א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 4:21 pm

ישר כח פאר די באריכט, איך פארשטיי נישט וואס מיינט אין ריכטונג פון קאמוניזם, כינע איז דאך אפיציעל א קאמוניסטיש לאנד, מען מיינט אפשר סטאליניזם?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 4:23 pm

א פרישע שטאפל אין נוצן די טעכנאלאגישע פארשריט צו נאכ(פאר)פאלגן די בירגער

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 4:24 pm

צווחין ככלבין: הבל!! הבל!!

;1@ ;1@ ;1@
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 4:26 pm

שקויעך און א גוט שבת
ס'שוין מיטוואך מ'קען שוין זאגן לכי נרננה

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 5:27 pm

הלשון האט געשריבן:צווחין ככלבין: הבל!! הבל!!

;1@ ;1@ ;1@

די נייע אויסשטעל מיט די מימרות נאך יעדע נייעס'ל איז געואלדיג!
הכל הבל, איינס אין דיוועלט!
;1@ ;1@ ;1@
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 7:47 pm

ברויך שוין א שינו שם עס איז שוין נישט ''הכל'' הבל שוין דא פסיקים מיט מימרות אינמיטען

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:14 pm

מחי'דיג!!! געקאקאש'ט געקאפי'ט (מיט א פ אן א פינטל) גענייעס'ט געלערנ'ט, א מנחה מעריב נאך און די טאג איז געקאווערט! טענקס הכל!

Potus
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 1:43 am

יישר כח כהאב זייער הנאה פון די טעגלעכע קאקאש קעיק אין די היינטיקע וועלט קען זיין נייעס אפילו חגא
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 4:24 am

הכל הבל האט געשריבן:בולעטין מעלדונג צו די ליינער: צוליב די מארגנדיגע חגא איז נישט ערווארטעט צופיל נייעס, דעריבער וועט אויף מארגן דאנערשטאג ווארשיינליך נישט ערשיינען די טעגליכע באריכט ולא תמצאוהו בשדה


נו אויב סאיז חגא ברויכט מען נישט קיין קאווע מיט קאקאש??????? :?: :?:

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 12:23 pm

יישר כח הבל, איך גיי פאר דיינע מליצות!
לאנדאנער האט געשריבן:
כל הבל האט געשריבן:בולעטין מעלדונג צו די ליינער: צוליב די מארגנדיגע חגא איז נישט ערווארטעט צופיל נייעס, דעריבער וועט אויף מארגן דאנערשטאג ווארשיינליך נישט ערשיינען די טעגליכע באריכט ולא תמצאוהו בשדה


נו אויב סאיז חגא ברויכט מען נישט קיין קאווע מיט קאקאש??????? :?: :?:

וואדע דארף מען, אבער פרישע נייעס דארף מען נישט...
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:25 pm

ווי געמאלדן נעכטן וועט טאקע די אשכול היינט נישט ווערן געאפדעיטעד
פאר די וועלכע זענען אבער געבליבן שטעקן מיט א שטיקל קאקאש אין גארגל קענען אריינבליקן אין די געריכטן נייעס אשכול וועלכע איז פריער געווארן געאפדעיטעד

א לעכטיגן שבת!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג נובעמבער 23, 2018 12:50 pm

הכל הבל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:יישר כח אלע פאר די פידבעק

עס גיבט די מוט פארצוזעצן

הגב הרב הכל הבל אידישע נייעס האט פאריגע וואך אראפגעברענגט א נייעס געברענגט דורך הכל הבל צו אידישע נייעס
האסטו זיי עס טאקע געשיקט אדער זיי האבן עס פשוט געקאפיט פון דא ?

אדרבה,ניתי ספר ונחזי, ציטיר עס דא און לאמיר זעהן במה דברים אמורים

אקעי כ'האב נישט געטראפן ס'איז מן הסתם צווישן די טעג פון OCT 25 ביז NOV 05 וואס די אימיעלס פון דעמאלס האב כ'מער נישט
אדרבא אויב איינער קען נאכטשעקן יענע טעג די אימעילס.
דאכט זיך ס'איז געווען נייעס איבער די געריכטן.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:00 pm

אויפן פארלאנג פון סענאטאר קאטאן האט די יוסטיץ דעפארטמענט פארעפנטליכט אן אנאליז איבער די קאטעגאריעס ארעסטאנטן וועלכע וועלן געניסן פון פריע באפרייאונג אין רעזולטאט פונעם קרימינאלן יוסטיץ רעפארם ביל
קאטאן'ס אפיס האט דערנאך זיך ארויפגעכאפט אויף טיילן פונעם באריכט און אנגעפרעגט ביים יוסטיץ דעפארטמענט אויב געוויסע באשולדיגט אין מערערע פארברעכן אדער און היבש ערנסטע פארברעכן וועלן אויך קוואליפיצירן
די דעפארטמענט האט זיך ארויסגעדרייט דערפון דורכן דירעקטירן קאטאן צום ווייסן הויז
דער ווייסע הויז האט זיך איינפאך אנטזאגט צו קאמענטירן אויף די פראגן
מענין לענין: פרעזידענט טראמפ וועט היינט אין צוגאב צו זיינע צוויי ראליס אין מיסיסיפי אפהאלטן א ראונדטעיבל ארומצורעדן איבער קרימינאל יוסטיץ רעפארם

אין א פארזוך צו זיך צו ערהוילן פון די אלטוועלטליכע קריטיק און הויבן זיין פרעסטיזש ביי זיינע אראבישע שכנים האט דער סאודישער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן אונטערגענומען א מסע המלכות צו באזוכן לענדער אינעם ראיאן
בין סאלמאן האט זיך אנגעהויבן פארלאפענעם דאנערשטאג מיט א באזוך בי די עמיראטן און פון דארט קיין באכרעין מיט א 2 טאג אפשטעל אין עגיפטן
די סקעדזשועל פון די רייזע לויטעט צו נעמען דעם קרוין פרינץ קיין טוניזיע אבער טויניזיער אקטיוויסטן שטורעמען אז מען זאל אפרופן זיין באזוך אין ליכט פון די קאשאגי מארד
לויטן פלאן וועט בין סאלמאן אנקומען מארגן דינסטאג אין לאנד און צענדליגער פראטעסטירער האבן זיך שוין היינט פארזאמלט פארנט פון א מוניציפאלער טעאטער מיט א ריזיגע שילד ארונטערריסנדיג דעם קרוין פרינץ
שרייענדיג אז סאלאמן איז א קרימינאל
די פראטעסטן איז ערווארט פארצוזעצן מארגן אין די צייט פונעם קעניגליכן באזוך
-והי' אם ב"ן הכות-

