א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:34 pm

@הבל

בעסער און בעסער

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:29 pm

עס איז מיין האפענונג אז ביי די טוירטל געשיכטע האט מען שוין געהאט פארענדיגט דאס עסן און אויב נישט פארגיבט מיר פאר די געשאפענע איבלענישן

געוואלדיג
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:46 pm

א ריזן דאנק

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 6:10 pm

האמיר שוין געדעקט די נייעס, און איינוועגס אויך אריינגעכאפט צו לערנען עטליכע פסוקים ומאמרי חז"ל.

טייג מיט קאקאו = קאקאש קעיק!

נייעס מיט ספייסעס = זאפטיגע נייעס!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 6:27 pm

יעצט צום ערשטען מאל אנגעקומען צו ליינען די הערליכע און רייכע תדובות
@הכל הבל נישטא די ווערטער אייך צו באדאנקן
זשאסט קיעפ אן.......
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:29 pm

@הכל הבל ;l;p- לייק, ובפרט די פסוקים צום סוף...

-את הכל עשה יפה ב"עטו"
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 9:43 pm

יישר כח הבל!

ס'איז צום באמערקן אז לכבוד די פרישע וואך האבן זיך די הבל הויפטקוואטירן שטארק פארברייטערט אויך אויף אויסלענדישע נייעס, פראנקרייך, דייטשלאנד, אזש ביז די ווייטע אוסטראליע, קיין שום נייעס איז פון איהם פארהוילן, ער איז זאגאר געזעהן געווארן אין די ארץ ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל!

בלייבט אונז נאר איבער צו וואונטשן כה לחי!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 11:04 pm

ישר כח, געוואלדיג

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 12:30 am

א גרויסן דאנק
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:00 pm

אויסטראלישע פרעמיער מיניסטער סקאט מאריסאן וויל א שניט אין די ערלויבעניש פאר וויפיל אימיגראנטן ווערן יערליך אקצעפטירט אין לאנד
מאריסאן זאגט אז די ריזיגע צאל וועלכע עמיגרירן פון זייער היימלענדער קיין אויסטראליע פאלן צו לאסט פאר די בירגער און באטראכט א שניט פון 30 טויזנט יערליך

פרעזידענט טראמפ ווידערהאלט אז די אויספארשונג אויף די קאשאגי מארד איז נאכנישט פאריבער און אנטזאגט זיך פון מער באשטראפן סאודי אראביע אנגעבנדיג אז די קרוין פרינץ לייקנט קאטעגאריש אז ער זעלבסט זאל האבן געווען פארמישט דערין
טראמפ זאגט אז אמעריקאס באשלוס איז נישט באזירט אויף די סאודיער שטעלונג און עס קען זייער מעגליך זיין אז דער קרוין פרינץ איז געווען אינסטרומענטאל אינעם מארד אבער די וועלט איז צו א געפארפולע ארט און סאודיע אראביע איז די אליאנץ מיטן קעניגרייך איז צו אמעריקאס בענעפיט
טראמפ אנערקענט אז עס איז אן אומגעשמאקע סיטואציע און א שאנדע אבער עס איז וואס עס איז
איצט גייענדיג צום דרוק קומט די מעלדונג אז דער פרעזידענט וועט זיך טרעפן מיטן קרוין פרינץ ביים G-20 סאמיט אין דעצעמבער למספרם
ניו העמפשיר סענאטארשע שאהין האט רעאגירט אז טראמפס נעמען די זייט מיט מערדער און דיקטאטורן איבער אמעריקאנע שפיאנאזש פראפעסיאנאלן איז א פלעק אויף אונזער דעמאקראטיע און טוט אונטערמינעווען די אמעריקאנע אידעאל
קאליפארניע סענאטארשע פיינסטיין זאגט אז זי פלאנט צו שטימען אקעגן סיי וועלכע צוקונפטיגע וואפן פארקויף אפמאך פאר סאודיע אראביע און אמעריקא זאל באטראכטן סאנקציעס אקעגן דעם קרוין פרינץ

די ווייסע הויז איז איצט ארויסגעקומען אין אפאזיציע צו א פלאן אז א רוס זאל ווערן געשטעלט אנצופירן די אינטערפאל נאך וואס די ביז איצטיגער פירער איז געווארן אראפגעהאלטן אין כינע און האט רעזיגנירט פון פאזיציע

דורכאויס די נארוואס פארלאפענע וויקענד זענען 6 בירגער פון בענגלאדעש געווארן געכאפט זיך אריבערשמוגלען די אמעריקאנע גרעניץ
אין אקאטאבער זענען 75 בענגלאדעשער געכאפט געווארן

