א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 26, 2020 1:14 am

ישר כח @אלעקסיי, דו ביזט מאסיוו.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יולי 26, 2020 1:18 am

צל עובר האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי, דו ביזט מאסיוו.

גא"מ

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יולי 26, 2020 9:22 pm

שאשא האט געשריבן:שכח' אלעקסיי דער דריטער
צל עובר האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי, דו ביזט מאסיוו.
פאלעסיידס האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי, דו ביזט מאסיוו.

גא"מ

ייש"כ פאר אלע מגיבים!
דאס איז די טרייב-קראפט צו ווייטער שרייבן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 27, 2020 4:47 pm

מאנטאג ואתחנן

די געאווערנאר פון נעוואדע, סטיוו סיסעלאק, האט - אלס טייל פונעם רעאקציע צו קאראנע - איינגעשטעלט א מאנדאט וואס טוט פארבאטן רעליגיעזע צוזאמקומענישן פון מער ווי 50 מענטשן - אין די צייט וואס אלגמיינע צוזאמקומענישן, קאסינאס א.ד.ג., זענען ערלויבט ביז 50 פערצענט פון די געווענליכע אקיופענסי.
א קירכע אין דעיטאן, נעוואדע, האט אריינגעגעבן א קלאגע אין די ארטיגע פעדעראלע געריכט מיט א פארלאנג צו פארבאטן די אינפארסירונג פונעם מאנדאט - מיט די טענה אז אזא מאנדאט דיסקרימינירט קעגן זייערע רעליגיעזע רעכטן און איז א פארלעצונג פון די ערשטע אמענדמענט פון די אמעריקאנע קאנסטיטוציע - די געריכט האט אפגעווארפן זייערע טענות און אזוי אויך די ניינטע סירקוט קאורט אוו אפיעלס האט אפגעווארפן זייער פארלאנג.
ענדע פארלאפענע וואך האט די סופרים קאורט אין א 5-4 רולינג אפגעווארפן די פארלאנג.
* * * * *
ריכטערין אין קאליפארניע זאגט אז א פריער'דיגע פארארדענונג פאר "אייס" (אימיגרעישאן ענד קאסטומס ענפארסמענט) צו ארויסלאזן קינדער פון אימיגראנטן וואס ווערן געהאלטן אין זייערע צענטערן - צוליב זארגן איסער די וויירוס - איז נישט אויספירבאר. דאס קומט אין רעזולטאט פון דעם וואס די פארארדענונג האט אריינגענומען א פארלאנג אז די עלטערן זאלן מסכים זיין אז זייערע קינדער זאלן ווערן ארויסגעלאזט - וואס דערווייל זענען עלטערן נישט איינגעגאנגען דערויף.
* * * * *
קאנגרעסס היינט געשטימט אין שטיצע פון גרינדן א נאציאנאלע לאטינא מוזעיום צו דאקיומענטירן און איברעגעבן פאר ווייטער'דיגע דורות די אויפטוען א.א.וו. פון די לאטינא געמיינדע אין די פאראייניגטע שטאטן. די ביל האט פארמאגט 293 קא-ספאנסארס און פארמאגט שוין 30 קא-ספאנסארס אין די סענאט.
* * * * *
איינער דערשאסן און אומגעברענגט געווארן ביי א פראטעסט פארלאפענע סוף וואך אין אוסטין טעקסאס. ארטיגע מעיאר איז "צובראכן און ערשטוינט" איהער די דאזיגע פאסירונג.
* * * * *
ראבערט א'ברייען - טראמפ'ס נעשאנעל סעקיוריטי עדווייזאר - גע'טעסט געווארן פאזיטיוו פאר די וויירוס.
* * * * *
די אמעריקאנע מינט - מטבעות פראדוצירער פאר די פעדערלאע רעגירונג - האט נעכטן ארויסגעשטעלט א ביטע פאר די באפעלקערונג צו אנהייבן זיך באנוצן מיט קוינ"ס ביים איינקויפן אדער אין באנק וכדו' - צוליב א שארטעזש אין די סופליי.
* * * * *
גוגל וועט לאזן (פארארדענען) אירע ארבעטער צו בלייבן ארבעטן אינדערהיים ביז קומענדיגע יאר זוממער - ווערענדיג דערמיט די ערשטע גרויסע פירמע צו באשטעטיגן אזא פלאן אויף די לענגערע טערמין.
* * * * *
ביידען קאמפיין געמאלדן זיי האבן אנגעגרייט א טיעם 600 אדוואקאטן ארום דאס לאנד וואס זענען גרייט צו פארטיידיגן די ריכטיגע רעזולטאטן פון די נאוועמבער עלעקשאן - אין פאל אנדערע פרובירן זיי צו פארדרייען.
* * * * *
אר.ען.סי. פארשפראכן העכער 20 מיליאן דאללער צו באקעמפן סיי וועלכע פראוו פון דעמאקראטן צו פארגרינגערן וואוטינג רעסטריקשאנס.
* * * * *
א מאן וואס האט אטאקירט סענאטאר רענד פאול מיט 3 יאר צוריק האט באקומען צוגעטיילט א פרישע טערמין פון 8 מאנאטן אין טורמע און נאך 6 מאנאטן זיין איינגעשפארט אינדערהיים. דאס קומט נאכדעם וואס פראסעקיוטאר האבן גע'טענה'ט אז די ארגינעלע אורטייל - פון בלויז 30 טעג אין טורמע - טוט נישט ריכטיג רעפלעקטירן די וואונדן פונעם סענעאטאר.
* * * * *
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג יולי 27, 2020 4:52 pm