צענדליגער אוקריינער נאציאנאליסטן האבן פראטעסטירט פארנט פון די רוסישע אמבאסאדע אין קיעוו און פארנט פון די אפיס פונעם אוקריינישן פרעזידענט
די פראטעסטירער האבן פארברענט רעדער און גערופן די רעגירונג פאר א באלדיגע איינשטעל פונעם מארשאל געזעץ נאכפאלגנדיג די רוסישע פארכאפונג פון דריי אוקריינער שיפן
פרעזידענט פעטרא פאראשענקאו האט געמאלדן אז מען באטראכט טאקע און מען וועט שטימען אויב איינצושטעלן די מארשאל לאו וועלכע באדייט אז דימיליטער וועט אויף צייטווייליג איבערנעמען קאנטראל פון די ציווילע רעגירונג פונקציעס
היינט שפעטער אין טאג האט אבער פאראשענקאו פרובירט אפצוקילן די צושטאנד און די רוף פאר א מארשאל לאו אריינצוגיין אין קראפט
אצינד גייענדיג צום דרוק קומט די נייעס אז די פארלאמענט האט ענדגילטיג יא באשטעטיגט די מארשאל לאו אריינצוגיין אין אפעקט אויף 30 טאג

טייוואן'ס פאליטישע סטרוקטור איז אויפגעשאקלט נאך די רעזיגנאציע פון טסאי אינג ווען וועלכע האט איבערגעלאזט איר פאזיציע אלץ פירערין פון די רעגירנדע דעמאקראטישע פרעגרעסיווע פארטיי נאך וואס איר פארטיי האט געליטן שטארקע פארלוסטן אין לאקאלע וואלן וועלכע זענען געזעהן געווארן ווי א רעפערענדום איבער אירע שאנסן צו געוואונען א פרישע טערמין אין 2020 למספרם נאך שטארקע עקאנאמישע און פאליטישע דרוק פון כינע
די אפאזיציע קאומינטאנג פארטיי ווערט באטראכט אלץ נענטער פארבינדן מיט כינע האט אפגעהאלטן באדייטנדע זיגן מיטן געוואונען 25 פון די מערסט וויכטיגע מעיארעל זיצן אין די אינזלס סיטיס
טסאי פארבלייבט ווייטער פרעזידענט טראץ וואס זי גיבט אויף איר פירערשאפט ראלע פון די פארטיי
שטיצער און קעגנער דעבאטירן אויב זי וועט קענען קאנדידאטירן אין 2020 למספרם פאר א פרישע שאנס צו פירן טייוואן און אבזערווירער שרייבן צו די איצטיגע אויסגאנג צו אויפברויז איבער לעצטיגע פענסיע שניטן און ארבעט רעפארמען אריינגערעכנט שניידן די נומער פון פאבליק האלידעיס אין צוגאב צו זארג אז אנגעצויגענע באציאונגען מיט כינע שעדיגט לאקאלע ביזנעסער
די איצטיגע פארטיי איז גאר שארף אקעגן די פאליסי פון איין כינע פאליסי וועלכע די כינעזער זוכן צו דערקלערן
טסאי האט נאך איר 2016 לספרם לענדסלייד זיג דערקלערט אז זי וועט פארזעצן מיט איר זעלבסטשטענדיגקייט טראץ דרוק פון כינע און כינע האט אין אויפברויז אפגעהאקט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די אינזלס פירערשאפט
אין די זעלבע צייט האט בעיזשינג פארגעזעצט מיט איר דעקלאראציע אז די אינזל איז איר טעריטאריע און פרובירט מער צו איזאלירן די אינזל אנגעהויבן מיטן באאיינפלוסן אויסלענדישע דיפלאמאטן אוועקצושטיין פון באזוכן די אינזל און געענדיגט מיט סטראשען מיט מיליטערישע עקסערסייזעס

סינגאפורס פירנדע פארטיי האט פרייטאג אויסגעקליבן פינאנץ מיניסטאר הענג סווי קיעט צו א פירערשאפט פאזיציע וועלכע שטעלט אים די ערשטע אין ליניע צו ערזעצן דעם פרעמיער מיניסטער לי העיסאן לאנג ווען ער טרעט אפ פון אמט
הענגס העכערונג אלץ די ערשטע געהילף סעקרעטארי דזשענעראל פון די רעגירנדע פארטיי פאלגט נאך מאנאטן לאנגע פארהאנדלונגען פון הונטער די קוליסן צו אויסצוקלויבן א נייע פירער
די צוגאנג איז אן אפנויג פון די טראדיציאנאלע מהלך פאר די קליינע אבער רייכע לענדל

מעקסיקא דעפארטירט 98 קאראוואן מיטגלידער וועלכע האבן געשטורעמט די אמעריקאנער גרעניץ

ווי באריכטעט דא מיט עטליכע טעג צוריק האט airbnb אראפגענומען אפארטמענטס און אנדערע טראוועל נוצליכע אינפארמאציע באזירט אין די אקופירטע זידלונגען אויפן מערב ברעג אנגעבליך צוליב וואס זיי זוכן צו זיין נייטראל און נישט נעמען קיין שטעלונג אין טעריטאריעלע קאנפליקטן
איזרעאלישע אדוואקאטן האבן זיך איצט געוואנדן צום געריכט באשולדיגנדיג די זייטל מיט דיסקרימינאציע
די אדוואקאטן צייגן אן אז די נייטראליטעט אויסרייד איז אבסורד ווען מען נעמט אין באטראכט די ליסטינגס פון פילע שטחים וועלכע פיגורירן ווייטער אויף די זייטל
צום ביישפיל האבן זיי נישט אראפגענומען 300 אפארטמענטס פון טיבעט אקופירט דורך כינע
נאך א פאל איז צפון ציפרוס ווי זיי רעקלאמירן ווייטער טויזנטער רענטאל ליסטינגס טראץ די אנגייענדע געפעכט צווישן טערקיי און גריכלאנד וועלכע האט שוין געפירט צו אומרוען און קריג
די אדוואקאטן צייגן אויך אן אויף די קריגערייען צווישן ארמעניע און אזערביזשאן וועלכע האלט נישט אפ די זייטל פון פובליצירן די 138 ליסטינגס

