א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 8:59 am

הבל שכוח פאר די געשמאקע קאקאש.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 10:09 am

דאנערשטאג תרומה




וויצע פרעזידענט פענס גייט היינט נאכמיטאג אדרעסירן די סיפעק קאנסערוואטיווע פאליטישע צוזאמקום און דערנאך אריבערגיין צו די העלט און יומען סערוויסעס דעפארטמענט הויפטקווארטיר אנצופירן א זיצונג איבער די קאראונע וויירוס פארשפרייטונג נאכן ווערן נעכטן געשטעלט דורכן פרעזידענט צו שטיין אין שפיץ פון די מיסיע
*
פרעזידענט טראמפ האט געהאט נאמינירט יודית שעלטאן צום פעדעראלן רעזערוו באנק אבער איר נאמינאציע האט אויסגעזעהן ווי עס גייט אונטער ווען א רייע סענאטארן האבן אויסגעדרוקט סקעפטיציזם איבער זייער גרייטקייט איר צו שטיצן
פענסילוועניע סענאטאר פעט טומי איז געווען איינע פון זיי אבער האט אצינד געמאלדן אז זי האט אים פארזיכערט אז זי וועט באקעמפן די געדאנק פון נוצן מאניטערי פאליסי צו אראפברענגן די וואליו פונעם דאלער און טומי זאגט אז באזירט אויף אירע פארשפרעכונגען פלאנט ער צו שטימען אין שטיצע פון איר נאמינאציע
*
מיר האבן נעכטן באריכטעט איבער די שטרייט צווישן א רייע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט וועלכע ווילן רעפארמען אין די רעגירונג סורוועילענס פראגראם איידער זיי שטימען פאר רעאויטאריזאציע און אטוירני דזשענעראל באר וועלכע וויל אז מען זאל צו ערשט באשטעטיגן די פראגראם אזוי ווי עס איז מיט די פארשפרעכונג אז ער וועט שוין דערנאך איינשטעלן די נויטיגע רעפארמען אויף די אייגענע האנט מיט אדמיניסטראטיווע מאכט
נעכטן איז באר געווען אין ווייסן הויז און פרובירט צו מאכן זיין קעיס אבער שפעט אין די נאכט האט טראמפ ארויסגעשיקט א מעסעדזש אין וועלכע עס שיינט ווי ער נעמט די זייט פון קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען אקעגן ביל באר אז מען דארף דארף אריינשטעלן טוישונגען אינעם ביל בעפאר מען קען עס באשטעטיגן
דזשים דזשארדען איז אויך אריבער צום ווייסן הויז צו אויסאיבן דרוק נאכצוקומען זיין פארלאנג
דעמאקראטן צווישן זיך זענען אויך צוריסן איבער די טעמע און האבן אפגעשיבט אן אפשטימונג אין קאמיטע איבער דעם טראץ וואס די דעדליין איז מערץ 15 למספרם און אויב א רעאויטאריזאציע איז נישט באשטעטיגט וועט די פראגראם אויסלויפן
*
עימי קלאובאשאר האט קריטיקירט די באשלוס פון פרעזידענט טראמפ צו שטעלן וויצע פרעזידענט פענס אין שפיץ פון די מיסיע צו קאנטראלירן און באקעמפן די קאראונא וויירוס אויסברוך זאגנדיג אז מען דארף אנשטאט שטעלן א מעדיצינישע עקספערט אויף די פאזיציע
רעפובליקאנער זענען ארויפגעשפרונגען אנווייזנדיג אז ביי די איבאולע אויסברוך האט פרעזידענט אבאמא געשטעלט אדוואקאט ראנאלד קליין צו שטיין אין שפיץ פון די קאמף אקעגן די וויירוס טראץ וואס יענער האט פארמאל נישט פארמאגט קיין מעדיצינישע טרענירונג
*
די בלומבערג קאמפיין לופטערט רעקלאמעס אין ווירדזשיניע מיט די פראזע אז בלומבערג איז נישט קיין דעבאטירער נאר אן אויפטוהער
*
מייק בלומבערג זעלבסט האט אנערקענט זיין שוואכקייט ביי דעבאטעס זאגנדיג אז ער איז נישט אויפגעוואקסן מיט די געוואוינהייט צו טרעטן אויף אנדערע
*
מען האט אויסגעפרעגט 93 פון די דעמאקראטישע סופער דעלעגאטן און געפונען ווינציג אפעטיט צווישן זיי צו שטימען פאר בערני סאנדערס אויב ער באקומט נישט א מאיאריטעט פון די פלעדזשד דעלעגאטן
כמעט אלע פון זיי גלויבן אז מען גייט אין ריכטונג פון א בראוקערד קאנווענשאן
*
דאן לעמאן האט צוויי מאל געפרעגט עליזאבעט ווארען אויב מאסאטשוסעטס איז א מוז פאר איר צו געוואונען (נאך וואס סאנדערס האט געמאלדן אז ער גייט אהין אפהאלטן א ראלי) ווארען האט זיך ביידע מאל ארויסגעדרייט פון ענטפערן
*
א דזשעף סעשאנס קאמפיין רעקלאמע אין אלאבאמא: אנדערע רעדן גרויס איבער טראמפ האפנדיג צו באקומען דיין שטימע
אבער רעדן איז גרינג, איך בין געווען מיט אים פונעם אנהויב
*
א רעקלאמע פון איינע פון די רעפובליקאנע קאנגרעס קאנדידאטן אין דזשארדזשיע: איך האב פיינט פאליטיק און איך האב ליב טראמפ
*
פאלגענד איז א קעיס באשריבן א צייט צוריק און עס וערט היינט פארענדיגט מיטן עפילאג ווען די סופרים קאורט האט ארויסגעגעבן איר אורטייל

גאנזעלא האלגין איז געפונען געווארן שולדיג מיטן באזיצן אומלעגאלע געווירצן מיטן פלאן זיי צו פארקויפן ווייטער און געווארן פאראורטיילט צו 24 מאנאטן אין טורמע און צוגאב צו 2 יאר סופערוויזשאן

מיט א צייט שפעטער איז האלגין ווידער געווארן געפאקט מיטן זעלבן פארברעך אין די רעגירונג האט פארלאנגט אז מען זאל צוריקדרייען די ערלויבעניש פאר האלגין צו באפרייט ווערן אונטער סופערוויזשאן און בעפאר די פארהער איבער די פראגע האט האלגין מודה געווען צו די פרישע קלאגעס

ביים פארהער אויב מען זאל צוריקדרייען די סופערוויזשאן טערמינען האט דער דיסטריקט ריכטער ערקלערט פאר האלגין וואס די רעגירונג פארלאנגט און אים געפרעגט וואס זיין אפיציעלע ענטפער איז געווען בעת מען האט אים אנגעקלאגט פארן ווידער באגיין די דראג פארברעכן און האלגין האט קורצליך רעאגירט מיטן זאגן "ריכטיג", דהיינו, אז ער האט זיך מודה געווען

דאן האט דער אדוואקאט געבעטן פון די געריכט אז די נייע אורטייל זאל אים ערלויבן אויסצודינען אין טורמע אין די זעלבע צייט וואס ער איז שוין אין טורמע פארן ערשטן פארברעכן אבער די געריכט האט עס אפגעווארפן אין פאראורטיילט האלגין פאר פרישע 12 מאנאטן נאכן ענדיגן זיין ערשטע טורמע טערמין

דער אדוואקאט האט גענומען די קעיס צו פיפטן סירקוט קאורט און גע'טענה'ט אז נעמענדיג אין באטראכט ביידע אורטיילן אינאיינעם איז עס איבערגעטריבן לאנג אבער די געריכט האט עס ארויסגעווארפן צוליב וואס ווען די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעגעבן דעם אורטייל האט דער אדוואקאט זיך נישט אפיציעל קעגנגעשטעלט דערצו אויפן באזיס אז עס איז איבערגעטריבן לאנג (און ער האט בלויז פארלאנגט אז עס זאל לויפן אינאיינעם מיט זיין ערשטן טורמע טערמין)

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און וועט אריינקוקן אויב דאס וואס א באשולדיגטער פארפעלט אויסצדרוקן אפיציעלע קעגנערשאפט צו די לענג פון א טערמין גלייך נאך וואס זי ווערט ארויסגעגעבן איז א גוטע אויסרייד פאר אפעלאט געריכטן נישט צו אקצעפטירן שפעטער אזעלכע קעיסעס

עס זענען פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און עס האט אויסגעזעהן אז די געריכט וועט ארויסשליידערן די אורטייל פונעם פיפטן סירקוט פסק איז געווען אין קעגנזאץ מיט אורטיילן פון אנדערע ניין סירקוט קאורטס