וואונדערבאר!!
יישר כח אלעקסיי!

---

ביידען איז אזוי זיכער אז ער גייט זיין די 'ריכטיגע' געווינער?..
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 27, 2020 4:55 pm

קלינטאן האט דאך אויכעט "עכט" געווינען אין 16'....

#טראמפ_נאט_מיי_פרעזידענט!
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג יולי 27, 2020 4:59 pm

צל עובר האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי, דו ביזט מאסיוו.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג יולי 27, 2020 5:01 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי, דו ביזט מאסיוו.

פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פלייוואד » מאנטאג יולי 27, 2020 5:11 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מאנטאג ואתחנן

די געאווערנאר פון נעוואדע, סטיוו סיסעלאק, האט - אלס טייל פונעם רעאקציע צו קאראנע - איינגעשטעלט א מאנדאט וואס טוט פארבאטן רעליגיעזע צוזאמקומענישן פון מער ווי 50 מענטשן - אין די צייט וואס אלגמיינע צוזאמקומענישן, קאסינאס א.ד.ג., זענען ערלויבט ביז 50 פערצענט פון די געווענליכע אקיופענסי.
א קירכע אין דעיטאן, נעוואדע, האט אריינגעגעבן א קלאגע אין די ארטיגע פעדעראלע געריכט מיט א פארלאנג צו פארבאטן די אינפארסירונג פונעם מאנדאט - מיט די טענה אז אזא מאנדאט דיסקרימינירט קעגן זייערע רעליגיעזע רעכטן און איז א פארלעצונג פון די ערשטע אמענדמענט פון די אמעריקאנע קאנסטיטוציע - די געריכט האט אפגעווארפן זייערע טענות און אזוי אויך די ניינטע סירקוט קאורט אוו אפיעלס האט אפגעווארפן זייער פארלאנג.
ענדע פארלאפענע וואך האט די סופרים קאורט אין א 5-4 רולינג אפגעווארפן די פארלאנג.
* * * * *

* * * * *


אזא שאד, יעצט גע'פלאנ'ט אהינצומופן

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שאשא » מאנטאג יולי 27, 2020 6:14 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי, דו ביזט מאסיוו.
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » מאנטאג יולי 27, 2020 7:02 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:קלינטאן האט דאך אויכעט "עכט" געווינען אין 16'....

#טראמפ_נאט_מיי_פרעזידענט!

דו וואוינסט נישט אין אמעריקע???
#אזוי גאר!!! 2020

געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 27, 2020 7:15 pm

ניין!

אבער אויסער דעם איז אמאל געווען - אפשר נאך היינט אויך - אזא מאוומענט פון נישט אנערקענען טראמפ אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג יולי 27, 2020 7:22 pm

יישר כח אלעקסיי פאר די באריכטן, מ'באלעק מיר זיך!
אָעוּפָה אֶשְׁכֹּנָה וְאַרְחִיקָה נְדֹד / בַּמִּדְבָּר אָלִינָה וְאוּלַי אֶמְצָא דּוֹד

יש מנהיג לבירה!