א ריכטער האט פריער פארארדנט די ICE אגענטור צו באפרייען פארהאלטענע איראקער ארעסטירט שוין א לענגערע צייט אין א מישיגען טורמע נאך וואס לויט אים האט די אגענטור קלאר פארפירט די געריכט מיט פאלשע און פארפירערישע אינפארמאציע

ריכטער בלאקירט אויף צייטווייליג טראמפ אדמיניסטראציעס נייע פאליסי צו באגרעניצן איינטריט אין לאנד פאר געוויסע וועלכע פארלאנגען אזיל רעכט
פרישע הירינג וועט פארקומען אום דעצעמבער למספרם

די העסטע געריכט האט אפגעווארפן א ביטע אריינצוקוקן אין א קרימינאלע יוסטיץ קעיס און געצויגן זעלטן שטארקע קריטיק פון צוויי פון אירע ריכטער
אין מערסטנס פאלן ערוארטן מענטשן אז די געריכט אויסשטעל וועט צוטיילן די 4 ליבעראלע ריכטער פון די 5 קאנסערוואטיוון אבער אין טייל פעלער אריינגערעכנט אונזער פאל איז אינטערסאנט צו באמערקן ווי אליאנצן צווישן ריכטער ווערן פארמירט אריבער פארטייאישע אידעאלאגיעס און באזירט אויף געוויסע אויג צו אויג פארשטענדענישן ריכטער בויען צווישן זיך
ריכטער גארסוטש (וועלכע מיר האבן שוין באשריבן אין די פארגאנגנהייט קען אויף געוויסע טעמעס זיין מער ליבערטעריען געשטימט אזוי ווי זיין לערער ריכטער קענעדי צו זיין גאר שטארק פאר פרייהייט און רעכטן פונעם אינדיווידועל און אנדערש ווי א שטייגער ריכטער קעווענעאו) און ריכטערין סאטאמאיאר זענען געווארן ווי א חבורה של שנים אויף קרימינאלע יוסטיץ קעיסעס וועלכע ציהט זייער אויפמערקזאמקייט
איצט האנדלט זיך עס מיט א פרוי אין אלאבאמא וועלכע איז געווארן ארעסטירט ביים דרייוון אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל
די פאליציי האט אראנזשירט שטונדן נאך איר ארעסט אן אפיציעלע טעסט וועלכע האט אונטערזוכט די אלקאהאל שטאפלען אין איר בלוט
אין געריכט האט די סטעיט פרעזענטירט די רעזולטאטן אבער אנשטאט אראפברענגן אין גערכיט דער אנאליסט וועלכע האט ארגינעל גענומען די טעסט האבן זיי באשלאסן צו ברענגן א דרויסנדיגע אנאליסט וועלכע האט ערקלערט פאר די דזשורי זיינע שאצונגען פון די בלוט באווייזן און לויט זיין רעכענען וואס דארף צו ווייזן אונטער וויפיל איינפלוס זי איז געווען מיט שטונדן בעפאר ביים דרייוון
די פרוי האט פארלאנגט אז דער אנאליסט וועלכע האט גענומען די טעסט זאל פערזענליך אראפקומען און געריכט זי זאל אים קענען אויספרעגן און קאנפראטירן מיט א קרייץ פארהער אבער די סטעיט האט קאטעגאריש אפגעווארפן איר פארלאנג
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום העכסטן געריכט אבער זיי האבן זיך אנטזאגט אריינצוקוקן דערין
ריכטער גארסוטש און סאטאמאיאר ברויזן עפנטליך אויף די באשלוס איבערצוהיפן אזא וויכטיגע קעיס און זאגן אז די רעכטן פונעם באשולדיגטן זענען קלאר פארלעצט געווארן זינט אונטער די 6'טע אמענדמענט דארף א באשולדיגטער באקומען צוטריט צום באשולדיגער און קענען יענעם שטעלן צו א קרייץ פארהער
אין אן אנדערע פאל פון א קרימינאלע יוסטיץ קעיס וועלכע האט גראדער יא סוקסעספול געמאכט איר וועג צום געריכט האבן די זעלבע צוויי ריכטער זיך געלאזט הערן מיט גאר ענליכע באמערקונגען ביי די מונדליכע ארגומענטן לעצטע מאנאט
יענע קעיס איז איבער א געזעץ וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט צו האלטן א פובליק ליסטע פון אלע וועלכע ווערן געפונען שולדיג אויף א געוויסע קאטעגאריע פארברעכן
לויט די געזעץ דארפן די שולדיגע נאכקומען א רייע מיט פאלאנגען ווי זיך פערזענליך איינמעלדן און מיטטיילן פילע אינפארמאציע מיט די רעגירונג דעפארטמענט וועלכע פארפיגט אויף די ליסטע
די געזעץ האט אבער איינגעשלאסן א סעיף וועלכע גיבט גאר ברייטע מאכטן פאר די אמעריקאנע אטוירני דזשענעראל צו איינטיילן פאר די דעפארטמענט וועלכע פארשריפטן ארויסצושטעלן פאר די שולדיגע
א קלאגע איז געווארן אריינגעטראגן אין געריכט אז לויט די קאנסטיטוציע האט קאנגרעס צוגעטיילט צופיל בלינדע מאכט פארן אטוירני דזשענעראל וועלכע קען בלויז אינפארסירן די פארשריפטן אבער שרייבן און באשליסן די פארשריפטן באלאנגט אויסדרוקליך פארן לעגיסלאטיוון פליגל וועלכע קען נישט אוועקגשענקן די אויטאריטעט פארן עקזעקוטיוון פליגל אונטער וועלכע די אטוירני דזשענעראל אפערירט
ווי געשריבן האבן די זעלבע צוויי ריכטער גאר שארף אראפגעריסן די געשאנקענע מאכט פאארן אטוירני דזשענעראל