ריכטער ניעל גארסוטש וועלכע שטופט זייער שטארק אז די געריכט זאל אויסהערן וואס מער קעיסעס וועלכע צוטיילן די נידריגע געריכטן (אזעלכע קעיסעס זענען נאטורליך קאנדידאטן פאר סופרים קאורט איבערזיכט אבער גארסוטש בעפארצוגט זיי צו אקצעפטירן פיל מער ווי זיינע קאלעגע ריכטער) איז געזעצן שטיל דורכאויס די גאנץ קורצע ארגומענט און האט אויסגעקוקט צופרידן מיטן האבן עררייכט זיין ציהל מיט די עצם פאקט אז די געריכט וועט אריינרעדן אין א קעיס וועלכע שפאלט די נידריגע געריכטן
קעווענאו איז יא געווען שטארק אקטיוו און אויסגעזעהן סימפאטיש צום אנגעקלאגטן
אן איינשטימיגע געריכט האט נעכטן אינדערפרי ארויסגעגעבן זייער אורטייל אקעגן די אורטייל פון די פיפטע סירקוט און אין שטיצע פון האלגין
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער ברייער און אליטא און גינזבורג האבן געשריבן אייגענע אורטיילן ווי זיי שטימען צו צום אורטייל נאר אויף זייערע אייגענע טערמינען
*

