א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דינסטאג יולי 21, 2020 10:14 am

ש'כח פאר די טעגליכע באריכטן!!!!
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דעמאקראטן אין זשארזשיע האבן אויסגעקליבן סטיעט סענאטאר'שע פרוי וויליאמס - אן אפריקאנער-אמעריקאנער - צו לויפן אין נאוועמבער צו ערפילן די זיץ פונעם נארוואס פארשטארבענעם קאנגרעסמאן זשאן לואיס.

וויליאמס וועט זיך דארפן פארמעסטן מיט די רעפובליקאנער קאנדידאט, פרוי סטענטאן-קינג וואס האט פריער אין יאר באקומען א פארדאן פונעם פרעזידענט איבער איר ראלע וואס זי האט געשפילט א פארברעכן באנדע אין 2007.

* * * * *

פאר אינטרעסאנטקייט איינער וואס איז געזעצן אין תפיסה קען לויפן אויף א זיץ???
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יולי 21, 2020 10:18 am

א פארדאן קען אויפטוהן אז דער קריים איז מעיקרא נישט קיין קריים און עס גייט גענצליך אראפ פונעם רעקארד...
א שטייגער ווי להבדיל חכם עוקר נדר מעיקרו

(רובאשקין האט נישט געהאט קיין אפיציעלן פארדאן דערפאר איז ער נאך א קרימינאל)
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דינסטאג יולי 21, 2020 10:21 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:א פארדאן קען אויפטוהן אז דער קריים איז מעיקרא נישט קיין קריים און עס גייט גענצליך אראפ פונעם רעקארד...
א שטייגער ווי להבדיל חכם עוקר נדר מעיקרו

(רובאשקין האט נישט געהאט קיין אפיציעלן פארדאן דערפאר איז ער נאך א קרימינאל)

איז וויאזוי הייסט רובאשקין'ס באפרייאונג?
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יולי 21, 2020 10:23 am

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:א פארדאן קען אויפטוהן אז דער קריים איז מעיקרא נישט קיין קריים און עס גייט גענצליך אראפ פונעם רעקארד...
א שטייגער ווי להבדיל חכם עוקר נדר מעיקרו

(רובאשקין האט נישט געהאט קיין אפיציעלן פארדאן דערפאר איז ער נאך א קרימינאל)

איז וויאזוי הייסט רובאשקין'ס באפרייאונג?

COMMUTATION
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יולי 21, 2020 10:25 am

Pardon is an "executive forgiveness of crime"; commutation is an "executive lowering of the penalty." ... A "pardon wipes out the conviction while a commutation leaves the conviction intact but wipes out the punishment." Barnett: Commutation is a form of clemency, used often by governors
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דינסטאג יולי 21, 2020 10:30 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
Pardon is an "executive forgiveness of crime"; commutation is an "executive lowering of the penalty." ... A "pardon wipes out the conviction while a commutation leaves the conviction intact but wipes out the punishment." Barnett: Commutation is a form of clemency, used often by governors

ש'כח
(ווייסטו וואס אפשר יא פאר ראש הקהל.............)
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יולי 21, 2020 4:46 pm

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:פאר אינטרעסאנטקייט איינער וואס איז געזעצן אין תפיסה קען לויפן אויף א זיץ???

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:א פארדאן קען אויפטוהן אז דער קריים איז מעיקרא נישט קיין קריים און עס גייט גענצליך אראפ פונעם רעקארד...

פעלט נישט אויס א פארדאן אויך נישט - מ'קען וערן עלעקטעד און אפילו דינען אלס קאנגרעסמאן פון תפיסה.

די איינציגסטע צוימונגען אויף א קאנדידאט איז דאס וואס ס'שטייט אין די קאנסטיטושען: 1.זיין כאטשיג 25 יאר, 2.האבן געווען אן אמעריקאנע בירגער די לעצטע זיבן יאר, 3.וואוינען אין די סטעיט וואס מ'פארטרעט.
קאנגרעסס קען ארויסווארפן א מעמבער פאר'ן באגיין א פארברעכן - אבער דאס איז נאר נאכ'ן ווערן איינגעשוואוירן ד.ה. זיי קענען נישט אפהאלטן א מעמבער-עלעקט פון ווערן איינגעשוואוירן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 22, 2020 9:19 pm

די פארמאסיוטיקעל פירמעס פייזער צוזאמען מיט בייא-נ'-טעק האבן געמאלדן א אפמאך אין די ווערד פון 1.9 ביליאן דאללער מיט די אמעריקאנע רעגירונג פאר א סטאק פון הונדערט-מיליאן דאזעס פון א מעגליכע קאראנע וואקסין ווי נאר ס'ווערט גרייט - מיט א מעגליכקייט פון אפקויפן נאך אפאר הונדערט-מיליאן דאזעס אויב ס'וועט אויספעלן.


