן עטליכע טעלעפאן רופן צו עקספערטן זיכער צו מאכן אז סיי וועלכע פראגן וועלן נישט שטעלן קאהען אין קיין לעגאלע פראבלעמען
באזונדער איז געווארן אויפגעדעקט אז סי ען ען'ס הויפט זוקער פלעגט צוריק אין 2016 למספרם שמועסן מיט מייקל קאהען און פארגעשלאגן א וועכנטליכע סלאט אויף די נעטווארק פאר טראמפ און אויך געגעבן ראט פאר קאהען צו נאכאנאנד נוצן אטאקע פראזן בעפאר די פריימערי דעבאטעס ווען ער רעדט צו טראמפ אזוי ארום אז טראמפ זאל נישט ווערן אזוי סענסיטיוו אויף דעבאטע סטעידזש ווען ער הערט עס פון זיינע אפאנענטן
*
פאר די וועלכע האבן נאכגעפאלגט אונזערע געריכט באריכטן פארלאפענע יאר וועט די קומענדיגע באריכט זיין דאס צווייטע איבער א רעגירונג פארכאפטע אויטאמאביל איבער וועלכע די סופרים קאורט דארף באשליסן אויב מען זאל עס אומקערן צום אייגנטומער
די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען א פרוי אין שיקאגאו מיטן נאמען ראבין פולטאן האט זיך איינגעהאנדלט אן אויטא וועלכע איז דריי וואכן דערויף געווארן קאנפיסקירט דורך די פאליציי צוליב וואס זי האט פארלעצט א פריערדיגע ווארענונג נישט צו דרייוון מיט סוספענדירטע לייסענס

א צייט שפעטער האט פולטאן דערקלערט באנקראט אונטער טשעפטער 13 וועלכע טוט אויטאמאטיש אריינשטעלן אלע אירע אייגנטום אונטער אן עסטעיט געשאפן דורך די געריכט וועלכע פארזיכערט די נכסים אין לויף פון די צייט וואס קלענערע צאהלונגען ווערן געמאכט מיט א צאהלונג פלאן פארן באנקראטירטן'ס בעלי חובות

די גרויסע פראגע ווערט וואס מען טוט אין פאל וואס א בעל חוב האט שוין פארכאפט (מיט לעגאלע רעכט) אייגנטום פונעם אנזעצער בעפאר יענע/ר האט דערקלערט באנקראט

ביי אונזער פאל איז די פראגע ארויפגעשווימען אויפן אויבערפאלך ווען די פאליציי האט זיך אנטזאגט אומצוקערן די אויטא צוליב וואס עס האט זיי געקאסט געלט אויפצוהאלטן און זיי האבן עס געוואלט האלטן אלץ משכון צו פארזיכערן אז פולטאן באצאלט ס'געלט איידער זיי באפרייען עס

אזעלכע ערשיינונגען איז אן אפטע זאך און אין שיקאגא אליינס האט פאסירט נאך דריי אזעלכע פעלער אויסער די פולטאן פאל און אין אלע פון זיי האבן די באנקראט געריכטן געאורטיילט אקעגן די פאליציי

די געריכטן האבן אלע גענומען די זעלבע ליניע און באזירט זייערע אורטילן אויף אן אורטייל מיט א צייט צוריק דורך די זיבעטע סירקוט קאורט וועלכע שרייבט אז די "אויטאמאטישע סטעי" וואס באדייט אז ווען עימיצער דערקלערט טשעפטער 13 מוזן אלע זיינע אייגנטומען (מיט געציילטע אויסנאמען ווי פענסיע, פארדינסטן וועלכע גייען צו דעקן יענעם'ס העלטקעיר פלאן און נאך) גיין צום עסטעיט איז אויך גילטיג פאר אייגנטום וועלכע זענען שוין קאנפיסקירט געווארן בעפאר די טשעפטער 13 פעטיציע איז געווארן געפיילט

יענע אורטייל פון די זיבעטע סירקוט איז געקומען פון ריכטער קאדאהי (וועלכע איז שוין זינט דאן אפגעשטארבן), ריכטערין וויליאמס און ריכטער טינדער

די אורטייל אז די אויטאמאטישע סטעי גייט למפרע געלאפן סינאנים מיט אורטיילן פון די צווייטע, אכטע און ניינטע סירקוטס אבער פארקערט ווי די צענטע סירקוט

קלארצושטעלן, אפילו לויט די אורטייל פון די מאיאריטעט קרייז געריכטן קענען פריערדיגע קאנפיסקירער לויפן אין געריכט מיט פארשידענע באקלאגענישן און א רייע פעלער צו איבערצייגן אז מיטן לאזן די פארכאפטע איינגטם אונטער די בעלות פון די עסטעיט זענען זיי אין געפאר צו דערלייגן די חוב וואס קומט זיי זינט זיי האבן מער נישט קיין משכון מיט וואס צו סטראשען
ריכטער וועלן אפשצאן די צושטאנג פון יעדע ספעציפישע קעיס באזונדער און פאסן באשלוסן צוגעפאסט צו די סיטואציע
אבער די גרויסע פראגע ווי די צענטע געריכט האט זיך אפגעבראכן פון די אנדערע סירקוטס איז געווען ווער עס זאל זיין דער מוחזק און ווער עס זאל זיין דער מוציא מחבריו ועליו הראי'

די זיבעטע און אנדערע געריכטן האבן געזאגט אז עס פאלט אונטערן אויטאמאטישע סטעיט אוןדעריבער מוז עס צו ערשט ווערן איבערגעגעבן ווערן צו די עסטעיטס און אויב דער קאנפיסקירער קען איבערצייגן אז די עסטעיט טראסטי וועט זיך נישט געהעריג רעכענען מיט אים ווען עס קומט צו אויסארבעטן און פארזיכערן אז דער אנזעצער באצאלט זיין חוב קען ער לויפן אין געריכט און פרובירן צו איבערצייגן א ריכטער