מען שטייט שוין מיט ביידע פיס אריין אינעם דעמאקראטישע פריימערי סעזאן אבער אלע האלטן אפן די אויגן אויפן גרויסן שלאכט קומענדיגע נאוועמבער למספרם צווישן פרעזידענט טראמפ און דער עווענטועלע דעמאקראטישע נאמיני
ביי די היסטארישע 2016 למספרם וואלן האט פרעזידענט טראמפ האט איינפאך גענומען א גרויסע מארקער און אנגעפירקלט די פאליטישע מאפע וועלכע אנאליסטן פלעגן נאכפאלגן ביי יעדע נאציאנאלע וואל פארמעסט אין די פארלאפענע יארן
די טראמפ זיג וואס איז געווען גענצליך אומערווארטעט אין די פאליטישע צירקל איז באזונדער געווען וואונדערליך איבער ווי אזוי עס איז צושטאנד געקומען און פרישע ווארע פאר אנאליזירער פאר וועם עס האט לאנג געדויערט צו פארדייען און פארשטיין אז די טראמפ וואגאן האט אויסגעשניטן א נייע שטראז אויף וועלכע זי האט אומגעשטערט גאלאפירט יענע גורל'דיגע נאכט גרייכנדיג די הויז אויף וועלכע זיין אפאנענט האט נישט וויניגער געטרוימט ווידער צו אקופירן אבער איז נישט בייגעפאלן צו שטעלן די מינימום בלאקאדעס אהין
געוויס האט מען זיך ביטער אויסגעקעמפט אין טראדיציאנאלע שלאכטפעלדער ווי פלארידא, אהייא און צפון קאראליינע און נאך אבער ווען עס איז געקומען צו די פרישע סטעיטס וועלכע טראמפ האט באשלאסן צוצושטעלן צו זיין קאלום האט מען פון אנהויב אן געשמייכלט פון זיינע פלענער
זארג האט יא אנגעהויבן שפראצן שפעטער אינעם קאמפיין אז די טראמפ פאפוליסטישע מעסעדזש קען מעגליך יא שלאגן עפעס ווארצעלן אין אומגעווענליכע סטעיטס אבער עס איז געווען צי שפעט און צי ווייניג
ווען די קלינטאן קאמפיין האט שוין ענדליך אנגעהויבן באגרייפן אז מעגליך מוז מען זיך יא רישן אויף דאס אומערווארטעטע איז עס געווען זייער באגרעניצט און בעיקר אנגעהויבן קאמפיינען אין פענסילוועניע ווי די זארג איז געווען מער ווי אין די אנדערע צוויי "נייע" שטאטן און גאר שפעט אינעם קאמפיין ווען אנקעטעס האבן שוין געשיקט מער שאק סיגנאלן איז מען אריינגעלאפן שנעל אויך אין מישיגען אבער איבער וויסקאנסין האט שוין קיינער נישט פארפעלט קיין שלאף לאזנדיג דעם באדן רייף פאר א סורפרייז וועלכע האט אלעמען שאקירט אין די נאכט פון די וואלן
אצינד ווען מען גרייט זיך צו די בעפארשטייענדע וואלן פרובירט יעדער פאראויסצושאצן אויב די טראמפ קאמפיין קען איבערשפילן זייער וואונדער און לויט מאנכע מעגליך אויסשפרייטן זייערע לאפעס אויך צו מינעסאטע אדער איז דאסמאל אנדערש ווייל זיי וועלן שוין נישט ווערן אונטערגעשאצט און מיט די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט וועט דער דעמאקראטישע קאנדידאט לייכט קענען אפשלאגן די שמאלע טראמפ זיג אין די דריי שטאטן
אלזא, מיר גייען נישט פאראויסשאצן דא די אויסגאנג אבער יא פרובירן צו כאפן א בליק פון צייט צו צייט אויף די פאליטישע צושטאנד און דעמאגראפישע טויש אין פארשידענע סטעיטס וועלכע קענען שפילן א דעצידירנדע ראלע און פרובירן דערטאפן דעם דופק פון די ארטיגע פאליטישע אטמאספערע און לאזן אייך ליינער באשליסן ווי אהין די ווינטן בלאזן דארט
און יא, היינט גייט מען זיך ארויפזעצן אויף די סטעיט וועלכע איר האט צוגעטראפן און דאס איז טאקע וויסקאנסין
וויסקאנסין איז זייער אן אינטערסאנטע סטעיט וועלכע האט פון איין זייט אנגעהאלטן איר בלוי גענויגטע סטאטוס אין די לעצטערע יארן אבער איז אריבער פאליטישע איבערקערעניש אפטער פון וויפיל זי האט גענאסן פון סטאביליטעט אנהאלטנדיג איר פוירפל קאליר
פון די לעצטע 5 פרעזידענט וואלן האט דארט דער געוואונער פון די סטעיט אריינגעשארט די סטעיט מיט ווינציגער ווי 1% און דאס רעכנט אריין 2000, 2004, און 2016 למספרם
איידער 2016 האט קיין רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט שוין נישט דארט געוואונען צוריקגייענדיג ביז 1984 למספרם ווען רעיגען האט געוואונען די סטעיט אבער טראץ דעם האבן גאווערנאר טאמי טאמפסאן און סקאט וואלקער יא געהאט ערנסטע סוקסעסן אויף א סטעיטווייד פארנעם
פרעזידענט טראמפ האט געוואונען וויסקאנסין אבער נישט בלויז האט ער געוואונען די סטעיט וועלכע איז אומטראדיציאנאל פאר א רעפובליקאנע פרעזידענט קאנדידאט נאר די וועג ווי אזוי ער האט דארט אנגעצויגן שטארק איז אויך גאר אנדערש ווי די סוקסעס פון פריערדיגע רעפובליקאנער
טראמפ האט אנגעצויגן שוואכער ווי געווענליכע רעפובליקאנע אין באוואוינטע מעטראפאליטאן געגנטער סיי רויטע און סיי מער בלויע ווי דרום מזרח וויסקאנסין אוין אזא סיטי ווי מילוואקי און אויך אין די סובארב געגנטער ארום
די ערטער ווי טראדיציאנאלע רעפובליקאנער פלעגן באקומען זייער הויכפונקט אין די פארגאנגענהייט איז געווען וואס מען רופט די WOW קאונטיס וועלכע באשטייט הויפטזעכטליך פון וואוקעשא קאונטי אבער איז אין צוגאב פון אוזאוקי און וואשינגטאן קאונטיס
וואו רעפובליקאנער פלעגן היסטאריש שטארק אנציען איבערהויפט סקאט וואלקער וועלכע האט דארט אויסנאם שטארק אנגעצויגן אבער ווי געזאגט איז טראמפ דארט אריינגעקומען אין די נידריגע 60% בעת וואס אין פריערדיגע יארן פלעגן דארט רעפובליקאנער גרייכן 70% און די אפשוואכונג דארט האט אנגעהאלטן אויך אין 2018 למספרם
וויסקאנסין איז די היים פאר גאר אסאך ווייסע און בלויע קאלנער וויילער אנע קאלעדזש דעגריס און איז היבש אייגנארטיג ווען מען מעסט עס אקעגן אנדערע סטעיטס אין שפיל
די סטעיט פארמאגט סובארבען ראיאנען וועלכע זענען רויטער ווי סובארב געגנטער אין אנדערע סטעיט און פון די אנדערע זייט זענען א גרויס טייל פון אירע רורעל געגנטער היסטאריש בלויער ווי רורעל געגנטער אין אנדערע סטעיטס
לענגאויס די מערב טייל פון די סטעיט זענען אויסגעשפרייט פילע קליינע טאון'ס וועלכע וואלטן געווענליך געהייסן רורעל רעפובליקאנע געגנטער אבער האבן ווירקליך בייגעשטייערט צו די דעמאקראטישע געוואונסן דארט ביי די פרעזידענט וואלן אין די לעצטערע יארן
די מערב טייל פון די סטעיט וועלכע מיר רעדן לויפט לענגאויס די מיסיסיפי ריווער און פארצייטנס האבן דעמאקראטן ווי על גאור און דזשאן קערי פארשטאנען אז די טיפ וויילער אין די פיצעלע טאון'ס שפורן נישט עכט אז דער דעמאקראטישע קאנדידאט פארטרעט זייערע ווירדן און לעבנס שטייגער און האבן דעריבער באגריפן די וויכטיגקייט פון ארבעטן שווער אריבערצוברענגן יענע וויילער בלאק אינעם בלויען קאלום
נאך וואס גאור האט זיך פארזיכערט מיט די דעמאקראטישע נאמינאציע אין 2000 למספרם האט ער גענוצט א באשיידענע שיפל ארומצושווימען אין די מיסיסיפי ריווער זיך אפשטעלנדיג איינס ביי איינס אין יענע טאון'ס און פיר יאר שפעטער האט דזשאן קערי אויך ערנסט דורכגעאקערט יענע ראיאן וואוסנדיג אז פיזישע אנוועזנהייט און שאפן פארבינדונג מיט די ארטיגע וויילער זענען זיי אין געפאר פון פארלירן יענע טייל פון די סטעיט
די שווערע ארבעט האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פרוכטבאר ווען זיי האבן דארטן אויפגעפיקט טאון נאך טאון טראץ וואס די געגענט איז עכט א רורעל ראיאן
די צפון און מערב טייל פון די סטעיט פון וועלכע מיר רעדן איז טאקע פארשטאנען געווארן אלץ אומגאראנטירט אין יענע יארן אבער איז געווארן פארגעסן דורך דעמאקראטן אין 2016 למספרם און דארט איז געווען "די" געהיימניס אונטער די טראמפ וויסקאנסין רעצעפט
טראמפ האט גענומען געגנטער וועלכע האבן געשטימט פאר אבאמא +20% און זיי פארוואנדלט אין זיגן פאר טראמפ+20%!
דאס האט ערמעגליכט פארן טראמפ קאמפיין אריינצוקומען גאר אפגעשוואכט אין אזא וויכטיגע וואוקעשא קאונטי און דאך ארויסקוועטשן א זיג מיטן איבערפארן דעמאקראטן אין צפון און אין מערב טייל פון די סטעיט
די געמיינדעס ביי וועלכע טראמפ האט אנגעצויגן שוואכער ווי מיט ראמני זענען געווען די זעלבע פלעצער אין וועלכע סקאט וואלקער אין 2018 למספרם איז געווען שוואכער (און טאקע פארלוירן) ווי סקאט וואלקער אין 2014 למספרם
דארט ווי טראמפ איז געווען בעסער ווי ראמני איז וואלקער 2018 למספרם געווען שטארקער ווי וואלקער 2014 למספרם
נאכאמאל, וואלקער איז ביים פארלירן געווען שטארקער אין פילע געגנטער ווי ביים געוואונען ווייל די מערב וויסקאנסין רורעל וויילער זענען געווען מער רויט אין 2018 למספרם ווי אין 2014 למספרם
צו זאגן אז די סטעיט זעצט פאר אן אומאפשטעלבארע גאלאפ אינעם רויטן ריכטונג קען זיין איבערגעטריבן אבער עס איז יא קלאר א דראמאטישע טויש ווען אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האט די סטעיט געהאט א 2,3 אדער 4% דעמאקראטישע אויבערהאנט ווען עס איז געקומען צו פארטיי אידענטיפיקאציע און איצט איז עס מער ווייניגער גלייך אויף גלייך צווישן די צוויי גרויסע פארטייען
איינע פון די קראנטע לאקאלע סטעיט אנקעטעס איז די אנקעטע פון טשארלס פרענקלין און מארקוועט יוניווערסיטי וועלכע פרעגט אויס וויילער רעגלעמעסיג איבער זייער פארטיי אפיליאציע און זינט 2012 למספרם ביז איצט איז פארגעקומען א דראמאטישע שיפט צווישן ווייסע מענער אן קיין קאלעדזש דעגרי וועלכע אידענטיפיצירן זיך מער און מער אלץ רעפובליקאנער
זיי האבן אויך באמערקט א טויש צווישן ווייסע פרויען מיט קאלעדזש דעגריס וועלכע טוישן אריבער צו די דעמאקראטן אבער יענע גרופע איז פיל קלענער אין די סטעיט ווי די ערשטע און די שיפט צו בלוי צווישן זיי איז פארהעלטנמעסיג פיל בלייכער צו די טויש פון מענער זיך צו פאררויטלען
די לעצטע מארשאל פרענקלין אנקעטע וועלכע נעמט אויך אריין וויילער וועלכע זענען בלויז גענויגט צו איין פארטיי צייגט אז די רעפובליקאנער קומען ארויס שטארקער וועןעס קומט צו פארטיי אפיליאציע
אלזא, ווילן אלע וויסן אויב דאס אלעס באדייט אז טראמפ קען רואיג רעכענען אויף די סטעיט
די ווארהייט איז אז עס איז זייער שווער פאראויסצוזאגן קלאר אבער וויפיל אנאליסטן זענען יא גרייט פאראויסצושאצן איז אז אויב דעמאקראטן קומען נישט ארויס אין פיל גרעסערע ציפערן ווי די רעפובליקאנע טוירנאוט, וואס לויטן איצטיגן מצב איז ערווארטעט מאסיווע טוירנאוט פון ביידע פארטייען דאן זאלן נישט דעמאקראטן ערווארטען אז זיי גייען נעמען די סטעיט מיט 4-5 % נאר עס וועט ענדערש זיך ענדיגן מיט א דיפרענץ פון נענטער צו אדער גאר ווינציגער ווי 1% וואס אזא אויסגאנג איז גאר ריזיקאליש פאראויסצוזאגן אויף וועלכע וועג עס וועט גיין
לויט די אויבנדערמאנטע אנקעטע (גענומען עטליכע וואכן צוריק) זיצט פרעזידענט טראמפ ביי א צופרידנהייט ראטע פון 48% ווען 49% זענען אומצופרידן און די ציפער איז גאר ענליך צו די עקזיט פאולס אין 2016 למספרם און איז 3 מיט א האלב % בעסער ווי די נאציאנאלע עוורידזש איז געווען מיט עטליכע וואכן צריק איבערן לאנד פון 44 מיט א האלב % (מאמענטאל איז שוין זיין צופרידנהייט ראטע ארויף העכער)
איז וועלכע מאדעל דארף א דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט נאכגיין צו פרובירן זיך צו פארזיכערן מיט די סטעיט?
איין ביישפיל קען זיין סענאטארשע טעמי באלדווין וועלכע האט געוואונען איר פארמעסט מיט דאפלטע ציפערן און אנגעצויגן שטארק צווישן אלע סארט דעמאגראפיקס אריינשניידנדיג אפילו אין די טראמפ באזע אין די סטעיט
באלדווין האט געפירט א גאר דיסציפלינירטע קאמפיין און האט אדרעסירט עקאנאמיקס און העלט קעיר און פיל ארומגערעדט איבער ברויט און פוטער אישוס און נישט ערנסט קאמפיינט אויף קולטור און סאציאלע אישוס
עס איז וואר אז זי האט געהאט נאך פאקטארן וועלכע זענען איר גוט געשטאנען אריינגערעכנט א מאסיווע פינאציעלע אויבערהאנט און א נישט גאר שטארקע אפאנענט אבער פארט איז איר גאר שטארקע געוואונס אין אזא סטעיט עפעס וועלכע דארף ווערן נאכגעפאלגט און אנאליזירט דורך סיי וועלכע דעמאקראט וועלכע זוכט נאכצומאכן איר סוקסעס
און ווי געשריבן מער אנהויב אינעם אנאליז איז די צווייטע וויכטיגע געצייג פון וועלכע דעמאקראטן טארן נישט פארגעסן די קלענערע טאון'ס לענגאויס מערב פון די סטעיט ווייל די סארט וויילער וועלן רויערהייט אן ווערן געהעריג באארבעט שטימען אין די מאסן פאר פרעזידענט טראמפ
בלייבט נאר איבער איין פראגע צו דעקן און דאס איז פאר די הויכגעשעצטע אייוועלט אנאליסטן און דאטא אנאליזירער וועלכע גייען ריכטן זייערע שפאקטיוון אויף די סטעיט אין די ערשטע שטונדן פון די וואל נאכט און זיי ווילן וויסן אוואו און אויף וואס זיי זאלן זיך קאנצעטרירן צו באקומען אן אנדייטונג אזוי פרי ווי נאר מעגליך אויף וואו אהין די סטעיט גייט צופאלן שפעטער אין נאכט
די ענטפער דערצו איז אז מען גייט דארפן האלטן די אויגן אפן אויף א רייע פון עטליכע פאקטארן אויפאמאל
די מערב פאס לענגאויס די מיסיסיפי ריווער איז טאקע איינס פון זיי
דארטן האבן אין 2018 למספרם וויילער געשטימט אויף אלע סארט וועגן ווען געוויסע טאון'ס האבן זיך שארף צוריקגעגליטשט צו די דעמאקראטן האבן אנדערע פון זיי געשטימט פאר ספליט טיקעטס און געשטימט פאר פאליטיקאנטן פון ביידע פארטייען און געוויסע טאון'ס זענען גאר געווען מער רויט ווי אין 2016 למספרם
איז דארף מען האלטן אן אויג ווי אזוי די בעלאטס וועלכע קומען אריין פון צפון און מערב וועלן ווייזן
אויך דארף מען קוקן אויף טוירנאוט אין מולוואקי וועלכע איז געווען היסטאריש שוואך אין 2016 למספרם אויב מען הערט אז דעמאקראטן האבן זיך מאביליזירט און קומען דארט ארויס אין די מאסן וועט דאס געוויס גיבן בעסערע האפענונג פאר די דעמאקראטישע טיקעט
אבער צו אונטערשטרייכן ווי וויכטיג די געגנטער אינדרויסן פון די ביג מעטרא ראיאן זענען איז גענוג צו דערמאנען אז אפילו קלינטאן וואלט געהאט די זעלבע טוירנאוט אין מילוואקי ווי פרעזידענט אבאמא האט געהאט אין 2008 למספרם וואלט זי נאכאלץ פארלוירן די סטעיט צו טראמפ
עקסטער וועט מען דארפן קוקען אויף די סובארבס אין דרום וועלכע פלעגן זיין רעפובליקאנע פעסטונגען און פרעזידענט טראמפ האט דארט אנגעצויגן שוואכער ווי געווענליך אין 2016 למספרם, א שטייגער ווי וואוקעשא קאונטי, און געוויסע ערווארטן אז די רעפובליקאנע מאשין וועט דארט אינוועסטירן בעסער ארויסצוברענגן זייערע וויילער וועלכע וועלן אנדערש ווי אין 2016 למספרם גלויבן אז זייער שטימע קען זיין דעצידירנד און דאס קען אויך זיין עפעס וואס עקספערטן וועלן באטראכטן בלילה ההוא