די אמעריקאנע רעגירונג האט פארארדענט פאר כינע אז ביז 48 שעה זאלן זיי פארשליסן די כינעזער קאנסולאט וואס געפונט זיך אין יוסטאן. ווי א ווארטזאגער פאר'ן סטעיט דעפארטמענט גיט איבער איז דעי שריט גענומען געווארן צו "באשיצן אמעריקאנע אינטעלעקטועל פראפערטי און די פריוואטע אינפארמאציע פון אמעריקאנע". די לאקאלע מידיע באריכטעט אז עס קומען פאר מאסיווע פייערן אין די הויף פונעם קאנסולאט אין א פארזוך צו פארברענען דאקיומענטן און פארווישן שפורן.
דעי אנטוויקלונג קומט בלויז איין טאג נאכדעם וואס די אמעריקאנע זשוסטיס דעפארטמענט האט אנגעקלאגט צוויי כינעזער העקער'ס אויף פרובירן צו רויבן וואקסין סודות.

א קאנאדישע ריכטער האט היינט גע'אורטיילט אז א אזיל-רעכטן אפמאך מיט אמעריקא איז אומלעגאל.
די רעדע איז איבער די "פארזיכערטע דריטע לאנד אפמאך" - צווישן אמעריקא און קאנאדע - וואס פארלאנגט אז אזיל-רעכט זוכער מוזן זיך איינגעבן פאר אזיל סטאטוס אין די ערשטע זיכערע לאנד ווי זיי קומען אן און קענען נישט צו ווארטן ביזן אנקומען קיין קאנאדע. היינט צוטאג איז אמעריקא די איינציגסטע לאנד וואס איז דעזיגנירט אלס "זיכערע לאנד" אונטער דעי אפמאך.
אקטיוויסטן און אדוואקאטן טענה'ן אבער אז זינט טראמפ איז געווארן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז אמעריקא שוין מער נישט קיין פארזיכערטע לאנד - צוליב דעם פרעזידענט'ס אגענדא קעגן אימיגראנטן.
היינט האט פעדעראלע ריכטערין פרוי מעקדאנעלד גע'אורטיילט אז די אפמאך איז א פארלעצונג פון די קאנאדישע "טשארטער אוו רייטס" - זי האט אבער געגעבן 6 מאנאטן צייט פאר די פארליאמענט צו רעאגירן צום אורטייל.

שען סאנג איז א כינעזע סייענטיסט וואס האט סערווירט אין די כינעזע מיליטער אין די "מיליטערי מעדיקעל יוניווערסיטי" וואס איז א טייל פון די כינעזע עיר פארס. איר דינסט איז געקומען צו אן ענדע אין 2011- ווען זי האט גראדואירט פון יוניווערסיטי. אין 2018 האט סאנג זיך איינגעגעבן פאר א J-1 וויזא, צו קענען אויספירן פארש ארבעט אין די "סטענפארד יוניווערסיטי". איר וויזא איז געווארן באשטעטיגט און אין דעצעמבער 23, איז סאנג אנגעקומען קיין אמעריקא און אנגעהויבן ארבעטן אין סטענפארד יוניווערסיטי.
יעצט באשולדיגט די עף.בי.איי., אז זיי האבן געטראפן באווייזן - אריינגערעכענט בילדער אויפן אינטערנעט ווי מ'זעהט איר מיטן מיליטערישן יוניפארם, אזוי אויך פיילס אויף איר קאמפיוטער - אז סאנג איז נאכאלץ אן אקטיווע מיטגליד אין די כינעזע עיר פארס און אז זי האט ליגענט געזאגט אויף איר וויזא אפליקעישאן. אום יוני 20 האט די אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט סאנג ווי זי האט גענצליך געלייקענט די באשולדיגונגען.
זינט נאך יענע אינטערוויו - באשולדיגט די עף.בי.איי. - טוט זי זיך אויפהאלטן אין די כינעזע קאנסולאט אין סאן פראנסיסקא.
ווי די רעגירונג באשולדיגט איז די דאזיגע געשיכטע - פון אריינקומען אין לאנד מיט אומ'אויסגעהאלטענע וויזא'ס - בלויז איין'ס אין א גרויסע קייט פון אזעלכע סארט אקציעס דורך די כינעזע רעגירונג און איר מיליטער.