וווידעראום די צענטע סירקוט האט געהאפטן קאפויער אז צו דער אנזעצער דארף צו ערשט באצאלן זיינע חובות פאר פריעדיגע קאנפיסקירער איידער זיי דארפן באפרייען די קאנפיסקאציע

די באנקראט געריכט האט אין פולטאן'ס קעיס גענוי ווי אין אירע שוועסטער קעיסעס זיך אנגעלאנט אויפן זיבעטן סירקוט קאורט און פארלאנגט פון די סעיטי זאפארט אומצוקערן די אויטא און ארויפגעשטעלט סאנקציעס פון 100 דאלער פאר יעדן טא וואס זיי שלעפן ארום אבער די סיטי איז געלאפן צום דיסטריקט געריכט בעטן פאר א סטעי

זייער האבן געהאט א רייע מיט ארגומענטן אנגעהויבן מיטן בעטן אז מען זאל איבערדרייען די זיבעטע סירקוט פרעצעדענט און אנשטאט גיין מיטן צוגאנג פונעם צענטן סירקוט

באזונדער האבן זיי פארפירט אז אפילו אויב די אויטאמאטישע סטעיט גייט למפרע פאלן די סיטי אונטער פארשידענע אויסנאמען וועלכע פאלן נישט אונטער די סטעיט אריינגערעכנט רעגירונג פארכאפונג פון אייגנטום געציהלט צו פארזיכערן די געזונט, וועילפעיר, מאראל און זיכערהייט פון די באפעלקערונג

פולטאן און די קלעגער אין די אנדערע קעיסעס האבן אבער גע'טענה'ט אז צאהלונגען פאר אויפהאלטן קאנפיסקירטע איינגטום (אדער אין די אנדערע פעלער פארקינג טיקעטס און די געהעכערטע שטראף פאר שפעטע צאהלונגען דערפאר) איז בלויז געציהלט צו בארייכערן די שטאטישע קאסע און האט גארנישט מיט פובליק סעיפטי און איז דעריבער נישט אויסגעשלאסן פון די אויטאמאטישע סטעי

די דיסטריקט געריכט האט אבער געגעבן גערעכט פאר פולטאן און די סיטי האט גענומען די קעיס צום זיבעטן סירקוט צו בעטן צווישן אנדערן אז זיי זאלן איבערדרייען זייער אייגענע אורטייל אויף וועלכע די נידריגע געריכטן האבן זיך סומך געווען מיט די האפענונג אז די פאקט אז די דריי ריכטער פאנעל זענען נישט די זעלבע דריי ריכטער ווי אין די פריערדיגע קעיס לאזט זיי איבער מיט עפעס שאנסן פאר סוקסעס

די זיבעטע סירקוט האט כמעשהו בראשונה ווידערהאלט זייער שטעלונג פונקט ווי בעפאר און שיקאגאו האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן וועלכע וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אום אקטאבער 7 למספרם


א לעכטיג שבת!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:41 am

הכל הבל האט געשריבן:*
פאר די וועלכע האבן זיך געוואונדערט ווער עס האט געשטופט פרעזידענט טראמפ צו רעדן מיט באב וואודוואד
וווייסע הויז שטאב הויפט מארק מעדאוס זאגט אז ווען ער זאל ווען זיין אויף זיין פאזיציע אין די צייט ווען טראמפ האט געשמוסט מיט וואודווארד וואלט ער אדוואקאטירט דערקעגן
אבער אצינד איז סענאטאר לינדזי גרעהעם ארויסגעקומען זאגנדיג אז ער האט צגערעדט דעם פרעיזדענט עס צו טוהן קלערנדיג אז עס וועט גיבן א געלעגנהייט פארן פרעזידענט צצו באאיינפלוסן די בוך אויף א פאזיטייוע וועג
טאקער קארלסאן פון פאקס האט זיך הויך געוואנדערט אויף גרעהעם'ס מאטיוון


יעצט שטימט שוין אלעס, איך הייב שוין אן טראכטן צו ס'וואלט נישט בעסער געווען ווען דער שיכור בלייבט אויף די אנדערע זייט, דערווייל גארנישט געהאלפן, אויב עפעס נאר שאדן געמאכט

הכל הבל האט געשריבן:*
די ביידען קאמפיין האט ארויסגעשטעלט א פרישע רעקלאמע זיך צו פארטייידיגן פון די טראמפ קריטיק אז ער גייט הייבן שטייערן
די רעקלאמע באשולדיגט אז טראמפ זאגט נאכאמאל ליגן און אז דזשאו ביידען וועט נישט העכערן קיין שטייערן אויף פארדינער פון אונטער 400 טויזנט דאלער נאר אנשטאט מאכן די רייכע און גרויסע קארפארעישאנס צאלן מער


פאר די אפאזיציע קאנדידאט צו זיין אויף דיפענסיוו איז זייער נישט קיין גוטע זאך

דערמאנט מיך פון ראמני 12', געווען פארנומען אפציווישן די קרעמיש קעיק וואס די אבאמא קאמפיין האט ארויפגעשמירט אויף אים
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

Kollel
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:52 am

הכל הבל האט געשריבן: א לעכטיג שבת!

הי איז בעק.. ביזנעס עס יוזשעל.. ער וואונטשט שוין דע דארנעשטאג פארטאגס גוט שבת...
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:02 am

שכוח הבל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 1:15 pm

באמת א יישר כח הבל.
אקעי! נאך עפעס?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yid101 און 10 געסט