א לעכטיגן שבת!

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:14 am

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג תרומה


מייק בלומבערג זעלבסט האט אנערקענט זיין שוואכקייט ביי דעבאטעס זאגנדיג אז ער איז נישט אויפגעוואקסן מיט די געוואוינהייט צו טרעטן אויף אנדערע*

:lol: :lol: :grin: :grin:

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:19 am

פאנטאסטיש! א שיינעם דאנק. יישר כח

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:38 am

נישט פשוט! ייש״כ הבל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:42 am

יישר יישר יעדער איינער!

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 12:06 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:נישט פשוט! ייש״כ הבל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 1:03 pm

.
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 1:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 1:04 pm

.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 1:05 pm

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג תרומה





מיר האבן נעכטן באריכטעט איבער די שטרייט צווישן א רייע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט וועלכע ווילן רעפארמען אין די רעגירונג סורוועילענס פראגראם איידער זיי שטימען פאר רעאויטאריזאציע און אטוירני דזשענעראל באר וועלכע וויל אז מען זאל צו ערשט באשטעטיגן די פראגראם אזוי ווי עס איז מיט די פארשפרעכונג אז ער וועט שוין דערנאך איינשטעלן די נויטיגע רעפארמען אויף די אייגענע האנט מיט אדמיניסטראטיווע מאכט
נעכטן איז באר געווען אין ווייסן הויז און פרובירט צו מאכן זיין קעיס אבער שפעט אין די נאכט האט טראמפ ארויסגעשיקט א מעסעדזש אין וועלכע עס שיינט ווי ער נעמט די זייט פון קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען אקעגן ביל באר אז מען דארף דארף אריינשטעלן טוישונגען אינעם ביל בעפאר מען קען עס באשטעטיגן
דזשים דזשארדען איז אויך אריבער צום ווייסן הויז צו אויסאיבן דרוק נאכצוקומען זיין פארלאנג
דעמאקראטן צווישן זיך זענען אויך צוריסן איבער די טעמע און האבן אפגעשיבט אן אפשטימונג אין קאמיטע איבער דעם טראץ וואס די דעדליין איז מערץ 15 למספרם און אויב א רעאויטאריזאציע איז נישט באשטעטיגט וועט די פראגראם אויסלויפן
*


סענאטאר ראנד פאל זאגט איצט אז ער האט נעכטן גערעדט צום פרעזידענט און אז דער פרעזידענט וויל קלאר נישט א רעאויטאריזאציע אויב די פראגראם ווערט נישט רעפארמירט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 2:06 pm