די עלקטעריק-קאר פירמע "טעסלא" האט היינט געבראכן א רעארד מיט'ן מעלדן די ערשטע מאל וואס אין אלע 4 יאר-פערטלעך (קווארטער'ס) זענען זיי ארויס מיט א פראפיט - דאס באדייט אז טעסלא איז יעצט בארעכטיגט ארויפצוגיין אויפ'ן "עס.ענד.פי. 500".
די פירמע האט די יעצטיגע קווארטל אריינבקומען 6.04 ביליאן דאללער - העכער פון די ערווארטונגען וואס זענען געווען ארום 5.37 ביליאן.
פאר יאר צוריק אזא צייט איז זייער שעיר וועליו געווען ביי ארום 260 דאללער - היינט האלט עס ביי ארום 1,600 דאללער - ארום 6 מאל מער.
די פירמעס גרינדער און סי.אי.או. אילאן מאסק האט היינט געמאלדן אז די נעקסטע פאבריק וועט געבויט ווערן אין אוסטין, טעקסאס.

קאנגרעסס האט היינט - אין א אפשטימונג פון 233-183 - אדורכגעפירט א געזעץ איינצוצוימען די פרעזידענט'ס מאכט ווען עס קומט צו אימיגרעישאן. די ביל שלאגט פאר אז יעדעס מאל די סטעיט דעפארטמענט און - אדער די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט ווילן ארויפשטעלן סיי וועלכע צוימונגען אויף אימיגראציע זאלן זיי מוזן איינמעלדן קאנגרעסס -און באקומען זייער צושטימונג - פון פריער.

"ווייערקארד" איז געווען א ריזיגע פעימענט פראסעסינג פירמע, הויפטקווארטירט אין דייטשלאנד, וואס האט באנקראטירט פאריגע מאנאט צוליב 1.9 ביליאן יורא וואס מ'האט אנדעקט אז עס עקזיסטירט נאר אויף זייערע ביכער אבער נישט זייערע אקאונט'ס.
היינט האבן פראסעקיוטאר אין מינכן געמדלן די ארעסט פון מארקוס בראון - די געוועזענע סי.אי.או. - צוזאמען מיט נאך צוויי געוועזענע עקזעיוטיוו'ס פון די פירמע.
פראסעקיוטאר זענען יעצט ביי די מינונג אז די פירמע ווייסט שוין זינט 2015 אז זיי דערלייגן געלט, און אז די פירמעס פירערשאפט האט קאנספירירט צוזאמען אין א 3.7 ביליאן דאללער שווינדל.

די עי.סי.על.יו. האט אריינגעגעבן א לאוסאוט אין געריכט אויף באשולדיגונגען אז די פעדעראלע אגענטן וואס געפינן זיך אין פארטלאנד טוען אטאקירן וואלונטיר פאראמעדיקס ווען זיי קומען ארויסהעלפן פארוואונדעטע ביי די פראטעסטן/ראיאטן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 22, 2020 9:32 pm

יונייטעד עירליינס האט היינט געמאלדן אז אנגעהויבן פון פרייטאג וועט מען מוזן גיין מיט א מאסק - נישט בלויז אויפן פליגער זעלבסט, נאר אפילו אין עירפארט ביים זיך באנוצן מיט זייערע געגענטער.
די איינציגסטע אויסנאם איז קינדער אונטער צוויי יאר.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך יולי 22, 2020 10:38 pm

זייער אינפארמאטיוו.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג יולי 23, 2020 6:48 am