היינט איז אויפגענומען אין סופרים קאורט ריכטערין גינזבורג וועלכע האט זיך צוריקגעקערט צום באנק נאכן דורכגיין אן ערהוילונג פון צובראכענע ריב ביינער
די ריכטערין האט געהעריג אנטייל גענומען אין די היינטיגע סעסיע און אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין ביידע קעיסעס היינט דיסקוסירט אין געריכט
זי פאלט אריין אין א היבש פארנומענע וואך ווי מערערע קעיסעס וועלן ווערן באהאנדלט
היינט איז געווארן דורכגעטוהן א קעיס פון איינער וועלכע האט געקלאגט אן אלאסקא סטעיט טרופער איבער די פראצעדור און צוגאנג ווי אזוי ער האט דורכגעפירט אן ארעסט איבער אים און א מער היי פראפיל קעיס וועלכע ווערט ברייטער אויסגעשמועסט און די פאלגענדע באריכט

אום 2011 למספרם האבן א גרופע קאנסומערס אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די עפל טעכנאלאגע פירמע מיט די טענה אז זייער מאנאפאל אויף די אייפאון עפפס אפעקטירט אומ'יושר'דיג די עפפ באנוצער
זייער טענה איז אז טראץ וואס עפפ דעוועלאפער באשטימען אליין זייערע פרייזן זענען די פרייזן העכער ווי זיי וואלטן געווען צוליב וואס עפל רעכנט פון די דעוועלאפער א דרייסיג צענט קאמישאן אויף יעדע איינקויף און זיי ערלויבן בלויז עפפס וועלכע ווערט קאנטראלירט דורך די פירמעס אייגענע אינטערנעט אפארעיטינג סיטעם צו ווערן פארקויפט שאפט עס אן אומבאלאנסירטע מאנאפאל וועלכע פירט צו הויכע פרייזן
די געריכט האט ארגינעל געאורטיילט אין שטיצע פון עפל זאגנדיג אז די קלעגער האבן נישט קיין סטענדיג אין געריכט זינט עפל רעכנט נישט פון זיי דירעקט סיי וועלכע אפצאל (אין אנדערע ווערטער, אויב איינער קען אבן א טענה זענען עס די זעלבסשטענדיגע דעוועלאפער וועלכע פארקויפן די עפפס)
אין יונואר 2017 למספרם האט אן די 9'טע סיקרוט קאורט אף אפיעלס איבערגעדרייט די אורטייל און עפל האט זיך גראד געוואנדן צום סופרים קאורט צו אפעלירן דעם אורטייל זאגנדיג אז אן אורטייל אין שטיצע פון די אנקלעגער טוט באדראען די צוקונפט פון טעכנאלאגישע אנטוויקלונג
היינט מאנטאג האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די קעיס אין וועלכע די טראמפ אדמיניסטראציע האט גענומען די זייט פון עפל און צייגט אן אז צוליב וואס די גרעסטע טייל פון טעכנאלאגישע ערפינדונג אינפראסטרוקטור איז באזירט אין קאליפארניע זענען פולע אנטי טראסט קלאגעס פון זעלבן קאליבער אויסגעשטעלט צוצופאלן צום יוריסדיקציע פונעם 9'טן געריכט וועלכע גיבט א פרייע האנט פאר אנקלעגער וועלכע די סופרים קאורט דארף אפשטעלן
די ריכטער האבן היינט אויסגעקוקט היבש סימפאטיש גענויגט צו די אנקלעגער
-וריח עפפ"יך כתפוחי"ם-

מארגן דינסטאג וועלן די סופרים קאורט ריכטער אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין פרישע צווייי קעיסעס און אויף מיטוואך איז געסקעדזשועלט מונדליכע ארגומענטן אין נאך א קעיס
אויף מארגן דינסטאג איז אויך דא א שטארקע מעגליכקייט אז די געריכט וועט ארויסגעבן אורטיילן

דזשענעראל מאטארס האט היינט געמאלדן שניטן וועלכע וועלן צווישן אנדערן שווער באטרעפן אהייא
דעמאקראטישע סענאטאר שעראד בראון און קאנגרעסמאן טים רייען האבן ארויסגעהויבן די פאקט אז טראמפס פארשפרעכונגען צוריקצוברענגן עקאנאמישע לעבן צו די ראסט בעלט איז א דורכפאל
און רעפובליקאנער סענאטאר ראב פארטמאן האט אויך אויסגעדרוקט גרויס אנטוישונג אויף די פירמעס באשלוס
פרעזידענט טראמפ האט איצט געזאגט אז ער איז אומצופרידן מיט די באשלוס אפצושפארן די אההיא פלענט און האט נארוואס גערעדט מיט די GM CEO
איצט קומט די נייעס אז די CEO פון די פירמע גייט זיך באלד טרעפן מיט די טראמפס עקאנאמישע ראטגעבער לערי קאדלאו אין וויסן הויז
דער פירמע הויפט האט פריער געזאגט אז די שניטן קוען נישט אין רעזולטאט פון די טאריף פאליסי

דזשאן דזשעימס וועלכע איז אומסוקסעספול געלאפן פארן מישיגען סענאט זיץ פיגורירט אויף די ליסטע פון פאטענציאלע קאנדידאטן צו ערזעצן ניקי העילי אין די יו ען

דזשעראמע קארסי האט א געהילף צו ראדזשער סטאון האט באקומען אן אנבאט פון א פלי דיעל פון ראבערט מולער זיך צו דערקלערן שולדיג אויף איין קאונט פון ליגן זאגן פאר אויספארשער
קארסי האט עס היינט אפגעווארפן