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג תרומה






מען שטייט שוין מיט ביידע פיס אריין אינעם דעמאקראטישע פריימערי סעזאן אבער אלע האלטן אפן די אויגן אויפן גרויסן שלאכט קומענדיגע נאוועמבער למספרם צווישן פרעזידענט טראמפ און דער עווענטועלע דעמאקראטישע נאמיני
ביי די היסטארישע 2016 למספרם וואלן האט פרעזידענט טראמפ האט איינפאך גענומען א גרויסע מארקער און אנגעפירקלט די פאליטישע מאפע וועלכע אנאליסטן פלעגן נאכפאלגן ביי יעדע נאציאנאלע וואל פארמעסט אין די פארלאפענע יארן
די טראמפ זיג וואס איז געווען גענצליך אומערווארטעט אין די פאליטישע צירקל איז באזונדער געווען וואונדערליך איבער ווי אזוי עס איז צושטאנד געקומען און פרישע ווארע פאר אנאליזירער פאר וועם עס האט לאנג געדויערט צו פארדייען און פארשטיין אז די טראמפ וואגאן האט אויסגעשניטן א נייע שטראז אויף וועלכע זי האט אומגעשטערט גאלאפירט יענע גורל'דיגע נאכט גרייכנדיג די הויז אויף וועלכע זיין אפאנענט האט נישט וויניגער געטרוימט ווידער צו אקופירן אבער איז נישט בייגעפאלן צו שטעלן די מינימום בלאקאדעס אהין
געוויס האט מען זיך ביטער אויסגעקעמפט אין טראדיציאנאלע שלאכטפעלדער ווי פלארידא, אהייא און צפון קאראליינע און נאך אבער ווען עס איז געקומען צו די פרישע סטעיטס וועלכע טראמפ האט באשלאסן צוצושטעלן צו זיין קאלום האט מען פון אנהויב אן געשמייכלט פון זיינע פלענער
זארג האט יא אנגעהויבן שפראצן שפעטער אינעם קאמפיין אז די טראמפ פאפוליסטישע מעסעדזש קען מעגליך יא שלאגן עפעס ווארצעלן אין אומגעווענליכע סטעיטס אבער עס איז געווען צי שפעט און צי ווייניג
ווען די קלינטאן קאמפיין האט שוין ענדליך אנגעהויבן באגרייפן אז מעגליך מוז מען זיך יא רישן אויף דאס אומערווארטעטע איז עס געווען זייער באגרעניצט און בעיקר אנגעהויבן קאמפיינען אין פענסילוועניע ווי די זארג איז געווען מער ווי אין די אנדערע צוויי "נייע" שטאטן און גאר שפעט אינעם קאמפיין ווען אנקעטעס האבן שוין געשיקט מער שאק סיגנאלן איז מען אריינגעלאפן שנעל אויך אין מישיגען אבער איבער וויסקאנסין האט שוין קיינער נישט פארפעלט קיין שלאף לאזנדיג דעם באדן רייף פאר א סורפרייז וועלכע האט אלעמען שאקירט אין די נאכט פון די וואלן
אצינד ווען מען גרייט זיך צו די בעפארשטייענדע וואלן פרובירט יעדער פאראויסצושאצן אויב די טראמפ קאמפיין קען איבערשפילן זייער וואונדער און לויט מאנכע מעגליך אויסשפרייטן זייערע לאפעס אויך צו מינעסאטע אדער איז דאסמאל אנדערש ווייל זיי וועלן שוין נישט ווערן אונטערגעשאצט און מיט די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט וועט דער דעמאקראטישע קאנדידאט לייכט קענען אפשלאגן די שמאלע טראמפ זיג אין די דריי שטאטן
אלזא, מיר גייען נישט פאראויסשאצן דא די אויסגאנג אבער יא פרובירן צו כאפן א בליק פון צייט צו צייט אויף די פאליטישע צושטאנד און דעמאגראפישע טויש אין פארשידענע סטעיטס וועלכע קענען שפילן א דעצידירנדע ראלע און פרובירן דערטאפן דעם דופק פון די ארטיגע פאליטישע אטמאספערע און לאזן אייך ליינער באשליסן ווי אהין די ווינטן בלאזן דארט
און יא, היינט גייט מען זיך ארויפזעצן אויף די סטעיט וועלכע איר האט צוגעטראפן און דאס איז טאקע וויסקאנסין
וויסקאנסין איז זייער אן אינטערסאנטע סטעיט וועלכע האט פון איין זייט אנגעהאלטן איר בלוי גענויגטע סטאטוס אין די לעצטערע יארן אבער איז אריבער פאליטישע איבערקערעניש אפטער פון וויפיל זי האט גענאסן פון סטאביליטעט אנהאלטנדיג איר פוירפל קאליר
פון די לעצטע 5 פרעזידענט וואלן האט דארט דער געוואונער פון די סטעיט אריינגעשארט די סטעיט מיט ווינציגער ווי 1% און דאס רעכנט אריין 2000, 2004, און 2016 למספרם
איידער 2016 האט קיין רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט שוין נישט דארט געוואונען צוריקגייענדיג ביז 1984 למספרם ווען רעיגען האט געוואונען די סטעיט אבער טראץ דעם האבן גאווערנאר טאמי טאמפסאן און סקאט וואלקער יא געהאט ערנסטע סוקסעסן אויף א סטעיטווייד פארנעם
פרעזידענט טראמפ האט געוואונען וויסקאנסין אבער נישט בלויז האט ער געוואונען די סטעיט וועלכע איז אומטראדיציאנאל פאר א רעפובליקאנע פרעזידענט קאנדידאט נאר די וועג ווי אזוי ער האט דארט אנגעצויגן שטארק איז אויך גאר אנדערש ווי די סוקסעס פון פריערדיגע רעפובליקאנער
טראמפ האט אנגעצויגן שוואכער ווי געווענליכע רעפובליקאנע אין באוואוינטע מעטראפאליטאן געגנטער סיי רויטע און סיי מער בלויע ווי דרום מזרח וויסקאנסין אוין אזא סיטי ווי מילוואקי און אויך אין די סובארב געגנטער ארום
די ערטער ווי טראדיציאנאלע רעפובליקאנער פלעגן באקומען זייער הויכפונקט אין די פארגאנגענהייט איז געווען וואס מען רופט די WOW קאונטיס וועלכע באשטייט הויפטזעכטליך פון וואוקעשא קאונטי אבער איז אין צוגאב פון אוזאוקי און וואשינגטאן קאונטיס
וואו רעפובליקאנער פלעגן היסטאריש שטארק אנציען איבערהויפט סקאט וואלקער וועלכע האט דארט אויסנאם שטארק אנגעצויגן אבער ווי געזאגט איז טראמפ דארט אריינגעקומען אין די נידריגע 60% בעת וואס אין פריערדיגע יארן פלעגן דארט רעפובליקאנער גרייכן 70% און די אפשוואכונג דארט האט אנגעהאלטן אויך אין 2018 למספרם
וויסקאנסין איז די היים פאר גאר אסאך ווייסע און בלויע קאלנער וויילער אנע קאלעדזש דעגריס און איז היבש אייגנארטיג ווען מען מעסט עס אקעגן אנדערע סטעיטס אין שפיל
די סטעיט פארמאגט סובארבען ראיאנען וועלכע זענען רויטער ווי סובארב געגנטער אין אנדערע סטעיט און פון די אנדערע זייט זענען א גרויס טייל פון אירע רורעל געגנטער היסטאריש בלויער ווי רורעל געגנטער אין אנדערע סטעיטס
לענגאויס די מערב טייל פון די סטעיט זענען אויסגעשפרייט פילע קליינע טאון'ס וועלכע וואלטן געווענליך געהייסן רורעל רעפובליקאנע געגנטער אבער האבן ווירקליך בייגעשטייערט צו די דעמאקראטישע געוואונסן דארט ביי די פרעזידענט וואלן אין די לעצטערע יארן
די מערב טייל פון די סטעיט וועלכע מיר רעדן לויפט לענגאויס די מיסיסיפי ריווער און פארצייטנס האבן דעמאקראטן ווי על גאור און דזשאן קערי פארשטאנען אז די טיפ וויילער אין די פיצעלע טאון'ס שפורן נישט עכט אז דער דעמאקראטישע קאנדידאט פארטרעט זייערע ווירדן און לעבנס שטייגער און האבן דעריבער באגריפן די וויכטיגקייט פון ארבעטן שווער אריבערצוברענגן יענע וויילער בלאק אינעם בלויען קאלום
נאך וואס גאור האט זיך פארזיכערט מיט די דעמאקראטישע נאמינאציע אין 2000 למספרם האט ער גענוצט א באשיידענע שיפל ארומצושווימען אין די מיסיסיפי ריווער זיך אפשטעלנדיג איינס ביי איינס אין יענע טאון'ס און פיר יאר שפעטער האט דזשאן קערי אויך ערנסט דורכגעאקערט יענע ראיאן וואוסנדיג אז פיזישע אנוועזנהייט און שאפן פארבינדונג מיט די ארטיגע וויילער זענען זיי אין געפאר פון פארלירן יענע טייל פון די סטעיט
די שווערע ארבעט האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פרוכטבאר ווען זיי האבן דארטן אויפגעפיקט טאון נאך טאון טראץ וואס די געגענט איז עכט א רורעל ראיאן