שכוח הבל!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:37 pm

דאנערשטאג דברים

איינגעשטעלטע ביי דרייצן פעדעראלע אגענטורן האבן אריינגעגעבן א קלעס-עקשאן לאוסוט קעגן די אדמיניסטראציע אין א פארזוך צו באקומען קאמפענסאציע פאר'ן זיין אויסגעשטעלט צום וויירוס. ווי זיי באשולדיגן האט מען זיי נישט צוגעשטעלט באשיצונג קליידער אין די צייט וואס זיי זענען געקומען אין נאנטע בארירונג מיט אנדערע מענטשען ביים טוען זייער ארבעט.
די קלאגע רעכענט אריין - צווישן אנדערע - איינגעשטעלטע ביי די "סאשעל סעקיוריטי אדמיניסטרעישאן", "ביורא אוו פריזאן'ס", אגריקולטור דעפארטמענט, לעיבאר דעפארטמענט, דעפענס דעפארטמענט, האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט.
* * * * *
דעפענס סעקעטאר מארק עספער האט נעכטן געלאזט פאלן אנדייטונגען אז ער וויל דורכפירן א רייזע קיין טשיינע נאך אין די יעצטיגע למספרם יאר "צו פארבעסערן קאאפרעאציע אין עריע"ס אוו קאמא"ן אינטרעס"ט און צו אווקעשטעלן א קריזיס קאמיוניקאציע סיסטעם".
* * * * *
אינספעקטאר-זשענעראל פון די זשוסטיס דעפארטמענט, מייקעל הוראוויץ, האט היינט געמאלדן אז ער - אינאיינעם מיט די איי.זשי. פון די האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט - נעמען אונטער אן אויספארשונג אויף די לעצטיגע אריינשיקן פעדעראלע טרופן אין אמעריקאנע סיטיס. הורוויץ זאגט וועט ער אויספארשן די יעצטיגע געשיכטע אין ארעגאן, און אויך ענליכע געשיכטעס אין וואשינגטאן די.סי., אריינגערעכענט די באקאנטע פאל ווי טראמפ איז אריבערגעגאנגען די גאס צו כאפן א בילד.
דאס קומט נאך א פארלאנג פון די ארטיגע יו.עס. אטוירני ווי אויך רופן פון קאנגרעס.
* * * * *
פרעזידענט טראמפ האט היינט אפגערופן דעי טייל פון די רעפובליקאנע קאנווענשאן וואס האט געזאלט פארקומען אין פלארידא. דעלעגאטן וועלן זיך צוזאמקומען פאר די נאמינעישאן פראסיזשור אין נארט-קאראליינע.
טראמפ האט געזאגט ער וועט האלטן א קאנווענשאן רעדע אויף א אנדערע פארנעם - ער איז נישט אריין אין דעטאלן דערוועגן.
* * * * *
פרעזידענט טראמפ האט געהאט געבעטן פון וואודי זשאנסאן - די אמעריקאנער אמבאסאדאר צו ענגלאנד - אז ער זאל לייגן פרעשור אויף די בריטישע רעגירונג זיי זאלן אריבערברענגען די "בריטיש אפען" צו זיין רעזארט ארט אין סקאטלאנד - באאמטע האבן אבער געווארענט דעם אמבאסאדאר אז אזא פארלאנג קען פארלעצן עטיקס רעגולאציעס. טראמפ לייקענט די גאנצע געשיכטע.
"בריטיש אפען" איז פון די מערסט פרעסטיזשפולע גאלף קלאבס אין וועלט.
* * * * *
די "וואורקינג פעמיליס פארטי" האט געמאלדן אז זיי שטעלן אוועק א סופער-פעק ארויסצוהעלפן קאנגרעספרוי טלעיב פון מישיגען - איינער פון די אזויגערופענע סקוואד - אין די צייט וואס זי שטייט אויס א פריימערי פארמעסט. די אקציע הייבט זיך אן מיט א 100,000 דאללער קאמפיין צו בויען איר שטיצע צווישן ארטיגע וויילער.
* * * * *
באריכטן גיבן אן אז די פרעזידענט וועט מארגן - ארום 3'ער נאכמיטאג - אונטערשרייבן אן עקזעקיוטיוו ארדער צו אראפברענגען דראג פרייזן איבער'ן לאנד.
* * * * *
ערשט-מאליגע אפליקעישאן'ס פאר סטעיט אנעמפלוימענט איז פאריגע וואך געשטיגן צו 1.4 מיליאן - ארויף פון די ארום 1.3 מיליאן א וואך פריער. דאס איז די ערשטע מאל זינט מארטש וואס די נאמבער גייט ארויף אנשטאט ווערן ווייניגער.
דאס איז אויסער די ארום 970,000 וואס זענען נישט בארעכטיגט פאר געווענליכע אנעמפלוימענט, אבער האבן זיך איינגעגעבן פאר די יעצטיגע ספעציעלע בענעפיטן.
* * * * *
דריידל האט געשריבן:DHS האט געמאלדן אז נאכדעם וואס ניו יארק האט מאדיפיצירט די געזעץ, וועלן ניו יארקער ווייטער קענען געניסן פון גלאבאל ענטרי
ווי די ניו יארק טיימס באריכטעט קומט די שריט נאכדעם וואס אדוואקאטן פאר די פעדעראל גאווערמענט האבן - אין געריכט פאפירן - אנערקענט אז איינער פון זייערע הויפט טענות זענען נישט אויסגעהאלטן. זיי האבן אנערקענט אז ניו יארק איז נישט די איינציגסטע סטעיט מיט די באגרעניצונגען אויף מיטטיילן אינפארמאציע.
* * * * *
א קאנגרעסיאנאלע פארהער מיט די סי.אי.או.'ס פון עמעזאן, גוגעל, פעיסבוק און עפל, וואס האט געזאלט פארקומען קומענדיגע מאנטאג, איז לויט באריכטן געווארן אפגעשטופט אויף אן אומבאשטימטע דאטום. די פארהער האט זיך געזאלט קאנצעטרירן איבער אנגעבליכע מעגליכע אנטי-טראסט פארלעצונגען.
* * * * *
טרעזשורי סעקרעטאר מענושין זאגט אז די קומענדיגע פעדעראל אנעמפלוימענט בענעפיטן וועט זיין בעיסד אויף בערך 70% פון די וועיזשעס וואס מ'האט פארלוירן. שטייטצעך זאכן וועלן זיך נאך טוישן - אבער דאס איז די היינטיגע געזאגאכץ...
* * * * *
הכל הבל האט געשריבן:ריכטער גיבט איצט גרינע ליכט אויך פאר טראמפ'ס ניכטע זעלבסט צו פובליצירן איר שטאף און צו רעדן איבער דעם ...
סיימאן ענד שוסטער - די פובלישער פונעם בוך - זאגט אז זיי האבן שוין פארקויפט 1.35 קאפיס פונעם בוך, בלויז אין די ערשטע וואך זינט עס איז ערשינען. די בוך איז א נומבער 1 אין קאנאדע, איירלאנד, אמעריקא און ענגלאנד, און א נומער 2 אין אוסטראליע.
* * * * *
ביליאנער ביל געיטס האט נעכטן שארף אפגעלייקענט די קאנספיראציע טעאריע אז ער האט געוואלט אויסנוצן די יעצטיגע וויירוס סיטואציע צו קענען אריינשטעלן מייקרא-טשיפס אין די מענטשהייט ביים נעמען א וואקסין דערקעגן. געיטס האט זיך באצויגן צו א אנקעטע וואס צייגט אז 28% פון די אמעריקאנע באפעלקערונג גלייבט די טעאריע.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שאשא » דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:53 pm