א פרישע אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנע סענאט קאנדידאט אין מיסיסיפי
סמיט 51%
עספי46%

דעמאקראטישע סענאטאר ברייען שאטז פארמעקט מעסעדזש אין וועלכע ער האט באשולדיגט אז כעמישע וואפן איז גענוצט געווארן ביי די גרעניץ ראיאטן

די דעמאקראטישע פירערשאפט אין סענאט איז אין א דילעמא נאך וואס די רעפובליקאנע מידטוירם סוקסעסן וועט דירעקט אפעקטירן די אויסשטעלן אויפן יורידישן קאמיטע ווי די דעמאקראטן וועלן דערלייגן א זיץ
די מערסט דזשוניאר מעמבער צוגעלייגט צום קאמיטע מוז זיך פאקן די פעקלעך און אין די פאל איז עס סענאטארשע קאמעלא העריס פון קאליפארניע וועלכע באטראכט צו לויפן פאר פרעזידענט און דעמאקראטן ווילן איר פאר אלע קאסטן האלטן אויף אזא פראמינענטע קאמיטע

די לעצטע זוהן שטראלן גייען אונטער אויף די הייפעלע מידע רעבעלן וועלכע האבן פארלוירן א קאמף נאך איידער זי האט זיך עכט אנגעפאנגען
די אנטי פעלאסי באוועגונג אנערקענט אז זי איז באזיגט געווארן דורך די מאכטפולע פאליטישע מאשין און פרובירט אין די לעצטע מינוט אויסצוארבעטן אן עטוואס מכובד'יגע וועג ארויס
סעט מאולטאן ארבעט צו ארנזשירן פארהאנדלונגס געשפרעכן מיט נענסי פעלאסי צו זעהן אויב מען קען קומען אויף א פארשטענדעניש אין וועלכע זיי וועלן אויפהייבן א ווייסע פאן אבער די פירערשאפט וועט כאטש אויפגעבן אויף די נומער צוויי פאזיציע
די חלומות זענען אז פעלאסי זאל איינגיין ארויסצורוקן סטעני הויער אדער גאר די נומער 3 דזשימס קלייבוירן
גראדע האט פעלאסי שוין לאנג געטרוימט ארויסצושאקלען הויער פון די ארבל און האט שוין אין 2006 למספרם אומסוקסעספול פרובירט אים ארויסצוריקן
אבער קוקנדיג רעאליסטיש איז שווער צו זעהן אז אזאנס זאל איצט פאסירן נעמענדיג אין באטראכט אז באציאונגען זענען שוין אנדערש ווי דאן און אליאנצן האבן זיך פארמירט דורכאויס די יארן
-ונראה מה יהי' עם חלומותיהם-

גייענדיג צום דרוק: קאנגרעס עטיקס קאמיטע פארברייטערט אויספארשונג אויף אהייא קאנגרעסמאן דזשים רעניסי טראץ די קורצע צייט וועלכע איז זיי פארבליבן אים אויסצופארשן זינט ער פארלאזט קאנגרעס גאר אין קורצן איבערצונעמען די גאווערנאר שטוהל אין אהייא

זינט פרעזידענט טראמפ האט זיך נישט געזעהן אויג צו אויג מיטן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מארק סענפארד פון סאוט קאראליינעס ערשטע דיסטריקט האט ער אינדארסירט און שטארק געשטיצט זיין פריימערי קעגנער ערווארטנדיג אז די זיץ איז רעלאטיוו פארזיכערט צו פארבלייבן אין רויטע טעריטאריע
אין די ענדע האבן די דעמאקראטן איבערראשט דאס לאנד מיט בליציגע זיגן אין די מידטוירמס אין פילע דיסטריקטס וועלכע פלעגן היסטאריש אלץ שטימען רויט אריינגערעכנט די דאזיגע דיסטריקט ווי דער דעמאקראט האט געוואונען דעם פארמעסט
מארק סענפארד איז געפרעגט געווארן איבער די אויסגאנג און די צוקונפט פון די קאנגרעס זיץ האט רעאגירט זאגנדיג אז א רעפובליקאנע + 10 דיסטריקט פארבלייבט א רעפובליקאנע + 10 דיסטריקט און האט נישט געוואלט אויסשליסן צו לויפן ווידעראמאל אין 2020 למספרם צוריקצוכאפן דעם זיץ צולייגנדיג אז דשאו(דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן ערוויילט) באזיצט גרויסע פאליטישע מוסקולן און טאלאנט אבער די דיסטריקט איז פארט א רעפובליקאנע + 10
סענפארד איז אויך א געוועזענע גאווערנאר פון די סטעיט

די דעמאקראטישע נאציאנאלע פארטיי נעמט אויף פרישע רורעל אוטריעטש דירעקטאר

אין אריזאנא האט קעלי ווארד געמאלדן אז זי וועט לויפן צו ווערן פארזיצערין פון די סטעיט רעפובליקאנער פארטיי
ווארד האט זיך געהאט פארמאסטן מיט מארטא מקסעלי אין א די סענאט פריימערי

אין לאנדאן האט דער ארטיגער בירגערמייסטער געמאלדן א פארבאט צו לייגן רעקלאמעס פון דזשאנק פוד אויף פאבליק טראנספארטאציע
-ונשמרתם מאד-

די צוויי כלבים וועלכע קים דזשאנג אן דער פירער פון צפון קארעא האט געשאנקען אלץ א פרידן געשאנק און צייכן פון כריתת ברית פארן פירער פון דרום קארעא האבן צוברייטערט די פאמיליע מיט די געבורט פון 6 קליינע כלבים (פאפיס בלע"ז)
מען האט נאכנישט געהערט קיין דעטאלן איבער אראנזשירונגען פאר די צערעמאניע אפצוצייכענען די מאמענט און אויב ביידע פירער וועלן אנטייל נעמען
-איטס א פאפי-