טראמפ לעגאלע גרופע שיקט היינט צו זייער שריפטליכע ענטפערס אויף די פראגן פון מולער צום פרעזידענט

א פרישע שטורעם קאכט זיך ארום אן אויפדעקונג אז דער פרעזידענטס טאכטער האט זיך באנוצט מיט איר פריוואטע אימעיל אקאונט פאר אפיציעלע רעגירונס ביזנעס
די אדמיניסטראציע אנערקענט די באריכט אבער פארטיידיגט איר אז זינט זי איז געווארן אינפארמירט אז עס קען זיין א פראבלעם האט זי אפגעשטעלט די פראקטיצירונג
אויך מאכן זיי אוועק די צו די קלינטאן אימעיל סקאנדאל אנצייגנדיג אז אין קאנטראסט צו קלינטאן איז אינעם איצטיגן פאל נישט געשיקט געווארן קיין קלאסיפייד אינפארמאציע
קאנגרעסמאן קאמינגס (ד) פלאנירט אויסצופארשן די אימעיל באהאנדלונג און אריבער אין סענאט איז סענאטאר דזשאנסאן (ר) אויך באזארגט דערוועגן און וועט דורכפירן אן איבערזיכט
דזשאנסאן גיבט אבער צו אז אין די היינטיגע טעכנאלאגישע עפאכע דארף מען אנערקענען אז מענטשן זענען פארט מענטשן און אויך פריוואטע בירגער און קענען נישט ווערן באגרעניצט פון נוצן א פריוואטע אימעיל אקאונט
גייענדיג צום דרוק האט זיך דער פרעזידענט געלאזט הערן איבער די נייעס און קורצליך רעאגירט אז זיין טאכטער האט גארנישט געטוהן צו באהאלטן אירע אימעילס

די ווייסע הויז שטעלט פולשטענדיג צוריק אקאסטעס פאס באגלייט מיט ווארענונג זיך צו האלטן צו די נייע פארארדענונגען וועלכע נעמט אריין א פארשריפט נישט צו פרעגן א צווייטע פראגע
אין רעאקציע האט סי ען ען ארויסגעצויגן זייער קלאגע פון געריכט

סענאטאר שומער שיקט בריוו צום יוסטיץ דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל אויסצופארשן קאמיוניקאציעס צויישן מעט וויטעקער און די ווייסע הויז

ענערגיע סעקרעטאר ריק פערי גענוצט פארבליבענע געלטער פון זיין פאליטישע קאסע פון זיינע יארן אלץ גאווערנאר צו באצאלן אויסגאבן פאר זיין פרוי צו קענען מיטפליען מיט אים אויף אפיציעלע רייזעס

דערווייל איז מאולטאן צוריק אין מאסאטשוסעטס און איז צוגעשמידט צום טעלעפאן לייגנדיג דרוק אויף פאדזש צו לויפן אקעגן פעלאסי
פאדזש האט דערווייל היבש קאלטע פיס און האט אנגעהויבן צו נידערן איר פראפיל און געמאלדן אז זי וועט נישט פאסן קיין באשלוס בעפאר טענקסגיווינג
פעלאסי קען זיין ספיקער אן 218 יא שטימען, דזשאן בעינאר איז אין 2014 למספרם געווארן ערוויילט אלץ ספיקער דורך איבערצייגן געוויסע קעגנער צו שטימען אנוועזנד אדער איבערהיפן די אפשטימונג
די קאונט פון קאנגרעסלייט וועלכע האבן נישט אונטערגעשריבן די בריוו אבער ווערן באטראכט ווי אומזיכערע שטימען ציילט גאלדען קראו און ספענבערגער וועלכע זענען מאמענטאל א קלארע ניין
סיסנעראוס האט נישט געפאסט קיין באשלוס וועקסטאן קוקט אויס צו זיין א יא און שעריל און נאך אנטזאגן זיך פון זאגן ווי זיי שטייען