שכח' אלעקסיי דער דריטער
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג יולי 23, 2020 10:46 pm

שאשא האט געשריבן:שכח' אלעקסיי דער דריטער

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » פרייטאג יולי 24, 2020 9:52 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דאנערשטאג דברים


באריכטן גיבן אן אז די פרעזידענט וועט מארגן - ארום 3'ער נאכמיטאג - אונטערשרייבן אן עקזעקיוטיוו ארדער צו אראפברענגען דראג פרייזן איבער'ן לאנד.
* * * * *

וואס מיינט עס, אז ס'גייט אנהייבן ווערען מער ""הויכע"" שבתים אין אמעריקע??.........
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אבדזשעקטיוו
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אבדזשעקטיוו » פרייטאג יולי 24, 2020 10:59 am

ישר כח אלעקסיי
איט איז מאטש עפרישיעטד!

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש יולי 25, 2020 11:55 pm

ווייסעך נישט ווי צו שטעלן די נייעס

---
איינוואוינער פון ווירדזשיניע, וואשינגטאן, אריזאנע און טעקסאס האבן באקומען די לעצטע טעג קליינע פעקלעך זומען פון כינע מיט מיסטריעזע קערענדלעך צו פלאנצן. עפעס וואס זיי האבן בכלל נישט באשטעלט.