די צפון און מערב טייל פון די סטעיט פון וועלכע מיר רעדן איז טאקע פארשטאנען געווארן אלץ אומגאראנטירט אין יענע יארן אבער איז געווארן פארגעסן דורך דעמאקראטן אין 2016 למספרם און דארט איז געווען "די" געהיימניס אונטער די טראמפ וויסקאנסין רעצעפט
טראמפ האט גענומען געגנטער וועלכע האבן געשטימט פאר אבאמא +20% און זיי פארוואנדלט אין זיגן פאר טראמפ+20%!
דאס האט ערמעגליכט פארן טראמפ קאמפיין אריינצוקומען גאר אפגעשוואכט אין אזא וויכטיגע וואוקעשא קאונטי און דאך ארויסקוועטשן א זיג מיטן איבערפארן דעמאקראטן אין צפון און אין מערב טייל פון די סטעיט
די געמיינדעס ביי וועלכע טראמפ האט אנגעצויגן שוואכער ווי מיט ראמני זענען געווען די זעלבע פלעצער אין וועלכע סקאט וואלקער אין 2018 למספרם איז געווען שוואכער (און טאקע פארלוירן) ווי סקאט וואלקער אין 2014 למספרם
דארט ווי טראמפ איז געווען בעסער ווי ראמני איז וואלקער 2018 למספרם געווען שטארקער ווי וואלקער 2014 למספרם
נאכאמאל, וואלקער איז ביים פארלירן געווען שטארקער אין פילע געגנטער ווי ביים געוואונען ווייל די מערב וויסקאנסין רורעל וויילער זענען געווען מער רויט אין 2018 למספרם ווי אין 2014 למספרם
צו זאגן אז די סטעיט זעצט פאר אן אומאפשטעלבארע גאלאפ אינעם רויטן ריכטונג קען זיין איבערגעטריבן אבער עס איז יא קלאר א דראמאטישע טויש ווען אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האט די סטעיט געהאט א 2,3 אדער 4% דעמאקראטישע אויבערהאנט ווען עס איז געקומען צו פארטיי אידענטיפיקאציע און איצט איז עס מער ווייניגער גלייך אויף גלייך צווישן די צוויי גרויסע פארטייען
איינע פון די קראנטע לאקאלע סטעיט אנקעטעס איז די אנקעטע פון טשארלס פרענקלין און מארקוועט יוניווערסיטי וועלכע פרעגט אויס וויילער רעגלעמעסיג איבער זייער פארטיי אפיליאציע און זינט 2012 למספרם ביז איצט איז פארגעקומען א דראמאטישע שיפט צווישן ווייסע מענער אן קיין קאלעדזש דעגרי וועלכע אידענטיפיצירן זיך מער און מער אלץ רעפובליקאנער
זיי האבן אויך באמערקט א טויש צווישן ווייסע פרויען מיט קאלעדזש דעגריס וועלכע טוישן אריבער צו די דעמאקראטן אבער יענע גרופע איז פיל קלענער אין די סטעיט ווי די ערשטע און די שיפט צו בלוי צווישן זיי איז פארהעלטנמעסיג פיל בלייכער צו די טויש פון מענער זיך צו פאררויטלען
די לעצטע מארשאל פרענקלין אנקעטע וועלכע נעמט אויך אריין וויילער וועלכע זענען בלויז גענויגט צו איין פארטיי צייגט אז די רעפובליקאנער קומען ארויס שטארקער וועןעס קומט צו פארטיי אפיליאציע
אלזא, ווילן אלע וויסן אויב דאס אלעס באדייט אז טראמפ קען רואיג רעכענען אויף די סטעיט
די ווארהייט איז אז עס איז זייער שווער פאראויסצוזאגן קלאר אבער וויפיל אנאליסטן זענען יא גרייט פאראויסצושאצן איז אז אויב דעמאקראטן קומען נישט ארויס אין פיל גרעסערע ציפערן ווי די רעפובליקאנע טוירנאוט, וואס לויטן איצטיגן מצב איז ערווארטעט מאסיווע טוירנאוט פון ביידע פארטייען דאן זאלן נישט דעמאקראטן ערווארטען אז זיי גייען נעמען די סטעיט מיט 4-5 % נאר עס וועט ענדערש זיך ענדיגן מיט א דיפרענץ פון נענטער צו אדער גאר ווינציגער ווי 1% וואס אזא אויסגאנג איז גאר ריזיקאליש פאראויסצוזאגן אויף וועלכע וועג עס וועט גיין
לויט די אויבנדערמאנטע אנקעטע (גענומען עטליכע וואכן צוריק) זיצט פרעזידענט טראמפ ביי א צופרידנהייט ראטע פון 48% ווען 49% זענען אומצופרידן און די ציפער איז גאר ענליך צו די עקזיט פאולס אין 2016 למספרם און איז 3 מיט א האלב % בעסער ווי די נאציאנאלע עוורידזש איז געווען מיט עטליכע וואכן צריק איבערן לאנד פון 44 מיט א האלב % (מאמענטאל איז שוין זיין צופרידנהייט ראטע ארויף העכער)
איז וועלכע מאדעל דארף א דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט נאכגיין צו פרובירן זיך צו פארזיכערן מיט די סטעיט?
איין ביישפיל קען זיין סענאטארשע טעמי באלדווין וועלכע האט געוואונען איר פארמעסט מיט דאפלטע ציפערן און אנגעצויגן שטארק צווישן אלע סארט דעמאגראפיקס אריינשניידנדיג אפילו אין די טראמפ באזע אין די סטעיט
באלדווין האט געפירט א גאר דיסציפלינירטע קאמפיין און האט אדרעסירט עקאנאמיקס און העלט קעיר און פיל ארומגערעדט איבער ברויט און פוטער אישוס און נישט ערנסט קאמפיינט אויף קולטור און סאציאלע אישוס
עס איז וואר אז זי האט געהאט נאך פאקטארן וועלכע זענען איר גוט געשטאנען אריינגערעכנט א מאסיווע פינאציעלע אויבערהאנט און א נישט גאר שטארקע אפאנענט אבער פארט איז איר גאר שטארקע געוואונס אין אזא סטעיט עפעס וועלכע דארף ווערן נאכגעפאלגט און אנאליזירט דורך סיי וועלכע דעמאקראט וועלכע זוכט נאכצומאכן איר סוקסעס
און ווי געשריבן מער אנהויב אינעם אנאליז איז די צווייטע וויכטיגע געצייג פון וועלכע דעמאקראטן טארן נישט פארגעסן די קלענערע טאון'ס לענגאויס מערב פון די סטעיט ווייל די סארט וויילער וועלן רויערהייט אן ווערן געהעריג באארבעט שטימען אין די מאסן פאר פרעזידענט טראמפ
בלייבט נאר איבער איין פראגע צו דעקן און דאס איז פאר די הויכגעשעצטע אייוועלט אנאליסטן און דאטא אנאליזירער וועלכע גייען ריכטן זייערע שפאקטיוון אויף די סטעיט אין די ערשטע שטונדן פון די וואל נאכט און זיי ווילן וויסן אוואו און אויף וואס זיי זאלן זיך קאנצעטרירן צו באקומען אן אנדייטונג אזוי פרי ווי נאר מעגליך אויף וואו אהין די סטעיט גייט צופאלן שפעטער אין נאכט
די ענטפער דערצו איז אז מען גייט דארפן האלטן די אויגן אפן אויף א רייע פון עטליכע פאקטארן אויפאמאל
די מערב פאס לענגאויס די מיסיסיפי ריווער איז טאקע איינס פון זיי
דארטן האבן אין 2018 למספרם וויילער געשטימט אויף אלע סארט וועגן ווען געוויסע טאון'ס האבן זיך שארף צוריקגעגליטשט צו די דעמאקראטן האבן אנדערע פון זיי געשטימט פאר ספליט טיקעטס און געשטימט פאר פאליטיקאנטן פון ביידע פארטייען און געוויסע טאון'ס זענען גאר געווען מער רויט ווי אין 2016 למספרם
איז דארף מען האלטן אן אויג ווי אזוי די בעלאטס וועלכע קומען אריין פון צפון און מערב וועלן ווייזן
אויך דארף מען קוקן אויף טוירנאוט אין מולוואקי וועלכע איז געווען היסטאריש שוואך אין 2016 למספרם אויב מען הערט אז דעמאקראטן האבן זיך מאביליזירט און קומען דארט ארויס אין די מאסן וועט דאס געוויס גיבן בעסערע האפענונג פאר די דעמאקראטישע טיקעט
אבער צו אונטערשטרייכן ווי וויכטיג די געגנטער אינדרויסן פון די ביג מעטרא ראיאן זענען איז גענוג צו דערמאנען אז אפילו קלינטאן וואלט געהאט די זעלבע טוירנאוט אין מילוואקי ווי פרעזידענט אבאמא האט געהאט אין 2008 למספרם וואלט זי נאכאלץ פארלוירן די סטעיט צו טראמפ
עקסטער וועט מען דארפן קוקען אויף די סובארבס אין דרום וועלכע פלעגן זיין רעפובליקאנע פעסטונגען און פרעזידענט טראמפ האט דארט אנגעצויגן שוואכער ווי געווענליך אין 2016 למספרם, א שטייגער ווי וואוקעשא קאונטי, און געוויסע ערווארטן אז די רעפובליקאנע מאשין וועט דארט אינוועסטירן בעסער ארויסצוברענגן זייערע וויילער וועלכע וועלן אנדערש ווי אין 2016 למספרם גלויבן אז זייער שטימע קען זיין דעצידירנד און דאס קען אויך זיין עפעס וואס עקספערטן וועלן באטראכטן בלילה ההוא