ווי דער שטייגער שטעלט זיך ווידער ארויס אז צו באקעמפן מאכט פעלט זיך אויס מענטשן וועלכע קימערן זיך ווינציג מיט זייער אייגענע רעפוטאציע
די פעלאסי מאשין נעמט קיינע שאנסן און האט באשלאסן אפצושטעלן די מיני אויפשטאנד נאך איידער זי גייט ארויס פון קאנטראל און ארויס מיט א פארשפיל פון זייערע אטאקעס
קאנגרעספרוי מארסיא פאדזש וועלכע קומט אונטער דרוק אריינצושפרינגען אין א פארמעסט מיט פעלאסי באקומט איצט פארשפייז פון וואס ערווארט איר אויב זי באשליסט טאקע צו נעמען יענעם שטראז
די מיסט גרובער האבן זיך א לאז געטוהן אריינצוגריבלען אין איר היסטאריע און דערווייל געפונען א שטיקל סקאנדאל וועלכע איז געווארן מיטגעטיילט מיט די נויטיגע קאנטאקטן און די פרעסע פארציילט איצט אז די קאנגרעספרוי האט גע'שתדל'ט פאר א פריינט וועלכע איז באשולדיגט געוווארן אין אומברענגן זיין געוועזענע פרוי

אין די פארמעסט פאר פארזיצער פון די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאקוס האט קאנגרעסמאן דזשאן לואיס אן אפריקאנער אמעריקאנער איצט אינדארסירט די אפריקאנע אמעריקאנע קאנגרעספרוי בארבארא לי איבער דעם אפריקאנע אמעריקאנע ניו יארקער קאנגרעסמאן האקים דזשעפריס זאגנדיג אז עס איז צייט צו שיקן א מאכטפולע מעסעדזש אז אפריקאנע אמעריקאנע פרויען זענען נישט בלויז א וויילער בלאק נאר פירער
-להיות כל אשה שורר בביתו-

סטיוו סטעפאנעק וועלע איז געווען די טראמפ קאמפיין פארזיצער שפרינגט אריין אין די פארמעסט צו ווערן פארזיצער פון די סטעטי פארטיי אין ניו העמפשיר אנצייגנדיג אויף די שוואכע אפאראט די פארטיי פארמאגט
קענטיג וויל ער ארויפארבעטן די פארטיי אינפראסטרוקטור אין צוגרייטונג צו די טראמפס ווידערערוויילונג אין 2020 למספרם
סטעפאנעק אייסערט זיך אז ער וועט געניסן פון א פאנדרעיזינג אויבערהאנט איבער זיינע אפאנענטן צוליב זיינע פארבינדונגען מיט די טראמפ מאשין

ניו דזשערסי סענאטאר קארי בוקער איז ערווארטעט אויף דעצעמבער 8 למספרם אין ניו העמפשיר ביי צערעמאניע אפצוצייכענען די פארלאפענע מידטוירם דעמאקראטישע געוואונסן
מען הערט איצט אז ער וועט אויך ערשיינען ביי עטליכע אנדערע פארזאמלונגען אין די סטעיט

airbnb איז גרויסע פאפולערע וועבזייטל וועלכע איז דעזיגנירט פאר טוריזם באנוץ אין אינפארמאציע איבער האטעלן און אנדערע אטראקציע געברויכן
זיי האבן איצט געמאלדן אז די וועלן פארמעקן ליסטינגס פון די איינגענומענע געביטן אויפן מערב ברעג

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:10 pm

שקויעך

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:22 pm

א דיינע שאנק

געוואלדיג
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:47 pm

א דאנק

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 5:59 pm

יישר כח אלע פאר די פידבעק

עס גיבט די מוט פארצוזעצן

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 6:49 pm

נישט צו פארשמירן דאס פלאץ שרייב איך עס און ווייס , א גרויסן שכח.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 7:00 pm

הכל הבל האט געשריבן:יישר כח אלע פאר די פידבעק

עס גיבט די מוט פארצוזעצן

הגב הרב הכל הבל אידישע נייעס האט פאריגע וואך אראפגעברענגט א נייעס געברענגט דורך הכל הבל צו אידישע נייעס
האסטו זיי עס טאקע געשיקט אדער זיי האבן עס פשוט געקאפיט פון דא ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 7:15 pm

סופער דופער, די פינגער זיך צו באלעקן.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 7:55 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:סופער דופער, די פינגער זיך צו באלעקן.