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 27, 2020 8:16 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי, דו ביזט מאסיוו.
וואו! איטס סאטש אן אנאר טו געט עי קאמפלימענט פראם יו! סיי שיעלע און סיי צל

צוקער וואסער האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי, דו ביזט מאסיוו.
וואו! טענק יו סאו מאטש! איט ריעלי גיווס מי עי שטופ טו רייט מאר!

שאשא האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי, דו ביזט מאסיוו.
וואו! איט מינס סאו מאטש - א שקויעך פראם וואן אוו די בעסט ניקס אין דיס וועלט'ל!

ארחיקה נדד האט געשריבן:יישר כח אלעקסיי פאר די באריכטן, מ'באלעק מיר זיך!
מיינע באריכטן קומען אן ביזן מדבר???

- - - - -
א ריזן יישר פאר אלע בא'דאנקער'ס! דאס איז די טרייב-קראפט (פעטראל/געזאלין/ריינע ענערזשי) אויף צו שרייבן ווייטער!
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג יולי 27, 2020 8:19 pm

:lol: די עיקר סזאל זיין ריינע ענערדזשי
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יולי 27, 2020 11:00 pm

טענקס אלעקסיי! וועל דאן.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג יולי 27, 2020 11:04 pm

שכח אלעקסיי
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

פאראיעריגער שניי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאראיעריגער שניי » מאנטאג יולי 27, 2020 11:47 pm

געזען פריער לעצטע תגובה דורך אלעקסיי.
גלייך אריינגעיאגט מיט שמחה. און באמפס, ער באדאנקט זיך פאר די באדאנקערס.
וואט א אנטוישונג...

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דינסטאג יולי 28, 2020 6:28 pm

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:געזען פריער לעצטע תגובה דורך אלעקסיי.
גלייך אריינגעיאגט מיט שמחה. און באמפס, ער באדאנקט זיך פאר די באדאנקערס.
וואט א אנטוישונג...

אינטערעסאנט אז די נייעס אינטרעסירט דיך און נישט ווי ס'אינטערעסירט דיך צ/נ......
#אזוי גאר!!! 2020

געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יולי 28, 2020 7:09 pm

דינסטאג ואתחנן

מאלאזיע'ס געוועזענע פרעמיער מיניסטער - נאזשיב ראזאק - איז געפונען געווארן שולדיג אויף קארופציע אין פארבינדונג מיט די 1MDB סקאנדאל - א סקאנדאל אין די ווערט פון ביליאנען דאללארן. ראזאק איז די ערשטע וואס איז געשטעלט געווארן אויף טרייעל צוליב די סקאנדאל.
* * * * *
ניו זילאנד'ס אויסערן מיניסטער האט געמאלדן דאס סוספענדירן אן אויסליפערונג אפמאך מיט האנג-קאנג אין ליכט פון די לעצטיגע אנטוויקלונגען.
* * * * *
פארמאסוטיקעל פירמע "עסטרא-זענעקא" האט געמאלדן אז איר "פארזיזשא" מעדיצין -פאר די באהאנדלונג פון דייעביטיס - איז נאכגעקומען אלע צילן ביי די "פאזע 3" טרייעל.
* * * * *
סענאט דעמאקראטן האבן אין צוגרייטונג צו א פארהער אויף מייק פאמפעיא, וואס וועט פארקומען דאנערשטאג - ביי די אויסערן איינגעלעגענהייטן קאמיטע - ארויסגעלייגט א גאר שארפע רעפארט איבער וויאזוי די סטעיט דעפארטמענט ווערט געפירט אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע און דורך מייק פאמפעיא.
די באריכט לייגט אראפ די דעפארטמענט מיט גאר טונקעלע פארבן - וויכטיגע פאזיציעס זענען ליידיג, הויכראנגיגע באאמטע קלערן פון איבערלאזן זייער אמט, איינגעשטעלטע טוישן זיך ווי די זאקן א.א.וו.
די פארהער איז ערווארטערט זיך צו באציען איבער דאס פארשיקן אינספעקטאר-זשענעראל סטיוו ליניק, די לעצטערע אנגעצויגענע באציאונגען מיט טשיינע - ווי אויך ווערט ארויפגעברענגט א מעגליכקייט איבער די ראלע וואס ער האט געשפילט אין די אוקריינא סומאטוכע, וואס האט געפירט צום פרעזידענט'ס אימפיטשמענט אנהייב יאהר.
* * * * *
די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין האט אויפגענומען סטיוו קארטעס אלס "סיניאר עדווייזאר פאר סטרעטעזשי" און גרעג מאנז אלס "קאמיוניקעישאנס עדווייזאר פאר סטראטעזשי". קארטעס איז א געוועזענע ווארטזאגער פאר די "אמעריקא פוירסט עקשאן פעק" - א סופער פעק וואס שטיצט דעם פרעזידענט - און מאנז האט געארבעט פאר סטיוו בענאן.
* * * * *
די די.סי.סי.סי. (דעמאקראטיק קאנגרעשאנעל קאמפעין קאמיטי) האט אוועקגעלייגט פרישע ארום 3 מיליאן דאללער פאר א רעקלאמע קאמפיין אין ניו יארק און אין טעקסאס. ארום 2.2 מיליאן איז ערווארטערט צו גיין פאר די דאלאס אומגעגענט.
* * * * *
א באריכט גיט אן אז די טורמע באפעלקערונג אין אמעריקא איז געפאלן מיט גאנצע 8% דורכאויס די קאראנע קריזיס. די אנאליסטן לייגן דאס אן אויף די פאקט אז די געריכט סיסטעם פונקציאנירט נישט ווי געהעריג - ווי איידער אויף דעם אז אסאך זענען געווארן ארויסגעלאזט פריצייטיג.
* * * * *
"טשיינע סאוטערן עירליינס" - די גרעסטע כינעזער לופטליניע לויט די צאל פאסאזשירן - האט געמאלדן א נייע פראגראם אונטער וואס מענטשן קענען קויפן טיקעטס פאר אן אומבאגרעניטע צאל רייזעס איבער'ן לאנד - טשיינע - אנגעהויבן פון אוגוס 26 ביז יאנואר 6 - פאר די פרייז פון בלויז 3,699 יואן (ארום 530 דאללער).
* * * * *
א פרישע באריכט ווייסט צו פארציילן אז ארום 300,000 נוירסינג האום איינוואוינער אין אמעריקא באקומען AntiPsychotic (ענטי-סייקאטיק - גייסטישע?) מעדיצינען וועכענטליך, טראץ וואס פאר די גרויסע מערהייט פעלט עס נישט אויס. און דאס אלעס אויפן חשבון פונעם שטייער-צאלער...
* * * * *
אין 2015 איז אויפגעקומען א סקאנדאל - די "קאר עמישאן סקאנדאל" - ווען מען איז געוואויר געווארן אז צוויי דייטשע קאר פראדוצירער - "וואלקסוואגאן" און "פאָרש" - וואס האבן פארקויפט קאר'ס באצייכענט אלס "ריין" און "ענווייראמענטעלי פרעינדלי", גיבן זייערע קאר'ס אין אמת'ן אריין ארויס א סאך מער פאלושאן ווי אנגעגעבן.
דאס האט געפירט צו געריכטליכע קלאגעס דורך די "זשוסטיס דעפארטמענט", די "אי.פי.עי." און נאך אגענטורן מיט טענות איבער דאס פארלעצן ענווייראמענטעל סטאנדארד געזעצן. די "פעדעראל טרעיד קאמישאן" - עף.טי.סי. - האט דאן אויך אריינגעגעבן א קלאגע מיט'ן טענה אז די פירמעס האבן אויסגענארט זייער קאסטומער'ס און דעריבער האבן זיי פארלאנגט די פירמעס זאלן צאלן קאמפענסאציע.