א לעכטיגן שבת!

בו ביום וואס מיר האבן פובליצירט די אויבנדערמאנטע ארטיקל איבער וויסקאנסין איז מינוטן צוריק ארויס די פרישע מארקוועט אנקעטע און פאלגענד זענען די רעזולטאטן:
סאנדערס 48 טראמפ 46
טראמפ 46 ביידען 46
קלאובאשאר 46 טראמפ 46
בוטידזשעדזש 45 ביידען 45
בלומבערג 44 טראמפ 45
טראמפ 47 ווארען 44

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 2:33 pm

יישר כח. זייער הנאה געהאט פון וויסקאנסין אנאליז!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג פאברואר 28, 2020 10:42 am

Wow איז נישט דאס ווארט, שכח הבל

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5254
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג פאברואר 28, 2020 11:40 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג תרומה


א לעכטיגן שבת!

בו ביום וואס מיר האבן פובליצירט די אויבנדערמאנטע ארטיקל איבער וויסקאנסין איז מינוטן צוריק ארויס די פרישע מארקוועט אנקעטע און פאלגענד זענען די רעזולטאטן:
סאנדערס 48 טראמפ 46
טראמפ 46 ביידען 46
קלאובאשאר 46 טראמפ 46
בוטידזשעדזש 45 ביידען 45
בלומבערג 44 טראמפ 45
טראמפ 47 ווארען 44

שרעקעדיג!!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג מארטש 01, 2020 11:38 pm

לכבוד פורים גייט מען סערווירען קינדעל ?
לעצט פאראכטן דורך maybeeynot אום מאנטאג מארטש 02, 2020 1:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג מארטש 02, 2020 12:09 am

ישוב הדעת האט געשריבן:Wow איז נישט דאס ווארט, שכח הבל
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 02, 2020 10:31 am