פארוואס פארקויפסטו נישט זיינע קאקאש און מקוה געשעפט

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:01 pm

כהאב מורא כהייב אן צוצונעמען פונטן...

עניוועי, ייש"כ הבל, ריעלי ריעלי עפרישעיטעד!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:21 pm

לאנדאנער האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:סופער דופער, די פינגער זיך צו באלעקן.

פארוואס פארקויפסטו נישט זיינע קאקאש און מקוה געשעפט

:wink:
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 11:37 pm

הבל די. טויגסט צו קאקאש, יישר כח
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

קאנסילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 11:53 pm

שכוח הבל, קיעפ אפ די גוד ווארק.

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:07 am

eller האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:יישר כח אלע פאר די פידבעק

עס גיבט די מוט פארצוזעצן

הגב הרב הכל הבל אידישע נייעס האט פאריגע וואך אראפגעברענגט א נייעס געברענגט דורך הכל הבל צו אידישע נייעס
האסטו זיי עס טאקע געשיקט אדער זיי האבן עס פשוט געקאפיט פון דא ?

אדרבה,ניתי ספר ונחזי, ציטיר עס דא און לאמיר זעהן במה דברים אמורים

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 4:00 pm

בולעטין מעלדונג צו די ליינער: צוליב די מארגנדיגע חגא איז נישט ערווארטעט צופיל נייעס, דעריבער וועט אויף מארגן דאנערשטאג ווארשיינליך נישט ערשיינען די טעגליכע באריכט ולא תמצאוהו בשדה
אלץ פארגיטיגונג האט מען פרובירט אז היינט זאל זיין עטוואס א לענגערע באריכט ועל כן הוא נותן לכם ביום הרביעי לחם יומים

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אנגערופן סענאט פירער מיטש מעקאנעל לייגן דרוק אז ער זאל ארויפברענגן די קרימינאלע יוסטיץ רעפארם ביל אויפן סענאט פאר

אין א זיג פאר אמעריקא און די מערב וועלט איז קים דזשאנג יאנג פון דרום קארעא ערוויילט געווארן אלץ דעם נייער אינטערפאל הויפט באזיגנדיג דעם רוסישן קאנדידאט ביי וואלן אפגעהאלטן די נאכט אין דובאי

די טערקישע אויסערן מיניסטאר שלאגט אפ די פארלאנג פון וואשינגטאן פולשטענדיג אפצוהאקן קויפונגען פון איראנער אויל ביז 6 מאנאטן

מיניסטארשע אילת שקד:
די טראמפ מיטל מזרח שלום פלאן איז שאד די צייט און גייט נישט אין ערגעץ
-שבעה דברים, וחילופיהן בגולם-

די וועלט האנדלס ארגאנאזאציע איז איינגעגאנגען אויסצופארשן די לעגאליטעט פון די טראמפ אדמיניסטראציעס ארויפשטעלן טאריפס אויף אייזן און אלומיניום אימפארטן אונטער די אויסרייד פון באשוצן נאציאנאלע זיכערהייט

דעטאלן איבער די אויטאריטעט צוגעטיילט צו די טרופן ביים אמעריקאנער גרעניץ מיט מעקסיקא פארעפנטליכט
די זעלנער ווערן ערלויבט צו קאנטראלירן מאסן פון מענטשן,פארהאלטן און ארעסטירן אויף צייטווייליג, דורכפירן לייכטע אונטערזוכונגען און זיך צו באנוצן מיט מאכט אריינגערעכנט טויטליכע דארט ווי נויטיג

גייענדיג צום דרוק: עס ווערט באריכטעט אז פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס האט רעקאמענדירט פרעזידענט טראמפ זיך צוריקצוהאלטן פון באזוכן סאלדאטן אויפן שלאכטפעלד צוליב די זיכערהייט פונעם פרעזידענט און די טרופן
די באריכט קומט אין א צייט וואס דער פרעזידענט קומט אונטער קריטיק פארן נאכנישט האבן אפגעשטאט קיין באזוך צו ערטער ווי אמעריקאנער טרופן זענען סטאנציאנירט אין שלאכט זאנעס
-הוי דן את כל האדם לכף זכות-

אין א זעלטענע ארויסטריט האט הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס אפגעענטפערט טראמפס קריטיק אויף א ריכטער וועלכע האט בלאקירט די נייע אזיל רעכט פאליסי אויסלויבנדיג די אומאפהענגיקייט פון די געריכט
ראבערטס שרייבט אינעם סטעיטמענט אז אמעריקאנער זאלן זיין דאנקבאר צי די זעלבסטשטענדיגקייט פון די יורידישע סיסטעם וועלכע אפערירט נישט באזירט אויף אבאמא ריכטער טראמפ ריכטער בוש ריכטער אדער קלינטאן ריכטער
-לא תגורו מפני איש-
איצט ממש גיייענדיג צום דרוק שיסט דער פרעזידענט צוריק אין א מעסעדזש זאגנדיג אז דו האסט שוין איינמאל אבאמא ריכטער וועלכע האבן אן עקסטרעמע געדאנקנגאנג