היינט האט די עף.טי.סי. געמאלדן פאר'ן געריכט אז די צוויי פירמעס האבן געענדיגט צאלן די 9.5 ביליאן דאללער שטראף געלטער וואס איז געווארן ארויפגעלייגט אויף זיי.
* * * * *
"רעמינגטאן" - פון די מערסט באקאנטע ביקסן פראדוצירער אין אמעריקא - האט זיך איינגעגעבן פאר באנקראט, די צווייטע מאל די פירמע נעמט די שריט אין די לעצטע דריי יאר. דאס קומט טראץ דעם וואס עס איז לעצטענס דא אן אויפשטייג אין גאן סעילס - אויף אזוי ווייט אז די עף.בי.איי. האט אין די פארלאפענע מאנאט - JUNE - דורכגעפירט אזויפיל ווי 3.9 מיליאן בעקדראונד טשעקס אויף גאן קויפער, וואס דאס האט געבראכן די פאריגע רעקארד פון 3.7 מיליאן מיט צוויי מאנאטן פריער.
* * * * *
פרעזידענט קאנדידאט זשאו ביידען האט ארויסגעשטעלט אן עקאנאמישע פלאן צו ארויסהעלפן שווארצע און לאטינא געמיינדעס איבער אמעריקא.
די פלאן נעמט אריין 30 ביליאן דאללער פאנד פאר קליינע ביזנעסער - טריפלען די צאל קאנטראטן וואס די פעדעראל גאווערמענט גיט ארויס פאר מינאריטעטן - און א טעקס קרעדיט ביז 15,000 דאללער צו העלפן פאמיליעס קויפן א הויז.
* * * * *
עיטש.עס.בי.סי. טשיף עקזעיוטיוו האט היינט ארומגעשיקט א מעמא פאר איינגעשטעלטע ווי ער לייגט פאר פלענער צו דאפלען - ביז יאר 2025 - די צאל שווארצע איינגעשטעלטע וואס זאלן פארענמען סיניאר פאזיציעס אינערהאלב די פירמע.
* * * * *
א קלאגע איז געווארן אריינגעגעבן ביי די "פעדעראל עלעקשאן קאמישאן" קעגן די טראמפ קאמפיין מיט די באשולדיגונג אז די קאמפיין האט אומלעגאל געצאלט ארום 170 מיליאן דאללער פאר פירמעס אנגעפירט דורך קאמפיין איינגעשטעלטע און זייערע פארבינדעטע.
די קלעגער זאגן אז אזעלכע פראקטיצירונגען פארלעצן דאס געזעץ און איז א עפענונג פאר קארופציע.
* * * * *
צווישן די געלטער אריינגעשטעלט אין די רעפובליקאנער סענאט פלאן, געפינט זיך 30 ביליאן דאללער פאר די פענטאגאן - וואס א טייל דערפון דארף ערזעצן געלטער וואס טראמפ האט גענומען פון די פענטאגאן פאר זיין גרעניץ וואנט.
* * * * *
די טראמפ אדמיניסטראציע וועט דורכפירן א גרונטליכע איבערזיכט אויף די דאקא פראגראם, וואס דורכאויס די צייט וועט מען נישט אננעמען קיין שום פרישע אפליקאציעס. עקזיסטירענדע געניסער וועלן קענען באנייען פאר בלויז איין יאר - אנשטאט די ביז יעצטיגע צוויי.
ווי א קוואל גיט איבער, איז ערוואטערט אז די איבערזיכט וועט דויערן ארום 100 טעג.
* * * * *
דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנווענשאן קאמיטע האט ארויסגעגעבן א מעמא מיט אנווייזונגען פאר די וואס קומען צום קאנווענשאן. צווישן די אנווייזונגען איז א פארלאנג צו ווערן גע'טעסט יעדן טאג פאר די וויירוס, ווי אויך אז מ'מוז זיך איזאלירן פאר כאטש 72 שעה איידער'ן ארויספארן פונדערהיים צום קאנווענשאן.
* * * * *
מיטש מעקאנעל געזאגט אז די 1.75 ביליאן דאללער פאר א נייע עף.בי.איי. געביידע - ווי אויך אנדערע טיילן פונעם ביל וואס האבן נישט מיט ארויסהעלפן מיט'ן קאראנע מצב - מוזן ארויספליען פון די קאראנע הילף פעקל.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דינסטאג יולי 28, 2020 8:07 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Iphone » דינסטאג יולי 28, 2020 8:02 pm

Thank you!

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג יולי 28, 2020 8:07 pm

באקסער בוים האט געשריבן:שכח אלעקסיי
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יולי 28, 2020 10:09 pm

אלעקסיי דער דריטער, די שרייבס בעסער אין בעסער גיי און.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:אלעקסיי דער דריטער, די שרייבס בעסער אין בעסער גיי און.

א דאנק פון @צוקער וואסער פלעגט זיין פון די ערשטע ש'כחס יעדן טאג פאר הבל סא נעם עס נישט פארלייכט
די קאקאש ווערט קריספיער ביי די טעי
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

Volunteer
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Volunteer » דינסטאג יולי 28, 2020 11:55 pm

יישר כח. איך גלייך זייער דיין קלארע שפראך קורץ אין שארף.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 5 מאל, Google [Bot], גאפל, השם רענד, יאנקל, נודניק, פארפלאנטערט, קאפ און אקסל, שכל טוב און 41 געסט