מאנטאג תצוה






די ווייסע הויז ווערט רעפערירט איבער צוויי אומאידענטיפיצירטע געגנשטאנדן ארויסגעשאסן פון צפון קארעא
*
סענאט וועט היינט נאכמיטאג שטימען צו ענדיגן דעבאטע און פארויסגיין מיט די אומפארטייאישע מורקאוסקי (ר) מענשין (ד) ענערגיע ביל
*
אין די רעסמוסען אנקעטע איז די טראמפ צופרידנהייט ראטע געפאלן צו 46% וועלכע איז די נידריגסטע אין די אנקעטע פארן היי יעריגן למספרם יאר
*
מייק בלובערג אדרעסירט איצט די עיפאק קאנפרענץ קריטיקירנדיג די באשלוס פון בערני סאנדערס איבערצוהיפן די פארזאמלונג אלץ "א געפערליכע גרייז"
*
די סופרים קאורט האט איצט געמאלדן אז זיי וועלן אויסהערן די אבאמאקעיר קעיס ערשט אינעם קומענדיגן טערמין וועלכע באדייט עס אן אורטייל וועט ערשט קומען נאך די פרעזידענט וואלן אבער אמוויינגסטנס האט עס קלארגעשטעלט אז די גורל פון די געזעץ וועט עווענטועל אנטשידן ווערן דורכן העכסטן געריכט גיבנדיג אמוניציע פאר דעמאקראטן אריינצופירן זייערע וויילער אין היסטעריע און זיי טרייבנדיג צו די שטום בודקעס האמערנדיג איבער די סופרים קאורט
טראץ וואס די 9 ריכטער וועלכע ווען אויסהערן די קעיס זענען שוין באשטימט
*
די סופרים קאורט האט אנטזאגט אויפצונעמען א קעיס דורך גאן רעכט אקטיוויסטן לאזנדיג אין פלאץ די פארבאט פון די טראמפ אדמינסטראציע צו פארויפן באמפ סטאקס
*
אין א זיג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע האט א דריי ריכטער פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט געאורטיילט מיט 2-1 אז דאן מקגהען קען איגנארירן די קאנגרעס סופינע
ריכטער טאם גריפיט נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צוויייטער און ריכטערין קערען הענדערסאן נאמינירט צו ערשט דורך פרעזידענט רעיגען צום דיסטריקט געריכט און דערנאך דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער צום סירקוט קאורט האבן געשטימט אין שטיצע פון מעקגהען אקעגן ריכטערין יודית ראדזשערס נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן וועלכע האט געשריבן אין שטיצע פון די קאנגרעס סובפינע
דאן מעקגהען איז געווארן סובפינעט אויפצוטרעטן אין קאנגרעס איבער פרעזידענט טראמפ אין זיינע אנגעבליכע פארזוכן צו שטערן די רוסלאנד אויספארשונג אבער אויפן פארארדענונג פון ווייסן הויז האט מעקגהען איגנארירט די סובפינע פירנדיג צו א קלאגע אין געריכט דורך די קאנגרעס יורידישע קאמיטע
קאנגרעס האט געוואונען אינעם דיסטריקט געריכט צוריק אין נאוועמבער למספרם אבער פרייטאג האט די סירקוט פאנעל געשריבן אז קאנגרעס פארמאגט נישט קיין סטענדינג אין סיי וועלכע לאוסוט פון אזא סארט וועלכע די ריכטער באצייכענען אלץ פאליטישע קריגעריי מיט די עקזעקוטיווע פליגל גיבנדיג גערעכט פארן יוסטיץ דעפארטמענט אז די יורידישע פליגל קען נישט אריינרעדן אין אזעלכע געפעכטן לויט ארטיקל דריי פון די קאנסטיטוציע
ריכטעיר גריפיט שרייבט אז קאנגרעס פארמאגט פאליטישע געצייג צו לייגן דרוק אויפן פרעזידענט צו פארהאנדלען און קאמפראמיזירן אין געפעכט איבער איבערזיכט פארלאנגען פאר אינפארמאציע איבער רעגירונג אנגעלעגנהייטן ווי צוריקצוהאלטן פאנדינג פארן פרעזידענט'ס לעגיסלאטיווע אגענדע און אז די געריכטן זאלן נישט ווערן פארמישט דערין
גריפיט שרייבט אז די חלל פון א יורידישע לעזונג לאזט נישט איבער קאנגרעס אלץ א מאכטלאזע אינסטיטוציע און אז די לעגיסלאטיווע פליגל קען קאפיטאליזירן מיטן נוצן זייערע פאליטישע וואפן אן אריינשלעפן ריכטער אינעם שטרייט
גראדע האט ריכטערין הענדערסאן זיך אנגעשלאסן מיט ריכטערין ראדזשערס אויף א צווייטע ארגומענט שרייבנדיג אז די ווייסע הויז קען נישט מיטן דערקלערן קיין עקזעקוטיווע פריוויליגיע שענקן "אבסאלוטע אימיוניטי" וואס באדייט אז די וועלכע ווערן סובפינעט דארפן ניטאמאל ערשיינען אין קאנגרעס
אבער צוליב וואס הענדערסאן האט איינגעשטימט מיט גריפיט אז אפילו מעקגהען ערשיינט נישט און פייפט זיך אויס אויפן סובפינע קען מען נישט אריינמישן די געריכט דערין איז די פאקטא מאיאריטעט אורטייל א זיג פארן פרעזידענט
*
אריזאנא רעפובליקאנע סענאטארשע מארטא מקסעלי איבער איר דעמאקראטישע אפאנענט מארק קעלי: עס איז נישט איבער אויב דו גלייכסט אים, עס איז נישט אויב דו האלטסט אז עס איז קיהל אז ער איז א געוועזענע אסטראנאט, אדער איבער דאס איז איך בין א געוועזענע פילאט פון א קאמפס פליגער
נאר עס איז איבער די דירעקציע דו ווילסט זעהן אונזער לאנד פאראויסגיין
*
אינערליכע אנקעטעס פארן קאמפיין פון קאנגרעסמאן דאג קאלינס ווייזן אז ער וואלט באזיגט דעם אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטארשע קעלי לאפלער
*
טראץ וואס צווישן דעמאקראטן קומען מארגן פאר די גרויסע פרעזידענט פריימערי אין א רייע וויכטיגע שטאטן האלט מען אויך אן אויג אויף קאנגרעס און סענאט פריימעריס און ביידע פארטייען און איין ביישפיל דערפון אויף די רעפובליקאנע זייט איז אין אלאבאמא ווי א רייע קאנדידאטן פארמעסטן זיך ארויסצושטויסן דעמאקראט דאג דזשאונס און מען ווארט צו זעהן אויב דזשעף סעשאנס וועט באזיגן זיין נאנטסטע קעגנער טאבערוויל
די סעשאנס קאמפיין לופטערט רעקלאמס וועלכע צייגן ווי טאבערוויל קריטיקירט טראמפ
*
מארגן דינסטאג גייען וויילער פארפלייצן די שטום בודקעס אין די אזויגערופענע סופער דינסטאג צוטיילנדיג די גרעסטע צאל דעלעגאטן אין איין טאג
ווי עס איז קלאר איז זייער שווער צו פארצושאצן גענוי ווי אזוי איטליכער קאנדידאט וועט אנציען סטעיט ביי סטעיט באזירט אויף אנקעטעס ווייל מיינסטנס אנקעטעס האבן רעפלעקטירט די צושטאנד פונעם פארמעסט איידער די דרום קאראליינע פריימערי און די בואו בשלום פון פיט בוטידזשעדזש
פארט ערווארטן אנאליסטן אז אין צפון קאראליינע און ווירדזשיניע זאל ביידען אריינקומען שטארק און מען האלט אן אויג אויף די צוויי גרעסטע שטאטן וועלכע זענען טעקסאס ווי מען ערווארט אן ערנסטע קאנקורענץ צווישן סאנדערס און ביידען און אויף קאליפארניע וועלכע מען באטראכט אלץ שטארק פאר סאנדערס
איין אנקעטע איז פון היינט אינדערפרי און קומט פון עמערסאן וועלכע גיבט פאר סאנדערס 28% צו 21% פאר ביידען (16% פאר ווארען און 11% פאר בלומבערג) אין קאליפארניע
א צווייטע אנקעטע אין די סטעיט איז פון קאליפארניע פוינט בלעק וועלכע צייגט אז זינט פעברואר 28 למספרם איז סאנדערס געבליבן פלאך ביי 34% און ביידען איז ארויף מיט 8% צו 22%
די גרעסטע רעקלאמירער פאר זייערע קאמפיינס אין קאליפארניע זענען געווען טאם סטאיאר און מייקל בלומבערג ווען די אנדערע האבן נישט געקענט געהעריג קאנקורירן אין די גאר טייערע מידיא מארקעט אבער זינט דאן איז שוין סטאיאר ארויס פונעם פארמעסט און פון די אנדערע זייט איז מידיא רעקלאמעס געווענליך ווייניגער איינפלוסרייך אין פרעזידענטליכע פארמעסט ווי זיי זענען אין קאנגרעס און גאווערנאר פארמעסטן זינט אין די פרעזידענט פארמעסטן איז דא אסאך מער אומזיסטע מידיא ווען סיי וואס פאסירט אינעם פארמעסט און סטאיאר איז געווען ערווארטעט נישט אנצוציען די מינימום 15% און מעגליך קיין איין איינציגע ארט אפילו איידער ער האט זיך ארויסגעצויגן אבער בלומבערג איז יא ערווארטעט צו באקומען 15% כאטש אין געוויסע פלעצער
לאס אנדזשעלעס און סאן פראנציסקא זענען די גרעסטע וויילער באנק אין די סטעיט אבער איז פארט נישט אלס וואס די סטעיט פארקויפט און עס איז דא אויסער זיי גענונג און נאך נאן קאסטעל דיסטריקטס וועלכע האט לייכט געקענט זיין א רייפע באדן פאר אזא קאנדידאט ווי פיט בוטידזשעדזש פון וואנט אויפצוטרייבן שטיצע און זאמלען דעלעגאטן
בוטידזשעדזש וואלט געקענט געניסן פון שטיצע אויף אין די קאסטעל דיסטריקטס אבער ער האט זיך מער פארלייגט אויף די צענטראל וואלי וועלכע איז אינדרויסן
די צענטראל וואלי איז אן ראיאן וועלכע לויפט אויף א לאנגע שטרעקע פון די צפון גרעניץ פון די סטעיט נעבן ארעגאן ביז אראפ כמעט צו די דרום טייל פון די סטעיט לויפנדיג ביז די גרעניץ צווישן בעיקערספיעלד מיט לאס אנדזשעלעס
אט די וואלי איז זייער גרויס און נעמט אריין א גרויסע צאהל קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס און פארמאגט צוויי דריי גרויסע מידיא מארקעטס ווי די מידיא מארקעט אין סאקראמענטא,פרעסנא, בעיקערספיעלד און רעדינג (וועלכע זיצט ביי אויבן ביים שפיץ פון די וואלי נעבן ארעגאן) וועלכע פארמאגט זיך איר אייגענע מידיא מארקעט
די אלע קאנגרעס דיסטריקטן וועלכע רעפובליקאנער האבן נאך באוויזן אנצוהאלטן ביז היינט זענען קאנצעטרירט אין די אובנדערמאנטע צענטראל וואלי ראיאן (מיטן אויסנאם פון איין דיסטריקט אין סאן דיאגא) און אין אלגעמיין איז די ראיאן מער פארנאכלעסיגט דורך די דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן און בוטידזשעדזש האט פרובירט צו טרעפן דארט שטיצע (גראדע איז בערני סאנדערס יא ערשינען איינמאל פאר אן אויפטרירט אין די וואלי)
אצינד מיט די בוטידזשעדזש אפטריט בלייבט צו זעהן ווי אזעלכע וויילער וועלן צופאלן
דעמאקראטישע וואל באטייליגונג פלעגט היסטארשי נישט אנציען הויכע ראטעס אהער קען מעגליך זיין אנדערש דאסמאל
די דעמאקראטישע עלעקטאראטאט דארטן נעמט גראדע אריין אסאך לאטינא'ס וועלכע קען שטיין בעסער פאר סאנדערס אבער די אנדערע טייל זענען מער מעסיגע און קאנסערוואטיווע דעמאקראטן וועלכע וואלטן ווי געזאגט געגאנגען מיט בוטידזשעדזש און קענען איצט מעגליך שיפטן צו ביידען
בערני סאנדערס איז ערווארטעט אנצוציען שטארק אין לאס אנדזשעלעס קאונטי ווי עס זענען קאנצעטרירט א גרויסע צאל היספאנישע וויילער
פון די אנדערע זייט מאכן אפריקאנער אמעריקאנער אויס אזויפיל ווי 8% פון די פאפולאציע אין לאס אנדזשעלעס סיטי אבער די ציפער איז געשרונקען פון זייער שטארקקייט אין די פארגאנגענהייט
ווארען שטארקקייט קען קומען אין די צפון קאוסט, צענטראל קאוסט און סאן פראנציסקא בעי וואו עס זענען פארהאן אסאך פראגרעסיווע קאלעדזשעס ווי די יוניווערסיטי אף קאליפארניע,סאנטא קרוז, סאן פראנציסקא און בערקלי
די זעלבע ראיאן קען פונקט אזוי גיין פאר סאנדערס און די שאצונג איז בלויז אז "אויב" ווארען וועט צייגן שטארקקייט וועט עס פילייכט קומען פון דארט און מעגליך אין צוגאב צו סיליקאן וואלי
מען קען ערווארטן אז בערני סאנדערס וועט קענען דערקלערן נאך מארגן נאכט אז ער האט געוואונען די פאפולערע וואוט אין די סטעיט אבער צו ציילן געהעריג די דעלעגאטן קען נאך געדויערן אפילו א וואך אדער לענגער זינט די סטעי האט זייער ברייטע שטום אויסוואלן און מען קען נאך אפילו מארגן נאכט אריינשיקן אין די פאסט א בויגן מיט אפגעגעבענע שטימען
*
אריבער צו טעקסאס
דארטן איז די ביידען-סאנדערס פארמעסט נאנטער און ביידען טרוימט ערנסט פון אריינקומען ביים שפיץ
די עמערסאן אנקעטע פון היינט אינדערפרי שטעלט נאך סאנדערס ביי 31% צו 26% פאר ביידען מיט 16% פאר בלומבערג און 14% פאר ביידען
שטארקקייט אין טעקסאס פאר בערני סאנדערס קען ווי אין אנדערע סטעיטס אויך קומען פון די גרויסע צאל לאטינא וויילער דארט וועלכע זענען קאנצעטרירט אין דרום טעקסאס
פארט אבער דארף די סאנדערס קאמפיין נאכפאלגן די רעזולטאטן פארזיכטיג זינט די וויילער (אפילו די לאטינא באפעלקערונג) דארט זענען אסאך מער קאנסערוואטיוו געשטימט ווי א שטייגער די זעלבע עטנישע גרופע איז אין א סטעיט ווי קאליפארניע
אין העריס קאונטי און דאלאס קאונטי איז אויך דא אסאך יונגע וויילער וועלכע שטימען נישט געווענליך און מען דארף זעהן אויב סאנדערס באווייזט זיי ארויסצושלעפן צו די שטום בודקעס אין אזעלכע שטעט ווי אוסטין, יוסטאן און דאלאס
דאן דארף מען קוקן אויף די סובארבס ווי טערענט קאונטי אין צפון טעקסאס, פארט בענד קאונטי וועלכע ווערן באצייכנט אלץ בעטלגראונד קאונטיס ווען עס קומט צו קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן און מען דארף קוקן ווי אזוי זיי קומען מארגן ארויס און פרובירן צן דערטאפן אויב און וויפיל מען קען עפעס צייכענעס אויף די אלגעמיינע וואלן
*
געוויס פרובירן אלע קאנדידאטן צו קאמפיינען און וואס מער פון די סופער דינסטאג שטאטן אבער די הויפט געוויכט ווערט געלייגט אויף די גרעסטע סטעיטס ווי די צוויי אויבנדערמאנטע און צוגאב פון ווירדזשיניע און צפון קאראליינע
די אויסנאמליכע דרוק אויף קאמפיינס צו דעקן אזא גרויסע צאל שטאטן אויפאמאל איז קענטיג און ווי איין דזשורנאליסט גיבט איבער איז ממש אוממעגליך צו דערטאפן דעם דופק אין אזא סטעיט ווי אלאבאמא
ער האט אויסגעפרעגט וויילער און געפונען גענוג און נאך עלטערע אפריקאנע אמעריקאנע פאר סאנדערס, פרויען פאר בלומבערג און יונגע חברה פאר ביידען אין אן אנדייטונג אז די קאמפיינס האבן נישט געהעריג באארבעט זייערע באזעס אין די סטעיטס אין רעזולטאטן קענען דארט זיין אין אנדערש ווי די געווענליכע קולטורארע און דעמאגראפישע צוטיילונג
אין ארקענסאו פארמאגט מייק בלומבערג דריי אפיסעס אבער די בערני סאנדערס קאמפיין וועלכע איז נישט ערווארטעט אנצוציען אזוי שטארק אין די דרום שטאטן אפערירט ארויס פון א קאמיוניטי צענטער און די טיהר פון יענע לאקאל איז צובראכן בעת וואס די ביידען קאמפיין קומט ערשט איצט אן אין די סטעיט
*
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג מארטש 02, 2020 10:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מאנטאג מארטש 02, 2020 10:55 am

פאנטאסטיש! א שיינעם דאנק. יישר כח

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג מארטש 02, 2020 11:51 am

Wow!

שכח הבל

נימער ערגערס
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 11:27 pm

תגובהדורך נימער ערגערס » מאנטאג מארטש 02, 2020 12:05 pm

א שיינעם דאנק הבל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 02, 2020 12:10 pm

קורץ, אבער שארף! גראדע איזעס נישט אזוי קורץ, ס'ליינצעך נאר אזוי סמאאד אז מ' קען מיינען אז סיז קורץ...

טענקס
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 02, 2020 12:35 pm

שקויעך אלע!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג מארטש 02, 2020 12:50 pm

נימער ערגערס האט געשריבן:א שיינעם דאנק הבל
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 03, 2020 1:08 am

יעצט געליינט, הערליכע אנאליז.

ישר כח.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג מארטש 03, 2020 1:11 am

יישר כח @הבל
תורה איז די בעסטע סחורה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zugurnish, פייווישעל און 77 געסט