אין די געשריבענע אנטווארט פון טראמפס אדוואקאטן צו מולער האבן זיי אויך גענטפערט פראגן איבער אבסטראקשען אף דזשאסטיס
-השיבם מה שישאלו-

פריער אין טאג האט דזשוליאני געזאגט אז ער ווייסט נישט אויב מולער וועט שיקן מער פראגן איבער אבסטראקשען אבער מאמענטאל איז עס נישט אויפן טיש אבער קען מעגליך ווערן צוריקגעשטעלט אויפן טיש ביי א שפעטערע געלעגנהייט

וויסקאנסין סענאטאר ראן דזשאנסאן (ר) האלט ווארט און האט שוין אפילו פארלאנגט פון ווייסן הויז לעגאלע קאונסיל עמעט פלאד אינפארמאציע איבער די אימעיל באנוץ פונעם פרעזידענטס טאכטער
-אומר ועושה-

אויך דער ארויסגייענדער קאנגרעסמאן טרעי גאודי (ר) האט זיך געוואנדן צו דזשאן קעלי פאר מער אינפארמאציע דערוועגן

רעאגירנדיג צו שומערס בריוו -וועלכע פארלאנגט פונעם אינספעקטאר דזשענעראל אויסצופארשן וויטעקערס קאמיוניקאציע מיטן ווייסן הויז - דערמאנט פרעזידענט טראמפ אז שומערס טאכטער האט לעצטנס באקומען א שטעלע ביי פעיסבוק און צוגאב צו 50 טויזנט דאלער אין ביישטייערונגען וועלכע שומער האט ערהאלטן פון די פירמע

אריבער א מנין רעפובליקאנער סענאטארן זוכן שנעל אריבערצופירן אין די געזעץ הייזער די אמעריקאנע האנדלס אפמאך מיט מעקסיקא און קאנאדא נאך איידער די דעמאקראטן נעמען איבער דעם הויז
-בעוד מועד-
(סענאטאר ארין העטש האט אבער קאלטע פיס צו אזא פלאן)

נענסי פעלאסי איז נעכטן געווען העפטיג אקטיוו אין איר קאמפיין פאר ספיקער און פארנומען רונדע דעם זייגער מיט נאכאנאנדע טעלעפאן רופן צו מעמבערס איצטיגע און פריש ערוויילטע אריינגערעכנט קריטיקירער
אן ארמיי פון 45 קאנגרעס מיטגלידער מאכן אויך טעלעפאן רופן אין איר שטיצע און די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען
לויט קוועלער האבן שוין געוויסע נייע מעמבערס כאטש טיילווייז אפגעווייכט פון זייער אפאזיציע
-מי שטרח יאכל-
נאכן שרייבן די באריכט באשטעטיגן די קוועלער אז די יאכל טאקע זיין אן אכילה גסה..
נעמליך,פעלאסי האט באוויזן צו באזייטיגן איר גרעסטע געפאר איבערצייגנדיג מארשא פאדזש זיך אנצושליסן אין איר לאגער מיטן איר פארשפרעכן צו ווערן פארזיצערין פון א סוב קאמיטע אויף וואל איבערזיכט

נאך וואס מיסיסיפי סענאטארשע וועלכע פארמעסט זיך קומענדיג וואך אין א ראנאף האט געלאזט פאלן קאנטערווערסיאלע אויסדרוקן האט איצט וואלמארט אפגעשטעלט אירע ביישטייערונגען פאר איר קאמפיין און פארלאנגט אז די קאמפיין זאל צוריקצאלן די ביז איצטיגע שטיצע
-צוריק גייט א קאזע-

ארויסגייענדע מישיגען גאווערנאר געפרעגט געווארן אויב ער וואלט געלאפן אין 2020 למספרם צום סענאט אקעגן סענאטאר גערי פיטערס
סניידער האט עס אפגעווארפן זאגנדיג: ניין, איך בין צופרידן צו סערווירן אלץ גאווערנאר, און אלץ געשפירט גוט זייענדיג א טשעיף עקזעקוטיוו
איך שעץ די ארבעט פון לעגיסלאטורן אבער עס איז נישט פונקט די פאך וועלכע אינספירירט מיר זיך אנצושליסן אין
-מעלין ולא מורידין-