ערליכע אידן איבער די וועלט נעמען אויף מיט פרייד די בשורה המרנינה אז אין די נישט ווייטע צוקונפט וועט מען זיך קענען רייניגן די הענט לכל דבר שבקדושה מיט מים טהורים אן דעם וואסער זאל זיין מעורב בפסולת מכל סוג פון די פולע מיסט מיט וועלכע די אקעאנען זענען פארפעסטיגט
קום אריין קלאר,וואס גייט פאר?
איז אזוי, די דייטשע ראנמארין טעכנאלאגיע פירמע האט דעוועלאפט א מאנסטער וואקיום מאשין וועלכע קומט אויסגעשטאט מיט א גיגאנטישע מאגן וועמענס דיעטע פארלאנגט אן אומגעהויערע צאל פון קאלאריעס
די מאשין ווערט גערופן די "מיסט שארק" און כשמה כן הוא, עס קען איינשלינגען ביז 200 ליטער מיסט אין בלויז איין רייזע במצולות הים
די מיסט שארק אפערירט הויערנדיג אין וואסער אין א גאר פוילע פאזיציע זיך נישט באוועגנדיג צופיל אבער איר מאכטפולע אריינצו קראפט ציט צו זיך מיסט פונעם גאנצן ארום ווי א מאגנעט
די מאשין איז נישט פיש פיינטליך אין פישלעך קענען און וועלן באצייטנס אוועקשווימען צו א גענוג ווייטע דיסטאנץ נישט ווערנדיג פארמישט אין מיספארשטענדענישן גענוי ווי עס איז דער סיסטעם צווישן פיש און סובמארינען
דערווייל ווערט די מאשין געווענליך באנוצט ביי פארטן און הארבאר און נישט אין די טיפע אקעאנען און דער צוגאנג קומט מיט א סטראטעגיע פון אויסראטן דעם פראבלעם ווען זי איז נאך ביים ווארצל זינט מערסטנס מיסט ווערט אריינגעווארפן פון שיפינג און אנדערע אקטיוויטעטן ביי די וואסער ברעגן על שפת הים און דאדורך וויל מען פארמיידן די מיסט פון ווערן פארשלעפט טיפער אין ים
-ארחץ בנקיון כפי-
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:23 pm

שקויעך כהאב זייער הנאה פון דיינע באריכטען

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:37 pm

עמעיזינג, ייש"כ!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:44 pm

יישר כח פאר די פידבעק!
עס איז אלץ געשמאק צו הערן און איז די עלעקטעריציטעט פאר די אויוון וועלכע באקט די קאקאש קוכן און הייצט די סאמאוואר פאר די הייסע קאווע

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:54 pm

שקויעך

פיצי
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 1:44 am

תגובהדורך פיצי » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 6:04 pm

ש'כח @הכל, די קאקאש איז פיין.. די נייעס העמיר באלד לעזן אי''ה.
דו ביסט אויך אמאל געווען פיצי

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:37 pm

דער האט א מין ברייטע לעקסיקאן אזש צום באוואונדערן!

יישר כח!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:44 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:דער האט א מין ברייטע לעקסיקאן אזש צום באוואונדערן!

יישר כח!

וואס איז דיר געפאלן?

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:52 pm

הכל הבל האט געשריבן:
ניידל פארעם האט געשריבן:דער האט א מין ברייטע לעקסיקאן אזש צום באוואונדערן!

יישר כח!

וואס איז דיר געפאלן?

דאס גאנצע שרייבעריי סטיל, בפרט די אויספיר מליצות, דיין ברייטע ידיעה אין פסוקים, און דאס צושטעלן צו די נייעס, סענס אוו הומאר מיט וואס די נייעס ווערט אפט באצוקערט, אלעמאל, אבער היינט איז שוין געווען גאונ'ישע בייפעלער, והי' אם בן, וריח עפפיך כתפוחים, איטס א פאפי..., דאס אליינס איז נייעס!!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:58 pm

יישר כחכם!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:59 pm

עס גייט אריין היבשע ארבעט און עס איז אלץ גוט צו זעהן ווען דעטאלן ווערן אויפגעפאסט

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 3:06 pm

אלעס ווערט אויפגעפאסט! א רייכע שרייבעריי דאס!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 4:00 pm

ביי די נעכטיגע ראונדטעיבל איבער קרימינאלע יוסטיץ רעפארם האבן אנטייל גענומען סענאטארן הייד סמיט גרעהעם און וויקער
טראמפ איז געפרעגט געווארן אויב ער וועט שטופן מעקאנעל ארויפצוברענגן די ביל און האט רעאגירט: מיר רעדן צו אים און ציילן די שטימען, אויב וועלן מיר זיי האבן בין איך זיכער מיר וועלן עס ארויפברענגן

וויצע פרעזידענט מייק פענס און דזשעראד קושנער האבן היינט באשיינט די וועכנטליכע רעפובליקאנער סענאט מיטאג
צווישן אנדערן איז דיסקוסירט געווארן קרימינאלע יוסטיץ רעפארם
קושנער האט נישט אויפגעטראטן אבער פענס האט געגעבן א רעדע אין וועלכע ער האט שטארק אינדארסירט די ביל

געוויסע רעפובליקאנער סענאטארן פארהאנדלען איבער טוישונגען אינעם קרימינאל יוסטיץ רעפארם ביל וועלכע קען אריבערברענגן קאנסערוואטיוון צו שטיצן דעם ביל אבער ריזיקירט מעגליך מיט ליבעראלע אויפברויז

נאכפאלגנדיג די היינטיגע סענאט מיטאג איז נאכנישט דא קיין באשלוס פון מעקאנעל אויב ער וועט ארויפברענגן דעם ביל
אנוועזנדע סענאטארן גיבן איבער אז די קאקוס איז צוטיילט און ארום האלב זענען אין שטיצע

סענאטאר טים סקאט זאגט אז איז ווארשיינליך דא ארום 25-26 רעפובליקאנער שטמען פארן יוסטיץ רעפארם ביל און מען ערווארט אז נאך 3-4 סענאטארן וועלן זיך אנשליסן אין שטיצע
דערפון

דער איזרעאלישער יו ען אמבאסאדאר זאגט אז די טראמפ מיטל מזרח שלום פלאן איז פולקאם פארטיג און קען ווערן פארעפנטליכט אנהויב 2019 למספרם