שטאטישע באאמטע מעלדן *מען זאל בשום אופן נישט פלאנצן די זומען* נאר תיכף איבערגעבן פאר די אמעריקאנער דעפט. פון אגריקולטאר.

IMG_20200725_234512.jpg
IMG_20200725_234512.jpg (201.65 KiB) געזעהן 482 מאל

IMG_20200725_234344.jpg
IMG_20200725_234344.jpg (161.86 KiB) געזעהן 482 מאל

IMG_20200725_234359.jpg
IMG_20200725_234359.jpg (22.89 KiB) געזעהן 482 מאל

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש יולי 25, 2020 11:56 pm

א מעסידזש פון די דעפט. אוו אגריקולטאר אין וואשינגטאן סטעיט איבער די מיסטריעזע זומען פון כינע

IMG_20200725_234342.jpg
IMG_20200725_234342.jpg (241.32 KiB) געזעהן 475 מאל

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » זונטאג יולי 26, 2020 12:00 am

די פעקלעך זענען אלע מיסלעיבעלד. לדוגמא דזשולערי וכדו'

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג יולי 26, 2020 12:02 am

דער מצב מיט טשיינע איז זייער הייס, צייט פאר א אשכול

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » זונטאג יולי 26, 2020 12:04 am

אויב די גבאים פילן פאר וויכטיג זאלן זיי עס שטעלן אין א באזונדערע אשכול

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג יולי 26, 2020 12:13 am

איך וואלט געזאגט אז טשיינע זוכט סתם צו אנדרייען א אומזיסטע פאניק אין אמעריקע

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג יולי 26, 2020 12:14 am

ישוב הדעת האט געשריבן:דער מצב מיט טשיינע איז זייער הייס, צייט פאר א אשכול

סאיז דא צוויי
viewtopic.php?p=2304338#p2304338
viewtopic.php?p=1820932#p1820932
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » זונטאג יולי 26, 2020 1:06 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:די אמעריקאנע רעגירונג האט פארארדענט פאר כינע אז ביז 48 שעה זאלן זיי פארשליסן די כינעזער קאנסולאט וואס געפונט זיך אין יוסטאן. ווי א ווארטזאגער פאר'ן סטעיט דעפארטמענט גיט איבער איז דעי שריט גענומען געווארן צו "באשיצן אמעריקאנע אינטעלעקטועל פראפערטי און די פריוואטע אינפארמאציע פון אמעריקאנע". די לאקאלע מידיע באריכטעט אז עס קומען פאר מאסיווע פייערן אין די הויף פונעם קאנסולאט אין א פארזוך צו פארברענען דאקיומענטן און פארווישן שפורן.
דעי אנטוויקלונג קומט בלויז איין טאג נאכדעם וואס די אמעריקאנע זשוסטיס דעפארטמענט האט אנגעקלאגט צוויי כינעזער העקער'ס אויף פרובירן צו רויבן וואקסין סודות.


אין אן אקציע פון נקמה האט כינע פארארדנט די פארשליסונג פון די אמעריקאנער קאנסולאט אין טשאנגדא.

די אולטימטום צו זיין געשלאסן איז מאנטאג.

אויסלענדישע ביים פארלאזן די קאנסולאט (עס איז מיר נישט קלאר ווער עס איז בכלל דארט געבליבן נאכן זיין געשלאסן ביי קאראונע)

IMG_20200726_010148.jpg
IMG_20200726_010148.jpg (602.69 KiB) געזעהן 337 מאל
צוגעלייגטע
IMG_20200726_010157.jpg
IMG_20200726_010157.jpg (635.45 KiB) געזעהן 337 מאל
IMG_20200726_010151.jpg
IMG_20200726_010151.jpg (187.33 KiB) געזעהן 337 מאל

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » זונטאג יולי 26, 2020 1:07 am

די כינעזער שטעלן אן א מצב אויפן גאס אריין צום קאנסולאט

IMG_20200726_005644.jpg
IMG_20200726_005644.jpg (107.58 KiB) געזעהן 335 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, Toyota, איודפיןבפ, בינוני, הולך בדרכי אבות, חלה, חמרא, מי הוא זה, פריינד, קאנטרי, קרייסלער, שמערלער און 35 געסט