פרעזידענט טראמפ געפרעגט געווארן וועם ער וואלט אויסגעקליבן צו פיגורירן אלץ פערזאן פון יאר אין טיים מאגאזין רעאגירט: קענסטו זיך דען פארשטעל איינעם אנדערש ווי טראמפ?!
-לכבוד עצמו דורש-

אין קאליפארניע ווערן העלדישע פייערלעשער אויסגעלויבט פאר אן העראאישע אקציע
נישטערנדיג אין די ברענענדיג פלאמען האבן פייערלעשער פילאטן באוויזן זיך אראפצולאזן העכער א דאך פון א געביידע און ראטעווען דריי איבערלעבער און צוויי כלבים פון די שרעקליכע וואלד פייערן
-צווחין ככלבין הצילו הצילו-

די נאסא אדמיניסטראטאר האט געעפנט אן אויספארשונג אריינצוקוקן אין ספעיסעקס און אין באואינג
די אורזאך וועלכע האט זיי געפירט צו דורכפירן דעם איבערזיכט איז א באשולדיגונג אז דער גרינדער פון ספעיסעקס עלאן מאסק האט פאררויכערט דראגס און געזופט וויסקי דורכאויס א פאבליק פארום (די באריכט אנערקענט אז די געווירצן זענען לעגאל אין די סטעיט ווי ער האט עס גענוצט)
די ביידע פירמעס זענען קאנטראקטארס פאר נאסא און נאסא וויל אריינקוקן אין די דראג פאליסיס, מענעדזשמענט סטיל, ערנסטקייט פון סעיפטי רעגולאציעס, ארבעט שטונדן און אין די קולטור ביי די ארבעט אין אלגעמיין
נאסא זאגט אז זי וויל אז די אמעריקאנע פובליק זאל שפירן רואיג אז ווען אן אסטראנאט ווערט ארויפגעשיקט צו די רוימען איז זיין זיכערהייט באשוצט

אלפאבעטס סעלף דרייווינג פירמע וועימא פלאנירט רעוואלוציע
די פירמע וועט איבערראשן די וועלט מיט די סאמע ערשטע שאפערלאזע קאר סערוויס שוין אזוי פרי ווי אנהויב דעצעמבער למספרם
די סערוויס וועט אפערירן אונטער א נייע ברענד און דירעקט קאנקורירן נאז צו נאז מיט אובער און ליפט
די נאמען פון די נייע ברענד ווערט געהאלטן אלץ א שטרענג אפגעהיטענע געהיימניס ביז א פארמאלע מעלדונג ווערט געמאכט
די ערעפענונג פון די סערוויס וועט צוגיין אנע פאמפע און מיטן מהלך פון תפשת מועט (מעגליך צו פארמיידן נעגאטיווע פובליסיטי אויב עס שאפן זיך התחלות קשות מיט אויטאס וועלכע ווערן צומישט און ארבעטן נישט מיט מיט די פלענער פון די פאסאזשירן)
עס איז נישט אין פלאן אפצורעכטן א פייערליכע שניידן רויטע ריבאן צערעמאניע..
די סערוויס וועט דערווייל נאכנישט ערשיינען אין עפפ סטארס אוןו וועט זיך אנפאנגען במתי מעט פון א פלאטע פון צענדליגע אדער מערסטנס הונדערטער אויטאריזירטע אויטאס אויסגעשפרייט אויף א שטרעקע פון 100 סקווער מייל דעקנדיג די סובארבס ארום פיניקס אריזאנא
די ערשטע כוואליע פאסאזשירן וועלן ווערן אויסגעקליבן פון אנגעשלאסענע אין אן אנגייענדע וועימא ערלי ריידער פראגראם וועלכע איז א גרופע פון ארום 400 וואלאנטירן וועלכע פירן שוין וועימא אויטאס פאר מער ווי א יאר
די וועלכע נעמען אנטייל אין די נייע סערוויס וועלן ווערן באפרייט פון זייער נאן דיסקלאוזשער אפמאך וועלכע באדייט אז זיי וועלן קענען רעדן דערפון אין די עפנטליכקייט, ארומשיקן סעלפיס ווי זיי פארן ארום און אפילו מיטנעמען פריינט און מידיא פיגורן אויף זייערע רייזעס
נייע מעמבערס פון די פיניקס אומגעגנט וועלן באקומען א געלעגנהייט ווי נאר די פירמע וועט אויסברייטערן די סערוויס מיט מער אויטאס
די אויטאס וועלן זיין קרייסלער פאסיפיקא מיניווענס און טייל פון זיי וועלן ווערן אויסגעשטאט מיט בעקאפ דרייווערס צו באהאנדלען קאמפליקאציעס וואס קענען זיך שאפן