וויצע פרעזידענט פענס און פרעזידענט טראמפס טאכטער וועלן אנטייל נעמען ביי די איינשווערונג צערעמאניע פונעם נייעם מעקסיקאנער פרעזידענט

דזשעראד קושנער וועט באעהרט ווערן מיט די העכסטע מעדאל אויסצייכענונג וועלכע מעקסיקא שענקט פאר אויסלענדער דעם פרייטאג דורכן ארויסגייענדן מעקסיקאנער פרעזידענט

באריכטן פון אן אקטיווע שיסעריי ביי וואלטער ריעד מיליטערישע שפיטאל
פריער האט א קאנגרעס מיטגליד אנוועזנד אין שפיטאל דראמאטיש געטוויט ווי מען האלט זיך אויף אין א פארזיכערטע צימער צוליב די שיסעריי באריכטן
פרישע באריכטן פאלגן נאך און זאגן אז דערווייל איז נישטא קיין צייכן פון אן אקטיווע שיסעריי
און צום לעצט: מעלדט די פארטיידיגונגס דעפארטמענט ווארטזאגער די ווארהייט
די שיסעריי קלאנג איז געווען אן עקסערסייז דריל
-בא הכתוב השלישי ויכריע-

דער פרעזידענט וועט היינט עסן מיטאג מיט פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס און אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא א טאג בעפאר זיי וועלן אויפטרעטן אין אין סענאט צו ענטפערן פראגן איבער די קריג אין תימן און די באציאונגען מיט סאודיע אראביע

היימלאנד זיכערהייט סעקרעטארשע זאגט אז די דעפארטמענט האט באשטעטיגט אז אמווייניגסטנס 600 באשולדיגטע קרימינאלן זענען אנגעשלאסן אין די קאראוואן

פריער איז פארגעקומען די ערשטע אפיציעלע פרעסע בריעפינג זינט די נייע פארשריפטן זענען געווארן איינגעשטעלט
לערי קאדלאו האט גערעדט נאכפאלגנדיג מיט דזשאן באלטאן
ווען מען האט געפרעגט באלטאן אויב ער האט פערזענליך אויסגעהערט די קאשאגי מארד רעקארדירונג האט ער צוריקגעווארפן די פראגע צום דזשורנאליסט בעטנדיג זי זאל אים ערקלערן וועלכע נוצן עס וואלט אים געברענגט זינט קען נישט קיין אראביש
ער זאגט אז ער וואלט עס אויך נישט אויסגעהערט אויב עסב וואלט געווען קארעאאניש און ער האט אלעס געליינט אין די טראנסקריפטן
דער רעפארטער האט אבער צוריקגע'טענה'ט אז עס איז אנדערש ווען מען הערט עס אויס מיט די ערקלערונג פון א טראנסלאטאר זינט מען קען הערן די עמאציעס אויף די סצענע
-אינו דומה קריא"ה לשמיעה-

ניו יארקער קאנגרעספרוי ערוויילט אלעקסאנדריע אקאסיא קורטעז ציהט ברייטע קריטיק מיטן זאגן אז אימיגראנטן באגייען נישט קיין פארברעך מין בעטן אזיל רעכט גענוי ווי די אידן זענען נישט באגאנגען קיין פארברעך ביים בעטן שוץ ביים צווייטן וועלט קריג
סענאטאר לינדזי גרעהעם האט איצט געראטן קורטעז צו אפשטאטן א באזוך ביים האלאקאוסט מוזעאום

פעדעראלע ריכטער אין די סי ווארפט ארויס אנקלאגע וועלכע האט באשולדיגט טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל האט אומ'יושר'דיג בענעפיטירט פון טראמפס זיין א סעלעבריטי

לויט א באריכט האט מענעפארט באזוכט אסאנזש אין עקוואדאר אמבאסאדא אין לאנדאן און געפירט געהיימע געשפרעכן אין די צייט וואס ער האט זיך אנגעשלאסן אינעם קאמפיין
מענעפארט האט פריער קאטעגאריש אפגעלייקנט די באריכט

פרישע קאורט פיילינג פון מולער ווי ער באשולדיגט מענעפארט אין פארפירן די עף בי איי און ספעשל קאונסעל אויספארשער מיט ליגן שוין נאך זיין פלי דיעל איבער מערערע טעמעס
מולער בעט אז ער זאל ווערן פאראורטיילט אין א די סי געריכט
מענעפארט פון זיין זייט שרייט חי וקים אז אלע זיינע ענטפערס זענען יא געווען ריכטיג
די מולער טיעם זאגט אז די דיעל איז געבראכן און ווילן זיך רוקן צו סענטענסינג
דעטאלן איבער די אנגעבליכע ליגנס נאכנישט קלאר אבער זיי זאגן אז זיי וועלן עס אין א שפעטערע געלעגנהייט פארעפנטליכן

נאך וואס די סופרים קאורט האט אפגעווארפן די פעטיציע פונעם יוסטיץ דעפארטמענט אויפצונעמען די צענזוס קעיס נאך בעפאר די נידריגע געריכט אורטיילט דערויף האט זיך די יוסטיץ דעפארטמענט נעכטן נאכט ווידער געוואנדן צום סופרים קאורט איבערצוטראכטן פון פריש זייער ביטע און נאכאמאל אריינקוקן אין די מעגליכקייט שוין אויפצונעמען די קעיס

די רעפובליקאנער וועלן מעגליך ערלויבן אן אפשטימונג פאר א מולער באשיצונג ביל צופרידנצושטעלן פלעיק אז ער זאל גיין אין שפאן ביי יורידישע נאמינאציע אפשטימונגען
לויט די באריכטן וועט די מולער ביל ווערן אויפגעברענגט אבער ווארשיינליך דורכפאלן
אבער איצט נאכמיטאג טוט מעקאנעל ווידערהאלן אז ער וועט ווארשיינליך בלאקירן א מולער באשיצונג ביל

די טראמפ נאמינאציע פון טאמעס פאר פאר דיסטריקט קאורט ריכטער הענגט אויף א האר פלעיק האלט זיך ביי זיינס אז ער שטימט ניין זינט מען האט נישט ערלויבט א מולער באשיצונג ביל, נעכטן נאכט האט נאך קאלינס פארהאנדלט , רוביא צוריקגעגאנגען איבערקוקן פראגן און דעמאקראטן געהאפט אז מורקאוסקי זאל פליפן
די נאמינאציע ווערט שטארק באקעמפט דורך אפריקאנע אמעריקאנע קאקוס באצייכענענדיג דעם קאנדידאט פאר אנטי מינאריטעטן
היינט האבן רוביא און קאלינס געמאלדן אז זיי זענען א יא
מורקאוסקיס אפיס זאגט אז די סענאטארשע האט נישט אין פלאן צו בלאקירן די פאר נאמינאציע
אבער מורקאוסקי איז איצט געפרעגט געווארן דערוועגן און געזאגט אז זי קוקט נאך אריין אין פראגן
סענאטאר טים סקאט האט נאכנישט געפאסט קיין באשלוס איבער די טאמעס פאר נאמינאציע

אפעלאט געריכט באשטעטיגט מערסטנס שולדיג אורטיילן אבער ווארפט ארויס טייל אין די קעיס אקעגן צוויי געוועזענע געהילפן צו געוועזענע ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי פארן פארמאכן א בריק

מיט 11 טעג צו גיין צו א טיילווייזע שאטדאון ווילן רעפובליקאנער 5 ביליאן פאר די וואנט און דעמאקראטן האלטן נישט דערביי
היינט איז טראמפ געווען געסקעדזשועלט זיך צו טרעפן מיט רעפובליקאנער קאנגרעסלייט
סענאט אפראפיעשאנס קאמיטע פארזיצער ריטשארד שעלבי זאגט אז טראמפ האט אים קלארגעשטעלט בעפאר טענקסגיווינג אז סיי וואס אונטער 5 ביליאן איז אומאקצעפטירבאר
טייל רעפובליקאנער סענאטארן האבן פארגעשלאגן פארן פרעזידענט אז די 5 ביליאן דאלער פעקל פאר די וואנט זאל זיין אויסגעשפרייט לענגאויס צוויי יאר און נישט אן איינמאליגע אפצאהל גלייך לויט קוועלער האט טראמפ נישט אוועקגעמאכט די פלאן

בעטא ארורק וויל נישט אויסשליסן א פרעזידענטליכע קאמפיין

קאומי: וויטעקער פילייכט נישט די שארפסטע מעסער אין לעדל אבער וועט ווארשיינליך נישט פארמאכן די מולער אויספארשונג

היינט דינסטאג האט די סופרים קאורט איינשטימיג דערלאנגט א פראסק פאר די פרעש קאמיוניטי
אן אריינגיין צו טיף אין די טעכנישע דעטאלן פונעם געזעץ האנדלט זיך עס פון א 1973 אקט וועלכע דעזיגנירט אין פילע פעלער אקערלאנד וועלכע האט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די פעדעראלע רעגירונג אפילו אויב די באדנס געהערן פאר פריוואטע אייגנטומער אלץ מקום מקלט פאר בעלי חיים וועמענס פאפולאציע איז אין געפאר
אין אונזער פאל האדעווען זיך אין מיסיסיפי א געוויסע סארט זעלטענע פראש אין א זומפיגע טייך אינערהאלב א נאציאנלע וואלד שטח
די פראבלעם איז א די ארטיגע אומשטענדן איז זייער שעדליך פאר די פראש אוןן אין 2015 למספרם האט די ציילונג דארטן אידענטיפירט בלויז 135 פרעש
די פיש און וויילדלייף סערוויסעס האט געפונען א ריזן שטח וועלכע איז אנגעבליך אין די פארגאנגנהייט געווען א וואוינונג פאר די סארט פרעש און איז געאייגנט אריבערצוברענגן אהין די פרעש וועלכע ווען זיך געפונען אין א מער צוגעפאסטע אטמאספערע אין ענווייראמענט וועלכע זאל הייבן זייער וואוקס
די אייגנטומער זענען געלאפן אין געריכט אנצייגנדיג אז די לאנד פארמאגט נישט גענוג פון די בענעפיטן וועלכע זאלן עס קוואליפיצירן אלץ דעזיגנירט פאר די בעלי חיים אונטער די ספעציעלע געזעץ
די אייגנטומער וועלכע זענען פון די גרעסטע באזיצער פון וועלדער איבער די וועלט האטאריינגעטראגן די קלאגע אין א ליוזיאנא דיסטריקט געריכט ווועלכע האט אין 2013 למספרם געאורטיילט אז אקעגן זייער ארגומענט
אין 2016 למספרם האט די 5'טע סירקוט קאורט אף אפיעלס אין א 2-1 באשטעטיגט די אורטייל פון די נידריגע געריכט
פארלאפענע אקטאבער האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און היינט צוריקגעשיקט די קעיס צו די 5'טע סירקוט
-שרץ ארצם צפרדעים-