די כינעזער רעגירונג רוקט זיך פאראויס מיט גרויסצוגיקע פלענער אין א נייע פלאן צו האבן איבערזיכט איבער אירע בירגער
די גראנדיעזע און גלייכצייטיג קאנטערווערסיאלע פראיעקט פארשפרעכט צו האבן אהערגעשטעלט א גאר פארגעשריטענע דאטא בעיס סיטעם וועלכע וועט באזיצן גאר פערזענליכע אינפארמאציע פון אלע אירע 1.3 ביליאן בירגער
די רעגירונג איז טוט איצט קאמיוניקירן מיט 8 פון אירע גרעסטע קרעדיט סקאור פירמעס ווען אין שפיץ איז די סעסאמע פירמע וועלכע איז א פינאנציעלע פליגל פון אליבאבא די גרעסטע אנליין סעילס ריז איבער די וועלט וועלכע טוען דורכפירן פילאט פראגראמען אפראווד דורך די רעגירונג
סעסאמע פירט דורך אירע זאמלונגען קוקנדיג וויפיל מענטשן האבן אויסגעגעבן קויפנדיג אויף אליבאבא און שטייט אויך אין פארבינדונג מיט א גרויסע כינעזער טעקסי סערוויס צו זעהן ווער ער טוט פארהאנדלען אפצוצאלן רייזע חובות
די פירמע לייקנט ניטאמאל אז זי נעמט אין חשבון די סארט פראדוקטן וועלכע קויפער האנדלען איין אנליין
מענטשן וועלכע קוקן ווידעא שפילן מער ווי 10 שטונדן פער טאג וועלן ווערן באצייכנט אלץ פוילע לייט און מענטשן וועלכע קויפן אפט ווינדלען וועלן ווערן באצייכנט אלץ עלטערן וועלכע פאלט אונטער א מער פאראנטווארליכע כאראקטער ראטע
די כינעזער אויטאריטעטן האלטן א פארזיכטיגע אויג אויף די פילאט פראגראמען און פלאנען נישט צו קאפירן גענוי די זעלבע מעטאדן וועלכע די פריוואטע פירמעס פראקטיצירן אבער וועלן יא אדאפטירן פילע ערפינדונגען דעוועלאפט דורך זיי
די אנגעבליכע ציהל פון די דאטא בעיס איז אריינצוברענגן אין לאנד אן אטמאספערע פון טראסט און א צו ערציען די בירגער צו שטרעבן פאר א גוטע אויפפירונג
מענטשן וועלכע וועלן באריכטן אקטן וועלכע שיינט א נעגאטיווע ליכט אויף איינעמס אויפפירונג וועלן ווערן באלוינט
די רעגירונג וועט ארויסשטעלן א ראטע אויף יעדן איינציגן בירגער וועלכע וועט רעפלעקטירן פילע אספעקטן פון יענעמס אויפפירונג אין פינאנציעלן און סאציאלן לעבנסשטייגער אנגעהויבן פון שולדיגע שטייערן און אומבאצאלטע טראפיק טיקעטס ביזן האלטן חשבון אויב אקאדעמישע צייכענונגען זענען געשאנקן געווארן ווייל יענער האט עס טאקע ערליך פארדינט אדער בלויז צוליב גימיקס
די ראטע וועט אויך ארייננעמען גאר פערזענליכע אויסוואלן אין פריוואטן פאמיליע לעבן און איבער די וויליגקייט צו האדעווען א פאמיליע
אבער געוויסע קלאסן און ארבעט פראפעסיעס וועלן אויסשטיין א טיפערע אריינבליק איידער זיי באקומען א צייכענונג
די עקסטערע געוויכט וועט ווערן געלייגט אויף מעיר פראפעסיאנאלע ארבעטער א שטייגער ווי לערער, אקאונטענטס,דזשורנאליסטן, מעדיקאל פערסאנעל און אפילו טור גיידס
זעלבסטפארשטענדליך אז פילע קריטיקירן דעם פלאן אלץ א טריט אין ריכטונג פון קאמוניזם אבער פילע פארטיידיגן די געדאנק פון אוועקשטעלן אן אלגעמיינע קרעדיט סיסטעם אין א לאנד ווי אזויפיל מענטשן באזיצן נישט קיין אייגענע הייזער, קארס אדער קרעדיט קארטלעך
די כינעזער נאציאנאלע באנק האט גראדע א דאטא בעיס סיטעם אויף 800 מיליאן בירגער אבער בלויז 320 מיליאן פון זיי האבן א טראדיציאנאלע קרעדיט היסטאריע
-וכל מעשיך בספר נכתבין-

א לעכטיגן שבת קודש אלע אידן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך נובעמבער 21, 2018 4:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 4:04 pm

ייש"כ בפרט די צוגעלייגטע הערות, להפליא
חן חן לך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, באדראג-קערעסטיר און 32 געסט