טייסאן טימבס אן אינדיאנא מאן האט פארלוירן זיין פאטער אין 2012 למספרם אבער גלייכצייטיגגעמאכט א ברוך הטוב והמטיב ערהאלטנדיג א סומע קעש פון א לייף אינשורענס פאליסי מיט וועלכע זיין פאטער האט אים אינזין געהאט צו באזארגן
טימבס האט זיך איינגעהאנדלט א לענד ראווער פאר 42 טויזנט דאלער און היידא..ויהי בנסוע
די פראבלעם איז געווען אז טימבס האט געהאט א פארגאנגענהייט פון צוגעבינדנקייט צו דראגס וועלכע האט זיך איצט אלץ רעזולטאט פון זיין פאטערס טויט פריש ערוועקט
טימבס איז פונדאסניי ארויף אויף די סחורה און גלייכצייטיג אויך אנגעהויבן פארקויפן די געווירצן מיטן ציהל צו פינאנצירן מיט די איינקופט די קאסטן פון די ווארע פאר זיין אייגענע געברויך
ביז.. יענעם שווארצן טאג אין נאוועמבער 2013 למספרם ווען ער האט אריינגעביסן אינעם נישט ריכטיגן עפל פארקויפנדיג דראגס אין די ווערט פוןן 225 דאלער פאר אן אונטערגעשטעלטער אגענט וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט זיין ארעסט און טימבס האט זיך קורצליך דערויף דערקלערט שולדיג אין געריכט
די אורטייל האט נישט געשפעטיגט צו קומען און טימבס האט באקומען איין יאר הויז ארעסט, 5 יאר פראבעישאן און 1200 דאלער אין פינאנציעלע שטראפן
די אפעטיט פון די סטעיט איז אבער נישט געווארן איינגעשטילט און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף זיין לענד ראווער וועלכע איז סיי ווי געשטאנען אומבאנוצט דורכאויס די יאר פון זיין הויז ארעסט
די סטעיט האט קאנפיסקירט דעם אויטא אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט אוועקצונעמען סיי וועלכע חפץ עס איז גענוצט געווארן אינעם פארברעכן און די אויטא איז גענוצט געווארן ארומצופארן פארקויפן די פארבאטענע מאטריאל
ויהי ככלות השנה, טימבס עפנט מיט פרייד די פארדזשאווערטע טויערן פון זיין היים ווען אירע ראסטיגע אנגלען פארציילן הויך פאר אלע שכנים אז זיי זענען שוין נישט גערירט געווארן פון פלאץ פאר א קיילעכיגן יאר
טימבס שטעלט זיינע טריט צו די גאס און אטעמט אריין די פרישע לופט ווען זיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ספאט צווישן צוויי פארקירטע אויטאס
יא די זעלבע פלאץ ווי ער האט איבערגעלאזט זיין פארמעגן מיט א יאר צוריק אבער והילד איננו, די לענד ראווער איז נישטא
עס האט נישט לאנג גענומען מברר צו זיין מה טיבה און טימבס האט באשלאסן אז איידער ער נעמט אונטער מיטלען להציל עשוק מעושקו דארף ער קודם זיך באזארגן מיט ארבעט זיך צו קענען שפייזן
עס איז נישט געווען גרינג צו געפונען ארבעט זייענדיג מוכתר ביחוס עצמו און ארבעטסגעבער שטייען ווייט פון פארשוינען וועלכע ווערן געטראפן שולדיג
עווענטועל האט ער געטראפן אן אנבאט פון איינעם וועלכער איז איינגעגאנגען אים אויפצונעמען טראץ זיי קרימינאלע רעקארד
איין באדינג איז געשטעלט געווארן, באזירט אויף די סארט ארבעט אין וועלכע יענער האט זיך גענויטיגט האט זיך געפאדערט אן אויטאמאביל.. וכאן הבן שואל ווי באקומט מען צוריק די לענד ראווער?
מען האט אריינגעברענגט אין בילד די אינסטיטוט פאר יוסטיץ וועלכע האט זיך געוואנדן צום געריכט און פרעזענטירט טימבס אין אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט מיטן ארגומענט אז פארכאפן די קאר האט פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שולדיגע פון איבערגעטריבענע שטראפן
דער ריכטער האט געפונען די ארגומענט פאר ריכטיג נעמענדיג אין באטראכט אז די ווערט פונעם אויטא איז עטליכע מאל מער וויפיל די מאקסימום ערלויבטע געלט שטראף איז ערלויב אין אזא פאל
די סטעיט איז געלאפן צום אפעלאט געריכט אבער באגעגנט א פרישע נידערלאגע ווען די סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט
די סטעיט האט דאך די וועלטס געלט און צייט האבן זיי באשלאסן זיך צו ווענדן צום סטעיט סופרים קאורט און דאס מאל האבן זיי באוויזן צו איבערצייגן די געריכט אנצונעמען די סטעיטס שטעלונג און די געריכט האט צוריקגעדרייט די פריערדיגע אורטייל
די ארגומענט פון די סטעיט וועלכע די ריכטער האבן אנגענומען איז געווען אז די אכטע אמענדמענט איז בינדנד אויסשליסליך צו די פעדעראלע יוסטיץ סיטעם אבער טוט אויף קיין פאל נישט אריינרעדן ווי אזוי סטעיט און לאקאלע רעגירונגען זאלן באשטראפן שולדיגע
טימבס האט זיך אצינד געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די פעטיציע און האט באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף מארגן מיטוואך
די פראגע וועלכע שטייט פארן געריכט איז ווי פאלגענד:
די ביל אף רייטס איז געשריבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר סטעיט רעגירונגען אבער נאך די ציווילע קריג האט קאנגרעס מאדיפיצירט די 14'טע אמענדמענט מיט א סעיף וועלכע איז שפעטער געווארן אויסגעטייטשט דורכן סופרים קאורט אז זי פארלאנגט די סטעיטס אדער סיי וועלכע קערפערשאפט צו רעספעקטירן און זיך פירן אין איינקלאנג מיטן צושטעלן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פאר סיי וועם
אין פאקט אבער האט די געריכט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף ספעציפישע טיילן פון די קאנסטיטוציע אויב זי איז מחייב די סטעיטס אויסער אין א פאל מיט די צווייטע אמענדמענט
די חלל אין קלארקייט האט געהאנגן ווי א וואלקן אין די לעגאלע וועלט נישט וויסנדג אויב די אפיציעלע געריכט דאקטרינע טייטשט אפ אלע חלקים אין די קאנסטיטוציע בינדנד פאר סטעיט רעגירונגען
אין 2017 למספרם האט שוין איינער גראדע צוגעשיקט א פעטיציע וועלכע בעהט די געריכט אריינצוקוקן אויב די אכטע אמענדמענט איז מחייב די סטעיטס אבער צוליב טעכנישע פעלערן אין יענעמס קעיס האט עס די געריכט דאן געמוזט צוריקווייזן אבער ריכטער טאמאס וועלכע האט געשריבן די ארדער נישט צו אקצעפטירן יענע קעיס האט קלאר ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן ערנסטע גרונדן פארן געריכט עווענטועל אריינצוקוקן און באשליסן אויף די פראגע
-הרצחת וגם ירשת-


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: evernote, Google [Bot], ברזילי, גוט זאגער, ויציב ונכון, מי חכם און 56 געסט